B"H
🏡

Ikar

כ'-כ"ד טבת א

א.

כ׳ טבת — דער יום ההילולא פון רמב״ם 1 ,

און כ״ד טבת,

דער יום ההילולא פון דעם אלטן רבי׳ן 2 ,

פאלן אויס בכמה שנים

(ווי בקביעות שנה זו)

אין דער זעלבער יואר און — פון פרשת וארא.

און ע״פ הידוע וואס דער אלטער רבי

(דער בעל ההילולא)

בעצמו איז מבאר,

אז ביום ההסתלקות

(פון א צדיק)

ווערן נכלל און זיינען עולה למעלה "כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד בה כל ימי חייו" 3

און דאם איז "מתגלה ומאיר בבחי׳ גילוי מלמעלה למטה" 4

— און אזוי ווי דאס איז בשעת ההסתלקות,

עד״ז איז עם אויר אין דעם טאג פון יארצייט יעדן יאר — ווי פאר־ שטאנדיק אויך פון מנהגי יארצייט יעדן יאר,

וועלכע זיינען דאר פארבונדן מיט דער הסתלקות —

איז מובן

(לפי הידוע 5

אז אלע ענינים ומאורעות פון דער וואך זיינען מרומז אין דער פרשה פון דער וואר),

אז דער תוכן פון "מעשיו ותורתו ועבודתו" סיי פון רמב״ם און סיי פון דעם אלמן רבי׳ן זיינען מרומז בפרשה זו — "וארא" 6 .

ב.

אין דעם ענין פון "מעשיו ותורתו ועבודתו" געפינט מען נקודות משותפות בא דעם רמב״ם מימן אלטן רבי׳ן 7 .

כידוע פון דברי ימי ישראל וועגן דער גרויסער השתדלות און עסקנות פון רמב״ם לטובת ישראל,

אין אן אופן פון מסירת נפש אויף אויפצוהויבן מצבם של ישראל סיי בגשמיות,

און סיי ברוחניות 8

— צו מקרב זיין אידן לה׳ ולתורתו 9

און ווי ער שרייבט אין איינע

פון זיינע תשובות 10

אז ווען ער איז געקומען אין מצרים "מצאנו נגע עון גדול אשר פשט ברוב הציבור בעונותינו והוא כי ..

שכחו דיני תורתנו והקילו מאוד כו׳״׳ און ער האט

(אנגע־ הויבן די ענינים מתקן זיין און זיי)

מתקן געווען.

ועד״ז איז געווען בא דעם אלטן רבי׳ן,

וואם זײענדיק נאך א צעיר בימים האט ער ארויסגעהאלפן אידן

(ובפרט מיטן געלט וואס ער האט באקומען אלם נדן — קודם שעסק בעניני פרנסתו)

פשוט בגשמיות 11 ,

און אזוי אויך לרומם קרן ישראל ברוחניות,

כמפורסם בדברי ימי חייו,

וועגן די אלע תקנות וואם ער האט מתקו געווען 12 ,

און זיין עבודה בעשיית בעלי תשובה 13 ,

ועוד.

עד״ז איז אויר בנוגע תורתן של הרמב״ם ואדמו״ר הזקן: ביידע האבן באלויכטן די וועלט סיי אין תורת הנגלה,

ביז צו הלכות פסוקות; ועד״ז בנוגע "הנסתרות לה׳ אלקינו" 14 ,

אין ידיעת ועבודת ה׳:

ביי דעם רמב״ם — בתורת הנגלה,

אין ספרו יד החזקה,

משנה תורה,

וואם איז "מקבץ לכל תורה שבעל פה כולה" 15 ,

ווי ער איז דאס מבאר בארוכה בהקדמתו לספרו משנה תורה; און אין

תורת הנסתר 16

(אויף וויפל דער ענין פון מעשה מרכבה און מעשה בראשית 17

האט געקענט אראפקומען בגילוי בזמן הרמב״ם 18 )

— אין די ערשטע פרקים פון ספרו משנה תורה און באריכות גדולה בספרו מורה הנבוכים 19 .

און בײ דעם אלמן רבי׳ן: תורת הנגלה — שולחן ערוך שלו 20

; און תורת הנסתר — בספר התניא,

וואס איז די תורה שבכתב 21

פון תורת החסידות — ובריבוי המאמרים פאר דעם תניא ולאחריו.

און בשניהם ווערן ביידע ענינים אויך אויסגעדריקט אין זײערע שמות

(וואם .

שמו אשר יקראו לו״ װײזמ,

כידוע,

אױף דעם מהות האדם 22 ).

און ווי באוואוסט 23

וועגן דעם נאמען פון דעם אלמן רבי׳ן,

אז "שניאור"

(דער ערשטער נאמען זײנער)

באשטײט פון צוויי ווערטער "שני אור"

(צוויי אורות) 24 ,

וואט דאס מיינט,

ווי דער בעש״ט האט געזאגט",

אז דער אלטער רבי וועט באלײכטן די וועלט מיט די צוויי ליכטיקײטן פון תורת הנגלה און תורת הנסתר:

ועד"ז בנוגע לשמו של הרמב״ם — משה,

וואט .

