B"H
🏡

Ikar

חיי שרה א

א.

דער ערשטער ארט פון ארץ ישראל 1

וואס זיין בעלות איז בפועל איבערגעגאנגען צו אברהם אבינו,

איז דאס געווען אין חברון,

די "שדה המכפלה על פני ממרא היא חברון" 2 .

אע״פ אז שוין פריער,

בברית בין הבתרים,

איז ארץ ישראל כולה אפגעגעבן געווארן צו אברהם אבינו ולזרעו אחריו כמש״נ 3

"לזרעך נתתי את הארץ הזאת"

(און נאך פריער 4

האט אים דער אויבערשטער געזאגט 5

"קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה"),

איז אבער 6

די בעלות

(און דורך א קנין)

בפועל — און בפרסום,

"לעיני בני חת בכל באי שער עירו״ 7

— געווען ערשט ביי

(דער מערת המכפלה שב)

חברון.

און פון דעמאלט אן באלאנגט די מערת המכפלה שבחברון צו אברהם יצחק ויעקב ולזרעם אחריהם — צו עם בני ישראל

[און ווי עס שטייט אין מדרש 8

בנוגע דער מערת המכפלה: זה אחד משלשה מקומות שאין אומות העולם יכולין להונות את ישראל לומר גזולים הן בידכם ואלו הן מערת המכפלה ובית המקדש וקבורתו של יוסף].

דאס הייסט,

אז די בעלות פון אידן בפועל אויף ארץ ישראל האט זיך אנגעפאנגען דערמיט וואס אברהם אבינו האט געקויפט מערת המכפלה

(לקבורת שרה) 9 .

און ווי עס שטייט אין אבן עזרא 10

אז דאס איז איינער פון די טעמים וואס ״נזכרה זאת הפרשה״ — "לקיים דבר ה׳ לאברהם להיות לו נחלה".

אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט תורה זיינען בתכלית הדיוק.

איז מובן,

אז דאס וואס די ערשטע נחלה פון אידן אין ארץ ישראל איז אין חברון,

איז דאם פארבונדן מיטן ענין מיוחד וואס חברון פארמאגט.

און י״ל: וויבאלד אז מיט חברון האט זיך אנגעהויבן די בעלות פון אידן אויף א״י,

דעריבער קומט אט די בעלות אויף איר בפרסום — לעיני אומות־העולם,

גלוי אויך אין אנדערע זמנים.

ועפ״ז יש לבאר מאמר המדרש בפרשתנו 11 ,

אז איינער פון די טעמים וואס חברון ווערט אנגערופן "קרית ארבע" איז "שהוא עולה בקרנסין

(גורלות,

מת״כ)

של ד׳ מתחלה ליהודה ואח״כ לכלב 12 ,

ואח״כ לכהנים ואח״כ ללוים" 13 .

דלכאורה: וואס איז די נפק״מ

(און די מעלה)

אין דעם וואס חברון האט געהאט ד׳ בעלים 14 ?

נאר יש לומר,

אז דערמיט ווערט ארויסגעבראכט אן ענין מיוחד בנוגע דער בעלות פון אידן אויף חברון.

כדלקמן.

ב.

לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז איינע פון די מעלות 15

(אין דער בעלות פון אידן אויף)

חברון איז,

וואס חברון איז איינע פון די ערי מקלט 16 ,

[און ווי ס׳איז מרומז אויך בפרשתנו,

לויט ווי דער ראגאטשאווער 17

איז מסביר די שקו״ט צווישן אברהם און בני חת,

אז אברהם האט געוואלט קויפן די מערה דוקא בקצה שדהו,

ווייל ,

בית הקברות של ערי מקלט דוקא חוץ לעיר"

(האט ער חושש געווען אז מ׳וועט מפנה זיין שפעטער די קברים),

אבער די בני חת האבן געענטפערט " נשיא 18

אלקים אתה בתוכנו גו׳",

און "קבר מלך ונשיא אין מפנין"],

וואס די ערי מקלט האט מען אפגעגעבן צו די לוויים 19 .

