א.
אויפן פסוק 1
"ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר" שטייט אין מדרש 2
: א״ר לוי נטל קולמוס וכתב באיזה יום ובאיזה שעה 3
באיזה 4
מקום 5 .
דער הכרח אין פירוש המדרש זאגט דער יפה תואר 6
: לפי שלא תפול שמירה במה שאין לו מציאות חוץ לנפש ..
לכן פי׳ השמירה כפשוטה והוא שמירת הדבר בזכרונו",
און וויבאלד אז "שמירת הדבר בזכרון״ איז ניט אינגאנצן ביד האדם -סיידן ער וועט מאכן א רושם וסימן 7 ,
דעריבער "נטל קולמוס וכתב כו׳״ 8 .
און אויף דעם וואס כתב "באיזה יום ובאיזה שעה באיזה מקום",
זאגט ער נאך א פירוש 6
: וויבאלד אז די האפענונג אויר קיום פון א חלום איז ביז כ״ב שנה,
ווי די גמרא 9
לערנט עס אפ פון יוסף׳ן
גופא
(און יעקב האט עס געוואוסט אליין "מסברא"),
"לכן כתב היום והשעה לדעת עד מתי יש לו תקוה".
אבער לפירושו איז עדיין צריך ביאור: א)
לפי׳ הא׳ — זמן ומקום זיינען דאך נאר א הוספה און א פרט מחוץ פון דעם תוכן החלום — האט ער דאך לכל לראש געדארפט פארשרייבן דעם ענין החלום: ב)
לויטן צווייטן פירוש קומט נאך צו די שאלה: דא איז נוגע דער פארשרייבן דעם שנה וחודש,
כדי צו וויסן "עד מתי יש לו תקוה",
ווען עס וועלן זיך ענדיקן כ״ב שנה ,
ניט אזוי דער יום ושעה 10 ,
און דאס ווערט אין מדרש כלל ניט דערמאנט! דער יפה תואר באווארנט עס 6
"ומכש״כ שכתב אי זו שנה ואיזה חדש",
איז אבער א מילתא דתמי׳ אז דער מדרש זאל אויסלאזן דעם עיקר,
און פארלאזן זיך אז מען וועט עס פארשטיין מעצמו.
עד״ז איז שווער אויך בנוגע אנדערע פירושים אין דעם מדרש,
וועלכע זיי־ נען דורשים ביאור: לדוגמא פירוש מהרז״ו,
אז ר׳ לוי לערנט אפ "דהול״ל זכר את הדבר או האמין",
דעריבער טייטשט ער "שמר את הדבר ע״י שמיר"
(ע״ד ווי עס שטייט" חטאת יהודה כתובה בעט ברזל בצפורן שמיר ),
ווי־ באלד דאס איז געווען א חלום של
נבואה איז "ניתן לכתוב ולדרוש כמו נבואת אדם ונח ושל אבות ..
וכמו כל ספר בראשית למ״ד 12
מגילות נכתבה״ -
אויך לפירושו בלייבן די שאלות הנ״ל,
אז דער עיקר דארף זיין די כתיבה פון דעס תוכן החלום,
איו אויך,
אז דער עיקר זמן — די שנה וחודש — איז חסר מן הספר.
נוסף לזה איז צריך ביאור — לפירושו: מאי שנא חלום יוסף,
וואס איז א "חלום של נבואה" און דעריבער "ניתן לכתוב ולדרוש",
אז די תורה איז מדגיש אז יעקב האט עס פארשריבן,
פון די אלע אנדערע נבואות
(שבספר בראשית)
"וכל ספר בראשית",
וועלכע ווערן גע־ בראכט אין בראשית,
עס שטייט אבער ניט 13
אז אברהם יצחק אדער יעקב זאלן זיי פארשרייבן.
ב.
