מובן ופשוט,
אַז ברוב הענינים ככולם,
איז דאָ כללות הענין און זיין תוכן ונקודה פנימית,
און זיינע פרטים ופרטי פרטים,
ובמיוחד אין אַזאַ ענין עקרי ווי ח"י אלול,
ולכל לראש — אויך בהתבוננות אין אַ פרט,
קומט דער זכרון עכ"פ פון זיין תוכן ונקודה הפנימית ביז צו אַראָפּבריינגען דאָס אין אַ „בכן" ובמעשה,
וואָס המעשה הוא העיקר
אַזוי אויך בענין ח"י אלול — וואָס לקמן+ קומט אַ שקו"ט בתורת הבעש"ט וועלכע איז געזאָגט געוואָרן אין איינעם פון די ח"י אלול׳ס,
איז דאָס לאחר ווי ישים לנגד עיניו ויתבונן אין דער נקודה הפנימית שבזה,
וועלכע דריקט זיך אויס ב„שמו אשר יקראו לו בלה"ק" א
— ח"י אלול ,
ובלשון הרב נשיא דורנו,
כ"ק מו"ח אדמו"ר ב
:
א)
ח"י אלול איז דער טאָג וואָס האָט געבראַכט און ברענגט אַ לעבן אין אלול.
ב)
ח"י אלול גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני ג
לדודי ודודי לי ד .
און מען קען מוסיף זיין בדרך אפשר,
אַז די עבודה כללית פון אני לדודי
(וועלכע בריינגט דעם כללות הענין פון ודודי לי)
טיילט זיך אין די פרטים,
וועלכע זיינען אויך מרומז בר"ת פון אלול:
אלול — ר"ת: אנה לידו ושמתי לך ה ,
ענין ערי מקלט.
ובעבודת האדם זהו קו התורה ,
כי דברי תורה קולטין הן ו .
אלול — ר"ת: אני לדודי ודודי לי ז ,
קו העבודה היא התפלה ח ,
ובפרט בימינו אלו שאין לנו אלא עבודה שבלב זו תפלה ט ,
שתופל י
ומחבר את ישראל לאביהם שבשמים.
אלול — ר"ת: איש לרעהו ומתנות לאביונים יא ,
קו דגמילות חסדים .
ובתור הקדמת ויסוד לכל קוין אלו
אלול — ר"ת:
(ומל ה׳ אלקיך)
את לבבך ואת לבב
(זרעך) יב
— ענין התשובה .
א.
ח"י אלול איז דער יום הולדת פון די שני המאורות הגדולים: מאָנטאָג ח"י אלול תנ"ח איז דער יום ההולדת פון דעם בעל שם טוב,
און מיטוואָך ח"י אלול תק"ה איז דער יום ההולדת פון רבינו הזקן 1 .
דער ענין,
אַז אין יום הולדת פון אַ צדיק איז אַ זמן פון שמחה,
שטייט בכמה מקומות בחז"ל — בפרט לגבי יצחק אבינו 2
און משה רבינו 3 ,
ביז אַז דאָס האָט אויפגעטאָן בפועל במעשה רב,
ווי עס שטייט אין מדרש אַז דער טעם וואָס מ׳האָט דעם משכן אויפגעשטעלט שפּעטער,
און ניט גלייך נאָך דעם ווי ער איז פאַרטיק געוואָרן — „מפני 4
שחשב הקב"ה לערב שמחת המשכן בשמחת היום שנולד בו יצחק אבינו לפי שבאחד בניסן 5
נולד יצחק אמר הקב"ה הריני מערב 6
שמחתכם שמחה בשמחה".
נאָך מער: מ׳געפינט אַז דער יום הולדת פון משה רבינו,
ז׳ אדר,
האָט גע׳פּועל׳ט דעם ביטול גזירת המן וואָס איז אויסגעפאַלן אויף חדש אדר — „ולא
הי׳ יודע שבשבעה באדר מת ובשבעה באדר נולד" 7 .
אעפ"כ געפינט מען ניט,
אַז דער יום הולדת 8
זאָל ווערן אַ יום טוב ויום שמחה בגלוי ובפרסום,
אין הנהגה במעשה בפועל לכל ישראל 9
[ובנוגע לז׳ אדר איז,
ע"פ שו"ע 10 ,
ז׳ אדר אַ יום תענית מצד שמת בו משה].
