א.
י״ט כסלו קומט אויס אלעמאל בסמיכות צו פ׳ וישלח
(אין די ימי השבוע וואס מתברכין פון שבת פרשת וישלח 1 ,
אדער אין ש״ק פ׳ וישלח עצמה).
ועפ״ז מובן אז אין פ ,
וישלח קען מען געפינען רמזים,
און נאכמער,
א שייכות,
צו דעם חג הגאולה פון י״ט בסלו 2 .
אין זיין בריוו 3
צו ר׳ לוי יצחק בארדיטשעווער,
וואס דער אלטער רבי האט געשריבן ארויסגייענדיק פון תפיסה וואו ער איז מודיע וועגן זיין באפרייאונג,
שרייבט דער אלטער רבי,
צווישן אנדערע "כי הפלה ה׳ והגדיל לעשות בארץ והפליא והגדיל שמו הגדול והקדוש אשר נתגדל ונתקדש ברבים ובפרט בעיני כל השרים וכל העמים אשר בכל מדינות המלך 4
אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא וענו ואמרו על זאת כי אם מאת 5
הוי׳ היתה זאת היא נפלאת 6
בעינינו".
ועד״ז שרייבט ער אין זיין בריוו צו ר׳ ברוך ממעזבוז 7 .
דאס הייסט: דעם תוכן ענין הגאולה פארבינדט דער אלטער רבי מיט דער פעולה וואס דאס האט געהאט אויף "כל השרים וכל העמים".
וואס כמובן,
אז בשעת ניט אידן זעהן אן ענין פלא פון דעם אויבערשטן פארבונדן מיט א אידן,
און זיי אנערקענען אז "מאת הוי׳ היתה זאת",
איז דאס זיי מעורר און מסייע,
אז זייער הנהגה זאל זיין כדבעי בהתאם מיטן ציווי ה׳,
וואס נקודתו איז קיום ז׳ מצות שלהם.
ענין זה — די ווירקונג פון אידן אויף בני נח בנוגע דעם קיום פון זייערע מצות — איז דער תוכן ונקודה 8
פון מעשה שכם בפרשתנו: דאס וואס שמעון ולוי האבן גע׳הרג׳ט די אנשי שכם איז געווען אן עונש פאר דעם וואס זיי האבן ניט מקיים געווען די ז׳ מצות ב״נ
[צי דערפאר וואס זיי האבן ניט גע׳־ משפט שכס׳ן פאר זיין חטא,
ווארום איינע פון די ז׳ מצות ב״נ איז ״דיניך — "חייבין להושיב דיינין כו׳ לדון בשש מצות אלו",
"ומפני זה נתחייבו כל בעלי
שכם הריגה שהרי שכם גזל והם ראו וידעו ולא דנוהו"
(ווי דער רמב״ם זאגט 9 )
; אדער
(ווי דער רמב״ן זאגט 10 )
פאר זייערע אייגענע זינד,
וואס זיי זיינען באגאנגען נאך פאר מעשה דינה].
ב.
מען דארף אבער פארשטיין:
יעדער ענין וואס טרעפט זיך אין וועלט איז דאך בהשגחה פרטית פון יעם אויבערשטן,
ועאכו״כ אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א אידן ובשייכות צו תורה ומצות,
ובמכש״כ וקיו מיט א נשיא בישראל,
ובשייכות מיט כללות גילוי תורת החסידות.
אשר ע״כ איז מובן 11
אז ס׳איז ניט שייך זאגן אז דער מאסר וגאולה זיינען געקומען דערפאר וואס מלכות דלמטה האט אין דעם געהאט א דיעה וממשלה
(אפילו ווען דאס איז געקומעז בסיבת המלשינות 12
פון אידן בעלי בחירה)
;
נאר 13
ד ער מאסר איז געווען,
כידוע,
פארבונדן מיטן דעמאלטיקן קטרוג אויף ד עם גילוי פון רזין דאורייתא דורך דעם אלטן רבי׳ן 14
: היות אז תורה עצמה רופט עס אן "סתים 15
דאורייתא",
במילא דארף עם זיין סתים,
און ניט אראפ־ קומען בגילוי ווי גליא 5
׳ שבתורה; און די גאולה איז געקומעז דורך דעם וואס ס׳איז בטל געווארן דער קטרוג,
און
דערפאר האט מען דא למטה באפרייט דעם אלטן רבי׳ן און ער האט געקענט מגלה זיין פנימיות התורה,
תורת החסידות.
ד.
ה.
אז די גאולה פון י״ט כסלו איז געווען א גאולה רוחנית פאר כללות גילוי תורת החסידות,
תורת הבעש״ט.
