B"H
🏡

Ikar

לך לך ב

אז מילה איז "נכרתו עלי׳ שלש עשרה בריתות״,

איז מקורו — ווי דער כסף משנה צייכנט אן — די משנה ״ספ״ג דנדרים" 7

: גדולה מילה שנכרתו עלי׳ שלש עשרה בריתות.

דער רמב״ם איז אבער מוסיף אויף לשון המשנה: א)

אז די י״ג בריתות נכרתו "עם אברהם אבינו".

ב)

ער איז מפרט די אלע י״ג בריתות.

אעפ״י אז דאס איז פארשטאנדיק,

ווייל מכללי הרמב״ם איז אז ער איז מעתיק לשון המשנה כו׳ 8 ,

און אלס א ספר פון "הלכות הלכות״ 9

איז ער

(כמה פעמים)

מוסיף ומבאר בלשון המשנה כדי די הלכה זאל ארויסקומען מוסבר 10

וברור 11

— פונדעסטוועגן,

פאדערט זיך ביאור בנדו״ד:

דער מקור אויף דברי הרמב״ם — אויף "עם אברהם אבינו" און אויף דעם פירוט פון די י״ג בריתות,

איז

(לכאורה)

אין ירושלמי נדרים 12 ,

דער מאמר פון רבי יוחנן בר מרי׳: "כתיב ביום 13

ההוא כרת ה׳ ברית את אברם 14

לאמר וגו׳ עד ואת בריתי אקים את יצחק וגו׳״ —

מען דארף אבער פארשטיין: פארוואס איז דער רמב״ם משמיט דעם ערשטן פסוק וואס דער ירושלמי ברענגט "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר גו" ובפרט אז דער פסוק שטייט אין דער פרשה פריער 15 ?

ב.

בפשטות: דער רמב״ם רעכנט אויס י״ג בריתות אין פרשה — אן דעם פסוק ״ביום ההוא גו׳״ — איז מובן אז ער האלט אז דער פסוק איז ניט בכללם.

והטעם,

איז ווי דער רמב״ם איז מפרש אין פירוש המשניות 16

: "וי״ג בריתות הם מלת ברית ובריתי הנכפלים במצות הש״י לאברהם אבינו בברית מילה במעמד אחד בפני עצמו״ 17

— און דאס זיינען נאר די וועלכע דער רמב״ם איז מפרט.

משא״כ דער פסוק "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר" רעדט וועגן א ברית

(א)

וואס איז ניט געווען "במעמד אחד" מיט די אנדערע בריתות

(נאכמער: ס׳איז געווען בהפסק כו״כ שנים 18 ),

און

(ב)

וואס איז ניט געווען בשייכות מיט ברית מילה,

נאר ברית בין הבתרים אויף נתינת הארץ 19

לזרעו של אברהם 20 .

אבער לפ״ז איז ניט מובן לאידך,

פארוואס דער ירושלמי ברענגט יא דעם פסוק "ביום ההוא כרת ה׳ וגו׳".

נאכמער תמי׳: דער מאמר אין ירושלמי קומט מסביר זיין וואס די משנה זאגט אז אויף מילה "נכרתו שלש עשרה בריתות״ — ווי עס ווערט אויסגעפירט אין דעם מאמר הנ״ל בירושלמי "שלש עשרה בריתות״ — און אויב מ׳רעכנט אויך דעם פסוק "ביום ההוא כרת ה׳ גו׳",

קומט אויס אז עס שטייען ניט י״ג בריתות,

נאר י״ד 21

!

ג.

