B"H
🏡

Ikar

נח ג

א.

אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט אז "ובחודש השני בשבעה ועשרים יום לחודש יבשה הארץ" 1 ,

און אז דער אויבערשטער האט געזאגט דערנאך נח׳ן: צא מן התיבה אתה ואשתך גו׳ כל החי׳ גו׳ היצא אתך גו׳ 2 .

איז ניט פארשטאנדיק: וויבאלד אז עס איז שוין געווען ״ יבשה הארץ״ — אינגאנצן טרוקן,

ווי רש״י 1

איז מפרש אז "יבשה" מיינט "נעשה גריד כהלכתה "

(ווארום ״חרבו המים מעל הארץ״ — ״נעשה כמין טיט כו'״ 3

— איז שוין געווען פון פריער)

— פארוואס האט מען געדארפט זאגן נח׳ן 4

"צא מן התיבה"?

און נאכמער: ס׳איז ניט גענוג געווען דער ציווי בשייכות לנח,

נאר עס איד געווען א באזונדער ציווי בנוגע די חיות — "כל החי׳ גו׳ בעוף ובבהמה ובכל הרמש גו׳ היצא אתך"!

אין מדרש 5

שטייט: כיון שנחו המים הי׳ צריך נח לצאת מן התיבה,

אלא אמר ברשות הקב״ה נכנסתי שאמר לי 6

בא אתה וכל ביתך אל התיבה ועכשיו איני יוצא אלא ברשותו.

אבער

(נוסף לזה — אז רש״י ברענגט ניט דעם ענין,

איז)

ע״ד הפשט

(ופרש״י מפורש 7 )

קומט לכאורה אויס,

אז דאס וואס דער אויבערשטער האט געזאגט נח׳ן "בא גו׳ אל התיבה" איז

(ניט א נתינת רשות,

נאר)

ווייל נח האט ניט געוואלט אריינגיין אין תיבה.

בפשטות קען מען זאגן,

אז דער צורך אין דעם ציווי איז ניט

(אזויפיל)

אויף דער עצם יציאה,

נאר אויפן אופן היציאה — "

(צא מן התיבה)

אתה ואשתך ובניד ונשי בניך אתך",

ווי רש״י איז דערויף מפרש: איש ואשתו כאן התיר להם תשמיש המטה

(משא״כ זייענדיג אין דער תיבה — איז "האנשים לבד והנשים לבד" ווייל "נאסרו בתשמיש המטה" 8 ).

ועד״ז בנוגע די חיות,

אז מ׳האט געדארפט באווארענען

(ווי דער פסוק 9

איז מסיים)

"ושרצו בארץ ופרו ורבו על הארץ",

און ווי רש״י איז מפרש: ולא בתיבה מגיד שאף הבהמה והעוף נאסרו בתשמיש.

אבער פון פשטות לשון הכתוב איז משמע אז דער ציווי איז

(אויך)

בנוגע דער עצם יציאה — "צא מן התיבה".

און גאר שטארק איז עס מודגש בנוגע די חיות כו',

וואס ״הוצא כתיב ..

אם אינם רוצים לצאת הוציאם אתה״ 10

— אז די חיות וועלן

(אפשר)

ניט וועלן ארויסגיין פון תיבה,

איז דא דער ציווי ,

הוציאם אתה"

(בעל כרחם) 11

".

ב.

איינער פון די ביאורים אין דעם:

עס איז מבואר בכמה מקומות 12 ,

אז אין תיבת נח האט געהערשט א מצב פון שלום,

מעיז ווי עס וועט זיין לעתיד לבא — "וגר זאב עם כבש גו׳ לא ירעו ולא ישחיתו גו׳״ 13 .

אין תיבת נח זיינען דאך געווען אלע מיני בהמות וחיות צוזאמען — אויך חיות טורפות ודורסות — און פונדעסטוועגן "לא 14

עשו רעה זל״ז כלל ולא השחיתו זל״ז".

