א.
אין דער היינטיקער סדרה ווערט דערציילט 1
וועגן דעם זמן וואס יוסף איז געווען במצב פון היפך החירות אין מצרים — וועלכער איז באשטאנען פון צוויי שלבים
(זה למטה מזה)
: פריער איז ער געווען אן עבד בבית פוטיפר,
און דערנאך — דורך דעם בלבול פון אשת פוטיפר — האט מען אים אריינגעזעצט אין "בית הסהר":
און איו ביידע מצבים איז דער אויבערשטער געווען מיט יוסף׳ן און ער האט שטארק מצליח געווען,
ועד כדי כך,
אז אין ערשטן פאל האט אים פו־ טיפר ממנה געווען "על ביתו וכל יש לו נתן בידו..
ויעזוב כל אשר לו ביד יוסף ולא ידע אתו מאומה גו׳" 2 ,
און דער־ נאך,
אין צווייטן פאל,
האט דער שר בית הסהר אים ממנה געווען אויף "כל האסירים אשר בבית הסהר ..
(ביז אז)
אין שר בית הסהר רואה את כל מאומה בידו באשר ה׳ אתו גו׳" 3 .
געפינט מען אבער,
אז אין דעם אופן ווי די תורה ברענגט ארויס הצלחתו של יוסף בבית הסהר,
איז דא א שינוי בולט לגבי דעם אופן ווי ס׳ווערט אויסגע־ דריקט זיין הצלחה בבית פוטיפר: בנוגע צו הצלחת יוסף בבית פוטיפר איז דער לשון הפסוק 4
"וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח בידו ",
משא״כ ביי הצלחת יוסף בבית הסהר זאגט די תורה דעם לשון 5
״ואשר הוא עושה ה׳ מצליח״ — און זאגט ניט,
איז משמיט דעם ווארט "בידו" 6 .
ב.
וועט דאס זיין פארשטאנדיק לויטן ביאור הצ״צ 7
אויפן פסוק "ויהי ה׳ את יוסף ויהי איש מצליח״ — אז "הצלחה הוא ענין מזל כמו שקורין איש מוצלח בר מזל,
גליק בלע״ז".
"מזל" איז ניט א זאך וואס דער מענטש דערגרייכט דורך זיין יגיעה,
נאר דאס איז א מתנה מלמעלה 8
— "ויהי ה׳ את יוסף ויהי איש מצליח" 9
; וואס דערפאר דריקט זיך אויס דער ענין ה״מזל" אין אן איבערנאטירלעכער הצלחה,
וואס א מענטש קען מיט זיינע כחות ניט אויפטאן.
אבער אויך אין דער "הצלחה" זיינען פאראן צוויי אופנים:
איין אופן איז,
אז די הצלחה ווערט אנגעזען אין און דורך די מעשה ידי האדם.
דאס הייסט: די הצלחה עצמה איז ניט בגדר אז א נברא זאל עס קענען אויפטאן ,
און דערפון וואס דער מענטש איז תמיד מצליח,
אדער אז די הצלחה
איז אין יעדער זאך וואט ער טוט
(וכיו״ב)
זעט מען קלאר,
אז ער איז א ״בר מזל״ 10
— אז דאס איז ניט קיין צו־ פעליגע זאך און הצלחה נאר דערפאר וואס הוי׳ מצליח,
דער אויבערשטער האט אים געגעבן א מזל מצליח,
אדער געגעבן א הצלחה
(אלקית 11 )
אין מעשה ידיו.
עס איז אבער פאראן נאך א העכערער אופן אין הצלחה — אז די הצלחה איז לגמרי איבערנאטירלעך,
ניט בגדר אנושי,
באופן אז מ׳קען די הצלחה איבערהויפט ניט מייחס זיין צו אן אויפטו פון בני אדם,
נאר מ׳זעט תיכף ומיד אז נאר יד ה׳ עשתה זאת,
דאס איז אינגאנצן אן עשי׳ פון יד ה׳ .
