א.
די קביעות פון יו״ד כסלו — דער חג הגאולה פון כ״ק אדמו״ר האמצעי 1
— קומט אויס בכמה שנים אין דער וואך פון פרשת ויצא 2
(ולפעמים — כבקביעות שנה וו* 2
— בש״פ ויצא עצמה).
וע״פ דברי השל״ה הידועים 3
(אז די ״מועדים של כל השנה ..
בכולן יש שייכות לאותן הפרשיות שחלות בהן")
איז מובן,
אז די גאולה פון מיטעלן רבי׳ן — קען מען אפלערנען בענינה פון דער היינטיקער סדרה,
אדער נאד מער — זי איז מרומז אין דער סדרה 4 .
ד ער תוכן כללי פון פרשת ויצא איז — גלות וגאולה: די סדרה הויבט זיך אן מיט דער ירידה פון יעקב אין גלות 5
—
"ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה",
די יציאה פון א״י קיין חו״ל,
און אין חו״ל גופא — "חרנה",
אין "חרון אף של מקום״ 6 ,
און נאכמער — צו לבן הארמי,
ביז עבוד עבדתיך 7
; ובסיום הסדרה ווערט דערציילט וועגן דער "גאולה" פון דעם גלות 8
— ווי יעקב האט זיך געראטעוועט פון לבן הארמי און "הלך לדרכו״ 9
— אויפן וועג קיין א״י 10 .
און די שייכות מיוחדת מיט ד ער גאולה פון מיטעלן רבי׳ן — יש לומר:
אייגע פון די בקשות פון יעקב גייעגדיק קיין חרן איז געווען "ושבתי בשלום אל בית אבי" 11 ,
וואס די הדגשה אין דעם איז אז
(נוסף לזה אז ער זאל זיך אומקערן גאנצערהייט 12
לבית אביו,
איז אויך)
דער אופן פון דעם אומקערן זיך זאל זיין ״בשלום״ — באופן של שלום ומנוחה 13 .
און ווי ס׳איז געווען בפועל,
אז כאטש לבן האט אים נאכגעיאגט מיט ניט קיין גוטע כוונות — און ווי ער אליין האט אים געזאגט "יש לא־ל ידי לעשות עמכם רע״ 14
— איז עס אבער אדורך אינגאנצן בשלום
(אן קיין מלחמה כו').
און דאס איז די שייכות צו גאולת כ״ק אדמו״ר האמצעי — וועלכע איז געווען עד״ז,
כידוע,
אז זיין גאולה איז געווען פארבונדן מיט
(ן פסוק 15 )
"פדה בשלום נפשי"
(ובפרט לויט ווי עם ווערט דערציילט — בסיפורי חסידים 16 ,
אז די בשורת הגאולה איז געווען "כשאמר תלים 17
פסוק פדה בשלום נפשי״)
— וואס דער פירוש אין "פדה בשלום נפשי" איז 18 ,
אז
(עם טוט זיר אויר ניט נאר א פדי׳ פונעם אויב,
נאר אויר אז)
דער אופן הפדי׳ איז ״בדרך שלום בלא מלחמה כלל״ — ע״ד "ושבתי בשלום".
ב.
און אע״פ אז די גאולה פון אלטן רבי׳ן איז מודגש איר פארבונד מיט׳ן אמירת הפסוק ״פדה בשלום נפשי״ — ווי דער אלטער רבי שרייבט במכתבו הידוע 19
"וכשקריתי בספר תהלים בפסוק פדה בשלום נפשי ..
יצאתי בשלום״ —
געפינט מען אבער אז די שייכות פון דעם פסוק "פדה בשלום נפשי" צו יו״ד כסלו
(יום גאולת אדמו״ר האמצעי)
איז — בענין עיקרי — אין א שטארקערן אופן ווי צום טאג פון י״ט כסלו
(יום גאולת אדמו״ר הזקן)
:
ס׳איז ידוע דער סיפור וביאור פון כ״ק מו״ח אדמו״ר 20 ,
אז דאס וואס דער אלטער רבי האט בעת גאולתו געזאגט דעם פסוק "פדה בשלום נפשי"
(כאטש דער פסוק געפינט זיר ניט אינעם שיעור תהלים פון י״ט בחודש)
— איז געווען דערפאר וואס במשר ימי המאסר האט דער אלטער רבי מוסיף געווען באמירת תהלים
(געזאגט תהלים "בשופי"),
דהיינו
(אויר)
די שיעורי תהלים ווי ער איז נחלק לימי השבוע.