בנוגע אָבער דעם יום הולדת פון בעש"ט און דעם אַלטן רבי׳ן בח"י אלול איז נתגלה געוואָרן ע"י נשיא דורנו בשם אביו כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע,
אַז דאָס איז אַ יום שמחה ביז באמירת „גוט יום טוב" 11 ,
און דער רבי דער שווער האָט דעם יום טוב מגלה געווען צו אַלע אידן 12 .
און וויבאַלד אַז ענינים פאַרבונדן מיט תורה זיינען בדיוק,
איז מובן,
אַז די
שמחה ועילוי פון דעם יום הולדת בח"י אלול,
איז ניט נאָר ווייל דורך דעם בעש"ט און אַלטן רבי׳ן האָט זיך אויפגעטאָן אַ נייער גילוי אין תורה ועבודת ה׳ — דער גילוי פון תורת החסידות הכללית ותורת חסידות חב"ד צו כלל ישראל — נאָר אויך ווייל דער חידוש ענין השמחה ביום הולדת איז פאַרבונדן במיוחד מיטן בעש"ט און דעם אַלטן רבי׳ן און תורת החסידות שנתגלתה על ידם.
און נאָך מער: די שייכות איז צו זיי ביידע צוזאַמען .
וכלשון אדמו"ר נ"ע וועגן ח"י אלול „היינט איז דער יום הולדת פון אונזערע שני המאורות הגדולים",
ד.
ה.
אַז די נקודת הענין פון אָט דעם יום הולדת דריקט זיך אויס דורך ביידע „מאורות הגדולים" צוזאַמען,
דעם בעש"ט און רבינו הזקן.
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור בפשטות אין וואָס עס באַשטייט די שמחה ביום הולדת:
איידער דער קינד ווערט געבאָרן,
ווען ער געפינט זיך נאָך במעי אמו,
האָט ער אַלע איברים ביז אויך שערות וציפרנים 13 .
נאָך מער: ביי אים איז אויך פאַראַן תנועות האברים,
„ אוכל ממה שאמו אוכלת ושותה ממה שאמו שותה" 14 ,
א.
ז.
וו.
ואדרבה: בשעת ער איז במעי אמו איז ער אין געוויסע זאַכן „שטאַרקער" ווי לאחרי שנולד: במעי אמו איז ער שמור 15
פון עניני היזק כו׳ בדרך ממילא ע"י אמו,
משא"כ נאָך דעם ווי ער ווערט געבאָרן,
דאַרף מען האָבן פאַרשידענע
השתדלות׳ן וטרחא אַז ער זאָל זיין בריא ושלם;
(כנ"ל)
אוכל מאכילת אמו בדרך ממילא,
ועד"ז בנוגע שתי׳ — משא"כ לאחרי שנולד איז דאָס פאַרבונדן מיט טירחא,
וכמה פעמים מיט צער פאַר דעם תינוק וכו׳.
ועאכו"כ בנוגע לרוחניות
(ב א ַאַ אידן)
: דער תינוק במעי אמו איז „נר דלוק על ראשו וצופה ומביט מסוף העולם ועד סופו" און „מלמדין אותו כל התורה כולה" 14 ,
אָבער „כיון שבא לאויר העולם בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו כל התורה כולה" 14 ,
און דערנאָך און ערשט „משיתחיל לדבר",
איז „
(אביו)
מלמדו תורה צוה כו׳" 16
און שפּעטער „בן חמש למקרא בן עשר למשנה כו'" ביז ער קען צוקומען צו דער שלימות לימוד התורה פון „בן ארבעים לבינה" 17
— און נאָר אַ מיעוט קומט צו „למד כל התורה כולה" 18 .
איז דאָך דער יום הולדת אַ געוואַלדיקע ירידה 19
לגבי דעם מצב ווי ער איז אַלס עובר במעי אמו — טאָ וואָס איז די שמחה פון אַ יום הולדת?
איז דער ביאור אין דעם 20
מובן פון דעם חילוק צווישן אַן עובר און אַ נולד
אין הלכה,
ובלשון רש"י 21
: „כל זמן שלא יצא לאויר העולם לאו נפש הוא וניתן להרגו ולהציל את אמו
(המקשה לילד ומסוכנת)
" און דוקא כש„יצא ראשו" ווערט ער אָנגערופן „נפש",
און דעריבער „אין נוגעים בו להורגו דהוה לי׳ כילוד ואין דוחין נפש מפני נפש"* 21 .
