B"H
🏡

Ikar

נח-ז' מ"ח

א.

ז׳ מרחשון 1

פאלט אויס אלעמאל 2

אין דער וואך וואס נאך ש״פ נח.

וע״פ הידוע אז ימי השבוע האבן א שייכות צו יום השבת שלפניהם,

דמיני׳ מתברכין 3 ,

איז מובן,

אז דער תוכן פון ז׳ מרחשון האט א קשר 4

מיט

(ועכ״פ מרומז אין)

די ענינים 5

פון פרשת נח.

ז׳ מרחשון איז דער טאג ווען "שואלין את הגשמים — ט״ו יום אחר החג,

כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת" 6 ,

ד.

ה.

ביז דעם טאג איז בא אידן נאך אלץ געווען א המשך פון דעם מצב פון עלי׳ לרגל דחג הסוכות.

און דאס איז נוסף אויף דעם וואס

(בלשון הש"ך 7 )

" דומה להם כאילו הם עדיין בא״י עסוקים בעניני הרגל ",

נאר ווייל אזוי איז דער ענין ע״פ תורת אמת — ובלשון הכתוב 8

"ולא יחמוד איש את ארצך בעלותך לראות את פני ה׳ אלקיך",

וואס דאס נעמט ארום דעם גאנצן זמן — פון התחלת עליתם לרגל ביז זייער אומקערן זיך צוריק למקומם ממש 9 ,

והיינו ביז ז׳ מרחשון,

ווען דער "אחרון שבישראל" דערגרייכט "לנהר פרת" גבול א״י.

און אע״פ אז פון ז׳ מרחשון,

ווען יעדער עולה לרגל איז שוין געקומען למקומו תחת גפנו ותחת תאנתו 10 ,

איז מען לכאורה אין א מצב פון ירידה לגבי דעם מצב פון " בעלותך לראות את פני ה״א",

אין ביהמ״ק,

איז אבער ע״פ הוראת חז״ל 11

"מעלין בקודש",

אז א איד דארף שטענדיק גיין אלץ העכער און העכער,

מחיל אל חיל 12

— דארף אויסקומען אז אין דעם איז דא אויך א מעלה ועלי׳ לגבי דעם מצב פון עלי׳ לרגל.

ב.

דער ביאור בזה

(ווי שוין גערעדט כמה פעמים 13 ),

אז דוקא בשעת א איד קומט לביתו ולמקומו און ער פארנעמט זיך מיט עבודת האדמה,

אדם חורש ואדם זורע 14

וכיו״ב,

האט ער דעמאלט די מעגלעכקייט צו מקיים זיין מצות התלויות בארץ כפשוטו,

און ממשיך זיין קדושה אויך בכל דבריו ועניניו,

״מעשיך ודרכיך״ הגשמיים — אן עבודה וועלכע איז ניט שייך ווען ער געפינט זיך בעלותו לרגל אין ירושלים 15

און בביהמ״ק.

איז דאך דאס אן עלי׳ אין זיין עבודה,

ובשתים — סיי מצד מעשה הגברא און סיי מצד דער חפצא:

רז״ל זאגן 16

נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים ,

וואס דאס ווערט דורכגעפירט דורך קיום המצות אין דברים גשמיים ,

ובמיוחד מיט די מצות התלויות בארץ שדה וכרם וכו'.

ווען א איד נעמט דברים גשמיים,

וועלכע זיינען מצד עצמם ניט קיין "חפצי שמים",

און איז מיט זיי מקיים א מצוה און מאכט פון זיי א חפץ של מצוה וקדושה וכיו״ב — ווערט דערמיט געשאפן א דירה לו ית׳ בתחתונים ,

אז קדושתו של הקב״ה ווערט נמשך און נעמט דורך די דברים תחתונים.

ועד״ז בנוגע לגברא: זייענדיק אין ירושלים ובביהמ״ק,

דארט איז דער איד ניט אריינגעטאן

(אויף אזויפיל)

אין דער עבודה מיט דברים גשמיים

("תחתונים").

ער געפינט זיך אין א מקום וואס איז קדוש מלכתחילה,

און ער האט צו טאן רובו ככולו מיט עניני קדושה.