אין מפרשים זיינען דא כמה תירוצים אויף דעם:

א)

(אויך)

אין ירושלמי דארף שטיין ניט דער פסוק "ביום ההוא כרת גו׳" נאר דער פסוק "ואתנה בריתי" 22

ווי דער רמב״ם רעכנט; מ׳געפינט אבער אין ראשונים 23 ,

אז זיי זיינען מעתיק פון ירושלמי גירסא הנ״ל,

אז דער פסוק "ביום ההוא כרת" ווערט גערעכנט אלס אײנער

(און ערשטער)

פון די י״ג בריתות — ולפירושם

ב)

לדעת הירושלמי רעכנט מען ניט איינע פון די אנדערע לשונות של ברית וואס שטייען בפרשת מילה

(דעם פסוק 24

"את בריתי הפר") 25 ,

אדער מ׳רעכנט דעם פסוק 26

"והקימותי את בריתי אתו לברית עולם" אלס איין ברית 27 ,

ניט ווי דער רמב״ם וואס רעכנט זיי פאר צוויי בריתות.

ולפ״ז קומט אויס,

אז דער רמב״ם איז מחולק מיט דעת הירושלמי.

אבער: אזוי וואלט מען געקענט זאגן,

ווען עס וואלט געווען א מקור

(מחז״ל),

אז די י״ג בריתות ווערן גערעכנט בהתאם צו דברי הרמב״ם; וויבאלד אבער אז מ׳געפינט עס ניט 28 ,

און דער איינציקער מקור איז דער ירושלמי הנ״ל,

(דער בבלי איז סותם און איז ניט מפרט וועלכע זיינען די י״ג בריתות.

וי״ל אז ער איז זיך סומך אויפ׳ן ירושלמי שקדם בזמן להבבלי — ואכ״מ)

— איז מסתבר,

אז דער ירושלמי און דער רמב״ם,

איז עס ניט א פלוגתא ביניהם,

נאר ע״ד מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

ד.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין די צוויי לעצטע הלכות אין רמב״ם סוף הל׳ מילה,

וז״ל

(אין דער ערשטער פון די צוויי הלכות)

: "מאוסה היא הערלה שנתגנו בה הגוים 29

שנאמר 30

כי כל הגוים ערלים.

וגדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל שנאמר 31

התהלך לפני והי׳ תמים ואתנה 32

בריתי ביני וביניך וגו׳ 33

וכל המפר בריתו של אברהם אבינו והניח ערלתו או משכה אע״פ שיש בו תורה ומעשים טובים 34

אין לו חלק לעולם הבא".

און דערנאך,

אין דער הלכה שלאח״ז: "בא וראה כמה חמורה מילה שלא נתלה למשה רבינו עלי׳ אפילו שעה אחת אף ע״פ שהי׳ בדרך וכל מצות התורה נכרתו עליהן שלש בריתות כו׳ ועל המילה כו׳"

(כנ״ל ריש סעיף א).

דער מקור הפרטים פון די ביידע הלכות איז די זעלבע משנה אין נדרים.

דער רמב״ם אבער איז משנה דעם סדר און אויך דעם לשון בכמה דברים:

אין דער משנה איז נאך דעם מאמר "מאוסה היא הערלה" קומען די מאמרים ועל הסדר: ר״י אומר גדולה מילה שנכרתו עלי׳ שלש עשרה בריתות,

רבי יוסי אומר גדולה מילה שדוחה את השבת החמורה 35 ,

רבי יהושע בן קרחה אומר גדולה מילה שלא נתלה למשה הצדיק עלי׳

(אפילו 35 )

מלא שעה אחת,

רבי נחמי׳ אומר גדולה מילה שדוחה את הנגעים,

רבי אומר גדולה מילה שכל המצות שעשה אברהם אבינו לא נקרא שלם עד שמל שנאמר התהלך לפני והי׳ תמים 36 .

דער רמב״ם ברענגט דא ניט די צוויי מאמרים אז "גדולה מילה" וואס זי איז דוחה את השבת און דוחה נגעים,

קען מען זאגן אז ער איז זיך סומך אויף דעם וואס ער האט זיי שוין פריער,

אין הל׳ מילה 37 ,

געבראכט להלכה: "מילה בזמנה דוחה את השבת ..

ובין בזמנה ובין שלא בזמנה דוחה את הצרעת".

