א.
אין פסוק 1
"ולא יקרא עוד את שמך אברם והי׳ שמך אברהם כי אב המון גוים נתתיך״,
איז רש״י מעתיק פון פסוק די ווערטער "כי אב המון גוים",
און איז מפרש:
"לשון נוטריקון של שמו.
ורי״ש שהיתה בו בתחלה שלא הי׳ אב אלא לארם שהוא מקומו ועכשיו
(אב 2
לכל העולם.
ואפילו רי״ש שהיתה בו מתחלה)
לא זזה ממקומה שאף יו״ד של שרי נתרעמה על השכינה עד שהוסיפה ליהושע שנאמר 3
ויקרא משה להושע בן נון יהושע".
דער פירוש הפשוט אין דעם פירוש רש״י איז: דער לשון הפסוק ״כי אב גר״ -- אז "אב המון גוים נתתיך" איז א נתינת טעם אויף שם אברהם -- איז מוכיח,
אז דער ענין פון "אב המון גוים" איז נרמז אין שם אברהם.
דעריבער טייטשט רש״י אז "אב המון גוים" 4
איז "לשון נוטריקון של שמו".
[עפ״ז איז מדויק וואס רש״י איז מעתיק פון פסוק דעם ווארט ״כי״ — כאטש ״כי״ איז ניט פון דעם "נוטריקון" 5
— ווייל דער יסוד והכרח פון רש״י צו זאגן אז ס׳איז "לשון נוטריקון"
(כאטש "נוטריקון" איז ניט קיין דבר הרגיל 6
בלימוד פשוטו של מקרא 7 )
איז פון ווארט "כי"].
עפ״ז ווערט די שאלה: אויב אזוי,
פארוואס איז דער אות רי״ש געבליבן
(אין אברהם),
וויבאלד ער האט ניט קיין שייכות צום נוטריקון 8 ?
אויף דעם ענט־ פערט רש״י "ורי״ש שהיתה בו בתחלה כו׳ לא זזה ממקומה",
און ברענגט אויף דעם א דוגמא
(וראי׳)
פון ״יו״ד של שרי״
[ווי עס שטייט אין המשך הפרשה 9
"לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה"],
וואס "נתרעמה על השכינה
(אויף דעם וואס מ׳האט איר צוגענומען פון שרה׳ן)
עד שהוסיפה ליהושע"; ועד״ז בנדו״ד,
אז "כדי שלא יתרעם על השכינה כיו״ד של שרי" 10
האט מען ניט צוגענומען דעם רי״ש פון שם אברהם.
ב.
מען דארף אבער פארשטיין:
א)
דער ענין פון "יו״ד של שרי״ איז,
לכאורה,
א ראי׳ לסתור 11
,
ווארום דער יו״ד של שרי איז דאך "זזה ממקומה"
(און זי איז ניתוסף געווארן צו אן אנדער א)
נאמען און ב)
מענשן -- צו יהושע 12 ),
בעת אז בנדו״ד איז דער רי״ש " לא זזה ממקומה" 13
!
ב)
פון לשון רש״י " שאף 4
יו״ד של שרי כו״׳ — ניט ״ו כן יו״ד כו׳״ -- איז מוכח,
אז ביים ״יו״ד של שרי״ איז דא ווייניקער ארט אויף תרעומות ווי ביים רי״ש של אברהם
(״שאף כו׳״ -- היינו ניט נאר דער רי״ש פון אברהם,
נאר אפילו דער "יו״ד של שרי נתרעמה").
איז תמוה: מאי בינייהו?
לכאורה איז ביי ביידן דער זעלבער טעם וסיבה אויף תרעומות -- דאס וואס דער אות ווערט צוגענומען פון א שם של צדיק.
ג.
וועט מעז דאס פארשטיין בהקדם אריכות לשון רש״י "וריש שהיתה בו בתחלה שלא הי׳ אב אלא לארם שהוא מקומו ועכשיו אב לכל העולם ואפילו רי״ש כו׳ לא זזה ממקומה",
דלכאורה:
פון דעם וואס רש״י דערמאנט דא איבערהויפט ניט דעם שם "אברם",
נאר ער הויבט אן מיט " ורי״ש שהיתה בו בתחלה כו"׳
(און ערשט בהמשך לזה איז ער מפרש "שלא הי׳ אב אלא לארם")
[ובפרט אז ער איז משנה פון לשון חז״ל 15 ,
וואו די הדגשת הפירוש איז
(אויד)
אויפן שם אברם: "לא יקרא עוד שמך אברהם — והי׳ שמך אברהם בתחלה ..
