א.
די ברכה וואס יעקב אבינו האט געבענטשט בנימין׳ען
(בפרשתנו 1 )
איז: בנימין זאב יטרף בבקר יאכל עד ולערב יחלק שלל.
רש״י איז מפרש "בנימין זאב יטרף" — "זאב הוא אשר יטרף,
נבא על שיהיו עתידין להיות חטפנין וחטפתם לכם איש אשתו 2
בפלגש בגבעה,
ונבא על שאול שיהי׳ נוצח באויביו סביב שנאמר 3
ושאול לכד המלוכה וילחם 4
במואב ובאדום וגו׳ ובכל אשר יפנה ירשיע".
דארף מען פארשטײן:
א)
דא רעדט זיך דאר וועגן ברכת יעקב אבינו צו בנימין
(און ווי רש״י אליין זאגט װײטער 5
אז דאס וואס ״נתן ..
לבנימין חטיפתו של זאב" איז א ברכה ).
איז תמוה 6
: ווי פאסט צו זאגן,
אז די ברכה צו בנימין׳ען זאל באשטײן אין דעם "שיהיו עתידין להיות חטפנין
וחטפתם לכם איש אשתו בפלגש בגבעה"?
!
נוסף לזה וואס די עצם זאך פון "חטיפה"
(אוועקכאפן עפעס פון א צווייטן)
איז ניט קיין דבר רצוי וטובי
(ובפרט אין דעם ענין — "וחטפתם לכם איש אשתו",
וואס ע״פ תורה מוז זיין ״כי* יקח איש אשה״ — מדעתה 9 ,
און
(זיכער)
ניט״ ,
באופן של חטיפה״)
— איז אויך די סיבה וואט האט דערפירט צו "וחטפתם לכם איש אשתו" געווען א מאורע
(פלגש בגבעה)
וואס איז היפך בתכלית פון מעשים טובים!
ב)
ברוב המכריע פון די פסוקים וועל־ כע רש״י ברענגט לראי׳ בפי׳ עה״ת זאגט ער ניט בא וועלכער געלעגנהייט זיי זיי־ נען געזאגט געווארן; ובעניננו: רש״י האט געקענט זיד באגנוגענען מיט׳ן זאגן "עתידין להיות חטפנין וחטפתם לכם איש אשתו״ — ער איז אבער מוסיף ומדגיש"
(אז דאס איז געווען)
"בפלגש בגבעה"?
ד.
ה.
אז רש״י לערנט אז "בנימין זאב יטרף" איז א נבואה
(אויך)
אויף שאול׳ן
(און זיינע נצחונוח )
— ווי אזוי איז פשוטו של מקרא מכריח צו זאגן אז עם איז דא נאד א פירוש
(אז דאם איז כולל)
די נבואה פון אן ענין בלתי רצוי וכו׳ ״עתידין להיות חטפנין ..
בפלגש בגבעה"?
ה)
ואדרבה — דאס קומט אלם ערשטער פירוש 13
ויתרה מזה — אלס עיקר ענין,
כמובן פון דעם איבער׳חזר׳ן דעם ווארט "ניבא" 14 .
ב.
לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז רש״י וויל ניט לערנען אז "בנימין זאב יטרף" איז א נבואה בלויז אויף שאול׳ן — היות אז די ווייטערדיקע צוגע־ געבענע
(ובמילא — אנדערש בתוכן מהקודמו,
כברוב הכתובים)
ווערטער "בבקר יאכל עד" ריידן וועגן שאול׳ן
(ווי רש״י איז מפרש: לשון ביזה ושלל ..
ועל שאול הוא אומר שעמד בתחלת בוקרן וזריחתן של ישראל),
דעריבער לערנט רש״י אז "בנימין זאב יטרף" איז לכל לראש
(ערשטער פירוש)
ועיקר אז אנדער מאורע.
עם איז אבער קשה 15
: אי משום הא — האט רש״י געקענט אויסקלייבן אן אנדער מאורע ופירוש אין "בנימין זאב יטרף",
ולדוגמא — פירוש התרגום 16
אז
"בנימין זאב יטרף" גייט אויפן ביהמ״ק וואם איז געווען
(ווי רש״י האט גע־ בראכט פריער 17
בפירושו)
בחלקו של בנימין
[און דאם איז נרמז אין "זאב יטרף",
ווייל
(ווי דער מדרש 18
איז דא מפרש)
"מה הזאב הזה חוטף כך הי׳ המזבח חוטף את הקרבנות"] 19 .
