א.
אין דעם ציווי אויף מצות הקהל איז די התחלה „מקץ שבע שנים במועד שנת השמיטה בחג הסוכות" 1 .
איז רש"י מעתיק פון פסוק די ווערטער „מקץ שבע שנים" און איז מפרש: בשנה ראשונה של שמיטה שהיא שנה שמינית 2
ולמה קורא 3
אותה שנת השמיטה 4
שעדיין שביעית נוהגת בה בקציר של שביעית היוצא למוצאי שביעית 5 .
ווי מען לערנט בפשטות 6 ,
איז די שאלה וואָס רש"י קומט פאַרענטפערן: לשון הכתוב איז „מקץ שבע שנים" דער סוף פון די זיבן יאָר,
פון דעם זיבעטן יאָר 7 ,
און אַזוי איז אויך מובן פון לשון „ במועד שנת השמיטה" אַז דאָס איז דער יאָר פון שמיטה,
און דערנאָך איז דער פסוק מסיים „בחג הסוכות" וואָס איז ניט אין
(סוף פון)
זיבעטן יאָר;
איז רש"י מפרש אַז „מקץ שבע שנים" דאָ מיינט „שנה ראשונה של שמיטה שהיא שנה שמינית",
דאָס הייסט,
אַז „מקץ" מיינט טאַקע „סוף",
ווי רש"י טייטשט בר"פ מקץ „כל לשון קץ סוף
הוא" 8 ,
אָבער עס מיינט נאָכן סוף 9 ,
נאָך דעם ווי ס׳ענדיקן זיך די ז׳ שנים,
„שהיא שנה שמינית".
וויבאַלד אָבער אַז פון דעם המשך הכתוב „במועד שנת השמיטה" איז משמע אַז דאָס מיינט אין שנת השמיטה,
איז רש"י ממשיך „ולמה קורא אותה שנת השמיטה"?
און פאַרענטפערט „שעדיין שביעית נוהגת בה כו'".
לפ"ז איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
רש"י האָט געדאַרפט מעתיק זיין אויך די ווערטער „בחג הסוכות"
(אָדער עכ"פ זיי מרמז זיין מיט „וגו'"),
וואָרום דאָס איז דאָך מעורר די שוועריקייט אין פסוק?
ב)
אויב רש"י קומט מחדש זיין אַז „מקץ שבע שנים" מיינט דאָ נאָכדעם ווי ס׳ענדיקן זיך די שבע שנים
(ניט ווי מ׳וואָלט געלערנט בפשטות אַז דאָס מיינט בסוף שנת השבע),
האָט ער בלויז געדאַרפט זאָגן „שהיא שנה שמינית" — פאַרוואָס דאַרף ער מקדים זיין „בשנה ראשונה של שמיטה" 10 ,
וואָס האָט קיין שייכות ניט צו מפרש זיין דעם לשון „מקץ",
און גיט בכלל גאָרניט צו אין הבנת הכתוב 11 ,
לכאורה?
198
לקוטי
שיחות
און ווי מען געפינט טאַקע אין משנה וגמרא 12 ,
אַז מ׳רופט דעם זמן פון הקהל „בשמיני",
„בשמינית",
עס ווערט אָבער ניט געזאָגט אויף דעם אַז דאָס איז „שנה ראשונה של שמיטה".
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן
(עכ"פ די צווייטע שאלה הנ"ל),
אַז רש"י קומט דאָ מחדש זיין אַן אַנדער פירוש סיי אין „מקץ" סיי אין „שבע שנים"
(ובדרך ממילא — אויך שולל נאָך אַ פירוש וואָס מ׳וואָלט געקענט לערנען אין פסוק)
:
קס"ד צו זאָגן — „מקץ" פירושו „סוף",
און דאָס מיינט דעם
( גאַנצן )
זיבעטן יאָר,
וועלכער איז דער „מקץ" פון דער תקופה פון שבע שנים 13 ,
אַז צום סוף פון „זיבן יאָר תקופה"
(היינו — דער גאַנצער זיבעטער יאָר),
וואָס איז „מועד שנת השמיטה ",
אין דעם זמן פון חג הסוכות פון זיבעטן יאָר זאָל זיין „הקהל גו׳".
