B"H
🏡

Ikar

שמות ג

א.

אין דער היינטיקער סדרה ווערט דערציילט,

אז ווען דער אויבערשטער האט געזאגט משה רבינו אז ער וועט זיין דער שליח ה׳ ארויסצונעמען די אידן פון מצרים,

האט משה רבינו געזאגט דעם אויבערשטן: "הנה אנכי בא אל בנ״י ואמרתי להם אלקי אבותיכם שלחני אליכם ואמרו לי מה שמו מה אומר אליהם" 1 .

האט אים דער אויבערשטער געענטפערט: "אהי׳ אשר אהי׳ ..

כה תאמר לבנ״י אהי׳ שלחני אליכם.

ויאמר עוד אלקים ..

כה תאמר אל בנ״י ה׳ אלקי אבותיכם גו׳ שלחני אליכם זה שמי לעלם וזה זכרי לדור דור* 2 .

רש״י,

בפירושו על התורה,

שטעלט זיך אויף די ווערטער "זה שמי לעלם* און איז מפרש 3

: "חסר וי*ו לומר העלימהו שלא יקרא ככתבו.

וזה זכרי — למדו היאך נקרא.

וכן 4

דוד הוא

אומר 5

ה׳ שמר לעולם ה׳ זכרך לדור ודור*.

דער פירוש הפשוט אין דעם פרש״י איז 6

: וויבאלד עס שטייט "זה

(דער שם הוי־ וואם שטייט בתחלת הכתוב)

שמי לעלם* — "חסר וי״ו",

לערנט מען דער־ פון אפ אז — ״העלימהו״

(לעלם — לשון העלם)

;

וויבאלד אבער דער פסוק איז גלייך ממשיך ״וזה זכרי* — אז מען "דערמאנט* יע דעם שם הוי׳ — איז דערפון פארשטאנדיק,

אז "העלימהו* מיינט ניט אז מען זאל אינגאנצן ניט נוצן דעם שם,

נאר בלויז "שלא יקרא ככתבו*.

און דערפאר

(זאגט רש*י)

״וזה זכרי — למדו היאך נקרא*

(און ווי

(אויך)

א בן חמש למקרא ווייס,

אז די קריאה פון "הוי׳" איז "אדנ*י").

ב.

מען דארף אבער פארשטיין:

א)

מ׳האט שוין גערעדט כמה פעמים 7 ,

אז אין רוב המקומות שטעלט זיך רש״י ניט אפ אויף חסר ויתיר",

וואם דערפון איז א הוכחה,

אז דער ענין פון חסר ויתיר איז ניט קיין קשיא וועלכע נזוז האבן א תירוץ — ווען מען לערנט מקרא כפשוטו;

און אין די

(געציילטע)

ערטער וואו רש״י איז מפרש א פסוק לויט א חסר או יתיר,

איז דער הכרח אויף דעם

(ניט מצד דעם חסר אדער יתיר כשלעצמם,

נאר)

מצד אן אנדער שאלה אין פסוק.

דארף מען האבן א ביאור בנדו״ד: וואס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא פון "זה שמי לעלם" צו מפרש זיין אז "העלימהו שלא יקרא ככתבו"?

ב)

ואדרבה — לכאורה איז ד ער פירוש ניט לפי פשוטו של מקרא: די ווערטער "זה שמי לעלם וזה זכרי לדור דור" זיינען

(בפשטות 9 )

בהמשך צו דער תשובה אויף שאלת משה "ואמרו לי מה שמו מה אומר אליהם",

וואס אויף דעם האט דער אויכערשטער געזאגט משה׳ן אז ער זאל זאגן אידן "אהי׳ שלחני אליכם ..

ה׳ אלקי אבותיכם גו׳ שלחני אליכם״ — ווי פאסט דא אריין דער המשך ״זה שמי גו׳״ — צו מודיע זיין דעם דין אין וואם פאר אן אופן עם דארף זיין קריאת השם 10 ?

ג)

נאך מער: דא גופא שטייט דאך "הוי־ אלקי אבותיכם",

אז "אלקי אבותיכם" איז "הוי׳"; און ווי מען גע־ פינט טאקע מערערע מאל בא "אבותיכם" — אברהם יצחק ויעקב — אז עס ווערט דערמאנט דער שם הוי׳ 11 .

