א.
בנוגע די ערשטע פערציק טעג פון מבול זיינען דא צוויי פסוקים וואס זיינען לכאורה בסתירה איינער צום צווייטן: פריער שטייט 1
: "ויהי הגשם על הארץ ארבעים יום וארבעים לילה",
אבער דערנאר שטייט 2
— "ויהי המבול ארבעים יום על הארץ"
(אז שוין אין די ארבעים יום איז געווען ניט נאר א גשם,
נאר אויך ״ מבול״ 3
— "שבלה את הכל כו׳" 4 ).
זיינען חז״ל 5
מבאר — און רש״י ברענגט עס בפירושו על התורה 6
: "כשהוריד הקב״ה המים הורידם תחלה ברחמים ..
שאם יחזרו יהיו גשמי ברכה לא חזרו הי׳ מבול".
ווי מען לערנט בפשטות,
איז די כוונה אין דעם תירוץ — אז די צוויי פסוקים ריידן וועגן באזונדערע זמנים: "ויהי הגשם" רעדט וועגן דער צייט פון תחלת הורדת המים,
וואס דאן איז עס געווען אין אן אופן אז "אם יחזרו יהיו גשמי ברכה"; און "ויהי המבול" רעדט וועגן דעם שפעטערדיקן זמן,
נאך דעם ווי ס׳איז נתברר געווארן אז "לא חזרו" און דער גשם איז נתהפך געווארן למבול; און דאס איז פארגעקומען גלייך אין ערשטן טאג
(פון די ארבעים יום),
וכמפורש "ויהי המבול ארבעים יום "
[ווארום וויבאלד אז די מי המבול זיינען געווען רותחין 7 ,
איז דאך ניט שייך געווען אז מען זאל בלייבן לעבן אפילו א זמן קצר.
קומט אויס,
אז די אפשריות לתשובה איז געווען א זמן קצר 8 ].
עס איז אבער תמוה: אין פסוק שטייט דאך בפירוש "ויהי הגשם על הארץ ארבעים יום וארבעים לילה ",
אז די אלע פערציק טעג
(און ניט נאר בתחלת הירידה)
איז געווען א גשם ?
!
— ווען אין פסוק "ויהי הגשם" וואלט ניט געשטאנען "על הארץ",
וואלט מען געקענט פארענטפערן 9 ,
אז די מציאות פון מבול — ״שבלה את הכל כו׳״ — איז געווארן ווען די מים זיינען געקומען "על הארץ".
ד.
ה.
ביי אראפקומען פון ״שמים״
(די אלע פערציק טעג)
—
״כשהוריד הקב״ה כו'״ — איז עס געווען גשם
(גשמי ברכה),
נאר קומענדיק "על הארץ",
וויבאלד אז בארץ למטה איז געווען א מצב פון ״ותשחת הארץ ..
השחית כל בשר ..
על הארץ" 10 ,
איז דארט 11
פון דעם "גשם" געווארן א "מבול".
דער פסוק זאגט אבער "ויהי הגשם על הארץ ״ — אז ניט נאר די הורדה מן השמים איז געווען ברחמים,
נאר אויך ביים קומען על הארץ איז עס געווען "גשם" 12 ,
און דאס האט אנגעהאלטן ארבעים יום ,
כנ״ל.
ב.
ויש לומר הביאור בזה:
אויפן פסוק 13
"כי לימים גו׳ אנכי ממטיר גו׳ ארבעים יום וארבעים לילה" זאגן חז״ל 14
— און רש״י ברענגט עס אראפ
(בשינוים)
בפירושו על התורה 15
— אז דער טעם וואס דאס איז געווען במספר ארבעים דוקא איז: "כנגד 16
יצירת הולד שקלקלו להטריח ליוצרם לצור כו׳".
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז דאס וואס די מי המבול האבן יורד געווען ארבעים יום מיינט
(ניט אז יעדן טאג איז צוגעקומען נאך אן עונש,
נאך א טאג פון מבול,
נאר)
אז דאס איז איין עונש וואס האט זיך געצויגן פערציק טעג.
אין אנדערע ווערטער - אז די אלע ארבעים יום זיינען
(בלשון הראגאטשאווער בנוגע לכמה ענינים 17 )
א נקודה אחת.
וע״ד ווי די ארבעים יום פון יצירת הולד זיינען איין ענין,
א יצירה וואס דויערט ארבעים יום — אין דעם זמן פון נאך די ארבעים יום ביז דעם סוף פון די תשעה חדשים פון הריון ווערן געשאפן די פרטים פון דעם ולד,
צורת אבריו וגידיו,
וואס דאס ווערט אויפגעטאן שריט נאך שריט און יעדער פון זיי איז א זאך פאר זיך; לדוגמא: כללות היד,
דערנאר — פאנאנדערטיילונג אין פינגער,
דערנאך יעדער פינגער אין פרקים,
דערנאך ציפרנים און גאר בסוף הזמן — נגמרו ציפרניו 18 .