איז רש"י שולל דאָס ומפרש אַז „מקץ שבע שנים" דאָ איז אַ יוצא מן הכלל,
דאָ מיינט עס ניט „סוף",
נאָר — „ התחלה " 14
(ע"ד ווי מען געפינט בכמה מפרשי התורה 15
— בפי׳ מקץ)
„שנה ראשונה
של שמיטה" — דער אָנפאַנג פון זיבן יאָר הבאות 16 .
לפ"ז איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק לאידך: וואָס רש"י איז מוסיף „שהיא שנה שמינית" — זי איז אַ המשך פון דער פריערדיקער שמיטה.
ועוד ועיקר: אויב רש"י קומט מחדש זיין אין די ווערטער „מקץ שבע שנים",
אַז עס איז אַנדערש ווי פירושו בכל מקום,
וואָלט ער עס געדאַרפט זאָגן א)
בלשון חידוש אַז ס׳איז ניט ווי דער כלל וואָס ער אַליין זאָגט „כל לשון קץ סוף הוא",
און ברענגען אַ ראי׳ צו דעם פירוש.
ב)
עס האָט געדאַרפט שטיין אַלס טייטש פון די ווערטער „מקץ שבע שנים — שנה ראשונה של שמיטה".
פון לשון רש"י „ ב שנה ראשונה של שמיטה" 17
איז משמע,
אַז ניט ער קומט אָפּטייטשן דעם וואָרט „מקץ
(שבע שנים)
",
נאָר — זאָגן און מפרט זיין אין וועלכן זמן דאָס איז — „בשנה ראשונה של שמיטה שהיא שנה שמינית" 18 .
אויך דאַרף מען פאַרשטיין בכלל: וואָס איז דאָ נוגע אַז דאָס איז „
(מועד)
שנת השמיטה,
שעדיין שביעית נוהגת בה בקציר של שביעית היוצא למוצאי שביעית" —
דעם איסור בקציר של שביעית היוצא למוצאי שביעית ווייס מען שוין
(לויט איין דיעה)
פון פריער בפרש"י אויף „בחריש ובקציר תשבות" 19
; ובכל אופן האָט דאָך דאָס קיין שייכות ניט לציווי פון הקהל צו זאָגן דיני שביעית,
אַז דעמאָלט זיינען נאָך נוהג כמה דינים פון שביעית.
ג.
דער ביאור בזה:
רש"י דאַרף ניט מפרש זיין דעם טייטש פון „מקץ",
ווייל ער האָט שוין מפרש געווען,
כנ"ל,
אַז „ כל לשון קץ סוף הוא",
ובמילא מובן,
אַז בכל מקום איז פירושו ווי דאָרטן ביי „ויהי מקץ" 20 ,
אַז אויך דאָ איז דער פירוש — לאחר 21
די שבע שנים 22 .
רש"י קומט אָבער מבאר זיין דאָ אַ שאלה כללית אין דעם זמן פון מצות הקהל
[וכמדובר כמה פעמים,
אַז בכ"מ פאַרענטפערט רש"י אַן ענין כללי אין דער פרשה גלייך בתחלת הענין.
כאָטש די שאלה ווערט ערשט לויט די ווייטערדיקע פסוקים — וויבאַלד אַז דאָס איז די פסוקים פון דער פרשה,
און דאָס איז אַן ענין כללי
(נוגע צו אַלע פסוקים),
איז ער דאָס מסביר תיכף בתחלת הענין].
ובהקדים: אויך בפשוטו של מקרא — זעט מען אַז אין מצות התורה זיינען פאַראַן מצות וואָס האָבן אַ טעם און עס זיינען דאָ חוקים וואָס האָבן ניט קיין טעם; צווישן די מצות וואָס האָבן אַ טעם
(צי תורה איז מפרש זייער טעם,
אָדער דער טעם איז מובן מעצמו),
זיינען פאַראַן מצות וואָס אויך זייערע פרטים האָבן אַ טעם,
און מצות וואָס זייערע פרטים האָבן
(ע"ד הפשט)
ניט קיין טעם 23 .
במצות הקהל איז מפורש בפסוק דער טעם ומכוון המצוה — „למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה"א גו'" 24
[און אַזוי זיינען אויך מובן די טעמי הפרטים וואָס די תורה זאָגט: בבוא כל ישראל לראות את פני ה"א במקום אשר יבחר 25
— דעמאָלט איז גרינגער מקהיל זיין אַלע אידן,
און אַזוי אויך דער „ מקום אשר יבחר",
איז מער מתאים אויף פּועל׳ן „למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו גו׳"].