און וויבאלד י״ט כסלו איז דעמאלט געווען ביום השלישי בשבוע,
האט ער דעמאלט געזאגט דעם מזמור נה דתהלים
(וואס געהערט צום שיעור פון יום שלישי בשבוע).
קומט לפ״ז אוים,
אז באופן גלוי
(ובאמירה)
איז די שייכות פון "פדה בשלום נפשי" צו גאולת אדמו״ר הזקן
(א)
נאר אין די יארן ווען י״ט כסלו איז חל ביום שלישי בשבוע; און
(ב)
אויר דעמאלט איז עם דוקא ביי די וועלכע זאגן תהלים "בשופי",
אבער ניט ביי כאו״א
(וואס ביי זיי איז די שייכות בלויז במחשבה 21 ,
מצד תוכן הענין 22 ).
משא״כ די שייכות פון "פדה בשלום נפשי" צו יו״ד כסלו איז באופן אז דאס ווערט געזאגט אינעם יום הגאולה דורר יעדן איינעס ובכל שנה ושנה,
ווייל דער פסוק "פדה בשלום נפשי" איז אין דעם שיעור תהלים פון יום יו״ד בחודש
[בהתאם מיט דער תקנה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר 23
אז אלע זאלן יעדן טאג זאגן דעם שיעור תהלים ווי ער איז איינגעטיילט לויט די ימי החודש,
און האט דערביי מדגיש געווען 24
אז דאם איז אן ענין השווה לכל נפש].
און דאם גופא באווייזט,
אז דער תוכן פון "פדה בשלום נפשי" איז
(באיזה ענין עיקרי)
אויף א מער גלוי׳דיקן אופן בגאולת אדמו״ר האמצעי ווי בשייכות צו גאולת אדמו״ר הזקן.
ג.
וועט דאם ווערן פארשטאנדיק לויטן ביאור השייכות פון "פדה בשלום: נפשי" צו דער גאולה פון אלטו רבי׳ן און פון מיטעלן רבי׳ן:
אין "פדה בשלום נפשי" איז דא,
כנ״ל,
א טאפלטער אויפטו: די עצם פדי׳ פונעם אויב,
און דאם וואס דער אופן הפדי׳ איז בדרך שלום.
די צוויי אופני פדי׳ — פדי׳ בדרך מלחמה און פדי׳ בדרך שלום — זײנען פאראן אין ענין התורה.
ובכללות — איז דאם דער חילוק צווישן נגלה דתורה און פנימיות התורה:
פנימיות התורה איז "אילנא דחיי דלית תמן לא קשיא כו׳ ולא מחלוקת" 25
; משא״כ נגלה דתורה,
וואס אין איר איז פאראן ריבוי שקו״ט,
קשיא ורמינהו כו׳ — איז בדוגמא פון פדי׳ בדרך מלחמה
("מלחמתה של תורה" 26 )
: כדי צו ארויס־ קריגן דעם אור ההלכה והמסקנא של תורה דארף מען מלחמה האבן מיט דעם העלם והסתר 27
פון די קשיות ושקו״ט כר.
ס׳איז ע״ד ווי מען געפינט אין נגלה דתורה גופא דעם חילוק צווישן תלמוד בבלי און תלמוד ירושלמי 28
: אויף תלמוד בבלי שטייטי 29
"במחשכים הושיבני",
ווייל די עניני התורה קומען דארט אין אן אופן,
אז ביז מ׳דערגרייכט צו דער קלארקייט פון אן ענין,
צו דער מסקנא,
דארף מען דורכגיין שקו״ט קושיות ובו׳
(״במחשבים״)
; משא״כ אין תלמוד ירושלמי זײנען ניטא אזויפיל קושיות ושקו״ט,
דארטן זײנען די עניני התורה מלכתחילה אין א
(מער)
ליכטי־ קערן אופן,
אזוי אז מען קומט שנעלער צו דער מסקנא.