איז

אויב מ׳זאל זאגן,

אז ביים מודיע זיין וועגן דעם שם הוי׳ דארף מען באווא־ רענען דעם דין פון "לא יקרא ככתבו" — האט דאך דאס געדארפט באווארנט ווערן וואו דער שם הוי׳ שטייט צום ערשטן מאל,

עכ״פ ביי די גאר פריער־ דיקע פסוקים 12 ?

ד)

אין דער ראי׳ וואס רש״י ברענגט "וכן דוד הוא אומר ה׳ שמך לעולם ה׳ זכרך לדור ודור"

(אז עם זיינען דא צוויי אופנים אין שם הוי׳,

כתיבתו און "זכרך" — קריאתו 13 )

— למאי נפק״מ אז דאם האט געזאגט דוד

("וכן דוד הוא אומר")?

ג.

וי״ל די נקודת הביאור אין דעם:

רש״י קומט פארענטפערן א תמי׳ אין פשט פון דעם עניו: אויף שאלת משה "ואמרו לי מה שמו מה אומר אליהם" האט דער אויבערשטער אים געענט־ פערט: "אהי׳ אשר אהי׳ ויאמר כה תאמר לבנ״י אהי׳ שלחני אליכם".

דערנאך שטייט אין א באזונדער פסוק: "ויאמר עוד אלקים אל משה כה תאמר אל בנ״י ה׳ אלקי אבותיכם גו׳ שלחני אליכם זה שמי גו׳".

איז ניט מובן 14

:

א)

וואס איז ניט מספיק אין די ערשטע אמירות פון אויבערשטן — "ויאמר גו׳ אהי׳..

ויאמר גו׳ אהי׳ שלחני אליכם",

אז עס זאל זיין נויטיק נאך אן אמירה,

"ויאמר עוד אלקים גו׳" 15 ?

ב)

נאכמער: די אמירה איז בסתירה צו פריזר: פריער זאגט דער אוי־ בערשטער "כה תאמר לבנ״י אהי׳ שלחני אליכם",

און גלייך דערנאך — "כה תאמר אל בני ישראל הוי' אלקי אבותיכם גו׳ שלחני אליכם*?

!

מוז מען דזריבזר זאגן,

אז די דריטע אמירה איז בלויז א תוספת ביאור אויף די ערשטע אמירות.

ד.

ה.

אז די אמירות "ויאמר גו׳ אהי׳ אשר אהי׳ ויאמר גר אהי׳ שלחני אליכם* זיינען דער ענט־ פער אויף דער שאלה "ואמרו לי מה שמו מה אומר אליהם"; נאר כדי אז דער תוכן פונעם ענטפער זאל זיין פאר־ שטאנדיק און זיך בעטער אפלייגן ביי אידן,

האט דער אויבערשטער מוסיף געווען נאד אן ענין — "ויאמר עוד גו׳ זה שמי גר*,

וואם דאס איז א תום׳ ביאור אויף "אהי׳ שלחני אליכם*.

דארף מען פארשטיין: מיט וואם איז די לעצטע אמירה

(ניט נאר ניט סותר,

נאר אדרבא)

מוסיף הסברה אויף די ערשטע?

ד.

וועט מעז דאם פארשטיין בהקדם הביאור אין דעם וואס רש״י איז מפרש 16

״אהי׳ אשר אהי׳* — "אהי׳ עמם בצרה זאת אשר אהי׳ עמם בשעבוד שאר מלכיות*.

פון פשטות לשון רש*י איז משמע

(ווי דער רמב״ן איז מפרשי■)

אז "אהי׳ אשר אהי׳..

אהי׳

(שלחני)

* איז ניט אן ענט־

פער אױף ״מה שמי',

א שם",

נאר אויף ״מה אומר אליהם* — דער אויבער־ שטער האט געענטפערט און איבערגע־ געבן דורך משה׳ן אז די אידן זאלן זיך פארלאזן אױפן אויבערשטן אז ער וועט זײ אױםלײזן

(װײל ״אהי׳ עמם בצרה זאת כו׳ בשעבוד שאר מלביות*).

איז ניט מובן

(עכ*פ ניט גלאטיק)

: וויבאלד דאם קומט אלם ענטפער אויף ״ואמרו לי מה שנזו מה אומר אליהם* — וואלט דאו־ מער מתאים געווען,

ע״ם פשוטו של מקרא,

צו לערנען

(ווי עם לערנען טאקע כו״כ פשטנים 19 )

אז ״מה אומר אליהם* איז פירושו וואס איז "שמו* און דזר ענטפער איז אז "אהי׳ אשר אהי׳* איז שמו של הקב*ה

[און ווי מפרשים 20

זיינען מאריך ווי דער שם אהי׳ ווייזט אויף אמיתית המציאות פון דעם אויבערשטן].