דארט איז עיקר עבודתו: "יראה כל זכורך את פני האדון ה׳״ 17

— ראיית אלקות 18 .

קומט אויס,

אז דוקא בז׳ מרחשון,

ווען יעדער איד קומט למקומו,

איז דא די מעלה בעבודת הגברא בתחתונים ממש — יעדער איד ווערט א שליח דורכצופירן דעם ענין פון "נתאווה הקב״ה" וועלכע קען ניט דורכגעפירט ווערן

(אויף אזויפיל)

בעלייתם לרגל; און אויך די מעלה אין דעם נפעל,

בהחפצא ,

אז ער מאכט א דירה פאר דעם אויבערשטן בתחתונים .

ג.

און אע״פ אז אט די מעלה אין דער עבודת ישראל פון ז׳ מרחשון אן

(לגבי דעם מצב ועבודת ישראל בעלי׳ לרגל)

איז דאס טאקע אזוי לפי האמת

(בפנימיות ותכלית הענינים)

מצד דעם רצון ה׳ וכוונתו ית׳ — בגילוי אבער און ווי ס׳איז נרגש ביי יעדן אידן,

איז דאך עבודת בנ״י פון ז׳ מרחשון אן פארט פארבונדן מיט א מצב של ירידה,

און א ירידה עצומה — פונעם מעמד ומצב הכי נעלה פון "יראה כל זכורך את פני האדון ה׳",

"כדרך שבא לראות כך בא ליראות וכו׳״ 19 ,

צו דעם מצב ועבודה פון זיין פארנומען זיין מיט עבודת האדמה ועובדין דחול כו׳ — אן עמל וטירחא בפשטות,

און אויך אן עבודה של יגיעה וטירדא ברוחניות.

א איד איז דאך מרגיש אז ער איז ניט אין דעם מצב נעלה פון ביהמ״ק,

"לפני ה׳" 20 .

איז צוזאמען דערמיט "פילן" אידן אויך די מעלה גדולה שבזה.

וע״ד ווי מ׳געפינט בנוגע כניסתם של בנ״י פון מדבר אין א״י:

זייענדיק אין מדבר,

האבן אידן ניט געהאט קיין דאגות וועגן זייערע צרכים הגשמיים: זיי האבן אלץ באקומען מן המוכן,

פון דעם אויבערשטן,

סיי בנוגע לאכו״ש

(מן,

לחם מן השמים 21 ,

מים מבארה של מרים 22 ),

סיי בנוגע להלבושים — די ענני הכבוד וואס "היו שפים בכסותם ומגהצים אותם" 23 .

אין אזא מצב האבן זיי זיך געקאנט אפגעבן אינגאנצן מיט ענינים רוחניים,

לימוד התורה וכו׳ 24 .

משא״כ בכניסתם לארץ,

וואס דעמאלט האבן זיי שוין מער ניט געהאט קיין לחם מן השמים און זיי האבן זיך געדארפט אפגעבן מיט עבודת האדמה — כי תבואו אל הארץ גו׳ שש שנים תזרע שדך וכו׳ 25 ,

און די אלע עבודות הקשורות בזה: יעדער איד האט געדארפט זיך עוסק זיין צו באזארגן זיין הצטרכות באכו״ש ולבושים וכו׳.

און אין אזא סדר החיים,

איז דאך,

כמובן,

א סך שווערער צו אפגעבן זיך מיט ענינים רוחניים.

ביז אז די מרגלים האבן

(מהאי טעמא)

איבערגערעדט אידן ניט צו

(וועלן)

אריינגיין אין א״י

(ווי מבואר אין ספרים 26 ).

ד.

אעפ״כ געפינט מען,

אז נאכן חטא המרגלים זאגט דער פסוק 27

( בהמשך לזה)

"כי תבואו" וואס פירושו איז,

ווי רש״י איז מפרש: " בשר להם שיכנסו לארץ״ — וואס לכאורה איז דאס ניט מובן: הן אמת אז נאכדעם ווי "קצף ה׳ עליהם והרעים בקול רעש ורוגז עד 28

מתי לעדה הרעה הזאת וגו׳ במדבר הזה יפלו פגריכם וגו׳ אני ה׳ וגו'" 29

איז "נכנע ונשבר לבם בקרבם" 29

און דערפאר זיינען זיי געווען גרייט גלייך אריינצוגיין 30

לארץ — מיט וואס איז אבער דער "תבואו" פאר זיי א בשורה

(טובה),

וויבאלד דאס איז דאך פארט א ירידה לגבי זייער מעמד ומצב אין מדבר?