מ׳דארף אבער פארשטיין,

פארוואס ער איז משנה דעם סדר בנוגע די אנדערע מאמרים: צום ערשטן ,

גלייך נאך "מאוסה היא הערלה",

ברענגט ער דעם לעצטן מאמר "גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם כו׳",

לאח״ז ברענגט ער בתור מאמר בפ״ע פון מסכת אבות 38

"כל המפר בריתו של א״א כו׳ אין לו חלק לעוה״ב",

און ערשט דערנאך שטעלט ער בהלכה בפ״ע דעם מאמר אין אונזער משנה "שלא נתלה למשה רבינו עלי׳ אפילו שעה אחת",

און צום סוף — דעם ערשטן מאמר אין דער משנה,

מעלת המילה אז "נכרתו עלי׳ י״ג בריתות"?

ה.

בפשטות יש לומר,

אז דער רמב״ם שטעלט אויס דעם סדר המאמרים — בהתאם מיט דעם

(ווי דער רמב״ם נעמט אן דעם)

חילוק בתוכנם ,

והיינו אז אין דעם זיינען דא צוויי סוגי מעלות,

וואס ער צעטיילט זיי אין צוויי באזונדערע הלכות:

אין דער ערשטער הלכה

(הלכה ח)

רעדט דער רמב״ם די ענינים אין ברית מילה וועלכע זיינען בשייכות להגברא — און דער סוג איז כולל די שלילה — דאס וואס "מאוסה היא הערלה שנתגנו בה הגוים ״,

און דעם חיוב — "גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל כו׳"; און דעריבער ברענגט ער בהמשך לזה אויך דעם מאמר פון מס׳ אבות "כל המפר בריתו כו׳ אין לו חלק לעוה״ב",

וואס איז בנוגע צום גברא.

אין דער צווייטער הלכה

(הלכה ט)

רעדט דער רמב״ם וועגן די ענינים בנוגע צו דער מעשה און חפצא של

(מצות)

מילה,

און דערפאר ברענגט ער די אנדערע מאמרי חז״ל: "שלא נתלה למשה רבינו עלי׳ אפילו שעה אחת"

(אן ענין אין שלילה),

און "כל מצות התורה נכרתו עליהן ג׳ בריתות כו׳ ועל המילה נכרתו י״ג בריתות עם אברהם אבינו"

(אן ענין אין חיוב).

עס איז אבער ניט פארשטאנדיק,

וואס דער רמב״ם איז משנה: א)

אין דער משנה איז דער לשון "גדולה מילה" ביי ביידע ענינים: " גדולה מילה שנכרתו עלי׳ י״ג בריתות",

" גדולה מילה שלא נתלה לו למשה כו׳״.

— דער רמב״ם אין דער ערשטער הלכה זאגט

(כלשון המשנה)

" גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל כו׳",

אבער אין דער צווייטער הלכה איז ער משנה מלשון המשנה גדולה און זאגט "בא וראה כמה חמורה 39

מילה שלא נתלה למשה כו'" 40 ,

און בהמשך לזה זאגט ער

(בוא״ו המוסיף)

" ו כל מצות התורה כו׳" וואס פון פשטות לשונו איז משמע אז דער ווארט "חמורה" באציט זיך אויך צום צווייטן ענין,

וואס אויף מילה "נכרתו שלש עשרה בריתות״ —

אויך פאדערט זיך ביאור: ב)

אין דער משנה שטייט בלויז "גדולה מילה שנכרתו עלי׳ י״ג בריתות" ניט דערמאנענדיק דעם יתרון פון מילה לגבי כל מצות התורה,

וואס דער ענין ווערט געבראכט אין גמרא במק״א

(במס׳ ברכות 41 )

: "צריך שיקדים ברית לתורה שזו נתנה בשלש בריתות וזו נתנה בי״ג בריתות".

ג)

דער רמב״ם ברענגט דאס ניט מיטן לשון

( ע״ד לשון הגמרא)

"כל התורה

(כולה)

נכרתו עלי׳

(נתנה ב)

ג׳ בריתות"

[ כלשונו פריער אין הל׳ ברכות 42

ווען ער ברענגט דעם מאמר הנ״ל אין ברכות],

נאר ער זאגט: "כל מצות התורה נכרתו עליהן כו׳".