און אין דער בעלות פון לוים אויף זייערע ערים געפינט מען א מעלה לגבי דער בעלות פון אידן אויף זייערע נחלות.

ווי דער דין 20 ,

אז אויב די לויים "מכרו שדה משדה עריהם או בית מבתי ערי חומה שלהן אין גואליו כסדר הזה

(ווי שאר בני ישראל,

וואס א שדה קען מען ניט פודה זיין עד שתי שנים און בתי ערי חומה אם לא גאלה בתוך השנה איז דאס נחלט ביובל)

אלא מוכרין השדות ואפילו סמוך ליובל וגואליו מיד .

ואם הקדישו שדה גואלים מיד ההקדש לאחר היובל וגואלים בתי ערי חומה כל זמן שירצו אפילו אחר כמה שנים שנאמר 21

גאולת עולם תהי׳ ללוים".

וואס דאס ווייזט לכאורה,

אז זייער בעלות איז א שטענדיקע — אויך ווען בפועל איז דער בית אדער די שדה ברשות הקדש אדער ברשות אחר — האבן זיי מעין בעלות בהם,

עס ווערט ניט צוגענומען פון זיי

(בהחלט).

קומט אויס,

אז די בעלות דחברון

(אלס איינע פון די ערי מקלט וואס געהערן צו די לוים),

געהערט צו לוים אין אן אופן פון "גאולת עולם" 22 .

ג.

אבער אי משום הא — וואס חברון איז אן עיר מקלט וואס איז אפגעגעבן געווארן צו די לוים — איז לכאורה,

פארקערט.

ווארום מען געפינט אז די בעלות פון די לוים אויף זייערע ערים איז שוואכער ווי די בעלות פון אנדערע שבטים אויף זייער נחלה:

דער דין 23

איז אז "כל שבט לוי מוזהרין שלא ינחלו בארץ כנען״ — זיי האבן ניט קיין נחלה אין ארץ ישראל,

און דאס וואס מ׳האט זיי געגעבן מ״ח ערים

("שש ערי המקלט" און "עליהם תתנו ארבעים ושתים עיר" 24 )

איז דאס בלויז

(כדיוק לשון הכתוב 25 )

"ערים לשבת ".

וואס דערפון איז משמע אז די לוים האבן ניט קיין בעלות שלימה אויף עריהם.

— שטייט אין ירושלמי 26

אז דאס איז די פלוגתא פון תנאים 27

: ר״מ זאגט אז כהנים ולוים זיינען ניט מתוודה

(וידוי מעשרות)

וויבאלד "שלא נטלו חלק בארץ",

און רבי יוסי זאגט "יש להם ערי מגרש״ — אז ר״מ האלט "לבית דירה ניתנו"

("ולא שיהא נחלתם ואחוזתם" 28 ),

און ר״י האלט "למחלוקת ניתנו"

(אז די ערים "ניתנו להלוים לחלקם ולאחוזתם" 28 ).

קומט אויס,

אז לדעת רבי יוסי באלאנגען די ערי מגרש צו די לויים אלס זייער חלק בארץ.

און אזוי פסק׳נט דער רמב״ם 29 ,

אז כאטש בא ווידוי "הוא אומר ואת האדמה אשר נתת לנו" 30 ,

פונדעסטוועגן זיינען "לויים מתודים שאע״פ שלא נטלו חלק בארץ יש להם ערי מגרש".

זעט מען,

אז די ערי מגרש הייסן חלק הלוים אין ארץ ישראל.