לכאורה יש לומר דעם פירוש אין דברי המדרש — ובהקדים דעם ביאור אין דער שאלה הפשוטה 14
:
וויבאלד אז יוסף האט געוואוסט אז די ברידער האבן אים פיינט,
"וישנאו אותו" 15 ,
פארוואס האט ער דערציילט זיינע חלומות צו זיי,
ער האט דאך גע־ וואוסט אז דאס וועט מעורר זיין בא זיי,
נאכמער שנאה?
ובפרט — נאך דעם סיפור פון ערשטן חלום וואס "ויוסיפו עוד שנוא אותו״ 16
— איז אעפ״כ האט ער זיי דערציילט דעם צווייטן חלום?
!
איינער פון די ביאורים בזה במפר־ שים 17 ,
אז היא הנותנת: יוסף האט גע־
וואוסט אז זיינער ברידער שונאים אותו,
איז ווען יוסף האט גע׳חלומ׳ט "קמה אלומתי וגם נצבה והנה תסובינה אלומותיכם ותשתחוין לאלומתי" 18 ,
און וויסנ־ דיק אז "כל החלומות הולכים אחר הפה" 19 ,
לויטן פתרון החלום
[אויך ווען דער פתרון איז אויבנאויף און גאר פשוט,
קען עס דער "פה" פותר זיין באיזה אופן שרוצה]
— איז "ויאמר אליהם שמעו נא החלום הזה אשר חלמתי" 20 ,
כדי זיי זאלן אים פותר זיין ווי זיי געפעלט 21 .
עס בלייבט אבער צ״ע — וויבאלד די שבטים האבן פותר געווען דעם חלום — "המלך תמלוך עלינו אם משול תמשול בנו" 22 ,
פארוואס האבן זיי ניט פותר געווען דעם צווייטן חלום?
און לאידך גיסא — הפכו בנוגע ליעקב: ער האט פותר געווען נאר דעם צווייטן חלום
(מען געפינט אפילו ניט אז יוסף האט דערציילט יעקב׳ן דעם ערשטן חלום).
וי״ל אז דעריבער 23
האט יעקב פותר געווען דעם צווייטן חלום — "הבוא נבוא אני ואמך ואחיך להשתחוות לך ארצה".
וויבאלד ער איז געבליבן בלי פתרון
(השבטים).
ולהוסיף וויבאלד יעקב האט עס גע־ זאגט בלשון של תמי׳ 24
און נאכמער ״ויגער בו אביו״ — "להוציא הדבר מלב בניו שלא יקנאוהו" 25 ,
איז דערפאר לאח״ז ובהמשך לזה — "ואביו שמר את הדבר" אז "נטל קולמוס וכתב באיזה יום כו׳״ — אלס המשך וביאור פתרון החלום 26
לאמתתו — מען זאל טייטשן דעם "אחר הפה" פון פתרון יעקב באופן של תמי׳ קיימת ומשומרת ,
ער וועט זיכער מקויים ווערן.
ועפ״ז י״ל אז דערפאר איז ניט געווען נויטיק די כתיבה פון דעם תוכן החלום,
ווייל דאס האט ער שוין פותר געווען,
עס איז נאר א כתיבה אויף צו בא־ שטעטיקן אז כוונתו בהפתרון איז קיום ואמיתית הדבר 27 .
עס בלייבט אבער ניט מוסבר: וואס איז דער טעם אז יעקב האט אויס־ געקליבן צו פארשרייבן דוקא די פרטים — "באיזה יום ובאיזה שעה באיזה מקום"?
ג.
וי״ל הביאור בכ״ז: בהקדם דעם ענין 28
פון "מעשה אבות סימן לבנים" 29 .
ענינים וואס זיינען פאראן בא די בנים,
בא בני ישראל במשך הדורות,
איז דער סימן ונתינת כח " 30
אויף דעם,
פון די
מעשה
(שלשה ה)
אבות 31
— אברהם .
יצחק ויעקב.
וואס דער קשר צווישן "מעשה אבות" און "מעשה" בנים איז בדוגמא צו דער שייכות צווישן אב ובן דא למטה,
וואס עס זיינען דא אין דעם דריי שלבים 32
:
א)
ווי דער בן איז נאך כלול אין מוח האב.
