א.
בקשר מיטן פסוק בפרשתנו 1
„וכי יהי’ באיש חטא משפט מות והומת ותלית אותו על עץ”,
איז ידוע 2
אַז אין דעם הספד וואָס דער אריז”ל האָט מספיד געווען דעם רמ”ק האָט ער געטייטשט דעם פסוק:
„וכי 3
יהי’ באיש חטא משפט מות,
פי’ שיחסר
(חטא מלשון חסרון)
טעם משפט מות כי לא פעל רע ולמה ימות,
ותלית אותו על עץ מחמת עץ הדעת שגזר 4
מיתה,
בשביל כך מת”.
פון שטחיות הלשון איז משמע 5 ,
אַז דער תוכן פון דער דרשה איז ווי דער מאמר חז”ל 6
„ד’ מתו בעטיו של נחש” - אַז כשם ווי די פיר האָבן ניט געהאַט קיין חטא און זייער מיתה איז געווען נאָר בסיבת ה„נחש”,
צוליבן חטא עץ
הדעת
(בעצתו 7
של נחש)
איז „נגזרה 8
גזירת מיתה על כל תולדותיו של אדה”ר” - עד”ז איז געווען ביים רמ”ק,
אַז זיין „והומת” איז געווען נאָר צוליבן „עץ
(הדעת)
”.
וי”ל,
אַז ס’איז ניט נאָר וואָס דער אריז”ל דרשנ’ט דעם פסוק אויף דעם ענין „מתו בעטיו של נחש”,
נאָר דערמיט זאָגט ער און מחדש אַ נייעם גדר.
ב.
ובהקדם דעם חילוק צווישן די צוויי ענינים הנ”ל: די גמרא זאָגט „מתו בעטיו של נחש ”,
דער אריז”ל
(טייטשט און לערנט דעם פסוק)
- „ותלית אותו על עץ ”; וואָס דאָס איז אַ חילוק
(ניט נאָר אין לשון,
נאָר)
אין תוכן :
„עטיו
(עצתו)
של נחש” - וואָס ער האָט גע’עצה’ט חוה צו עסן פונעם עץ הדעת - רעדט זיך וועגן רע ,
עצה למעשה חטא 9
; „ותלית אותו על עץ ”
(וואָס דער אריז”ל שטעלט זיך אויף עם)
רעדט וועגן דער זאַך דורך וועלכער אדם איז באַגאַנגען דעם חטא,
אָבער דער „עץ” גופא איז ניט אַן ענין של חסרון 10 ,
ואדרבה,
בפשוטו של מקרא -כפרש”י 11
- איז עס געווען אַן עץ תאנה,
פון די מינים שנשתבחה בהם
ארץ ישראל 12 .
אויך זיין נאָמען איז „עץ הדעת ”,
אַז עס טוט אויף ענין הדעת 13 .
ואפילו דער חטא צו וועלכען ער קען בריינגען - אכילה פון עץ הדעת,
איז
(ע”פ דרז”ל וכו’ איז)
עס געווען נאָר
(במשך פון די דריי שעה)
ביז שבת 14 .
ד.
ה.
דער אריז”ל רעדט וועגן סיבה דסיבה כו’ נאָך אַ פריערדיקע און ווייטערדיקע סיבה - ניט וועגן דעם חטא עה”ד וואָס האָט געבראַכט גזירת מיתה בפועל,
נאָר וועגן דעם
(„עץ”)
וואָס האָט געגעבן די אפשריות אויף ענין המיתה
( אויב מען וועט פון אים עסן
(ווען ער איז טוב ורע 15 )
איז „מות תמות” 16 ).
בסגנון אחר
(וע”פ לשון המדרש 17 )
: בשעת הבריאה האָט דער אויבערשטער געטראַכט אַז עס זאָל זיין מיתה בעולם 18
(וואָס דערפאַר איז „מיום הראשון ברא מלאך המות” 19 ),
נאָר מצד דעם „נורא
עלילה על בני אדם” 20
איז אויסגעשטעלט געוואָרן אַזוי,
אַז די גזירת מיתה בפועל זאָל קומען דורכן אדם.
און דערפאַר האָט דער אויבערשטער געשטעלט אדם’ען פאַר דעם גרויסן נסיון פון עץ הדעת - דורך איינפלאַנצן אין גן עדן „כל עץ נחמד למראה וטוב למאכל” 21
אויך דעם עץ הדעת וכו’ -וואָס דורך דעם אַלעם איז אַרויס די גזירה בפועל.
ג.