די פליאה איז נאך גרעסער: אויף די ווערטער "ולערב יחלק שלל" ברענגט טאקע רש״י
(אלם פירוש שני)
"ואונקלוס תרגם על שלל הכהנים בקדשי המקדש" — און אויף "בנימין זאב יטרף" איז
(ניט נאר וואם ער ברענגט ניט דעם פירוש התרגום אלם פירוש ראשון,
נאר)
ער ברענגט בכלל ניט דעם פירוש התרגום
(אפילו ניט אלם פירוש שני 20 )
!
ג.
אויך דארף מען פארשטיין:
א)
ווי דערמאנט פריער,
זיינען דא פאראן לויט רש״י צוויי פרטים אין דער נבואה וועגן שאול: "בנימין זאב יטרף"
— "שיהי׳ נוצח באויביו סביב",
און ״בבקר יאכל עד״ — וועגן דער ביזה ושלל 21
וואם ער האט באקומען דורך זיינע נצחונות.
אויר אין מדרש 22
ווערן פארטייטשט די צוויי פרטים שבכתוב בשייכות צו שאול׳ן,
אבער דארט שטייט: "מה הזאב הזה חוטף כך חטף שאול את המלוכה שנאמר 3
ושאול לכד את 23
המלוכה על ישראל,
בבקר יאכל עד — וילחם 3
סביב בכל אויביו".
פאדערט זיך ביאור: פארוואס איז רש״י משנה פון פירוש המדרש און לערנט,
אז ביידע פאלן בכתוב ריידן וועגן ענין אחד — די מלחמות פון שאול מיט אויביו
(נאר דער ערשטער — וועגן די נצחונות,
און דער צווייטער — וועגן דער ביזה ושלל)?
ב)
רש״י איז משמיט דעם א)
ענין הראשון שבמדרש — חטיפת המלוכה,
ב)
נוסף וואם ער איז ראשון בזמן• 23
— איז ער די סיבה וועלכע האט געבראכט און מעגלער געמאכט דעם ענין השני,
מלחמות שאול וכו'.
ג)
עם איז ניט גלאטיק לכאורה,
וואס רש״י איז מעתיק דעם סיום הכתוב ״ובכל אשר יפנה ירשיע״ — דלכאורה,
דער ענין הנצחון על אויביו סביב איז שוין מובן פון די ווערטער "וילחם במואב ובאדום וגו ׳" 24 .
ד)
ובפרט אז דער ווארט ״ ירשיע ״ — מל׳ רשע,
איז בדרך כלל ניט קיין ביטוי של נצחון,
ואדרבה: ברוב המקומות מיינט עם אן ענין היפד הרצוי
(נאר אין דעם פסוק איז עם א יוצא מן הכלל 25
און מיינט "ינצח" 26 ).
פארוואם איז רש״י מעתיק א לשון וואם פירושו דא איז יוצא מן הכלל
(דפשוטו ש״מ).
ה)
די תמי׳ איז נאך גרעסער — פארגלייכנדיק פרש״י מיט זיין מקור — דער סיום "ובכל אשר וגו׳",
איז סיי אין בראשית רבה 27
און סיי אין תנחומא 27
ווערט דער סיום ניט געבראכט!
ד.
ווייטער,
אויף די ווערטער "ולערב יחלק שלל",
איז רש״י מפרש: "אף משתשקע שמשן של ישראל ע״י נבוכדנצר שיגלם לבבל יחלק שלל מרדכי ואסתר שהם מבנימין יחלקו את שלל המן שנאמר* 2
הנה בית המן נתתי לאסתר"
(און דערנאך ברענגט רש״י דעם פירוש התרגום 29 ,
כנ״ל סעיף ב).
דארף מען פארשטיין:
א)
פארוואס איז רש״י כופל אז דער ״שלל״ איז געקומען פון המן — "מרדכי ואסתר ..
יחלקו את שלל המן שנאמר הנה בית המן נתתי לאסתר"; לכאורה האט רש״י געדארפט זאגן כדרכו בקיצור
(ובהתאם מיט לשון הכתוב ״יחלק שלל״)
: ״מרדכי ואסתר ..