תורה אוה לנו משה״ 26

(גאנץ תורה,

סײ גליא און סיי נסתר),

וכפתגם הידוע וועגן דעם רמב״ם: ממשה עד משה לא קם כמשה 27 .

ועוד זאת להעיר: ס׳איז מנהג ישראל אז בשעת מ׳שרייבט שמו של הרמב״ם בר״ת איז דער ערשטער מ"ם א מ״ם פתוחה און דער אוױיטער — א מ״ם סתומה 28 .

און ס׳איז ידוע מאמר

רז־ל 29 ,

אז מ״ם פתוחה ומ״ם סתומה זיינען מרמז אויף "מאמר פתוח מאמר סתום",

גליא דתורה און נסתר דתורה.

ג.

דער בד השווה פון ספרי הרמב״ם און דעם אלמן רבי׳ן

(הנ״ל)

איז בולט בכמה וכמה פרטים:

א)

בסיבת ומטרת חיבורם: בשייכות לספר היד איז דער רמב״ם מאריך בהקדמתו 30

װי בזמנו "תקפו הזרות יתירות ודחקה השעה את הכל ואבדה חכמת כו׳ לפיכך אותם הפירושים כו׳ נתקשו בימינו ואין מבין עניניהם כראוי ,.

ואין צריך לומר הגמרא עצמה כו׳ שהם צריכין דעת רחבה כו׳ וזמן ארוך כו׳ ומפני זה נערתי ..

וראיתי לחבר דברים המתבררים מכל אלו החיבורים כו׳ כולם בלשון ברורה ודרך קצרה עד שתהא תורה שבעל פה כולה סדורה בפי הכל בלא קושיא ולא פירוק.

לא זה אומר בכה וזה בכה.

אלא דברים ברורים קרובים נכונים כו׳ הלכות הלכות".

עד״ז בנוגע דעם חיבור השו״ע פון דעם אלטן רבי׳ן,

שרייבן די .

רבנים בני הגאון המחבר ז*ל* אין זייער הקדמה צום שו*ע: .

ומפני שצרכי ישראל מרובים ובפרט בצוק העתים הללו בו׳ וע*כ דעתם קצרה לבוא בארוכה 31

בעיון ים התלמוד והפוסקים לידע בו׳ וגם לגדולים אשר להם יד ושם בתלמוד תכבד עליהם העבודה להכריע בין הפוסקים לאסוקי שמעתתא אליבא

דהלכתא ..

כי ברוב המקומות יש דיעות מחולקות זה מקשה וזה מפרק כו׳ אשר על כן כו׳ משמיא אסכימו ..

למצוא איש אשר רוח אלקים בו להבין ולהורות הלכה ברורה מתון ומסיק אליבא דהלכתא הלכות בטעמיהן ..

בלשון צח ..

להוציא לאור תמצית ופנימית טעמי הלכות הנזכרים בכל דברי הראשונים והאחרונים זקוקים שבעתיים כל דבור על אופניו בלי בילבול ותערובות ופסק ההלכה המתברר ויוצא מדברי כל הפוסקים עד חכמי זמנינו*.

[און ווי גערעדט כמה פעמים,

אז כאטש דער סדר פון דעם אלטן רבי׳נס שו*ע אה ניט לויטן סדר פון ספר היד נאר לויטן סדר פון שו״ע המחבר,

איז אבער סגנונו ולשונו קרוב צום לשון הרמב״ם 32 ].

ב)

אויך אין התחלת ספרים הנ*ל,

איז כשם ווי דער רמב״ם הויבט אן זיין ספר מיט די ווערטער "יסוד היסודות ועמוד החכמות*,

וואם זייערע ראשי תיבות איז הוי׳ 33

— כידוע 34

דברי נכדו ר׳ דוד הנגיד ,

בי משנה תורה שחבר זקנו הרמב״ם מתחיל בשם המפורש״ 35

— עד*ז פאנגט זיר אן שו*ע אדמו״ר הזקן

(במהדורא תניינא 36 )

מיט "יהודה בן

תימא אומר*,

וואס מהטעמים שיש לומר בזה איז 37 ,

ווייל שם יהודה איז ,

כולו על שמו של הקב״ה 38

— ס׳איז דא אין אים דער גאנצער שם הוי׳.

ג)

אזוי אויך בנוגע תוכן התחלת הספרים: ברמב*ם — ,

לידע שיש שם מצוי ראשון והוא ממציא כל נמצא וכל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמתת המצאו*.

ועד*ז איז דער תוכן פון די ערשטע סעיפים אין דעם אלטן רבי׳נס שו*ע:

(ע*ד פון ,

יסוד היסודות כו׳ לידע שיש שם מצוי ראשון* —),

כלל 39

גדול בתורה ..

כמ״ש 40

שויתי ה׳ לנגדי תמיד*

(ווי דער אלטער רבי איז אין דעם מאריך 41 ),

הוי עז כנמר וקל כנשר רץ כצבי וגבור כארי לעשות רצון אביך שבשמים* 42 ,

וואס,

ווי גערעדט אמאל בארוכה 43 ,

איז דאס וואס מען לערנט אם די מדות

(עז..

קל ..

רץ ..