דאָס הייסט: כאָטש אַז אַן עובר האָט אַלע רמ"ח אברים ומתנענע וכו',
איז „לאו נפש הוא",
ווייל דער גדר פון אַ
(לעבעדיקן)
נפש איז — אַז עס זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע זאַכן
(א)
אַ מציאות פון אַ גוף,
וואָס
(ב)
אין אים געפינט זיך אַ נפש און — חיות הנפש,
ווי אַ חפץ וואָס ליגט אין אַ כלי
נאָר 22
דאָס איז איין לעבעדיקע מציאות.
משא"כ אַן עובר איז זיין נפש־חיות ניט זיינער* 22
נאָר של אמו 23 ,
און דעריבער ווערט ער ניט אָנגערופן נפש,
„לאו נפש הוא".
און דאָס איז די שמחה ביום הולדת בכל שנה ושנה,
ווייל דאָס איז דער טאָג ווען ער איז געוואָרן אַ זעלבסטשטענדיקע לעבעדיקע מציאות,
„נפש".
ג.
עפ"ז מובן וואָס דער ענין פון יום הולדת אַלס יום טוב איז מודגש באַ דעם בעש"ט און דעם אַלטן רבי׳ן,
ווייל דאָס איז די נקודת החידוש פון תורת החסידות — חסידות הכללית פון בעש"ט צוזאַמען מיט חסידות חב"ד וואָס איז נתגלה געוואָרן ע"י רבינו הזקן:
ס׳איז ידוע 24
אַז גלות איז „נמשל לעיבור" און „גאולת ימי המשיח שיהי׳ במהרה בימינו נמשל ללידה" 25 .
און וויבאַלד אַז תורת החסידות איז
(„טועמי׳ חיים זכו" פון דער גאולה 26 )
אַ הכנה והקדמה צו דער גאולה,
און דורך יפוצו מעינותיך חוצה — הפצת החסידות חוצה — איז אתי מר דא מלכא משיחא
(ווי משיח האָט געענטפערט דעם בעש"ט) 27 ,
איז מובן,
אַז חידוש תורת החסידות איז מעין דעם
(גילוי שבזמן הגאולה —)
ענין הלידה .
קיום התומ"צ קען זיין אויף צוויי אופנים:
א)
דער לימוד התורה וקיום המצות אין אַן אופן אַז דער איד און די תומ"צ זיינען צוויי זאַכן,
ער איז אַ פרומער איד,
איז אַריינגעטאָן אין לימוד התורה און איז מדקדק במצוה קלה כבחמורה,
ער איז אָבער מרגיש אַז ס׳איז דאָ אַן „ער",
אַ מציאות בפ"ע
(פון תומ"צ),
און ער לערנט תורה ומקיים מצות,
ביז אַז זיי זיינען ממשיך אין עם חיים,
זיי ווערן
„חיינו ואורך ימינו",
וויילע זיי זיינען חכמתו ורצונו פון דעם אויבערשטן מקור החיים,
דאָס איז מעין פון עיבור,
אַ תינוק במעי אמו,
וואָס דער עובר עצמו,
כאָטש ער האָט אַלע אברים וכו',
ס׳איז דאָ אַ לעבעדיקע 28
מציאות,
איז אָבער דער חיות,
דער לעבן,
ניט זיינער נאָר של אמו,
זיינע אברים עצמם „הם כמתים" 29 .
ב)
דער בעש"ט האָט מגלה ומדגיש געווען 30
דעם פנימיות ואמתית ענין פון „אין עוד מלבדו" 31
— אַז ס׳איז ניטאָ קיין מציאות זולתו ית׳,
ובמילא זיינען ניטאָ צוויי זאַכן — אַ מציאות
(דער מענטש)
וועלכע איז מקיים תומ"צ — וואָרום עס איז ניטאָ אַ מציאות אויסער דעם אויבערשטן; נאָר עס איז פאַראַן נאָר איין זאַך 32
: דער אויבערשטער תורתו ומצותיו
(שהוא וחכמתו ורצונו אחד),
ובמילא איז דאָ איין מציאות,
זיין לעבן איז תורה ומצות.
בדוגמת ענין הלידה,
עס ווערן געבאָרן ניט צוויי זאַכן,
אַ גוף מיט אַ נפש אין עם,
נאָר איין לעבעדיקע זאַך 33 .
און דאָס איז מודגש בלשון חז"ל 34
„אני לא נבראתי
(ס׳איז ניטאָ קיין בריאה פון מציאות האדם)
אלא
(נאָר — וואָס
איז באַשאַפן געוואָרן)
לשמש את קוני
(זיין מציאות איז וואָס ער איז משמש את קוני)
" —
ווייל בכדי עס זאָל זיך אויספירן רצונו וחכמתו של הקב"ה — תורתו ומצוותיו — דאַרף זיין אַ איד בעוה"ז הגשמי וואָס זאָל דאָס דורכפירן.