ואע״פ אז דער רמב״ם פסק׳נט 31

"רוצח הדר בערי מקלט אינו נותן שכר ביתו,

והדר בשאר ערי הלויים נותן שכר לבעל הבית״ 32

— וואס לדעת הירושלמי 33

איז די מחלוקת צי "מעלות היו שכר ללוים" תלוי אין דער פלוגתא הנ״ל "למחלוקת ניתנו" אדער "לבית דירה ניתנו",

וואס דערפון איז משמע,

אז די ערי מגרש וועלכע באלאנגען צו די לויים זיינען דאס

(לדעת הרמב״ם)

בלויז די מ״ב עיר,

אבער ניט 34

די שש ערי מקלט 35

(וואס " הובדלו למקלט " 36 ,

און דערפאר זיינען זיי קולט "בין לדעת בין שלא לדעת",

משא״כ "שאר ערי הלוים אינן קולטין אלא לדעת" 37 )

— אבער לדעת הבבלי איז ניט משמע אזוי,

ווארום פון בבלי קומט אויס אז דאס וואס א רוצח דארף ניט מעלה זיין שכר צום לוי אין די שש ערי מקלט איז

(ניט ווייל עס פעלט אין דער בעלות פון די לוים אויף די שטעט 38 ,

נאר דאס איז)

א דין מיוחד* 38 ,

ווי די גמרא זאגטי 39 ,

אז מען לערנט אפ פון פסוק "והיו לכם הערים למקלט״ 40

— "לכם לכל צרכיכם" 41 .

און אזוי איז אויך משמע פון סתימת לשון הרמב״ם 42

(אז די בעלות פון די לוים אויף די ערי מקלט און שאר ערי הלוים האט דעם זעלבן גדר)

: כבר נצטוו ישראל ליתן להם ערים לשבת ומגרשיהם והערים הם שש ערי מקלט ועליהם שתים וארבעים עיר,

וכשמוסיפין ערי מקלט בימי המשיח הכל ללוים,

וואס דערפון איז משמע אז אין זייער שייכות ללוים האבן זיי איין 43

גדר 44 .

ד.

יתירה מזו געפינט מען:

אין גמרא 45

לערנט מען אפ פון "ושמתי לך מקום גו׳ 46

ושמתי לך בחייך מקום ממקומך אשר ינוס שמה מלמד שהיו ישראל מגלין במדבר להיכן מגלין למחנה לוי׳".

איז רש״י מפרש 47

"מקום ממקומך״ — "שתהא מחנה לוי׳ קולטת ואף ערי מקלט יהיו ערי לוי ׳".

פון פרש״י איז לכאורה משמע,

אז דאס וואס ערי מקלט זיינען קולט איז דאס דערפאר וואס זיי זיינען ערי לוי׳

[ודוחק גדול לומר אז רש״י רעדט נאר וועגן שאר ערי הלוים,

די מ״ב ערים,

וואס לא הובדלו למקלט און זיינען קולט נאר דערפאר וואס מ׳האט זיי געגעבן צו די לוים — ווארום אויב אזוי האט רש״י געדארפט זאגן "ואף ערי הלוי׳ יהיו קולטות" וכיו״ב.

פון פשטות לשונו "ואף ערי מקלט יהיו ערי לוי׳" איז משמע,

אז ער רעדט בעיקר וועגן די שש ערי מקלט].

דאס הייסט,

אז דאס וואס מ׳האט אפגעגעבן די שש ערי מקלט צו די לוים איז עס ניט א זייטיקער דין הנוגע לנתינת הערים,

אז נוסף אויף דעם וואס זיי זיינען ערי מקלט,

איז דא א דין אז מען דארף זיי געבן צו די לוים,

נאר דאס איז א דין אין דעם גדר פון מקלט של הערים: דאס וואס זיי זיינעו

(ווערן)

ערי הלוים טוט

(אויך)

אויף א דין קליטה.

[דאס הייסט,

אז אין די שש ערים זיינען פאראן צוויי גדרים: א)

זיי זיינען קולט אלס ערי מקלט

(וואס "הובדלו למקלט"),

און מצד דעם זיינען זיי קולט "בין לדעת בין שלא לדעת".

ולפני זה 48

ב)

זיי זיינען קולט אלס ערי הלוים .

ואע״פ אז יש בכלל מאתיים מנה — יש לומר א נפק״מ בפועל: בשעת עס פעלט איינער פון די תנאים פון שש ערי מקלט,

כמו: שיהיו ששתן קולטות כאחת 49

— זיינען זיי אבער קולט אלס ערי הלוים

(לדעת) 50 ].

