B"H
🏡

Ikar

ויצא א

א.

אין סוף הלכות שכירות 1

פסק׳נט דער רמב״ם: בדרך שמוזהר בעה״ב שלא יגזול שכר עני ולא יעכבנו כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה״ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן ..

וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר 2

כי בכל כחי עבדתי את אביכן.

לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר 3

ויפרץ האיש מאד מאד.

דער אויבנדערמאנטער דין ווערט אויך אראפגעבראכט אין שולחן ערוך פון אלטן רבי׳ן 4 ,

וז״ל: "וכדרך שבעל הבית מוזהר שלא לגזול שכר העני ולא לאחרו כך העני מוזהר שלא יבטל מלאכת בעה״ב ויבטל מעט כאן ומעט כאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן ..

וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכרו אף בעולם הזה שנאמר ויפרוץ האיש מאד מאד".

בהשקפה ראשונה זעט אויx,

אז דער אלטער רבי איז בלויז מעתיק לשון הרמב״ם

(מיט שינויים קלים).

אבער כד דייקת שפיר זעט מען א שינוי עיקרי 5

בשו״ע אדה״ז:

נאכן ברענגען דעם לימוד פון יעקב,

איז דער אלטער רבי ממשיך: "לפיכך אין הפועל רשאי לעשות מלאכה בלילה ולהשכיר עצמו ביום וכן אין האדם רשאי לעשות מלאכה בבהמתו בלילה 6

ולהשכירה ביום ואין הפועל רשאי להרעיב ולסגף עצמו 7

שהרי מחליש כחו ולא יוכל לעשות מלאכת בעל הבית בכח".

די דינים

("אין הפועל רשאי כו׳")

ווערן געבראכט אויך אין רמב״ם 8

; אבער דארט קומען זיי אין דער פריער ־ דיקער הלכה 9 ,

איידער 10

ער זאגט "כדרך שמוזהר בעה״ב שלא יגזול כו'".

ב.

לכאורה וואלט מען געקענט זאגן,

אז דער שינוי איז

(ניט קיין שינוי בתוכן,

נאר)

בלויז בסדר הדברים,

בהתאם צום חילוק פון ספר הרמב״ם און שו״ע אדה״ז:

רשאי כו'" זיינען א המשך צו די עניני "מרמה"

(לכאורה)

וועלכע א פועל מעג יע טאן וואס דער רמב״ם זאגט פאר דעם 15

— "ורשאין פועליף לטבול" פתן בציר כו׳",

און אויף דעם איז דער רמב״ם מוסיף וממשיך: " אבל אין הפועל רשאי כו׳" 18 ].

אבער דאס איז ניט קיין ביאור מספיק בנדו״ד 19 .

ווארום פון דעם וואס דער

דער רמב״ם 11

האט געשריבן ספרו ״הלכות הלכות״ 12

— בלי טעמי ההלכות 13 ,

משא״כ דער אלטער רבי האט געשריבן שולחנו "הלכות בטעמיהן" 14

דוקא.

און דעריבער: דער אלטער רבי שטעלט אויס די הלכות אין אן אופן וואס גיט ארויס דעם טעם און הגדרה פון די הלכות,

און דערפאר ברענגט ער די אלע דינים אין דעם זעלבן סעיף,

נאך דער הקדמה כללית ולכולן: "וכדרך שבעה״ב מוזהר כו׳ כך העני מוזהר שלא יבטל מלאכת בעה״ב״ — וואס דאס איז דער גדר פון די אלע דינים.

און אין דעם גופא,

שטעלט ער פריער די אזהרה וחיוב "לדקדק על עצמו בזמן ..

וכן חייב לעבוד בכל כחו",

און דער־ נאך,

דעם איסור המסובב מזה,

וואס קומט דערפון ארויס אויך בנוגע דעם זמן המלאכה — "אין הפועל רשאי לעשות מלאכה בלילה וכו׳".

משא״כ דער רמב״ם איז נוגע בעיקר ארויסגעבן דעם פסק הלכה ,

און דער־ פאר שטעלט ער אויס די הלכות לויט׳ן סדר הזמן: פריער דער איסור וואס קומט קודם זמן המלאכה בפועל

("אין הפועל רשאי כו׳"),

און ערשט דערנאך די אזהרות וועלכע קומען בזמן המלאכה גופא — "חייב לדקדק על עצמו בזמן ..

