א.
אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט,
אז בשעת יעקב איז געקומען קיין ״שכם אשר בארץ כנען 1 ,
האט ער געקויפט "חלקת השדה אשר נטה שם אהלו..
במאה קשיטה" 2 .
שטעלט זיך רש״י אויפן ווארט ״קשיטה״ און איז מפרש: מעה.
אמר 3
רבי עקיבא כשהלכתי לכרכי הים היו קוריו למעה קשיטה
(און דערנאך שטייט אין חצאי עיגול 4
: ותרגומו חורפן,
טובים חריפים בכל מקום כגון עובר 5
לסוחר.
דער טעם פארוואס רש״י דארף מפרש זיין דעם ווארט ״קשיטה״ איז מובן בפשטות — היות אז "קשיטה" איז ניט קיין תיבה רגילה כלל.
[א חוץ אין סוף יהושע 6 ,
וואו דער פסוק חזר׳ט איבער האמור בפרשתנו אז "חלקת השדה אשר קנה יעקב
(איז גע־ ווען)
במאה קשיטה",
נאר איין מאל,
אין סוף איוב 7
— "ויתנו לו איש קשיטה אחת"],
מוז דעריבער רש״י אפטייטשן פארן ״בן חמש למקרא״ אז ״קשיטה״ מײנט "מעה",
און ער ברענגט דערויף די ראי׳ פון "אמר רע״ק כשהלכתי כו".
מען דארף אבער פארשטיין: אמת אז אין "כרכי הים היו קורין למעה קשיטה" — מען געפינט אבער אין חז״ל נאך פי
רושים אויפן ווארט "קשיטה",
כמו: א)
אין תרגום יונתן
(ותרגום ירושלמי)
— ״מרגלײן״
(מרגליות),
״קשיטה״ איז פון לשון קישוטים 8
; ב)
דער אבן עזרא
(אין איוב 9 )
זאגט אז ״קשיטה״ מײנט "כבשה קטנה"; און לויט כמה מפרשים 10
איז דאס די כוונה אין תרגום אונקלוס דא וואס איז מתרגם ״קשיטה״ — "חורפן",
ווי מען געפינט פריער
(אין פ׳ וירא)
אז ״שבע כבשות הצאן..
שבע כבשות" 11
איז אונקלוס מתרגם ״חורפן״ 12
—
וואס איז דער הכרח
(אין פשוטו של מקרא)
צו טייטשן ״קשיטה — מעה״ 13 ,
ווי מען רופט עס בכרכי הים,
און ניט ווי די תרגומים פון ארץ ישראל
(ושכם בכללה)
״מרגלײן״ 14 ,
אדער ״כבשה״ —
ווי תרגום יונתן
(ירושלמי),
אדער תרגום אונקלום?
[ובפרט אז אין בראשית רבה 15
ווערט געבראכט
(לויט גירסת הערוך 16 )
אז חז״ל האבן אפגעלערנט פון אן אשה בשוק של ערבים
(כפשוטו — בעיר דחז״ל)
אז ״קשיטה״ מײנט אדער מרגליות אדער כבש
(ולא כלשון דכרכי הים — כראית רע״ק)].
און אע״פ אז בכלל 17
קויפט מען א זאך בדמים 18 ,
מטבעות 19
(כסף)
— איז: א)
בימיהם איז דאך געווען דער שטייגער פון חליפין,
מחיר כלב 20
וכיו״ב — ב)
בנדו״ד בשעת מען רעדט וועגן א סכום פון מאה מעות וכיו״ב איז דרך הכתוב בכ״מ צו אנגעבן דעם מספר אין שקלים.
און ניט אין קלענערע מטבעות.
וב־ עניננו: וויבאלד אז א שקל האט צװאנציק מעה
(בלשוז הכתוב 21
"עשרים גרה השקל",
און ווי רש״י 22
איז מפרש אז ״גרה״ איז ״לשון מעה״)
— האט דער פסוק אנשטאט "מאה קשיטה" געדארפט זאגן "חמשה 23
שקלים" 24
!
אויך ויתרה מזו: וויבאלד אז "מעה" בלשון תורה איז ״גרה״
(כנ״ל)
— האט דער פסוק געדארפט זאגן "במאה גרה"?
איז דערפון מוכרח לכאורה,
אז "במאה קשיטה" מיינט ניט "מעה",
גאר מרגליות,
כבשות אדער כיו״ב.
ב.
