א.
אויפן פסוק 1
"ויבא יעקב שלם עיר שכם״ זאגן חז״ל
(אין גמרא 2 )
— און רש״י ברענגט עם אראפ בפירושו על התורה 3
— אז "שלם" מיינט 4
: ,
שלם בגופו שלם בממונו שלם בתורתו".
דער זאגן פון "שלם בגופו שלם בממונו״ איז נײטיג כמפורש במדרש 5
: "שלם בגופו לפי שכתוב 6
והוא צולע על ירכו כו׳ שלם בממונו אע״ג
(וואס)..
ט׳ שנים הי׳ מכבד אבינו יעקב את עשו באותו הדורון כו'"
(ועד״ז 7
שטייט אין פירוש רש״י על התורה 3
: שלם בגופו שנתרפא מצלעתו,
שלם בממונו שלא חסר כלום מכל אותו דורון),
אבער אויף "שלם בתורתו" שטייט ניט אין מדרש קײן פירוש 8 .
אין פירוש רש״י געפינט מען אין דעם א סתירה: בפירושו לש״ס 9
איז ער מפרש ,
שלא שכח תלמודו מפני טורח הדרך"; אבער בפירושו על התורה זאגט ער ,
שלא שכח תלמודו בבית לבן" 10 .
דארף מען פארשטײן: װאם איז דער טעם השינוי צווישן די צוויי פירושים?
נאף מער: לכאורה איז איפכא מסתברא — בפירושו על התורה,
וואו רש״י איז מפרש פשוטו של מקרא,
וואלט מער מתאים געווען צו זאגן דוקא
(דעם פירוש על הש״ם)
"לא שכח תלמודו מפני טורח הדרך" און ניט "בבית לבן"
— ווארום דער פסוק זאגט דאך ,
ויבא יעקב שלם עיר שכם",
וואס לויט פשוטו של מקרא דארף אויסקומען אז דער "שלם" איז א חידוש אין צוזאמענהיינג מיט יעקב׳ם אנקומען אין שכם 11 .
[אין מדרש 12
שטייט אז יעקב איז גלייך 13
אויסגעהיילט געווארן מצלעתו
(דורך "ויזרח לו השמש" 14 ),
ועד״ז בנוגע דעם דורון — "מלא הקב״ה חסרונו והחזיר לו מיד הכל" 15 .
ולפ״ז איז ער שוין געווען "שלם בגופו שלם בממונו" קומענדיק אין סוכות
(מער ווי אכצן חדשים 16
איידער ער איז געקומען אין שכם).
אבער ע״ד הפשט איז דאס אלץ געווען אין אן אופן טבעי 17
— סיי די רפואה מצלעתו און סיי דער מילוי החסרון בממונו.
און דאס איז דער אויפטו פון דעם פסוק "ויבא יעקב שלם עיר שכם",
אז קומענדיק אין שכם איז ער געווארן שלם,
װײל ערשט דעמאלט האט ער זיך בשלימות
(אינגאנצן)
אויס־ געהיילט בגופו 18
און ס׳איז נתמלא געווארן
(דורך "פרות ורבות" פון זיין צאן 19
וכו׳)
דער חסרון "מכל אותו דורון"],
איז בשלמא לויטן פירוש "שלא שכח תלמודו מפני טורח הדרך" האט אן ארט צו זאגן,
אז קומענדיק אין שכם
[וואו ער האט זיך באזעצט,
וכהמשך הכתוב 20
"ריקן את חלקת השדה גו׳"]
איז ער גע־ ווען "שלם בתורתו",
טראץ דעם "טורח הדרך" וואס ער האט דורכגעמאכט ביז זײן קומען אין שכם.
אבער לויטן פירוש "שלא שכח תלמודו בבית לבן",
האט דער "שלם בתורתו" קיין שייכות ניט צו זיין אנקו־ מען אין שכם; די "שלימות" איז ביי אים געווען ביים אוועקגיין פון "בית לבן״ —
היינט פארוואס זאגט רש״י בפירושו על התורה — פשוטו של מקרא — "שלא שכח תלמודו בבית לבן"?
—
(ס׳איז ניט קיין קשיא: ווי קען מען בכלל זאגן אזא פירוש "שלא שכח תלמודו בבית לבן" בעת דער פסוק זאגט בפירוש "ויבא יעקב שלם
(ערשט אנקומענדיק אין)
עיר שכם״ — ווייל מ׳קען פארענטפערן: אין פסוק שטייט דאך ניט "שלם
(נאר)
בתורתו",
נאר
"שלם"
(סתם).