ג.
און דאס איז דער חילוק צווישן די צוויי אופני הצלחה ביי יוסף׳ן 12
:
אין דעם ערשטן פאל,
בבית פוטיפר,
איז די הדגשה "ויהי ה׳ את יוסף ויהי איש מצליח ״ — די הצלחה האט א יחס צו יוסף־ן,
ער איז אן " איש מצליח"; און דערפאר איז די תורה מדייק "וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח בידו ״ — די הצלחה
(אלקית)
איז אריינגעגעבן גע־ ווארן אין זיין " יד "
(ועשי׳).
[ומהאי טעמא איז דער פסוק מדגיש ״ וכל אשר הוא עושה גו׳״ — ווייל דער
(עיקר)
באווייז פאר "אדוניו" אז יוסף איז אן "איש מצליח" איז דערפון וואס ער האט הצלחה אין "כל אשר הוא עושה" — ער איז שטענדיק מצליח אין אלעס וואס ער טוט,
וואס דאס איבערצייגט יעדן אז ער איז א "בר מזל",
אן "איש מצליח"].
אבער אין צווייטן פאל,
בבית הסהר,
איז ביי יוסף צוגעקומען דער העכע־ רער אופן אין הצלחה — "ואשר הוא עושה ה׳ מצליח" : וואס יוסף האט נאר עפעס געטאן האט מען גלייך אין דעם געזען אז "יד ה׳ עשתה זאת" ; דאס איז ניט א זאך וואס יוסף איז בכחו צו אויס־ טאן,
נאר דאס קען קומען נאר פון דעם אויבערשטן אליין — ובמילא זעט מען ניט דערין "ידו"
(ועשייתו)
של יוסף,
נאר בלויז — "ה׳ מצליח" .
[און דערפאר איז דא ניט נוגע דער דיוק ״ וכל אשר הוא עושה״ — ווייל עיקר ההדגשה איז דא אויף דער איכות ההצלחה,
וועלכע איז ניט בגדר אנושי
(ואיש),
נאר "ה׳ מצליח"].
ד.
סיבת החילוק צווישן די צוויי אופני הצלחה ביי יוסף׳ן איז פארבונדן מיטן חילוק במצבו של יוסף — אין ערשטן פאל איז ער געווען
(נאר)
אן עבד בבית פוטיפר
(שר),
אין צווייטן פאל איז ער געווען אז אסיר בבית האסורים .
די הסברה אין דעם:
די "כלי" אויף הצלחה אלקית
(שלמעלה מהטבע)
איז כמפורש בקרא 13
"ואל זה אביט אל עני ונכה רוח",
ביטול 14 .
וואס ווייניקער דער מענטש פילט זיין ישות און מציאות,
אלץ מער איז "ה'אתו"
(בגלוי)
— אין זיינע מעשים זעט זיך אן אלץ מער כחו של הקב״ה.
און אין דעם באשטייט דער חילוק צווישן דעם מצב פון אן עבד
(ובפרט בבית פוטיפר — שר,
ושר גדול מסתם שרי מצרים)
און דעם מצב פון אן אסיר
(בבית האסורים)
:
אן עבד,
אע״פ אז "מה שקנה עבד קנה רבו" 15 ,
אז ער איז פאר זיך ניט קיין מציאות — מיינט עס אבער ניט אז ס׳איז בכלל ניטא קיין מציאות; עס איז בפירוש פאראן א מציאות וואס טוט אויף
(ואפילו — גדולות)
— דאס איז דאך די מטרה פון אן עבד,
צו ארבעטן און אויפ ־ טאן 16
—
נאר אזוי ווי ער איז נקנה לרבו,
איז דעריבער זיין גאנצע ארבעט און אויס־ טו
(אלם עבד)
ניט א זאך וואס בא־ לאנגט צו אים,
נאר לרבו;
משא״כ אן ״אסיר״ איז ענינו —
(ניט צו טאן און אויפטאן,
נאר)
להיפך — ער איז
("אסור")
געבונדן ,
פארצאמט און מושלל פון א מעגלעכקייט צו ארבעטן און טאן עפעס אפילו צו וואס ער איז מסוגל און מוכשר 17
; ער איז בכל זמנו
ובכל עניניו ניט קיין מהלך,
עאכו״כ ניט קיין הולד מחיל אל חיל וכו׳ 18 .