די פליאה איז נאך גרעסער: וויי־ טער אויפן פסוק 25
"וידבר
(שכם)
על לב הנערה
(דינה)
" איז רש״י מפרש: "דברים המתיישבין על הלב ראי אביך בחלקת שדה קטנה כמה ממון בזבז כו׳״ — איז אויב ״קשיטה״ מײנט ״מעה״ און יעקב האט אינגאנצן געצאלט חמשה שקלים פאר דער שדה — ווי זאגט שכם "כמה ממון בזבז" 26 ?
!
[דער מקור פון דעם פירוש רש״י איז אין בראשית רבה 27
— אבער אין בראשית רבה 28
זיינען פאראן כו״ב פירושים
(ע״ד הדרש)
אין ווארט "קשיטה",
וואס לויט די אלע פירושים קומט אוים אז עם איז טאקע געווען "כמה ממון": משא״כ לויט פרש״י,
אז ״קשיטה״ איז "מעה",
איז עם דאך ניט קיין סכום גדול,
כנ״ל].
און ס׳איז א דוחק גדול צו ענט־ פערן 29 ,
אז מיט "חלקת השדה אשר נטה שם אהלו",
פאר וועלכער יעקב האט באצאלט חמשה שקלים,
ווערט גע־ מיינט בלויז דער מצומצמדיקער שטח וואו יעקב האט געשטעלט זיין אהל פרטי — אבער פאר דעם גאנצן שטח וואס ער האט געקויפט פאר זיין גאנ־ צער מחנה
(וואס איז געווען א ריבוי
גדול — אהלי נשיו ובניו ועבדיו,
נוסף אויף כל מקנהו כו׳)
האט ער טאקע געצאלט א סך געלט —
ווייל ס׳איז ניט מסתבר אז דער פסוק זאל דערציילן וועגן דער קני׳ פון דעם שטח קטן
(וואו ס׳איז געווען אהל יעקב)
און ניט דערמאנען וועגן דער קני׳ פון גרויסן שטח פאר זיין גאנצער מחנה.
און דעריבער לייגט זיך צו זאגן,
אז "נטה שם אהלו" באציט זיך ניט נאר צו דעם אהל פרטי של יעקב,
נאר צו כל המחנה שלו.
און אע״פ אז עס שטייט ״אהלו״ — ל׳ יחיד,
האט עס שוין רש״י באווארנט בתחילת הסדרה,
אויפן פסוק 30
"ויהי לי שור",
איז רש״י מפרש "דרך ארץ לומר על שוורים הרבה שור".
און ווי מען זעט טאקע כמה פעמים פריער אין חומש וואו דער פסוק זאגט ״ויט אהלו״
(וכיו״ב) 31
און די כוונה איז ניט צו איין אהל,
נאר צו א גאנצער מחנה.
ג.
אויר זיינען פאראן כמה דיוקים אין לשון רש״י:
א)
רש״י האט בראיתו געדארפט זאגן בקיצור
(ווי בכמה מקומות בפירוש רש״י)
"מעה כדאיתא בראש השנה" 32
(וכיו״ב)
— רש״י איז אבער מעתיק פרטי המאמר "כשהלכתי לכרכי הים כו׳"?
ב)
אין גמרא לפנינו 33
איז דער לשון "כשהלכתי לאפריקי" 34 .
רש״י זאגט אבער "לכרכי הים" 35 .
איז אע״פ אז
מ׳מוז זאגן אז רש״י האט געהאט אזא גירסא אין גמרא,
ס׳איז דאך ניט שייך לחדש אזא מד — דארף מען אבער האבן א הסברה,
וואס רש״י ברענגט דוקא די גירסא "לכרכי הים",
און ניט די גירסא הנפוצה — "לאפריקי"?
ג)
רש״י איז מעתיק אויר דעם שם בעל המאמר — רבי עקיבא?
ניט ווי ברוב הכי גדול פון מחז״ל וועלכע ער ברענגט בפירושו בלי שם אומרם 36 .
ד)
די תמי׳ ווערט גרעסער ווען מען פארגלייכט פרש״י דא מיט׳ן ענליכן זעלבן פרש״י אויפן ווארט "תכרו"
(אין פ׳ דברים 37 )
— ״לשון מקח ..
שכן בכרכי הים קורין למכירה כירה"
[אע״פ אז אין מם׳ ר״ה דארט 38
זאגט ער: אמר רבי 39
כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למכירה כירה],
ועד״ז בפרש״י אויפן ווארט ״לטוטפות״ 40
— "טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים"
[אע״פ אז דאס איז א מאמר פון רע״ק 41 ].