קומט אויס,
אַז ס׳איז מלכתחילה ניט באַשאַפן געוואָרן אַ נברא — אַ מציאות — בפ"ע ,
נאָר בלויז אַ פרט אין
(אופן קיום)
רצון השם,
וואָס דורך אים פירט זיך אויס רצונו ית׳ 35 .
ולדוגמא מהלכה בפועל — „המוציא אוכלין פחות מכשיעור בכלי פטור אף על הכלי שהכלי טפילה לו" 36 .
ד.
ה.
כאָטש אַז די כלי האָט אַ שיעור און אויב מ׳וואָלט עס אַרויסגעטראָגן פאַר זיך וואָלט מען געווען חייב אויף דער הוצאה — וויבאַלד אָבער זי איז געוואָרן אַ כלי צו די אוכלין שבתוכה איז זי ניט קיין תורה־מציאות בפ"ע ,
נאָר „טפילה לו" — און די אוכלין זיינען פחות מכשיעורן ,
איז די הוצאה
(כולל אויך הוצאת הכלי)
ניט קיין הוצאה.
וואָרום וויבאַלד אַז די כוונה פון זיין אַרויסטראָגן די כלי איז צוליב די אוכלין,
איז דאָס די מציאות הכלי לאמיתתה ,
די כלי ווערט אַ „טייל" — פון די אוכלין.
ד.
אין דעם זעט זיך אויך דער קשר צווישן דעם יום הולדת פון בעש"ט און דעם יום הולדת פון אַלטן רבי׳ן:
דער חידוש פון אַ נולד וואָס ער ווערט אַ „נפש׳דיקע" מציאות,
איז ניט
(נאָר)
מצד דעם כללות ענין החיות,
נאָר
(בעיקר)
פאַרבונדן מיט די פרטים:
דאָס וואָס אַן עובר איז ניט קיין „נפש" און איז נאָר אַ טפל און פרט
(ירך)
אין אמו,
זעט זיך דאָס אָן
(בעיקר)
אין דעם אַז ס׳זיינען ניטאָ די פעולות פון די חושים ואברים,
ווי די גמרא זאָגט 14
דאָרטן „ולמה 37
הולד דומה במעי אמו לפינקס מקופל ראשו בין ברכיו כו׳ ואוכל ממה שאמו אוכלת כו'",
ד.
ה.
אַז כאָטש דער עובר האָט דעם חיתוך כל האברים,
ראש עינים ואזנים,
איז „ראשו מקופל ומונח בין ברכיו,
שאינו משמש כלום שאינו מחשב ומהרהר",
און אויך „עינים לו ולא יראה ואזנים ולא ישמע כו׳" 38 .
און אין דעם באַשטייט דער אויפטו פון אַ נולד וואָס ער ווערט אַ נפש בפ"ע,
ניט נאָר בכללות חיות הגוף,
נאָר עס הויבט זיך אָן די פעולה פון זיינע חושים ואברים,
יעדערער בפ"ע .
און דערפאַר
(בנמשל)
זאָגט מען אַז ח"י אלול איז דער „יום הולדת" פון „ שני המאורות הגדולים " בחדא מחתא — ווייל,
כידוע 39 ,
באַשטייט „דער חידוש" פון רבינו הזקן מיט זיין תורת החסידות 40
— חסידות חב"ד — אויף תורת חסידות הכללית פון בעש"ט אין דעם וואָס דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן אַ חיות כללי אין תומ"צ,
דורכן גילוי הנשמה פון יעדן אידן,
וואָס בכללות האָט זיך דאָס אויסגעדריקט אין דעם
ענין פון אמונה .
הגם אַז דער כח האמונה נעמט דורך אַלע כחות הנפש און פּועל׳ט אויף זיי אין אַן אופן פון חיות ,
וואָס נעמט זיי דורך,
וכמש"נ 41
„וצדיק באמונתו יחי׳ " — איז עס אָבער ניט מכריח אַז דער חיות האמונה נעמט דורך יעדן כח אויך אין ענינו הפרטי ,
נאָר דעם ענין הכללי פון יעדן כח,
וואָס איז פאַרבונדן מיט דער נקודת האמונה פון דער נשמה.