[ומהאי טעמא,
אפילו ווען מ׳איז מכריח אן אסיר צו טאן א מלאכה כו׳ — האט די מלאכה קיין יחס ניט מיט אים אלס דער פועל פון דער מלאכה.
— ביי אן עבד איז דער פירוש אז ווי־ באלד ער איז רכושו של האדון,
איז אויך זיין ״יד״
(ועשי׳)
נקנה צום אדון — ס׳איז אבער דא א ״יד״
(— כחלק גוף העבד)
; משא״כ אן אסיר,
וואס כל עשיותיו זיינען נאר וואס מ׳איז אים מכריח צו טאן,
איז עס מעיקרא ניט זיין עשי׳ 19 .
וע״ד ווי אחרונים 20
זיינען מבאר דעם עניו פון "אונס רחמנא פטרי׳",
אז דאס איז דערפאר וואס וויבאלד ער האט עס געטאן אינגאנצן ניט ברצונו,
נאר גע־ צוואונגענערהייט,
איז עס כאילו ווי ער וואלט די מעשה ניט געטאן,
ס׳איז ניט זיין עשי׳ נאר "כאילו נעשה מאליו "].
ה.
ועד״ז איז דער חילוק בנוגע צו יוסף׳ן:
זייענדיק בבית פוטיפר,
איז יוסף
(ווי ער איז "הורד מצרימה")
געווען אן עבד לפוטיפר — האט דאס בהתאם לזה ביי אים ארויסגערופן אז אויך זיין עבודת ה׳ זאל זיין בבחינת עבד
(עבד ה׳),
כל
מציאותו איז די מציאות האדון.
און דאס איז דער טעס
(פנימי)
פארוואס הצלחתו של יוסף איז ערשט געקומען לידי גילוי מחמישי ואילך בפרשתנו 21 ,
ווייל מצד אט דעם ביטול צום אויבערשטן וואס זיין עבדות האט אין אים ארויסגע־ בראכט — איז 22
"ויהי ה׳ את יוסף ויהי איש מצליח ..
ה׳ אתו וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח בידו".
אבער היות אז אין דעם אופן איז אויך לאחרי הביטול נאך אלץ דא די מציאות פון ״יד״ העבד — דערפאר איז אויך די הצלחה אלקית
(נאר)
אין אן אופן פון "ה׳ מצליח בידו"
(כנ״ל),
די הצלחה אלקית איז אנגעטאן אין
(ובמילא אפגע־ מאסטן לויט)
זיין "יד" ועשי׳ 23
;
בשעת אבער מ׳האט יוסף׳ן איינגע־ זעצט בבית האסורים,
וואס דאס האט ביי אים מגלה געווען 24
א ביטול מוחלט צום אויבערשטן,
ער איז ביי זיך גע־ ווארן כאין ואפס ממש — דעריבער איז אויך די הצלחה אלקית געקומען אין אן אופן פון "ואשר הוא עושה ה׳ מצליח " — א הצלחה וואס איז ניט בגדר "איש",
נאר מען זעט מעיקרא אז עס איז דורכ־ אויס יד ה׳
(כנ״ל) 25 .
