א.
בנוגע דעם חילוק צווישן דער „בכי'" פון אידן אויף משה רבינו און דער בכי' אויף אהרן הכהן לאחרי הסתלקותם - ביי אהרן שטייט 1
„ויבכו גו' כל בית ישראל",
און ביי משה'ן שטייט 2
„ויבכו בני ישראל" - זיינען פאַראַן צוויי פירושים 3
:
א)
בשעת 4
אהרן איז נסתלק געוואָרן,
איז „מפני בכיית משה
(אויף אהרן'ען)
בכו כולם לכבודו ויראתו" 5 ,
משא"כ נאָך מיתת משה וואָס „לא 5
הי' גדול כמשה שבכה לא בכו אלא האנשים" 6 .
ב)
באַ משה'ן 7
האָבן בלויז די „זכרים" געוויינט 8 ,
משא"כ ביי אהרן „שהי' רודף
שלום ונותן שלום בין איש לרעהו ובין אשה לבעלה נאמר כל בית ישראל זכרים ונקבות" 9 .
לויטן ערשטן פירוש קומט אויס,
אַז די הדגשה פון „ויבכו בני ישראל"
(בלויז אנשים)
- ניט „כל בית ישראל" ווי ביי אהרן'ען - ברענגט אַרויס מעלתו המיוחדת של משה,
אַז לא הניח גדול כמותו וואָס
(זיין בכי')
זאָל גורם זיין צו „ויבכו גו' כל בית ישראל";
משא"כ לויטן צווייטן פירוש,
איז אדרבה,
די זעלבע הדגשה
(„ויבכו בני ישראל את משה" - האנשים ולא הנשים)
ברענגט אַרויס אַז ביי משה איז דער ענין פון הבאת שלום ניט געווען בתכלית השלימות ווי ביי אהרן.
איז תמוה: ס'איז מובן,
אַז דאָרט וואו עס רעדט זיך וועגן מיתת משה,
איז מתאים צו דערציילן זיינע מעלות 10
; און ווי מען זעט טאַקע דאָ אין די פסוקים גופא 11
: „ומשה גו' לא כהתה עינו גו' ולא קם נביא גו' לכל האותות גו' ולכל
היד החזקה גו'" - טאָ ווי פּאַסט דאָ די הדגשה,
אַז ביי משה'ן איז ניט געווען די שלימות המעלה פון הבאת שלום ווי ביי אהרן?
ב.
די תמי' ווערט נאָך גרעסער בשים לב צום סדר הלשון אין פירוש רש"י:
רש"י זאָגט „בני ישראל - הזכרים,
אבל באהרן מתוך שהי' רודף שלום ונותן שלום בין איש לרעהו ובין אשה לבעלה נאמר כל בית ישראל זכרים ונקבות".
ולכאורה: אויב רש"י איז בלויז אויסן צו פאַרענטפערן פאַרוואָס ביי אהרן שטייט „כל בית ישראל",
און ביי משה'ן - „בני ישראל",
האָט רש"י דערמיט געדאַרפט אָנהויבן דעם ענין 12
: „
(בני ישראל,
הזכרים)
ובאהרן נאמר כל בית ישראל זכרים ונקבות
(און דערנאָך זאָגן דעם טעם)
לפי שהי' רודף שלום כו'".
פון דעם וואָס רש"י הויבט אָן מיטן ענין פון הבאת שלום של אהרן - און דערצו נאָך מיט אַן אריכות
(ובפרט אַז רש"י האָט דאָס שוין געזאָגט פריער 13
ביי הסתלקות אהרן)
- איז משמע,
אַז רש"י איז אויסן
(ניט נאָר צו מבאר זיין דעם טעם והכרח אַז „ויבכו בני ישראל"
(פון אונזער פסוק)
מיינט „הזכרים",
נאָר אויך)
צו אַרויסברענגען די מעלה פון
אהרן לגבי משה
(אין דעם ענין פון הבאת שלום).
איז תמוה אַז דאָ,
ביים ענין פון הסתלקות משה ,
זאָל מען גאָר אַרויסברענגען און מאריך זיין אין היפך מעלתו של משה
(לגבי אהרן).
און מען קען ניט פאַרענטפערן אַז אדרבה: מצד דעם יתרון וגודל המעלה פון משה רבינו בכלל,
דאַרף תורה באַוואָרענען,
אַז בנוגע דעם ענין
(אהבת ישראל והבאת שלום)
דאַרף מען זיך ניט באַגנוגענען מיט אַ הנהגה ווי ס'איז געווען באַ משה'ן,
נאָר מען דאַרף זיך לערנען פון הנהגת אהרן -
ווייל,
לכאורה,
איז ניט דאָ דער אָרט אויף דעם.