קען מען זאגן כוונת הכתוב,
אז ערשט קומענדיק קיין שכם איז יעקב געווארן אינגאנצן ,
שלם",
אין אלע 21
דריי זאכן
(בגופו בממונו ובתורתו)
— אבער בתורתו לחוד איז ער טאקע געווען שלם אויך פריער,
די שאלה איז אבער: וויבאלד מען קען לערנען אז אויך דער "שלם בתורתו" איז פארבונדן מיט יעקב׳ס אנקומען אין שכם
(״מפני טורח הדרך״)
— פארוואס קלייבט רש״י אויס און פארבינדט עס; ובפירושו על התורה —,
דוקא מיטן זמן ווען יעקב איז געווען בבית לבן?
!).
ב.
אויר דארף מען פארשטיין: אין מדרש 5
ברענגט זיר א פערטע זאך אין וועלכער יעקב איז געווען ״שלם״ — "שלם בבניו,
לפי שכתוב בו 22
אם יבא עשו אל המחנה האחת והכהו והי׳ המחנה,
ברם הכא שלם בבניו".
איז ניט מובן: לכאורה איז אויר אט דער אויפטו
(פון "שלם בבניו")
מובן אין דרך הפשט 23
(ניט נאר אין מדרש,
דרך הדרש).
פארוואס ברענגט רש״י
(בפירושו עה״ת)
דעם לשון הגמרא דוקא,
וואו עם ווערט ניט געבראכט "שלם בבניו" 24 ?
די תמי׳ איז נאר גרעסער: אין אנהויב פ׳ לך 25
ווערט דערציילט וועגן ברכת הקב״ה צו אברהם׳ן "ואעשך לגוי גדול גו׳",
איז רש״י מפרש: "לפי שהדרך גורמת לשלשה דברים ממעטת פרי׳ ורבי׳ וממעטת את הממון וממעטת את השם לכר הוזקק לשלשה ברכות הללו שהבטיחו על הבנים כו׳".
זעט מען,
אז א ברכה בקשר לבנים איז אן ענין עיקרי וואס מען באווארנט ווען עם איז עלול צו ווערן אין דעם א מיעוט
(דורד טלטול הדרי)
-
איז ביים פסוק "ויבא יעקב שלם"
(פון דעם "דיר הזה אשר אנכי הולד")
האט לכאורה רש״י געדארפט מפרש זיין אז "שלם" מיינט
(אויר)
"שלם בבניו"?
ג.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים א תמי׳ כללית אין דעם פירוש רש״י:
לערנענדיק דעם פסוק "ויבא יעקב שלם עיר שכם",
נאכן אריכות הסיפור ווי יעקב איז ניצל געווארן פן לבן׳ען און עשו׳ן,
וואלט געדארפט אויסקומען,
אז דער עיקר הפירוש פון "ויבא יעקב
שלם״ איז בפשטות — ער איז אנגע־ קומען גאנץ,
אומבאשעדיקט פון לבן און עשו.
און ווי רש״י אליין איז גלייך מפרש 26
(אין א ד״ה לאח״ז)
"בבואו מפדן ארם — כאדם האומר לחבירו יצא פלוני מבין שיני אריות ובא שלם,
אף כאן ויבא שלם מפדן ארם מלבן ומעשו שנזדווגו לו בדרך",
אבער רש״י זאגט — פשוטו של מקרא — אז "ויבא יעקב שלם" איז
(ניט בשייכות צו זיין הצלה פון דער סכנה מצד לבן ועשו,
נאר)
א כללית׳דיקע "שלימות" בשייכות צו גופו ממונו ותורתו?
ויתרה מזה — פון וואנעט לערנט מען עם אפ 27 ?
ובזה גופא תמי/ אז "שלם בגופו" מיינט ניט הצלת גופו פון סכנה,
נאר "שנתרפא מצלעתו"!