אב ..
לכל ארם ..
ולבסוף ..
אב לכל העולם"]
איז מוכח,
אז רש״י איז דא ניט
(אויף אזוי פיל)
אויסן צו מפרש זיין דעם נוטריקון פון
(פריערדיקן)
שם אברם,
נאר
(בלויז)
צו מבאר זיין דעם רי״ש וואס איז פארבליבן אין שם אברהם 16
.
[און ס׳איז מובן פארוואס רש״י איז לא נחית צו מפרש זיין דעם נוטריקון פון שם ״אברם״,
וויל צום פירוש הנוטריקון פון שם אברהם — ״אב המון גוים״ — איז ניט נוגע כל כך צי דער פריער־ דיקער שם אברם 17
האט אויך א פירוש
(דומה),
אדער ניט].
און וויבאלד אז כוונת רש״י איז ניט צו מפרש זיין דעם נוטריקון פון שם אברם,
נאר בלויז צו באווארענען פארוואס דער רי״ש "לא זזה ממקומה",
האט ער לכאורה געדארפט זאגן בקיצור: "לשון נוטריקון אב המון גוים ורי״ש שהיתה בו בתחלה לא זזה ממקומה שאף יו״ד כו׳" — וואס איז דא מוכרח צו מבאר זיין
(אן ענין ושם - פון
(סוף)
פ׳ נח)
אז דער אות "ריש שהיתה בו בתחלה
(איז דער־ פאר)
שלא הי׳ אב אלא לארם"?
אויך דארף מען האבן א ביאור אין דיוק לשון רש״י ״ואפילו רי״ש ..
לא זזה ממקומה ״ - וועלכער איז א לשון בלתי רגיל בכגון דא.
רש״י האט לכאורה געדארפט זאגן בפשטות "לא ניטלה ממנו" 18 ,
אדער "לא נחסרה משמו" 19
(וכיו״ב).
ד.
ויש לומר הביאור בזה:
ווי גערעדט כמה פעמים 20 ,
איז ע״ד הפשט ניטא קיין הכרח צו אננעמען אז א שם איז מרמז און דריקט אויס ענינו
(ומעלתו)
פון בעל השם 21
(סיידן דער פסוק גופא איז דאס מדגיש 22 ,
וכבנדו״ד - "והי׳ שמך אברהם כי אב המון גוים נתתיך״ - אדער מרמז עכ״פ).
און דערפאר,
איז ניטא קיין ארט מ׳זאל מסביר זיין אז דער שם ״אברם״
(וואס תרח האט געגעבן 23 )
האט א שייכות מיט חייו של אברהם.
דער הכרח
(ע״פ דרך הפשט)
צו מפרש זיין אז ״אברם״ מיינט ״אב לארם" איז מצד דעם וואס דער רי"ש איז פאר-בליבן אין שם אברהם .
והביאור: ע״פ דרך הפשט האט קיין ארט ניט צו זאגן,
אז בלויז דערפאר וואס אן אות האט "תרעומות" זאל מען אים איבערלאזן אין א שם וואס דארף אויסדריקן א תוכן מסויים — אויב דער אות גופא האט קיין שייכות ניט צום תוכן
(השם) 24 .
און דאס דייטעט אן רש״י בלשונו — "ואפילו רי״ש שהיתה בו בתחלה שלא הי׳ אב אלא לארם שהוא מקומו כו׳": דערמיט זאגט רש״י אז דא איז דא א קשיא: לויט נוטריקון — ווי קומט דער רי״ש אין שם אברהם.
ובמילא — מוז אויך דער רי״ש האבן א פירוש בהתאם צום תוכן השם אברהם — "אב המון גוים" 25 .
און רש״י איז מבאר "שלא הי׳ אב אלא לארם כו׳ לא זזה ממקומה": דער תוכן פון דעם רי״ש איז — וואס ער איז "אב לארם",
און דער ענין איז דאך געבליבן אויך דערנאך ; "אב לכל הגוים" איז כולל ,
און ניט שולל דעם ענין פון "אב לארם",
עס איז נאר א הוספה 26
.