אבער רש״י לערנט אז ,

אהי׳ אשר אהי ,

" איז

(ניט א שם,

נאר א ביאור אז),

אהי׳ עמם בצרה זאת כו׳"?

איז דער ביאור אין דעם:

דאם וואט רש״י לערנט אזוי דוקא

(אז "אהי׳ אשר אהי׳" איז ניט א שם,

נאר דאס מיינט "אהי׳ עמם בצרה זאת בו׳")

איז ווייל דדקא לויט דעם פירוש אין די ווערטער — ווערט פארענטפערט די שאלה .

ואמרו לי מה שמו" ווי זי איז מובנת ע״פ פשוטו של מקרא,

כדלקמן.

ה.

לערנענדיק דעם פסוק ,

ואמרו לי מה שמו מה אומר אליהם" שטעלט זיר גלייד די תמי׳: צי דען האט משה

(און די אידן)

ניט געוואוסט שמו של הקב״ה 21 ?

!

נאכמער: פארוואם זאל משה מיינען אז אידן וועלן פרעגן ,

מה שמו״?

— די אידן האבן זיכער געוואוסט שמו של הקב״ה.

והא ראי׳: משה גופא האט גע־ זאגט צום אויבערשטן ,

הנה אנכי בא אל בני ישראל ואמרתי להם אלקי אכוחיכם שלחני אליכם״ — היינו,

אז אידן האבן געװאוםט װעגן דער מציאות פון ,

אלקי אבותיכם",

א ידיעה וואט זיי האבן מקבל געווען פון די אבות — איז כשם ווי די אבות האבן איבערגעגעבן לבניהם אחריהם וועגן דער מציאות פון ,

אלקי אבותיכם",

האבן זיי דאך זיכער אויך איבערגעגעבן צו די אידן "שמו״ של הקב״ה וועלכע זיי האבן דערמאנט בתפילותיהם וכו'.

ועוד: ע״פ פשטות האבן אידן גע־ וואוטט אז דער אויבערשטער וועט זײ גואל זײן פון מצרים.

כמובן אויר פון

דעם 22

וואט יוסף האט משביע געווען זיינע ברידער ,

פקוד יפקוד אלקים אתכם והעליתם את עצמותי מזה" 23 ,

וואס די שבועה האט מען געדארפט איבערגעבן צו זייערע קינדער כו׳ 24

כדי צו באווארענען אז ,

והעליתם את עצמות ,

מזה".

איז תמוה: בשעת משה וועט קומען אנזאגן די אידן אז דער אויבערשטער וועט זיי ארויטנעמען פון גלות מצרים — פארוואס זאלן אידן פרעגן בכלל און "מה שמו" בפרט?

!

מפרשים לערנען 25 ,

אז דער פירוש אין "מה שמו״ איז — מיט וועלכן "שם״ וועט זיין די גאולה.

ווארום "הוא יתברך נקרא לפי פעולותיו" 26

(בלשון המדרש כאן 27

: לפי מעשי אני נקרא).

און דאס וועלן אידן פרעגן: מיט וועלכן ,

שם״

(ובמילא)

אין וואס פאר אן אופן — וועט דער אויבערשטער גואל זיין אידן?

צי ,

במדת 28

א־ל שד״י ..

שעמדה לאבות

[שבה נעשו להם נסים נסתרים 29 ]

או במדת רחמים עליונים שתעשה בה אותות ומופתים מחודשים ביצירה"

— וואם דער פירוש האט אויך אן ארט אין דרך הפשט

(ועד כדי כך,

או רש״י דארף עם אפילו ניט אויסטייטשן)

— װײל רש״י האט שוין מפרש געווען גלייך בתחלת פירושו על התורה

(אויף ,

בראשית ברא אלקים" 30 ),

אז שם ״אלקים״ איז מדת הדין און שם הוי׳ איז מדת הרחמים.

ווייס מעו שויו

(אויך דער בן חמש למקרא)

אז יעדער ״שם״ װײזט אויף אן אנדער הנהגה.

אבער דער תירוץ איז ניט מספיק.