גבור)

פון בע*ח דוקא קומט מדגיש זיין,

ווי די גאנצע מציאות פון א נמר נשר צבי וארי

(ועד*ז אלע ענינים שבהבריאה)

איז ,

(אמיתת המצאו*,

ובמילא)

בשביל ישראל ובשביל התורה 44 ,

אז ישראל ע*פ וע*י התורה זאלן זיי נוצן כדי ,

לעשות רצון אביך שבשמים*.

ד.

ע*ד ווי עס איז פאראן דער צד השווה אין די ספרי נגלה פון רמב״ם און אלמן רבי׳ן,

אזוי אויך בנוגע זייערע ספרים וואס זיינען פארבונדן מיט ,

הנסתרות לה׳ אלקינו*:

א),

ארבעה פרקים אלו״ — די ערשטע פון ספרו היד 45

— ובארוכה תוכן הספר מו״נ,

איז ניט נאר אויף מוסיף זיין ידיעות אין אלקות וכיו״ב,

נאר ענינם

(ובפרט דהספר מו״נ — כשמו של הספר)

— איז ,

מורה הנבוכים,

אויף אריינגעבן א קלארקייט און ליכטיקייט אין די וועלכע זיינען נבוכים אין דיעות 44

; ומעין זה איז בנוגע צו ספר התניא,

אז אפילו איינער וואם ,

שכלו ודעתו מבולבלים ובחשיבה יתהלכו בעבודת ה"

(און דערפאר קען ער ניט אפלערנען א דרך אין עבודת ה׳ פון אנדערע ספרים) 47 ,

ווערט אים ליכטיק דורך דעם ספר התניא,

און ווי דער אלטער רבי שרייבט אין דער הקדמה 48 ,

"וכולם הן תשובות על שאלות רבות אשר שואלין בעצה כו׳ בהן ימצא מרגוע לנפשו ועצה נכונה לכל דבר הקשה עליו בעבודת ה".

ב)

להעיר ולהוסיף 49

: עד*ז איז אויך בנוגע די פסוקים וועלכע דער רמב״ם ברענגט בתחלת ספרו בספר המדע:

משוך חסדך ליודעיך וצדקתך לישרי לב 50

און בספרו מו״נ 51

: ,

הודיעני דרך זו אלך כי אליך נשאתי נפשי 52 ,

אליכם אישים אקרא וקולי אל בני אדם 53 ,

הט אזנך ושמע דברי חכמים ולבך תשית לדעתי" 54

— איז כעין ודוגמת ענינם פאראן אין תחלת ספר התניא:

אין שער־בלאט שרײבט דער אלטער רבי 55

: "לבאר היטב איך הוא קרוב מאד בדרך ארוכה וקצרה* — בדוגמת התוכן פון "משוך חסדך* און פון ,

הודיעני דרך זו אלך* פון תורה ומצות: די הקדמה פאנגט ער אן מימן פסוק ,

אליכם אישים אקרא*

(דער צווייטער פסוק שבמו*נ)

: און דערנאך איז ער ממשיך

(מימן פסוק 56 ),

שמעו אלי רודפי צדק מבקשי ה׳״ — כעין הענין פון דריטן פסוק שבמו*נ: .

הט אזנך ושמע דברי חכמים ולבך תשית לדעתי" 57 .

ה.

ע*פ כל זה יש להסביר די שייכות פון די צוויי ימי ההילולא פון רמב*ם און אלטן רבי׳ו — כ׳ און כ*ד טבת — צו פרשת וארא:

אידן זײנען אין מצרים געווען אין מצב פון גלות פון ,

דעת שמי הוי׳ 58 ,

מצב פון "נבוכים",

ובחושך יתהלכו: און ווי דער רמב*ם שרייבט בספרו 59

,

עד שארכו הימים לישראל במצרים וחזרו ללמוד מעשיהן כו׳ וכמעט קט הי׳ העיקר ששתל אברהם נעקר וחוזרין בני יעקב לטעות העולם ותעיותן*.

און דער אויבערשטער האט געשיקט משה׳ן 60 ,

אמור לבני ישראל אני ה׳ והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים גו׳ וידעתם כי אני ה׳ אלקיכם גו".

וואס די ,

סבלות מצרים*,

פון וועלכע די אידן האבן געליטן,

זיינען געווען ניט נאר בגשמיות,

נאר אויר

(ובעיקר)

ברוחניות — און דער אויבערשטער האט געשיקט משה רבינו זיי אויסצולייזן פון אט די "סבלות".

ווי אזוי זיינען אידן צוגעקומען צו ד ער גאולה רוחנית,

וויבאלד אז ,

לא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה" 61 ?

— איז דאס אויר מרומז אין שם הסדרה — ,

וארא*,

וואם בפשטות מיינט עם אז ס׳איז געווען א התגלות אלקות באופן דראי׳,

ביז אז עס זאל זיין "נודעתי כו׳ במדת אמיתית שלי״ 62 .

און דאם איז אויך די כוונה פון פשטות הכתובים וואס דער אויבער־ שטער האט געזאגט משה׳ן 63 ,

אז צו די אבות האט ער זיך באוויזן "בא־ל שד*י ושמי הוי׳ לא נודעתי להם*,

און צו אים,

בכדי ארויסצונעמען אידן פון מצרים,

איז געווען דער גילוי פון ,

אני הוי",

העכער פון "א־ל שד*י*.