אבער אעפ״כ,
וויבאלד אז אויר תלמוד ירושלמי איז נגלה דתורה,
וואו עם רעדט זיר וועגן עניני העולם
("אילנא דטוב ורע" 25 ),
וועלבע פארשטעלן אויפן אמת פון תורה,
דעריבער איז אויר אין תלמוד ירושלמי פאראן דער פארשטעל פון — עכ״פ קצת — קושיות כר.
משא״כ אין פנימיות התורה,
איז "לית תמן לא קשיא כו׳ ולא מחלוקת״ — ווייל אין פנימיות התורה רעדט זיר בגלוי
וועגן ג־טלעכקייט און ענינים רוחניים וועלכע זיינעו אויד בגלוי 30
העכער פון העלם והסתר העולם,
ולכן האבן דארט קושיות ובו׳ קיין ארט ניט — ם׳איז א פדי׳ בדרך שלום,
"פדה בשלום נפשי" 31 .
און דאם איז דער קשר פון גאולת אדמו״ר הזקן ואדמו״ר האמצעי מיט אמירת הפסוק ״פדה בשלום נפשי״ — ווייל זייער גאולה איז געווען
(ניט נאר א גאולה פרטית,
נאר)
א גאולה כללית,
און פון תורה,
גאולה פון תורת החסידות,
פנימיות התורה,
וואס ענינה איז
(כנ״ל)
דער "פדה בשלום" אין תורה עצמה.
ד.
עס איז ידוע 32
אז כללות הגילוי פון תורת החסידות איז געײעז איז אן אופן מסודר — בהתאם ווי דער סדר התגלות פון א שכל חדש,
אז פריער ווערט נתגלה נקודת השכל
(חכמה),
די נקודה כללית וואס איז העכער פון פרטים,
און דערנאך קומט די נקודה אראפ אין בינה,
אין הבנה והשגה,
אז דער דבר שכל ווערט פארשטאנדיק מיט אלע זיינע פרטים.
און ווי מען געפינט אין סדר ההתגלות פון נגלה דתורה: פריער קומט "משנה" וועלכע איז "דבר קצר וכולל ענינים רבים" 33 ,
און ערשט שפעטער השקו״ט במשנה
(ליגמור ואח״כ
ליסבור 34 )
און אויך בפשטות — דורות
(התנאים ו)
המשנה ואח״כ די שפעטערדיקע דורות ד
(האמוראים וד)
הגמרא,
וואו די "קוצר מילי׳" 33
פון דער משנה ווערן נתפרש ונתבאר בהרחבה ובאריכות.
ועד״ז איז עס אין דעם סדר הגילוי פון תורת החסידות פריער דורך דעם אלטן רבי׳ו און דערנאר דורך דעם מיטעלן רבי׳ן:
דער אלטער רבי האט מגלה געווען די ענינים פון חסידות אין אן אופן ווי זייערע פרטים כו׳ זיינען
(נאד)
כלול אין א נקודה — דרגת החכמה פון תורת החסידות; און דער מיטעלער רבי האט זיי ארויסגעבראכט בביאור רחב,
מיט דער התפשטות פון אורך ורוחב דבינה.
און ווי מ׳זעט עס אין זיינע מאמרי חסידות,
אז אין זיי איז פאראן אן אריכות מיט ריבוי ביאורים כר.
און דורך דעם וואס דער מיטעלער רבי האט מגלה געווען די ענינים פון חסידות אין דער התפשטות והתרחבות פון בינה,
הבנה והשגה — זיינען די ענינים פון תורת החסידות אראפגעטראגן געווארן איו אן אופן אז יעדערער זאל זיי קענען
(נאד מער)
תופס ומשיג זיין בשכלו 35 .
[בדוגמת דעם חילוק כללי צווישן חכמה און בינה ביי אן אדם: אין חכמה ווערט ״גענומען״ די נקודה כללית של השכל,
וועלכע איז העכער פון קענען נתפס ווערן אין כלי ההשגה וההבנה.