וכן חייב לעבוד בכל כחו".

[ונוסף לזה: די דינים "אין הפועל

רמב״ם הויבט אן די לעצטע הלכה מיט א הקדמה: "כדרך שמוזהר בעה״ב שלא יגזול שכר עני כו׳ כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה״ב" — אע״פ וואס דער רמב״ם האט שוין קלאר געזאגט אין דער פריערדיקער הלכה אז עס טאר ניט זיין ״גזל מלאכתו של בעה״ב" — איז מוכח,

אז דאס איז ניט נאר א הוספה מצד שינוי אין דעם זמן ומעשה האיסור,

נאר ס׳איז א באזונדער גדר.

דאס הייסט: לויטן אלטן רבי׳ן,

אז די דינים "אין הפועל רשאי כו׳" קומען תיכף בהמשך ישר צום חיוב "לעבוד בכל כחו"

(אז " לפיכך אין הפועל רשאי כו׳"),

קומט אויס,

אז דאס איז א מסובב פון דעם חיוב לעבוד בכל כחו; משא״כ לויטן רמב״ם,

וואס ער זאגט די דינים אין א פריערדיקער הלכה,

איז דאס א באזונדער דין ואיסור בפ״ע.

אט דער ענין ווי ער שטייט אין שו״ע אדה״ז — אז די פרטי דינים "אין הפועל רשאי כו׳" זיינען פארבונדן מיט דעם חיוב "לעבוד בכל כחו"

(וואס מען לערנט אפ פון יעקב׳ן)

— איז מפורש אין סמ״ג" 20

;

אבער צ״ע וביאור: וואס איז די הסברה אין די צוויי שיטות,

צי די דינים הנ״ל זיינען א תוצאה פון דעם חיוב "לעבוד בכל כחו",

אדער א דין בפ״ע?

ג.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין דעם לימוד הנ״ל

(ברמב״ם)

פון יעקב׳ן: וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי

עבדתי את אביכן.

לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרוץ האיש מאד מאד.

דלכאורה איז אין דעם ניט פאר־ שטאנדיק:

א)

דער רמב״ם איז דאך

(כנ״ל)

א ספר פון "הלכות הלכות".

וואס איז נוגע להלכה דער סיום "לפיכך נטל שכר זאת אף בעוה״ז כו׳"?

ודוחק לומר אז דער רמב״ם שרייבט דאס נאר כדי לסיים

(הלכות שכירות)

בדבר טוב — ווייל

[נוסף ע״ז וואס דער רמב״ם איז ניט אלע פ״ג הלכות 21

שבספר היד מסיים בדבר טוב,

איז עוד ועיקר]

: דער לשון ווערט אראפגע־ בראכט אויר איו טור ושולחו ערוך לא בסיום הלכות אלו.

נאכמער: אין שו״ע אדה״ז קומט עס אינמיטן א סעיף!

ב)

נאכמער: דערמיט איז דער רמב״ם 22

זיך,

לכאורה,

סותר מיני׳ ובי׳: פריער ברענגט ער די ראי׳ פון יעקב׳ן "שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן",

אז עס איז א חיוב אויף א פועל לעבוד בכל כחו,

אבער מיט די ווערטער "לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה כו׳" איז ער לכאורה מבטל

(מחליש עכ״פ)

די ראי׳,

ווארום דאס ברענגט ארויס אז דאס איז ניט געווען א חיוב,

נאר א הנהגה

(צדקות)

מיוחדת בא יעקב׳ן וואס צוליב דעם איז שכרו .

מיוחד "נטל שכר זאת אף בעולם הזה".

ג)

וואס איז דער לשון ״שהרי״ — און ניט בלשון הרגיל יותר "שנאמר" או "כמו שנאמר" וכיו״ב?

ד)

דער שון "הצדיק",

וואס איז ניט קיין לשון הרגיל

(אלס תואר)

אין רמב״ם 23 ,

ולכל היותר האט ער גע-דארפט זאגן בלשון הרגיל 24

"יעקב אבינו" 25 .