לפ"ז פאָדערט זיך אַ ביאור וואָס די תורה זאָגט אַז דער זמן
(המתאים)
איז „ מקץ שבע שנים": צו מעורר זיין אויף טאָן אַ זאַך,
ובפרט אויף יראת ה׳,
וואָס דאָס איז דער מכוון אין מצות הקהל,
דאַרף עס זיין ניט בסיום פון אַ תקופה,
נאָר אין דער התחלה פון אַ תקופה.
איז רש"י מפרש אַז אין הכי נמי — דאָס מיינט טאַקע „בשנה ראשונה של שמיטה".
לפ"ז איז אָבער ניט מובן פאַרוואָס שטייט אין פסוק „מקץ שבע שנים",
וואָס דאָס איז מדגיש אַז דאָס קומט אַלס אַ סוף
(והמשך)
פון די שבע שנים — זאָגט רש"י „שהיא שנה שמינית ": דאָ איז נוגע אויך דער ענין וואָס זי איז די שנה השמינית,
דער יאָר וואָס קומט נאָך שנה שביעית וועלכע איז אַ שנת שמיטה.
ד.
די הסברה בזה:
בשנת השמיטה,
ווען „שבת שבתון יהי׳ לארץ ..
שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור את ספיח קצירך לא תקצור ואת ענבי נזירך לא תבצור" 26 ,
איז פאַרשטאַנדיק אויך אין פשוטו של מקרא,
אַז דעמאָלט,
זייענדיק פנוי פון עבודת האדמה וואָס דאָס איז געווען
(דער עיקר פון)
זייער באַשעפטיגונג 27 ,
האָבן אידן
(מער — ובעיקר)
זיך אָפּגעגעבן מיט לימוד התורה,
וואָס האָט געבראַכט צו יראת ה׳ ושמירת המצות 28 .
ועפ"ז איז מובן דער קשר צווישן מצות הקהל
(וואָס איז „בשנה ראשונה של שמיטה")
און שנת השמיטה
(שלפנ"ז)
: ווען מ׳דאַרף אָנהויבן די „שש שנים תזרע שדך ושש שנים תזמור כרמך" 29
אין דעם ערשטן יאָר פון שמיטה,
דאַרף מען האָבן אַ ספּעציעלע התעוררות וואָס זאָל פועל זיין אויך די ווייטערדיקע זעקס יאָר,
אַז
(אויך)
דעמאָלט זאָל זיין „ויראו את ה"א ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת" 30
—
און דאָס פּועל׳ט מען דורך דערמאָנען זיך אויף דער שנת השמיטה,
ווען מ׳האָט זיך אָפּגעגעבן אין לימוד התורה כו׳ און זיך אָנגעזאַפּט מיט יראת ה'.
דער תוכן פון מצות הקהל איז,
צו פאָרזעצן און שטאַרקן די התעוררות פון דעם שמיטה יאָר אויך אין די זעקס נאָכקומענדיקע יאָר,
ווען מ׳איז פאַרנומען אין עבודת האדמה.
און דאָס דייטעט אָן רש"י מיט זיין אָנרופן דעם יאָר — „שהיא שנה שמינית ": דער ערשטער פון די זעקס יאָר,
דאַרף זיין
(ניט בלויז אַ התחלה פון דער נייער שמיטה „שנה ראשונה של שמיטה",
נאָר אויך)
אַ המשך פון דעם פריערדיקן יאָר.
דאָס איז אַן אַכטער יאָר וואָס קומט נאָך דעם שנה השביעית.
ה.
עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ענין פון „קורא אותה שנת השמיטה שעדיין שביעית נוהגת בה כו׳",
— וואָס איז,
כנ"ל,
לכאורה ניט מובן פאַרוואָס דער פסוק
(אין פ׳ הקהל)
דאַרף מודיע זיין ש„עדיין שביעית כו׳" — דאָס איז ניט סתם אַ
(זייטיקער)
סימן אויפן יאָר
(וואָס האָט אָבער קיין שייכות ניט צום תוכן פון מצות הקהל)
:
צו פאָרזעצן די התעוררות פון דעם פריערדיקן שמיטה יאָר,
איז דער פסוק מדגיש,
אַז אויך דער אַכטער יאָר איז
„שנת השמיטה",
ווייל „עדיין שביעית נוהגת בה": ניט נאָר איז אין דער התחלה פון „שנה ראשונה של שמיטה" דאָ דער זכרון און די התעוררות פון דעם פריערדיקן שמיטה יאָר,
נאָר מ׳האָט אויך שמיטה בפועל
(אין דעם „קציר של שביעית היוצא למוצאי שביעית"),
ובמילא — נאָך פרייע צייט אויף לימוד התורה וכו'.
