B"H
🏡

Ikar

בא א

א.

די מצוה "לקדש חדשים ולחשב שנים וחדשים בב״ד בלבד" 1

לערנט מען אפ פון פסוק 2

"החודש הזה לכם ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנה".

זאגט רש״י בפירושו במק״א

(לפני זה) 3

— בנוגע צו דער מצוה — אז "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה 4

שנצטוו בה ישראל" 5

(און ער איז מסביר "מה טעם פתח בבראשית").

אבער די מוני המצות,

הרמב״ם וכיו״ב,

רעכענענדיק דעם מנין המצות כסדרן,

איז די מצוה פון קידוש החודש ביי זיי ניט די "מצוה ראשונה" 6

(ובדוקא בזה).

ולדוגמא,

דער רמב״ם 7

זאגט:

"מצוה ראשונה 8

ממצות עשה לידע 9

שיש שם אלוה שנאמר 10

אנכי ה׳ אלקיך".

און דער טעם דערפון איז פאר־ שטאנדיק בפשטות,

ווייל די ידיעה וקיום פון כל המצות איז שייר נאר נאכדעם* 10

ווי ס׳איז דא די ידיעה 11

"שיש שם אלוה" 12 ,

ובלשונו בריש ההלכות 13

אז דאס איז "יסוד היסודות ועמוד החכמות".

ובפרש״י מיינט ער בפשטות ראשונה — צו ווערן געשריבן בתורה 14 ,

וויבאלד אבער,

אז אלע ענינים שבתורה זיינען בדיוק,

י״ל,

אז כאטש בשייכות צום אדם

(גברא)

איז "מצוה ראשונה ..

לידע שיש שם אלוה" — ובלשון רז״ל 15

אז פריער דארף זיין "יקבל עליו עול מלכות שמים" 16

און ערשט דערנאך "יקבל עליו עול מצות״ —

אבער ווי דער ענין איז מצד תורה

(ומצד — חפצא),

איז די "מצוה ראשונה"

(וואס מיט איר האט לכאורה גע־ דארפט זיין " להתחיל את התורה" 17

—)

"החודש הזה לכם",

ווייל די מצוה האט אין זיך א תוכן עיקרי ויסודי פון כללות התורה והמצוות.

ויש לומר אז דאס איז בכמה ענינים: א)

די מצוה ווייזט דעם אופן פון נתינת התורה; ב)

זי ברענגט ארויס דעם כח התורה והמצוות: ג)

אין איר זאגט זיך ארויס די מטרה ותכלית פון מצוות התורה,

כדלקמן.

ב.

דער אבן עזרא בפרשתנו 18

שטעלט זיך אויף דעם וואס "משה לא פירש לנו בתורה איך נקבע השנים והחדשים ואם לא נמצא אביב מה נעשה ויש לתמוה מזה תימא גדולה איך פירש דיני כל נגעי המצורע שהוא באדם אחד ולא יעמוד בכל זמן והניח דבר המועדים שכל ישראל חייבים לשמרה בכל זמן ויש כרת על אכילת חמץ בפסח ועל אכילת יום הכפורים",

און דער אבן עזרא איז מסביר,

אז "וזה לאות כי סמך על קריאת ב״ד בכל דור ודור״ 19 .

דאס הייסט,

אז פון דער מצות קדוש החודש איז דא אן אות ,

א הוכחה ברורה וגלוי׳,

אז תורה בפירושה ניתנה 20 ,

אז תורה שבע״פ,

וואס די חכמים בכל הדורות האבן מגלה געווען,

איז איין זאך מיט תורה שבכתב.

ובפרט אז דער קיום פון גאר א סך מצות התורה וועלכע זיינען פארבונדן

מיט די זמני השנה — איז פארבונדן דוקא מיט די קביעות החדשים וכו׳ ווי די חכמים האבן קובע געווען בתושבע״פ 21 .

ג.

עד״ז ברענגט ארויס די מצוה פון קדוש החודש אז תורה איז א בעה״ב אויף וועלט — און ווי דער מאמר רז״ל 22

הידוע אויפן פסוק 23

"אקרא לאלקים עליון לא־ל גומר עלי" — "בת שלש שנים ויום אחד ונמלכין ב״ד לעוברו הבתולין חוזרין ואם לאו אין הבתולין חוזרין".

און דערפאר איז מצות קדוש החודש די "מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל"

(ביז אז ״לא הי׳ צריך להתחיל ..