ווייל סוף סוף — פארוואם זאל מען מיינען אז אידן וועלן דוקא וועלן וויסן גענוי מיט וועלכער ,

מדה״ װעט דער אויבערשטער זיי גואל זיין

(ביז אז משה האט געזאגט מיט א פשיטות — "ואמרו לי מה שמו״)

— למאי נפק״מ דעם אופן הגאולה,

אבי מ׳וועט וואם שנעלער נגאל ווערן פון דעם קושי השעבוד! והעיקר — פארוואס זאל עס ביי זיי זיין בגדר ספק — וויבאלד עם איז אן ענין של גאולה וועט עם זיין מצד מדת הרחמים 31

!

ו.

איז די הסברה בזה:

דער פירוש אין "ואמרו לי מה שמו" איז ניט נאר א שאלה

(מצד העדר הידיעה)

— נאר

(בעיקר)

א קשיא וסתירה,

וואס אידן וועלן בפשטות פרעגן ווען משה וועט זיי איבערגעבן אז

"אלקי אבותיכם שלחני אליכם" ארויסצונעמען זיי פון מצרים:

אידן האבן דאך אין גלות מצרים דורכגעמאכט ניט בלויז דעם קושי השעבוד פון עבודת פרך 32 ,

וואס האט געדויערט א משך זמן רב 33 ,

נאר אייר די גזירה פון "כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו" 34 ,

ביז

(ווי רש״י ברענגט אראפ 35 )

אז פרעה "הי׳ שוחט תינוקות ישראל ורוחץ בדמם״ —

איז אויב דער מצב פון די אידן האט גע׳פועל׳ט,

אז "אלקי אבותיכם" זאל זיך מרחם זײן אויף די ״בנים״ און זיי גואל זיין פון גלות מצרים

(ראה ראיתי את עני עמי גו׳ צעקתם שמעתי גו׳ וארד להצילו גו'")

— ווי קומט עס וואס ער האט מלכתחילה דערלאזט אז זיי זאלן דורכמאכן אזא גלות נורא,

ובמשך שנים רבות?

!

און דאס איז געווען שאלתו של משה: "הנה אנכי בא אל בנ״י ואמרתי להם אלקי אבותיכם שלחני אליכם

(מוז דאס ארויסרופן)

ואמרו לי מה שמו״ — אידן וועלן תיכף פרעגן: וואם פאר א ״שם״ און הנהגה איז דאס,

וואס דערלאזט אזא מצב של גלות מאויים ובמשך הרבה שנים,

און ערשט נאך דעם ווי טויזנ־ טער און טויזנטער אידישע קינדער זיי־ נען אומגעקומען,

ר״ל,

קומט דער אנזאג פון "צעקתם שמעתי גו׳ וארד להצילו"?

און משה איז מוסיף ומדגיש אז דאס איז

אויך בא עם א שאלה־צעקה — "מה אומר אליהם"?

אויף דעם איז געווען דער ענטפער פון אויבערשטן "אהי׳ אשר אהי׳",

טייטשט רש״י "אהי׳ עמם בצרה זאת כו׳":

ט׳איז ניט ח״ו אז במשך זמן הגלות ״פארקוקט״ דער אויבערשטער אויף די צרות פונעם גלות המר,

נאר אדרבה — "אהי׳ עמם בצרה זאת",

דער אוי־ בערשטער געפינט זיך צוזאמען מיט די אידן "בצרה זאת".

וואם דאס איז מדגיש,

אז דער אויבערשטער געפינט זיך מיט אידן ניט בלויז אין דעם זעלבן מקום,

נאר ער געפינט זיך כביכול אין דער צרה,

וכמש״נ 37

״בכל צרתם לו צר״ — בשעת אידן זיינען אין א צרה,

ווערט דערפון,

כביכול,

דעם אויבערשטן׳ס צרה.

ז.

אע״פ אז מיט דעם ענטפער ״אהי׳ אשר אהי׳" האט דער אויבערשטער באווארנט די טענה עיקרית פון אידן

(אז זיי זאלן ניט מיינען אז דער אוי־ בערשטער טראכט

(פילט)

ניט ח״ו זיי־ ערע ליידן אין גלות)

— פאדערט זיך אבער א הסברה: ווי שטימען די צוויי ענינים,

אז דער אויבערשטער געפינט זיר מיט אידן "בצרה"

(און אין אן אופן פון "לו צר"),

וביחד עם זה דערלאזט ער אז די צרה זאל אנגיין?