איז דערפון מובן,
אַז בשעת מען לערנט דעם ענין פון הסתלקות משה,
איז דערביי נוגע צו וויסן דעם חילוק צווישן משה און אהרן,
כולל מעלת אהרן לגבי משה;
און דערפאַר איז דער פסוק דאָ מדגיש „ויבכו בני ישראל את משה",
און רש"י איז מבאר
(מגלה),
אַז דערמיט וויל דער פסוק אָנדייטן אויף מעלתו של אהרן
(לגבי משה),
אַז ביי אים איז געווען „רודף שלום ונותן שלום בין איש לרעהו ובין אשה לבעלה".
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הטעם וואָס ביי משה'ן געפינט מען ניט במחז"ל וועגן זיין הנהגה אין הבאת שלום בין איש לרעהו ובין אשה לבעלה ווי מ'געפינט ביי אהרן:
ס'איז מובן ופשוט אַז דאָס איז ניט דערפאַר וואָס ביי משה'ן האָט ח"ו געפעלט אין אהבת ישראל,
ואדרבה: משה רבינו אוהב ישראל הי' 14 ,
ער איז געווען
דער רועה נאמן פון אַלע און יעדער אידן וואָס האָט זיי באַזאָרגט מיט זייערע צרכים:
סיי צרכיהם הרוחניים - ער האָט
(אַליין)
געלערנט תורה מיט „כל העם" 15 ,
און ניט נאָר די הלכות התורה
(וועלכע אידן מוזן וויסן,
לידע את המעשה אשר יעשון ואלה אשר לא תיעשנה),
נאָר אויך פלפולא דאורייתא וואָס „לא ניתנה ..
אלא למשה ולזרעו",
איז „נהג בה טובת עין ונתנה לישראל" 16
;
און סיי כל צרכיהם הגשמיים,
אָנהויבנדיק פון דעם מן וואָס איז בזכות משה,
און ביז אַז אויך די
(אַנדערע)
צרכים וואָס זיינען געווען בזכות אהרן ומרים,
איז נאָך זייער פטירה
(ווען נסתלק הבאר און נסתלקו ענני הכבוד)
- חזרו בזכות משה 17 ,
נאָר דער פשט דערפון איז,
אַז מצד ענינו ושליחותו של משה האָט זיך ביי אים געפאָדערט אַן אַנדער אופן הנהגה אין אהבת ישראל
(והבאת שלום)
ווי הנהגת אהרן.
ד.
די הסברה בזה:
וועגן דעם אופן הבאת שלום פון אהרן,
דערציילן חז"ל 18 ,
אַז כדי לעשות שלום בין איש לרעהו כו' האָט ער „משנה" געווען פון דעם אמת,
וואָס דאָס איז,
כמובן,
אַ דבר המותר
(ורצוי)
על פי תורה,
כמאמר חז"ל 19
„מותר לו לאדם לשנות בדבר השלום";
ביי משה רבינו אָבער,
וויבאַלד אַז מדתו איז מדת האמת 20 ,
דעריבער,
האָט ביי אים ניט געקענט זיין דער אופן פון הבאת שלום 21 .
און אע"פ אַז דער ענין פון „מותר כו' לשנות בדבר השלום" איז,
כנ"ל,
אַ הוראה פון תורה,
וואָס זי איז תורת אמת
[און ווי ס'ווערט אַרומגערעדט במק"א 22
בדיוק לשון חז"ל „מותר ..
לשנות " - אַז דאָס איז בלויז אַן ענין פון „שינוי",
אָבער ניט קיין שקר ח"ו
(היפך תורת אמת)],
איז אָבער אַזאַ אופן הנהגה פאָרט פאַרבונדן מיט אַ „העלם" אויף מדת האמת,
און דערפאַר איז דאָס ניט מתאים צו דער שליחות פון דעם וואָס מדתו
(ומדרגתו)
המיוחדת איז מדת האמת 23 .
דער אופן ההנהגה איז שייך צו אהרן,
וואָס מדתו איז מדת החסד 24 .
- ווען משה לערנט תורה מיט אידן,
גיט ער זיי איבער אַלע ענינים פון תורה,
אויך די הוראה פון „מותר ..
לשנות בדבר השלום"; אָבער ווען עס קומט צו זיין אייגענע הנהגה,
וואָס איז פאַרבונדן מיט זיין מדריגה ו
(במילא -)
שליחות בעלמא דין 25 ,
איז ביי אים ניט שייך אָט דער אופן -
ואולי יש להוסיף עוד ענין: ניט שייך אַראָפּצולאָזן זיך אויך צו אַזעלכע וואָס זיינען אין אַ מצב ירוד,
ביז אַז דער איינציקער וועג צו מאַכן שלום ביניהם איז דורך משנה זיין מן האמת .
ה.