וכידוע 16
אז דער ענין פון "יפוצו מעיינותיך חוצה״ — הפצת תורת הבעש״ט,
האט זיך בעיקר אנגעהויבן נאך דער גאולה פון י״ט כסלו 17 .
ולפ״ז איז ניט מובן: ווי קומט דאס אז במכתבו בבשורת הגאולה זאל דער אלטער רבי ארויסברענגען דאס וואס די באפרייאונג האט אויפגעטאן דעם ענין פון "הפליא כו׳ בעיני כל השרים וכל העמים אשר בכל מדינות המלך אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא וענו ואמרו על זאת כי אם מאת הוי׳ היתה זאת היא נפלאת בעינינו"?
— וואס פאר א תפיסת מקום האט אט דער ענין
(עם כל העילוי הנפלא שבו)
לגבי דעם עצם גאולה
(גילוי)
פון כללות פנימיות התורה,
ובמילא פאר פנימיות נשמות ישראל
(וואס דער גילוי פון סתים דאורייתא פועל׳ט
(אויך)
דעם גילוי פון סתים דנשמתא,
אז דער לימוד התורה וקיום המצות פון א אידן זאל זיין דורכגענרמען מיט אמונה בה׳ ואהבת ה׳ ויראתו)
!
ג.
דער אלטער רבי איז ממשיך אין דעם בריוו 18
"ותהי׳ זאת לפלא כי ה׳
אתנו ואין עוד".
ולפ״ז קומט אוים לכאורה,
אז דאס וואס אויך כל השרים וכל העמים האבן געזען דעם פלא "וענו ואמרו..
כי אם מאת ה׳ היתה זאת כו׳" — האט דאס ארויסגעבראכט די גע-רעכטיקייט פון דעם אלטן רבי׳ן
(ותורת החסידות)
פאר די מנגדים כו׳.
מ׳קען אבער ניט זאגן אז דאס איז דער גאנצער טעם 19
פארוואס דער אלטער רבי האט געשריבן דעם פלא הדבר בעיני כל השרים כו׳,
ווארום:
א)
צו דעם איז ניט נוגע די אריכות אין דעם פלא שבהגאולה אז אויד "בעיני כל השרים וכל העמים ..
יפלא הדבר",
נאר דער עצם ענין אז אויך די שרים כו׳ האבן אנערקענט די גערעכטיקייט פון ד עם אלטן רבי׳ן,
ובמילא האט מען אים ארויסגעלאזט לחירות.
ב)
דעם בריוו האט דער אלטער רבי געשריבן,
כאמור,
צו ר׳ לוי״צ בארדיטשעווער
(און ר״ב ממעזבוז)
וועלכע האבן זיכער געוואוסט און פארשטאנען דעם גודל והפלאת ענין הגאולה אלם גאולה פון תורת החסידות; ובמילא — וואס פאר א תפיסת מקום האט בעיני גדולי ישראל די השפעת הגאולה אויף די שרים אלם דאס וואס ס׳איז מגלה
(לעיני המנגדים)
"כי ה׳ אתנו",
בערך דעם עיקר הגאולה — גילוי תורת החסידות?
!
און וויסגדיק דעם גודל הדיוק אין "לשונו הזהב" פון אלטן רבי׳ן בכלל,
ובפרט אין א מעמד ומצב פון "תיכף",
גלייד נאד דער גאולה,
און אין א בריוו
וואס ער האט געשריבן צו גדולי ישראל,
גדולים אויר בפנימיות התורה,
איז מובן אז אין דעם דריקט זיך אויס א תוכן עיקרי אין דער גאולה פון י״ט כסלו.
ד.
ויש לומר הביאור בזה — ובהקדים:
ס׳איז ידוע וואס דער בעש״ט שרייבט אין א בריוו 20
אז ער
(זייענדיק בהיכלו של משיח)
האט געפרעגט ביי משיח "אימתי קאתי מר",
און משיח האט אים געענטפערט "לכשיפוצו מעינותיך חוצה".
און וויבאלד אז דער עיקר ענין פון הפצת המעינות פון בעש״ט חוצה,
האט זיר אנגעהויבן פון דער גאולה פון י״ט כסלו,
כנ״ל,
קומט אוים,
אז די גאולה פון אלטן רבי׳ן בי״ט כסלו איז א הכנה והקדמה צו דער גאולה הכללית והשלימה בביאת משיח צדקנו 21 .
— דער אמת איז,
אז יעדע גאולה פון א אידן,
אפילו פון א איש הכי פשוט וועלכער איז ניט קיין בעל־מדריגה,
האט א שייכות צו דער גאולה כללית פון כלל ישראל,
"כיון דשם גאולה עלה" 22 .