[מען קען ניט זאגן אז דער הכרח איז פון דעם לשון "שלם",
פון וועלכן ס׳איז משמע אז פריער איז געווען א חסרון
(און נאר א חסרון),
און דערנאר איז עם נשלם געווארן 28
— ווייל
(נוסף לזה,
אז אין דעם פרש״י שלאח״ז
(הנ״ל)
זאגט ער בפירוש לשון "שלם" בשייכות צו א הצלה ״מבין שיני אריות״ — איז פון דעם פרש״י גופא מוכח אזוי,
ווארום)
רש״י זאגט דאך "שלם בתורתו שלא שכח תלמודו"; זעט מען,
אז אע״פ אז לפועל איז ביי אים קיין חסרון ניט גע־ ווען,
פאסט צו זאגן דערויף "שלם",
מצד דער אפשריות פון א חסרון 29
— קען מען דאך זאגן דאס זעלבע בנוגע צו הצלתו מעשו ולבן].
ד.
וי״ל הביאור בזה:
גלייד נאר דעם ווי יעקב איז אוועק קיין חרן האט אים דער אויבערשטער מבטיח געווען 30
"והנה אנכי עמך ושמרתיך בכל אשר תלך גו׳",
וואס דאס מיינט
(פשוטו ש״מ)
לכל לראש — די שמירה פון עשו ולבן
(ווי רש״י איז דארט מפרש 31
"לפי שהי׳ ירא מעשו ומלבן").
ובמילא דארף דער פסוק ניט מדגיש זיין אז די הבטחת הקב״ה איז מקוים גע־ ווארן און יעקב איז אנגעקומען "שלם" פון עשו ולבן — דאס איז מובן מאליו 32 .
וע״ד ווי בא אברהס׳ען,
וועמען דער אויבערשמער האט מבטיח געווען
(כנ״ל ס״ב,
ביים אנזאגן 33
"לך לך גו׳")
"ואעשך לגוי גדול גו׳",
אז דער טלטול הדרך וועט בײ אים ניט ממעט זיין פון די ״שלשה דברים״ — געפינט מען ניט אז דער פסוק זאל ערגעץ מדגיש זיין,
אז כך הווה — "ויבא אברהם שלם"
(וכיױב) 34 .
פארוואס זאגט עס דער פסוק ביי יעקב׳ן?
לערנט דעריבער רש״י,
אז דא רעדט זיר ניט וועגן א ״שלימות״ װעל־ כע איז נכלל אין הבטחת הקב״ה "והנה אנכי עמך ושמרתיך גו׳",
נאר וועגן
מאורעות מיוחדות וועלכע זיינען עלול צו גורם זיין אז יעקב זאל ניט זיין שלם,
ניט קוקנדיק אויף הבטחת הקב״ה הנ"ל — איז אעפ״כ "ויבא יעקב שלם".
און דערפון וואס דער פסוק זאגט "שלם" סתם איז מוכח,
אז דאס איז גע־ ווען ניט נאר איו איין פרט,
נאר "שלם" כפשוטו אין אלע זיינע פרטים — און דאס זיינען די דריי ענינים וואס רש״י רעכנט אויס:
"שלם בגופו שנתרפא מצלעתו": דאס וואס יעקב איז געווען "צולע על ירכו" איז געווען א תוצאה פון זיין מלחמה מיט ״שרו של עשו״ 35
— א מלאך 36 ,
א שליח פון אויבערשטן 37 .
און וויבאלד אז דאס איז אן ענין וואס איז געטאן גע־ ווארן צו יעקב׳ן
(מאיזה טעם שהוא 38 )
דורך א מלאך של הקב״ה,
איז מובן,
אז דאס האט ניט צו טאן מיט
(דעם וואס ווערט באווארנט אין)
דער הבטחה "ושמרתיך" פון עשו ולבן ,3 .
"שלם בממונו שלא חסר כלום מכל אותו דורון": אויך נאכן געבן עשו "כל אותו דורון" איז ביי יעקב׳ן געבליבן א רכוש גדול,
כמובן מפשטות הכתובים 40 .
ובמילא,
אפילו ווען ביי יעקב׳ן וואלט ניט נתמלא געווארן דער חסרון הדורון,
וואלט עם נאך ניט געמינערט
אינעם קיום הבטחת הקב״ה "ושמרתיך גו׳ לא אעזבך גו׳"
(וואס מיינט אז ער וועט האבן "לחם לאכול גו׳" 41 ).
פונדעסטוועגן האט אים דער אוי־ בערשטער ממלא געווען דעם ג&נצן חסרון "מכל אותו דורון".