ולדוגמא: די אמונה קען זיין ניט נאָר באופן מקיף,
וואָס גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא 42 ,
נאָר עס נעמט אים דורך אויך אין הנהגה בפועל,
ביז אַז עס פּועל׳ט אויך אויף זיין ראית העין,
אַז תמורת זה וואָס מצד עצמו זעט זיך די וועלט אַלס אַ מציאות גשמיית בפ"ע
(וואָס איז בסתירה צו רוחניות ועאכו"כ צו אלקות),
פּועל׳ט זיין אמונה אַז ער זעט ניט
(בראית עין לא בשרי)
וועלט אַלס אַ סתירה צו אלקות.
די אמונה פּועל׳ט אָבער ניט אַז ער זאָל זען 43
דעם כח הפועל בנפעל 44 .
[[ע"ד ווי דער חיות כללי,
דאָס וואָס דער מענטש לעבט : דאָס נעמט דורך אַלע אברים און דאָס ווערט פאַראיינציקט מיט זיי — דאָס איז אָבער ניט פאַרבונדן מיטן ענין פרטי פון יעדן אבר,
נאָר מיט דער נקודה כללית פון אַלע אברים
(וואָס זיי זיינען אַ טייל פון גוף האדם) 45 .
דער אַלטער רבי האָט אָבער ממשיך געווען אַ חיות אין יעדן כח פון דער נשמה
(און אין יעדער עבודה אין תומ"צ)
אויך מצד דעם תוכן פרטי פון דעם כח
(ע"ד ווי דער חיות פרטי וואָס איז אויסגעמאָסטן לויטן ענין פרטי פון יעדן אבר)
; אַז די אמונה קומט אַראָפּ און נעמט דורך אויך שכל האדם,
ביז — אַז זיין שכל גופא פאַרשטייט און איז מכריח אלקות,
ביז יעדער פרט פון דעם איד איז געוואָרן אַ נפש׳דיקער מצד ענינו: אָנהויבנדיק פון חב"ד שבנפשו,
דער גילוי אלקות בשכל איז באופן אַז אין אים ווערט דערהערט אַז כל מציאותו איז אויף צו פאַרשטיין אלקות; און פון די מוחין קומען די מדות ולפי אופן המוחין 46 ,
עס איז נרגש אַז כל מציאותה פון מדת האהבה איז כדי עס זאָל זיין אהבת ה׳.
ועד"ז במדת היראה ושאר מדות.
און דעמאָלט איז יעדער כח מצד ענינו אַ נפש׳דיקער,
זיין לעבן איז אלקות.
און דעריבער האָט דער רבי נ"ע געזאָגט „היינט איז דער יום הולדת פון אונזערע שני המאורות הגדולים" בחדא מחתא
(און ערשט דערנאָך מפרש געווען יעדן איינעם בפ"ע)
— ווייל דער
יום הולדת ווי ער איז נוגע צו יעדן איינעם באופן גלוי ביז אַז ער זאָגט באמתית „גוט יום טוב" צו אידן,
איז בשעת ס׳איז דאָ דער גילוי און פעולה פון תורת החסידות הכללית פון בעש"ט דורך און צוזאַמען מיט תורת חסידות חב"ד ע"י רבינו הזקן.
ווייל דעמאָלט טוט זיך אויף אַז אַ איד ווערט אַ פולשטענדיקע „נפש"־מציאות מיט אַלע פרטים.
ה.
יעדער ענין שנתגלה ע"י צדיקים ווערט דאָס געזאָגט לכל לראש בתורתם.
איז אויך דער ענין הנ"ל אין דער שייכות פון דעם בעש"ט מיטן אַלטן רבי׳ן זעט זיך בגלוי און בהדגשה אין דער תורה וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט בש"פ כי תבוא ח"י אלול 47
בשנת תרנ"ב
[ווי דער רבי דער שווער האָט דערציילט 48
וועגן זיין פאָטער,
דער רבי נ"ע,
ווי ער האָט געהערט די ז׳ תורות וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט יענעם ח"י אלול אין גן עדן 49
[:
די ערשטע תורה האָט דער בעש"ט געזאָגט אחר קבלת שבת אויפן פסוק 50
„והי׳ כי תבוא אל הארץ גו׳".
ופי׳ ארץ ל׳ מרוצה,
כי בתיבת ארץ יש ב׳ פי׳ כדאיתא במדרש 51
למה נק׳ שמה ארץ שרצתה לעשות רצון קונה וארץ ל׳ מרוצה 52 .