ו.
מענינים מופלאים ע"ד ההלכה וואָס מ׳קען אַרויסנעמען פון דעם פרש"י:
אין דעם וואָס די מצוה פון הקהל איז „מקץ שבע שנים במועד שנת השמיטה",
אַז דאָס איז דער יאָר נאָך שמיטה,
קען מען קלערן צי דאָס איז בלויז אַ סימן אין וועלכן יאָר מ׳דאַרף מקיים זיין מצות הקהל — בשמינית,
אין דעם יאָר נאָך שמיטה 31 ,
אָדער — ס׳איז תלוי אין
(דעם קיום פון)
מצות שמיטה.
די נפק"מ דערפון 32
בפועל קומט אַרויס בזמן בית שני,
לויט די דיעות אַז דעמאָלט איז מצות שמיטה געווען נאָר מדרבנן: לויט דער ערשטער סברא,
אַז ס׳איז בלויז אַ סימן ווען מ׳דאַרף מקיים זיין מצות הקהל,
איז מובן,
אַז אויך דעמאָלט איז מען געווען מחוייב במצות הקהל מה"ת; און לויט דער צווייטער סברא,
איז מען דעמאָלט געווען פטור מה"ת.
ע"פ הנ"ל אין הסברת לשון רש"י
(ובפרט סיום לשונו „ולמה קורא אותה שנת השמיטה שעדיין שביעית נוהגת בה כו'"),
אַז דאָס איז אַ המשך פון דעם
קיום מצות שמיטה בשנת השביעית,
קומט אויס,
אַז מצות הקהל איז תלוי אין דעם קיום מצות שמיטה מה"ת .
[דאָס איז אָבער ניט מוכרח.
מ׳קען זאָגן,
אַז אויב נאָר מ׳איז מקיים מצות שמיטה בשנת השבע,
אפילו נאָר מדרבנן,
וויבאַלד אַז לפועל איז מען שובת מעבודת האדמה,
הייסט עס לגבי מצות הקהל מה"ת — אַ שנת השמיטה ער אַקערט ניט וכו',
און מ׳איז אויך דעמאָלט מחוייב אין מצות הקהל 33 .
וע"ד ווי מ׳געפינט אַז אַ קנין מדרבנן העלפט אויף ענינים מה"ת 34 ].
ז.
מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין
(בפנימיות הענינים)
:
דער תוכן פון שנת השמיטה,
וועלכער איז מפורש בתורה
(שבכתב),
איז
(ניט דאָס וואָס אידן וועלן במשך דעם יאָר
(ווען מ׳איז פנוי פון עבודת האדמה)
זיך פאַרנעמען מערער מיט לימוד התורה כו',
נאָר)
— „שבת שבתון יהי׳ לארץ גו' שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור";
און דאָס פּועל׳ט אויך אין די שפּעטערדיקע „שש שנים" ווען „תזרע שדך" און „תזמור כרמך",
ווייל מיט קיום מצות שמיטה ווייס אַ איד און באַווייזט בפועל אַז „אין דבר מיוחד ברשותו רק שהכל ברשות אדון הכל" 35 ,
אַז דער אויבערשטער איז דער בעה"ב
אויף זיין שדה און אויך אַלץ וואָס איז דאָ אין וועלט
(כמבואר בארוכה אין מפרשי טעמי המצות 36 ),
און דערפאַר איז זיין „תזרע" און „תזמור" אין די „שש שנים" בהתאם צום רצון השם,
דער רצון פונעם בעה"ב פון דער וועלט.
און וויבאַלד די תורה איז מדגיש אַז מצות הקהל איז „ במועד שנת השמיטה " — וכנ"ל,
אַז הקהל איז אַ פאָרזעצונג פון
(דער התעוררות פון)
שנת השמיטה,
ווי דאָס קומט אין „שנה שמינית" — דאַרף מען זאָגן,
אַז אויך די התעוררות פון שמיטה ווערט נמשך אין די שש שנים דורך דער התעוררות פון הקהל —
דאַרף מען פאַרשטיין: וואו געפינט מען אין הקהל אַ התעוררות אויף דעם ענין?