משא״כ במשך די ערשטע ארבעים יום טוט זיך אויף בלויז איין ענין - כללות 19
יצירת הולד 20 .
עפ״ז איז פארשטאנדיק ווי ס׳איז ניטא קיין סתירה צווישן די צוויי פסוקים — ווייל אויך לפירוש הנ״ל אז "ויהי הגשם" באציט זיך אויף תחלת הורדת המים
(״הורידם תחלה״)
— אז די ירידה איז געווען אין אן אופן פון "אם יחזרו יהיו גשמי ברכה״ — האט עס כולל געווען די מים פון אלע ארבעים יום.
ווארום דער "הורידם" פון הקב״ה איז געווען איין הורדה וואס האט כולל געווען די כמות מים,
דאס גאנצע וואסער וועלכע ירדו על הארץ
(אלס גשמי ברכה)
אין די ארבעים יום
(כנ״ל).
נאר גלייך נאך דער הורדה ווען ס׳איז נתברר געווארן אז "לא חזרו",
איז "ויהי המבול ארבעים יום״ — די וואסערן פון יעדערן פון די מ׳ יום איז געווארן
(אנשטאט גשמי ברכה —)
א מבול וואסער* 20 .
ג.
לויט דעם ביאור וועט אויך פארענטפערט ווערן דער שינוי לשון אין די צוויי פסוקים: אין ערשטן פסוק שטייט "ויהי הגשם על הארץ
(און ערשט דערנאך קומען די ווערטער)
ארבעים יום וארבעים לילה",
משא״כ אין צווייטן פסוק
(ביים מבול)
שטייט "ויהי המבול ארבעים יום על הארץ״ —
ווייל ע״פ הנ״ל איז דער טייטש פון די ווערטער "ארבעים יום" אין צווייטן פסוק אנדערש ווי אין דעם ערשטן:
דער פסוק "ויהי המבול גו'" קומט זאגן וויפיל זמן דער מבול האט געדויערט,
און דעריבער קומען די ווערטער "ארבעים יום" גלייך בסמיכות צו ״ויהי המבול״ — "ויהי המבול ארבעים יום
(על הארץ)
״ — וואס מיינט כפשוטו,
אז דער מבול האט זיך געצויגן
(בפועל)
פערציג טעג
(על הארץ)
;
משא״כ דער פסוק "ויהי הגשם גו'" קומט
(ניט דערציילן וויפיל זמן עס האט אנגעהאלטן דער גשם — ווארום דער ענין פון "גשם"
(ד.
ה.
די אפשריות אויף גשמי ברכה)
איז בלויז געווען בתחלת ההורדה
(און גלייך דערנאך איז עס נהפך געווארן למבול),
כנ״ל — נאר דער פסוק איז אויסן צו)
זאגן "ויהי הגשם על הארץ ": די מים "על הארץ" איז געווען אין אן אופן פון "ויהי הגשם " — ״אם יחזרו יהיו גשמי ברכה״ — ומוסיף 21
(ניט נאר די מים פון דער ערשטער צייט,
נאר)
פון די אלע ארבעים יום וארבעים לילה,
שוין דאן בתחלת ההורדה האט דער גשם געהאט די כמות המים פון מ׳ יום
(גשמי ברכה).
ד.
מען דארף נאך אבער האבן הסברה:
דער ענין פון "ארבעים יום כנגד יצירת הולד" איז בלויז א טעם אויף דעם וואס די ארבעים יום של מבול
(אלס עונש)
זיינען איין נקודה
(ע״ד ווי די מ׳ יום של יצירת הולד)
; וואס פאר א שייכות אבער האט דער מספר פון מ׳ יום צו די "גשמי ברכה" וואס צוליב דעם זיינען אויך זיי געווען במספר ארבעים און אלס איין נקודה?
וועט מען דאס פארשטיין פון דעם ביאור
(פנימי)
אין ענין המבול,
אז ״המבול בא לטהר את הארץ ..
כי מלאה הארץ חמס ונתקלקלה מאד והי׳ נצרך לטהרה ולזאת בא המבול ..
כדוגמת המקוה מ׳ סאה שהיא מטהרת את הטמא" 22 .
און דערפאר ווערט דער מבול גופא אנגערופן " מי נח" 23
,
וואס דער נאמען ״נח״ איז ע״ש נייחא — "נייחא לעליונים נייחא לתחתונים״ 24
— ווייל דאס וואס דער מבול איז אן ענין של עונש כו׳ איז בלויז מצד אנשי דור המבול; אבער מצד
(עצמו איז עס מי נח — ווי מצד)
נח איז עס אן ענין פון נייחא 25 ,
טהרת הארץ.