און אזוי איז אויך משמע 51

פון המשך הפרשיות אין פ׳ מסעי: פריער קומט אין דער תורה די פרשה 52

פון "ונתנו ללוים מנחלת אחוזתם ערים לשבת גו׳ ואת הערים אשר תתנו ללוים את שש ערי המקלט אשר תתנו לנוס שמה הרוצח ועליהם תתנו ארבעים ושתים עיר",

און שפעטער קומט די פרשה פון "והקריתם 53

לכם ערים ערי מקלט ..

ונס שמה רוצח גו׳".

ד.

ה.

איידער ס׳איז דא דער דין קליטה בפועל בא די שש ערים,

דארפן זיי זיין ערי הלוים.

און אזוי שטייט בפירוש אין חינוך 54 ,

וואס ער איז מבאר דעם טעם וואס די ערי הלוים זיינען קולט

("מאלה הערים של לוים הי׳ מהם ערים מיוחדות להיות מקלט הרוצח ואולם בכולם הי׳ לו מקלט״)

— אז "ומפני גודל מעלתם

(פון די לוים)

וכושר פעלם וחין ערכם נבחרה ארצם לקלוט כל הורג נפש בשגגה יותר מארצות שאר השבטים אולי תכפר עליו אדמתם המקודשת בקדושתם

(פון די לוים)

".

קומט אויס,

אז אויך די שש ערי מקלט האבן דעם גדר פון "ערי הלוים" 55

(ווי די אנדערע מ״ב עיר).

וואס דערפון איז פארשטאנדיק,

אז אויך די שש ערי מקלט זיינען אוועקגעגעבן געווארן צו זייער בעלות.

ומצד דעם

(אויך)

באקומען די ערים א דין קליטה 56 .

ה.

ע״פ כל הנ״ל ווערט צוריק שווער: וויבאלד מ׳האט געגעבן די ערים צו די לוים אלס זייער חלק בארץ — פארוואס זאגט דער פסוק אז די ערים זיינען בלויז "לשבת"?

וי״ל דעם ביאור בזה: דאס וואס די ערים געהערן צו די לוים איז א)

בנ״י

(כל השבטים)

האבן זיי געגעבן מאחוזתם דהשבטים* 56 ,

און דערפאר געפינט מען א שינוי עקרי,

וואס די מ״ח עיר זיינען געווען מפוזר בנחלת כו"כ נאכמער — כל השבטים 57 .

ב)

עס איז א בעלות כללית פון דעם כללות השבט 58

— מ׳האט די מ״ח עיר אפגעגעבן צו שבט לוי.

אבער יעדער לוי פרטי האט ניט קיין בעלות פרטית אויף זיין בית פרטי,

עס איז זיינע נאר אויף "לשבת" 59 .

וואס דאס איז איינער פון די ביאורים אין דעם וואס דער סדר ווי די ערים זיינען אנגעקומען צו די לוים איז געווען: ונתנו

( בני ישראל )

ללוים מנחלת אחוזתם ערים לשבת — דאס איז געווארן "נחלת אחוזתם" פון די בנ״י,

און די בנ״י האבן געגעבן די ערים צו די לוים.

ו.

ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם אויפטו פון מדרש בנוגע לחברון,

אז "הי׳ עולה בקרנסין של ד׳ בתחלה ליהודה ואח״ב לכלב ואח״כ כו׳ ללוים":

ביי חברון איז ניט נאר געווען א נתינה כללית,

פון בנ״י צו שבט לוי,

נאר חברון איז אנגעקומען צו שבט לוי פון כלב׳ן .

ד.

ה.

נאך דעם ווי ס׳איז אריבער פון בעלות כללית

(פון שבט יהודה)

צו דער בעלות פרטית פון כלב.

און דאס זאגט דער מדרש אז "הי׳ עולה בקרנסין של ד ׳",

ד.

ה.