וואס דאס איז מוכרח אויך אין פשוטו של מקרא,

ווארום אע״פ אז אויפן פסוק 15

"קנים תעשה את התיבה" איז רש״י מפרש "מדורים מדורים לכל בהמה וחי׳״ — אז יעדער

(מין 16 )

בהמה וחי׳ איז געווען אפגעטיילט פון אלע אנדערע 17

— פונדעסטוועגן:

א)

עס איז שווער צו זאגן,

אז מען קען

(ע״פ טבע )

איינצאמען חיות טורפות אין א מקום

(מדור)

מוגבל ביותר במשך פון א גאנצן יאר ,

און דערביי זאל ניט טרעפן פאלן 18

אז א חי׳ רעה זאל מזיק זיין וכיו״ב.

ב)

מ׳זעט במוחש

(אין א "גן חיות")

אז כדי צו אנפירן מיט א ריבוי גדול פון חיות טורפות ,

פאדערט זיך א ריבוי גדול של אנשים צו קענען זיד "איינקערן" מיט זיי.

און דא אין תיבת נח האבן די עטלעכע מענטשן

(נח ובניו ונשיהם)

אנגעפירט מיט אלע מיני חיות טורפות 19

כו׳ דבל העולם כולו!

איז מוכרח צו זאגן,

אז זייענדיק אין דער תיבה,

איז נשתנה געווארן די טבע פון די בע״ח הטורפים 20 ,

ע״ד ווי עס וועט זיין לעתיד לבא,

וואס אין אזא מצב איז "נער 21

קטן נוהג בם".

און ס׳איז קיין קשיא ניט: לכאורה האט רש״י ערגעץ וואו געדארפט אנמערקן אז אין תיבה האט געטראפן אזא נס גדול

(ע״ד ווי עס וועט זיין לעתיד לבא — ווען עס איז געווען "ומלאה הארץ דעה את ה״)

ווייל יש לומר,

אז דאס ווערט שוין באווארנט פון פרש״י לעיל 22

,

אז אין תיבה זיינען געקומען בלויז "אותן שדבקו במיניהם ולא השחיתו דרכם ומאליהם באו וכל שהתיבה קולטתו הכנים בה".

וואס דערפון זעט מען,

אז: א)

בלויז די מובחרים

(שלא השחיתו דרכם)

זיינען געקומען אין דער תיבה.

ב)

שוין בהליכתם לתיבה האבן חיות הטורפות ניט מזיק געווען,

ג)

דער עצם קומען,

און ד)

דער אריינקומען אין תיבה זיינען געווען אינגאנצן בדרך נס :

איז במילא קיין פלא ניט,

אז אויך דערנאך,

אריינקומענדיק אין תיבה איז נמשך געווען דער נס 23

(בשייכות צו דעם העדר ההשחתה פון די חיות),

אז די טבע פון די חיות טורפות איז נשתנה געווארן אויף ניט מזיק זיין א צווייטע חי׳ ובהמה וכו'.

ג.

און דאס איז אויך דער טעם פארוואס נאכדעם ווי "יבשה הארץ" האט מען געדארפט אנקומען צו א ציווי "צא מן התיבה״ — ווייל נח האט ניט געוואלט ארויסגיין פון תיבה 24

; ער איז געווען אין אן ארט וואו ס׳איז געווען א מצב פון לעתיד לבא,

[ובפרט ע״פ המבואר אין חסידות 25 ,

אז דער שינוי הטבע פון די חיות אין תיבת נח איז געקומען דערפון וואס דארט האט מאיר געווען אזא הויכער אור אלקי

(— מעין ווי עס וועט מאיר זיין לעת״ל)

וועלכער טוט אויף דעם ענין השלום],

ומשום זה איז דער ארויסגיין פון תיבה געווען א ירידה לגבי דעם מצב אין דער תיבה 26 .

ועאכו״כ ביי די חיות טורפות גופא,

וואס אין זיי איז דאך געווען דער שינוי הטבע אין תיבת נח,

האבן זיי מצד עצמן ניט געוואלט ארויסגיין פון תיבה,

אויף...