דוקא בשעת ער טראגט אראפ די נקודת השכל אין "בינה",
וואס ענינה איז צו פאנאנדערקלייבן דעם שכל לפרטיו,
דבר דבור על אופניו,
קען דער אדם תופס זיין דעם דבר מושכל און עס ווערט ביי אים פאראיינציקט מיט די כלי השגה].
אוו דאם איז דער טעם פארוואס
(בהדגשה איז)
דוקא גאולת אדמו״ר האמצעי איז פארבונדן מיט אמירת ״פדה בשלום״ ע״י כאו״א
(כנ״ל)
— וויייל אין דעם זאגט זיד ארויס דער חידוש פון גילוי תורת החסידות דורכן מיטעלן רבי׳ן
(לגבי דעם גילוי דורכן אלטן רבי׳ן),
וואס ער האט מגלה געווען תורת החסידות
(שענינה — "פדה בשלום" שבתורה)
אין אן אופן אז עם קען באנומען ווערן איו דער הבנה והשגה של כאו״א.
ה.
וי״ל א טיפערער ענין אין דעם:
דאס וואס דער ענין פון "פדה בשלום נפשי" שטייט אין א מער גלוי׳דיקן אופן בשייכות צו גאולת אדמו״ר האמצעי — איז ווייל דערמיט האט זיר אויפגעטאן א נאד העכערע שלימות אין דעם עניו פון "פדה בשלום" 36 .
דער חילוק איז ניט נאר אויף וויפל דער ענין
(פדה בשלום)
שטייט בהתגלות
(צי בלויז בדרך נקודה כללית,
אדער אויד בהתפשטות ביז עס קומט אן לכאו״א),
נאר ס׳איז א חילוק אין דעם אופן
(ואיכות)
השלום.
און אויר דער ענין איז נרמז אין פרשת ויצא — אין דעם אויבנדער־ מאנטן פסוק "ושבתי בשלום אל בית אבי":
דער אלטער רבי איז מבאר אין תורה אור 37 ,
אז ״ושבתי בשלום״ מיינט — "ב׳ שלום",
אז עם זיינען פאראן צוויי אופנים אין שלום: "שלום מלמעלה למטה"
(דער שלום קומט מצד דעם "מעלה")
און "שלום מלמטה למעלה"
(אז דער שלום קומט מצד דעם "מטה").
און "ושבתי בשלום אל בית אבי" מיינט,
אז יעקב האט מתפלל געווען אז עם זאלן ביי אים זיין ביידע אופני שלום,
דער "שלום מלמעלה למטה" און "שלום מלמטה למעלה" 38 .
[און ווי ס׳איז דערנאד געווען בפועל,
אז דער "שלום" צווישן אים מיט לבן האט זיד אפגעטאן ניט נאר בדרך ״מלמעלה למטה״ — "ויבא אלקים אל לבו גו׳ השמר לך גו׳" 39
(מצד דעם אויבערשטן),
נאר אויך בדרך "מלמטה למעלה״ — מצד לבן׳ען גופא,
א כריתת ברית ושלום,
אז ער
(מעצמו)
האט גע־ זאגטי* "לכה נכרתה ברית אני ואתה גו׳"].
ועד״ז יש לומר בעניננו,
אז דאם איז דער אויפטו פון גאולת אדמו״ר האמצעי
(וואס איז פארבונדן מיט גילוי החסידות באופן של "בינה")
לגבי גאולת אדמו״ר הזקן: אינעם ענין פון "פדה בשלום"
פונעם מיטעלן רבי׳ן איז פאראן
(בגילוי)
די מעלה אויר פון צווייטן אופן אין שלום,
"שלום מלמטה למעלה".
ו.
וי״ל דעם ביאור אין דעם:
דער ווארט "שלום" איז תוכנו מוכיח,
אז לכתחילה איז א מצב פון פירוד וניגוד
(בפועל אדער בכח עכ״פ),
וואס ווערט נתבטל און נתהפך צו א מצב הפכי דורך ענין ה״שלום״ — עם ווערט שלום ואחדות צווישן די דיעות חלוקות ומנוגדות
— אויב ט׳איז לכתחילה ניטא קיין פירוד וניגוד אדער דיעות חלוקות האט קיין ארט ניט דער ענין ה״שלום".
