B"H
🏡

Ikar

שופטים ב

א.

נאָך דעם ציווי

(בפרשתנו 1 ),

אַז „כי יכרית ה"א את הגויים גו׳ וירשתם גו׳" זאָל מען אויסטיילן 2

ג׳ ערי מקלט — „והי׳ לנוס שמה כל רוצח" 3

— איז דער פסוק ממשיך ומוסיף 4

: „ואם ירחיב ה"א את גבולך כאשר נשבע לאבותיך ונתן לך את כל הארץ אשר דבר לתת לאבותיך ..

ויספת לך עוד שלש ערים על השלש האלה".

שטייט אין ספרי

(וירושלמי 5 )

געבראַכט אין רש"י על אתר,

אַז דער ציווי באַציט זיך צום זמן דלעת"ל,

ווען אידן וועלן באַקומען אויך „ארץ קני וקניזי וקדמוני" 6

; און אַזוי פּסק׳נט אויך דער רמב"ם 7

: „בימי המלך המשיח מוסיפין שלש אחרות על אלו השש ..

והיכן מוסיפין אותן בערי הקני

והקניזי והקדמוני שנכרת לאברהם אבינו ברית עליהן כו׳".

איז ידוע אין דעם די שאלה 8

: צו וואָס וועט מען דאַרפן

(נאָך)

מוסיף זיין לעת"ל נאָך ערי מקלט?

— לכאורה וועלן דאָך דעמאָלט ניט זיין קיין רוצחים 9

אפילו ביי די אומות העולם — ווי דער נביא זאָגט 10

„לא ישא גוי אל גוי חרב" 11

און אע"פ אַז ערי מקלט זיינען בעיקר צוליב אַ הורג נפש בשגגה — איז דאָך אָבער אויך די מציאות פון הריגת נפש בשגגה ניט שייך לעת"ל,

הן מצד הנהרג והן מצד ההורג:

דאָס גופא וואָס אַ מענטש ווערט גע׳הרג׳ט איז אַ באַווייז אַז אים קומט אַ חיוב מיתה,

ווי די גמרא 12

זאָגט אויפן פסוק 13

„ואשר לא צדה והאלקים אנה לידו — במה הכתוב מדבר בשני בני אדם שהרגו את הנפש אחד הרג בשוגג ואחד הרג במזיד

(ואין עדות וכו׳)

הקב"ה מזמינן לפונדק אחד זה שהרג במזיד יושב תחת הסולם,

וזה שהרג בשוגג יורד בסולם ונופל עליו והורגו זה שהרג במזיד נהרג וזה שהרג בשוגג גולה" — און וויבאַלד אַז לעת"ל וועט ניט זיין קיין פאַל פון אַ הורג במזיד,

וועט דאָך במילא ניט זיין אַזאַ איינער וואָס זאָל זיין מחוייב מיתה,

אַז ער זאָל דאַרפן גע׳הרג׳ט ווערן בשוגג.

און אַזוי אויך מצד דעם הורג נפש בשגגה — וואָרום ס׳איז דאָך ידוע 14 ,

אַז דאָס עובר זיין אויף אַן עבירה בשוגג קומט דערפון וואָס מ׳האָט עפּעס אַ שייכות

(מעין עכ"פ,

ווי לעיל באַ „והאלקים אנה לידו")

צו דעם

(רע שבה)

חטא

(וואָס דערפאַר „כל השוגגין צריכים כפרה" 15 )

— און היות אַז לעת"ל וועט נתבטל ווערן דער רע אין וועלט 16 ,

וועט דאָך במילא אויך ניט זיין קיין אָרט אויף צו באַגיין אַן עבירה אפילו בשוגג 17 .

ב.

ס׳זיינען דאָ מפרשים 18

וואָס לערנען,

אַז דאָס וואָס מ׳וועט לעת"ל מפריש זיין נאָך דריי ערי מקלט איז — „למצוה",

אָדער בלשון המנ"ח 19

„והוא גזה"כ

(כי מצד הסברא לא יצטרכו לערי מקלט לע"ל כי רק שלום ואמת וטוב יהי׳ בימי המלך המקוה ב"ב רק גזה"כ לעשות המצוה הזאת וגזה"כ שיהי׳ ס"ה תשעה)

".

עס איז אָבער לכאורה שווער אַזוי זאָגן,

וואָרום אין דער פרשה גופא,

בהמשך צום ציווי „אם ירחיב ה"א את גבולך גו׳ ויספת לך עוד שלש ערים" פירט אויס דער פסוק און זאָגט דעם טעם : „ולא ישפך דם נקי בקרב ארצך אשר ה"א נותן לך נחלה" 20 .

אַז אויך דעמאָלט וועלן די ערי מקלט זיין פאַרבונדן מיט אַ הורג נפש.

ג.

עס זיינען פאַראַן מפרשים 21

וואָס זאָגן,

אַז דער צורך פון די ערי מקלט לעת"ל וועט זיין נאָר אין דעם זמן פון תחילת ימות המשיח,

וואָס דאַמאָלט איז „אין בין העוה"ז לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד" 22

; משא"כ אין דער שפּעטערדיקער תקופה פון ימות המשיח 23

— „בהמשך זמן שתתרבה הדעה בישראל" — „אז לא יצטרכו לערי מקלט" 24 .