וואס דארטן איז ניטא מציאות
(עאכו״כ ניט קיין התחלקות פון אברים)
של הבן.
ס׳איז אלץ איין מציאות —
(א חלק פון)
מוח האב.
ב)
ווי דער בן ווערט אפגעטיילט פון מוח האב ביז ער ווערט א מציאות בפ״ע,
מיט רמ״ח אברים און שס״ה גידים שלו.
און כאטש אז די גאנצע מציאות הבן ווערט "נמשך ממוח האב שאפי׳ צפרני רגליו נתהוו מטפה זו ממש",
ווערט ער אבער א מציאות נפרד בפ״ע .
ג)
די מדריגה ממוצעת וועלכע איז מקשר דעם בן ווי ער איז בשרשו אין מוח האב — מיטן בן ווי ער ווערט א מציאות בפ״ע.
וואס דאס איז ווי דער בן איז בחדשי העיבור 33 .
דעמאלט פאנגט זיך אן זיין מציאות אלס א דבר בפ״ע 34 .
די אברים ווערן נתחלק און דער בן איז יורד כמה מדריגות ביז "ירדה ממדרגה למדרגה להשתנות ולהתהוות ממנה
צפרנים": אבער דאס איז אלץ המשך אין דעם זעלבן מקום פון דער טיפת מוח האב וועלכע ווערט נתחלק לאברים פרטיים.
און דעריבער איז אויך שפעטער,
וכל ימי חייו,
איז דער בן וכל פרטי האברים שלו קשור מיט׳ן מוח האב,
ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא 35
(ואפילו בנוגע צפרנים של הבן)
"וגם עכשיו בבן יניקת הצפרנים וחיותם נמשכת מהמוח שבראש
(הבן 36 )
",
וואס מוח שבראש הבן איז דאס טיפת מוח האב 37 .
ד.
ע״ד ומעין זה איז דאס בנוגע די אבות פון כלל ישראל און כללות עבודת ישראל שבמשך הדורות:
עס איז דא ווי די בנים זיינען כלול אין די אבות וואס "אין קורין אבות אלא לשלשה" 38 ,
ובפרט יעקב "בחור שבאבות" 39 ,
און "שופרי׳ דיעקב מעין שופרי׳ דאדם הראשון" 40 ,
ער איז כולל כל הנשמות 41 .
וואס מצד דער מדריגה איז אויר ניטא קיין התחלקות אמיתית פון עבודת הבנים,
ס׳איז אלץ א טייל פון דעם כלל — מעשה אבות.
דערנאך איז דא ווי די בנים ווערן א מציאות בפ״ע,
ד.
ה.
די עבודה פון כל ישראל במשך כל הדורות,
וואס דאס
האט זיך אנגעפאנגען פון גלות וגאולת מצרים,
און ס׳ווערט נמשך כל משך שית אלפי שניו דהוי עלמא — פארשידענע אופנים ודרכים חלוקים בפועל בעבודת ה׳.
און עס איז דא דער ממוצע המקשר די אבות ומעשה אבות מיט די בנים ועבודתם,
וואס דאס איז ע״י השבטים בני יעקב.
וואס כאטש אז בא די שבטים האבו זיך שוין אנגעפאנגען די חילוקי מדריגות פון נשמות אין עבודת ה׳ 42 ,
וואס טיילן זיך אין י״ב שבטים,
י״ב שערים ודרכים אין עבודת ה׳ וואס כל אחד במסילתו יעלה 43 ,
וויבאלד אבער אז אין זייער מדריגה ועבודה איז דא פעולת יעקב אביהם,
איז דורכדעם גע־ ווארן און איז קיים דער חיבור צווישן די פרטים — עבודת הבנים,
מיט׳ן "כלל",
מעשה אבות.
ה.
