א.
די גמרא זאגט אין מס׳ שבת 1
: האי מאן ד
(נולד)
בחמשה בשבא יהי גבר גומל חסדים מ״ט משום דאיברו בי׳ דגים ועופות 2
(שאין טורחין לאוכלין אלא ניזונים בחסדו של הקב״ה.
רש״י).
דארף מען פארשטיין: די גמרא זאגט אין יבמות 3
"שלשה סימנים יש באומה זו הרחמנים כו׳ וגומלי חסדים ״ — והיינו אז די מדה פון גמילות חסדים איז ״בטבע כל ישראל בתולדותם״ 4
— איז וואס איז דער אויפטו אין דעם "
(יהי גבר)
גומל חסדים" פון א נולד "בחמשה בשבא",
לגבי דער מדה פון גמילות חסדים "שבטבע כל ישראל בתולדותם״ 5 ?
ב.
ויש לומר,
אז דער ביאור אין דעם איז נרמז אין לשון רש״י "ניזונים בחסדו של הקב״ה ":
דער יתרון פון יום חמישי
(של מעשה בראשית)
איז,
וואס דעמאלט האט מאיר געווען "חסדו של הקב״ה " וואס איז א חסד בלי גבול 6
(ווארום כשם ווי דער אויבערשטער איז "אין סוף",
אזוי זיינען מדותיו אין סוף 7 ).
דערפאר געפינט מען דעם ענין הריבוי ביותר
(דוקא)
אין די נבראים פון יום חמישי — דגים 8
— כמש״נ 9
" וידגו לרוב בקרב הארץ"
[וואס דאס
(ברכת דגים)
איז אויך נוגע צו דעם אדם ,
ווי די גמרא זאגט 10
: בתולה נשאת ברביעי ונבעלת בחמישי הואיל ונאמרה בו 11
ברכה לדגים — דאע״פ אז בששי "נאמרה בו 12
ברכה לאדם" 13
(און דא רעדט זיך דאך וועגן נשואי האדם 14 ),
איז אבער פאראן א מעלה
(אויך)
אין דער "ברכה לדגים"
(בחמישי)
לגבי "ברכה לאדם" 15 ,
וואס דוקא ביי דגים איז דא דער ענין הריבוי
("וידגו לרוב בקרב הארץ"),
וואס דאס איז 16
די מטרה פון נשואין,
" פרו ורבו" 17
].
און דאס איז דער חילוק צווישן דעם וואס כל ישראל זיינען גומלי חסדים בטבעם און דער טבע גמילות חסד פון א נולד ביום חמישי:
טבע החסד וואס איז פאראן ביי כל ישראל בתולדותם איז מיט א מדידה והגבלה,
ובפשטות — מ׳איז גרייט צו טאן חסד מיט אנדערע,
אבער ניט אין אן אופן אז מ׳זאל זיין גרייט צו פארבויגן אויף אלע אייגענע צרכים
(אדער דורכגיין צוליב דעם אנדערע שוועריקייטן)
;
משא"כ דער וואס איז נולד ביום חמישי
(ווען ס׳איז מאיר חסדו של הקב״ה )
— איז ביי אים די טבע החסד למעלה מהגבלה 18 ,
ד.
ה.
זיין חסד איז ניט נאר אויף וויפל ס׳מאנט זיך מצד זיין מדת החסד
(וואס איז
(כשמה)
במדה והגבלה,
אע״פ ואפילו ווען ס׳איז "כדבעי 19
לי׳ למיעבד"),
נאר מסירת נפש אויף חסד,
אן קיין מדידה והגבלה.
ג.
די כלי אויף "חסדו של הקב״ה" הבלתי מוגבל — איז דער ענין פון ביטול 20
:
כל זמן דער אדם פילט זיין אייגענע מציאות,
קען ביי אים ניט זיין דער ענין פון חסד
(פאר אן אנדער מענטשן)
בלי מדידה והגבלה; דוקא בשעת ער איז מבטל זיין מציאות,
ער פילט ניט
(אזוי פיל)
זיין "איך" און זיינע אייגענע רצונות וכו',
קען ביי אים זיין "בכל מאדך",
למעלה ממדידה והגבלה.
און אויך דעם ענין געפינט מען
(נרמז)
ביי דגים
(וואס ביי זיי איז דא די ברכה פון ריבוי בלי הגבלה)
— די דגים זיינען כל כולם מכוסים במים אזוי אז עס זעט זיך ניט אן זייער מציאות,
נאר די מציאות המים המכסים עליהם.