וויבאַלד אַז ביידע אופני הנהגה זיינען ע"פ תורה - איז מובן,
אַז יש בזה מה שאין בזה:
די מעלה פון הנהגת משה איז,
וואָס אין דעם איז ניטאָ קיין שום נטי' פון מדת האמת; לאידך גיסא,
איז דאָ אַ מעלה אין הנהגת אהרן,
וואָס דוקא דורך איר דערגרייכט מען ביז צום „תחתון" ביותר
(פאַר וועמען מען מוז „משנה" זיין).
און דערמיט ווערט אויך מוסבר דער טעם וואָס דוקא ביי פטירת משה איז מודגש מעלתו של אהרן:
במשך ימי חייו של משה,
ווען ער איז געווען פאַרנומען מיט דורכפירן זיין שליחות בעלמא דין,
איז ער געווען כל כולו עסוק אין זיין אופן העבודה,
און זיין שליחות בעולם איז צו „טאָן" אַלעס באופן מדת האמת ;
בשעת אָבער עס איז געקומען דער זמן פון „ ויעל משה גו' אל הר נבו" 26
-ער האָט שוין משלים געווען זיין שליחות דאָ למטה,
און האָט געהאַלטן ביי עולה זיין למעלה - דעמאָלט איז ביי אים געווען דער זמן צו דערהערן די מעלה אין הנהגת אהרן,
וואָס ברענגט שלום צו יעדן אידן.
- ע"ד דעם ביאור אין דעם מאמר הידוע 27
פון ר' יוחנן בן זכאי סמוך למיתתו: איני יודע באיזו
(דרך)
מוליכים אותי.
איז ידועה די קשיא: ווי קומט עס,
אַז ריב"ז,
וואָס ער איז געווען פון די גדולי התנאים - און ווי חז"ל זיינען בכמה מקומות 28
מפליג אין דער גדלות פון ריב"ז,
און ער איז דאָך געוויס געווען נזהר בתכלית אין סור מרע ועשה טוב - זאָל ביי אים זיין אַ ספק צי ער גייט אין גן עדן אָדער אין גיהנם?
!
שטייט דערויף די הסברה 29
: כאָטש ער איז געווען זיכער,
אַז בנוגע זיינע כחות הגלויים איז זיין עבודה געווען בתכלית השלימות,
איז ער אָבער געווען מסופק צי ער האָט אויך אויפגעטאָן וואָס ער דאַרף אויפטאָן בנוגע זיין עצם הנפש
(שלמעלה מגילוי).
עס בלייבט אָבער ניט מובן: אויב ביי אים איז געווען אַ ספק וועגן דעם מצב פון עצם נפשו - צי עס געפינט זיך אין אַ מצב פון קדושה אָדער ח"ו להיפך -
פאַרוואָס האָט ער זיך אויף דעם מצטער געווען ערשט סמוך למיתתו,
און ניט פריער,
במשך פון זיין גאַנצן לעבן?
איז איינער פון די ביאורים בזה 30
:
במשך כל ימי חייו איז ריב"ז געווען אינגאַנצן פאַרנומען און אַריינגעטאָן אין זיין שליחות בעלמא דין - לימוד התורה לעצמו און מיט אַנדערע וכו' וכו' - און האָט ניט געהאַט קיין צייט צו אָפּשטעלן זיך און טראַכטן וועגן זיינע „מדריגות",
וואו האַלט ער מיט עצם נפשו;
דוקא סמוך לפטירתו,
ווען ער האָט געהאַלטן ביי פאַרענדיקן זיין שליחות בעלמא דין,
האָט ער געקענט זיך מתבונן זיין וואָס עס טוט זיך מיט עצם נפשו.
ועד"ז בעניננו: דוקא סמוך לפטירתו,
ווען משה האָט שוין פאַרענדיקט שליחותו בעלמא דין,
איז דאַן ביי אים געווען דער זמן צו אריינטראַכטן זיך אין די חילוקי מדריגות צווישן זיין עבודה און עבודת אהרן,
און האָט דעמאָלט דערהערט מעלת אהרן.
און דעריבער איז אויך אַזוי פאַרשריבן אין תורת משה,
דוקא אין די פסוקים וועגן מיתת משה ווערט אַרויסגעבראַכט די מעלה פון עבודת אהרן לגבי עבודת משה.
ו.
דער ביאור איז אָבער ניט אינגאַנצן מספיק:
וויבאַלד אַז מדתו של משה איז מדת האמת,
איז דאָך אין דעם קיין נפק"מ,
לכאורה,
צי דאָס איז בעת ער געפינט זיך למטה
(און איז זיך עוסק בשליחותו בעלמא דין),
אָדער אין דער צייט ווען
ער האַלט ביי עליית נשמתו למעלה: בכל מקום ומקום איז ענינו של משה -מדת האמת ; פאַרוואָס זאָגט מען,
אַז בעת הסתלקותו ווערט ביי אים נרגש דער אמת פון דער מעלה פון עבודת אהרן?