ד.
בנוגע דעם סיום אין פרש״י
(וואס שטייט אין חצאי עיגול)
— "ותרגומו כו׳",
זיינען פאראן מפרשים 42
וואס ווילן
זאגן אז די ווערטער זיינען ניט פון רש״י׳ן — און ווי מ׳זעט טאקע אז אין דעם ערשטן
(און צווייטן)
דפוס רש״י זיינען די ווערטער ניטא 43
— נאר זיי זיינען א הוספה פון א תלמיד
(טועה).
ווארום ווי קען מען זאגן אז כוונת "חורפן" שבתרגום איז "חריפים בכל מקום",
בשעת דער תרגום בריינגט "חורפן" אלם איבערזעצונג פון "כבשות"
(דם׳ וירא — כנ״ל סעיף א)?
אבער אעפ״ב,
דערפון וואס די ווערטער זיינען געבליבן אין די דפוסי רש״י הנפוצים,
איז מסתבר צו זאגן,
אז אויך דער פירוש אין תרגום האט אן ארט.
ויתרה מזה — בהקדים התמי׳: אומעטוס איז אונקלום מתרגם ״כבש״ — ״אימרא״ ולמה ישתנו "כבשות" פון פ׳ וירא?
— וואס דערפאר דארף מען לערנען,
אז דער פשט אין תרגום אויף ״כבשות הצאן״ — "חורפן דעאן",
איז ניט אז "חורפן" מיינט "כבשים"* 43
נאר כבשים מיינט ״עאן״ כבתרגום שם און ת״א
(כדרכו בכמה מקומות)
איז מוסיף ביאור בהענין,
אז זיי זיינען חריפין — גוטע — צאן 44 ,
וואס דורכדעם יובן דער ענין וואס זײ זײנען געװען ״לעדה״ וכו׳ —
עם קומט צו אין הבנת פשוטו של מקרא דורך דער הוספה פון תרגום "חורפן".
מען דארף אבער האבן א ביאור בפרש״י כאן: וואס האט דער תלמיד
(רש״י?)
געוואלט מוסיף זיין אין הבנת פרש״י
(אז ״קשיטה״ מײנט ״מעה״)
דורך צוגעבן "ותרגומו כו׳"?
ה.
וי״ל דעם ביאור בכל זה:
דער הכרח צו זאגן אז ״קשיטה״ מײנט "מעה" איז
[ניט פון מאמר רע״ק "כשהלכתי לכרכי הים כו׳״ — דאס ברענגט רש״י ניט
(אזוי)
אלם ראי׳,
נאר
(בעיקר)
אלם הוספת ביאור,
כדלקמן סעיף ו — נאר]
פון תוכן הכתובים:
לערנענדיק דעם סיפור,
אז ווען יעקב איז אנגעקומען אין שכם האט ער גע־ קויפט "חלקת השדה אשר נטה שם אהלו" בלי שום פרטים,
לייגט זיך בפשטות צו זאגן,
אז ער האט דערפאר באצאלט מחיר הרגיל,
װײל ם׳איז גע־ ווען א קני׳ רגילה
(מ׳האט זיר ניט גע־ דונגען מיט עם וכו׳)
און זיכער איז היפך הפשט צו זאגן אז ער האט באצאלט "דמים מרובים" 45
: אברהם האט גע־ צאלט "ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר" 46
פאר דער מערת המכפלה ווייל ער האט געמוזט האבן די מערת המכפלה "לאחוזת קבר" 47
; אבער בנדו״ד,
איז דאך יעקב געווען אין מיטן פון גיין "לבוא אל יצחק אביו" 48
(אין
חברון 49 ),
און ווי יעקב האט מלכתחילה,
ביים אוועקגיין פון בית אביו,
געזאגט בתפלתו — "ושבתי בשלום אל בית אבי" 50
— און דער טעם וואס יעקב האט די "חלקת השדה" געקויפט
(און דוקא דא ביים עיר שכם וואו ער איז געווען זעקם חדשים,
און גיט פריער אין סוכות וואו ער איז געווען יח חדשים 51 ),
איז ניט גע־ ווען אויף צו באזעצן זיך דארט — ווייל ער איז געגיינגען לחברון,
כנ״ל — נאר בלויז אויף ארויסצואווייזן זיין חביבות הארץ,
אז גלייד ביים אנקומען אין "עיר שכם אשר בארץ כנען" 52
(אינעם לאנד וואס דער אויבערשטער האט אים צוגע־ זאגט אוועקגייענדיק פון בית אביו — "לך אתננה גו׳ והשיבותיך אל האדמה הזאת" 53 ),
האט ער געקויפט א חלק בארץ 54
—
און וויבאלד אז די קני׳ פון "חלקת השדה" איז ניט געווען אויף צו מאכן דארט זיין דירת קבע,
נאר בלויז א דירת 55
עראי,
איז ניט מסתבר אז ער זאל וועלן פאר דעם באצאלן יותר פון זייער ווערט 56
ועאכו״כ ניט "דמים מרובים" 57 .
