א.
בנוגע צו דער שמחה שבחג הסוכות געפינען מיר,
אַז נוסף אויף דעם חיוב שמחה וואָס איז דעמולט פאַראַן מצד היותו יו"ט 1
(יו"ט בכלל,
און „זמן שמחתנו" במיוחד),
זיינען אויך דאָ שמחות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט פעולות מסוימות וואָס מ׳טוט בחג הסוכות:
די שמחה וואָס איז פאַרבונדן מיט מצות נטילת ד׳ מינים בחג זה,
כמ"ש 2
„ולקחתם לכם ביום הראשון גו׳ ושמחתם לפני הוי׳ אלקיכם שבעת ימים" — שמחת לולב 3
; און די שמחה וואָס איז פאַרבונדן מיט ניסוך המים.
די שאיבת המים
(וואָס מ׳האָט מנסך געווען בסוכות ע"ג המזבח,
און מ׳האָט עס שואב געווען אין דער נאַכט פאַרן ניסוך)
איז געווען בשמחה 4
— „ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה" 5 .
דער סדר פון די צוויי שמחות,
וועלכע פון זיי קומט פריער,
איז פאַרבונדן און היינגט אָפּ פון דער מחלוקת תנאים 6
ווען ס׳האָט זיך אָנגעהויבן ניסוך המים: לויט איין דיעה האָט דער ניסוך המים זיך אָנגעהויבן דעם צווייטן טאָג סוכות
(בשחרית),
ולפי זה,
איז די שאיבת המים בפעם הראשונה געווען בלילה השני,
נאָך דעם זמן פון נטילת ד׳ מינים וואָס איז געווען ביום הראשון; אָבער די הלכה איז כדעה השני׳ 7
אַז „ניסוך המים כל שבעה" 8
(אויך ביום הראשון),
במילא איז די שאיבת המים
(פאַרן ערשטן ניסוך)
געווען בלילה 9
הראשון של חג — פאַר נטילת ד׳ מינים,
וואָס מצותה איז ביום 10 .
ב.
תורה זאָגט דעם כלל אַז „אלו ואלו דברי אלקים חיים" 11 .
דערפון איז פאַרשטאַנדיק,
אַז ביידע דיעות האָבן אַן אָרט ברוחניות — אויך די דיעה אַז שאיבת המים הויבט זיך אָן בליל ב׳ של חג.
נאָך מער: אויך לויט דער הלכה,
אַז די שאיבת המים איז געווען אויך בליל ראשון של חג,
איז אָבער די
(שלימות
ה)
שמחה פון שמחת בית השואבה,
די „שמחה יתירה" 12 ,
וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורכן „חליל"
(וכלי שיר),
האָט זיך ערשט אָנגעהויבן במוצאי יו"ט הראשון 13 .
און אע"פ אַז דאָס איז לכאורה צוליב אַ זייטיקער סיבה,
ארי׳ הוא דרביע עלי׳ 14 ,
וואָס „החליל ..
אינו דוחה לא את השבת ולא את היום טוב" 15
— וואָס דערפאַר איז בזמן הזה,
ווען שמחת בית השואבה איז ניט פאַרבונדן מיט „חליל",
איז י"ל
(ווי גערעדט כמה פעמים)
„קלקלתנו זוהי תקנתנו" 16
— די שמחת בית השואבה הויבט זיך אָן בכמה ענינים גלייך מיט אַ שטורעם שוין פון דער ערשטער נאַכט פון סוכות 17
—
אעפ"כ,
וויבאַלד אַז יעדער ענין אין תורה איז בדיוק,
איז מובן אַז דאָס וואָס די „שמחה יתירה"
(אין מקדש)
האָט זיך בפועל אָנגעהויבן „במוצאי יו"ט הראשון",
איז עס דערפאַר וואָס אַזוי איז מער מתאים צו דעם תוכן פון דער שמחה — אַז די „שמחה יתירה"
(ווי זי איז געווען במקדש)
קען ערשט זיין לאמיתתה „במוצאי יו"ט הראשון" ולאחריו.
ג.