ו.

וי״ל הביאור אין דעם:

אין ברית מילה זיינען דא צוויי ענינים 42*

: א)

דער ענין כללי פון ברית,

ב)

ברית אלס מצוה פרטית.

וע״ד ווי מען געפינט בכמה מצות,

לדוגמא ביי מצות תפלה: דער ענין העבודה פון תפלה — וואס מ׳לערנט 43

אפ פון "לעבדו בכל לבבכם" 44 ,

״ועבדתם את ה״א״ 45

— איז ״מהציווים הכוללים" 46

; אין דעם איז אבער אויך פאראן אן ענין פרטי,

וואס דאס איז דער ציווי לתפלה

(בדיבור).

[וואס דערפאר רעכנט דער רמב״ם אין מנין התרי״ג מצות אויך מצות התפלה,

כאטש אז ער שרייבט אין די שרשים 47

אז "אין ראוי למנות הציווים הכוללים התורה כולה",

ווי תפלה,

מ׳רעכנט עס אבער ווייל

(ווי דער רמב״ם זאגט)

"יש 46

בו יחוד אחר שהוא ציווי לתפלה"].

ועד״ז בענין התשובה: ס׳איז דא דער ענין

(כללי)

פון תשובה — חרטה על העבר וקבלה על להבא,

וואס איז מהציוויים הכוללים און איז פארבונדן מיט קבלת עול מלכות שמים

(וואס דערפאר ווערט עס ניט גערעכנט אין מנין המצות)

; און פאראן דער ענין פרטי פון תשובה,

וואס באשטייט פון וידוי דברים

(און דאס ווערט גערעכנט אין רמב״ם במנין המצות 48 ).

און ס׳איז פארשטאנדיק,

אז ביים מקיים זיין דעם ענין מיוחד פון תפלה

( — בדיבור)

אדער תשובה

( — בוידוי דברים)

האט מען ניט נאר דעם גדר פרטי שבזה נאר אויך דעם ענין כללי פון תפלה און תשובה,

הכולל התורה כולה.

עד״ז

(און נאכמער)

איז בנוגע לברית מילה: ס׳איז א מצוה פרטית,

איינע פון די תרי״ג מצות; ברית מילה איז אבער אויך אן ענין כללי,

ברית פון אידן בכל איבריהם וכו׳ ובכל עניניהם וכו׳ מיט׳ן אויבערשטן; בסגנון אחר: ס׳איז דער ברית וגמר קדושת ישראל 49

בא יעדן אידן.

[ ע״ד ווי מ׳געפינט די צװײ ענינים בהדגשה בא מילת גר: דער ענין כללי פון מילה,

אלס גדר פון גירות ,

דערמיט גייט ער אריין אין קדושת ישראל; און מילה אלס קיום מצוה פרטית פון מילה,

ווי דער ראגאטשאווער איז דאס מבאר 50 ].

ז.

און דאס זיינען די צוויי הלכות אין רמב״ם:

אין דער ערשטער הלכה

(הלכה ח)

רעדט דער רמב״ם וועגן דעם ענין כללי,

דעם כללית׳דיקן תוכן פון ברית מילה,

ווי דאס איז פארבונדן מיטן גדר

(קדושת)

ישראל; און אין דער צווייטער הלכה

(הלכה ט)

איז דער מדובר וועגן דער מצוה פרטית,

דעם גדר פרטי פון ברית מילה.

דערפאר זאגט דער רמב״ם אין דער ערשטער הלכה: "מאוסה היא הערלה שנתגנו בה הגוים שנאמר כי כל הגוים ערלים ",

וואס דערמיט מיינט ער ניט בלויז צו מדגיש זיין די מיאוס וגנות שבערלה נאר

(בעיקר),

אז אין דעם באשטייט דער הבדל צווישן גוים און בני ישראל — אז "ערלה" איז א זאך "שנתגנו בה הגוים ",

און דער אויפטו פון מילה אז דאס שאפט די שלימות אין ישראל און דעם קשר הברית פון אידן מיטן אויבערשטן.