און דאס איז אויך דער חידוש אין פרשת וישב:
אין די פריערדיקע סדרות בתורה
(פון פ' לך און ווייטער)
רעדט זיך וועגן די אבות,
און אלע ענינים זיינען פרטים אין מעשה אבות: משא״כ אין פרשת וישב איז דער חידוש,
אז עס הויבט זיך אן דער סיפור וועגן די שבטים
(און זייערע פעולות)
ווי זיי זיינען בפ״ע.
און דאס איז אויך וואס דער תוכן פון דער פרשה איז — די סיבה והתחלה ווי עס איז צוגעקומען צו דער ירידה ל
(גלות)
מצרים
— ווי רז״ל 44
דרש׳נען אויפן פסוק 45
״וישלחהו מעמק חברון״ — "בעצה עמוקה של אותו צדיק שקבור בחברון דכתיב 46
ידוע תדע כי גר יהי׳ זרעך",
ופרש"י 47
"והוא תחילת סיבת ירידת ישראל למצרים"; און
(נאך מער)
דער־ מיט הויבט זיך אן די גאנצע סדרה,
דאס איז ראש הסדרה ווי רש״י טייטשט 48
״אלה תולדות יעקב יוסף — ואלה של תולדות יעקב אלה ישוביהם וגלגוליהם עד שבאו לכלל ישוב סבה ראשונה יוסף בן שבע עשרה וגו׳ עי״ז נתגלגלו וירדו למצרים״ 49
—
ווייל דער עיקר ענין פון עבודת הבנים איז פארבונדן מיט גלות וגאולת מצרים,
וואס גלות מצרים איז כולל אלע אנדערע מלכיות 50
וגליות 51 ,
און גאולת מצרים איז דער שורש און איז כולל אלע אנדערע גאולות 52 .
קומט אויס,
אז אין פרשת וישב איז דער איבערגאנג פון די מעשה אבות צו די מעשה בנים,
וואס עבודת הבנים שטעלן זיך אויס אין די צוויי זמנים
(ועבודות)
פון גלות און גאולה.
און דאס איז אויך דער טעס וואס די התחלת הסדרה איז מיט די חלומות של יוסף,
ווארום די פנימיות הכוונה שבזה איז ניט בלויז דער אנזאג אויף דעם ענין המלכות של יוסף
(במצרים),
נאר א נבואה בנוגע דעם גאנצן קיום פון ברית בין הבתרים — דער גלות וגאולה* 52
של ישראל 53 .
— די אנדערע ענינים וואס ווערן דערציילט אין דער סדרה,
איז די כוונה דערביי
(אז דאס איז א סיבה און דער וועג פון דורכפירן די גזיךת בין הבתרים)
ניט געקומען בגלוי אין די דיבורים ומעשים של יעקב והשבטים; משא״ב חלומות יוסף,
וועלכע זיינען,
כנ״ל,
א נבואה,
איז אין דעם דא כללות מעשה' הבנים 54 .
ו.
עפ״ז וועט מען אויר פארשטיין ד עס ענין פון "ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר":
אלע שבטים זיינען דאך געווען "שבטי י״ה",
און ס׳איז פארשטאנדיק אז זייער שנאה וקנאה צו יוסף איז ניט געווען א שנאה וקנאה פשוטה,
ח״ו וח״ו
(ובפרט אז דא אין פסוק,
נאד דעם סיפור החלומות,
שטייט "ויקנאו בו אחיו",
ע״ד ווי ותקנא 55
רחל באחותה 56
ד.
ה.
זיי האבן געזען אין די חלומות א הוראה מלמעלה אויף מעלות יוסף כו׳ ,5 ),
נאר 58
ס׳איז אן ענין פארבונדן מיט "מעשים טובים",
עבודת ה׳ 59
:
בשעת עס האט זיך אנגעפאנגן די התחלקות המדריגות אין בני ישראל — הן מצד הגברא,
וואס נאך די אבות קומען די חילוקי מדריגות אין עבודת ה׳ בא די שבטים; און הן מצד הזמן והחם־ צא והעבודה — ס׳איז געווען די סיבה קרובה פון ירידת ישראל למצרים וואס דערמיט האט זיך אנגעהויבן דער קיום ברית בין הבתרים בא די בנים
(ובמילא — די עבודה פון גלות וגאולה* 52
בא די בנים)
—
האט זיך דאן אנגעהויבן "דערהערן" די התחלקות פון די אופני העבודה,
און בא יעדן איינעם איז געווען נרגש די מעלה פון זיין מדריגה ועבודה פרטית 60 .
