B"H
🏡

Ikar

ויחי א

א.

אין דער היינטיקער סדרה בת־ חלתה 1

ווערט דערציילט ווי יעקב אבינו האט גערופן זיין זון יוסף און האט אים געבעטן — ״אל נא תקברני במצרים ..

ונשאתני ממצרים וקברתני בקבורתם",

און אז נאכדעם ווי יוסף האט אים צוגע־ זאגט "אנכי אעשה כדברך" האט יעקב געזאגט ״השבעה לי — וישבע לו".

איז לכאורה תמוה

(ווי מפרשים פרעגן 2 )

: פארוואס האט זיך יעקב ניט באנוגנט מיט יוסף׳ס צוזאג און פון אים געפאדערט אויך א שבועה?

צי דען האט יעקב ח״ו חושש געווען,

אז יוסף וועט ניט אויספירן זיין צוזאג 3 ?

!

מפרשים ענטפערן 2 ,

אז די שבועה איז ניט געווען צוליב יוסף׳ן

(צו פארזיכערן אז ער וועט מקיים זיין הבטחתו),

נאר צוליב פרעה׳ן : אזוי ווי פרעה וועט וועלן• 3

אז מ׳זאל יעקב׳ן מקבר זײן אין מצרים 4

און וועט דערפאר זוכן אפצו־ האלטן ױסף׳ן פון מקיים זיין בקשת יעקב — דערפאר האט יעקב משביע געווען יוסף׳ן אויף דעם

(און דערמיט

באווארענען אז פרעה זאל ניט קענען אפהאלטן,

ווייל ער וועט ניט צווינגען יוסף׳ן צו עובר זײן אויף א שבועה).

מ׳האט שוין פיל מאל גערעדט,

אז אלע שאלות וואט ווערן נתעורר בלימוד פשוטו של מקרא ווערן פארענטפערט אין פירוש רש״י על התורה 5 .

איז לפי״ז ניט מובן: פארוואם באווארנט ניט רש״י די שאלה האמורה

(וואם איז א שאלה

(אויך)

אין דרך הפשט )?

נאך מער: דער תוכן פון דעם פירוש הנ״ל ווערט טאקע געבראכט אין פירוש רש״י,

אבער ערשט שפעטער — אין דעם סיפור וועגן קבורת יעקב

(בפועל),

אויף דעם וואס פרעה האט געזאגט יוסף "עלה וקבור את אביך כאשר השביעך " 6 ,

איז רש״י מפרש: כאשר השביעך,

ואם לא בשביל השבועה לא הייתי מניחך.

אבער דערפון גופא וואס רש״י זאגט דאס ניט באותו ענין נאר ערשט שפע־ טער לאחרי הברכות וכו׳ — איז מוכח,

אז ניט דאס איז דער טעם

(לויט פרש״י)

פארוואם יעקב האט משביע געווען יוסף׳ן

(דאל״כ,

וואלט דאס רש״י גע־ זאגט גלייך אויף די ווערטער "השבעה לי")

;

מוז מען זאגן,

אז רש״י נעמט אן אז דער טעם פארוואס יעקב האט משביע געווען ױסף׳ן איז

(ניט אויף נוצן עם אלס א לחץ פאר פרעה,

נאר)

ווי די מטרה פון א שבועה בפשטות — צו פארשטארקן די זאך בײ יוסף׳ן גופא.

והדרא קושיא לדוכתא: וואס האט גע־ פעלט אין יוסף׳ס צוזאג אז יעקב זאל פאדערן פון אים א שבועה דוקא?

ב.

וי״ל הביאור אין דעם:

דער אויפטו פון א שבועה אויף סתם א הבטחה איז:

ווען איינער נעמט אויף זיך צו טאן עפעם מיט א שבועה,

בינדט ער זיך אין אן אופן,

אז די זאך מוז געטאן ווערן אונטער אלע אומשטענדן — אפילו אויב עם וועלן זיין כמה מניעות ועיכובים אויף ניט צו טאן די זאר,

וועט ער,

מצד השבועה,

זיך ניט רעכענען מיט קיין שום חשבונות און מקיים זיין די שבועה אונטער אלע אומשטענדן.

און דערפאר איז אויר א חילוק אין דער שימת לב אויף דורכפירן די זאך:

ווען איינער איז

(סתם)

מבטיח צו טאן עפעס בעתיד,

איז לאו דוקא אז דאם זאל אים נאכאנאנד ,

ליגן אין קאפ״; בשעת עם וועט קומען למעשה — וועט ער דעמאלט טאן כל מה שביכלתו אויף צו דורכפירן זיין צוזאג.

בשעת אבער ער נעמט עם אויף זיך מיט א שבועה 7 ,

איז ער ניט מסיח דעת דערפון,

וויטנדיק אז די זאר מוז זיד אפ־ טאן,

און אויב ניט איז עם פארבונדן מיט׳ן חומר פון עובר זיין אויף א שבועה 8 .