און אע״פ אז אויך די הצלחה איז פארבונדן מיט "ידו"
(ועשייתו)
של יוסף — ווי דער פסוק איז מדגיש "ואשר הוא עושה ה׳ מצליח"
[ועד״ז איז מען מדגיש אז עס איז פאראן ״ידו״ — "אין שר בית הסהר רואה את כל מאומה בידו ״]
— וויבאלד אבער אז יוסף איז געשטאנען אין א פולשטענדיקן ביטול צום אוי־ בערשטן,
וואס לאזט ניט איבער קיין ארט כלל צו מרגיש זיין די אייגענע מציאות
(בדוגמא ווי אן אסיר בבית האסורים)
— האט אויך זיין "יד"
(ועשי׳)
אינגאנצן ניט תופס מקום געווען;
און דעריבער איז די הצלחה אלקית אין זיין עשי׳ ניט געווען מצומצם און מוגבל לויט די גדרים פון "יד" הנברא,
נאר — אן ענין אלקי שלמעלה מהטבע לגמרי,
ביז אז עס הערט זיך אינגאנצן ניט דער "יד" ועשי׳ של יוסף,
נאר בלויז דער — " ה׳ מצליח ".
ו.
ע״פ האמור יש ליישב נאך א תמי׳ אין פירש״י בהמשך הכתובים הנ״ל:
אין דעם פסוק "וירא אדוניו
(פו־ טיפר)
כי ה׳ אתו וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח בידו" איז רש״י מפרש: "כי ה׳ אתו — שם שמים שגור בפיו".
פארוואס דארף רש״י בכלל זיך אפ־ שטעלן אויף דעם?
און נאבמער — בא־ ווארענען אז די ווערטער "ה׳ אתו" מיינען
( ניט פשוטן כמשמען,
אז דער אויבערשטער איז מיט אים,
נאר אז)
"שם שמים שגור בפיו" 26 ?
און נאכמער: אין דעם פסוק שלפנ״ז ,
"ויהי ה׳ את יוסף ויהי איש מצליח" 27 ,
איז רש״י גארניט מפרש,
היינו אז ער לערנט די ווערטער כפשוטן
(און ניט "שם שמים שגור בפיו") 28
; ועד״ז אין ווייטערדיקן פסוק: "אין שר בית הסהר רואה את כל מאומה בידו באשר ה׳ אתו גו׳״,
איז רש״י מפרש ״באשר ה׳ אתו — בשביל שה׳ אתו",
וואס דערפון איז מובן אז אויר דא לערנט רש״י אז "ה׳ אתו" מיינט כפשוטו,
אז דער אויבערשטער איז מיט אים 29
און דערפאר האט ער הצלחה
— פון וואנעט נעמט רש״י אז "ה׳ אתו" אינעם פסוק "וירא אדוניו גו׳" איז פירושו
( בפשוטו של מקרא)
"שם שמים שגור בפיו"?
איז דער ביאור אין דעם:
דא שטייט " וירא אדוניו כי ה׳ אתו",
אז פוטיפר האט געזען אז "ה׳ אתו".
שטעלט זיך די שאלה 30
: נניח אז ער האט געזען די איבערנאטירלעכע הצלחה פון יוסף׳ן — פון וואנעט האט אבער פוטי־ פר געוואוסט צו מייחס זיין די הצלחה
צו הוי׳,
צום אויבערשטן ,
אין דער צייט וואס פוטיפר
(ווי אלע מצריים)
איז גע־ ווען אן עובד עבודה זרה 31
און האט ניט געוואוסט וועגן דער מציאות פון אוי־ בערשטן 32 ?
!
דעריבער מוז רש״י מפרש זיין — "שם שמים שגור בפיו": יוסף האט שטענדיק ביי יעדער זאך און געשע־ עניש דערמאנט דעם אויבערשטן אלס דער מנהיג העולם 33
[וע״ד ווי מ׳האט געלערנט פריער אז יעקב האט געזאגט יצחק׳ן 34
"הקרה ה׳ אלקיך לפני",
און ווי רש״י 35
איז דערויף מפרש אז יצחק האט אויף דעם געזאגט "
(אין דרך עשו להיות)
ש״ש שגור בפיו "],
דערפאר האט פוטיפר געוואוסט אז די הצלחה פון יוסף נעמט זיך דערפון וואס "ה׳ אתו"
(ווי ער האט כסדר געהערט מפי יוסף) 36 .