וואס דאס איז אויר איינער פון די פירושים 41
אין פסוק "פדה בשלום נפשי גו׳ כי ברבים היו עמדי״: ״ברבים״ בא־ צייכנט דיעות מנגדות
(וואס מצד דעם איז ניטא שלום ואחדות,
נאר פירוד ומחלוקת,
"רבים")
; און דער טעם אויף דעם וואס די פדי׳ איז בדרך שלום
(״פדה בשלום נפשי״)
— איז ווייל "ברבים היו עמדי": אויך די "רבים"
(המנגדים)
זיינען
(ווערן)
"עמדי"
[ע״ד מאמר חז״ל 42
עה״פ,
אז אנשי אבשלום האבן מתפלל געווען לנצחונו של דוד].
עפ״ז יש לבאר די שייכות פון "פדה בשלום נפשי" צו חסידות חב״ד דוקא:
אין תורת החסידות הכללית,
וואו דער עיקר הדגשה איז אויף אמונה,
איז ניט מתאים דער ענין פון ״שלום״ — ווייל אין אמונה איז מלכתחילה ניטא קיין ארט אויף שתי
(ועאכו״כ ריבוי)
דיעות,
אין אמונה לייכט דער אמת 43
אן העלם כו׳,
ביז אין אן אופן פון אחדות פשוטה:
דער אויפטו פון חסידות חב״ד איז,
אז מ׳טראגט אראפ די ענינים פון תורת החסידות אין דער וועלט פון שכל,
וואס איז,
לכאורה,
א דבר והיפוכו: ע״פ טבע איז דא אין שכל בני אדם ריבוי דיעות
(אין דיעותיהן שוות 44 ),
שכל 45
גיט אן ארט אויף קוים חלוקים
(ובמילא — מחלוקת)
; ועד״ז איז דער סדר פון דער־ גרייכן א שכל,
אז מ׳גייט דורך א קשיא והעלם כו׳ ביז מען פארשטייט ריכטיק די מסקנא 46
— און צוזאמען דערמיט ווערן אראפגעטראגן אין שכל די ענינים פון פנימיות התורה ד״לית תמן לא קשיא כו׳ ולא מחלוקת״ — שכל נעמט די ענינים בלי קושיות 47
און בלי מחלוקת.
קומט אויס,
אז דורך תורת חסידות חב״ד איז מעז ממשיך "שלום" אין דעם "רבים".
ז.
אבער דאס גופא — צו ממשיך זיין "שלום" אין די "רבים"
(און זיי זאלן זיין ״עמדי״)
— קען זיין אויך צוויי אופנים:
איין אופן איז — בדרך "מלמעלה למטה",
אז מ׳איז ממשיך דעם ענין האחדות אין דעם ארט פון ריבוי והתחלקות; און א צווייטער אופו — "שלום מלמטה למעלה",
אז
(מ׳איז ניט בלויז ממשיך שלום ואחדות אין דעם ארט פון ריבוי,
נאר)
דער ענין השלום ווערט אויפגעטאן מצד דעם ריבוי
(״מטה״)
גופא — וואס כמובן,
איז דאס א פיל גרעסערער חידוש,
אז דער ריבוי גופא ווערט נתהפך לאחדות.
א דוגמא אויף די צוויי אופנים אין הלכה — פסק דין של סנהדרין:
א סנהדרין דארף האבן אן ענין פון ״רבים״ דוקא 48 ,
וואס ע״פ טבע האט יעדער א באזונדער צוגאנג איו הבנה און דעת
(אין דיעותיהן שוות),
וואס דערפאר "אב ובנו הרב ותלמידו אין מונין להן אלא אחד״ 49
— ווייל וויבאלד זיי האבן מלכתחילה איין אופן ודרך אין שכל כו׳ 50
הײסט עס ניט אז זיי זיינען צוויי דיעות.