דעריבער,

באמש אז מצד מדריגתם בשעת הדיבור הזה למשה — זיינען די אידן נאד געווען בגלות

(הדעת)

במצרים,

אבער מצד דער התגלות פון ,

אני הוי׳* במדת אמיתית שלי 64 ,

האט דער גילוי גע׳פועל׳ט און באלויכטן די אידו אויר ווי זיי געפינען זיר תחת סבלות מצרים און זיי זיינען פון דארט אויסגעלייזט געווארן.

ו.

ויש לומר אז עד*ז איז אויר בנוגע די ספרים פון דעם רמב״ם און דעם אלמן רבי׳ן,

אז זיי זיינען אין אן אופן פון ,

וארא*,

א התגלות מיוחדה.

דער אויפטו אין תורתו של הרמב״ם און אדמו״ר הזקן הנ״ל איז

(ניט נאר וואס זיי זיינען געשריבן דורד זיי עצמם און ניט דויד תלמידיהם,

נאר)

אין דעם וואס די ענינים וועלכע זיינען בבחי׳ תורה שבע*פ זײנען דורד זיי אראפגעקומען אין אן אופן פון "

(תורה שב)

כתב* — קרוב מוכן ומזומן לכאו״א:

איידער דער רמב״ם האט געשריבן ספרו משנה תורה,

זיינען רוב ענינים פון תורה שבע״פ

(אויר חיבורים ופירושים פון זמן הגמרא ביזן זמן הרמב״ם)

געבליבן ביי רוב מענטשן באופן פון תורה שבע*פ — צוליב דעם ריבוי הדיעות ומחלוקות,

קושיא ופירוק זה אומר כה וזה אומר כה,

איז דאם ניט געווען מוכן וגלוי פאר אלעמען ווי דער רמב״ם איז מאייר בהקדמתו 65 .

משא״כ

אין חיבור הרמב״ם זיינען דאם .

דברים המתבררים מכל אלו החיבורים בו׳ כולם בלשון ברורה ודרך קצרה* באופן אז ס׳איז געווארן "תורה שבעל פה כולה סדורה בפי הכל" און .

כל הדינין גלויין לקטן ולגדול בדין כל מצוה ומצוה ובדין כל הדברים שתיקנו חכמים ונביאים",

ביז אז מ׳דארף ניט אנקומען "לחבור אחר בעולם בדין מדיני ישראל",

וואם דערפאר האט ער אנגערופן ספרו .

משנה תורה״ — "לפי שאדם קורא בתושב״כ תחלה ואח״כ קורא בזה ויודע ממנו תורה שבעל פה כולה" 66 ,

— דעמאלט איז תורה שבעל פה כולה,

וואם איז געווען אנטפלעקט פריער נאר צו ״מעט במספר״ 67 ,

געווארן פאר יעדן איינעם ע״ד ווי תורה שבכתב.

ד.

ה.

אע״פ אז מימי רבי האט מען פארשריבן תושבע״פ,

ווייל מצד "עת לעשות לה׳ הפרו תורתך״ 68

איז אראפ די הגבלה 69

פון ״דברים שבע״פ אי אתה רשאי לאומרן בכתב",

אעפ״כ,

מצד ירידת הדורות נאך דעם זמן פון רבי,

זיינען אויך פארשריבענע ענינים גע־ בליבן ע״ד און אין אופן פון תושבע״פ — ניט ידוע וגלוי פאר יעדן איינעם "שילמדוהו במהרה ולא ישכח" 70 .

וכשם ווי דאס איז בנוגע דעם רמב״ם,

עד״ז ומעין זה איז בשייכות צו שו״ע אדה״ז

(לגבי ההלכות והפוסקים שלפניו ביז דעם רמב״ם),

כג״ל

(סעיף ג)

בלשון הקדמת הרבנים בני הגאון המחבר ז״ל,

אז בשו״ע אדה״ז זיינען "דברי הפוסקים עד חכמי זמנינו"

(פון אלמן רבי׳ן)

געקו־ מען ב״הלכה ברורה ..

הלכות בטעמיהן".

נאכמער איז דאס פארשטאנדיק לגבי תורת הנסתר שלהם,

ווי דער רמב״ם עצמו שרײבט בספרו 71

וועגן "להשיג הדברים על בוריין" און וועגן "לטייל בפרדס",

ובארוכה אין דער פתיחה צו מו״נ 72

: היותי מתירא הרבה מאוד לחבר הדברים אשר ארצה לחברם בזה המאמר מפני שהם ענינים נסתרים לא חבר בהם כלל ספר זולתי זה באומתנו בזמן הגלות הזה,

אבל נשענתי על שתי הקדמות האחת מהם אמרם בכמו זה הענין עת

לעשות לה׳ הפרו תורתך

(והשנית אמרם וכל 73

מעשיר יהיו לשם שמים)

״ — און ער האט מגלה געווען בספרו זה אויר די ענינים נסתרים וועלכע זיינען פריער געווען באופן פון

(תורה ש)

בע״פ,

פאר יחידי סגולה.

ועאכו״ב בנוגע דעם ספר התניא פון אלטן רבי׳ן

— ולהעיר אז דער

(גאנצער)

ספר מורה הנבוכים איז ניט פאר אלעמען 74 ,

און דער רמב״ם האט בספרו זה עצמו געשריבן כמה ענינים ברמז 75 .