צוריק ווערן חיות טורפות ומזיקות!

און דערפאר האט מען געדארפט באזונדער אנזאגן נח׳ן "כל החי׳ אשר אתך גו׳ הוצא אתך",

ווייל ס'איז דא א מקום לחלק: פאר נח׳ן

(מיט אשתו ובני ביתו)

איז מוכרח דער ארויסגיין פון תיבה,

כדי צו אויפטאן אין דער וועלט שמחוץ להתיבה.

און דעריבער איז כדאי די ירידה

(צא מן התיבה)

צוליב דער תועלת פון דער וועלט בחוץ.

משא״כ ארויסלאזן די חיות טורפות פון תיבה וועט גורם זיין אין זיי א ירידה

(זיי וועלן זיין ווי קודם הכניסה לתיבה),

און אין וועלט וועלן ווידער זיין חיות טורפות!

האט מען אנגעזאגט נח׳ן,

אז אעפ״כ — " כל החי׳ גו׳ הוצא אתך".

דערפון איז אבער מובן,

אז דורך דעם ״צא מן התיבה ..

הוצא אתך" ווערט אויפגעטאן אן עילוי לגבי דעם מצב ווי ס׳איז געווען אין תיבה.

ד.

וואס איז די הסברה אין דעם?

איז דאס מרומז אין דעם גופא וואס דער פסוק זאגט "צא מן התיבה אתה ואשתך גו"׳,

וואס ווייזט

(כנ״ל)

אז "התיר להם כו"׳.

ועד״ז ביי די חיות בו׳ — "הוצא אתך ושרצו בארץ ופרו ורבו על הארץ".

דערפון וואס דאס איז די ערשטע זאך וואס מ׳האט אנגעזאגט נח׳ן בשייכות צו דער יציאה מן התיבה איז מובן,

אז דאס איז ניט א זייטיקער ענין

(וויבאלד אז פריער אין תיבה איז "נאסרו כו"׳,

האט מען דעריבער ביי דער יציאה מן התיבה געמוזט צוריק מתיר מאכן 27 ),

נאר דאס איז די מטרה ותכלית פון דעם "צא מן התיבה".

אין דעם באשטייט דער אויפטו פון "צא מן התיבה".

וכפשטות הענין: וואס האט געפעלט אין דעם לעבן אין דער תיבה — דאס וואס אין דעם מקום מוגבל פון תיבה האט ניט געקענט זיין דער ענין פון ״פרו ורבו״

(און ״וכבשוה״ — הארץ),

ובפרט אין אן אופן וואס זאל ברענגען צו "מלאו 28

את הארץ".

און דאס איז דער מכוון פון "צא מן התיבה״ — אז נאכדעם ווי ס׳איז געווען דער מבול ווען " וימח את כל היקום גו"׳ 29 ,

איז געווען די שליחות פון נח׳ן צוריק צו אויפבויען א יקום,

דורך פרו ורבו ומלאו את הארץ.

און ווי עס שטייט גלייך דערנאך אין פרשה,

אז דער אויבערשטער האט געזאגט נח׳ן 30

— בתור ברכה און בתור ציווי — פרו ורבו

(ומלאו את הארץ).

ה.

יעדער ענין אין גשמיות ווערט נשתלשל פון ענינו ברוחניות.

ועד״ז בעניננו,

אז דאס וואס בגשמיות איז די יציאה מן התיבה געווען צוליב "פרו ורבו ומלאו את הארץ",

ווערט עס נשתלשל פון רוחניות הענינים.

דער אויפטו פון ״פרו ורבו״ איז — וואס אין דעם ווערט אנטפלעקט דער כה האין־סוף דא למטה 31 .

ווייל אין דעם ענין ההולדה איז ניטא קיין הגבלה,

עס איז עד אין סוף,

דור אחר דור.