אלא כו'״,

כנ׳ל)

— ווייל פון איר "נעמט מען" דעם יסוד אין נתינת התורה — די אמונה אין דעם אמת פון תורה שבע״פ.

און אויך — אין דעם תוקף התורה ומצות בכלל,

דעם כח צו משנה זיין די טבע ומציאות העולם.

עפ״ז יומתק נאך אן ענין: כאטש ס׳ווערט מפורש געזאגט אז דער טעם וואס "פתח בבראשית" איז ווייל "כח מעשיו הגיד לעמו כו"

(ווי רש״י פירט דארט אויס)

— וויבאלד אבער אז די התחלה פון "בראשית ברא" איז במקום פון דער התחלה

(וואס עס האט גע־ דארפט זיין)

— "החודש הזה לכם"

("לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם"),

איז מסתבר זאגן,

אז אויך להמסקנא האבן זיי א שייכות זע״ז.

ועפ״י הנ״ל איז דאס מובן: בראשית ברא אלקים איז רש״י מפרש 24

: "בשביל התורה שנק׳ ראשית דרכו ובשביל ישראל שנק׳ ראשית תבואתו"; און וויבאלד אז די גאנצע בריאה איז בשביל התורה ובשביל ישראל,

איז פארשטאנ־ דיק,

אז ווען ב״ד פסק׳נט ע"פ תורה אז דער חודש איז מעובר,

פועל׳ט דאס אזוי אין מציאות העולם.

ווארום די גאנצע בריאה איז באשאפן געווארן צוליב תורה וישראל.

ד.

דאס איז אבער ניט מספיק.

ווארום דער ענין אז בשעת ב״ד איז מעבר דעם חודש "בתולי׳ חוזרין" איז ניט אין דער מצוה עצמה,

אפילו ניט אין דער לבנה,

נאר א תוצאה וואס ווערט אין א זייטיגער זאך לגמרי!

פון דעם לשון מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל איז משמע,

אז דער ענין פון ראשונה איז פארבונדן מיט דער מצוה .

ומזה — אז תוכן ומטרת המצוה קומט אין דעם בהדגשה.

ה.

ויש לומר הביאור בזה 25

:

עיקר ענינן פון מצות התורה איז צו אויפטאן קדושה אין וועלט.

און דאס איז די נקודה פון אלע מצות התורה: מען נעמט א חפצא פון עולם און מען מאכט דערפון א חפצא של מצוה,

ביז אז דאס ווערט אן ענין פון קדושה 26 .

און דאס איז אויך דער תוכן פון קדוש החודש — דער אויפטו וואס ב״ד איז מקדש 27

א

(חפצא)

יום מסוים אלס ראש

חודש ניט א יום המעשה* 27

(וקרבן מיוחד 28

וכו׳)

— ביז אז "והי׳ מידי חודש בחדשו

(ווי)

ומידי שבת בשבתו יבוא גו'" 29 .

ובלשון הרמב״ם 30

"שיקדשוהו בית דין ויקבעו אותו היום ראש חודש הוא שיהי׳ ראש חודש",

"שאין הראי׳ קובעת אלא ב״ד שאמרו מקודש הם שקוב־ עין" 31 .

(און דאס איז אויך פארבונדן מיט קדושת המועדות,

ווייל "יסוד מצות קדוש החודש כדי שיעשו ישראל מועדי השנה במועדם" 32 ,

און דעריבער זאגט מען ביו״ט ,

מקדש ישראל והזמנים" ווייל "ישראל דקדשינהו לזמנים" 33 ).

ויש לומר אז דערפאר איז דאס מצוה ראשונה — נוסף ע״ז וואס די נקודה כללית פון אלע מצות התורה איז צו

פועל׳ן אין א חפצא אז זי זאל ווערן א חפצא של מצוה,

ונקודה זו איז בגלוי בא דער מצוה פון קדוש החודש כנ״ל,

נאר

(בפנימיות הענינים איז דאס)

"ראשונה" אויך בענינה ומדריגתה: כאטש דער גדר פון עולם איז ביידע זאכן,

סיי זמן און סיי מקום 34 ,

און זמן איז פארבונדן מיט מקום 35 ,

איז אבער בסדר הקדימה קומט זמן פאר מקום 36 .

ווארום יעדע התהוות,

כולל אויך התהוות פון מקום,

איז א שינוי

(בהווה)

לגבי

(עבר)

קודם ההתהוות 37 ,

קומט אויס אז קודם יעדער התהוות

(אויך פאר דער התהוות פון מקום)

איז שוין געווען די מציאות פון א זאך וואס ווערט דער־ נאך נשתנה — וואס דאס איז

(תוכן ענין ה)

זמן.