און דערפאר קען רש״י ניט אננעמען
(ע״ד הפשט)
דעם פירוש פון תרגום יונתן אז ״קשיטה״ מײנט מרגליות — וואס לפ״ז וועט אויסקומען אז יעקב האט געצאלט גאר א גרויסן מחיר
(מאה מרגליות,
ובפרט אז בפשטות איז דאס נאד מער פון "ארבע מאות שקל כסף")
פאר א דירת עראי.
זאגט רש״י אז ״קשיטה״ מײנט ״מעה״־.
יעקב האט פאר דער חלקת השדה בא־ צאלט נאר מאה מעה
(חמשה שקלים) 58 .
ו.
עפ״ז אבער,
שטעלט זיר די שאלה לאידך גיסא: למאי נפק״מ בכלל צו
דערציילן וויפל יעקב האט געצאלט פאר דער שדה?
ביי אברהס׳ען,
וואט האט געצאלט ״דמים מרובים״,
איז דאס מובן — ווייל די תורה וויל דערמיט לאזן הערן:
(א)
גודל חביבות פון אחוזת קבר אין א״י.
(ב)
די מעלה באופן הנהגתו,
אז ס׳איז אים כדאי געווען צו צאלן אזא הויכן פרייז — "ארבע מאות שקל כסף
(און דערצו)
עובר לסוחר״ — אבי שולל זיין בתכלית די בעלות פון עפרון 59 ,
אדער ע״ד די שלילה פון אן אמירה פון "אני העשרתי את אברם״60 וכיו״ב.
אבער בנדו״ד — מאי קמ״ל צו דער־ ציילן אז יעקב האט געקויפט די "חלקת השדה״ פאר — הונדערט מעה 61 ?
!
מוז מען זאגן,
אז אע״פ אז ער האט בלויז געצאלט הונדערט מעה,
האט אבער דער תשלום פארמאגט א חשיבות
(וואס באווייזט אויף חביבות הארץ),
און דערפאר דערציילט תורה וועגן דעם.
און צו מסביר זיין וואס פאר א חשיבות קען זיין אין אזא תשלום,
ברענגט רש״י מאמר רע״ק "כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למעה קשיטה": ווי דערמאנט פריער,
איז דער ווארט ״קשיטה״ פון לשון קישוטים.
ווי קומט עס אז מ׳זאל אנרופן א מעה — די קלענסטע מטבע — מיטן נאמען ״קשיטה״
(מלשון קישוטים) 62 ?
זעט מען,
אז ס׳איז דא א פאל,
אז אפילו ווען די שוויות פון די מטבעות מצ״ע איז ניט גרויס,
ווערן זיי אבער
גענוצט אלס קישוטים
(און זיי ווערן דערפאר אנגערופן "קשיטה").
און דאם זאגט דער פסוק,
אז מצד דער חיבת הארץ בעיני יעקב,
האט ער פאר א חלקה בארץ געצאלט מיט ספע־ ציעלע חשוב׳ע מטבעות 63
— "מאה קשיטה",
אזלעכע מעות וואס ווערן גע־ נוצט אלם תכשיטים"
ומהאי טעמא קלייבט רש״י אויס דוקא די גירסא ״כשהלכתי בכרכי הים״ — און ניט "לאפריקי": דאם וואס מען נוצט מעות פאר קישוטים אין ״אפריקי״ איז ניט קיין ראי׳ אויף דעם
(גודל)
החשיבות שלהם.
מען ווייס ניט פרטים וועגן אפריקי* 64
און אין וועלכן ארט באפריקי דאם איז געווען.
קען זיין,
אז ״אפריקי״ איז געווען אן ארט פון עניות און דערפאר ווערט אויר א מעה גענוצט אלם תכשיט.
— זאגט רש״י אז אין "כרכי הים היו קורין" למעה קשיטה".
אפילו אין כרכים — גרויסע
(מסחר)
שטעט — פלעגט מען רופן א מעה תכשיט.