און דאס איז דער חילוק צווישן דעם מצב אין דער תיבה לגבי דעם מצב ארויסגייענדיק פון תיבה:

אין דער תיבה,

ניט געקוקט אויף די הויכע גילויים וואס האבן דארטן מאיר געווען

(ביז אז דאס האט גע׳פועל׳ט 32

א שינוי הטבע בדוגמא פון לעתיד לבא,

כנ״ל),

איז עט נאר געווען אן ענין פון עלית ותענוג הנברא ,

ובמילא איז עס מיט א גבול.

משא״כ דורך דער עבודה אין וועלט,

חוץ להתיבה,

און ווי עולם איז בטבעו 33

דוקא — עוה״ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו 34

— דא,

אין די תחתונים

(דוקא),

ווערט אויפגעטאן די דירה לו ית׳ 34 ,

דירה לעצמותו 35

.

און דערפאר ווערט דוקא אין דער עבודה אנטפלעקט דער בלתי בעל גבול,

נחלה בלי מצרים 36 .

ו.

די הוראה פון דעם אין עבודת השם:

עט זיינען פאראן אזוינע וואס מיינען אז מען קען זיך פארשליסן אין די אייגענע ד׳ אמות און זיך עוסק זיין כל היום בתורה און זיי זאל כלל ניט זיין נוגע וואס עט טוט זיך אין דער וועלט ארום זיי.

ווער רעדט נאך אויב ער וועט זיך עוסק זיין כל היום אין פנימיות התורה,

דע 37

את אלקי אביך,

וועט דאך ביי אים זיין א מצב ע״ד ווי עס וועט זיין בימות המשיח,

און ווי דער רמב״ם פסק׳נט בסיום וחותם ספרו 38

"ובאותו הזמן לא יהי׳ כו׳ ולא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד"

קען ער טענה׳ן: לאיזה צורך דארף ער ארויסגיין פון זיינע ד׳ אמות אויף זיך עוסק זיין אין הרבצת התורה והיהדות,

ביז צו הפצת המעינות חוצה,

כדי אויפצוטאן דעם קאתי מר דא מלכא משיחא וואס דורך דעם איז מען זוכה

(וכל העולם )

זיך צו עוסק זיין אין "לדעת את ה׳ בלבד"

[און ווי רש״י איז מפרש 39

אז תורתו של משיח איז " סוד טעמי׳ ומסתר 40

צפונותי׳",

פנימיות התורה]

— ער האט עולמך תראה בחייך 41

,

ער איז זיך עוסק שוין איצט אין "לדעת את ה׳ בלבד"!

אויף דעם איז די הוראה — " צא מן התיבה": מען דארף ארויסגיין פון דער תיבה און אויפטאן אין דער וועלט ארוס.

עס איז טאקע דא דער סדר פון "בא גו׳ אל התיבה״ 42

— אז ווען עס הערשט א מצב פון מבול בחוץ,

און עס איז דא א חשש אז מ׳וועט פארזונקען ווערן אין די "מים הזידונים" פון מי המבול,

דארף מען זיך באשיצן דערפון דורך "בא גו׳ אל התיבה",

כפירוש הבעש״ט 43

: אריינגיין אין די אותיות ותיבות פון תורה ותפלה — אבער וויסן דארף מען,

אז סוף־סוף מוז קומען א זמן פון "צא מן התיבה",

ווייל די מטרה ותכלית איז צו אויפטאן אין דעם עולם וואס איז חוץ פון דיין תיבה.

און מ׳זאל ניט מיינען אז מ׳דארף עס טאן נאר דערפאר ווייל מ׳דארף מוותר זיין אויף דער אייגענער טובה צוליב טובת הזולת — נאר דאס איז נוגע צו דער אייגענער שלימות וטובה.

ניט קוקנדיק אויף די אלע עילויים וועלכע מען קען דערגרייכן דורך דער "עבודה אין תיבה",

איז דאס אלץ אן ענין שבמדידה והגבלה.

דורך "צא מן התיבה" ווערט דער "פרו ורבו",

דער ריבוי עד אין סוף,

ביז אין אן אופן פון "ואלה תולדות פרץ" 44 ,

תולדות מלא 45

— דער "ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה" 46 ,

נחלה בלי מצרים 47 ,

וואס וועט זיין בגילוי בביאת משיח צדקנו,

"עלה הפורץ לפניהם" 48 .