משא״כ אין דעם פסוק "ויהי ה׳ את יוסף ויהי איש מצליח",
ועד״ז אין פסוק "אין שר בית הסהר רואה גו׳ באשר
( בשביל ש)
ה׳ אתו״ — וואו עס רעדט זיך
(ניט אז פוטיפר
(אדער דער שר בית הסהר)
האט געזען "כי ה׳ אתו",
נאר)
וועגן דער עצם זאך אליין,
אז די סיבה
פון יוסף׳ס הצלחה איז ,
כי ה׳ אתו",
איז דא ניטא קיין יסוד ענדערן דעם פשט ולפרש אז "שם שמים שגור בפיו".
ז.
עס בלייבט אבער די שאלה אויפ׳ן פסוק עצמו:
וויבאלד אז אויך זייענדיק אין בית הסהר איז ביי יוסף׳ן זיכער געווען "שם שמים שגור בפיו",
ובמילא האט אויך דער שר בית הסהר געקענט זען ,
כי ה׳ אתו״ — פארוואס זאגט ניט דער פסוק אז אויך דער שר בית הסהר האט געזען "כי ה׳ אתו"
("שם שמים שגור בפיו") 37 ?
ע״פ הנ״ל אבער איז דאס מובן — ווייל דער ענין פון "שם שמים שגור בפיו" איז א טעס וסיבה
(ניט נאר אויף ״וירא אדוניו״ — ראיית פוטיפר "כי ה׳ אתו״ — נאר אויך)
אויף דער עצם זאך
(וואס שטייט דערנאך)
"וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח בידו":
וויבאלד יוסף איז געווען דורכגע־ נומען מיט ג־טלעכקייט אין אן אופן פון "ש״ש שגור בפיו",
אז ביי יעדער עשי׳ ומאורע האט ער דערמאנט שם שמים,
דעריבער איז ער געווען א כלי צו דער הצלחה שלמעלה — "ה׳ מצליח בידו".
דאס איז אבער נאר בשייכות צו דעם ערשטן אופן פון הצלחה וואס ער האט געהאט זייענדיק בבית פוטיפר — "ויהי איש מצליח״,
״ה׳ מצליח בידו״ — אז ער איז געווען אן "איש מצליח" דערפאר וואס זיין הנהגה איז געווען בהתאם לזה,
אז אין יעדער עשי׳ שלו איז געווען מודגש זיין שטענדיקע פארבונדנקייט מיט ג־טלעכקייט;
משא״כ אין דעם העכערן אופן אין הצלחה — "ואשר הוא עושה ה׳ מצליח " — איז ניט נוגע די הדגשה פון "שם שמים שגור בפיו ".
ווייל דער ביטול פון "שם שמים שגור בפיו" איז ע״ד ווי דער ביטול פון אן עבד
(וואס ידו כיד רבו)
— ס׳איז דא "פיו" ,
נאר ענינו פון "פיו" איז וואס דורך פיו ווערט נתגלה "שם שמים"
(שם שמים שגור בפיו).
אבער דער אויפטו פון דער הצלחה
(בבית האסורים)
איז אין דעם וואס עס הערט זיך כלל ניט אן מציאותו
(כולל — ניט "פיו")
של יוסף,
נאר ס׳איז כל כולו אן ענין פון "ה׳ מצליח" .
ח.
דער חג הגאולה פון דעם אלטן רבי׳ן,
בעל התניא והשו״ע,
איז חל ברוב השנים אין דער וואך פון פ׳ וישב.