און דאס איז דער טעם

(בפשטות)

פארוואם יעקב האט משביע געווען יוסף׳ן "ונשאתני ממצרים",

און האט זיר ניט באנוגנט דערמיט וואס יוסף האט אים צוגעזאגט ,

אנכי אעשה כדברך": יעקב האט געוואלט אז יוסף זאל זיך

נאכאנאנד באווארענען בזה.

געפינענ־ דיק זיר "בארץ לא להם" 9

קען מען ניט וויסן וועלכע שוועריקייטן עס וועלן אויפקומען אויף ניט דערלאזן ױסף׳ן שפעטער צו דורכפירן הבטחתו; דארף מען זוכן עצות ותחבולות ווי צו מלכתחילה באווארענען עם זאלן ניט זיין קײן מניעות בעתיד .

ג.

עם איז אבער נאר ניט אינגאנצן גלאטיק:

אויר יוסף האט געוואוסט פון די שוועריקייטן הנ״ל וועלכע פאדערן אז מען זאל מלכתחילה באווארענען זיי

(ובפרט אז יעקב האט אים גלייר גע־ בעטן ,

שים נא ידר

(תחת ירכי)

— והשבע " 10 ,

אז דא פאדערט זיר א זירוז פון א שבועה)

— האט לכאורה זיין הבטחה ,

אנכי אעשה כדברך " כולל גע־ װען אויר דעם ענין,

אז ער וועט "טאן״ אין דעם באופן פון שים גר והשבע — איז פארוואס האט יעקב איבערגעחזרט ,

השבעה לי"?

איז דער ביאור

(פנימי)

בזה: דער ארויסטראגן גופו של יעקב פון מצרים בשעת אידן בלייבן נאך אין מצרים איז לכאורה ניט לטובתם של בני ישראל — וויבאלד אז דער אויבערשטער האט גע־ זאגט" אנכי ארד עמך מצרימה

(ובפרט — בפנימיות — איז דאס היפר "ענינו" של יוסף).

און דעריבער האט יעקב גע־ בונדן יוסף מיט א שבועה בפירוש דוקא.

וועט מען דאס פארשטײן בהקדים הביאור,

אז אין דעם ענין

(שלילת הקבורה בארץ מצרים)

געפינט מען א חילוק צווישן יעקב און יוסף: יעקב האט אנגעזאגט " אל נא תקברני במצרים ..

ונשאתני ממצרים״ — מעז זאל ניט דערלאזן אזער זאל לאחר פטירתו בלייבן אין מצרים אפילו באופן עראי ; דאקעגן יוסף האט בלויז משביע געווען די בני ישראל "והעליתם את עצמותי מזה",

אבער ביז דעם זמן פון "פקוד יפקוד גר" איז ארונו של יוסף געווען אין מצרים 12 .

דער טעם

(פנימי 13 )

אויף דעם חילוק איז* 13

:

יעקב איז העכער פון גלות מצרים.

וואס דערפאר,

אפילו נאכדעם ווי יעקב האט יורד געווען אין מצרים איז מקומו געווען אין ארץ גושן,

אפגעזונדערט 14

פון די מצרים; און דארטן גופא איז ניט געווען קײן מצב פון גלות״ _ אידן האבן געהאט "טוב ארץ מצרים גו׳ חלב הארץ" 14 ,

און נאכמער: " ויאחזו בה

(אין ארץ גושן)

— לשון אחוזה" 17 .

משא״כ יוסף האט יורד געווען אין

(און צווישן)

מצרים גופא.

[און דער טעם בזה: מדריגת יעקב

(מצד עצמו)

איז — אצילות,

עולם האחדות וואם איז אינגאנצן העכער פון עולמות בי״ע,

ועאכו״כ פון דעם חושך פון מצרים; משא״ב ענינו של יוסף איז — "אלה תולדות יעקב יוסף" 18 ,

צו אראפטראגן ענינו של יעקב אין עולמות בי״ע,

ביז אין עולם הזה התחתון 19 ].

און דערפאר האט גופו של יעקב כלל ניט געקענט בלייבן אין מצרים,

און נאך מער ״ ונשאתני ממצרים״ — "נשיאות",

מער פון "והעליתם",

עלי׳.

משא״כ יוסף,

וועלכער דארף אויפ־ טאן אין מצרים,

איז זיין ארון געבליבן אין מצרים כל זמן גלות מצרים; כדי אז

(זכותו של)

יוסף זאל זיר געפינען צוזא־ מען מיט אידן בגלותם במצרים 20

;

נאר דערביי האט יוסף משביע גע־ ווען את אחיו: והעליתם את עצמותי מזה — ווייל די כוונה פון דער ירידה למצרים איז דאר צוליב דער עלי׳ שלאח״ז; אז דורך דעם וואם ארון יוסף איז גע־ ווען אין מצרים,

האט דאם אויפגעטאן,

אז בשעת אידן זײנען ארוים פון מצרים און האבן "מעלה" געווען עצמות יוסף עמהם,

האט מען דורכדעם מעלה גע־ ווען די ניצוצי קדושה וועלכע זיינען געווען אין

(די עניני)

מצרים 21 .