והי׳ כי תבוא אל הארץ — אַז דו וועסט צוקומען צו דעם רצון ומרוצה — אשר ה"א נותן לך נחלה וירשתה — וואָס דאָס איז אַ מתנה מלמעלה בירושה 53
בכל אחד מישראל,
דאַרף זיין די עבודה אין דעם — וישבת בה — דאָס זאָל זיין בהתיישבות — ולקחת גו׳ 54
ושמת בטנא — מלביש זיין די אורות אין כלים — והלכת אל המקום — הוא ענין השגחה פרטית — אשר יבחר ה׳ אלקיך — אַז אַ איד גייט אין אַן אָרט,
איז דאָס ניט וואָס ער גייט נאָר מי פירט עם,
די השגחה העליונה.
איז אַז ער קומט אין אַן אָרט איז די כוונה — לשכן שמו שם — לפרסם אלקות בעולם.
וויבאַלד אַז די תורה איז געזאָגט געוואָרן ע"י הבעש"ט ביום ח"י אלול און דאָס איז געהערט געוואָרן ע"י נשיאי חב"ד 55 ,
איז מובן 56 ,
אַז אין דעם איז מודגש די נקודה און חידוש פון דעם טאָג פון ח"י אלול — ענינו פון בעש"ט און דעם אַלטן רבי׳ן.
ויש לומר
(בדרך אפשר)
אַז דאָ זיינען צוויי ענינים וואָס דער בעש"ט זאָגט:
א)
„והי׳ כי תבוא אל הארץ — דו וועסט צוקומען צו דעם רצון ומרוצה אשר ה"א נותן לך נחלה וירשתה וואָס דאָס איז אַ מתנה מלמעלה בירושה בכל
אחד מישראל" — דאָס איז בכללות דער גילוי פון תורת החסידות הכללית וואָס דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן,
גילוי רצון עצמי שבנשמה וואָס איז פאַראַן באַ יעדער אידן,
ב)
און די עבודה וואָס דאַרף אין דעם זיין — „וישבת בה — דאָס זאָל זיין בהתיישבות,
ולקחת גו׳ ושמת בטנא — מלביש זיין די אורות אין כלים" — איז ענין חסידות חב"ד,
אַז דעם רצון ומרוצה פון דער נשמה טראָגט מען אַראָפּ בפרטיות,
אורות בכלים.
דאָס ווערט דערהערט און אויפגעטאָן אין יעדן כח פרטי פון דעם אדם,
וכנ"ל.
און אין דעם איז דער בעש"ט מדגיש אַז דאָס זיינען ניט קיין צוויי עבודות וענינים — „דו זאָלסט צוקומען צו דעם רצון ומרוצה כו׳ און
(אַ צווייטע זאַך)
עס דאַרף זיין די עבודה צו אַראָפּטראָגן דאָס בהתיישבות",
נאָר דאָס איז געזאָגט געוואָרן אַלס איין ענין: „ אַז דו וועסט צוקומען כו׳" — ד.
ה.
אַז באַ דיר איז געוואָרן די לידה,
עס האָט זיך אין דיין מציאות גופא אָנגעהערט און נתגלה געוואָרן די „מתנה מלמעלה בירושה בכל אחד מישראל",
דער „רצון ומרוצה" של הנשמה,
דאַרף זיין די עבודה אין דעם — „מלביש זיין די אורות אין כלים" — עס זאָל אַראָפּקומען אין חב"ד,
ועל ידיהם — בכל כחות נפשו כנ"ל,
און דעמאָלט איז דאָס שלימות הלידה 57 .
ו.
עפ"ז יש לבאר דעם המשך אין דער תורה „והלכת אל המקום הוא ענין
השגחה פרטית ..
אַז ער קומט אין אַן אָרט איז די כוונה לשכן שמו שם — לפרסם אלקות בעולם".
דלכאורה: אין הכי נמי,
דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט די יסודות פון שיטת הבעש"ט,
דער ענין פון השגחה פרטית און מפרסם זיין אלקות וואו אַ איד קומט 58
—
וואָס איז אָבער דער קשר מיט התחלת התורה „והי׳ כי תבוא אל הארץ ..
ולקחת ..
ושמת בטנא — מלביש זיין די אורות אין כלים"?
אין דער רשימה 59
ווערט דערציילט וועגן דער צווייטער תורה וואָס איז געווען אחר תפלת ערבית,
אַז „אמר עוד הפעם התורה הקודמת והוסיף: והי׳ כי תבוא — בכדי אויף צוקומען צו דעם רצון וואָס איז במתנה באַ יעדערן,
הוא ע"י — לשכן שמו שם — מוסר נפש זיין זיך לפרסם אלקותו בעולם.