יחלקו שלל שנאמר הנה בית המן נתתי לאסתר"?
ב)
אז רש״י וויל ברענגען א ראי׳ אז מ׳האט גענומען "שלל" בימי מרדכי ואסתר — פארוואס ברענגט ער דעם פסוק "הנה בית המן נתתי לאסתר" און ניט דעם פסוק וואו דער לשון שלל שטייט בפירוש — "ושללם לבוז" 30 .
ג)
די שאלה איז ניט נאר מצד הלשון נאר אייך מצד תוכן הענין: ביזה ושלל איז שייר ביי מלחמה
(און ווי רש״י ברענגט דא גופא דעם עניו פון שלל פון מלחמות שאול).
ובנדו״ד: נתינת בית המן איז געווען — ע״פ פשש״מ —
(בניסן)
קודם ביטול גזירת המן,
ומכל שכן לפני המלחמה
(וועלכע איז געווען באדר שלאחריו).
ד)
ביזה ושלל מיינט דאם וואס מען נעמט צו פון דעם אויב,
אבער בית המן האבן מרדכי ואסתר
(ניט גענומען
פונעם צר ואויב המן,
נאר)
באקומען פון אחשורוש׳ן;
און נאכמער 31
: ס׳איז מוכרח בפשוטו של מקרא אז דער "נתתי" פון בית המן איז געווען ערשט נאכדעם ווי "בית המן" איז געווארן נכסיו של אחשורוש און אחשורוש האט עם געגעבן אלם נכסי אחשורוש,
ווייל,
ווי רש״י איז מפרש אין ס״פ תצא,
טאר מען ניט נעמען מהשייך אל עמלק.
משא״ב "שללם לבוז" איז פארבונדן
(כמפורש במגילת אסתר)
מיט דעם נצחון פון אידן אין זייער מלחמה מיט אויביהם.
און אע״פ אז לפועל איז "בביזה לא שלחו את ידם״ 32
— איז דאך דאס גופא מדגיש אז עס איז געווען ביזה,
נאר "לא שלחו את ידם".
און ווי רש״י 33
איז דארט 34
מפרש אז דער טעם רואם "לא שלחו את ידם" איז נאר כדי צו בא־ װײזען אז ״לא נעשה לשם ממון",
אדער כדי דער מלך זאל ניט האבן א "עין צרה בממון״ — אבער לולא זה וואלטן זיי געטאן ווי אחשורוש האט אנגעזאגט "ושללם לבוז"
(פונקט ווי ער האט גע־ זאגט בנוגע בית המן "נתתי").
ה)
אפילו את״ל אז וויבאלד אידן האבן לפועל ניט גענומען די ביזה,
קען מען ניט זאגן אז " יחלק שלל" זאל מיינען דעם "ושללם לבוז",
און דערפאר מוז רש״י זאגן אז עם מיינט נתינת בית המן למרדכי ואסתר 33
— איז נאר אלץ קשה:
פארוואס ברענגט רש״י דעם שפעטערדיקן פסוק "הנה בית המן נתתי לאסתר",
און ניט דעם פריערדיקן פסוק 36
"ביום ההוא נתן המלך אחשורוש לאסתר המלכה את בית המן"?
ובפרט,
אז
(א)
אין דעם פסוק "ביום ההוא גו׳" איז דער עיקר סיפור המאורע,
משא״ב "הנה בית המן וגו׳" איז נאר וואס אחשורוש דערציילט איבער וועגן זיין פריערדיקער נתינה; און
(ב)
אין דעם פסוק "הנה בית המן גו׳" ווערט דערמאנט נאר ״אסתר המלכה״
(משא״כ אין פריערדיקן פסוק שטייט גלייך דער־ נאך "
"ותשם אסתר את מרדכי על בית המן"),
און רש״י עצמו איז מדגיש "מרדכי ואסתר".
ו)
די תמי׳ בזה איז נאך גרעסער: סיי אין בראשית רבה און סיי אין תנחומא ברענגט זיר טאקע דער פסוק "ביום ההוא נתן המלך גו׳",
און רש״י 38
איז משנה פון מדרש און ברענגט דוקא דעם פסוק "הנה בית המן נתתי לאסתר"!