ובפרט זייענדיק א "דור דעה" 31 ,

האבן זיי זיכער ניט געיאגט זיך,

"נתאוו" צו

(האבן א גשמית׳דיקע לאנד און)

פארנעמען זיך מיט ענינים גשמיים.

ע״פ הנ״ל איז דאס מובן: וויבאלד אז דוקא קומענדיק אין א״י וועלן זיי האבן די מעגלעכקייט צו מאכן פון די חפצי העולם א חפצא של קדושה דורך קיום המצות התלויות בארץ כו׳

(וכמרז״ל 32

בנוגע אפילו למשה איש האלקים 33 )

ווי דער פסוק איז ממשיך נאך "כי תבואו" וועגן די מצות פון

(נסכים 34 )

חלה וכו׳

(ניט ווי אין מדבר וואס דארטן האבן זיי ניט געהאט צו טאן

(אויף אזויפיל)

מיט דברים גשמיים)

פירט זיך דורך דאמאלס דער נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים.

און דעריבער,

נוסף ע״ז וואס בשעת א איד ווייס אז ער גייט דורכפירן דעם רצון פון אויבערשטן

(וועלכן רצון עס זאל זיין)

וואס איז גורם א נח״ר למעלה,

כמרז״ל 35

"נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני",

איז דאס א בשורה

(טובה)

פאר יעדן אידן און ברענגט אים שמחה,

ובנדו״ד,

וויבאלד אז די עבודה איז פארבונדן מיט " נתאווה הקב״ה",

מיטן תענוג פון דעם אויבערשטן,

איז ווען א איד פירט דורך די עבודה ווערט דאס דער "נתאווה",

דער אמת׳ער עונג פון דעם אידן גופא

[ובפרט בא די אידן וואס די תורה 36

זאגט אויף זיי "ואתם הדבקים בה״א חיים כולכם היום" 37 ,

ווערט ביי זיי אין דער עבודה פון לעשות לו דירה בתחתונים דערהערט דער תענוג הבורא,

ביז באופן אז דאס ווערט זייער תענוג אויך בגלוי].

ועד״ז איז מובן בנוגע דער עבודה פון יעדער אידן פון נאך ז׳ מרחשון,

בחזרתם לביתם,

אז דער מעלין בקודש און די הליכה מחיל אל חיל איז ניט בלויז אין דער עבודה עצמה,

נאר אויך בהרגשתם וכמש״נ 38

"וילכו לאהליהם שמחים וטובי לב״ 39

און נאכמער — דאס וואס אידן זיינען מרגיש אין דער עבודה פון נאך ז׳ מרחשון דעם תענוג הבורא מצד נתאווה הקב״ה,

איז א העכערער עילוי ווי דער הרגש הנח״ר וועלכן זיי האבן בעלותם לרגל זעענדיק דעם גילוי שכינה בביהמ״ק.

ווארום בעלי׳ לרגל איז עס באופן פון א נח״ר וואס עס האט א נברא ; וואס א איד האט נח״ר פון דעם גילוי שכינה 40

(בדוגמת נשמות בגן עדן וואס " נהנים מזיו השכינה" 41 ).

משא״כ דער תענוג ונח״ר אין דער עבודה פון ז׳ מ״ח אן — איז פארבונדן מיט דעם "נתאווה",

מיטן תענוג ונח״ר לבורא ,

וואס דער איד "פילט"

( מצד ביטולו )

בעבודתו 42 .

ה.

מ׳דארף אבער פארשטיין:

ז׳ מרחשון איז דאך דער זמן ווען דער " אחרון שבישראל" איז מגיע לנהר פרת,

אבער אלע אנדערע אידן,

וועלכע לעבן אין די נעענטערע מקומות שבא״י,

זיינען אנגעקומען למקומם אין די פריערדיקע טעג,

ביז אז די וואס האבן געוואוינט בסמוך לירושלים זיינען אנגעקומען לבתיהם גלייך נאך יו״ט.