וואָס איז דער מסירת נפש אין דעם — מיט אַ ברכה ופסוק תהלים".
דאָס איז אָבער ניט מספיק לבאר די שייכות פון די צוויי ענינים אין דער תורה הא׳,
וואָרום פון המשך הלשון „אמר עוד הפעם התורה הקודמת והוסיף" איז משמע,
אַז די הוספה בתורה שני׳ איז אַן ענין ותורה בפ"ע,
אַ הוספה,
ניט
(נאָר)
אַ הסבר אויף דער תורה הראשונה.
אויך: עפ"ז איז בלויז מובנת די שייכות פון „לשכן שמו שם" מוסר נפש זיין לפרסם אלקותו בעולם,
מיט „והי׳ כי תבוא",
דער רצון וואָס איז במתנה באַ יעדערן וואָס איז כללות החידוש פון תורת הבעש"ט,
ניט מיטן עיקר פרט אין
דער ערשטער תורה,
דעם ענין וואָס עס דאַרף זיין בהתיישבות ולקחת גו׳ ושמת בטנא מלביש זיין די אורות אין כלים — דער ענין פון אַראָפּטראָגן אין פרטים — חב"ד?
וי"ל דעם ביאור בזה:
דער חילוק צווישן אַן עובר און אַ נולד
(ניט נאָר איו מציאותו לגבי עצמו,
נאָר אויך ובעיקר כלפי הזולת),
אַז אַן עובר זיינען עניניו ופעולותיו לעצמו,
און זיי האָבן ניט קיין שייכות והשפעה צו דעם עולם שמחוץ.
משא"כ ווען דער קינד ווערט געבאָרן,
איז יעדער פעולה במציאות אויך חוץ ממנו,
אָנהויבנדיק פון דעם רגע הראשון שנולד,
ווען זיין צעקה הערט זיך בחוץ 60
און זיין פעולה בידים ורגלים ווערט געזען און געפילט פון אַנדערע.
און דערפאַר,
איז אַלס המשך צו דער „לידה" פון אַ אידן,
דאָס וואָס זיין תומ"צ און זיין חיות ונפש — דער רצון ומרוצה של הנפש קומט אַראָפּ ביז אין אורות און כלים — ברענגט דאָס במילא אויך דער פרסום אלקות,
אַז וואו ער קומט דערהערט ער אַז די כוונה איז אויף מפרסם זיין אלקות בעולם.
דער טעם דערפון ברוחניות: דער חילוק פון אַ זאַך וואָס ווערט באַלעבט פון אַ צווייטער זאַך און אַ חיות עצמי איז 61
: אַ זאַך וואָס ווערט באַלעבט פון אַ צווייטן קען ניט מחי׳ זיין אַנדערע,
דוקא חי בעצם קען פון אים זיין חיות להחיות,
עס קומט צו אַ צווייטע זאַך נעמט עס
דורך און מאַכט דאָס לעבן.
און וויבאַלד אַז אלקות ותומ"צ איז אַ חיות עצמי,
איז בשעת דאָס ווערט די מציאות פון אַ אידן,
דאָס איז זיין נפש,
במילא 62 ,
וואו אַ איד גייט פּועל׳ט ער און איז מפרסם אלקות בעולם 63 .
ז.
אע"פ אַז דער ענין פון פרסום אלקות בעולם האָט זיך אָנגעהויבן דורכן בעש"ט נאָך איידער דעם גילוי תורת חסידות חב"ד דורך דעם אַלטן רבי׳ן — קומט צו אין דעם פרסום אלקות ווי דאָס איז לאחרי גילוי תורת חב"ד,
אַז „די אורות" קומען אַראָפּ „אין כלים".
די הסברה בזה:
דער אויפטו פון דעם אַלטן רבי׳ן מיט תורת חסידות חב"ד איז ניט נאָר מצד דער אויסגעטיילטקייט פון חב"ד של האדם פון אַנדערע כחות הנפש
[און דערפאַר איז נוגע אַז תורת החסידות — אלקות — זאָל דערהערט ווערן אויך אין שכלו של האדם],
נאָר ווייל די כוונה איז — לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים,
עס זאָל דערהערט ווערן אַז אין עוד מלבדו,
אין מציאות העולם ומצד העולם,
און וויבאַלד אַז התחלת המציאות וואָס איז נבדל כביכול
פון אלקות איז שכל 64 ,
איז לכל לראש נוגע צו מסביר זיין הנ"ל אין שכל,
ביז אין שכל אנושי.