ד.

ה.

די ערשטע מציאות פון עולם

(וואס פון דער מציאות פאנגען זיך אן אלע נמצאים)

איז זמן.

און ווי ס׳איז אויך פארשטאנדיק בפשטות לגבי האדם,

אז פריער קומט בא אים אן דער זמן,

דער יום מסוים,

און לאח״ז זיינען שייך זיינע פעולות בהיום ובחפצי העולם ביום זה.

און דערפאר איז קדוש החודש מצוה ראשונה,

ווייל פריער פועל׳ט ב״ד די קדושה אין זמן,

וואס דאס איז די התחלת המציאות,

און לאח״ז קומט מעשה האדם,

וועלכע ער פועל׳ט אין חפצי העולם,

וואס זיינען אן ענין של מקום.

ו.

דאס איז אבער לכאורה ניט מספיק:

א)

קדוש יום ר"ח וואס ב"ד אומרים מקודש איז

(אפילו בזמן שהיו מקדשים ע"פ הראי׳)

ניט אלעמאל,

ווארום "אין מקדשין אלא חודש שנראה בזמנו" 38

— ווען ר״ח איז ביום ל׳,

און "אין מקדשין אלא על הראי" 39 .

ב)

אין דער מצוה פון ,

החודש הזה לכם" איז נכלל

(לדעת הרמב"ם 40 )

אויך "ולחשב שנים וחדשים בב״ד",

און אויך דעם זאגט מען דעם לשון עבור שנים,

ניט "קדוש שנים".

ג)

לויטן רמב״ם 41

אז "הלכה למשה מסיני הוא שבזמן שיש סנהדרין קובעין על פי הראי׳ ובזמן שאין שם סנהדרין קובעין על פי החשבון הזה שאנו מחשבין בו היום ואין נזקקין לראי'",

איז לפי"ז לכאורה אויך די קביעות ע"פ החשבון נכלל אין דער מצוה פון קדוש החודש 42 ,

און דעמאלט איז מען ניט מקדש,

כנ״ל,

ווארום ,

אין מקדשין אלא על הראי'".

ז.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים וואס דער רמב״ם ווען ער רעכנט די מצוה אין מנין המצות זאגט ער דעם לשון,

כנ"ל ,

לקדש חדשים ולחשב שנים וחדשים".

אבער אין די הלכות גופא זאגט ער בתחלת הל׳ קדוש החודש: ,

מ"ע אחת והיא לחשב ולידע ולקבוע באי זה 43

יום תחלת כל חדש מחדשי השנה" און עד"ז בפנים ההלכות 44

"מצות עשה מן התורה על בית דין שיחשבו וידעו אם יראה הירח או לא יראה",

און זאגט ניט אז דער תוכן פון דער מצוה איז " לקדש החודש".

דער טעם בפשטות דערפון איז,

ווייל אויר דאס וואס מ׳איז קובע חדשים ומעברים שנים ע"פ החשבון איז נכלל

(לויטן רמב"ם)

אין דער מצוה פון קדוש החודש

(ניט נאר די קביעות וקדוש ע"פ הראי׳ בזמן שיש סנהדרין),

וכנ"ל.

מען דארף אבער הסברה: פארוואס זאגט ער בלויז דעם ענין אין דער מצות עשה

(לחשב ולידע ולקבוע באי זה יום תחלת כל חדש),

און איז ניט כולל אין דער מצוה אויך דעם ענין פון קדוש החדש,

וואס מ׳איז

(קובע ו)

מקדש ע״פ הראי׳?

ח.

ויש לומר הביאור בזה:

די גאנצע בריאה איז דאך בשביל התורה ובשביל ישראל.

וואס דאס מיינט — בכל עניני הבריאה,

שמים וארץ וכל צבאיהם,

און ניט נאר די התהוות זייערע בכלל — נאר דאס איז א שטענדיקע זאך.

און די עבודה פון א אידן באשטייט אין דעם וואס ער דארף בריינגען בפועל

און מגלה זייז דעם "בשביל התורה..

ובשביל ישראל" אין דער בריאה.

און ווען א איד איז מקיים א מצוה מיט א חפץ שבעולם,

ווערט עי״ז אויסגעפירט דער "בשביל",

די מטרת הבריאה פון דער באשטימטער זאך 45

(אז זי איז בשביל התורה ובשביל ישראל)

ובמילא ווערט דאס א חפץ של מצוה וכו'.