משא״כ דער ספר התניא איז א ספר המתאים פאר יעדן איינעם

(וכדלקמן סעיף יב יאילד בארוכה)

אז די ענינים עמוקים פון פנימיות התורה

(תורת הקבלה והחסידות)

זיינען אראפגעקומען אין תניא באופן פון הלכה פסוקה און ביז — ,

לעשותו"; און דער ספר התניא איז געווארן דער ,

תורה שבכתב" פון תורת החסידות: ס׳איז נתגלה געווארן ובהבנה והשגה,

אז יעדער איינער זאל עם קענען נעמען בשכלו,

און ס׳זאל פון דעם ארויסקומען בלבו ביז עם ווערט "קרוב" אליך הדבר מאד בפיר ובלבבד לעשותו".

ז.

דער חידוש בפרשתנו איז נוסף ע״ז אז עם איז געקומען א העכערער גילוי — "אני הוי׳",

האם דאס גע'פועל׳ט "וידעתם כי אני ה׳ אלקיכם המוציא אתכם מתחת סבלות מצרים",

אז דאם איז געווארן זייער ,

ידיעה",

כאטש אז אידן מצ״ע זיינען נאד געווען בגלות,

עד״ז י״ל בנוגע די ספרים אין נסתר פון רמב״ם און פון דעם אלטן רבי׳ן,

אז דאם וואס דורך דעם ספר היד

(ד׳ פרקים הראשונים דם׳ המדע),

המו״נ והתגיא ווערט נתגלה דער ,

וידעתם מ אני הוי׳",

איז ניט בלויז צו די וואם זיי• נען ראוי לזה מצד מדריגתם לפני זה,

נאר צו כאו״א מישראל.

ח.

וועט מען דאם פארשטיין בהק־ דים וואם בנוגע צום מו״נײ געפינט מען לכאורה א הגבלה בנוגע לימודו

(ניט וױ ספר היד,

וואס איז פאר יעדן איינעם — ,

כקטן כגדול")

:

װעגן מו״נ שרײבט דער רמב״ם ,

כוונת המאמר הזה להעיר איש בעל דת שהורגלה בנפשו ועלתה בהאמנתו אמתת תורתנו והוא שלם בדתו ובמדותיו ועיין בחכמת הפילוסופים וידע עניניהם כו׳" 78

; ,

המאמר הזה דברי בו עם שנתפלסף ..

וידע חכמות אמיתיות והוא מאמין כו׳״ 79

: "שיאות לאחד המעולה ולא יאות לעשרת אלפים הסכלים״ 80 .

און ער שרײבט כמה אזהרות ווי צו לערנען דעם ספר.

אעפ״כ,

דערפון גופא וואס דער רמב״ם האט מפרסם געווען זײן ספר,

און אין אן אופן וואם עם איז

(בהשגחה פרטית)

אנגעקומען צו אלע אידן,

איז מוכרח צו זאגן,

אז דאס האט אויר א שייכות צו יעדן אידן.

און ווי מ׳זעט בנוגע כמה הלכות בספר המדע ובפרט בריש הלכות יסודי התורה,

אז הרמב״ם עצמו,

האט זיי אריינגעשטעלט בספרו יד החזקה,

ווייל אויף לערנען הלכות התורה איז נוגע צו וויסן פריער

(הל׳ יסודי התורה)

די ידיעות; און דעריבער 81

איז ער דאס מבאר אין ספר המדע,

בכדי אז די תורה וואס מ׳לערנט זאל זיין ווי עם דארף צו זיין,

אויף אירע יסודות 82

"ולא ישליכו ידיעת השם אחרי גום אבל ישימו השתדלותם הגדולה וזריזותם על מה שישלימם ויקרבם אצל בוראם כו׳״ 83

איז מובן אז עד״ז איז בנוגע צו כמה פרקים אין ספרו מורה הנבוכים,

ובפרט די וואו עם ווערן ארומגערעדט די ענינים שבספר המדע

(נאר בהוספה — מיט הוכחות כו' 81 ).

און ווי מ׳זעט,

אז כמה ענינים אין ספרו מו"נ" זײנען יסודות אין ידיעת ה׳ און נבואה,

מלאכים ופירוש המקראות כו׳ וואם זיינען ניט געווענדעט דוקא צו איינעם וואם "הוא שלם בדתו ובמדותיו ועיין בחכמת הפילוסופים וידע עניניהם כו׳ ונשאר במבוכה ובהלה",

נאר צו יעדן איינעם 85 .

ובפרט אז דער ספר מו״נ איז

(א ספר פון — און א חלק פון)

תורה 86 ,

וואס אויף תורה זאגט מען 87

"התורה היא נצחית",

און ס׳איז נוגע צו אידן לכל הדורות".

ביז מ׳געפינט בכמה פוסקים אז מ׳לערנט ארויס הלכות פון מו״נ 89 ,

און דער רמ״א 90

פאנגט אן שו״ע אורח חיים

(דער ערשטער סעיף פון דעם ערשטן סימן פון דעם ערשטן טייל שו״ע)

מיט ענינים פון מורה הנבוכים.