אויף דעם איז געקומען,

צוגעגעבן געווארן די אמירה — "ויאמר עוד אלקים אל משה כה תאמר אל בנ״י ה' אלקי אבותיכם שלחני אליכם זה שמי

לעלם״ — ״חסר וי״ו..

העלימהו שלא יקרא ככתבו":

"אלקי אבותיכם

(וועלכער)

שלחני אליכם״ איז שמו הוי׳,

מדת הרחמים — און הוי־ איז צוזאמען מיט אידן בצרת גלותם.

ווי אזוי דערלאזט ער דעם קושי השעבוד פון גלות — איז עם

(ניט דער־ פאר וואם בשעת׳ן גלות איז ח״ו ניטא די רחמים פון אויבערשטן,

נאר)

די רחמים זיינען אין אן אופן פון העלם 38 ,

"העלימהו".

אבער אויך דערויף קען זיין א טענה: וויבאלד אז די רחמים זיינען ווי בהעלם,

איז וואס איז די תועלת דערפון וואס "אהי׳ עמם בצרה"?

אויף דעם איז דער פסוק ממשיך — ״וזה זכרי לדור דור״ — "למדו היאך נקרא": אע״פ אז דער שם הוי׳ איז אין אן אופן פון "העלימהו",

איז דא ונקרא,

דער ״זכרי״ פון הוי׳ — אידן געדענקען און דערמאנען און רופן עם ארוים,

נאר די קריאה

(פון הוי׳)

איז מיט די אותיות אדנ״י.

ד.

ה.

ווען אידן זאגן אדנ״י איז דאס

(ניט נאר דער שם

(און הנהגה פון)

אדנ״י,

נאר דאם איז)

די קריאה פון הוי׳

(נאר ווי הוי׳

(רחמים)

ווערט נקרא

(ונתגלה) 39

דורך די אותיות פון אדנ"י) 40 .

[און אויף דעם ברענגט רש״י די ראי׳ "וכן דוד הוא אומר ה׳ שמך לעולם ה׳

זכרך לדור ודור": אין דעם פסוק קומט

(צו)

די הדגשה,

אז אין ביידע אופנים — סיי .

שמך לעולם• און סיי ,

זכרך לדור ודור• — זיינען ביידע פארבונדן מיט שם הוי׳; אויך ,

זכרך•

(דער שם וואס מען דערמאנט און מ׳איז קורא)

איז "הוי׳ זכרך גו׳" 40 ].

און דאס אה דער ענטפער אויף דער שאלה "מה שמו" — פון וועלכן "שם" קומט די הנהגה מלמעלה: ס׳איז "ה׳ אלקי אבותיכם" — א הנהגה פון רחמים,

נאר ווי "הוי׳"

(רחמים)

איז אין אן אופן פון ,

זה שמי

(אה)

לעלם וזה זכרי לדור דור"; די רחמים פועל׳ט,

אבער — אויף א העלם׳דיקן אופן 41 .

ח.

ע*פ כל הנ*ל

[אז ,

זה שמי לעלם גו׳" אה א המשך וביאור אויף ,

אהי׳ אשר אהי׳ אהי׳ עמם בצרה זאת*]

קען אבער ווערן א ספק

(בה — א טעות)

צי די הלכה וועלכע קומט ארויס דערפון אז ,

זה שמי לעלם* — "העלימהו שלא יקרא ככתבו* — אה פארבונדן דוקא

מימן מצב פון גלות; משא*כ ניט אין זמן הגלות

(ווען די רחמים פון אויבערשטן אה בגלוי)

איז די קריאה ככתבו.

— באווארגט עם רש׳י מיט דעם דיוק — ,

וכן דוד הוא אומר כו׳ ה׳ זכרך לדור ודור* —

(אפילו)

בימי דוד,

ווען ס'איז ניט געווען א מצב פון גלות,

אה די הלכה — א חילוק פון כתיבת שם הוי׳ און זכרך — אופן קריאתו.

און ווי רש״י ברענגט אראפ שפעטער בפירושו 42 ,

אז ,

לא ניתן רשות להזכיר שם המפורש אלא במקום שהשכינה באה שם וזהו בית הבחירה*.

און לעתיד לבא,

ווען ,

ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דבר" 41 ,

וועט זײן די קריאת השם ככתבו 44

בכל מקום,

בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

במהרה בימינו ממש.

ומשיחת ש"פ שמות תשמ"ג)

Reader controls and commentary are loading.