אז אין דעם זעלבן אופן ווי ס׳איז געווען די בעלות בתחלה ל

(יהודה ול)

כלב,

א בעלות פרטית,

עד״ז איז דאס אפגעגעבן געווארן צו די לוים.

ד.

ה.

אז אין חברון האבן לוים אויר א בעלות פרטית 60 .

און וויבאלד אז די שייכות פון ערי הלוים צו די לוים איז אין אן אופן פון ״גאולת עולם״

(כנ״ל סעיף ב)

— קומט אויס,

אז די "נצחיות" 61

פון דער בעלות פון די לוים 62

אויף חברון איז מער ווי אין אלע אנדערע חלקי ארץ ישראל: א)

בנוגע צו דער נחלה פון בני ישראל,

וואס בא זיי איז ניטא די מעלה פון "גאולת עולם"; ב)

בנוגע צו אנדערע ערי הלוים,

וואס בא זיי איז ניטא בעלות פרטית* 62 .

ז.

דער ביאור בזה בפנימיות הענינים:

דער טעם פנימי פארוואס ערי מקלט דארפן זיין של הלויים** 62 ,

איז

(ע״ד טעם החינוך — לעיל ס״ד)

ווייל דאס איז פארבונדן מיט דער הגנה וכפרה פון דעם הורג נפש בשגגה.

דער חטא פון הורג נפש איז א כפול:

(דער חטא ופירוד 63 )

בין אדם למקום,

בין אדם לחבירו.

און דעריבער איז זיין כפרה ווערט דורך די ערי מקלט וועלכע זיינען ערי הלויים.

וואס דער שם לוי איז ע״ש "ילוה" 64

— דער ענין פון קישור

(חדש — הפעם ילוה)

וחיבור,

היפך ענין הפירוד.

וואס דאס איז ענינם של הלוים:

א)

"הובדל לעבוד את ה׳ לשרתו",

און ענינם איז "להורות דרכיו הישרים ומשפטיו הצדיקים לרבים",

מצד חיבורם מיטן אויבערשטן,

זיי זיינען "חלקו ונחלתו" 65 ,

פועל׳ט דאס די כפרה ותיקון אויף דעם חטא ופירוד שבין אדם למקום פון דעם הורג נפש,

אז ער ווערט צוריק פארבונדן מיטן אויבערשטן 66 .

ב)

אין זייער עבודה "וילוו עליך וישרתוך״ 67 ,

דריקט זיך אויס דער ענין פון אחדות ישראל,

נוסף אויף דעם וואס אויך אין דעם "להורות דרכיו הישרים ומשפטיו הצדיקים לרבים ",

דריקט זיך אויס דער ענין פון אהבת

(הרבים—)

ישראל,

און מצד דעם זיינען זייערע ערים א תיקון אויף דעם חטא ופירוד שבין אדם לחבירו,

וואס אין הורג נפש 68 .

דאם איז אן ענין בכל ערי מקלט.

אין חברון איז דער ענין האחדות מיט נאך מער הדגשה,

ווארום דארטן זיינען דאך קבור די אבות ואמהות של כל בנ״י ,

און דעריבער גייען ארויף די תפלות ע״י חברון 69 ,

און תפלה ווערט אנגערופן חברון מצד התחברות המדות חג״ת 70 ,

דער קישור וחיבור פון אידן מיטן אויבערשטן,

וואס דאס איז די כפרה אויף דעם ענין פון בין אדם למקום שבהורג נפש,

און וויבאלד אז זיי זיינען די אבות ואמהות פון כלל ישראל,

איז דורך דעם חיבור פון די אבות ואמהות פון כלל ישראל ביחד,

ווערט אויך דער חיבור אמיתי אין די בנים ובנות וועלכע קומען פון זיי.

— די כפרה אויף דעם חטא שבין אדם לחבירו.

און דער ענין החיבור איז אויף אזויפיל אז דאס קומט בגלוי "בשמו 71

אשר יקראו לו בלה״ק״ אין דעם שם העיר — חברון,

וואס איז מלשון חיבור 72 .

(משיחות שמח"ת וש"פ בראשית תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.