ובפרט אז דאס שוואכט אפ די ראי׳,

ווארום דאס ווייזט אז דאס איז א הנהגה מיוחדת פון "

(יעקב)

הצדיק ".

לכאורה יש לומר,

אז מיט די אלע לשונות הנ״ל איז דער רמב״ם אויסן צו באווארענען די שאלה: ס׳איז דאך אין למדין מקודם מ״ת 26 ,

איז ווי קען מען אפלערנען א הלכה אין הלכות שכירות פון הנהגת יעקב דלפני מ״ת?

דעריבער זאגט ניט דער רמב״ם כלשון הרגיל בכלל בא א ראי׳ "שנאמר"

(וכיו״ב),

ווייל מען לערנט עס טאקע ניט אפ פון יעקב׳ן,

ס׳איז נאר כעין אסמכתא

(אדער נאר א גילוי מילתא וכיו״ב)

אויף

ארויסצוברענגען דעם גודל הדבר,

ווי מען זעט אז יעקב הצדיק "אמר כי בכל כחי עבדתי..

לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה".

דאס איז אבער א דוחק גדול,

ווארום מען געפינט בכמה מקומות,

אויך אין רמב״ם

(אין די הלכות לפנ״ז),

אז מ׳לערנט אפ הלכות אויך פון קודם מ״ת

(און ווי מ׳זעט עס בשייכות לפרשתנו גופא,

אז דער רמב״ם 27

לערנט אפ די הלכה אז "אפילו בחולו של מועד אין נושאין נשים ..

לפי שאין מערבין שמחה בשמחה שנאמר 28

מלא שבוע זאת ונתנה לך גם את זאת")

: און ס׳איז ניט קיין סתירה צום כלל פון אין למידין מקודם מ״ת,

ווי די פארשידענע תירוצים והגדרות וואס שטייען דערביי אין מפרשים 29 .

ופשיטא בנדו״ד,

וואו דאס איז ניט קיין דין פרטי,

נאר א הנהגה כללית,

דער דרך אין עבודת הפועלים ע״פ התדברות והסכם הדדי דבני אדם,

וואס דאס קען מען דאך אוודאי אפלערנען 30

פון קודם מ״ת 31 .

נאכמער: מען געפינט בעניננו גופא,

עבודת יעקב ללבן,

אז מען לערנט אפ פון יעקב׳ן,

ווי די גמרא זאגט 32

"עד מתי שומר שכר חייב לשמור עד כדי הייתי 33

ביום אכלני חורב וקרח בלילה" 34 .

ד.

וי״ל די הסברה בזה:

מיט דער ראי׳ "שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר כו׳",

ברענגט דער רמב״ם ארויס דעם גדר החיוב "לעבוד בכל כחו".

פריער זאגט דער רמב״ם "כדרך שמוזהר בעה״ב שלא יגזול שכר עני כו׳ כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה״ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן כו׳",

און דער־ נאך איז ער ממשיך ומוסיף: וכן חייב לעבוד בכל כחו.

וואלט מען לכאורה געקענט לער־ נען: דער חיוב לדקדק על עצמו בזמן איז פארבונדן מיט "שלא יגזול מלאכת בעה״ב",

אבער דער חיוב "לעבוד בכל כחו" איז ניט פארבונדן

(אויף אזויפיל)

מיט מלאכת בעה״ב

(ביז מ׳זאל זאגן אז בשעת ער טוט עס ניט איז ער ניט מקיים דעם "שלא יגזול מלאכת בעה״ב"),

נאר ס׳איז בלויז פארבונדן מיטן גברא מצ״ע ,

פון פועל העובד,

מיט זיין נאמנות,

אז ער דארף זיין איבער־ געגעבן צו אן ארבעט ביז "לעבוד בכל כחו".

ד.

ה.

דאס איז ניט

(אזוי)

מצד דעם גדר פון "בין אדם לחבירו",

צווישן דעם פועל מיטן בעה״ב ,

נאר דאס איז מעין גדר פון בין אדם למקום.