ז.

נאך א הוראה וואס מען דארף ארויסנעמען דערפון איז — אין דעם ענין פון "פרו ורבו" כפשוטו:

די ערשטע פליכט פון א מענטש נאך א מבול,

א מצב פון "וימח את כל היקום גו׳״,

איז — "פרו ורבו ומלאו את הארץ",

אויף צוריק בונה זיין דעם עולם מחדש 49 .

און דאס איז די הוראה מיוחדת פאר אונזער דור,

וועלכער איז דורכגעגאנגען א מבול ר״ל,

און א גאר גאר חשוב׳ער און גרויסער טייל פון עם ישראל איז היל״ת אפגעווישט געווארן בגשמיות — דארף מען וויסן,

אז צום אלעם ערשטן ליגט די אחריות 50

(וזכות)

אויף די וועלכע זיינען בחסדי ה׳ געראטעוועט געווארן פון דעם מבול און אויך אויף צאצאיהם,

צוריק בונה זיין עם ישראל בגשמיות ,

און דאמאלס איז דא מיט וועמען אויף טאן ברוחניות — "צו את בני ישראל" דארף האבן פריער

(קדמו 51 )

בנ״י.

ח.

עס זיינען פאראן אזוינע וואס מאכן חשבונות:

האבן קינדער איז א געוואלדיקע אחריות.

מען דארף זיי שפייזן הן בגשמיות,

הן ברוחניות — זיי מחנך זיין בדרך התורה והמצות.

ומי יודע צי עס איז בכוחו צו מגדל זיין קינדער כדבעי,

אז זיי זאלן אויסוואקסן געזונטע קינדער,

געזונט בגשמיות און געזונט ברוחניות?

ולכן: פריער דארף מען זיין זיכער כדבעי מיט דעם אייגענעם מצב הגשמי און מצב הרוחני,

און ערשט דערנאך וועט מען טראכטן און דערנאך מקיים זיין "פרו ורבו"!

איז אויך אויף דעם דא א הוראה פון נח׳ן,

כדלקמן.

ט.

אע״פ וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט נח׳ן "צא מן התיבה אתה ואשתך״ — "איש ואשתו כאן התיר להם כו׳"

(כנ״ל),

דערציילט אבער די תורה,

אז בפועל איז "ויצא נח ובניו ואשתו ונשי בניו״ 52

(ניט — "איש ואשתו").

און ווי מפרשים 53

זיינען מסביר

(ע״פ פרש״י 54 )

אז דאס איז דערפאר ווייל "הי׳ נח דואג לעסוק בפרי׳ ורבי׳" 55 .

והביאור: נח האט געמאכט א חשבון: וואס וועט זיין די תועלת פון האבן קינדער?

עס קען דאך ווידער ווערן דער זעלבער מצב אז זיי וועלן חוטא זיין "ויבואו מי המבול וישטפום" 56

— און דערפאר האט אים דער אויבערשטער פריער מבטיח געווען "שלא לשחת העולם עוד" 55

און ערשט דערנאך אנגעזאגט "פרו ורבו".

ואע״פ אז דער אויבערשטער האט דאך אנגעזאגט "צא מן התיבה אתה ואשתך",

איז ווי קומט עס אז נח,

וועלכער איז געווען "איש צדיק תמים" 57 ,

זאל מצד חשבונות וועלן טאן ח״ו היפך ציווי ה׳ 58 ?

איז עס קיין קשיא ניט,

ווייל נח האט גערעכנט אז דער מאמר הקב״ה "צא מן התיבה אתה ואשתך"

(איש ואשתו)

איז בלויז א היתר 59

— כדיוק לשון רש״י ״כאן התיר להם״ — אבער ניט קיין ציווי 60 .

דערפאר האט דערנאך דער אויבערשטער מוסיף געווען,

אז די כוונה אין דעם מאמר איז ניט נאר א היתר,

נאר א ציווי,

אז עס מוז זיין "פרו ורבו".