ואולי י״ל אז דאס וואם דער רמב״ם שרייבט די אויבנדערמאנטע לשונות וואם ווייזן לכאורה אויף הגבלות — איז דאס ניט לשם הגבלה,

נאר פארקערט: דאם איז כדי נאכמער אויפטאן און ווירקן אויר כל אחד ואחד מישראל,

כדלקמן.

ט.

דער ביאור אין דעם וועט מען פארשטיין לויט א תשובה פון ר״מ חגיז 91

(אויף דעם וואס מ׳האט בא אים געפרעגט)

בנוגע לשבועת הרמב״ם ז״ל בהתחלת ספר המורה 92

"ואני משביע באלקי ישראל 93

כל מי שיקרא מאמרי זה וכו׳ — איד תחול השבועה כשאין הנשבע עונה אמן".

איז ער מבאר אז די זעלבע שאלה איז ביי אים געווען בדברי הרח״ו ז"ל 94 ,

וואס אויך ער האט באשווארן "כעין שבועה זו ובעו״ה לא ענו אמן וכמה פורצי גדר נמצאו נכשלים ורובצים תחת גדר שבועות אלו".

און ער איז מסביר אז די שבועת הרמב״ם איז כשבועות יהושע ושאול וואס ווי דער רא״ש שרייבט 95

(בנוגע השבועה בפלגש בגבעה),

איז אזא שבועה ניט קיין שבועה "אלא גזרת חרם ונידוי על דורות הבאים".

און ער איז ממשיך "וממנו למד הרח״ו ז״ל",

אז דאם איז ניט קיין שבועה נאר א "חרם ונידוי שהי׳ לאל ידם לגזור על הדורות הבאים למגדר מילתא",

און אויף דעם דארף מען ניט קיין הסכמה וענײת אמן.

אבער לכאורה צ״ע וביאור בפירושו:

א)

מ׳זעט דאך בפועל אז טראץ די דברי זהירות און הגבלות פון רח״ו,

לערנט מען יע די ענינים פון חכמת הקבלה; און ניט בלויז לערנט מען דאם,

נאר ע״פ דברי האריז״ל אז יעצט איז "מצוה לגלות זאת החכמה" 96

איז מען דאם מגלה ומפרסם.

ביז אז ס׳איז דא די הוראה פון'״יפוצו מעינותיך חוצה״ —

אע״פ אז דער ״חוצה״ האלט נאד ניט בא די אלע גדרים ותנאים וואס דער רח״ו שרייבט.

ועד״ז בנוגע להמורה הנבוכים אז מ׳לערנט דאס און מ׳איז ניט נזהר אין די אלע הגבלות כו׳ פון דעם רמב״ם דארטן 97 .

ב)

פארוואס האבן דער רמב״ם און דער רח״ו געשריבן זייערע אזהרות והגבלות בלשון של "שבועה" און ניט בלשון של נידוי וחרם?

יוד.

ויש לומר דעם ביאור בזה בדרך אפשר — אז קושיא אחת מתורצת בחבירתה:

ובהקדים בנוגע ללימוד התורה — בכלל

וועגן לימוד התורה בכלל זאגט מען אז תורה דארף געלערנט ווערן כדבעי,

"מה להלן

(בשעת מ״ת בהר סיני)

באימה וביראה וברתת ובזיע אך כאן כו׳" 98

: בלימוד התורה דארף מען געדענקען אז דאם לערנט מען דעם אויבערשטנ׳ס תורה,

און עס דארף זיין "ברכו בתורה תחלה" 99 .

אעפ״כ שטײט אין תורה

(מדרש) 100

"הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו",

ווארום

(אויר דעמאלט איז).

המאור שבה מחזירן למוטב".

ד.

ה.

דאם איז טאקע ניט דער סדר הרצוי פון לימוד התורה,

אבער פונדעסטוועגן דארף אויר דאז זיין לימוד התורה 101 ,

ווארום סו״ס וועט אויך יענער קומען צום לימוד כדבעי — די תורה גופא איז ,

מחזירן למוטב".

ועד״ז איז עם בנוגע דעם אופן לימוד התורה,

אז כאטש מ׳דארף לערנען תורה לשמה,

פונדעסטוועגן זאגט מען אז מ׳קען ניט ווארטן ביז מ׳וועט האלטן בא דער מדריגה פון לשמה,

נאר ,

לעולם 102

יעסוק אדם בתורה ומצות אע״פ שלא לשמה 103

שמתוך שלא לשמה בא לשמה".

עד״ז איז בנוגע ללימוד כל חלק שבתורה לאחרי שנתגלה — אויך חכמת האמת,

תורת הקבלה: דער לימוד פון תורה איז מגלה און מחזק א אידן אין זיין התקשרות בבורא.

ע״י גליא דתורה ווערט נתחבר גליא דנשמתא מיט גליא דקוב״ה און ע״י סתים דאו־ רײתא װערט סתים דנשמתא מתקשר מיט סתים דקוב״ה 104 .

און בכדי אז חכמת הנסתר זאל דאס פועל זיין,

פאדערט זיך אז דער איד וואס לערנט

עם זאל זיין א כלי טהור.

און דעריבער איז דער רח״ו מזהיר די אלע תנאים וגדרים וואס דארפן זיין קודם הלימוד — ווייל דוקא דעמאלט איז דער לימוד פועל פעולתו כדבעי.