ה.
וי״ל דעם ביאור בכל זה:
רש״י בפירושו איז מדייק און בא־ ווארנט דעם לשון הכתוב "בנימין זאב יטרף ",
וואס ״יטרף״
(בשייכות צו א
זאב 39 )
באצייכנט ניט נאר די עצם פעולה פון נצחון והלקיחה,
נאר אויך דאס וואס דער זאב נעמט עס באופן פון חוטף " דעם טרף לאכול 41
[וואם דער־ פאר געפינט מען אז דער ווארט "טרף" ווערט אויך גענוצט אלס תואר פון דעם מזון הנחטף,
ובלשון הכתוב 42
"עד יאכל טרף"]
:
ובנדון הברכה — אז ביי בנימין וועט זיין אן ענין פון ״יטרף״ — חטיפה 45 ,
בדוגמא ווי א זאב איז חוטף זיין טרף דערפאר וואם דאס איז נגד רצונו של הנחטף.
עפ״ז איז פארשטאנדיק כפשטות וואס רש״י קען ניט אננעמען דעם פירוש אז "בנימין זאב יטרף" באציט זיך צום ביהמ״ק,
צום מזבח
(וואס איז "חוטף את הקרבנות״)
— ווייל די קרבנות וואם דער מזבח איז אוכל איז
(ע״ד הפשט 44 )
ניט אן ענין פון "יטרף",
חטיפה,
א זאך וואס מעז כאפט צו פון א "מנגד".
ועד״ז דאס וואס שאול "לכד המלוכה על ישראל״ — איז דאם ניט געווען אן עניו
פון "יטרף" 45
; ער איז מלכתחילה
(אויס־ געקליבן געווארן אויף דעם מלמעלה 46
און איז)
נמשח געווארן למלוכה על ידי שמואל 47 ,
וברצונם של ישראל 48 ,
און די וואט האבן ניט געוואלט ווערן אנגע־ רופן "בני בליעל" 49 .
עפ״ז וועט אויך זיין מובן פארוואס רש״י קען זיך ניט באגנוגענען מיט׳ן פי׳ "ונבא על שאול שיהי׳ נוצח באויביו סביב״ — ווייל אין דעם איז ניטא קיין ענין פון "יטרף".
וועגן דעם שלל ,
וואס ער האט צוגענומען פון זיינע אויבים,
שטייט דאד ווייטער אין פסוק — "בבקר יאכל עד",
און די נצחונות עצמם זיינען ניט אן ענין פון "טרף" 43 ,
נאר מלחמה סתם,
רגילה.
דערפאר איז רש״י מפרש: "זאב הוא אשר יטרף,
נבא על שיהיו עתידין להיות חטפנין וחטפתם לכם איש אשתו״ — און רש״י איז דערביי מוסיף ומדגיש "בפלגש בגבעה",
וואס יש לומר,
אז דערמיט וויל רש״י אנדייטן אז דער "עתידין להיות חטפנין" איז ניט נאר מצד "וחטפתם לכם איש אשתו"
(די חטיפה בפועל),
נאר אויר מצד דער כללות המאורע:
דער חטא פון ״פלגש בגבעה״ װײזט אויף א מצב בלתי רצוי ביותר,
ועד כדי כך אז צוליב דעם האבן די אנדערע שבטים אויסגעשלאסן דעם שבט בנימין
פון כלל ישראל.
און דאס וואם שבט בנימין האט זיך געקענט ארויסרייסן פון דעם מצב הירוד כו׳ ביותר
(דורך תשובה כדבעי כו׳ 50 )
— ביז צו פועל זיין אז די אנדערע שבטים זאלן זוכן אן עצה ווי צו צוריקבריינגען דעם שבט בנימין - איז דאס אן ענין של "יטרף": דער שבט בנימין האט זיך אליין "ארויס־ געכאפט" פון דעם מצב הבלתי רצוי און זיך איבערגעשטעלט אין דער דרגא פון די שבטים מיט וועלכע ער האט ערשט אט מלחמה געהאט.
ועפ״ז איז אויר מובן די ברכה אין דעם וואס "עתידין להיות חטפנין" 51
: ביי זיי וועט זיין אזא שטארקייט נפשית און כחות נפשיים,
אז אפילו ווען זיי וועלן זיך געפינען אין א מצב בלתי רצוי ביותר,
וועלן זיי האבן אין זיך דעם כח פון ״יטרף״ וחטיפה — לגבי זיר אליין.