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין דער שייכות
(בפנימיות
הענינים)
פון ניסוך המים
(דוקא)
צו חג הסוכות:
איינער פון די חילוקים 18
צווישן דער שמחה פון ניסוך היין
(דאין אומרים שירה אלא על היין 19 )
און די שמחה פון ניסוך המים איז:
די שמחה פון ניסוך היין איז פאַרבונדן אויך מיט טבע האדם,
בדוגמא צו דער שמחה וואָס קומט פון יין סתם,
דערפאַר וואָס יין איז בטבע אַ דבר המשמח 20 .
ד.
ה.,
אע"פ אַז ביי ניסוך היין איז עס אַ שמחה קדושה,
איז פאַרבונדן מיט עבודת המקדש,
דאָך האָט זי אַ שייכות מיט טבע האדם.
[וע"ד ווי ביי דער מצוה פון שמחת יו"ט,
וואָס דאַרף זיין פאַרבונדען מיט יין כפשוטו — „אין שמחה אלא ביין" 21
— איז דאָך די שתיית היין פון אַ אידן ניט לשם תאוה ח"ו,
נאָר צוליבן קיום המצוה; ובמילא,
איז אויך די שמחה וואָס קומט דורך דעם,
ניט מצד דעם יין עצמו
(ווי ביי אַ ניט־אידן),
נאָר מצד דער מצוה שבזה,
שמחה של מצוה און נאָכמער — שתיית היין איז די מצוה.
אידן זיינען „גוי אחד בארץ",
ד.
ה.
אַז אויך מצד דעם גוף הגשמי
(ארץ)
זיינען זיי אַ „גוי אחד" און אַ „גוי קדוש",
וואָס דערפון איז מובן,
אַז אויך די שמחה וואָס דער אידישער גוף דערפילט דאַן נעמט זיך באמת פון דער קדושה ומצוה שביין.
אעפ"כ,
וויבאַלד אַז די שמחה איז פאַרבונדן דוקא מיט יין
(„אין שמחה אלא ביין" 21 ),
והטעם בפשט התורה איז ווייל ער איז בטבעו מעורר שמחה 22 ,
איז מובן,
אַז די שמחה מצד המצוה האָט אַ שייכות צו טבע ומציאות העולם
(טבע חייו 23 )].
משא"כ די שמחה וואָס איז פאַרבונדן מיט ניסוך מים ע"ג המזבח — וואָס מים זיינען בטבעם ניט קיין דבר המשמח — באַווייזט,
אַז די שמחה ביי שאיבת המים האָט ניט קיין שייכות צו עניני טבע,
זי קומט אינגאַנצן מצד ציווי הקב"ה „ושאבתם מים בששון".
און דאָס איז די מעלה פון ניסוך המים אויף ניסוך היין: ביי ניסוך היין,
וויבאַלד די שמחה האָט אַן אחיזה אין טבע הבריאה,
איז זי מדוד ומוגבל אין די הגבלות פון טבע הבריאה; משא"כ ביי ניסוך המים,
וואָס די שמחה קומט כולה מצד ציווי הקב"ה,
וואָס איז אין־סוף,
איז אויך די שמחה למעלה ממדידה והגבלה.
ד.
ס׳איז מבואר וידוע,
אַז ביי יעדער אידן איז פאַראַן אַ „מזבח רוחני" 24
— איז מובן,
אַז די צוויי אופני שמחה פון ניסוך היין און ניסוך המים ע"ג המזבח,
זיינען אויך פאַראַן בעבודה רוחנית ביי יעדער אידן:
די שמחה פון ניסור היין מיינט בעבודת האדם — אַ שמחה של מצוה וועלכע קומט דורך התבוננות בשכל: בשעת אַ איד איז זיך מתבונן אין דעם
גודל הזכות,
וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן די מעגלעכקייט צו מקיים זיין אַ מצוה,
און אין גודל העילוי וואָס טוט זיך אויף דורך זיין קיום המצות
(אַז ער ווערט דורך דער מצוה בצוותא און דבוק מיטן אויבערשטן)
— רופט עס ביי אים אַרויס אַ שמחה גדולה.