— די גמרא זאגט 21 ,
אז ווייל "מים מכסין עליהם"
(אויף די דגים)
דערפאר איז "אין עין הרע שולטת בהם"
(און מהאי טעמא איז אויף זיי שורה ברכת ה׳ ביותר 22 )
; וי״ל,
שבפנימיות איז "מים מכסין עליהם"
(ניט נאר שולל די שליטה פון "עין הרע"
(היפך הברכה),
נאר)
אויך פועל אן ענין חיובי ,
דורכדעם זיינען די דגים ראויים וכלים צו ברכת ה׳.
והביאור: מים זיינען דער מקור החיות פון דגים 23 ,
ביז אז דאס איז זייער אמת׳ע מציאות
(וואס דערפאר האלט רשב״ג אז "כל שהוא מבריית המים" איז ניט חוצץ בפני המים 24 ),
דאס הייסט,
אז דגים האבן אין זיך א תכונה פון "ביטול" צו מקור חיותם 25
(און דערפאר איז ביי זיי פאראן דער ענין פון ריבוי 26
למעלה מהרגיל).
ועד״ז איז אין עבודת האדם: כדי צו מעורר זיין ביי זיך דעם אמת׳ן,
העכסטן אופן פון גמילות חסדים,
חסד בלי הגבלה
(וואס איז פארבונדן מיט "חסדו של הקב״ה״)
— פאדערט זיך די עבודה צו פועל זיין ביי זיך דעם ביטול צו דעם אויבערשטן.
און דאס איז תוכן כוונתו של רש״י בפירושו אויפן פסוק 27
״ובו תדבקון״ — ״הדבק בדרכיו גמול חסדים ..
כמו שעשה הקב״ה": בשעת א איד דינט דעם אויבערשטן אין אן אופן פון "ובו תדבקון ",
ער פועל׳ט ביי זיך צו שטיין אין א דביקות אמיתית מיטן אויבערשטן
(באופן אז ער פילט ניט זיין אייגענע מציאות,
נאר בלויז דעם אויבערשטן,
צו וועמען ער איז דבוק)
— דעמאלט "טוט זיך" ביי אים גמילות חסדים בדרך ממילא אין אן אופן " כמו שעשה הקב״ה " — א חסד בלי מדידה והגבלה 28 .
ד.
כל הנ״ל האט א שייכות מיוחדת לדורנו זה:
דער ענין מיוחד
(הנ״ל)
פון "דגים" איז פארבונדן מיט יוסף הצדיק,
היות אז די ברכה "וידגו לרוב בקרב הארץ" איז געזאגט געווארן בשייכות צו בני יוסף,
און ווי די גמרא 29
זאגט אז דערפאר איז "אין עין הרע שולטת" ביי "זרעו של
יוסף"
(וכדברי ר׳ יוחנן 29
: אנא מזרעא דיוסף קא אתינא דלא שלטא בי׳ עינא בישא).
און דאס איז די שייכות לדורנו זה — וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר,
נשיא דורנו,
איז שמו
(הראשון)
יוסף :
די הנהגה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר איז געווען אין אן אופן פון "וידגו לרוב בקרב הארץ״ — ער האט מפיץ געווען די מעיינות פון תורת החסידות מיט א התרחבות גדולה,
אן קיין מדידה והגבלה,
אין אן אופן אז עס זאל דערגרייכן בכל מקום ומקום 30
,
אויך " בקרב הארץ״ — אין דער "תוכיות" פון ארץ וארציות 31 ,
ביז צו תחתון שאין תחתון למטה ממנו
(ובלשון הידוע 32
: יפוצו מעיינותיר חוצה — אין דעם חוצה שאין חוצה ממנו)
—
און צוזאמען דערמיט האט ער ניט חושש געווען פאר "עינא בישא" 33 ,
מה יאמרו הבריות
("למה תתראו" 34 ).
און דאס איז אויך די הוראה בפועל - אז מען דארף זיך עוסק זיין אין הפצת המעיינות חוצה,
מיט דער גרעסטער התרחבות,
אז די מעיינות הבעש״ט זאלן דערגרייכן בכל מקום ומקום.
און בשעת מען שטייט אין א תנועה פון ביטול
("ובו תדבקון" וואס דאס ווערט אויפגעטאן דורך "הדבק בתלמידי חכמים״ 35 )
— איז ניטא וואס צו חושש זיין פאר "עינא בישא",
ועאכו״כ ניט פאר אנדערע שוועריקייטן כו',
און דורך דעם וואס מ׳איז ממלא בזריזות די שליחות פון "יפוצו מעיינותיך חוצה",
וועט מקויים ווערן נאך שנעלער — בזריזות — די הבטחה פון מלך המשיח צום בעש״ט 36
אז כשיפוצו מעיינותיך חוצה קא אתי מר דא מלכא משיחא,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת כ״ף מ"ח תשד״מ)