און דאס איז מוסבר אין דעם וואס דער רמב״ם זאגט נאכדעם: "גדולה היא המילה שלא נקרא אברהם אבינו שלם עד שמל שנאמר התהלך לפני והי׳ תמים ואתנה בריתי ביני וביניך גו׳": די שלימות פון ישראל,

דער ברית מיטן אויבערשטן,

איז דורך מילה דוקא.

און דעריבער איז דער רמב״ם ממשיך אין דער הלכה און ברענגט דעם מאמר ממס׳ אבות "כל המפר בריתו של אברהם אבינו כו׳ אע״פ שיש בו תורה ומעשים טובים אין לו חלק לעוה״ב" ,

וואס דא זעט מען באופן בולט ביותר,

אויף וויפל ברית מילה איז פארבונדן מיט דעם עצם 51

גדר

(קדושת)

ישראל 52 .

אין דער צוױיטער הלכה רעדט דער רמב״ם וועגן מילה אלס א מצוה פרטית,

אז אפילו ווי א מצוה פרטית האט זי אין זיך א מעלה נוספת לגבי אלע אנדערע מצות.

און דאס איז דער רמב״ם מדגיש בשינוי לשונו גלייך בתחילת ההלכה: ״בא וראה כמה חמורה מילה״ — ניט " גדולה מילה" ווי ער זאגט אין דער הלכה הקודמת

(און ווי לשון המשנה כנ״ל)

ווייל דא רעדט דער רמב״ם וועגן דער חומרא

(בעונש וכיו״ב ותו לא)

פון מילה,

מילה אלס מצוה פרטית

(און דערויף פאסט דער לשון ״חמורה״)

— און אין דעם בריינגט ער די צוויי ענינים: שלא נתלה למשה רבינו עלי׳ אפילו שעה אחת אף ע״פ שהי׳ בדרך,

וואס ווייזט אויף דער גרויסער הארבקייט פון מצות מילה; און נאך אן ענין אין וועלכן מ׳זעט אויף וויפל ס׳איז ״ חמורה מילה״ לגבי אנדערע מצות — " וכל מצות התורה נכרתו עליהן שלש בריתות כו׳ ועל המילה נכרתו שלש עשרה בריתות".

והיינו,

אז דא רעדט ער ניט וועגן דער מעלה פון מילה לגבי כללות התורה,

נאר לגבי יעדער מצוה

(בפ״ע)

פון אלע מצות התורה,

וואס בא יעדער פון זיי איז "נכרתו שלש בריתות",

און "על המילה נכרתו י״ג בריתות" 53 .

משא״כ אין משנה,

וואו דער לשון איז " גדולה מילה שנכרתו עלי׳ י״ג בריתות",

(גדולה — ע״ד גדול שכולל בכ״מ: לפי ענינו בשנים בחכמה ביר״ש בענקים 54 ,

ביז ע״ד גדול הוי׳)

ווערט דערמיט געמיינט דער ענין כללי פון מילה — ווי מילה איז אן ענין כללי אין גאנץ תורה ומצות.

וואס דערפאר איז זי "גדולה"

(פון כל התורה ומצות)

דערמיט וואס ״נכרתו עלי׳ י״ג בריתות״ 55

(משא״כ כל התורה כו׳,

וואס אויף דעם זיינען געווען בלויז ג׳ בריתות).

ח.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם חילוק צווישן דעם רמב״ם און דעם ירושלמי,

וואס דער רמב״ם ברענגט ניט דעם פריערדיקן פסוק "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר",

כאטש ער ווערט געבראכט אין ירושלמי:

אין ירושלמי קומט דער מאמר ווי א פירוש און ביאור אויף דברי המשנה " גדולה מילה שנכרתו עלי׳ שלש עשרה בריתות",

דהיינו די מעלה און "גדולה" פון מילה אלס ברית כללי,

וואס איז פארבונדן מיט דעם גדר

(קדושת)

ישראל בכלל — און צו דעם ענין איז אויך שייך דער פסוק "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר".