וויבאַלד אָבער אַז די שמחה איז פאַרבונדן מיט שכל והתבוננות,
איז זי אין אַן אופן אַז אין איר הערט זיך,
נוסף אויף דער מצוה,
אויך די מציאות פון דעם אדם המקיים את המצוה
(בדוגמת השמחה וואָס ווערט דורך יין,
כנ"ל).
און היות אַז די שמחה איז „מורכבת בהשגה" איז דאָס אַ שמחה „מוגבלת לפי אופן ההשגה" 25 .
משא"כ די שמחה פון ניסוך המים איז אַ דוגמא פון אַ שמחה של מצוה וואָס איז העכער פון שכל והתבוננות: בשעת אַ איד שטייט אין אַ תנועה פון מס"נ,
ער גיט זיך אינגאַנצן אַוועק צום אויבערשטן — דאַרף ער ניט אָנקומען צו הסברה בשכל
(אין דעם גודל העילוי פון מצות)
; גלייך ווי ער דערהערט אַז דאָס איז אַ ציווי פון אויבערשטן
(„וציונו"),
רופט עס ביי אים אַרויס אַ שמחה גדולה.
און די שמחה איז אַ „שמחה אמיתית",
וואָס האָט ניט קיין הגבלה
(ווייל זי איז „מגיע בעצם הנפש למעלה מהכחות הגלוים" 25 )
; און דערפאַר איז דוקא וועגן דער שמחה
(פון ניסוך המים)
זאָגן חז"ל 26
„מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו".
ה.
און דאָס איז אויך די כללות׳דיקע שייכות פן שמחת בית השואבה צו חג הסוכות:
די שמחה פון סוכות,
זמן שמחתנו,
קומט פון דער עבודה וענינים וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן בר"ה ובעשי"ת ובפרט ביוהכ"פ.
וכידוע 27 ,
אַז דער ענין פון סכר הסוכה
(וועלכער קומט פון ענני הכבוד 28 )
ווערט נמשך פון דער תשובה און ענן הקטורת פון יוהכ"פ.
די עבודה פון יום הכיפורים — „אחת בשנה" — איז מצד יחידה 29
שבנפש,
די התקשרות פון עצם הנשמה מיט עצמותו ית׳,
„יחידה ליחדך" 30
; און דער אויפטו פון סוכות איז,
אַז אָט־די התקשרות צום אויבערשטן זאָל נמשך ווערן בגלוי ביז צו אַרומנעמען דעם אידן אינגאַנצן מיט אַלע זיינע ענינים.
און דאָס דריקט זיך אויס אויך אין מצות סוכה כפשוטה — „בסוכות תשבו שבעת ימים 31
— תשבו כעין תדורו" 32
: אַלע ענינים וועלכע ער טוט בביתו
(אכילה שתי׳ וכו׳)
ווערן אַרומגענומען מיט דער מצוה פון סוכה
[וואָס דאָס איז די הוספה ומעלה פון סוכה אויף טלית: טלית נעמט אַרום דעם אידן ראשו ורובו; סוכה נעמט אַרום אויך אַלע ענינים פון אידן,
אָן קיינע הגבלות].
און דערפאַר איז חג הסוכות דער זמן פון ניסוך המים און שמחת בית השואבה,
וואָס איזאַ שמחה וועלכע איז למעלה מטעם ודעת,
כנ"ל,
ווייל סוכות רופט אַרויס די שמחה שלמעלה ממדידה והגבלה.
ו.
ס׳איז ידוע 33 ,
אַז די מצוה פון לולב איז בתוכנה ניט קיין באַזונדערע מצוה וואָס דאַרף געטאָן ווערן אין דעם זמן פון ז׳ ימי הסוכות,
נאָר זי האָט אַ שייכות און קומט אַלס המשך צו מצות סוכה
[ווי מובן אויך פונעם דין 34
אַז „מצות נטילתו
(דלולב)
בסוכה הוא מצוה מן המובחר"]
:
סוכה נעמט אַריין אין זיך דעם אידן מיט אַלע זיינע ענינים באופן אַז זי רינגלט זיי אַרום מבחוץ,
ובלשון החסידות — מקיף,
און דער אויפטו פון מצות נטילת ד׳ מינים איז — „ולקחתם לכם ": דער מקיף פון סוכה ווערט גענומען „לכם",
ער ווערט אייערער ,
עס ווערט נמשך אין אַ פנימיות.