לאייר וויל מען דאר,

תורה וויל,

אז יעדער איינער זאל לערנען תורת הנסתר,

כאמור מצוה לגלות זאת החכמה,

ובלשון פון אלטן רבי׳ן בשו״ע שלו,

הל׳ ת״ת שלו 105

: שכל נפש צריכה לתיקונה לעסוק בפרד״ם כר צייר לבא בגלגול עד שישיג וידע כל מה שאפשר לנשמתו כו׳ הן בפשטי ההלכות הן ברמזים ודרשות וסודות.

און אין דעם איז תלוי ביאת המשיח 106 ,

און קײנער זאל זיר ניט אפהאלטן פון לערנען תורה זו ביז ער וועט באווארענען די אלע הגבלות.

האט דער רח״ו מטעם זה גופא ניט געשריבן ח״ו בלשון של נידוי וחרם,

ווארום דעמאלט וואלט עס ח״ו חל געווען און מ׳וואלט ניט געטארט לערנען ביז מ׳האלט בא דער מדריגה וועלכע דער רח״ו שרײבט דארטן.

האט ער דעריבער געשריבן בלשון שבועה וואס איז ניט חל

(בלי עניית אמן).

וואס די כוונה בזה איז אז בשעת עס קומט צוק העתים 107

און ניט יעדער קען האלטן בא די הגבלות זאל מען סיי ווי לערנעז חכמת הנסתר,

אבער —

בהקדמת הידיעה 108

אז דער לימוד הרצוי איז בשעת מ׳האט די אלע הגבלות לפני הלימוד.

דער תכלית איז דאר אבער אז דער לימוד זאל פועל זיין פעולתו 109 ,

וואם דערצו פאדערט זיך אז מ׳זאל בפועל ווערן א כלי טהור צו דעם לימוד — האט דערפאר דער רח״ו געשריבן "אני הכותב משביע",

וואט דערמיט גופא האט ער אריינגעגעבן א כח

(כידוע בענין "משביעין אותו" מלשון שובע" 110 )

אז אין יעדן לימוד פון חכמת הקבלה זאל קענען זיין און זײן בגלוי דער "מאור שבה",

וואט פארבינדט טתים דישראל מיט טתים דקרב״ה,

אווי,

אז טו״ם קומט ער צו אז אויר בגלוי פירט ער זיך אזוי,

און האלט דערביי בעת הלימוד,

ווי דער רח״ו פארלאנגט.

יא.

מעין זה איז אויר בנוגע למו״נ — םײ בשייכות צו דער שבועה "ואני משביע כו׳ שלא יפרש ממנו אפילו דבר אחד ולא יבאר ממנו לזולתו אלא מה שהוא מבואר מפורש בדברי מי שקדמני כר״ — ווי מ׳זעט בכמה מפרשי המורה וואט זײנען מבאר ומפרש דבריו,

— ועד״ז בשייכות דערצו וואט ער שרייבט אז דאס איז "להעיר איש בעל דת שהורגלה בנפשו ועלתה בהאמנתו אמתת תורתנו והוא שלם בדתו ובמדותיו" וכו'

— אז דער לימוד הרצוי פון מו״נ איז בשעת מ׳איז שטארק באמונה וכר "שלם בדתו ובמדותיו",

אבער מחמת צוק העתים,

בשעת אז מ׳לערנט דעם ספר אפילו איידער מ׳איז שלם בדתו ובמדותיו,

אבער בהקדמת הידיעה אז דער לימוד הרצוי איז נאך דעם וואם ער איז שלם בדתו ובמדותיו — העלפט אים דער לימוד המו״נ גופא,

אז ער זאל צו דעם צוקומען,

דאס ברענגט צו דער השגה אין אלקות און צו תוקף האמונה 111

וכו'.

יב.

עד״ז יש לבאר דעם לשון פון אלטן רבי׳ן בהקדמתו לתניא,

ובהקדם:

בנוגע דעם ספר תניא קדישא,

איז לבד זאת וואם ס׳איז מובן ופשוט,

אז דאס איז פון די "ספרי היראה אשר יסודותם בהררי קודש" 112

— אנטהאלט דאך דער תניא באופן מיוחד אזעלכע הוראות וענינים,

וועלכע זײנען יסודות הכרחיים אין עבודת ה׳ פאר יעדן אידן; ווי דער אלטער רבי עצמו שרײבט אין שער הספר

(וואם איז מתאר עיקרו ותכליתו)

: "מיוסד על פסוק כי קרוב אליך הדבר מאד בפיר ובלבבד לעשותו לבאר היטב איך הוא קרוב מאד בדרך ארוכה וקצרה בעזה״י״ —

דפשוט אז דער פסוק

(און "אליך")

רעדט וועגן יעדן אידן ממש — און דאס איז נוגע ממש יעדן אידן באיזה מצב שהוא נמצא בו.

און דערפאר ווערט דער ספר אנגערופן דורכן אלמן רבי׳ן עצמו

,

ספר של ביגונים",

וואם בנוגע דרגת הבינונים איז דער אלטער רבי מדגיש 113 ,

אז "מדת הבינוני היא מדת כל אדם ואחרי׳ כל אדם ימשוך".

יג.