ו.
רש״י וויל זיך אבער דערמיט ניט באגנוגענען,
װײל פון המשך לשון הפסוק איז משמע,
אז דער "בבקר יאכל עד" קומט בהמשך צו "בנימין זאב יטרף״
(אז מצד,
דורך דעם ״יטרף״ איז "יאכל עד").
דעריבער לערנט רש״י אז "בנימין זאב יטרף" איז אויך כולל דעם ענין וואם שאול "יהי׳ נוצח באויביו סביב".
און כדי צו פארענטפערן
(בדוחק?)
די שייכות פון די נצחונות של שאול צום ענין פון ״יטרף״
(והטיפה)
— איז רש״י
מעתיק אויך דעם סיום הכתוב "ובכל אשר יפנה ירשיע ":
דאס וואס דער פסוק באצייכנט די נצחונות פון שאול מיטן ווארט "ירשיע" ווייזט אויף אן ענין פון ״יטרף״ — אז א ווארט
(ובמילא — די זאך וועגן וועל־ כער ער רעדט)
וואט מצד עצמו ווייזט ער אויף היפך הטוב
(מלשון רשע )
ווערט
(גענוצט)
געזאגט אויף אן עניו טוב,
נצחון והצלחה.
אין אנדערע ווער־ טער: ביי שאול׳ן איז מודגש ווי ער האט גענוצט דעם ענין פון "רשע" 52 ,
עם חוטף געווען אויף אן ענין טוב 53
— צו מנצח זיין די אויבים פון אידן.
ז.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין פארוואס רש״י איז מפרש אז "לערב יחלק שלל" רעדט וועגן "הגה בית המן נתתי לאסתר״
(און ניט — "ושללם לבוז")
:
דא איז ניט
(אזוי)
די הדגשה אז מ׳האט באקומען "שלל"
("יחלק שלל"),
נאר אז דער "שלל" איז געקומען דורך ״יטרף״ — חטיפה מן המנגד .
און ווי־ באלד אז המן איז געווען דער עיקר מנגד פון מרדכי ואסתר,
דעריבער איז רש״י מדגיש דוקא דעם שלל וואס מ׳האט גענומען פון המן ,
ווארום דוקא אין דעם איז דער עיקר ענין פון ״יטרף״.
ויש לומר,
אז ע״ד ווי גערעדט פריער אז דאם וואס רש״י איז מדגיש "בפלגש
בגבעה" איז כדי צו אנדייטן אויף כללות המאורע
(וואם איז באופן פון "יטרף",
כנ״ל)
— עד״ז איז אין דעם ענין: דאס וואם רש״י איז מדגיש "יחלקו את שלל המן " איז כדי אנדייטן אויף כללות המאורע,
וואס איז געווען אן אופן פון "חטיפה": ניט קוקנדיק אויף דעם וואם ס׳האט זיך גערעדט וועגן המן,
וואס אחשורוש האט אים מנשא געווען על כל השרים 54
און בכח זה האט המן גע־ בראכט אזא גזירה אויף אידן,
איז גע־ ווארן דער היפך,
ביז א־ז "בית המן נתתי לאסתר".
ועפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואם רש״י איז מדייק צו ברענגען דוקא דעם פסוק "הנה בית המן נתתי לאסתר"
(און ניט דעם פריערדיקן פסוק ״ביום ההוא נתן אחשורוש גו׳״)
— ווייל אין דעם פסוק איז מודגש ווי ס׳איז גע־ ווארן די חטיפה,
דער ״אתהפכא״ בתכלית,
ווי רש״י איז דארט מפרש דעם פסוק — "ומעתה הכל רואים שאני חפץ 55
בכם כו׳",
דער היפר פון "גדלו" דאחשורוש את המן.
ח.
דער ביאור אין דעם לויט "יינה של תורה" שבפירוש רש״י:
עם איז ידוע דער חילוק צווישן די דרגות פון יוסף און בנימין,
אז יוסף ווערט אנגערופן "צדיק עליון" און בנימיו — "צדיק תחתון" 56 .