ועפ״ז,

וויבאלד אז רוב רובם של בנ״י קומען לבתיהם פאר ז׳ מרחשון

(און בלויז ביי מתי מספר נמשך זמן ביאתם עד ז׳ מרחשון),

קומט אויס אז ביי רובם ככולם הויבט זיך אן די עבודה בשדה

(״בתחתונים״)

(א סך)

פריער —

אבער פון דעם וואס ז׳ מרחשון איז נקבע געווארן ע״פ תורת אמת אלס זמן פון שאילת גשמים פאר אידן אין גאנץ א״י

(און אויך בזמן הזה 43 ),

איז מובן,

אז דוקא דעמאלט פאנגט זיך אן דער זמן העבודה הנ״ל

(פון לאחרי הרגל,

למעליותא)

פאר אלע אידן אין א״י.

ו.

וי״ל דעם ביאור בזה:

דער אלטער רבי איז מבאר אין תניא 44

דעם דיוק לשון חז״ל "נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים ״ — אז מיט "תחתונים" ווערט געמיינט דער "עוה״ז הגשמי והחומרי ממש" וועלכער איז "תחתון במדריגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית׳".

וואס דערפון איז פארשטאנדיק,

אז אין "עוה״ז הגשמי והחומרי ממש" גופא,

איז דער עיקר ענין ה״דירה" ווערט אויפגעטאן אין דעם "תחתון שאין תחתון למטה ממנו" אין עוה״ז גופא 45 .

ועפ״ז איז מובן בעניננו,

אז ווען פירט זיך דורך דער "נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים",

איז עס ניט אזוי בשלימות אין דער עבודה פון די אידן שבירושלים

(וסמוך לה,

וואס דארטן איז מאיר קדושת ירושלים)

— נאר דורך דער עבודה פון די אידן וועלכע געפינען זיך בריחוק מקום פון ירושלים — וואס דער ריחוק מקום גשמי איז פארבונדן מיטן ריחוק מקום ברוחניות — וואס דער פני הוי׳,

אור אלקי,

לייכט דארט ניט אזוי ווי בירושלים 46

וסמוך לה

(און ווי דאס איז כפשוטו,

אז קדושת ירושלים 47

און אויך סמוך לה 48

איז מער מקודש ווי די מקומות שמחוצה להם).

ביז צו דעם "תחתון שאין תחתון למטה ממנו״ — די עבודה פון דעם " אחרון שבישראל",

וואס איז אין דעם "מקום ישוב היותר רחוק מירושלים" 49 .

ז.

ויתרה מזה: דער ענין פון ז׳ מרחשון

(ווען הגיע האחרון שבישראל לביתו)

איז נוגע צו אלע אידן 50

— ווייל בשעת ס׳איז דא די עבודה אויך פון דעם "אחרון שבישראל",

טוט זיך אויף די ״דירה לו ית׳״ בשלימות מער — בא אלע אידן,

בכל ארץ ישראל.

ובדוגמת דירת בשר ודם דא למטה 51

: א דירת אדם באשטייט פון כמה חדרים — חדר אכילה,

חדר שינה,

וכו׳ ביז צו דעם חדר וואס איז פטור ממזוזה 52 .

והיינו,

אע״פ אז די חדרים זיינען ניט גלייך אין דער חשיבות ההשתמשות והדירה בהם: פאראן חדרים וואס אין זיי איז עיקר תשמישו ודירתו,

פאראן חדרים וואס זיינען נאר טפל 53 ,

ביז טפל דטפל — אעפ״כ זיינען זיי אלע איינגעשלאסן אין איין און דער זעלבער דירה .

ד.

ה.

די בעלות האדם,

אלס זיין דירה ,

איז בשווה אין אלע חלקי הדירה.

און דוקא בשעת עס זיינען דא

(ניט בלויז דער חדר אין וועלכן ער טוט עיקר תשמישו 54 ,

נאר אויך 55 )

אלע אנדערע טפל׳דיקע חדרים,

ווערט דעמאלט איין שלימות׳דיקע דירה 56 .