אויף דעם ברענגט דער רמב״ם די ראי׳ "שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל

כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרץ האיש מאד מאד": די ראי׳ איז ניט

(נאר)

פון התחלת דבריו וואס יעקב "אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן"

(ואדרבה,

אין דעם וואלט מען גע־ קענט זאגן אז יעקב האט דערמיט מדגיש געווען 35

אז ער האט זיך גע־ פירט לפנים משורת הדין,

עבודה אין וועלכער ער איז ניט געווען מחוייב 36 ,

און דאן איז דאך דאס א ראי׳ לסתור — אז ס׳איז ניטא א חיוב אויף יעדן פועל לעבוד בכל כחו)

נאר די

(עיקר)

ראי׳ איז פון דעם המשך הלשון "לפיכך נטל שכר זאת כו׳

(ובאופן פון)

ויפרוץ גו׳":

דער אויפטו אין דעם איז

(ניט אזוי אז יעקב האט באקומען א שכר פון דעם אויבערשטן פאר מקיים זיין א ציווי ה׳

(און ביי אנדערע מצות קען דאס זיין א שכר

(נאר)

בעוה״ב,

אבער דא האט ער באקומען שכר מצוה אויך בעוה״ז)

— נאר) 37

אז ער האט באקומען " שכר זאת ",

דעם שכר אויף זיין מלאכה ;

ד.

ה.

דער "נקבה שכרך"

(וואס לבן האט אפגערעדט מיט יעקב׳ן)

האט

לפועל געבראכט דערצו אז

(כאטש לבן האט אים געוואלט אפנארן וכו',

פונדעסטוועגן — וויבאלד אז "בכל כחי גו'",

איז)

"ויפרוץ האיש מאד מאד" א שכר בהתאם מיט זיין ארבעט וואס איז געווען אין אן אופן פון " בכל כחי עבדתי ".

דערפון פארשטייט מען,

אז דער "לעבוד בכל כחו" איז פארבונדן ניט נאר מיטן גברא,

מיטן פועל כשהוא לעצמו ,

נאר מיט מלאכתו לבעה״ב .

וואס דערפאר האט יעקב באקומען אויך פאר דעם זיין שכר בעוה״ז .

ה.

ועפ״ז יומתקו די צוויי דיוקים הנ״ל אין לשון הרמב״ם:

א)

ער זאגט ניט "שנאמר",

נאר ״שהרי״ — ווייל די ראי׳ איז ניט

(נאר)

פון דעם פסוק "כי בכל כחי עבדתי את אביכן״,

נאר

(אויר ו)

בעיקר — פון דעם גאנצן ווייטערדיקן המשך: "לפיכך נטל שכר זאת כו'".

ב)

ער זאגט ניט "יעקב אבינו " נאר "יעקב הצדיק ".

והביאור:

פון רמב״ם אין ריש הל׳ דיעות איז פארשטאנדיק,

אז דער תואר "צדיק"

(מיט וועלכן דער רמב״ם באנוצט זיך בספרו היד)

מיינט ניט אזא וואס טוט א הידור מצוה וכיו״ב,

נאר דער וואס פירט זיך כפי הדין והחיוב.

ווי ער ברענגט דארטן 38

די פסוקים בנוגע מדות והנהגותי׳ אז דער וואס גייט אין "דרך הישרה היא מדה בינונית" ווערט ער

(בל׳ הפסוק 39 )

אנגערופן "צדיק" 40

(און דער וואס איז "מדקדק על עצמו

ביותר" און טוט "לפנים משורת הדין" ווערט אנגערופן " חסיד" 41

).

און דאס זאגט דער רמב״ם — אז די הנהגה פון יעקב׳ן לעבוד בכל כחו איז ניט געווען אן ענין פון מדת חסידות כר

(א הנהגה מיוחדת* 41

אלס איינער פון די ג׳ אבות — יעקב אבינו),

נאר דאס איז דער אופן החיוב פון א פועלו יעדער פועל לגבי מלאכת בעה״ב.

ו.

דעם חידוש גופא — אז דער חיוב לעבוד בכל כחו איז פארבונדן

(ניט נאר מיט דער כללית׳דיקער נאמנות פון פועל,

נאר)

מיט דער מלאכה וואס ער טוט פאר דעם בעה״ב — קען מען לער־ נעו אויף צוויי אופנים:

איין אופן איז: אז דאס איז פארבונדן מיט גוף המלאכה,

אבער דאס איז אן ענין נוסף אויף דער עצם מלאכה לבעה״ב; ס׳איז א באזונדער חיוב פון פועל צום בעה״ב.