און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי ענינים - „מתו בעטיו של נחש” און „ותלית אותו על עץ”:
דער ענין פון „מתו בעטיו של נחש” וואָס ווערט געזאָגט אין גמרא - נגלה דתורה - רעדט וועגן דעם ענין המיתה ווי דאָס איז געוואָרן בפועל ובגלוי
(ב„נגלה”)
;
משא”כ דער ענין פון „ותלית אותו על עץ” - וועלכן דער אריז”ל האָט מגלה געווען,
ובשייכות צום רמ”ק,
וואָס ענינם איז 22
גילוי תורת הסוד,
פנימיות התורה - רעדט ווי דאָס איז בפנימיות,
וואָס מצד פנימיות הענין איז עס פאַרבונדן
(ניט מיט „עטיו של נחש”,
נאָר)
מיטן „ עץ ” - דער נסיון פון „עץ הדעת”,
וואָס דער אויבערשטער האָט צוגעשטעלט אדם’ען מצד רצונו ית’ וכוונתו בהבריאה.
ד.
בעומק יותר,
זיינען די צוויי ענינים
(„עטיו של נחש” און „ותלית
אותו על עץ”)
פאַרבונדן מיט צוויי סוגי צדיקים:
„מתו בעטיו של נחש” זיינען די וואָס זייער מיתה נעמט זיך פון דעם חטא; עס איז אָבער פאַראַן אַ סוג פון צדיקים 23 ,
וואָס זיי קען „עטיו של נחש” ניט אָנרירן,
און דער ענין המיתה ביי זיי איז שייך,
„ותלית אותו”,
נאָר מצד - „על עץ”.
די הסברה אין דעם:
דער אַלטער רבי איז מבאר אין תורה אור 24 ,
אַז „מתו בעטיו של נחש” איז ווייל די פיר צדיקים,
אע”פ אַז זיי זיינען געווען צדיקים גמורים,
איז אין זיי נאָך געבליבן „איזה שמץ מזוהמת הנחש 25
שלא יכלו להסירו מכל וכל”,
און ווי ער איז דאָס מבאר אין עבודת האדם,
אַז זוהמת הנחש איז דער ענין פון „גסות הרוח שנעשה בטבע האדם ..
שרואה את עצמו ומכיר חסרונו או יודע שזה טוב לו” - מען פילט „זיך”.
ד.
ה.
„עטיו של נחש” מיינט,
אַז דער חטא עה”ד האָט אויפגעטאָן אַ חסרון אין דעם צדיק,
וואָס דאָס איז גורם מיתה.
אָבער דעם חסרון האָט גורם געווען ניט דער צדיק עצמו ח”ו,
נאָר דער נחש וואָס האָט געבראַכט „זוהמא” בעולם 25 .
און דאָס איז דער יתרון פון „ותלית אותו על עץ” לגבי „מתו בעטיו של נחש”:
דער פגם פון אַ חטא קען אָנרירן נאָר די חיצוניות פון אַ אידן,
אָבער די פנימיות פון אַ אידן בלייבט אַלעמאָל גאַנץ,
„גם בשעת החטא היתה באמנה אתו” 26 ,
ובפרט מצד פנימיות הנשמה וואָס איז מלכתחילה העכער פון דעם גאַנצן ענין החטא 27 .
דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע דער „זוהמת הנחש” שע”י חטא עה”ד,
אַז די „זוהמא” פון נחש האָט נאָר אָנגערירט די חיצוניות פון אידן,
אָבער ניט ח”ו די פנימיות פון אַ אידן.
און דערפאַר,
בשעת די פנימיות הנשמה פון אַ אידן איז ביי אים מאיר בגילוי ,
ביז דאָס נעמט דורך זיין חיצוניות,
איז ביי אים ניט שייך דער ענין פון „מתו בעטיו של נחש”.
און דאָס זאָגט דער אריז”ל: „וכי יהי’ באיש חטא משפט מות,
פי’ שיחסר טעם משפט מות כי לא פעל רע” - שיש לומר אַז דערמיט מיינט ער כולל זיין אויך דעם „טעם משפט מות” פון „עטיו - זוהמת הנחש” -
איז „ותלית אותו על עץ ”,
אַז דאָס וואָס ביי אים איז פאַראַן דער ענין המיתה,
איז עס בלויז מצד דעם וואָס „נורא עלילה על בני אדם”,
וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט
(ע”י עץ הדעת)
דעם ענין המיתה בעולם 28 .
ועפ”ז וועט זיין פאַרשטאַנדיק די שייכות פון דעם ענין צום רמ”ק ואריז”ל,
וואָס ענינם איז,
כנ”ל,
גילוי פנימיות התורה - ווייל דער גילוי פון „סתים דאורייתא” איז פאַרבונדן מיטן גילוי פון „סתים דנשמתא” 29
וואָס איז העכער פון „עטיו של נחש”.
וכידוע 30 ,
אַז פנימיות התורה איז „עץ חיים”
(אילנא דחיי)
וואָס איז העכער פון „אילנא דטוב ורע”
(עץ הדעת).
ה.