און דאם איז אויר דער טעם פאר־ וואס יעקב האט געמאנט פון יוסף׳ן א שבועה אויף דעם ענין פון תיכף

"ונשאתני ממצרים": היות אז מצד

(ענינו של)

יוסף דארף אויסקומען אז יעקב זאל בלייבן דוקא אין מצרים,

"בגין דיגין זכותי׳ על בנוי" 22

ווי זיי זיינען אין גלות מצרים

(און דורכדעם וועט מען אויס־ טאן אין עניני מצרים)

— דערפאר האט יעקב געוואלט אז יוסף זאל דאס אויף זיך אננעמען אין אן אופן פון שבועה ,

למעלה מטעם ודעת,

[כידוע 23

אז א שבועה איז ענינה,

וואט דערמיט בינדט מען זיר צו טאן די זאך אין אן אופן פון למעלה מחשבונות 24 ,

אזוי,

אז קיין טעם

(וסיבה)

זאל ניט זיין קיין אפהאלט צו דורכפירן די זאר].

ד.

עם בלייבט אבער נאד ניט מוסבר: פארוואם איז ביי יעקב׳ן געווען אזוי מופרך,

אז ארונו זאל בלייבן אין מצרים 25 ,

וויבאלד אז דאס האט גע־ קענט אויפטאן אן עלי׳ אין עניני

(ניצוצות פון)

מצרים?

וי״ל הביאור אין דעם: "אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים" 26 .

און דעריבער,

כדי אז אידן,

זייענדיק אין מצרים,

זאלן קענען עולה זיין פון מצרים און אויך מעלה זיין די עניני מצרים,

דארפן זיי האבן א קשר — וברא כרעא דאבוהו ,2

— מיט העכער פון מצרים

(בית האסורים).

און דערפאר האט יעקב געדארפט זיין העכער פון מצרים,

און נאך מער — ער האט משביע געווען יוסף׳ן "ונשאתני ממצרים",

ווייל דערמיט האט ער "פאר־ בונדן״ ױםף׳ן מיט מדריגת יעקב ווי ער שטייט העכער פון מצרים

(ונשאתני ממצרים).

און עי״ז האט געקענט דער־ נאך זיין בנוגע צו אלע בני ישראל דער ״ואנכי אעלך גם עלה״ 28

— די עלי׳ פון גלות מצרים 29 .

ה.

דערפון האט מען א הוראה לימינו אלה,

אין גלות זה האחרון:

ווי גוט עם זאל זיין דער מצב פון א אידן אין גלות — סיי בגשמיות,

און סיי ברוחניות — אז ער האט "טוב ארץ מצרים גו׳ חלב הארץ"; ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות ביז אז ער לעבט אן אמת׳ן רוחניות׳דיקן לעבן

[ע״ד "ויחי יעקב בארץ מצרים" 30 ,

ווי דער אלטער רבי טייטשט 31 ,

אז וויבאלד יעקב האט אויפגעשטעלט אין מצרים א "בית תלמוד" 32 ,

איז "אויר אין מצרים איז געווען ויחי געלעבט"]

— דארף ער אבער שטענדיק וויסן און געדענקען,

אז אויך אין דעם מעמד ומצב מאנט זיר די דרישה בתוקף "ונשאתני ממצרים" ביז צו תוקף דשבועה — דאס איז גלות,

ניט דער ריכטיקער ארט פאר א אידן און ער מוז דערפון ארויסגעהויבן ווערן.

און דאס דארף זיין כנ״ל אין אן אופן פון שבועה 33

: נוסף אז עס איז אן עיקר מי״ג עיקרים 34

בתורתנו: אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא,

און ער ווייס אז די שלימות ותכלית איז די גאולה

(ווי תורה הקדושה זאגט און איז מבאר בתושב״כ ובתושבע״פ — ווי דער רמב״ם איז מבאר 35 ),

נאר דאם איז א זאך וואס דער־ נעמט אים בפנימיות נפשו,

ביז אז ער האלט אין איין האפן און בעטן און מא־ נען — "ונשאתני ממצרים"!

און ווי מען זאגט בכל תפלה ותפלה

(בימות החול)

— "לישועתך קוינו כל היום״,

וואם דאס מיינט אז דרײ מאל א טאג איז מען מכריז ומודיע,

אז מ׳איז

מקווה לישועתך ״ כל היום ״ — א גאנצן טאג און יעדן טאג 36 .

און דורך דער ״הכרזה״ תמידית — אז מען האפט און מען בעט ביים אוי־ בערשטן 37

אויף דער גאולה שלימה — פירט מען זיך אין גלות לויטן רצון פון אויבערשטן

(וועלכער האט געשיקט אידן אין גלות)

;

און דעמאלט פועל׳ט ניט גלות קיין ירידה ח״ו ור״ל בא א אידן,

און פאר־ קערט: עם ווערט "ונשאתני ממצרים" — פון מצרים גופא ווערט אויפגעטאן ״ונשאתני״,

די עלי׳ — יתרון האור מן החושך — ביז לדרגת נשא את ראש בנ״י,

פון יעדן אידן און אלע אידן.

(משיחות עשרה בטבת תשמ*ג,

מוצאי ש־פ בשלח תשל״ח)

Reader controls and commentary are loading.