וואס דאס איז די שיטת הרמב״ם,

וואס ער טיילט פאנאנדער די הלכות בשייכות צו גזל מלאכתו של בעה״ב אין צוויי באזונדערע הלכות: אין דער ערשטער

הלכה זאגט ער די דינים פון "אין הפועל רשאי לעשות מלאכתו בלילה כו׳ מפני גזל מלאכתו של בעה״ב שהרי תשש כחו כו׳ ולא יעשה מלאכה בכח"; און אין דער הלכה שלאח״ז הויבט ער אן: "כדרך שמוזהר בעה״ב שלא יגזול שכר עני כו׳ כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה״ב ויבטל מעט בכאן כו',

אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן כו׳ וכן חייב לעבוד בכל כחו כו׳",

משא"כ לויטן אלטן רבי׳ן,

זיינען דא ניט צוויי באזונדערע הלכות — מלאכה סתם און מלאכה בכל כחו — נאר ס׳איז איין הלכה; מלאכה בכח און מלאכה בכל כחו זיינען ניט קיין צוויי גדרים

(דער גדר מלאכה בכלל,

און א צוויי־ טער גדר — וואס איז פארבונדן מיט דער התחייבות

(ושקנוי)

הפועל צו דעם בעה״ב פרטי),

נאר ס׳איז איין גדר,

אלץ איז פארבונדן מיט מלאכת בעה"ב 44

.

ווייל לויט שיטת הרמב״ם זיינען דאס צוויי באזונדערע גדרים: איין חיוב אז דער פועל דארף טאן מלאכה בכח ,

און א באזונדער חיוב — "לדקדק על עצמו בזמן כו׳ וכן חייב לעבוד בכל כחו".

והחילוק ביניהם יש לומר:

דאס וואס ער דארף טאן מלאכה בכח,

איז אן ענין אין עצם המלאכה — בשעת עס פעלט מלאכה בכח פעלט אין דער חלות שם מלאכה.

משא״כ דער חיוב "לעבוד בכל כחו" איז ניט ווייל אן דעם איז ניטא דער גדר פון מלאכה,

נאר דאס איז פארבונדן מיט דער התחייבות פרטית פון דעם פועל

(צו דעם בעה״ב פרטי).

בסגנון אחר קצת: "מלאכה בכח"

(סתם)

איז פארבונדן מיט דער חפצא פון מלאכה,

און דער חיוב "לעבוד בכל כחו" איז בשייכות להגברא,

צווישן דעם פועל און דעם בעה״ב,

וואס א פועל איז גופו קנוי 42

לבעה״ב 43 .

און דערפאר ברענגט דער אלטער רבי די דינים פון "אין הפועל רשאי כו׳" אלס א המשך צו דער הקדמה "וכדרך שבעה״ב מוזהר כו׳ כך העני מוזהר שלא יבטל מלאכת בעה״ב כו׳ חייב לדקדק על עצמו בזמן כו׳ וכן חייב לעבוד בכל כחו כו׳

( לפיכך אין הפועל רשאי כו׳)

".

ז.

ע״פ הנ״ל יש לבאר ג״כ כמה שינויים

(קלים)

אין לשון אדה״ז לגבי לשון הרמב״ם — וואס אע״פ אז לכאורה זיינען זיי שינוים קלים,

איז אבער ע״פ הידוע גודל הדיוק פון לשונו הזהב פון אלטן רבי׳ן,

ובפרט אז ער איז דערביי משנה פון לשון הרמב״ם,

איז יש לומר אז דאס איז אויך א שינוי בתוכן:

א)

אין דעם סוף פון דער ערשטער הלכה,

וואו דער רמב״ם איז מבאר דעם טעם פון די דינים "אין הפועל רשאי לעשות מלאכתו בלילה כו׳ מרעיב ומסגף עצמו כו׳״ — זאגט ער: "מפני גזל מלאכתו של בעה״ב 45 ,

שהרי תשש כחו ותחלש דעתו ולא יעשה מלאכה בכח": דער אלטער רבי אבער,

איז דער־ ביי משנה:

(א)

ער איז משמיט די ווער־ טער "מפני גזל מלאכתו של בעה״ב" 46 .