בנוגע א מעלה נוספת אינעם ספר התניא,

שרייבט דער אלטער רבי א לשון וואס קען אויסגעטײטשט װערן כאילו ווי דער יתרון העילוי איז ניט שייך צו אלעמען:

אויף דער טענה פון אנ״ש,

אז

(מיט אלע מעלות פון ,

קריאה בספרים",

ספרי היראה,

איז דאר),

אינו דומה שמיעת דברי מוסר לראי׳ וקריאה בספרים 112

און מהאי טעמא האבן אנ״ש געוואלט הערן די ענינים השייכים לו,

לכאו״א,

פון אלטן רבי׳ן אויף יחידות — האט דער אלטער רבי באווארנט בהקדמת הספר,

אז דער תניא האט אויר די מעלה מיוחדת פון ,

שמיעת דברי מוסר"

(פון "יחידות"),

ווייל "ביודעי ומכיריי קאמינא" 114

(וואס "גילו לפני כל תעלומות לבם ומוחם בעבודת ה׳״ 114

— און וויסנדיק אלע זייערע שאלות האט ער אין ספר אריינגעשטעלט "כל התשובות על כל השאלות" וואס עס פרעגן "כל אנ״ש דמדינתינו תמיד" 114 )

— ומזה קען מען האבן א קס״ד לכאורה,

אז די ניט "יודעי ומכיריי" האבן ניט די מעלת השמיעה והיחידות.

וויבאלד אבער דער אלטער רבי האט דאס גופא

(אז ספר התניא פארבייט ענין היחידות),

אריינגעדרוקט אלם א טייל פון ספר התניא,

וכהקדמת הספר — איז דאס געווארן א טייל פון ,

התורה היא נצחית״ וואם איז שײך צו יעדן אידן.

ובמילא — נוסף אז דער לימוד און

הוראות פון ספר התניא איז שייך

(און מוכרח)

צו יעדן .

איינעם,

איז אויר מובן אז יעדער איינער קען ארויסנעמען פון ספר התניא "כל התשובות על כל השאלות" און קען ארויסנעמען ,

עצה נכונה לכל דבר הקשה עליו בעבודת ה׳" 114

(ע״ד ווי "יודעי ומכיריי").

נאר אייו זאר פאדערט זיר און דארף זיין בא עם — ובחרת בחיים 115 ,

די זעלבע פאדערונג ווי ביי יעדע זאך פון תורת חיים ומצותי׳ אויף וועלכע עם שטייט 116

"יעשה אותם האדם וחי בהם".

יד.

ולהוסיף ביאור אין דעם — ע״ד הנ״ל:

מיט דעם וואס דער אלטער רבי האט אריינגעשטעלט די הקדמה לספר התניא וואו ער שרייבט "ביודעי ומכיריי קאמינא"

(אז דער ספר פארבייט יחידות)

אין דעם ספר התניא,

האט דער אלטער רבי געגעבן דעם כח

(ובמילא אייר די אפשריות האבן מעלת 117

קב שלו)

און אויר גע׳פועל׳ט אז יעדערער וואס לערנט דעם ספר התניא ווערט ער פון די "יודעי ומכיריי" פון אלטן רבי׳ן; וואס דעמאלט איז אפילו ווען מצ״ע איז ער אין א דרגא פון "בחשיבה יתהלכו"

(ובמילא קען ער פון אנדערע ספרי היראה ניט ארויסנעמען דעם ,

אור כי טוב 112

וואס איז אין זיי גנוז)

פועל׳ט אויף זיי דער לימוד התניא,

און איו אן אופן פון "וארא": דער אלטער רבי באווייזט און באלייכט זיי אז זיי זאלן זעו די אמת׳ע וועג,

און ביחד ע״ז א קלארע ליכטיקע וועג ווי "קרוב אליך הדבר מאד בפיר ובלבבך לעשותו",

און אז עם

זאל זיין ,

וידעת היום* די ידיעה אין אלקות און פון דעם זאל עם אראפ־ קומען 118

עם זאל זיין ,

והשבות אל לבבך",

ביז ער געפינט אין ספר התניא אן ,

עצה נכונה לכל דבר הקשה עליו בעבודת ה׳" 114 .

טו.

און בשעת מ׳האט די הקדמה הדרושה פון לימוד פנימיות התורה ווי ס׳איז נתגלה געווארן בתורת חסידות חב*ד דורכן אלטן רבי׳ן,

דעמאלט קען מען ארױסנעמען אויר פון ספר מו״נ די ענינים אין ידיעת ה׳ בהתאמה מיט תורת החסידות 119

און ט׳ווערט נתגלה ווי .

משה ותורתו אמת 120 ,

הן בנגלה והן בנסתר,

ועי״ז קומט מען צו ימות המשיח בפועל ווען ,

כל ישראל נביאיהם וחכמיהם 121

..

ימצאו להם מרגוע 122

וירבו בחכמה כו׳ שבאותן הימים תרבה הדעה והחכמה והאמת" — ווי דער רמב״ם זאגט בספר המדע 123

(קרוב לסופו)

; און איז אויר מסיים וחותם בזה כל ספר היד: ,

לא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם

(חב״ד 124 )

שנאמר 125

כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים".

(משיחות אור לי"ג ניסן תשל"ח,

כ"ד טבת תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.