און ס׳איז אויר פארשטאנדיק בפשטות דער טעם הדבר: דער תוכן הגאולה בביאת המשיח איז דאר בשייכות צו אלע דריי — "ישראל אורייתא 23
וקוב״ה"
(וועלכע זיינען "כולא חד" 24 ),
ווארום,
כידוע,
איז אויר "שכינתא בגלותא״ 25
— ומעין זה טוט זיר אויף אויך
אין דער גאולה פרטית פון אן אדם פרטי,
אז צוזאמען מיט דער גאולה פון דעם אידן איז דאס אויך א גאולה פרטית בנוגע די תורה ומצות וואס ער
(איז —)
דארף מקיים זיין,
ובמילא די בחינת השכינה וואס געפינט זיך בגלות עמו.
און עאכו״ב אז דאס איז אזוי ביי דער גאולה פון א נשיא בישראל,
וואו ס׳איז ניכר בגלוי ווי די גאולה האט א שייכות צו כלל ישראל און צו אן ענין כללי בתורה וכו׳.
בנדו״ד קומט נאך צו,
אז דער תוכן פון דער גאולה,
א גאולה פון פנימיות וסודות התורה,
איז איין ענין מיטן תוכן פון דער גאולה העתידה,
ווארום דעמאלט וועט זיך אויפטאן די שלימות הגילוי פון פנימיות התורה,
ווי רש״י איז מפרש אויפן פסוק 26
"ישקני מנשיקות פיהו",
אז דאס מיינט "סוד טעמי׳ ומסתר צפונותי׳" פון תורה,
וועלכע וועט נתגלה ווערן דורך משיח צדקנו.
ומזה,
אז דאס וואס דער אלטער רבי שרייבט אין זיין מכתב הנ״ל בנוגע דער גאולה פון י״ט כסלו,
וועגן דעם "הפלא ופלא" אויר "בעיני כל השרים וכל העמים",
איז דאס אן ענין עיקרי אין דעם פארבונד פון דער גאולה מיט דער גאולה העתידה.
ה.
וי״ל הביאור בזה: ס׳איז דאך "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות״ 27
— די גאולה און די נפלאות וואס וועלן זיין לעת״ל,
זיינען בדוגמא צו דער גאולה ונפלאות אין די "ימי צאתך מארץ מצרים"
(נאר לעתיד לבא וועלן זיי זיין אין א העכערן אופן — "נפלאות" אויר לגבי הנסים פון יציאת
מצרים 28 ).
דערפון איז מובן,
אז דעם תוכן חידוש דלעתיד קען מען אפלערנען פון דער גאולה ביציאת מצרים.
ביי יציאת וגאולת מצרים האט זיר אויפגעטאן א חידוש ניט בלויז בשייכות צו אידן
— כדי אידן זאלן זיין ראוי צו מקבל זיין די תורה ביי הר סיני,
האבן זיי געמוזט דורכגיין און נזדכד ווערן אינעם "כור הברזל" 29
פון גלות מצרים און דער גמר וסיום הזיכוד והבירור איז געווען ביי יצי״מ —
נאר אויר פאר די מצרים גופא
(ואוה״ע בכלל),
וכמפורש בכתוב 30
"וידעו מצרים כי אני הוי׳" 31
: פרעה און מצרים מצ״ע האבן ניט קיין שייכות צו ידיעת הוי',
ווי פרעה האט געזאגט 32
"לא ידעתי את הוי׳": מצ״ע זיינען זיי שייר נאר צו שם אלקים 33
(ווי יוסף האט געזאגט פרעה׳ן 34
"אלקים יענה את שלום פרעה"),
וואס שם אלקים איז בגי־ מטריא הטבע 35 ,
והיינו,
אז מצד שם אלקים איז די הנהגה ע״פ טבע אין וועלכער עם זעט זיר ניט אן בגילוי דער אור אלקי; אבער די הנהגה וואס איז העכער פון טבע,
הנהגה נסית,
נעמט זיר פון שם הוי׳ —
און צו דעם האבן פרעה ומצרים
(אוה״ע)
קיין שייכות ניט און האבן אין דעם ניט קיין השגה והכרה 36 .
און דאס האט זיך אויפגעטאן בגאולת מצרים,
אז "וידעו מצרים כי אני הוי׳",
אז זיי האבן באקומען א ידיעה אין דער הנהגה נסית שלמעלה מן הטבע,
וואס איז פארבונדן מיט שם הוי׳.