און דאס איז דיוק לשון רש״י — " לא זזה ממקומה "
(און זאגט ניט "לא ניטלה ממנו" כו׳ כנ״ל)
: אפילו ווען מען וואלט דעם רי״ש ניט אריינגעשטעלט בשמו
(און שמו וואלט געווען ״אבהם״)
װאלט עס ניט געמיינט אז מ׳האט צוגענומען דעם תוכן פון דעם רי״ש — זיין תוכן
("אב לארם")
בלייבט אויך דעמאלט; אבער אין דעם פאל וואלט עס באדייט אז דער רי״ש ״בלײבט״ אין א צווייטן ״מקום״ — נאר אלס טייל פון "עולם" — "אב לכל העולם".
די הדגשה אין "לא זזה ממקומה " טוט אויף אז אויך דער־נאך בלייבט דער רי״ש אין זיין "מקום",
דער "אב לארם" בלייבט מפורט בנוטריקון אינעם שם
(אברהם)
אלס אן ענין פאר זיך
(אע״פ וואס ער איז בכלל פון "
(אב ל)
כל העולם").
ה.
ע״פ כ״ז איז אויד פארשטאנדיק די ראי׳ ובמכש״כ — ״ שאף ױ״ד של שרי נתרעמה כו׳":
דער רי״ש של אברהם האט א "טענה",
נימוקה עמה: וויבאלד דער תוכן פון רי״ש פארבלייבט סײ־װי אין דעם שם — דארף ניט זיין אפגעפרעגט צו לאזן דעם רי״ש גופא אינעם שם הצדיק.
משא״כ ביים ״יו״ד של שרי״ איז ניט שייך "א תביעה" בטענה כזו,
וויבאלד אז דער תוכן פון אות יו״ד האט ניט קיין ארט אינעם תוכן פון שם שרה
(כדלקמן סעיף ז).
קומט אויס אז דאס איז נאר אן ענין פון סתם תרעומות כו׳ — ״נתרעמה״
(״ואף״ — ואף עפ״כ האט מען אויך דא ״נאכגעגעבן״ און "הוסיפה ליהושע").
ועפ״ז איז אויך פארענטפערט דער שינוי בא ״יו״ד של שרי״ — וואס דער ״יו״ד של שרי״ איז ״זזה ממקומה":
דער פערגלייך און ראי׳ איז נאר אויף דעם אז די "תרעומות" פון אן אות טוט אויף אז מ׳זאל אים מפייס זיין; אבער דער אופן הפיוס איז,
כמובן,
בכל מקום לפי ענינו:
בנדו״ד וואו דער תוכן פון אות רי״ש איז פארבליבן אויך דערנאך — האט די טענה אויפגעטאן אז "לא זזה ממקומה"; משא״כ ביים "יו״ד של שרי",
וואו דער תוכן פון יו״ד איז ניטא אינעם שם החדש — קען מען ניט איבערלאזן דעם יו״ד ״במקומה״ — עס ווערט אויס "מקומה",
ובמילא מוז דער פיוס זיין באופן אחר,
מען שטעלט אריין דעם יו״ד אין א שם פון א צווייטן צדיק,
און א שם וואס ווערט ״מקומה״ — דער נוטריקון היו״ד דארט איז א חידוש אין דעם שם
(והאדם)
["הוסיפה ליהושע שנאמר ויקרא משה להושע בן נון יהושע",
און ווי רש״י איז דארט מפרש: "התפלל עליו י״ה 27
יושיעך כו׳"].
ו.
פארוואס איז ניטא קיין ארט פארן תוכן פון אות יו״ד ד״שרי" אין שם ״שרה״?
ולכאורה — אדרבה :
אויפן ווייטערדיקן פסוק "לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה" איז רש״י מפרש: ״לא תקרא את שמה שרי — דמשמע שרי לי ולא לאחרים,
כי שרה סתם שמה שתהא שרה על כל".
ולפ״ז איז עס ממש ווי בא שם ״אברם — אברהם",
ווארום אין "שרה על כל " איז דאך נכלל דער פרט פון ״שרי — לי".
איז פארוואס איז דער יו״ד "זזה ממקומה"?