[וואָס דאָס איז דער טעם וואָס ביי דער נטילה פון ד׳ מינים דאַרף מען זיי צולייגן צום האַרץ 35 ,
כדי אַז עניניהם זאָלן נמשך ווערן אויך אין
(הרגש ה)
לב,
און „לבא פליג לכל שייפין" 36
— אין אַלע
(כחות שבכל ה)
אברים,
כולל דעם שכל שבראש].
און דוקא דורך דעם איז דער ענין פון סוכות
(גילוי המקיף)
בשלימות: כאָטש
אַז די עבודה מצד כחות פנימיים איז במדידה והגבלה,
וואָס דערפאַר פאָדערט זיך עבודה פון מס"נ שלמעלה ממדידת השכל
(ווי דערמאָנט פריער די מעלה פון ניסוך המים אויף ניסוך היין)
— אעפ"כ איז די שלימות העבודה פון מס"נ ווען דער ביטול ומס"נ נעמט דורך די כחות פנימיים,
שכל און מדות,
אַז אויך זיי זאָלן מחייב זיין דעם ענין המס"נ; וואָרום
(א)
דוקא דורכדעם ווערט די תנועה פון מס"נ נקלט אין דעם אדם איןאַ פנימיות,
ובמילא האָט זי אַ קיום; און
(ב)
דאָס איז אַ באַווייז אויף דעם העדר ההגבלה פון דעם ביטול ומס"נ,
אַז עס איז ניטאָ קיין אָרט אין נפש וואו זיי האָבן ניט דערגרייכט און דורכגענומען 37 .
ז.
ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם פנימי פון דער דיעה אַז שאיבת המים
(מיט שמחת בית השואבה)
הויבט זיך אָן
(די צווייטע נאַכט פון סוכות),
לאחרי נטילת ד׳ מינים 38
:
כשם ווי די שלימות העבודה פון מס"נ בכלל טוט זיך אויף דורכדעם וואָס די תנועה פון מס"נ נעמט דורך די כחות פנימיים,
איז עאכו"כ אַז דאָס איז אַזוי בנוגע דער שמחה וואָס דאַרף זיין פון דער עבודה — היות
(א)
אַז התעוררות השמחה איז דוקא פון אַ זאַך וואָס ווערט
נרגש בגלוי 39 ,
און
(ב)
שמחה אמיתית איז ווען זי האָט ניט קיין הגבלות — די שלימות השמחה פון אַן ענין שלמעלה מהשגת השכל שלו איז ווען דער ענין ווערט גענומען ניט נאָר בבחי׳ מקיף,
נאָר דוקא ווען ער קומט אַראָפּ אין אַ פנימיות.
דערמיט איז מובן וואָס די שמחה פון שאיבת המים
(וועלכע איז בתוכנה דער תוכן פון דער שמחה וואָס קומט פון ענין הסוכה כנ"ל ס"ה)
הויבט זיך אָן
(די צווייטע נאַכט פון סוכות,)
נאָך דער עבודה פון „ולקחתם לכם ביום הראשון" — לאחרי זה וואָס אַ איד האָט אויפגעטאָן „ביום הראשון" דורך די ד׳ מינים,
אַז דער מקיף פון סוכה איז נמשך געוואָרן „לכם",
איןאַ פנימיות,
דעמולט ווערט ביי אים
(בליל ב׳ דסוכות)
„ושאבתם מים בששון
(שלמעלה מהשכל)
"; די עבודה דמס"נ שלמעלה מהשכל נעמט דורך אַלע זיינע כחות פנימיים און מעורר אַ שמחה אמיתית וגלוי׳.
ח.
