B"H
🏡

Ikar

כ"ד טבת ב

א.

עס איז ידוע וואס דער של״ה 1

שרייבט,

אז אלע מועדי השנה — אלע באשטימטע

(אויסגעטיילטע)

טעג פון יאר

(וי״ל — כולל די ימי הולדת און ימי ההילולא פון צדיקים שדומים לבוראם 2

וכיו״ב)

— זײנען מרומז אין די פרשיות התורה וואם ווערן געלייענט

(און געלערנט)

אין די זמנים ווען אט די מועדים זיינען חל.

דערפון איז פארשטאנדיק בנוגע כ״ד טבת,

דער יום ההילולא פון אלטן רבי׳ן,

וואס איז חל

(ברוב השנים — כבשנה זו)

אין דער וואך פון פ׳ וארא,

אז עס איז דא א רמז אין פ׳ וארא 3

אויף "מעשיו ותורתו ועבודתו" 4

פונעם אלטן רבי׳ן

(וועלכע קומען לידי שלימותם ביום ההסתלקות 5 ).

— איינע א געמיינזאמע נקודה וועל־ כע בינדט צוזאמען דעם נאמען פון סדרה — ״וארא״ — וואס דער שם הסדרה ברענגט ארויס דעם תוכן פון דער גאנצער סדרה

(כמדובר כמה פעמים 6 )

— מיט דעם נאמען פון אלטן רבי׳ן:

דער ערשטער נאמען פון אלטן רבי׳ן

(זיין עיקר נאמען — השם בלשון הקודש 7 )

איז "שניאור",

וואס דער טייטש פון ״שניאור״ איז: שני אור

(צוויי אורות) 8 .

ד.

ה.

דער ענין פון ליכטיקייט.

אויך ״וארא״,

וואם מײנט איך האב זיך באוויזן — האט דעם זעלבן תוכן ווי

(פעולת ה)

אור: דער אויפטו פון אור איז 9

ניט צו מוסיף זיין נייע זאכן,

נאר צו מאכן ליכטיק,

און דערמיט צו דערמעגלעכן אז די זאכן וואס זיינען דא

(פון פריער)

זאלן געזען ווערן; דער תוכן פון "וארא".

ויש לומר אז אין ווארט ״וארא״ איז אויך מרומז דער עניו פון ״שני אור״ — צוויי אורות,

וואם די צוויי אורות פון אלטן רבי׳ן זיינען דאך

(ווי דער בעש״ט האט געזאגט 10 )

דער אור פון נגלה דתורה און דער אור פון נסתר דתורה:

דער ווארט ״וארא״ אנטהאלט די אותיות "אור א",

וועלכע זיינען מרמז אויף צוויי אורות: התחלתו די אותיות "ואר",

וועלכע שטעלן צונויף דעם ווארט ״אור״ במפורש — כנגד דער אור פון נגלה 11

: און דער אות א׳,

וואס איז ר״ת אור

(דער "אור" שטייט בהעלם,

אין

א ר״ת),

איז מרמז אויף דעם אור פון נסתר 11

דתורה.

ב.

וויבאלד אז דער נאמען פון אלמן רבי׳ן האט דעם באדייט פון ליכטיקייט,

איז פארשטאנדיק,

אז דאס איז אויך געווען פון די עילוים פון "מעמיו ותורתו ועבודתו* פון אלטן רבי׳ן.

איז דער ביאור בזה: אויפטו עקרי פון אלטן רבי׳ן איז געווען — דער גילוי פון תורת חסידות חב"ד.

ובלשון נשיא דורנו כ"ק מו״ח אדמו״ר 12

: דער גרינדער פון חסידות חב"ד — חכמה בינה ודעת — און דער ערשטער נשיא פון חסידי חב״ד,

ער האט אראפגעטראגן די ענינים פון תורת החסידות הכללית

(וואס איז נתגלה געווארן דורכן בעש״ט און דעם מגיד)

אין חכמה בינה דעת,

אין אן אופן אז יעדערער זאל דאס קענען פארשטיין בשכלו.

און אזוי אויך בנוגע דעם "אור" פון נגלה דתורה — חיבור השולחן ערוך שלו — אז פון די עיקרי החידוש בזה איז געווען אין דעם וואס ער האט ארויסגעגעבן ״הלכות בטעמיהן ..