אבער לאידך,
כדי צו פסק׳נען דעם דיז,
מוזן די אלע פארשידענע דיעות קומען לידי אחדות און פסק׳גען אויך איין אופן.
און דאס ווערט אויפגעטאן דורכן כלל "אחרי רבים להטות" 51
ובאופן אז די דיינים פון מיעוט החולק מוזן מבטל זיין דעתם לדעת הרוב.
אבער אין דעם גופא זיינען דא צוויי אופנים
(וכמבואר באחרונים 52 )
:
איין אופן איז,
אז כאטש די דייני המיעוט מצד עצמם האלטן אנדערש,
היות אבער זיי ווייסן אז תורה זאגט "אחרי רבים להטות",
זיינען זיי מבטל דעתם מפני דעת הרוב — וואס אין דעם אופן,
קומט די "אחדות" ניט מצד זייער דעת,
נאר מצד דעם רוב ופס״ד התורה
(אחרי רבים)
;
א צווייטער אופן איז,
אז גאך דעם ווי מ׳איז עומד למנין און מ׳איז מכריע כדעת הרוב,
ווערט עס נתהפך אלס פסק פון כל חברי סנהדרין,
ווייל אלע זיינען
(דערנאך)
מסכים צו דעת הרוב:
(וויסנדיק אז תורה זאגט "אחרי רבים להטות")
זיי זיינען זיך מתבונן נאך אמאל אין דעם ענין כו׳ ביז אויך זייער דעת איז מסכים ומתהפך לדעת הרוב.
וואס אין דעם אופן קומט דער "שלום" מצד די "רבים" גופא.
ח.
דער ביאור הנ״ל אין די צוויי אופנים אין ״שלום״ — גיט אויך א הסברה אין דעם מנהג ישראל,
אז ווען צוויי אידן באגעגענען זיך מיט שאילת שלום,
זאגט דער ערשטער "שלום עליכם" און דער צווייטער ענטפערט: "עליכם שלום" 53 .
וואס לכאורה איז ניט מובן:
(א)
פארוואס זאגט מען
(אפילו צו א יחיד)
״
(שלום)
עליכם״ — ניט "עליך" 54
(ווי מ׳געפינט אין גמרא 55
דער לשון "שלום עליך רבי
(ומורי)
")?
(ב)
פארוואס ענט־ פערט דער צווייטער ״עליכם שלום״ — אין א פארקערטן סדר 56
לגבי ווי ס׳זאגט דער פותח 57 ?
וי״ל דעם ביאור בזה 58
: בשעת עם טרעפן זיר צוזאמען צוויי אידן,
ווערט עם א מציאות של רבים
(מיעוט רבים שנים 59 )
וואס ״אין דיעותיהן שוות״ — און זייער עבודה באשטייט דאן אין אויפטאן אחדות אין דעם "רבים".
און דערפאר זאגט מען ״שלום עליכם״ — אז מען דארף ממשיר זיין שלום ואחדות
("שלום" איז שמו של הקב״ה 60 ,
אחדות פשוטה)
אין דעם "עליכם"
(רבים).
אבער אין דער אחדות
(צווישן די נפגשים)
זיינען פאראן צוויי שלבים 61
:
בשעת דער "פותח" זאגט "שלום עליכם" ווייס מען נאר אז ער איז מוכן אויף שלום,
און עם פאדערט זיך אז אויך דער צווייטער זאל עגטפערן שלום; אויב אבער די עניית שלום וועט זיין מיטן זעלבן נוסח ווי דער פותח
("שלום עליכם״)
— גיט עם אן ארט צו טראכטן,
אז זיין עניית שלום קומט
(ניט מצד איס,
נאר)
בלויז אלם הודאה ואישור צו דעם פותח בשלום; דעריבער איז ער משנה פון דעם פותח און זאגט "עליכם שלום" — להדגיש,
אז ער איז ניט גאר "מסכים" צום צווייטנ׳ס "שלום עליכם",
נאר ער מצד עצמו וויל שלום.