ועד״ז 57

איז דאס בנוגע כביכול לדירתו של הקב״ה 58

:

בעבודת ישראל זיינען דא כמה חילוקים: כהנים ולוים

(וואס עיקר עבודתם איז אין מקדש),

ביז צו א כה״ג וואס ביתו איז בירושלים און ער טאר ניט ארויסגיין פון ירושלים לעולם 59

; און עס איז אויך דא די עבודה פון בני ישראל וואס איז ניט פארבונדן

(בגלוי)

מיטן ביהמ״ק וירושלים,

ביז צו די וואס זייער עיקר עבודה איז במקום הכי רחוק מירושלים,

ביי "נהר פרת",

ועי״ז ברענגען זיי אריין קדושה אין דברים תחתונים גשמיים 60 .

און דוקא דורך דער עבודה פון אלע אידן אין די פארשידענע אופני עבודה ווערט כביכול "צונויפגעשטעלט" 61

איין

(גאנצע)

דירה פאר דעם אויבערשטן.

וואס דער ענין דריקט זיך אויס אויך אין הלכה : עס זיינען דא כמה דינים בשייכות לא״י וואס זיינען פארבונדן מיטן תנאי פון "כל יושבי׳ עלי׳" 62 ,

אזוי ווי יובל וכל הדינים השייכים לזה

(בתי ערי חומה,

גר תושב וכו׳ וואס זיינען נוהג נאר בזמן שהיובל נוהג 63 ).

און דער פירוש פון "כל יושבי׳ עלי׳" איז ניט נאר אז אלע אידן דארפן זיין בארץ ישראל "ולא בזמן שגלו מקצתן" 64 ,

נאר "שלא יהיו מעורבבין שבט בשבט אלא כולן יושבין כתקנן " 65 .

וואס דערפון איז מובן אויך בנוגע צו יעדן שבט גופא 66 ,

אז אין דעם זמן וואס "יושבין

(פון יעדן שבט גופא,

איז)

כתיקנן" איז דעמאלט די שלימות ישוב הארץ,

אלס דירה פאר אלע אידן

(ובמילא קומט דאס ארויס בגילוי אין דעם אז דוקא דעמאלט איז דער זמן פון "דרור בארץ לכל יושבי׳" 67 ,

חירות פאר אלע אידן) 68 .

ח.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם טעם פארוואס דוקא ז׳ מרחשון איז דער זמן

(פון שאילת גשמים)

וואס פאראייניקט אלע אידן אין דער עבודה פון לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים:

אין דער עבודה פון בנ״י בירושלים וסמוך לך אין דעם זמן שלפנ״ז ,

איידער מ׳האט די עבודה פון דעם "אין תחתון למטה ממנו",

איז נאך ניטא דער ענין ה״ דירה "

(בשלימותה),

ווארום "נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים " דוקא,

די "דירה" פון אויבערשטן איז אין דעם "אין תחתון למטה ממנו";

לאחרי אבער ווי "הגיע אחרון שבישראל לנהר פרת" און מ׳האט די עבודה אין דעם "תחתון שאין תחתון למטה ממנו״ — דעמאלט ווערט נתגלה ווי די "דירה לו ית׳" ווערט אויפגעטאן דורך אלע אידן שבכל ארץ ישראל 69 ,

סיי דורך די אידן וואס לעבן בירושלים וסמוך לה און סיי דורך די אידן וואס מקומם איז בגבול הארץ,

בנהר פרת "מקום ישוב היותר רחוק מירושלים" 49 .

ווייל,

כנ״ל,

דער גדר פון א דירה איז איין ענין וואס ווערט צונויפגעשטעלט פון כמה חדרים.

ט.