וי"ל דעם ביאור בזה
(ע"ד החסידות)
:
דער ענין פון הסתלקות משה מיינט ניט
(נאָר)
הסתלקות במובן גשמי - אַז נשמתו איז נסתלק געוואָרן פון זיין גוף - נאָר ס'איז
(אויך ובעיקר)
אַ הסתלקות ועלי' רוחנית ,
אַז זיין נשמה האָט עולה געווען צו אַ סך 31
אַ העכערע מדריגה,
ווי די צו וועלכער ער האָט דערגרייכט במשך חייו בעלמא דין 32 .
וכידוע דער טייטש
(ביאור) 33
אין פסוק 26
„ויעל משה גו' אל הר נבו" -„נו"ן בו": במשך חיים חיותו בעלמא דין האָט משה דערגרייכט די מ"ט שערי בינה - ביום פטירתו האָט ער זוכה ועולה געווען צום שער הנון
(נו"ן בו).
וי"ל אַז דאָס איז אויך דער ביאור פנימי אין דעם ענין פון „ ויעל משה גו'":
משה איז ענינו - המשכה מלמעלה למטה
(שושבינא דמלכא 34 )
; וואָס דערפאַר האָט ער אַראָפּגעבראַכט תורה
למטה - משה קיבל תורה מסיני ומסרה כו' 35
;
משא"כ אהרן איז „שושבינא דמטרוניתא" 34
- ער איז מדליק
( ומעלה )
די נרות המנורה - „ בהעלותך את הנרות",
„עד שתהא שלהבת עולה מאלי'" 36 ,
וואָס ברוחניות מיינט עס 37 ,
אַז ער הויבט אויף נשמות ישראל
(נר ה' נשמת אדם)
אַז זיי זאָלן שטיין אין אַן עלי' לשרשם ומקורם.
און ביום פטירתו איז משה נתעלה געוואָרן העכער פון זיין מדריגה,
דורך דעם וואָס ביי אים האָט זיך אויפגעטאָן אויך די מעלה פון
(אהרן -)
„ ויעל גו'" - העלאה מלמטה למעלה 38 .
[און דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס ער האָט דאַן זוכה געווען צום שער הנו"ן:
במשך ימי חייו,
ווען עבודת משה איז געווען מוגדר לויט מדתו ומדריגתו של משה,
האָבן ביי אים מאיר געווען אַלע
(אָבער בלויז)
מ"ט שערי בינה,
וואָס מספר מ"ט ווייזט אויף דער הגבלה פון וועלט
(ז' פעמים ז' - שבעת ימי הבנין) 39
;
בשעת אָבער ביי אים האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון „ ויעל גו'",
עלי' ויציאה פון זיינע גדרים - אַז זיין עבודה איז ניט באַגרענעצט אפילו ניט מטבעו בקדושה
(מדת האמת),
בלויז אין קו פון „המשכה מלמעלה למטה",
נאָר
ביי אים איז אויך 40
געווען די „העלאה מלמטה למעלה" - איז דערמיט פאַרבונדן וואָס צו אים איז ניתן געוואָרן דער שער הנו"ן,
שלמעלה מהגבלה].
ועפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין בנוגע דעם ענין פון אהבת ישראל און הבאת שלום:
וויבאַלד אַז ביום פטירתו איז ביי משה'ן געווען די עבודה פון „ ויעל גו'" - מדריגת אהרן - האָט ער דעריבער דעמאָלט דערהערט די מעלה פון הבאת שלום של אהרן
(וואָס האָט דערגרייכט אַלע אידן,
כנ"ל).
ז.
וי"ל אַז פון דעם אַלעם זעט מען נאָך אַן ענין בגודל האהבת ישראל פון משה רבינו:
אין די פסוקים וואָס רעדן וועגן זיין הסתלקות,
איז אומר מפי עצמו
(וברוה"ק) 41
ומדגיש מעלתו של אהרן ,
כדי אַז אידן זאָלן דערפון אָפּלערנען אויף ווי ברייט און טיף עס מוז זיין דער ענין פון אהבת ישראל,
אַז ניט קוקנדיק אויפן גודל העילוי פון זיין אהבת ישראל,
וואָס זיכער האָט ער עולה געווען
(מעלין בקודש)
במשך ימי חייו מדרגא לדרגא אין זיין אהבת ישראל
(פּונקט ווי ער האָט מעלה געווען בקודש בכל עניני קודש)
-
אעפ"כ איז דאָס ניט מספיק,
און מען מוז זיך פירן ווי אהרן - „רודף שלום ונותן שלום בין איש לרעהו ובין אשה לבעלה".
(משיחות ליל שבת חוה"מ סוכות ויום שמח"ת תשמ"ב)