ו.
בדוגמא לזה — נאר אין א פיל העכערן אופן,
וועט זיין דער חידוש לעת״ל: נוסף צו דער גאולה פון ישראל אורייתא וקוב״ה,
וועט דאס אויר פועל׳ן אין וועלט ביי אלע אוה״ע,
און ווי מפורש בכמה כתובים ונבואות הגאולה,
ביז,
ווי דער רמב״ם 37
ברענגט אויך אראפ אין זיין ספר הלכות הלכות 38 ,
אז דאן ״יתקן את העולם..
שנאמר 38
כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם הוי׳ ולעבדו שבם אחד".
און דער יעוד בנוגע די אוה״ע איז ניט סתם א צוגאב־זאך צו וועלכער מ׳וועט זוכה זיין בביאת משיח צדקנו,
נאר דאס איז פארבונדן מיטן עצם ענין הגאולה 40
: וויבאלד אז דעמאלט וועט כביכול די שכינה ״ארויסגײן״ פון גלות,
וועט דאך דערמיט אנטפלעקט ווערן דער אמת הוי׳,
אז "כל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמתת המצאו״ 41 ,
וואס ״אמיתת המצאו״ איז
דער שם הוי׳ 42
וואס איז העכער פון
(טבע ה)
עולם 43 .
און דערפאר איז מודגש בנוגע לעת״ל "ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דיבר״ 44
— אז דער גילוי פון שם הוי׳
("ונגלה כבוד הוי׳")
וועט פועל זיין א ראי׳ מוחשית בבשר הגשמי אז אמיתית מציאותו
(פונעם בשר)
איז "פי הוי׳":
וויבאלד ס׳וועט בטל ווערן דער העלם והסתר אויף אלקות.
(גאולת השכינה מגלותה)
און ס׳וועט אנטפלעקט ווערן אז די אמת׳ע מציאות פון וועלט איז אלקות
(פי הוי׳),
וועט עס זיין באופן פון "וראו כל בשר",
אז דער בשר וועט זען כבוד הוי׳ מצד די דאמאלסדיקע תכונות און טבע פון דעם בשר גופא,
אין דעם אופן ווי ס׳איז די טבע ותכונה פון עיני בשר צו זעעו דברים גשמיים 45 .
און אין דעם באשטייט איינע פון די אויפטוען פון דער גאולה העתידה אויף דער גאולה פון "ימי צאתך מארץ מצרים": בגאולת מצרים איז די ידיעה פון מצרים "
(וידעו מצרים)
כי אני הוי׳" געקומען דורך די מכות
(וכיו״ב)
—
דורך ברענן מצרים 46
; משא״כ לעת״ל,
וועט זיין "וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דבר",
ניט דורך מכות,
שבירה,
נאר בדרך תיקון,
ובלשון הרמב״ם הנ״ל "ויתקן את העולם כולו כו׳ לקרוא כולם בשם הוי׳ ולעבדו שכם אחד".
און דער טעם החילוק בזה:
גאולת מצרים איז ניט געווען קיין גאולה שלימה
(אויר פון שכינתא מגלותא),
און דערפאר האט דאס גע־ פועל׳ט אויף מצרים
(וועלכע האט גע־ האט נאר א שבירה און ניט קיין תיקון וזיכוך)
בלויז אן ענין פון ידיעה "כי אני הוי׳";
אבער ביי דער גאולה שלימה דלעת״ל,
וואס וועט זיין באופן אז "יזדכך גשמיות הגוף והעולם" 47 ,
וועט דעמאלט אויר דער בשר הגשמי מצד זיין טבע זען "כבוד הוי׳".
ז.
עפ״ז איז מובן אייר בנוגע צו י״ט כסלו וואס דער אלטער רבי איז מדגיש במכתבו די פעולה אויף די שרים ועמים,
"וענו ואמרו על זאת כי אם מאת הוי׳ היתה זאת היא נפלאת בעינינו":
דאס וואס די גאולה פון י״ט כסלו איז א הכנה והקדמה,
ובמילא מעין,
דער גאולה העתידה כנ״ל,
דריקט זיר אוים נוסף — אין דער עצם גאולה פון דעם אלטן רבי׳ן און תורת החסידות,
נאר אויך
(ועיקר)
אין דעם וואס "הפלה ה׳ והגדיל לעשות בארץ והפליא והגדיל שמו הגדול והקדוש אשר נתגדל ונתקדש ברבים ובפרט בעיני כל השרים וכל העמים",
ביז אז "ענו ואמרו על זאת
כי אם מאת הוי׳ היתה זאת",
אז די נפלאות הוי׳ זיינען אויר צו זיי אנט־ פלעקט געווארן.