איז
דערפון א ראי׳ אויף זייער אמת׳ער,
"גרויס שטאטיקער״ חשיבות.
ז.
עפ״ז איז אויך פארענטפערט:
א)
פארוואס רש"י נעמט ניט אן דעם פירוש אז ״קשיטה״ מײנט ״כבש״ — ווייל פון אזא תשלום איז ניטא קיין לימוד ענין מיוחד
(א ספעציעלע חשיבות,
או כיו״ב),
ובמילא איז ניטא קיין טעם אז דער פסוק זאל וועגן דעם דער־ ציילן.
ב)
בפשוטו של מקרא — כשיש מקום לפרש ששלם ה׳ שקלים — אין מקום לפרש ש
(שוה השדה ו)
שילם מאה שקלים 66 ,
או מאה מרגליות וכו׳
[דהיפך הפשט דפליגי בשווה־דבר האם הי׳ עשרים פעמים דדיעה הא׳?
!].
ג)
וואט דער פסוק זאגט ניט
(דעם סך־הכל)
— חמשה שקלים
[אדער "מאה גרה״],
נאר ״מאה קשיטה" 67
— ווייל די הדגשה דא איז ניט אויף דער שוויות,
נאר אז יעקב האט געצאלט פאר דער שדה,
מיט אזא זאך וואס מ׳נוצט אלם קישוטים — "קשיטה".
ד)
די כוונה פון דעם בעל חצאי עיגול
(תלמיד רש״י?)
וואט האט צוגעגעבן "ותרגומו חורפן,
טובים חריפים בכל מקום כגון עובר לסוחר":
דערמיט ברענגט זיך נאכמער ארויס די חשיבות פון די מטבעות מיט וועלכע יעקב האט געצאלט פאר דער שדה — אז זיי זיינען געווען ספעציעלע גוטע מטבעות,
"חריפים בכל מקום".
ויש לומר,
אז מיט צוגעבן די ראי׳ "כגון עובר לסוחר" איז די כוונה ניט
נאר א דוגמא וראי׳ צום טייטש,
נאר אויך צום תוכן הענין: פונקט ווי די תורה איז מדגיש די חשיבות פון אברהם׳ס תשלום,
אז ער האט געגעבן מטבעות וואס זיינען געווען "עובר לסוחר",
עד״ז האט יעקב געצאלט מיט מטבעות וואס זײנען געװען ״חורפן ..
חריפים בכל מקום".
ה)
דאם וואס רש״י זאגט ווייטער אז שכם האט געזאגט צו דינה "כמה ממון בזבז״ — אע״פ אז יעקב האט אינגאנצן באצאלט חמשה שקלים פאר דער חלקת השדה: דער דיוק אין רש״י איז — "בזבז",
וואס דער באדייט פון בזבוז איז ניט דוקא ווען עס רעדט זיר וועגן א גרויסן סכום,
נאר ווען דאס איז — בזבוז• אויר א קליינער סכום 68 ,
אויב נאר דאס איז לגמרי שלא לצורך
(מען צאלט שלא לפי ערך דער נויטיקייט פון דער זאד),
איז עם בזבוז.
ועד״ז בעניננו: וויבאלד אז יעקב איז דארט געווען בלויז באופן עראי,
איז ביי שכם
(וואס האט ניט פארשטאנען די חביבות הארץ בעיני יעקב)
אויסגע־ קומען,
אז דאס צאלן ״מאה קשיטה״ — ספעציעלע חשוב׳ע מטבעות כו׳,
פאר "חלקת שדה קטנה",
איז עס בזבוז.
[וע״פ הנ״ל יומתק דיוק לשון רש״י ווייטער אין פ׳ וארא,
וואו ער רעדט וועגן מעלתם של האבות וואס האבן ניט מהרהר געווען אחרי מדתו של הקב״ה,
אז ניט קוקנדיק אויף דעם ברית וואס דער אויבערשטער האט מיט זיי גע־ מאכט "לתת להם את ארץ כנען את ארץ מגוריהם גו׳״ 69
— איז "כשבקש אברהם
לקבור את שרה לא מצא קרקע עד שקנה בדמים מרובים.
.
וכן ביעקב ויקן את חלקת השדה לנטות אהלו" 70
— ביי יעקב׳ן זאגט ניט רש״י "בדמים מרובים" און איז אפילו ניט מוסיף ״וגו׳״ 71
(לרמז אויף די ווערטער "במאה קשיטה" 72 ).