ויש לומר,
אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט די פרשיות בתורה וואָס דער מלך לייענט בהקהל,
ווי די משנה 37
רעכנט זיי אויס
(לגירסת רש"י 38 )
: מתחלת אלה הדברים עד שמע ושמע 39
והי׳ אם שמוע 40
עשר תעשר 41
כי תכלה לעשר 42
ברכות וקללות 43
און פרשת המלך אשימה עלי מלך 44 .
ח.
דער ביאור בזה:
מצות שמיטה טיילט זיך,
בכללות,
אין דריי ענינים:
א)
שביתת האדם 45
— דער איסור אויפן אדם צו פאַרנעמען זיך מיט עבודת האדמה 46
אָפּגעבן זיך אינגאַנצן מיט לימוד וכו׳,
כנ"ל.
ב)
שביתת הארץ — „ושבתה הארץ שבת לה׳ " 47
: וויבאַלד די ארץ איז דאַן שובת פון אַלע עבודות,
עס ווערט דעם יאָר ניט געטאָן קיין עבודת האדמה,
איז עס באַ ארץ גופא אַן ענין פון „שבת לה׳".
ג)
די פירות וואָס וואַקסן אויס בשנת השמיטה זיינען הפקר לכל ,
דער בעה"ב פון שדה טאָר זיי ניט האַלטן אַלס אַ זאַך וואָס באַלאַנגט צו אים 48 .
דער מכוון כללי ועיקרי פון מצות שמיטה איז,
כנ"ל,
צו באַווייזן ווי „הכל ברשות אדון הכל" — איז י"ל אַז אין יעדער פון די דריי ענינים הנ"ל דריקט זיך אויס אַ באַזונדער פרט אין דער „בעלות" פון אויבערשטן 49 ,
כדלקמן.
ט.
דער ענין פון שביתת האדם איז מדגיש די „בעלות" ואדנות פון דעם אויבערשטן אויפן אדם — „אני נבראתי
לשמש את קוני" 50
:
אַז אַ איד פאַרנעמט זיך מיט עניני העולם איז ער עלול בשעת מעשה צו פאַרגעסן אויף תכלית בריאתו,
אַז ער איז אַן עבד ה׳ ,
און זיין רצון און עבודה דאַרף זיין צו ווערן דבוק צום אויבערשטן.
האָט דער אויבערשטער נאָך יעדע זעקס יאָר געגעבן איין יאָר,
ווען אַ איד דאַרף זיך אָפּשיידן פון עניני העולם און זיך אָפּגעבן אינגאַנצן מיט עבודה רוחנית
(אין וועלכער עס איז ניכר בגלוי זיין דביקות בה׳)
; און דאָס גיט אַ אידן כח,
אַז ווען עס קומט דערנאָך „שש שנים תזרע שדך גו׳" זאָל ער פילן,
אַז אויך די התעסקות איז אַן ענין פון עבודת ה׳ ,
„לשמש את קוני" — ער טוט עס לשם שמים 51 ,
ביז „בכל דרכיך דעהו" 52 .
שביתת הארץ איז מדגיש די בעלות פון אויבערשטן — אויף דער ארץ כולל — איר טבע
(וחוקי הטבע בכלל),
ווי דער פסוק זאָגט 53
„וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית הן לא נזרע ולא נאסוף את תבואתנו,
וצויתי את ברכתי לכם בשנה הששית ועשת את התבואה לשלש השנים":
ע"פ חוקי הטבע איז די צמיחה און וואוקס פון דער תבואה תלוי אין דעם פריערדיקן אַקערן און זייען; באַווייזט דער אויבערשטער אין שנת השמיטה,
אַז דאָס וואָס די ערד מאַכט וואַקסן תבואה און פירות איז עס „ לא בכחה וסגולתה" 54 ,
און עפ"ז איז עס אָפּ־
הענגיק אין חרישה וזריעה,
נאָר „הוא הנותן לך כח לעשות חיל"; און ווען דער אויבערשטער וויל,
וואַקסט תבואה שלא ע"פ חוקי הטבע,
ביז אַז די זריעה פון איין יאָר,
שנה הששית,
ווערט
(למעלה מהטבע)
גענוג אויף דריי יאָר — „ועשת את התבואה לשלש השנים".
און פון דעם נעמט מען די הכרה און הרגש אויך אין די שש שנים ווען מ׳איז חורש וזורע,
אַז די תבואה וואָס וואַקסט באַ אים אין שדה איז באמת ניט מצד דער חרישה וזריעה,
נאָר מצד ברכת ה׳ 55 .