(ב)

אנשטאט "ולא יעשה" זאגט ער "ולא יוכל לעשות".

(ג)

אנשטאט "מלאכה" איז דער אלטער רבי מוסיף "מלאכת בעל הבית" 47 .

וע״פ הנ״ל יש לומר: לויטן רמב״ם איז דער חסרון דא וואס "ולא יעשה מלאכה בכח״ — עס פעלט אין עצם

(שם)

מלאכה.

און דעריבער גלייך ווי דער אדם שטעלט זיך אין א מצב וואס "ולא יעשה מלאכה בכח" איז דאס אין גדר פון "גזל מלאכתו של בעה״ב"

(ווייל ער איז ניט ראוי צו זיין א פועל — זיין מלאכה איז ניט קיין מלאכה).

משא״כ לויטן אלטן רבי׳ן איז דער חסרון — "ולא יוכל לעשות מלאכת בעל הבית בכח",

אלס זיין התחייבות

(וקנין)

צום בעה״ב.

קומט אויס,

אז דער איסור "לעשות מלאכה בלילה כו׳"

(וכיו״ב)

איז ניט בגדר גזילת מלאכתו של בעה״ב,

דאס איז נאר א גרם — "ולא יוכל לעשות מלאכת בעל הבית בכח" 48

(אז דערנאך,

ווען ער וועט טאן "מלאכת בעל הבית" וועט דאס ניט קענען געטאן ווערן כדבעי).

ב)

אין דער ראי׳ פון יעקב׳ן איז דער לשון הרמב״ם: "לפיכך נטל שכר זאת ",

דער אלטער רבי אבער זאגט: "לפיכך נטל שכרו" 49

— ווייל לויטן רמב״ם,

איז דער שכר פאר עובד זיין בכל כחו אן ענין נוסף אויפן שכר אויף דער עצם מלאכה להבעה״ב.

דער שכר איז טאקע פאר־ בונדן מיט גוף המלאכה

(וכנ״ל סוף סעיף ד),

אבער בכ״ז איז דאס אן ענין נוסף אויף עצם המלאכה.

און דערפאר איז דער רמב״ם מדייק "לפיכך נטל שכר ז את ״ — דער ספעציעלער שכר אויף עבודה בכל כחו.

משא״כ דער אלטער רבי איז מדגיש ״לפיכך נטל שכרו״ — ווייל לשיטתו איז דאם ניט קיין צוויי באזונדערע זאכן,

עבודה סתם און עבודה בכל כחו,

נאר עבודה בכל כחו איז איין גדר מיטן גוף המלאכה וואס ער טוט לבעה״ב,

און דעריבער ווערט דער שכר אויף עבודה בכל כחו נכלל אין שכר עבודתו — "נטל שכרו"

(סתם).

ח.

די הוראה פון דעם אין עבודת האדם — וואס אידן זיינען דאך פועלים,

וואס דארפן טאן מלאכה פארן בעה״ב,

זה הקב״ה 50

:

דער טעם פארוואס דעם חיוב לעבוד בכל כחו לערנט מען אפ פון עבודת יעקב בבית לבן הארמי אין הרן,

איז דערפאר ווייל די מלאכה וואס א איד דארף טאן פארן אויבערשטן

(בכל כחו)

איז בדומה צו עבודת יעקב בבית לבן.

כידוע 51 ,

איז די עבודה פון יעקב בבית לבן איז געווען ניט אין די ד׳ אמות של בית המדרש של שם ועבר,

אדער אפילו ווי ער איז געווען אין א״י בבית אביו יצחק,

וואס דעמאלט איז געווען זיין עבודה אלץ אין עולם הקדושה — נאר זיין עבודה דארט איז געווען בחרן — חרון אף של מקום

(בעולם) 52 ,

אויף מאכן די וועלט א דירה לו ית׳.