וויבאַלד אַז זינט דעם זמן האריז”ל איז „מצוה לגלות זאת החכמה” 31 ,
איז אע”פ,
אַז „מי הוא זה ואיזהו אשר ערב לבו” 32
צו זאָגן אַז ער האָט אַ שייכות צו די מדריגות הנ”ל פון רמ”ק און אריז”ל - פונדעסטוועגן,
היות מ’האָט אונז דערציילט אויך וועגן דעם ענין איז מובן,
אַז „אפס קצהו ושמץ מנהו” 32
איז שייך צו יעדער אידן.
וע”ד ווי מ’זאָגט בנוגע צו משה רבינו 33
אַז אע”פ אַז „מי הוא זה ואיזהו אשר ערב לבו לגשת להשיג אפי’ חלק אחד מני אלף ממדרגת אהבת רעיא מהימנא מ”מ הרי אפס קצהו ושמץ מנהו כו’ מאיר לכללות ישראל בכל דור ודור”.
ובנדו”ד,
איז אדרבה : דער ענין פון „מתו בעטיו של נחש” - אַז מ’האָט ניט קיין אַנדער חטא וחסרון,
נאָר דאָס וואָס מ’האָט ניט געקענט אַראָפּנעמען „זוהמת הנחש ..
מכל וכל” - איז שייך אין דער דרגא אין נפש וואו די „זוהמא” קען אָנרירן.
ד.
ה.
אין חיצוניות האדם וכחות הגלויים שלו,
וואָס אַזאַ שלימות ועילוי
(אויך)
אין די דרגות חיצוניות איז אָנגימאָסטן נאָר פאַר יחידי סגולה און דאָס איז ניט שייך לכל אחד ואחד.
משא”כ דער ענין פון „חטא משפט מות ..
שיחסר טעם משפט מות” שמצד סתים דנשמתא
(וואו דער „עטיו של נחש” קען ניט אָנרירן)
ופשיטא אין עצם נשמתו - איז דאָס אַזוי ביי יעדן אידן ; וואָרום די פנימיות פון יעדער אידן,
יהי’ מי שיהי’ און אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל נאָר זיין,
איז העכער פון יעדער זוהמא של חטא.
ביז אַז עס קען אַרויס בגלוי ממש און ווירקען בפועל ממש און להלכה בפועל.
ווי מען זעט עס,
אַז אַ איד וואָס זאָגט בגלוי ובכל התוקף אַז ער וועט ניט מקיים זיין פס”ד ב”ד וואָס הייסט עם בריינגען אַ קרבן - איז דער ב”ד עם כופה ביז אַז אומר רוצה אני און דאַמאָלס זאָגט תורת אמת אַז דאָס איז זיין אמת’ער לרצונו 34 .
און יעדערער בזמננו וואָס מצוה לגלות זאת החכמה קען און איז מצווה דאָס אַרויסברענגען בגילוי,
דורך דעם וואָס מ’איז מגלה ביי זיך „סתים דנשמתא”,
וואָס דאָס ווערט דורך דעם לימוד פון „סתים דאורייתא” אין אַן אופן אַז דער „סתים” זאָל ווערן „ גליא ” - אַז
יתפרנסון מיני’ 35
מען פאַרשטייט עס אין חב”ד שבנפש,
ביז עס נעמט דורך דעם מענטשן אינגאַנצן.
און בשעת די „מעינות” הנשמה נעמען דורך אויך דעם „חוצה” שבאדם,
ווערט ער אין אַ מצב אַז ער איז ניט שייך צו אַ חטא.
ו.
די הוראה בפועל מכל הנ”ל:
עס דאַרף זיין - „יפוצו מעינותיך חוצה”: מען דאַרף מפיץ זיין די מעינות פון פנימיות התורה,
אַז זיי זאָלן אַרויסקומען בגילוי ביז אין חוצה,
צו יעדער
איד.
און ביז צום חוצה פון אַ אידן התחתון ביותר
(ברוחניות).
וואָרום יעדער איד,
מצד פנימיות נשמתו,
איז פאַרבונדן מיט פנימיות
(מעינות)
התורה.
און דורך דעם גופא וואָס מען לערנט מיט אים פנימיות התורה - אע”פ אַז כדי לערנען מיט אים דאַרף מען דאָס איבערזעצן אויף אַן אַנדער שפּראַך און געבן אים צו פאַרשטיין אין אַ סגנון וואָס ער קען פאַרשטיין במצבו בהווה - איז דאָס מעורר זיין פנימיות הנשמה און הויבט אים אויף ממעמדו ומצבו.
און דורך דער הנהגה איז מען מבטל דעם „חטאינו”
(כולל - חטא עץ הדעת)
- וואָס דאָס איז די איינציקע סיבה אויף דעם גלות,
מפני „חטאינו גלינו”,
און עס ווערט בדרך ממילא בטל דער מסובב
(„גלינו”),
און עס קומט די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,
ובמהרה בימינו ממש.
(משיחת ש”פ מטות תשמ”א)