— געפינט מען,
אז אויך ביי זיין גאולה איז די הצלחה געווען אין די ביידע אופנים,
ע״ד ווי ס׳איז געווען ביי יוסף הצדיק — סיי "איש מצליח" און סיי "ואשר הוא עושה ה׳ מצליח":
חסידים דערציילן 38 ,
אז בשעת דער אלטער רבי איז געזעסן אין מאסר,
זיינען די שרי המלוכה וועלכע האבן אים חוקר ודורש געווען
(און אויך דער מלך אליין)
געווען בהתפעלות גדולה פון גודל חכמתו און זיי האבן איינ־ געזען אז ער איז אן " איש אלקי "
(א בעל רוה״ק וכו׳)
— וואס דאס איז בדוגמא צום ערשטן אופן אין הצלחת יוסף,
"ויהי איש מצליח"
(מצד דעם וואס ער איז אן איש קדוש — "שם שמים שגור בפיו").
אבער אין דער גאולה גופא איז גע־ ווען נאך א העכערער סוג הצלחה,
ווי דער אלטער רבי שרייבט במכתבו הידוע 39
אז די שרים ״ענו ואמרו..
כי אם מאת ה׳ היתה זאת היא נפלאת בעינינו ": נוסף לזה וואס זיי האבן אנער־ קענט אז דער אלטער רבי איז אן "איש אלקי״ — איז זיין גאולה געווען אזא פלא נפלא וואס איז אינגאנצן ניט בגדרי הטבע,
ביז אז אויך בעיני פון די שרי המלוכה "היתה זאת הפלא ופלא" און זיי האבן מכריז געווען " מאת ה׳ היתה זאת ": דא איז ניט די הדגשה אז דאס איז א הצלחה פון דעם אלטן רבי׳ן אלס אן ״ איש אלקי ״
(עבד ה׳)
— נאר זיי זעען אין דעם בגלוי יד ה׳ — בדוגמת "ואשר הוא עושה ה׳ מצליח ".
ווארום זייענדיק אין מאסר
(בדוגמא ווי יוסף הצדיק)
האט דער אלטער רבי דורכגעמאכט גאר גרויסע יסורים,
ובפשטות,
נוסף אויף די יסורי הנפש ויסודי הגוף פון דעם מאסר,
האט ער אין דער צייט זיך ניט געקענט עוסק זיין אין הפצת תורת החסידות ודהתורה בכלל
—
[ווי גערעדט אמאל בארוכה 40 ,
אז דאס איז דער דיוק אין דער שיחה פון דעם רבי׳ן
(מהורש״ב)
נ״ע 41
אז דער מאסר איז געווען בדוגמא צו כתישת הזית
("מה הזית הזה כשכותשין אותו הוא מוציא שמנו" 42 )
: בעת דער כתישה פארמאגט ניט דער זית קיין איינע פון די ביידע מעלות 43
: ניט די שפעטער־
דיקע מעלה פון שמן ,
וואס קומט פון אים דערנאך ארויס; און ניט די פריער־ דיקע מעלה,
ווען ער איז געווען א פרי .
ועד״ז בנמשל: בעת מאסרו האט דער אלטער רבי ניט געקענט מפיץ זיין די מעינות פון תורת החסידות,
אפילו ניט ווי קודם המאסר,
ועאכו״כ ניט לויט הענין ד״מוציא שמנו" פון נאך דעם מאסר]
—
וואס דאס איז אן ענין פון "קטנות" און ביטול 44 ,
און דעריבער איז עי״ז נמשך געווארן די הצלחה שלמעלה באופן אז אלע האבן געזען ווי "מאת ה׳ היתה זאת":
און די הצלחה האט ער דערנאך ממשיך געווען לכל מקושריו והולכי בעקבותיו,
ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט דערציילט כמה פעמים 45 ,
אז צוליב דער מסירת נפש פון אלטן רבי׳ן האט מען גע׳פסק׳נט אין ב״ד של מעלה אז "בכל לנין של תורה יר״ש ומדות טובות תהי׳ יד
(כל)
מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה".
(משיחות ש״פ וישב תשד־מ,
תשמ״ה)