וואם פון די אונטערשיידן צווישן זיי איז 57
: צדיק
עליון איז עבודתו בדרך מלמעלה למטה — צו ממשיך זיין אלקות למטה: און ביי א צדיק תחתון — העלאה מלמטה למעלה,
זיכוך התחתון וההעלאה.
וואם דערפאר איז מבואר 58 ,
אז די עבודה פון "צדיק תחתוך איז ע״ד עבודת התשובה,
ווייל דאם איז אויר דער אויפטו פון תשובה — די מלחמה מיט לעו״ז,
ביז צו מהפך און מעלה זיין דעם רע לטוב,
זדונות נעשו לו כזכיות 59 .
און דאס איז אויר דער ביאור פנימי אין ברכת יעקב לבנימין — "בנימין זאב יטרך 60
: די ברכה אויף עבודת התשובה,
וואט איז באופן של ״יטרף״ וחטיפה .
ווייל די שלימות פון תשובה,
וואס איז באופן פון זדונות נעשו לו כזכיות
(כנ״ל),
איז אן ענין של "חטיפה": מען איז ״חוטף״ 61 ,
מ׳רײםט ארויס די ניצוצות קדושה וועלכע זיינען געווען אין רשות הקליפה און מ׳איז זיי מעלה לקדושה.
און דאם איז אויר פארבונדן מיט א שטארקייט נפשית מיוחדת פון דעם בעל תשובה 62
(ווי פשטות הענין,
אז כדי צו
קענען "חוטף" זיין פון א מנגד איז עס פארבונדן מיט גבורה יתירה)
— װײל דאס וואט א בעל תשובה האט דעם כח צו "חוטף" זיין די ניצוצות פון רשות הקליפה,
איז עם דערפאר 63
וואט עבודת התשובה איז "בחילא יתיר " 64 ,
מער ווי עבודת הצדיקים 65 .
ועד״ז מצד דער המשכה בזה שמלמעלה: וויבאלד אז דורך תשובה איז מען מהפך חושך לאור,
ווערט דער יתרון האור מן החושך,
וואם די המשכה ווערט אנגערופן ״טורף״,
ווי דער צ״צ 66
טייטשט דאם אפ ״שטורף 67
נה״ב ..
ועי״ז טורף וממשיך מבחי׳ שלמעלה מהשתלשלות" 68 .
ט.
דערמיט איז אויר מובן דער טעם — בפנימיות הענינים — וואט רש״י איז מבאר ומפרש די ברכה פון "בנימין זאב יטרף",
אז דאס מיינט "עתידין להיות חטפנין ..
בפלגש בגבעה",
ווייל דוקא אין דעם האט זיך ארויטגעזאגט דער עילוי פון תשובה בתכלית,
אז מ׳האט געקענט מהפך זיין לקדושה אפילו אזא ענין וואס איז געווען פארבונדן מיט פלגש בגבעה ומסובב פון עם.
און דערפאר איז דערפון ארויס־ געקומען דער ענין פון " וחטפתם לכם איש אשתו" 69
: וויבאלד עבודת התשובה איז ניט חילא יתיר ״ — דעריבער איז עם ביי זיי ניט געאין אן אופן פון "תמידים כסדרם",
אן עבודה מסודרה,
נאר דוקא באופן פון ״ווען אין אן אופן פון "כי יקח איש אשה"
(ווי עס איז ע״פ און איו סדר הרגיל),
נאר דוקא אינעם אופן פון "וחטפתם לכם".
[און דאם איז אויר וואם רש״י איז מדייק ביי שאול׳ן "ובכל אשר יפנה ירשיע",
וואם דאס איז דער עניו פון תשובה,
אז פונעם רשע גופא
(עונות)
ווערט אויפגעטאן דער נצחון פון
קדושה
(זכיות) 70 .
ועד״ז איז ער דער־ נאד מדייק בנוגע צו מרדכי ואסתר,
אז "יחלקו את שלל המן ",
ביז אין אן אופן פון ״הנה בית המן נתתי לאסתר״ — די הדגשה אין אתהפכא חשוכא לנהורא דוקא,
וכנ״ל ס״ז].
יוד.
און דא זעט מען אן ענין נפלא:
דער פסוק "בנימין זאב יטרף" איז די התחלה פון "ששי״ 71 ,
און דער סיום פון ששי איז מיטן פסוק וואס יוסף האט גע־ זאגט זיינע ברידער: ״אל תיראו ..