אָבער אעפ"כ איז די הלכה,
אַז אויך ביום הראשון דסוכות איז געווען ניסוך המים ובמילא איז פאַרדעם געווען שאיבת המים 40
— און וויבאַלד עס דאַרף זיין „ושאבתם מים בששון",
איז
מובן אַז אויך די שאיבה איז געווען מיט אַ שמחה
(המותרת 41 ).
וואָרום היות אַז אויך פאַרן קיום „ולקחתם",
פון ערשטן רגע פון לילה הראשון איז שוין דאָ דער אויפטו פון סכך הסוכה בבחי׳ מקיף,
וואָס דאָס איז די סיבה צו דער שמחת יו"ט פון דער ערשטער נאַכט 42
סוכות — דעריבער,
איז אויך דעמולט שייך דער ענין פון שמחת בית השואבה,
עס זאָל זיין שמחה פון שאיבת ובחי׳ מים,
שלמעלה מהשגת השכל.
נאָר ווייל דער ענין הסוכה איז נאָר בבחינת מקיף,
דערפאַר איז אויך די דעמולטיקע שמחה ניט קיין שלימות׳דיקע,
און ניט אַזוי בגלוי 43 .
דוקא נאָך דער עבודה פון נטילת ד׳ מינים — „ולקחתם לכם ",
המשכת המקיף בפנימיות — איז די שמחת בית השואבה מיטן גאַנצן שטורעם,
מיטן „חליל"
(און אַנדערע כלי שיר 44 ).
ט.
דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס איצט,
בזמן הגלות,
איז כמנהג ישראל בכ"מ די התחלה פון שמחת בית השואבה אין דער ערשטער נאַכט פון סוכות:
דער עיקר ענין פון המשכת המקיף בפנימיות איז געווען בזמן הבית,
ווען אלקות האָט מאיר געווען בגלוי ובפנימיות,
און די עבודה איז געווען
(בעיקר)
מצד די כחות פנימיים;
משא"כ בזמן הגלות 45 ,
ווען „אותותינו לא ראינו גו׳" 46 ,
איז די התחלת והקדמת העבודה ניט
(אויף אַזוי פיל)
מיט די כחות פנימיים; דער עיקר עבודה והתחלתה איז מצד מס"נ
(וכחות מקיפים)
ובפשטות — אל 47
יבוש מפני המלעיגין,
הוי עז כנמר כו׳ כנשר כו׳ כצבי כו׳ כארי
(מער ווי שכל האדם)
— ובמילא,
הערט זיך ניט איצט אָן
(אַזוי פיל)
דער עילוי ויתרון פון דער צווייטער נאַכט סוכות
(ווען ס׳איז שוין דאָ די המשכת המקיף בפנימיות,
דורך „ולקחתם לכם גו׳" 48 )
לגבי דער ערשטער נאַכט.
[נאָר היות אַז אַלע ענינים פון תורה זיינען נצחיים,
דערפאַר דריקט זיך אויס דער עילוי פון שמחת בית השואבה דליל ב׳ אויך בזמן הזה — אין דעם גודל השמחה גופא — מען פאַרגרעסערט די שמחה פון ליל ב׳,
ביז — גרעסער פון דער שמחה פון ליל א׳; ביז
אין אַז אופן,
אַז כאילו ווי דער ענין פון שמחת ביה"ש הויבט זיך אָן בליל ב׳].
אָבער מהאי טעמא גופא קומט אויס,
אַז ס׳איז דאָ אַז עילוי אין שמחת בית השואבה בזמן הזה לגבי שמחת בית השואבה בזמן הבית:
כשם ווי ס׳איז מבואר בנוגע צו ענין המס"נ עצמו,
אַז בזמן הגלות,
ווען ס׳איז ניטאָ
(אויף אַזוי פיל)
דער גילוי פון כחות פנימיים,
איז דער כח המס"נ מער
בגלוי ווי בזמן הבית 49
; עד"ז בנוגע דער שמחה שמצד עבודה זו — וואָס איז די שמחה פון ניסוך המים,
כנ"ל — איז בזמן הגלות איז דאָסאַ העכערע שמחה,
מצד עצם הנפש.
(משיחת ליל ב' דחג הסוכות — אחרי תפלת ערבית — תשמ"א)