נאכמער: דוקא לויט ווי רש״י איז מפרש דעם אונטערשייד צווישן "שרי"
(שרי — לי)
און "שרה"
(שרה על כל),
דארף זיין א טענה ותביעה פונעם "יו"ד של שרי"
(זי זאל בלייבן בשם שרה)
נאך שטארקער ווי די טענה פונעם ריש של אברם:
אין גמרא 28
איז דער לשון "בתחלה נעשית שרי לאומתה ולבסוף נעשית שרה לכל העולם כולו",
וואס לפי״ז איז דאס ממש ווי דער חילוק צווישן ״אברם״
(אב לארם — אומתו)
און "אברהם"
(אב לכל העולם)
;
רש״י איז אבער משנה פון לשון חז״ל און זאגט אז ״שרי״ איז משמעו — "
(שר)
לי ",
און וויבאלד אז דא רעדט זיך וועגן קריאת שם זה ע״י אברהם
(כדיוק לשון הכתוב "ויאמר אלקים אל אברהם שרי אשתך לא תקרא את שמה גו׳"),
קומט אויס,
אז ״שרי״ מיינט אז זי איז א ״שר״ אויף אברהם׳ען 29
.
[וע״ד ווי דער מדרש 30
זאגט: "מרתא
(גבירה)
לבעלה,
בכל מקום האיש גוזר ברם הכא
(ביי שרה)
כל 31
אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה"].
ולפ״ז איז איפכא מסתברא: ביים שם אברהם קען דער אות רי״ש קיין שטארקע תביעה ניט האבן,
אפילו ווען מען זאל אים ניט אריינשטעלן בשמו,
ווייל זיין תוכן איז געבליבן
(אלס א טייל פון "
(אב ל)
כל העולם")
;
משא״כ ביי "שרה" וואס אין
(דעם וואס זי איז געווארן)
"שרה על כל" איז ניטא קיין הוכחה אז דאס איז כולל אויך ״שרי — לי ",
ווייל אזא שררה איז בהיפך ווי ס׳איז אויסגעשטעלט געווארן
(ע״פ תורה)
אז דער בעל איז דער שר
(וכנ״ל פון מדרש),
כמש״נ לפני זה 32
"והוא ימשל בך".
קומט לפי״ז אויס,
אז דורך צונעמען דעם יו״ד פון שרה נעמט מען צו דעם תוכן היו״ד
(דאס וואס ״שרי — לי")
!
בדוחק גדול קען מעז פארענטפערן,
אז אברהם איז דעמאלט נתעלה גע־ ווארן אין א העכערער מדריגה — ״התהלך לפני והי׳ תמים״ 33
— באופן אז נאך זיין עלי׳ 34
איז שוין שרה ניט גע־ ווען 35
קיין שר אויף אברהם
(שרי — לי).
מען קען אבער אזוי ניט זאגן,
ווייל:
א)
לפ״ז וועט אויסקומען אז דער שינוי השם — "שרי אשתך לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה" — איז פאר איר
(אויך)
אן ענין של ירידה !
ב)
דער פסוק "כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה" שטייט ווייטער אין פרשת וירא 31
— כמה זמן נאך דעם ווי דער אויבערשטער האט געזאגט "לא תקרא את שמה שרי כי שרה שמה"
ז.
וועט מען דאס פארשטיין ע״פ דיוק לשון רש״י אויפן פסוק "לא תקרא את שמה שרי״ — "דמשמע שרי לי ולא לאחרים כי שרה סתם שמה שתהא שרה על כל".
דלכאורה: רש״י האט געדארפט זאגן
( ע״ד לשון חז״ל 36 )
— "בתחלה שרי לי ועכשיו תהא שרה על כל".
וע״ד לשון רש״י ביי אברהם׳ן — ״בתחילה ..
אב ..
לארם ..
ועכשיו אב לכל העולם".
איז דער ביאור אין דעם:
לויט פירוש רש״י
(לימוד ע״ד הפשט)
איז שרה טאקע ניט געווען קיין שר אויף אברהם׳ן
(אפילו ווען זי האט געהייסן "שרי").
ווארום,
ווי גערעדט פריער: אין לימוד ע״ד הפשט אין הכרח כלל אז שמות האדם זאלן האבן א שייכות צום
(חײ)
בעל השם.
ועד״ז בעניננו: דער שם "שרי"
(וואס הרן האט געגעבן 37 )
האט ניט געהאט דעם באדייט אז זי איז אנדערש פון דעם אנזאג "והוא ימשל בך״,
ואדרבא — געווען א שר אויף בעלה 38
(אברהם)
!
[און דאס וואס עס שטייט "כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה" איז א)
אנגעזאגט געווארן יארן שפעטער,
און ב)
ועיקר — געזאגט געווארן אלס א חידוש ].