יו"ד.
דער דריטער ענין אין שמיטה — וואָס פירות שביעית זיינען הפקר — ברענגט אַרויס ווי דער אויבערשטער איז דער בעה"ב אויף נכסי האדם.
אויך נאָך דעם וואָס דער אויבערשטער בענטשט אַ אידן מיט נכסים,
פאַרבלייבן זיי אין דעם אויבערשטנ׳ס בעלות ורשות.
מ׳קען דאָך טראַכטן: הן אמת אַז נאָר דער אויבערשטער גיט די ברכה און כח אַז די תבואה זאָל וואַקסן
(און ניט זיין חרישה וזריעה,
אָדער „סגולת" הארץ),
אָבער נאָך דעם ווי דער אויבערשטער האָט אים געגעבן די ברכה,
און די תבואה איז אויסגעוואַקסן און איז ביי
אים ,
האָט דאָך דער אויבערשטער אָפּגעגעבן די תבואה לרשותו.
אמת טאַקע,
אַז וויבאַלד „אני
(לא 56 )
נבראתי
(אלא 56 )
לשמש את קוני",
און דעריבער איז קלאָר,
אַז אויך אַלץ וואָס אַ איד פאַרמאָגט דאַרף אויסגענוצט ווערן „לשמש את קוני"
(דורך נוצן עס אין עניני קדושה,
אָדער „
(כל מעשיך)
לשם שמים" כנ"ל)
— אעפ"כ איז פאָרט דאָ אַן אָרט פאַר אַ הרגש,
אַז די נכסים באַלאַנגען צו אים ,
נאָר ער איז מחליט און נוצט זיי בהתאם צום רצון השם.
לערנט דער דריטער ענין פון שביעית,
אַז אַ איד האָט ניט קיין
( אייגענע )
בעלות אויף זיינע נכסים — און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס איין מאָל אין זיבן יאָר זאָגט אָן תורה,
אַז אַלע פירות וועלכע זיינען אויסגעוואַקסן ביי אים אין פעלד,
זיינען הפקר לכל 49
:
דאָס דערמאָנט,
אַז אויך אין די שש שנים ווען ער מעג האַלטן די פירות פאַר זיך,
איז עס ניט ווייל זיי געהערן אים
(צו טאָן מיט זיי וואָס ער וויל),
נאָר זיי זיינען דעם אויבערשטנ׳ס נכסים וועלכע זיינען אים געגעבן געוואָרן
( בפקדון .?),
אַז ער זאָל זיין דעם אויבערשטנ׳ס שליח צו דורכפירן מיט זיי דאָס וואָס דער אויבערשטער וויל.
יא.
עפ"ז וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון מצות הקהל אויך צו פרטי מצות שמיטה 57
—
דער תוכן פון די דריי ענינים הנ"ל
[שביתת האדם,
שביתת הארץ און דאָס וואָס פירות שביעית זיינען הפקר לכל — וואָס דריקן אויס די „בעלות" של הקב"ה אויפן אדם,
ארץ
(וחוקי הטבע)
און נכסי האדם]
איז דער
(חלק ה)
תוכן פון די פרשיות וועלכע מען לייענט בהקהל: פרשת שמע 58 ,
והי׳ אם שמוע,
און „עשר תעשר" „כי תכלה לעשר":
אין פרשת שמע רעדט זיך וועגן דער עבודה רוחנית פון אַ אידן — קבלת עול מלכות שמים 59 ,
לימוד התורה,
קיום המצות
(תפלין ומזוזה),
וואָס דאָס איז בהתאם צום ערשטן ענין הנ"ל אין שמיטה — שביתת האדם,
כדי ער זאָל קענען זיין פנוי אויף צו אָפּגעבן זיך מיט ענינים רוחניים,
כנ"ל.
אין פרשת והי׳ אם שמוע רעדט זיך ווי דורך „שמוע תשמעו גו'" איז — „ונתתי מטר ארצכם בעתו גו׳ ואספת דגנך גו'"
(און אויב ח"ו „וסרתם גו'",
איז — „ולא יהי׳ גו׳ והאדמה לא תתן גו'").