מילתא בטעמא" 13

דוקא,

כדי אז דער וואם לערנט זיי זאל ניט נאר וויסן דעם דין ווי צו פירן זיר בפועל,

נאר ער זאל אויך פארשטיין די הלכה על בורי׳.

און דאם איז דער ענין פון ״אור" — וואס חכמה ושכל ווערן אנגערופן "אור" 14

: דורך באנעמען אן ענין מיט שכל,

מיט פארשטאנד,

ווערט די זאך "ליכטיק",

אפן פארן מענטשן: ווען מען

פארשטייט א זאך זעט מען די זאך לאמיתתה,

מען זעט וואס די זאך איז באמת.

בשעת מען גלויבט אין א זאך,

אפילו ווען דאס איז באמונה אמיתית אין וועלכער ס׳איז ניט שייך קיין ספיקות,

וויבאלד אבער אז מ׳האט אין דעם ניט קיין פארשטאנד — איז די זאך ניט "אפן" פאר אים: מען ווייס בוודאות אז די זאך איז אזוי,

אבער די "ליכטיקייט" פון שכל טוט אויף אז מען זעט די זאך בכל פרטי׳,

ביז אז עס קען קומען און עם קומט בפועל צו א "יחוד נפלא",

אז המשכיל והשכל והמושכל ווערן איין זאך 15 .

ג.

און דאס איז דער אויפטו פון דעם אלטן רבי׳ן אין גילוי תורת חסידות חב״ד

(דעם "אור" פון נסתר דתורה)

:

ביז דעם זמן פון דעם אלטן רבי׳ן זײנען די ענינים פון תורת החסידות געלערנט געווארן ע"י רובם

(ככולם)

אין אן אופן פון

(נעמען — עכ"פ פרטי הענינים מיט)

אמונה — "וצדיק באמונתו יחי׳" 16 ,

דורך אמונתו

(התקשרותו)

מיט׳ן צדיק וועט עם,

האט עם דער צדיק מחי׳ געווען

(וויילע בא דעם וועמען מ׳האט מחי׳ געווען האט געפעלט חיות,

"אור")

:

דער אלטער רבי,

דורך גילוי חסידות חב״ד,

איז ״התחיל להאיר״ 17

— די

ענינים פון תורת החסידות זיינען אנטפלעקט געווארן צו יעדן איינעם.

און דאס זעלבע איז אויר בנוגע דעם "אור״ פון נגלה דתורה — חיבור השולחן ערוך:

דער ענין פון א שולחן ערוך איז — צו וויסן הלכה למעשה.

דערפאר זיינען אין דעם לכאורה 18

ניט נוגע די טעמים,

די שקו״ט כו׳ ארום דער הלכה,

נאר בלויז די מסקנא פון דער הלכה.

למעשה,

ווי דער מענטש דארף טאן בפועל 19 .

אבער וויסנדיק בלויז די הלכות פסוקות,

אן זײערע טעמים,

איז זייער אופן הקיום

(בעיקר)

נאר מיט קבלת עול; ער פאלגט דעם שו״ע און איז מקיים די מצוה ובשלימותה

(ובמילא האט ער וואס א מצוה טוט אויף — צוותא 20

וחיבור כו')

— אבער דאס לייכט ניט ביי אים.

ביז אז דער ב״י זאגט 21

(און באווארנט עי״ז את הנ״ל)

בנוגע זיין שו״ע,

אז עם קומט בהמשך און איז מיוסד אויף ספרו הבית יוסף.

דער אלטער רבי,

דורך חיבור השו״ע אין אן אופן פון ,

הלכות בטעמיהן" דוקא,

האט באלויכטן אויך דעם ענין פון קבלת עול 22

השולחן ערוך: אויך ,

שולחן ערור״ — הלכה למעשה — דארף האבן אין זיר טעמי ההלכות,

כדי אז דער קיום המצוה זאל זייו אויר איו א ליכטיקן אופן,

מיט הבנה והשגה.

(משיחות ש"פ וארא תשמ״א,

ש"פ תבא

(ח"י אלול)

תש"מ)

Reader controls and commentary are loading.