"שלם בתורתו שלא שכח תלמודו בבית לבן": די נתינת מקום אז יעקב זאל פארגעסן תלמודו בבית לבן,
איז ניט צוליב דער ווירקונג פון יעקב׳ס זיין צוזאמען מיט לבן הרשע
— אויף דעם האט יעקב געבעטן ״ושבתי בשלום״ — "שלם מן החטא שלא אלמד מדרכי לבן" 42 ,
וואס דאס איז מקויים געווארן 43
(און ווי יעקב האט געשיקט זאגן עשו׳ן "עם לבן הרשע גרתי ותרי״ג מצות שמרתי ולא למדתי ממעשיו הרעים״ 44 )
—
נאר ווייל 45
יעקב איז אין בית לבן גע־ ווען פארנומען מיט גרויס איבער־ געגעבנקייט צו זיין ארבעט אלם רועה צאן
(ווי מען דארף עם טאן ע״פ תורה 46 )
— און ווי ער האט געזאגט "בכל כוחי עבדתי גו׳" 47 ,
"הייתי ביום גו׳ בלילה ותדד שנתי מעיני" 48
; און אויף דעם אופן
האט ער געארבעט ״עשרים שנה״ 49 .
איז פארשטאנדיק דער חידוש הכי גדול,
אז ניט געקוקט אויף דעם אלעם,
איז ״לא שכח תלמודו בבית לבן".
— דער חידוש איז אבער ניט פארבונדן מיט הבטחת הקב״ה "ושמרתיך בכל אשר תלך גו׳"
[ווארום ווען יעקב פארנעמט זיך מיט דעם אופן מלאכה זייענדיק בביתו,
בארץ כנען,
וואלט ער אויך דאן געדארפט א ברכה מיוחדת ניט צו פארגעטן תלמודו].
און דאס איז דער חידוש אין פסוק ״ויבא יעקב שלם״ — שלם בתורתו — שלא שכח תלמודו בבית לבן.
ה.
עפ״ז פאלן אויר אפ בדרך ממילא,
די צװײ אױבנדערמאנטע תמיהות
(הנ״ל' סעיף א־ב)
אויף פירוש רש״י:
רש״י קען ניט ברענגעז דעם ענין פון ,
שלם בבניו״ — אז עשו האט ניט געקענט אנרירן בניו של יעקב
("אם יבא עשו גו׳״)
— דאס ווערט דאך נכלל אין הבטחת הקב״ה "ושמרתיך גו׳" און דער פסוק דארף עם ניט דערציילן,
כנ״ל.
און מהאי טעמא קען רש״י ניט מפרש זיין בפירושו על התורה 50
אז "שלם בתורתו" מיינט "שלא שכח תלמודו מפני טורח הדרך״ — ווייל אויך דער ענין איז נכלל אין הבטחת הקב״ה "ושמרתיך בכל אשר תלך גו׳",
אז דער אויבערשטער וועט אים היטן פון יעדן עניו בלתי רצוי וואס די הליכה — כולל דעם טלטול הדרך קען גורם זיין
("ושמרני בדרך הזה אשר אנכי הולך" 51 )
; ע״ד ברכת
הקב״ה לאברהם אז זיין טלטול הדרך וועט בײ אים ניט ממעט זיין פון די "שלשה דברים".
ו.
מיינה של תורה אין פירוש רש״י:
מ׳האט גערעדט 52 ,
אז די הליכה פון יעקב׳ן קיין חרן איז מרמז אויף הליכת בניו 53
— בני ישראל
(ומעשה אבות סימן 54
לבנים)
— אין גלות; זאגט דער פסוק "ויבא יעקב שלם עיר שכם אשר בארץ כנען בבואו מפדן ארם": דער אויבערשטער איז מבטיח יעדער אידן אז ער וועט זיך אומקערן שלם גאנצערהייט פון גלות 55 .
איז רש״י מבאר און מוסיף,
אז דאס וואס לבן ועשו קענען
(מצ״ע)
ניט אנרירן א אידן און ער
(יעקב)
קומט אן ״שלם״ קיין ארץ ישראל — דער ענין איז א מילתא דפשיטא,
ניט דאס איז דער אויפטו פון "ויבא יעקב שלם"; אויף דעם האט דער אויבערשטער מלכתחילה מבטיח געווען נאך איידער מ׳איז אראפ אין גלות — "והנה אנכי עמך ושמרתיך בכל אשר תלך גו'",
און קיינער האט ניט כח צו אנרירן א אידן ח״ו.