ולדוגמא: ווען א איד מאכט פון עור הבהמה קלף פאר ס״ת תפילין ומזוזות,

ווערט דורכדעם דורכגעפירט מטרת

(בריאת)

עור הבהמה,

עס ווערט פון דעם קלף א חפצא דתורה ובגלוי.

וויבאלד אז אויך זמן איז א נברא 46 ,

איז מובן,

אז אזוי איז אויך בנוגע מציאות הזמן,

אז ער איז "בשביל התורה ..

ובשביל ישראל".

און דאס איז דער תוכן פון מצות קדוש החודש: דורך דעם וואס אידן זיינען מקדש חדשים — ר״ח ומועדים — זיינען זיי מגלה ווי די אמיתית מציאות פון זמן איז בשביל התורה ובשביל ישראל.

און ווי דוד המלך איז מפרש 47

,

עשה ירח

(איז דאס)

למועדים".

וכשם ווי דאס איז בנוגע לכל עניני הבריאה,

אז די כוונה איז ניט בלויז אין א חפץ מסויים אז אין אים זאל זיך דורכ־ פירן מטרת בריאתו,

נאר די כוונה איז אז דאס זאל אויפטאן

(אדער — מוסיף

זיין)

אין דער גאנצער בריאה 48

ובכל פרטי׳ — וואס דאס ווערט עי״ז וואס יעדע זאך אין דער בריאה "העלפט ארויס" און איז מוסיף א אידן בעבודתו 49 ,

און דאס טיילט זיך אין כמה דרגות 50

: מכשירי מצוה,

מכשיר למכשיר וכיו״ב,

עד״ז

(און נאכמער 51 )

איז בנוגע לזמן,

אז די השלמת מטרת הבריאה פון די חדשי השנה איז ניט בלויז בזה וואס מ׳איז קובע און מקדש דעם ר״ח אדער מועדי השנה 52 ,

ד.

ה.

ימים מסויימים

בחודש,

נאר ווען עס ווערט דערהערט אין דעם גאנצן המשך הזמן

(אויך לאחרי הר״ח כו׳)

דער בשביל התורה ובשביל ישראל.

און דאס איז דורכדעם וואס ב״ד איז מקיים די "מ״ע ..

לחשב ולידע ולקבוע באי זה יום תחלת כל חדש מחדשי השנה",

וואס צוליב דעם דארף דאך ב״ד אויסרעכענען און וויסן די פרטי החשבונות פון מהלך הלבנה כו׳

(און "יודעין מקומות הכוכבים ומהלכם כו׳" 53 ).

דאס הייסט: נוסח אויף דער פעולה אין דעם זמן פון חדשי השנה דורך דער קביעות וקדוש 54

ר״ח אויך צוליב די מועדות 55 ,

וואס אין דעם אופן איז דער זמן שבינתיים בלויז ווי א מעין הכשר צו קדושת הזמן פון די מועדות

(ווייל בכדי עט זאל זיין ר״ח ומועדי השנה דארף מען האבן

(און וויסן)

דעם גאנצן המשך הזמן פון דעם חודש וכו')

— איז נאכ־ מער: דער עצם חשבון — וואס ב״ד "יחשבו וידעו אם יראה הירח" 56 ,

וואס

דאס איז דאך בנוגע דעם גאנצן המשך פון מהלך הלבנה פון דעם גאנצן חודש — איז א טייל פון דער מצות עשה גופא .

די מ״ע איז ניט נאר דער מקדש זיין דעם טאג פון ר״ח,

נאר דער " יחשבו וידעו"* 56 ,

אז אין דעם גאנצן המשך הזמן גופא שטייט בגלוי דער "בשביל התורה ..

ובשביל ישראל" 57 .

ט.

ויש לומר אז

(אויך)

מטעם זה איז מצות קדוש החודש "מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל":

דער בשביל התורה ובשביל ישראל אין עניני הבריאה בכלל איז ניט באופן ישר ובגלוי בכל הבריאה כולה: פאראן חפצים וואס ווערן אליין קדושה אדער מצוה,

אדער תשמישי קדושה ותשמישי מצוה,

אדער למטה מזה,

וואס א איד טוט לשם שמים 58

אדער "בכל דרכיך דעהו" 59

; און עס זיינען פאראן זאכן וואס זיי זיינען בלויז מכשיר אדער מכשיר דמכשיר,

צי נאך ווייטער ביז אז באופן ישר ובאופן גלוי איז ניטא קיין קשר צווישן זיי מיט א אידן און מיט תורה,

און נאר וואס דורך א פעולה מיט איין פרט פון דעם מין ווערט אן עלי׳ אין דעם גאנצן מין

[ע״ד ווי דער אלטער רבי איז מסביר אין תניא 60

בנוגע לקרבנות,

אז דורך הקרבת בהמה אחת "הי׳ כל החי עולה לה׳ ..