און דערפאר איז רש״י מדייק בלשונו ״לא תקרא את שמה שרי — דמשמע שרי לי ולא לאחרים כי שרה ..
שתהא שרה על כל": ס׳איז ניט דער פירוש אז ״בתחלה״ איז זי געווען ״שרי — לי",
דאס איז נאר א משמעות השם 39
— אבער אויך אזא משמעות דארף נשלל ווערן: וויבאלד דער אויבערשטער וויל איר איצט געבן שררה
(״שר״)
און דאס זאל אויסגעדריקט ווערן אין איר נאמען,
קען זי דעריבער ניט בלייבן ביי איר נאמען "שרי"
(כאטש אז אויך "שרי" איז מלשון שררה 40 ),
ווייל " משמע
(עכ״פ)
שרי לי ולא לאחרים ״ — און די "שררה" פון שרה וועט דאך זיין באופן פון "שרה על כל".
ח.
מיינה של תורה אין פירוש רש״י:
דער ביאור הנ״ל אין דעם וואס דער רי״ש "לא זזה ממקומה"
(אז דער תוכן פון דעם רי״ש איז פארבליבן אויך דער־ נאך)
— איז אויך מתאים מיטן ביאור פנימי אין די צוויי שמות ״אברם״ און "אברהם":
דער אלטער רבי איז מבאר אין תורה אור 41 ,
אז ״אברם״ באשטײט פון צוויי ווערטער "א״ב ר״ם" 42 ,
און דאס מיינט — ״שכל הנעלם מכל רעיון״: ״אב״ איז מרמז אויף ״חכמה״ 43 ,
און ״רם״ װײזט אויף א הויכן,
אפגעטראגענעם שכל — "נעלם מכל רעיון".
און דער שינוי פון ״אברם״ צו ״אברהם״
(״אב המון גוים")
איז מרמז אויפו גילוי : צו אברהם׳ן איז געגעבן געווארן דער כח צו אראפטראגן דעם "שכל הנעלם מכל רעיון",
ביז צו "המון גוים"; ער האט אפילו א "שכל נפלא" 44
(אויך אזא וואס איז
(מצ״ע)
"למעלה מכלי קיבול דשכל אנושי" 45 )
געקענט מסביר זיין אין אן אופן "דגם הפשוט ביותר יכול להבין זאת" 44 .
קומט אויס,
אז דער תוכן פון אות רי״ש
("
(אב)
רם")
איז אויך דא אין שם אברהם — ס׳איז דא דער שכל הנעלם מכל רעיון,
נאר ווי עס איז מאיר ומתגלה למטה,
ביז אין "המון גוים" 46 .
קען מען אבער מיינען אז דורר דעם וואס "שכל הנעלם מכל רעיון" ווערט נמשר צו "המון גוים" ווערט אין אים א ירידה ח״ו — אויף דעם זאגט רש״י אז דער רי״ש " לא זזה ממקומה" 46
: זי איז פארבליבן אין איר "מקום" ומדריגה 47
,
פונקט ווי אין שם ״אברם״
(שכל הנעלם מכל רעיון)
— ווייל דאס איז דער אויפטו
(ובמילא — עלי׳)
פון אברהם,
אז דורך אים ווערט דער חיבור פון "מעלה" און "מטה",
אז "שכל הנעלם מכל רעיון" ווערט נמשך כמו שהוא אין "המון גוים" 48 .
ט.
די הוראה פון דעם ענין בעבודת האדם:
עס איז ידוע 49
אז די ענינים פון די ג׳ אבות זיינען נמשך געווארן צו יעדן אידן בירושה 50 .
ועד״ז איז בנוגע דעם ענין פון ״אברהם״ — "אב המון גוים",
אז יעדער איד האט דעם כח צו אויפטאן אין ״המון גוים״ — בכל העולם כולו.
דארף ער אבער וויסן אז דער "רי״ש ..
אב ..
לארם שהוא מקומו ..
לא זזה ממקומה":
אע״פ אז א איד דארף אויפטאן בכל העולם כולו,
דארף ער אבער וויסן,
אז לכל לראש ליגט אויף אים א חיוב צו משפיע זיין על מקומו וסביבתו 51 ,
און ערשט דערנאר,
ווען ער ווערט אן "אב למקומו",
צו זיין אן "אב לכל העולם".
(משיחת ש־פ לך תשד״מ)