אין דעם געפינט מען אויך אן ענין נפלא בנוגע דער אחדות פון אידן:

אע״פ אז בשעת אידן האבן עולה לרגל געווען לירושלים בביהמ״ק,

זיינען זיי אלע געשטאנען ביחד בירושלים ובביהמ״ק אין אן אופן פון "יראה כל זכורך" בפשטות,

און אויך ברוחניות 70

זיינען אלע געווען בלב אחד "לראות את פני ה״א";

משא״כ ווען יעדער איד איז געקומען תחת גפנו ותחת תאנתו,

ביז צו ז׳ מרחשון ווען אויך דער "אחרון שבישראל" איז אנגעקומען למקומו,

וואס

(בחיצוניות)

זיינען זיי דעמאלט ניט געווען אין א מצב פון אחדות

(ווי בעת עלייתם לרגל),

זייענדיק אפגעטיילט איינער פון צווייטן —

אבער

(בפנימיות)

האט זיך דוקא דעמאלט אויפגעטאן די אמת׳ע אחדות,

וואס שאפט די

(שלימות)

קדושת הארץ דורך דעם וואס "כל יושבי׳ עלי׳" 71

און אין אן אופן וואס אינן מעורבבין.

ועד״ז אין דער השלמת הכוונה פון "נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים",

אז דוקא דורך דעם וואס יעדער איינער איז אפגעטיילט פון דעם צווייטן אידן,

סיי במקומו און אויך באופן עבודתו,

מאכן זיי

(אלע צוזאמען)

די דירה לו ית׳ בתחתונים .

יו״ד.

ע״פ כל זה יש לבאר די שייכות פון ז׳ מרחשון צו פרשת נח:

בנוגע דעם חטא פון דור הפלגה 72

איז מבואר אין מפרשי התורה 73 ,

אז זיי האבן געוואלט אז דער גאנצער ישוב בני אדם זאל זיין במקום אחד און דערפאר האבן זיי געוואלט בויען אן עיר ומגדל וועלכע זאל זיי אלע מאחד זיין צוזאמען — און דאס איז געווען היפך כוונת הקב״ה בבריאת העולם: " מלאו הארץ וכבשוה" 74 ,

אז אומעטום אין דער וועלט זאל זיין ניכר דער "לשבת יצרה" 75 .

און דערפאר איז די תוצאה דערפון געווען — "ויפץ ה׳ אותם משם על פני כל הארץ ויחדלו לבנות העיר" 76 ,

וואס דאס איז ניט געווען סתם אן עונש על חטאם,

נאר דערמיט האט זיך אויסגעפירט דער רצון וציווי ה׳ פון גלייך בתחילת הבריאה,

אז מ׳זאל דוקא זיין צעשפרייט ״בקצוי תבל ..

ולא יהיו במקום אחד כמחשבת אנשי דור הפלגה" 77 .

און דאס איז אויך דער טעם פון ציווי ה׳ אל נח 78

"צא מן התיבה אתה ואשתך ובניך ונשי בניך אתך כל החי׳ גו׳" און ווי ער איז ווייטער ממשיך 79

" ומלאו את הארץ",

ווארום אין תיבת נח זיינען זיי אלע געווען במקום אחד — און די כוונה איז עס זאל זיין "ומלאו את הארץ".

און דעריבער,

אלס הקדמה צו דער עבודה פון אידן,

אנהויבנדיק פון ז׳ מרחשון ווען יעדער איד איז במקומו דוקא,

און דוקא עי״ז ווערט אויפגעטאן די דירה בתחתונים אין וועלט,

לייענט מען בתורה

(לשון הוראה)

דעם תוכן הענין ווי ס׳איז אין תורה בא בני נח,

אז די כוונה איז ניט זיי זאלן זיין אלע צוזאמען במקום אחד,

נאר זיי זאלן זיין "נפוץ על פני כל הארץ",

ביז צו " ומלאו את הארץ".

און אע״פ אז די דירה בתחתונים ווערט אויפגעטאן דוקא ע״י עבודת בנ״י בקיום התומ״צ,

דארף מען אבער צוגרייטן אויך די וועלט,

דורך דעם וואס די ב״נ זיינען מקיים די ז׳ מצות און פירן אויס דעם תכלית פון "לשבת יצרה",

וואס דערמיט ווערט די וועלט מוכשר וראוי 80

צו ווערן א דירה לו ית׳ בתחתונים 81

דורך דער עבודה פון אידן 82 .

(משיחת ש"פ לך תשמ״ה)

Reader controls and commentary are loading.