וכל הצומח ע״י עשרון סולת אחד בלול בשמן כו׳",

ועד״ז

(און נאכ־ מער)

בצדקה,

וואס דער "חומש מעלה עמו כל הארבע ידות לה׳ להיות מכון לשבתו ית׳"].

אין זמן הנ״ל אבער,

באשטייט די מצות קדוש החודש אין דעם וואס ב״ד דארף "לחשב ולידע ולקבוע באי זה יום תחלת כל חודש מחדשי השנה״ — די מצוה און די פעולה פון אידן

(ב״ד)

איז אין דעם גאנצן זמן 61

החודש באופן ישר.

יו״ד.

עפ״ז יש לבאר דיוק לשון הרמב״ם בריש הל׳ קדוש החודש: "והשנים שאנו מחשבין הם שני החמה שנאמר 62

שמור את חודש האביב".

דער פירוש הפשוט בזה איז 63

: בהמשך צו תחלת ההלכה "חדשי השנה הם חדשי הלבנה",

ד.

ה.

א חודש איז ניט א צוועלפט חלק פון שנת החמה ,

נאר

(חדשי)

הלבנה ,

וועלכע באשטייען פון

(לערך)

ניין און צוואנציק מיט א האלבן טעג.

און אויף דעם איז דער רמב״ם ממשיך,

אז אעפ״כ,

וויבאלד אז פסח מוז זיין בחודש האביב,

און די תקופות השנה ווערן באשטימט דורך

(מהלך ה)

חמה,

וואס א שנת חמה איז מיט

(לערך)

עלף טעג לענגער ווי א שנת לבנה,

רעכנט מען די יארן לויטן מהלך החמה,

און דערפאר איז יעדערע צוויי דריי יאר

מאכט ב״ד אן עיבור יאר

(ווי דער רמב״ם איז ממשיך בהלכה שלאח"ז 64 ).

און ווי דער רמב״ם איז מפרש אין די ווייטערדיקע פרקים אז "הדברים שהן העיקר שמעברין בשבילן כדי שיהיו השנים שני החמה" 65 .

פון פשטות לשון הרמב״ם איז אבער משמע אז דאס איז ניט נאר צוליב מועדות,

אז פסח זאל זיין בזמן האביב

(ובפרט אז דאס דערמאנט ער בכלל ניט אין דער הלכה; ער ברענגט נאר דעם

(חלק ה)

פסוק ,

שמור את חודש האביב"),

נאר דאס איז א דין אין דער שנה בכלל,

אז עס זאלן זיין שני חמה 66 ,

נאר מען לערנט דאס אפ פון "שמור את חודש האביב" 67 .

דארף מען פארשטיין: אע״פ אז דער מחזור,

די כללות המשך יט׳ השנים איז מתאים מיט שני חמה,

מצד דעם חודש העיבור וואס מ׳איז מוסיף

[און לסוף המחזור

(י״ט שנה)

גלייכן זיך אויס די שנות הלבנה מיט די שנות החמה ביז אז "לא ישאר ממנין ימי החמה בכל תשע עשרה שנה חוץ משעה אחת וארבע מאות ושמנים וחמשה חלקים" 68 ],

איז אבער לפועל יעדער יאר בפ״ע — אלע שנים — ניט קיין שנת חמה,

שס״ה ימים,

נאר

(צוועלף חדשי הלבנה —)

שנ״ד יום 69 ,

אדער

(דרייצן חדשי הלבנה —)

שפ״ג יום 69 .

יא.