דאָס איז מדגיש ווי דער אויבערשטער איז דער בעל הבית אויף חוקי הטבע,
און דערפאַר איז די גשמיות פון אַ אידן,
„ואספת דגנך גו'",
אָפּהענגיק
(ניט אין חרישה וזריעה של האדם,
נאָר)
אין „ שמוע תשמעו אל מצותי ",
אין אויס־
פאָלגן דעם אויבערשטנ׳ס רצון 60 .
און די פרשיות „עשר תעשר",
„כי תכלה לעשר" זיינען מדגיש,
ווי די נכסים פון אַ אידן זיינען ביי אים ווי אַ פקדון פון דעם אויבערשטן 61
און דער אדם איז אויף זיי ניט קיין בעה"ב; וואָס דאָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס אַ חלק פון זיינע נכסים מוז ער אַוועקגעבן
(אַ צווייטן אידן) 62
— „מתנות עניים" און „הפרשת תרומות ומעשרות" 59
; בדוגמא צו פירות שביעית וועלכע זיינען הפקר לכל 63 .
און דערפאַר איז מען דערנאָך מסיים מיט דער קריאה פון פרשת המלך 64
(און אויך די קריאה פון אַלע פרשיות הנ"ל איז דורכן מלך)
— ווייל די אמת׳ע הכרה ווי דער אדם וכל אשר לו און די גאַנצע בריאה זיינען ניט קיין מציאות פאַר זיך,
נאָר אַלץ געהערט צו דעם אויבערשטן,
ווערט אויפגעטאָן דורך דעם מלך.
וואָרום תפקידו העיקרי פונעם מלך איז צו ממשיך זיין צו
(און — אין)
אידן דעם ענין פון קבלת עול מלכות שמים און יראת ה׳,
ביז צום הרגש פון אמת׳ן ביטול
(וואָס גיט ניט קיין אָרט פאַר אַ מציאות חוץ פון
אויבערשטן),
ווי דער צ"צ איז דאָס מבאר בארוכה 65 .
יב.
דאָס איז אויך דער ביאור פנימי וואָס דער דין פון „עדיין שביעית נוהגת בה"
(אין שנה שמינית)
איז דוקא אין דעם „קציר של שביעית היוצא למוצאי שביעית":
די הכרה
(וואָס מ׳נעמט אַרויס פון שביתת הארץ )
אַז דער אויבערשטער איז בעה"ב אויף ארץ
(וחוקי הטבע),
איז סיי ווי דאָ אין „שנה השמינית",
ווייל מ׳עסט נאָך
(און דער חיות האוכל איז)
פון דער תבואה וואָס איז געזייט געוואָרן בשנה הששית ווי דער פסוק זאָגט 66
„וזרעתם את השנה השמינית ואכלתם מן התבואה ישן עד השנה התשיעית " — מען זעט אין איר בגלוי ברכת השם
(לויט טבע הארץ קען זי ניט זיין בשנה השמינית),
כדי אַז מ׳זאָל אויך האָבן
(אין דער שנה השמינית גופא)
די הכרה,
אַז דער אדם וכל אשר לו געהערט צום אויבערשטן,
איז דאָ דער צווייטער ענין אין שנה השמינית,
אַז „עדיין שביעית נוהגת בה בקציר של שביעית היוצא למוצאי שביעית" — אַז אויך אין שנה השמינית איז דער אדם ניט קיין בעה"ב אויף דעם קציר
(וואָס איז פון זיין שדה),
ובמילא איז ער מרגיש ומכיר ווי דאָס געהערט דעם אויבערשטן.
ובמילא,
בשעת ס׳איז דער זמן ווען עס פילט זיך אַ מעין פון תוכן ענין השמיטה,
הן אין דעם וואָס מ׳זעט אַז אויך דאַן שפּייזט דער אויבערשטער דעם מענטשן,
הן אין דעם וואָס דער מענטש פילט אַז ער איז ניט אַ מציאות
פאַר זיך,
ווייל אין זיין אייגענעם שדה איז אים ניט דערלויבט געוואָרן צו פירן זיך ווי אַ בעה"ב —
איז דעמאָלט די פּאַסיקע צייט אַז די קריאת הפרשיות פון הקהל דורכן מלך זאָל האָבן אַ פנימית׳דיקע ווירקונג אויף די ווייטערדיקע שש שנים,
ביז אַז — „ולמדו ליראה את ה"א כל הימים אשר אתם חיים על האדמה" 67 .
(משיחות ש"פ
(נצבים)
וילך תשל"ב ותש"מ,
שמחת בית השואבה תשי"ג)