די הסברה אין דעם: אע״פ אז דער ברית כללי מיטן אויבערשטן,

קומט בפועל דורך דעם ברית פרטי,

דורכן קיום פון דער מצוה פרטית פון מילה — "בריתי בבשרכם לברית עולם"

(ע״ד הנ״ל בתפלה ותשובה)

— אעפ״כ איז דער ברית כללי פאראן בא יעדער אידן,

אויך אין פאל ווען ער האט

(צוליב א סיבה ע״פ תורה)

ניט געקענט מקיים זיין מצות מילה בפועל.

ווי די משנה זאגט אין נדרים: קונם שאיני נהנה לערלים מותר בערלי ישראל ואסור במולי עכו״ם שאיני נהנה למולים אסור בערלי ישראל ומותר במולי עכו״ם שאין הערלה קרוי׳ אלא לשם עכו״ם שנאמר כי כל הגוים ערלים וכל בית ישראל ערלי לב.

ומוטעם בזה פארוואס די משנה ברענגט דעם מאמר אלס הקדמה צו די ווייטערדיקע מאמרים "מאוסה היא הערלה כו׳ גדולה היא המילה שנכרתו עלי׳ כו׳״ — לרמז,

אז דער ברית כללי איז בעצם פאראן בא יעדן אידן,

נאר דער גמר הדבר,

בפועל ובגילוי,

טוט זיך אויף דורך דעם קיום פון ברית מילה "בבשרכם" 56 .

ויש לומר דעם טעם דערפון,

ווייל אזוי איז עס געווען ביים ערשטן אידן,

אברהם אבינו: דער "ברית כללי" צווישן דעם אויבערשטן און אברהם אבינו איז ניט געווען בזמן און דורך ברית מילה ,

נאר א סך יארן פאר דעם — בברית בין הבתרים,

"כרת ה׳ את אברם ברית לאמר גו׳",

און דאס איז געווען א ברית מיט אברם וזרעו אחריו; נאר דערנאך,

כמה וכמה שנים לאח״ז,

איז געווען דער ציווי פון אויבערשטן צו אברהם׳ען אז אט דעם ברית דארף מען קובע זיין "בבשרכם"

(דורך מצות מילה).

און דערפאר איז עס אויך אזוי בא זרעו אחריו: דער ברית כללי צווישן א אידן און דעם אויבערשטן איז אלעמאל קיים,

גלייך כשנולד,

אויך כשמתו אחיו מחמת מילה און דערפאר לא מל 57 ,

גלייך ווי ער ווערט געבארן איז ער בקדושת ישראל.

ועפ״ז איז פארשטאנדיק,

אז די י״ג בריתות וואס דער רמב״ם רעכנט אויס זיינען בתוכנם די זעלבע ווי די י״ג בריתות וועלכע ווערן גערעכנט אין ירושלמי,

נאר דער ירושלמי איז מקדים

( הקדמה להענין — ולא נכנס בהמנין שבהענין)

דעם פסוק "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר גו׳",

ווייל ער רעדט פריער וועגן מילה אלס ברית כללי,

ד.

ה.

ווי דאס וואס נכרתו עלי׳ י״ג בריתות איז מדגיש אז מילה איז א ברית כללי צווישן א איד מיטן אויבערשטן — דעריבער ברענגט ער אלס הקדמה לזה דעם פסוק וואס רעדט וועגן דעם ברית כללי.

דער רמב״ם אבער קומט אין דער צווייטער הלכה זאגן אז אויך מילה אלס מצוה פרטית איז "חמורה" פון כל מצות התורה,

כנ״ל.

דעריבער האט דא ניט קיין ארט דער פסוק "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר",

וואס רעדט וועגן דעם ברית כללי

(הגם אז אויך דאס איז פאראן אין מילה),

נאר ער פאנגט אן פון פסוק "ואתנה בריתי" ביז צום פסוק "ואת בריתי אקים את יצחק",

י״ג בריתות וואס אלע נאמרו "במעמד אחד",

בנוגע דעם ברית פרטי,

כנ״ל.

(משיחות ש״פ נשא ויום ב׳ דחגה״ש תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.