דער חידוש איז,
אז אפילו אין די ענינים וואס לכאורה — מצד דעם סדר ווי ס׳איז אויסגעשטעלט מלמעלה — איז פאראן אן ארט אז גלות זאל פועל זיין א חסרון אין א אידן,
ביז אז בפועל ווערט א חסרון
(ע״ד ווי ביי יעקב׳ן)
— זאגט דער פסוק "ויבא יעקב שלם",
אז דער חסרון איז ניט קיין אמת׳ער; ס׳איז בלויז אן ענין לפי שעה,
אבער סו״ס
ווערט דער חסרון בטל און "ויבא יעקב שלם".
און דאס זייגען די דריי ענינים וואס רש״י זאגט,
כדלקמן.
.
ז.
"שלם בגופו שנתרפא מצלעתו":
איינער פון די עילויים אין דער עבודה אין זמן הגלות איז — די עבודה פון מסירת נפש 56 .
וואס דערפאר קומען ר״ל די יסורי הגלות כו׳ — אלם נסיון,
"מנסה ה״א אתכם גו׳" 57 ,
כדי צו ארויסרופן בײ אידן ענין המסירת נפש.
און דאס איז דער ענין וואס "שרו של עשו" האט "ויגע בכף ירכו" של יעקב,
און ווי דער רמב״ן 58
איז מבאר דברי המדרש עה״פ 59
: "נגע בכל הצדיקים שעתידין להיות ממנו זה דורו של שמד" — אז דאס איז דער רמז אויף די יסורי הגלות ביז אין דעם ר״ל שווערסטן אופן 60
; וואס די יסורים זיינען כדי צו דערוועקן ביי אידן זייער מסירת נפש 61 .
קען מען ח״ו מיינען,
אז וויבאלד די יסורים קומען באמת ניט פון עשו׳ן למטה,
נאר פון ״שרו של עשו״ 62
— זײ קומען מלמעלה בכדי ארויסצוברענגען ביי אידן מסירת נפש — זיינען זיי א מציאות אמיתית וואס האט א קיום ח״ו; אויף דעם קומט די באווארעניש: "שלם
בגופו שנתרפא מצלעתו״ — אז לאחרי ווי מען פירט דורך די עבודה אין גלות,
ווערן די יסורים אינגאנצן בטל,
"נתרפא מצלעתו" באופן אז ער איז שלם 63 .
ווייל דאס איז מלכתחילה ניט געווען א מציאות אמיתית,
נאר בלויז א נסיון 64
אויף מגלה זיין דעם תוקף המסירת נפש פון א אידן.
ח.
"שלם בממונו שלא חסר כלום מכל אותו דורון":
דער תכלית פון גלות איז ניט נאר אז דער איד אליין זאל דערפון ארויס־ קומען גאנץ ושלם,
נאר אז ער זאל אויך איבערמאכן די ענינים פון גלות און זיי מאכן ממונו 65 ,
מהפך זיין לקדושה.
ע״ד ווי יעקב איז ניט נאר אליין ניצל געווארן פון לבן ועשו,
נאר ער האט מיט־ גענומען פון לבן׳ן א ריבוי עצום אויף וועלכע לבן האט געזאגט "כל אשר אתה רואה לי הוא״ 66
; עד״ז — אויפגעטאן די אתהפכא אין עשו׳ן גופא,
אז תמורת זה וואס עשו האט אים געוואלט הרג׳נען,
איז "וירץ עשו גו׳ ויחבקהו גו׳ וישקהו" 67 ,
ביז אז לדעת רשב״י 68
איז עס גע־ ווען "בכל לבו"
(כאטש אז "הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב") 69 .
[און דאס איז די הכנה 70
צום זמן פון "ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה׳ המלוכה" 71
: ניט נאר וועט מען משפט׳ען עשו,
נאר "והיתה לה׳ המלוכה״ — ער וועט אנערקענען מלכותו של הקב״ה.
ובלשון הרמב״ם 72
"ויתקן את העולם כולו לעבוד את ה׳ ביחד שנאמר 73
כי אז אהפוך אל עמים גו׳ לקרוא כולם בשם ה׳ גו׳"].
וכשם ווי יעקב האט דאס אויפגעטאן דורך דעם "דורון"
(בהקדמת התפלה)
וואס ער האט געשיקט עשו׳ן,
עד״ז איז ביי יעדער אידן,
אז כדי צו מברר ומהפך זיין לקדושה די ענינים פון וועלט
(עשו 74 )
ובפרט פון גלות,
דארף ער
(לאחרי הקדמת עבודת התפלה)
אויס־ נוצן פון זיין ממון כו׳ ווי א ״דורון״ — גיט פון זיין זמן אויף חורש,
זורע 75 ,
מלאכתך אשר תעשה 76
— וועלכער האט געדארפט זיין בלימוד התורה — און ס׳װערט די שאלה תורה מה תהא עלי׳ 75
— צו מברר זײן די וועלט
(עשו)
— ד.