און דאס איז אויך דער טעם החילוק אין דעם סדר הנוסח:
דער ערשטער זאגט "שלום עליכם"
(דער "שלום" פארן "עליכם"),
ווייל ער איז דער פותח בשלום,
דער שלום קומט מצד איס,
וואס ער ״מאנט״ אז עם זאל ווערן שלום צווישן "עליכם"
(דער רבים)
— "שלום מלמעלה למטה";
בשעת דער צווייטער ענטפערט שלום,
וואט דערמיט טוט ער אויף אז דער שלום קומט
(ניט נאר מצד דעם פותח,
נאר)
אויר מצד דעם עונה — זאגט ער "עליכם שלום".
ווייל מיט זיין עניית שלום האט זיך אויפגעטאן דער חידוש,
אז דער רבים גופא מאכט שלום
(פון ״עליכם״ ווערט ״שלום״)
— שלום מלמטה למעלה.
ט.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין
(בדרך אפשר)
בעניננו,
די צוויי אופנים פון ״פדה בשלום״ — ביי אדמו״ר הזקן
(חכמה)
און ביי אדמו״ר האמצעי
(בינה)
:
דאס וואס די תכונה פון שכל איז פארבונדן מיט ״ריבוי״
(כנ״ל סעיף ו)
— איז
(בעיקר)
מצד "בינה",
ד.
ה.
מצד דעם ריבוי פרטים
(והתחלקות)
פון דעם דבר שכל
[ווארום די התחלקות גיט אן ארט אויף חילוקי דיעות ומחלוקת; ועד״ז מצד ריבוי פרטים ווערן נולד קשיות וסתירות אין דעם ענין]
:
משא״כ אין "חכמה" איז דער גילוי פון נקודת השכל וואס איז העכער פון פרטים — ובמילא איז ניטא
(אויף אזויפיל)
קיין ארט אויף מחלוקת וקשיות כו׳.
און דאס איז דער חילוק אין דעם ״שלום״ וואס װערט אויפגעטאן דורך חכמה אדער דורך בינה:
בשעת עס לייכט די נקודת השכל
(חכמה)
— פילט מען אז די אלע קשיות אין דעם ענין זיינען בטל
(כאטש ער ווייס נאך ניט ווי אזוי זיי ווערן פארענטפערט).
און דאס איז דערפאר ווייל די נקודת השכל איז דער "כלל"
(און אמיתיות)
פון דער סברא שכלית וואס דורך אים ווערן פאראיינציגט אלע פרטי השכל.
קומט אויס,
אז
(אויך)
דורך "חכמה" ווערט אויפגעטאן א "שלום" אין די פרטי השכל
(״רבים״)
— אבער דער "שלום" קומט
(ניט מצד די פרטי
השכל
(ריבוי)
גופא,
נאר)
מצד דער נקודח השכל,
"שלום מלמעלה למטה";
משא״כ אין בינה ווערט אויפגעטאן אז יעדער ענין פרטי שבשכל מצד עצמו איז ביי אים מוסבר,
אזוי,
אז דער "שלום"
(אין דעם דבר שכל)
ווערט גע־ שאפן מצד דעם ריבוי
(פרטים)
גופא — "שלום מלמטה למעלה".
ועד״ז איז בנוגע גילוי תורת החסידות — שענינה "פדה בשלום",
באופן של שלום ומנוחה
(ד״לית תמן לא קשיא כו׳")
כנ״ל:
אין דעם גילוי פון תורת החסידות שע״י אדמו״ר הזקן — אין אן אופן פון ״חכמה״ — איז דער ״שלום״ בדרך מלמעלה למטה;
און דער "פדה בשלום" וואס האט זיך אויפגעטאן דורך גילוי החסידות של אדמו״ר האמצעי,
בדרך הבנה והשגה דבינה — איז א "שלום מלמטה למעלה",
אז די כלי הבנה והשגה של המטה באנעמען און זיינען תופס די ענינים פון פנימיות התורה,
וואס דורך דעם ווערט דער ריבוי פון שכל גופא נתאחד ונתהפך אין אן ענין פון "פדה בשלום".
ומשיחות יו"ד כסלו תשד"מ,
תשמ״ה;
ד״ה ושבתי בשלום תשל״ח*)