ח.
ס׳איז דאך הימים האלה נזכרים ונעשים".
ובפרט בנוגע י״ט כסלו וואס,
בלשון פון אלטן רבי׳ן 49
״זה היום יוקבע למועד תמידי בישראל אשר בו יתגדל ויתקדש שמי׳ רבא" 50 ,
איז מובן אז בכל שנה ושנה דארף מען נעמען א נתינת כח והוראה אין דער עבודה הנ״ל וואס דער אלטער רבי ברענגט ארוים במכתבו.
דאס הייסט,
נוסף אויף דעם וואס דער טאג גיט א תוספת חיות והתחזקות אין דער עבודה פון הפצת המעינות חוצה,
בכל מקום שיד כאו״א מגעת,
דארף מען זען אז עם זאל זיין "יתגדל ויתקדש ברבים שמו הגדול" אויר צווישן אוה״ע,
אז שרים ועמים זאלן זען "וענו ואמרו ..
מאת הוי׳ היתה זאת".
וואס דאס איז כולל — נוסף אויף דעם קיום פון פס״ד ברור של הרמב״ם 51 ,
אז ״צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח",
ביז אז זיי זאלן זיי מקבל זיין און טאן "מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו שבני נח מקודם נצטוו בהן" 52 ,
נאר אויר די השתדלות צו מפרסם זיין צווישן אוה״ע די אמונה אין אחדות ה׳,
ווי דאס קומט מצד דעם גילוי פון שם הוי׳
(ווי דער אלטער רבי ערקלערט בארוכה בספרו תניא קדישא בשער היחוד והאמונה).
וואס דאס איז א טייל פון דער גאולה פון י״ט כסלו,
און א הכנה צו דער גאולה הכללית והשלימה,
אז אחדות ה׳,
ווי דאס איז לאמיתתו בא אידן,
אז ס׳איז ניטא קיין שום מציאות חוץ דעם אויבערשטן,
ובלשון הרמב״ם 53
"הוא לבדו האמת ואין לאחר אמת כאמתתו והוא שהתורה אומרת 54
אין עוד מלבדו,
כלומר אין שם מצוי אמת מלבדו כמותו״ —
זאל דאס אויר לייכטן און מפורסם ווערן צווישן אוה״ע 55 .
ט.
און כאטש אז לכמה דיעות 56
זיינען ב״נ
(מצ״ע)
מוזהר נאר אויף ע״ז,
און ניט אויף שיתוף — איז דאך דער פירוש אין דעם נאר אז זיי זייגען ניט מוזהר אויף דעם,
ס׳איז אבער פשיטא אז בשעת ביי זיי ווערט דערהערט אויך דער עניו פון שלילת השיתוף,
ביז צו
האבן
(עפעס)
א הכרה אין אחדות ה׳ אז "אין עוד מלבדו",
איז דאס מוסיף סיי אין זייער זהירות והידור בקיום ז׳ מצות ב״נ מיט אלע זײערע סניפים,
און סיי אין זייער ארויסהעלפן אידן בכל עניניהם ביהדות ובכל הצטרכותם בכלל.
און די צוויי אויפטואונגען זייגען א הקדמה,
וועלכע איז אויר מקרבת ומזרזת דעם זמן דלעת״ל,
ווען בײדע ענינים וועלן זיין כשלימות — "ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דיבר",
כנ״ל,
און "ועמדו זרים ורעו צאנכם" 57 .
און דאס איז דער אויפטו פון דער גאולה פון י״ט כסלו אלם הכנה צו דער גאולה העתידה:
דורכדעם וואס "הפליא והגדיל שמו הגדול והקדוש כו׳ בפרט בעיני כל השרים וכל העמים ..
אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא",
האבן זיי געזען אז נוסף וואס טבע מיט אלע חוקי הטבע האבן ניט קײן שליטה בכח עצמם,
איז האבן זיי בכלל ניט קיין מציאות ותפיסת מקום אמתי לגבי כל הקשור לענינים פון דעם אויבערשטן; וואס דאס איז דער גילוי פון אחדות הוי׳ ווי דאס איז
(ניט מצד שם אלקים
(בגימט׳ ״הטבע״ ובמילא —)
וואס איז זיר מתלבש אין טבע,
נאר)
מצד שם הוי׳ שלמעלה מהטבע 58 ,
און דערפאר ״ענו ואמרו..
מאת הוי׳ היתה זאת היא נפלאת בעינינו".
(משיחות י״ט כסלו תשמ״ג,
חשד"מ)