עס בלייבט אבער ניט מובן: דער אויבערשטער האט באווארנט אז ער וועט מער קיין מבול ניט ברענגען,

אבער ביי נח׳ן איז זיכער געווען דער עיקר דער מצב הרוחני פון בניו.

איז אויב עס איז דא דער חשש פון "פן יוסיפו לחטוא״ 61

— איז דאך כלל ניט מספיק וואס מען איז זיי ניט מעניש — זיי זיינען דאך אין דעם זעלבן מצב

(רוחני)

ווי דור המבול!

איז דערפון די הוראה ברורה,

אז "בהדי כבשי דרחמנא למה לד״ 62

! א איד דארף טאן כל התלוי בו 63

— לקיים מצות פרו ורבו און דערנאך לחנך בניו ובנותיו ע״פ הוראות התורה — און ניט אפהאלטן זיך פון מקיים זיין ציווי ה׳ מצד אייגענע חשבונות.

— חז״ל דערציילן 64

בנוגע צו חזקיהו המלך,

ווי ער האט געזען ברוח הקודש אז פון אים וועלן ארויסקומען "בנין דלא מעלו" און האט דעריבער זיך ניט עוסק געווען בפו״ר.

האט אים דער אויבערשטער מעניש געווען ר״ל,

ווייל "בהדי כבשי דרחמנא למה לך,

מאי דמפקדת איבעי לך למעבד"!

זעט מען דערפון,

אז אפילו ווען מען ווייס בבירור ווא עס וועט זיין כו׳ טאר מען זיך ניט אפהאלטן פון מקיים זיין ציווי ה׳ 65

; עאכו״כ ווען דאס איז בלויז א חשש מצד אן אייגענעם חשבון

ולהוסיף — אויך אין חזקיהו׳ס פאל זיינען דערנאך געבארן געווארן יאשיהו אויף וועמען עס שטייט 66

"וכמוהו לא הי׳ לפניו מלך אשר שב אל ה׳ בכל לבבו גו׳ ככל תורת משה ואחריו לא קם כמוהו" און נאך מלכים צדיקים ווי יהואחז 67

און צדקיהו 68

— אדרבא: זיי מקיים ציווי ה׳ המוטל עליך,

בשמחה ובבטחון גמור אז דער אויבערשטער וועט זיכער 69

העלפן און אריינגעבן הצלחה אין דיין השתדלות בחינוך הבנים 70

(ובפרט אין זכות פון דעם גופא וואס מ׳איז מקיים ציווי ה׳ פון פרו ורבו אן קיינע חשבונות).

יו״ד.

כל הנ״ל רעדט זיך בנוגע צו דאגות פון דעם מצב רוחני פון קינדער,

וואס דאס איז תלוי בעיקר אין די עלטערן,

וואס זיי האט דער אויבערשטער געגעבן די מצוה

(וזכות)

לחנך בניהם ובנותיהם בדרך התורה והמצוה,

און האט זיי געגעבן די בחירה חפשית צו דורכפירן דעם ציווי.

ווען עס רעדט זיך וועגן דאגות פון פרנסה גשמיית — מען מאכט חשבונות אז דער מצב הפרנסה דערלאזט ניט אז מען זאל זיך עוסק זיין בפו״ר — ווייזט עס אז מ׳איז מקטני אמנה 71

,

ולמטה מזה.

פרנסה איז ניט תלוי אין דער אייגענער בחירה.

א איד איז טאקע אנגעזאגט געווארן "בכל אשר תעשה״ 72

— אבער זיין "תעשה" איז נאר 73

אן ענין פון עשיית כלי צו דער ברבת ה׳; די השפעת המזון והפרנסה קומט מלמעלה ,

ווי יעדערער זאגט אין ברכת המזון: הזן את העולם כולו בטובו בחן בחסד וברחמים.

און וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט א אידן "פרו ורבו",

איז זיכער,

אז צוזאמען מיט יעדן קינד 74

וואס ווערט געבארן,

ווערט געעפנט א נייער צינור אויף ברכת ה',

אויף השפעת מזון ופרנסה,

(אויך)

פאר דעם נייגעבארענעם קינד,

און אין אן אופן פון "בטובו בחן בחסד וברחמים",

מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

יא.

די זעלבע זאך איז בנוגע צו כחות הנפש: אנדערע טענה׳ן,

אז זיי האבן ניט די כוחות,

כוחות הגוף אדער כוחות הנפש,

אויף צו מגדל זיין מערערע בנים ובנות,

וואס דאס פאדערט א יגיעה גדולה,

יגיעת נפש ויגיעת בשר.

דארף מען וויסן,

וויבאלד אז דער אויבערשטער זאגט אן אויף דעם 74 ,

און "אינו מבקש אלא לפי כוחן" 75 ,

איז ברור אז ער גיט די נויטיקע כוחות אויף דורכפירן זיין ציווי.

ובמילא דארף מען ניט אריינמישן אין דעם אייגענע חשבונות,

נאר פארלאזן זיך ומתוך שמחה

(ווי בא יעדער עבודת השם)

אויפן אויבערשטן 76 .

אויב דער מצב אמיתי איז,

אז מ׳האט ניט די כוחות אויף דעם,

וועט דער אויבערשטער דאס באווארענען 77

כדי עס זאלן געבארן ווערן קינדער מוז זיין 78

א ברכה מיוחדת פון אויבערשטן — ״ויברך אותם אלקים ..

פרו ורבו גו'״ 79 .

וואס דערפאר "יש כמה בני אדם שאינם מולידים גם שכח המוליד ישנו בשלימות" 80 .

— דער אמת,

אמת הנגלה איז,

אז ניט נאר איז אזא הנהגה דבטחון בהשם — ניט גורע פון בריאות האדם,

נאר פארקערט: דער וועג צו דערגרייכן מנוחת הנפש אמיתית ,

איז דורך דעם וואס מ׳פירט זיך לויט די סדרי הבריאה וואס דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט.

בשעת מען צעשטערט דעם נארמאלן סדר וואס דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט בחיי משפחה,

זעט מען במוחש אז דאס איז גורם צו פראבלעמען אין "עצבים"

(נערווען)

כו ',

נוסף על העיקר אז דאס שטערט וכו' די באציאונגען צווישן איש ואשתו.

די הנהגה פון מאכן חשבונות ווען עס איז "די פאסיקע צייט" צו האבן קינדער,

האט מען א נאמען געגעבן "תכנון משפחה"

("פעמעלי פלענינג").

די מציאות איז אבער,

אז דאס ברענגט דעם היפך ממש: א היפך אין סדר חיי משפחה,

היפך בנין חיי משפחה.

און ווי עס איז שוין נתגלה געווארן

(פאר די וואס ווילו זיך ניט נארען),

אז עס איז נאך ניט געווען א זאך וואס זאל אריינברענגען אזא בלתי סדר און היפך הביסוס והחיזוק ובנין פון חיי משפחה ווי די זאך פון "תכנון משפחה" 81 .

יב.

א שייכות מיוחדת צווישן דער מצוה פון פרו ורבו און אונזער דור

(דוקא)

:

די גמרא זאגט 82 ,

אז אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שב

(אוצר ששמו)

גוף.

ד.

ה.

די לידה פון נאך א אידיש קינד איז מקרב די גאולה שלימה פון כלל ישראל על ידי דוד מלכא משיחא.

און וויבאלד אז מען געפינט זיך אין דרא דעקבתא דמשיחא

(כמדובר כמה פעמים),

און מען האפט און מ׳איז מתפלל "את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח״,

״נאו״ ממש — איז פארשטאנדיק,

אז מען דארף טאן התלוי בו אין דעם "יכלו כל הנשמות שבגוף",

וואס דאס וועט ממהר זיין דעם "בן דוד בא",

בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

(משיחות ש"פ נח תשמ״א.

תשמ״ג.

ש"פ ח״ש תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.