ווייל יעקב האט טאקע קיין ״דמים יקרים״ ניט געצאלט — ס׳איז בלויז געווען חמשה שקלים].
ח.
ביי א תלמיד "ממולח" איז אבער פארט ניט גלאטיק:
נאכן גאנצן ביאור ווי די מטבעות זיינען געווען ספעציעלע חשוב׳ע מטבעות — ״קשיטה״ — זיינען זיי פארט בלויז געווען מעות,
און פארשטייט זיף,
אז לגבי יעקב׳ם עשירות האט עם ניט געהאט קיין חשיבות.
איז במילא מובן,
אז דער עיקר הדגשה אין פסוק איז אין דעם ווארט ״ויקן את חלקת השדה״ — אז א״י איז ביי יעקב׳ן געווען אזוי טייער אז ער האט גלייר געקויפט א חלק בארץ,
כאטש אז זיין דירה איז געווען אין דעם ארט פון "בית אבי",
חברון.
און וויבאלד אזוי,
איז הדרא קושיא לדוכתא: וואס איז אזוי נוגע צו דער־ ציילן אז ער האט עם געקויפט "במאה קשיטה"?
וויפיל הוספה אין "חיבת הארץ" ווערט אויסגעדריקט אין דעם,
אז דערפאר זאל דער פסוק דאם מדגיש זיין?
באווארנט עס רש״י דורך מעתיק זיין דעם שם בעל המאמר — ר׳ עקיבא:
וועגן ר׳ עקיבא דערציילט די גמרא איו סנהדרין 73 ,
אז ער האט זיך געפירט אין אן אופן פון "חסידות",
ער איז גע־ ווען "רגיל לזכות את ישראל" 74 .
און דערמיט איז פארשטאנדיק וואס דער פסוק איז מוסיף ״במאה קשיטה״ — ווייל לויט שיטת רע״ק — "שרגיל לזכות את ישראל״ — דארף מען זוכן בא יעדער זאך,
אפילו א רגיל,
זכותים אויף אידן.
און דערפאר,
אע״פ אז דער צאלן "מאה קשיטה" איז ניט קיין געוואלדיקער חידוש,
דארף מען דערציילן אויך דעם
(קליינעם)
זכות,
מצד שהרגל נעשה טבע,
צו רעדן בזכותם של ישראל.
ט.
עפ״ז יש להסביר
(ע״ד הרמז)
וואס רש״י איז מעתיק אויך דעם פרט אז רע״ק איז אליין געגאנגען "לכרכי הים"
("כשהלכתי 75
לכרכי הים כו׳")
:
די גמרא זאגט דארט 76
: "מאי חסידותי׳
(פון רע״ק)..
קטני בני רשעי ישראל ..
ר׳ עקיבא אומר באים הם לעוה״ב שנאמר 77
שומר פתאים ה׳ שכן קורין בכרכי הים 78
לינוקא פתיא".
ויש לומר — ע״ד הרמז — אז די "חסידות" פון רע״ק איז ניט נאר אין דעם כללות הענין,
נאר אייר אין דעם
וואס ער 79
זאגט ״שכן קוריז בכרכי הים לינוקא פתיא": דערמיט איז די גמרא מדגיש,
אז אויף אזויפיל איז געווען חסידותי׳ דרע״ק צו מזכה זיין אידן,
אז עס איז פאר אים געווען כדאי די נסיעה איו "כרכי הים",
אבי צו קענען מזכה זיין את ישראל און פסק׳נען אז קטני בני רשעי ישראל באים הם לעוה״ב.
און דאם איז אויך רש״י דא מרמז — "אמר רע״ק כשהלכתי 80
לכרכי הים כו׳" — דאס איז די זעלבע הליכה לכרכי הים ביי וועלכע ר׳ עקיבא האט געהערט אז "קורין לינוקא פתיא" און דערמיט האט
ער ארויסגעגעבן דעם פסק לזכותם של ישראל — "קטני כו׳ באים הם לעוה״ב״ —
איז ביי דער זעלבער הליכה לכרכי הים איז אויר ארויסגעקומען נאך אן עניו "רגיל לזכות",
בזכותם של ישראל — די חביבות הארץ ביי יעקב׳ן,
אז ער האט געצאלט פאר דער חלקת השדה,
וואס איז בײ אים געװען ניט מקום דירתו — "מאה קשיטה" 81 ,
מטבעות וואס זיינען קישוטים.
(משיחת ש״פ וישלח תשל״א)