ואתם חשבתם עלי רעה אלקים חשבה לטובה למען גר להחיות עם רב" 72 .
וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק:
א)
יוסף איז דערמיט געווען אויסן צו מנחם זיין זיינע ברידער און פארזיכערן זיי אז זיי זאלן זיך ניט מצער זיין
(און מורא האבן)
דערפון וואם זײ האבן אים פארקויפט — ווי פאסט דערביי דער־ מאנען אז "ואתם חשבתם עלי רעה",
וואם ברענגט גאר ארוים זייער מחשבה רעה 73 ?
יוסף האט געדארפט ריידן בלויז וועגן דעם צד הטוב : "אל תיראו גו׳ אלקים חשבה לטובה גו׳".
ב)
פארוואס האט יוסף גענוצט דעם לשון ״להחיות עם רב ״?
— רש״י איז דאו פריער 74
מפרש דעם חילוק צווישן יעקב און עשו,
אז יעקב זאגט "יש לי
כל" 74
און עשו זאגט "יש לי רב" 5,
(לשון גאווה)
; וואלט דאך מער מתאים געווען דער לשון "להחיות כל העם"
(וכיו״ב).
נאר דא זעט מען דעם "נעוץ תחלתן בסופן״ — אזוי ווי אין התחלת ששי איז מודגש די מעלה וואס קומט ארויס דורך תשובה,
אז עס ווערט אתהפכא חשוכא לנהורא,
וואס דוקא דורך דעם ווערט דער יתרון האור מן החושך — איז עד״ז די הדגשה אין סוף ששי:
יוסף האט מסביר געווען,
ווי אזוי די מחשבה רעה עצמה איז נהפך געווארן לטוב,
אז פון דעם "חשבתם עלי רעה" איז געווארן " להחיות ".
ווי קען א מחשבה רעה נהפך ווערן לטוב?
איז דער טעם ווייל 76
״ אלקים 77
חשבה לטובה": די "רעה" שבכוונה איז בלויז מצד האדם 78 ,
אבער די כוונה העליונה
("אלקים חשבה")
איז "לטובה",
אז פון דער רעה זאל ארויסקומען א טובה.
פארוואס דארף מען האבן אז די "טובה" זאל ארויסקומען דוקא פון אן ענין הפכי — איז דער פסוק ממשיך: "להחיות עם רב ": די ניצוצות וואס געפינען זיר אין קליפות האבן א הויכן שרש,
בלשון החסידות — זייער שורש איז פון עולם התהו וואס דארטן איז "אורות מרובים "; און דורך דעם וואס מ׳איז מברר די ניצוצות און מ׳נעמט זיי ארויס פון קליפה,
ווערט דער " יתרון האור״ — "אורות מרובים " "להחיות עם
רב ",
אז מ׳באקומט "חיות" אין אן אופן פון "רב״ 79.
בדוגמא ווי גערעדט פריער,
אז דוקא אין עבודת התשובה איז דא דער עילוי פון "בחילא יתיר " 80 .
יא.
די עבודה אין אן אופן פון "בנימין זאב יטרף" האט א שייכות מיוחדת לזמננו זה:
ס׳איז ידוע דער פתגם פון רבי׳ן
(מהורש״ב)
נ״ע 81 ,
אז "לפי שעתה הוא זמן הבירורים היותר אחרונים דעקבות משיחא",
דעריבער ווארט מען ניט אויף א סדר באופן הבירורים,
נאר עס דארף זיין אין אן אופן פון " חטוף ואכול חטוף ואישתי" 82
(בדוגמא צו " יטרף " 83 ).
ווי־ באלד עם איז א מצב פון אזא חושך,
דארף מען חוטף זיין ביגיעה יתירה פון דעם חושך און אים מהפך זיין לאור.
און דורך דער עבודה אין אן אופן פון ״חטוף ואכול חטוף ואישתי״ — איז מען זוכה צו דער גאולה אין אן אופן פון ״יטרף״
(חטיפה במהירות 84 )
— "אחיש־ נה" 85 ,
ובמהרה בימינו ממש.
ומשיחת יום ועש״ק פ׳ ויחי ועשרה בטבת)
תשד״מ)