און דעריבער ווען עס קומט די הוראה מלמעלה
(בחלומו של יוסף)
אין דעם יתרון מעלת העבודה של יוסף 61 ,
און ווי דורך אים דוקא ווערט דורכגעפירט עבודת בנ״י אין גלות 62
וואס ברענגט
לאחר זה די גאולה — פועל׳ט עס אז "ויקנאו בו אחיו" 63 ,
אויף דעם וואס די כוונה פון אויבערשטן פירט זיך אויס דורך דעם אופן העבודה פון יוסף,
כאטש
(אויך)
זייערע אופני עבודה זיינען אופני עבודה אמיתית אין עבודת ה׳.
און אויף דעם איז דער פסוק ממשיך "ואביו שמר את הדבר",
אז יעקב "שמר את הדבר ״
(ניט — "חלומו של יוסף " וכיו״ב)
: בא יעקב,
אלם אב,
האט זיך ניט אנגעהערט די התחלקות אין דער עבודה,
אז די עבודה ווערט דורכגע־ פירט דורך דעם שבט,
און די צווייטע עבודה דורך אן אנדער שבט,
און די עבודה עיקרית ע״י יוסף — נאר "שמר את הדבר",
דער "דבר" עצמו,
וועלכער באשטייט פון "שמש גו' לי"
(יוסף).
ס׳איז איין ענין,
עס פירט זיך דורך דער רצון העליון,
די כוונה פון דעם אויבערשטן עס זאל זיין א דירה לו ית׳.
ובמילא איז: א)
ניט נרגש דער עובד,
נאר די עבודה.
און ב)
אין יעדער עבודה הערט זיך אן אז זי איז א טייל און ברענגט די כללות הכוונה.
ז.
עפ״ז יובן דער אויפטו פון ר׳ לוי אז "נטל קולמוס וכתב כו'": דערמיט האט יעקב גע׳פועל׳ט,
אז ווי דאס איז ביי אים ,
אין "מעשה אבות",
אז "שמר את הדבר ״ — זאל אזוי קענען זיין און זיין בפועל אין דער עבודה פרטית פון פרטי בני ישראל במשך הדורות.
און דאס איז דער פירוש אין "וכתב באיזה יום ובאיזה שעה באיזה מקום": יעקב האט די אלע חילוקי מדריגות אין עבודה אריינגעשטעלט אין איין נקודת הזמן ,
און אין איין נקודה פון מקום,
וואס די נקודה איז כוללת כל המדריגות והעבודות פון אלע זמנים ומקומות 64 .
[און דערפאר זאגט ער ניט "וכתב השנה והחודש״,
נאר — יום 65
און שעה
(מלשון באותה שעה — שבמחז״ל — שפירושו רגע וגם המשך זמן שנקודתו אחת)
66 ,
אויף ארויסברענגען די נקודת הזמן שבזה],
און מצד דעם איז אין יעדער עבודה פון די בנים — בכל זמן ובכל מקום,
קען זיך אנהערן די נקודה און דער עצם פון דער עבודה ווי עס איז מצד האב,
וואס דערפון קומען ארויס די ביידע ענינים הנ״ל: א)
ס׳איז ניט
(אזוי)
פאר־ בונדן מיט דער מציאות העובד,
נאר עס הערט זיך די עבודה מצד עצמה,
וואס איז רצון העליון.
ב)
ווי יעדער פרט פון דער עבודה איז נוגע אין כללות און תכלית הכוונה אויף מאכן א דירה לו ית׳ בתחתונים,
ווען "והי׳ 67
ה׳ למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי׳ ה׳ אחד ושמו אחד".
ח.