און עד״ז באשטייט די עבודה פון יעדן אידן אלס א פועל של הקב״ה:

דאס וואס א נשמה דינט דעם אויבערשטן ווען זי איז נאך אין עולמות עליונים,

איידער זי קומט אראפ למטה אין עוה״ז און טוט זיך אן אין א גוף,

נאר ווען עמדתי לפניו 53

— איז עס אן עבודה נעלית ביותר,

סיי אין שכל

(פארשטאנד אין ג־טלעכקייט)

און סיי אין מדות

(איר אהבת ה׳ ויראת ה׳)

— אבער דאס איז אלץ איר עבודה;

דוקא ווען די נשמה קומט אראפ אין עוה״ז הגשמי,

און דארט גופא,

בלייבט ניט דער אדם פארשלאסן תמיד נאר אין די ד׳ אמות של תורה ותפלה,

נאר ער איז זיך עוסק אין עבודת הבירורים אויף צו מאכן פון די תחתונים "שאין תחתון למטה ממנו״ 54

א דירה לו ית ׳ — דא איז ער א פועל של הקב״ה ,

דאס איז מלאכתו של בעה״ב 55

.

ט.

און אויף דעם איז דער לימוד פון יעקב׳ן,

אז אט די מלאכה דארף געטאן ווערן "בכל כחו":

ניט נאר וואס "חייב לדקדק על עצמו בזמן "

— ווייל טאמער "יבטל מעט

(ב)

כאן ומעט

(ב)

כאן": מען מאכט א חשבון אז עס מאכט ניט אויס צו אפלייגן די מלאכת בעה״ב מעט און דערווייל אריינכאפן ענינים וואס זיינען פאר־ בונדן מיט זיין שלימות

(ימלא כריסו כו׳ אויף האבן מער פארשטאנד אין תורה וכיו״ב)

— וועט דאס גורם זיין,

אז ״ומוציא כל היום — דעם גאנצן " היום לעשותם ״ — במרמה";

נאר נאכמער — "חייב לעבוד בכל כחו" 56

,

מיט אלע כחות הנפש* 56

:

א איד קען טראכטן,

בשעת מ׳איז נאך אין די ד׳ אמות של תורה ותפלה דע־ מאלט איז זיין עבודה פארבונדן מיט זיין כח השכל,

לערנען תורה מיט הבנה והשגה,

און מיט זיינע מדות,

איזוהי עבודה שבלב זו תפלה 57 ,

עבודת התפלה מתוך אהבה ויראה;

בשעת מ׳גייט אבער ארויס אין חוצה,

און די ארבעט איז צו מאכן די וועלט א דירה לו ית׳,

דארט פאדערט זיך בעיקר טאן מיטן כח העשי׳ שלו און די עבודה איז פארבונדן נאר מיט קבלת עול שבנפש

— אויף דעם איז די הוראה אז אין דער עבודה אויף מאכן א דירה לו ית׳ בתחתונים,

איז חייב לעבוד בכל כחו,

ניט נאר מיט די כחות תחתונים שלו,

נאר אויר מיט די כחות פנימיים שלו,

זיין כח השכל,

מדות,

ביז אויך מיט די כחות מקיפים,

רצון ותענוג שלו.

קען מען אבער מיינען אז דאס איז אן ענין פון הידור מצוה,

ווארום צו דער עשיית הדירה איז נוגע בעיקר נאר זיין כח המעשה — אויף דעם האט מען די הוראה,

אז אס איז א חיוב גמור,

וואס אן דעם הייסט עס גזל

(ביטול)

מלאכתו של בעה״ב.

דער ״שם מלאכה״ — פון עשיית דירה לו ית׳ בתחתונים — קען אפשר זיין אפילו ווען מען טוט בלויז מיטן כח העשי׳,

אבער אלם מלאכת בעה״ב* 57

מוז די עבודה זיין בכל כחו.

בא א אידן דארף זיין נרגש בכל כולו אז כל ענינו

איז צו דורכפירן די שליחות פון דעם אויבערשטן לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים,

און ער אלס פועל איז גופו קנוי צום בעה״ב,

זה הקב״ה,

ובמילא טוט ער מלאכת בעה״ב בכל כחו .

און דורך דעם וואס א איד פירט דורך זיין מלאכה בכל כחות נפשו,

איז ער "נוטל שכרו אף בעולם הזה",

ביז אין אן אופן פון "ויפרוץ האיש מאד מאד",

ב׳ פעמים מאד,

בלי גבול האמיתי 58

דוקא דורך דער עבודה אין עולם הזה,

נעמט מען דעם מאד האמיתי 59 .

(משיחות ש״פ ויצא תשי״ט)

Reader controls and commentary are loading.