און דורך דעם וואָס אויך שכל האדם דערהערט און אַנערקענט אחדות ה׳ הנ"ל ,
ביז באופן אַז עס ווערט כל מציאותו פון דעם שכל צו פאַרשטיין אלקות,
קומט דאָס אַראָפּ אין „והשבות אל לבבך" 65 ,
אין מדות שבלב,
וואָס די פעולה בשלימות אין מדות שבלב איז ווען דאָס קומט דורך שכל האדם
[ווי דער רמב"ם פּסק׳נט אַזוי להלכה 66
„והאיך היא הדרך לאהבתו ויראתו בשעה שיתבונן כו׳"],
ועי"ז אין די כחות התחתונים,
ביז עס ווערט דערהערט אחדות ה׳ אין דער גאַנצער וועלט ובכל עניני העולם 67 .
און דעריבער זעט מען אַז ווי דער ענין פון „לפרסם אלקות בעולם" קומט אַלס המשך און אַ פרט אין דעם אויפטו פון חב"ד אין תורת החסידות הכללית „ולקחת גו׳ ושמת בטנא,
מלביש זיין די אורות אין כלים" — קומט צו אין דעם אַ חידוש,
ווייל נוסף ע"ז וואָס ווען זעט מען אַז דאָס איז רצון ומרוצה פון עצם הנפש ,
וואָס קומט אַראָפּ אין חב"ד — ניט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט זיין מציאות ותענוג — דוקא ווען מ׳זעט אַז דער מענטש פאַרבויגט אויף דער עבודה מיט זיך
(זיין השכלה אין אלקות,
עבודתו
באהבה ויראה)
און גייט מפרסם זיין אלקות בעולם שמחוץ הימנו 68 ,
איז אויך בנוגע דער עבודה גופא,
כשם ווי ס׳איז נוגע אַז דער פרסום אלקות מצד האדם זאָל געטאָן ווערן בכל כחות נפשו,
ער זאָל מפרסם זיין אלקות בהבנה והשגה,
וע"י מדותיו ושאר כחות נפשו,
ביז צו כח העשי׳ שלו — לייגן תפילין מיט אַ אידן,
אָנקלאַפּן אַ מזוזה בפתח ביתו,
ועד"ז בשאר מצוות,
איז עד"ז נוגע אויסנוצן יעדער מיטל ואופן אויף מפרסם זיין אלקות לויט דעם מצב המיוחד שבכל זמן ובכל מקום,
וואָס דורכדעם איז מען מברר ומעלה אויך דעם מכשיר וענין מסוים 69
אין וועלט לעבודתו ית׳ 70 .
וואָרעם יעדער מכשיר ודבר בעולם איז „לא בראו אלא לכבודו" 71 .
ח.
עפ"ז איז אויך מובן וואָס די תורת הבעש"ט הנ"ל איז נתגלה געוואָרן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר,
ווייל באַ
כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מען געזען בפועל ווי די השגחה העליונה האָט אים געפירט בכל מקום „לשכן שמו שם — לפרסם אלקות בעולם",
כפשוטו אין דער גאַנצער וועלט — ובפרט דורך זיינע שלוחים כו׳ בכל קצוי תבל.
און אויך דער פרסום איז געווען בכל האופנים: סיי דורך מגלה זיין די טיפסטע ענינים אין תורת החסידות,
סיי דורך מפרסם זיין עניני תורה,
נגלה און חסידות,
אין פאַרשידענע שפּראַכן — ביז למטה ביותר פאַר תינוקות שנשבו כו׳,
ביז פּועל׳ן אויף אַ אידן צו היטן שבת,
טהרת המשפחה,
לייגן תפילין וכיו"ב.
וואָס דורך דעם פּועל׳ט מען אויף דעם אידן אַז ביי אים זאָל זיך דערהערן דער „אני היום ילדתיך" 72 ,
ער ווערט געבאָרן אַלס איד,
אַ לעבעדיקער „נפש",
אַז זיין גאַנצע מציאות איז תורה און אידישקייט,
און דאָס איז נאָך מער ממהר די גאולה בפועל במהרה בימינו,
דורך משיח צדקנו,
ווען עס וועט זיין בגלוי די לידת עם ישראל — „חלה גם ילדה ציון את בני" 73 ,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות ח"י אלול תשמ"א,
תשמ"ב)