ע״פ הנ״ל יש לומר: וויבאלד אז די מצוה פון קדוש החודש איז צו מגלה זיין די מטרת בריאת הזמן בשביל התורה ובשביל ישראל,

כנ"ל,

אז עס ווערט א תורה׳דיקע מציאות — איז מובן וואט דער רמב״ם איז מדגיש " והשנים שאנו מחשבין הם שני חמה ",

ווייל די כוונה איז פועל׳ן דורך דער מצוה אין יעדן פרט פון זמן; ניט נאר אין דעם חלק פון זמן פון ,

חודש"

(וואס איז פארבונדן מיט סיבוב הלבנה ),

נאר אויר אין דעם זמן פון "שנה"

(וואס איז פארבונדן מיט סיבוב החמה — ווארום אין ללבנה שנה כלל 70 ).

ובמילא איז ניט גענוג דאס רעכענען די תקופות כו׳ לויט מהלך השמש בלויז

(צוליב וויסן ווען צו מוסיף זיין א חודש העיבור)

בכדי פסח וחודש ניסן זאלן זיין בזמן האביב 71

(וואס איז בלויז א פרט ודין אין חדשי השנה),

נאר דער זמן פון שנה גופא ודכולה דארף ווערן א תורה׳־ דיקע מציאות מצ״ע

(וואס דורך דעם ״קומט״ ער — דער זמן החמה — למטרת בריאתו).

און דאס איז דורך דעם וואס ב״ד רעכענען שני החמה גופא.

וואס דערפאר געפינט מען כמה דינים ומצות התורה וואס זיינען פארבונדן מיט שנת החמה 72

(שס״ה

יום) 73

— ולדוגמא: קטורת וואס "היתה נעשית

[און יעדער יאר און אלע יארן]

שס״ה מנה ..

כנגד ימות החמה״ 74

— ואע״פ וואס דורך דעם האט מען גע ־ מוזט דערנאר פודה זיין די שיריים ומורידם מקודש לחול 75

— וואס צוליב דעם דארף זיין ״מחשבין..

שני חמה " כפשוטו 76

.

יב.

על פי כל הנ״ל איז אויר מובן דער קשר צווישן "פתח בבראשית..

כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים" מיט "החודש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל"

(וכנ״ל סעיף ג — אז די צוויי ענינים האבן א שייכות צווישן זיך)

:

דער ענין פון "כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים״ — כיבוש ארץ ישראל — איז מרמז,

ווייזט

(אויך)

אויף 77

דעם "וכבשוה" 78 ,

כיבוש פון

(גשמיות ה)

עולם,

אידן "נעמען זי איין" און מאכן דערפון קדושה

(ע״ד ארץ ישראל,

ארץ הקודש).

ד.

ה.

המשכת הקדושה אין מקום .

און דאס איז דער קשר צום תוכן הענין פון ״החודש הזה לכם" — וואס ענינו איז די המשכת הקדושה אין זמן ,

אז אע"פ וואס "זמן" איז א חלק פון דער בריאה ובאופן — אז מען קען עם ניט מאכן ליינגער אדער קירצער,

און איז שייך בגדריו — עבר הווה עתיד — בשווה צו אלעמען,

מאכן אידן דערפון א זאך

(חפצא)

פון תורה און מצות; און ניט נאר "חדשי הלבנה" וואס "ישראל מונין ללבנה" 79

(דערפאר וואס זיי זיינען דומים ללבנה),

און וואס איז פארבונדן דירעקט מיט די מועדים,

נאר אויך "שני חמה" וואס זיינען לכאורה פארבונדן מיט אוה״ע וועלכע מונים לחמה 79

— איז אויך דאס מאכן אידן איבער,

אז "השנים שאנו מחשבין הם שני חמה"; אויך דאס ווערט א אידישער זמן,

א אידישער יאר און א פרט אין מצוות התורה,

"ראשון הוא לכם לחדשי השנה ".

און דורך דער עבודה פון כיבוש הארץ ברוחניות,

און אויר "כיבוש" הזמן,

איז מען ממהר בפועל אז כיבוש א״י זאל אויך זיין בגשמיות,

בביאת משיח צדקנו,

וואס "מקבץ נדחי ישראל" 80

,

און דע־ מאלט וועט זיין "ואשיבה שופטיך

ענינם — תורה)

כבראשונה" 81 ,

און עס וועט ווידער זיין "מחשבין וקובעין חדשים ומעברין שנים ..

בארץ ישראל" 82

ע״פ הראי׳ דורך די סנהדרין 83

וואס מקומם ותוקפם״ איז — בלשכת הגזית שע״י המזבח" שבבית המקדש בארץ ישראל,

במהרה בימינו ממש.

(משיחות ש"פ תזריע תשי"ז,

שבת בראשית

(התועדות ב)

תשד"מ)

Reader controls and commentary are loading.