עפ״ז קען מען טייטשן "ויהי הגשם על הארץ ארבעים יום גו׳״ כפשוטו — אז דער גשם
(גשמי ברכה )
האט זיך געצויגן
(בפועל)
פערציק טעג,
און אעפ״כ איז דאס קיין סתירה ניט אז אין די זעלבע פערציק טעג איז געווען מבול — ווייל דער מבול איז בפנימיותו גשמי ברכה
("נייחא")
פאר דער וועלט,
יתרה מזה י״ל: יעדער טאג האבן די מים געטאן צוויי זאכן: מטהר את הארץ 26
און "בלה את הכל".
[און ווי דאס איז אויך מרומז אין ווארט "מבול" גופא: "מבול" איז פון לשון "בול"
(בתוספת מ״ם בתחלתו) 27 ,
וואס דער ווארט "בול" ווייזט אויף
(גשמי)
ברכה,
כמחז״ל 28
עה״פ 29
"בירח בול"
(וואס דאס גייט אויף חודש חשון ווען עס גייען גשמי ברכה)
— "בזמן שהארץ עושה בולים בולים" 30 ].
און דאס איז אויך דער טעם פארוואס די ארבעים יום פון גשמי ברכה זיינען איין נקודה — ווייל דער מספר ארבעים יום פון טהרת הארץ איז כנגד די מ׳ סאה של מקוה,
וואס דער שיעור פון מ׳ סאה איז
(ווי דער ראגאטשאווער איז מאריך 31 )
אן " עצם אחד".
ה.
אט די ברכה אין ענין המבול — אז דורך אים איז געווארן טהרת הארץ — איז אויך אנגעדייטעט אין דעם מחז״ל הנ״ל 5
"כשהוריד הקב״ה המים הורידם תחלה ברחמים כדי להראות לעולם שאם ישובו יקבלם ..
שאם יחזרו יהיו גשמי ברכה":
דער קלקול הארץ 32
לפני המבול האט דערפירט צו אזא שפל המצב פון דער וועלט,
ביז אז "לא הי׳ שייך בירור" 33 ,
וואס דערפאר האט דער דור המבול ניט תשובה געטאן 34
; און דאס איז געווען דער אויפטו פון מבול — "לטהר את הארץ",
אז דאס האט אריינגעגעבן אין וועלט דעם כח אויף תשובה,
"להראות לעולם 35
שאם ישובו יקבלם".
און דאס איז רמז וכוונת הכתוב "ויהי הגשם על הארץ ": אע״פ אז די אנשי דור המבול "לא חזרו"
(און פאר זיי איז געווארן א מבול),
זיינען די "גשמי ברכה" וועלכע ״הוריד הקב״ה ..
ברחמים" ניט געבליבן למעלה
(ניט אראפ בפועל דא למטה),
נאר דאס האט אויפגעטאן אין ארץ
("ויהי הגשם על הארץ")
א פעולה,
אז מ׳האט דעם כח אויף תשובה.
און דורך דעם איז מען מבטל דעם מבול
(שבמים — רתיחה וכיו״ב)
און עס ווערט "גשמי ברכה" בפשטות 36 .
און ווי חז״ל 37
זאגן בנוגע צו די ארבעים יום,
אז "מ׳ יום בכל שנה היו אותם הימים עושים רושם בעולם,
עד שעמד שלמה ובנה את ביהמ״ק ופסקו אותם מ ׳ יום ",
און דערפאר ווערט דער חודש
(חשון)
אנגערופן ״ירח בול״ — "מבול ..
כתיב חסר מ׳ כנגד ארבעים יום שפסקו״,
ובמילא איז געווארן ״בול״ — "שהארץ עושה בולים בולים" 28 ,
גשמי ברכה בפשטות.
ווייל דורך בנין ביהמ״ק,
וואס האט אויפגעטאן א שינוי וזיכוך אין וועלט,
א ליכטיקייט פון מקדש — דורך די חלונות שקופים אטומים 38 ,
איז בטל געווארן דער "רושם" וואס איז געבליבן פון דעם מבול,
ביז אז עס איז געווארן גשמי ברכה בפשטות,
"בול".
און די שלימות פון טהרת הארץ וועט זיין לעתיד לבא,
ווען מ׳וועט האבן ניט נאר דעם "בול",
נאר אויך דעם מ״ם פון "מבול" וועט נתהפך ווערן לטוב,
ווארום די ארבעים יום פון טהרת הארץ — ״כדוגמת המקוה מ׳ סאה״ — זיינען דאך די בחינה פון מ״ם סתומה
[בדוגמת מקוה און מ׳ סאה דמקוה וועלכע זיינען בחי׳ מ״ם סתומה 39 ],
וואס דאס האט מאיר געווען בגילוי אין תיבת נח 40 ,
און דערפון האט מען דעם כח צו מהפך זיין דעם מ״ם פון מבול — דער מ״ם פתוחה וואס איז מרמז 41
אויף גלות — אז עס זאל ווערן א מ״ם סתומה,
וואס איז מרמז 41
אויף גאולה 42 ,
"לםרבה המשרה ולשלום אין קץ" 43 ,
בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ נח תשמ״ג)