ה.
ער לאזט זיך אראפ אין וועלט און פארנעמט זיך מיט ענינים גשמיים חרישה כו׳
(בלשון הידוע 77
: זיך אנטאן אין "לבושי המתברר")
כדי צו קענען פועל׳ן אויף וועלט.
דערבײ קען װערן די שאלה: וויבאלד די עבודה איז
(ניט אין אן אופן פון נסיון,
וואס איז ניט קיין מציאות אמיתית,
נאר)
אן ענין של בירור העולם,
אויף איבערמאכן וועלט,
וואס דאס איז א מציאות אמיתית,
ובמילא איז דא א חסרון ״בממונו״
(— כדי צו אויפטאן דעם בירור)
— ד.
ה.
די ירידה פון זײנע כוחות וזמנו אין גשמיות העולם איז ח״ו א דבר של קײמא
— באווארנט מען,
אז אויר דער חסרון
(וירידה)
איז נאר לפי שעה,
און סוף־סוף ווערט א איד און בלייבט "שלם" אויר "בממונו".
בשעת מען גייט צו דער גאולה,
נעמט מען מיט אויר די
גשמיות ונכסיו פון א אידן,
אין אן אופן אז זי ווערט שלם — כשלימות,
נתעלה ונכלל אין קדושה.
ט.
"שלם בתורתו שלא שכח תלמודו בבית לבן":
דער ענין פון תלמוד תורה בשלימותו פאדערט א פרישות פון וועלט.
וע״ד ווי מען געפינט בא יעקב׳ן,
אז ער איז געווען "יושב אוהלים" 78
און נטמן בביר מדרשו של עבר י״ד שנה 79 .
טענה׳ט א איד: וויבאלד מען מאנט פון אים צו י פארנעמען זיר מיט די "בירורים" פון גלות אין מקום הגלות,
איז דאך ניט שייך אז ער זאל אנהאלטן בשעת מעשה זײן דרגא נעלית אין תורה.
זאגט מען אים,
אז יעקב "לא שכח תלמודו בבית לבן": ביי די פריערדיקע צװײ ענינים — גופו וממונו — קען ווערן לפי שעה א חסרון בפועל,
נאר דערנאד ווערט עם נשלם; אבער בנוגע צו תורה,
קען ביי יעקב׳ן מלכתחילה קיין חסרון ניט ווערן.
ווארום
(כפתגם ב״ק מו״ח אדמו״ר 80
: ״נאר אונזערע גופים זײנען איבער־ געגעבן אין גלות ושעבוד מלכיות,
אבער אונזערע נשמות האט מען אין גלות ניט פארטריבען,
און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן".
איז די כוונה אין דעם ניט נאר
(כפשטות הלשון)
אינעם מובן פון גלות כפשוטו,
אז מלכיות האבן ניט קיין שליטה אויף א נשמה,
נאר נאכמער: אז אויך די עבודה מיט גלות רירט ניט אן די
(פנימיות ה)
נשמה וואס איז העכער פון גלות 81 .
די ירידה פון דעם אדם אין גלות צו מברר זיין די עניני הגלות איז בלויז נוגע די חיצוניות הגשמה,
אבער אין דער נשמה עצמה וועלכע איז "אין גלות ניט פארטריבען",
איז ניט שייך קיין ירידה ח״ו.
און דעריבער "לא שכח תלמודו בבית לבן״ — די תורה וואס יעקב האט גע־ לערנט זייענדיק "נטמן" בפרישות פון וועלט,
איז בײ אים געבליבן גאגץ אויר בבית לבן.
ומעשה אבות סימן לבנים 82 ,
אז יעדער איד האט די נתינת כח פון יעקב׳ן,
ער זאל ניט נאר זיין "שלם" ארויסגייענדיק פון גלות,
נאר אפילו בשעת׳ן גלות גופא,
געפינענדיק זיר "בבית לבן",
קען ער זײן אין א דרגא פון "לא שכח תלמודו״ — זײנע רוחנױת׳דיקע ענינים בלייבן גאנץ,
"שלם בתורתו".
(משיחת ש"פ וישלח תשמ״ג)