ס׳איז ידוע 68
אז דער פסוק הנ״ל "ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר" איז פארבונדן מיטן אלטן רבי׳ן און מיט דער גאולה פון י״ט כסלו.
און וויבאלד אז אלע ענינים בשייכות צו רבותינו נשיאינו זיינען דאך זיכער מדויק,
דארף מען זאגן,
אז דער תוכן פון "ואביו שמר את הדבר" בשייכות צום אלטן רבי׳ן איז אויך כולל דעם אויפטו אין "ואביו שמר גו׳" לויטן פירוש המדרש אז "נטל קולמוס וכתב כו׳".
וי״ל דעם ביאור אין דעם:
עס איז ידוע אז תורת החסידות ווי ס׳איז געווען ביי די "אבות החסידות",
בא דעם בעש״ט און דעם מגיד 69 ,
איז געווען באופן כללי
(וואס דערפאר איז אין סדר הספירות זיינען דער בעש״ט און דער מגיד — די צוויי בחינות פון ספירת הכתר ,
עתיק און אריך 70 )
; און דער אלטער רבי,
דורך גילוי תורת חסידות חב״ד,
האט אויפגעטאן די התלבשות פון תורת החסידות אין השגה 71 ,
וואס מצד דער התלבשות אין השגה
(פנימיות)
ווערט די התחלקות לפרטים אין עבודת ה׳ ע״פ דרך החסידות,
ביז — יעדע עבודה אלס אן ענין בפ״ע 72 .
דער גילוי פון תורת חסידות חב״ד דורכן אלטן רבי׳ן איז אבער ניט אין אן
אופן וואס דורך דער התלבשות פון תורת החסידות אין השגה איז דערפאר געווארן ח״ו וח״ו א ירידה אין דעם אור החסידות
(לגבי ווי ס׳איז געווען ביי די אבות החסידות הכללית,
אן אור כללי )
— נאר דער אור החסידות כמו שהוא איז נמשך געווארן אין השגה 73 .
וואס דאס איז דער פירוש אין "יפוצו מעינותיך חוצה" 74
(וואס האט זיך אנגע־ הויבן בעיקר נאד דער גאולה פון י״ט כסלו 75 )
— אז דער מעין עצמו
(ניט נאר א "התפשטות" פון מעין,
נאר דער עצם פון די מעינות)
קומט אן אין חוצה 76
(וואס אין דעם אדם עצמו איז זיין ״חוצה״ — די מידות און דער כח השכל שבו 77 ).
און כדי צו אויפטאן דעם חיבור פון דעם "מעין" עצמו
(אור כללי פון תורת החסידות)
מיט די מעינות ווי זיי זיינען אין חוצה
(התלבשות אין השגה)
— האט זיך געפאדערט א פעולה מיוחדת מצד
דעם מגיד
(וי״ל בדרך אפשר — ע״ד ווי ביי יעקב,
בשעת ער האט געדארפט אויפטאן דעם חיבור פון מעשה אבות מיט מעשה הבנים,
כנ״ל)
— "ואביו שמר את הדבר".
און דאס איז וואס דער מגיד האט פאר זיין הסתלקות אנגענומען דעם אלטן רבי׳נס האנט און געזאגט — י״ט כסלו איז אונזער הלולא 78
:
לפני הסתלקותו של המגיד 79 ,
ווען עס האט זיך געדארפט אנהויבן דער גילוי פון תורת החסידות אין אן אופן פון ״יפוצו מעינותיך חוצה ״ — ווי דער אור החסידות קומט אראפ בהתלבשות אין
השגה — באופן של "יתפרנסון" 80 ,
האט דער מגיד געזאגט דעם אלטן רבי׳ן "י״ט כסלו איז אונזער הלולא",
וואס דער־ מיט האט זיך אויפגעטאן דער חיבור פון דעם מעין עצמו ווי ס׳איז ביי אבות החסידות,
מיט די מעינות ווי זיי קומען אן אין חוצה.
ומשיחות ש״פ וישב תשט״ו; ש״פ .
מקץ תש״מ)