ועפ"ז קומט אויס,

אַז פון דעם ציווי „ואם ירחיב ה"א את גבולך" — צו מוסיף זיין ג׳ ערי מקלט לעת"ל — איז אַ ראי׳ צו דער דיעה הנ"ל און שיטת הרמב"ם 25 ,

אַז „אין בין העוה"ז לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד",

(בתחלת זמן המשיח עכ"פ 23 ),

ווי דער רמב"ם איז מאריך בספרו 26

: „ואל יעלה על הלב שבימות המשיח יבטל דבר ממנהגו של עולם או יהי׳ שם חידוש

במעשה בראשית אלא עולם כמנהגו נוהג" 27 .

און במילא וועט אויך זיין שייך די מציאות פון הורג נפש

(בשגגה 28 ).

דערמיט וואָלט מען אויך געקענט מסביר זיין אַ דיוק אין רמב"ם: נאָך דעם ווי דער רמב"ם 29

רעדט וועגן דער אמונה בביאת המשיח,

אַז „כל מי שאינו מאמין בו כו׳ לא בשאר הנביאים בלבד הוא כופר אלא בתורה ובמשה רבינו שהרי התורה העידה עליו שנאמר כו׳ אף בפרשת בלעם נאמר כו׳",

איז ער ממשיך און ברענגט נאָך אַ ראי׳ אין אַ באַזונדערע הלכה 30

: „אף בערי מקלט הוא אומר ואם 31

ירחיב ה"א את גבולך ויספת לך עוד שלש ערים כו׳ ומעולם לא הי׳ דבר זה ולא צוה הקב"ה לתוהו" — ולכאורה איז ניט מובן: פאַרוואָס טיילט אויס דער רמב"ם די ראי׳ אין אַ הלכה בפ"ע?

וע"פ הנ"ל י"ל,

אַז דערמיט וויל דער רמב"ם מרמז זיין 32 ,

אַז די ראי׳ פון ערי מקלט באַציט זיך ניט נאָר צו דעם וואָס ער זאָגט אין דער הלכה שלפנ"ז

(וועגן ביאת המשיח בכלל),

נאָר אויך צום תוכן המדובר אין דער הלכה שלאח"ז 33

„ואל 34

יעלה על דעתך שהמלך המשיח צריך לעשות אותות ומופתים ומחדש דברים בעולם או מחי׳ מתים וכיוצא בדברים אלו אין הדבר כך שהרי רבי עקיבא כו׳"

(און ברענגט די ראי׳ פון בן כוזיבא)

אויך אויף דעם

(אַז עס וועט דאַן ניט זיין קיין חידוש דבר בעולם)

איז דאָ אַ הוכחה פונעם ציווי צו מוסיף זיין ערי מקלט לעת"ל,

וואָס לערנט אונז אַז אויך בימות המשיח וועט זיין „עולם כמנהגו נוהג".

ובמילא איז מובן אַז ניט דאָס איז ענינו פון משיח׳ן און ניט דאָס איז די בחינה אַז ער איז משיח 35 .

ד.

עס איז אָבער שווער אַזוי צו לערנען אין רמב"ם:

אויב דער רמב"ם מיינט צו זאָגן אַז פון דער הוספת ערי מקלט איז אַ ראי׳ מוכחת אַז מלך המשיח דאַרף ניט מאַכן קיין „אותות ומופתים ומחדש דברים בעולם",

וואָלט ער דאָס געזאָגט בפירוש

(ובפרט אַז דאָס איז אַ ראי׳ פון אַ פסוק וציווי בתורה,

און די ראי׳ וואָס ער ברענגט פון בן כוזיבא איז פון דברי ודרשת רז"ל).

נאָך מער: פון דעם סגנון הלשון,

מיט וועלכן דער רמב"ם הויבט אָן די הלכה

(ג)

שלאח"ז: „ ואל יעלה על דעתך שהמלך המשיח צריך לעשות אותות ומופתים ומחדש דברים בעולם"

(און ניט „ואין המלך המשיח צריך לעשות כו׳")

איז משמע,

אַז אויך נאָך דער הלכה

(ב)

וועגן ערי מקלט לעת"ל קען זיין אַ קס"ד

(„יעלה על דעתך")

אַז משיח

„צריך לעשות אותות כו׳" נאָר מען איז עס שולל ווייל ר׳ עקיבא כו'.

ד.

ה.

אַז פון דעם ציווי להוסיף ערי מקלט לעת"ל איז קיין ראי׳ ניט אַז משיח וועט ניט דאַרפן ווייזן קיין אותות ומופתים כו'.

ועפ"ז איז מובן,

אַז ס׳איז אויך קיין ראי׳ ניט פון דעם אַז עס וועט ניט זיין שינוי מנהגו של עולם 36 .

ה.

וי"ל דעם ביאור אין דעם:

פון הוספת ערי מקלט לעת"ל איז קיין ראי׳ ניט אַז דעמאָלט וועט זיין עולם כמנהגו נוהג,

ווייל די ערי מקלט וועלן זיין צוליב אַ הורג נפש בשגגה לפני זה — בזמן הזה 37 .

און זייענדיק דעמאָלט אין די ארצות קני קניזי וקדמוני 38

וועט ער דאַרפן גולה זיין אין אַן עיר מקלט 39 .

ווי מען געפינט ביי חיוב חטאת,

אַז ר׳ ישמעאל 40

כתב על פנקסו אַז „כשיבנה ביהמ"ק אביא חטאת שמינה" 41 .

און אע"פ אַז דער טעם פון הבדלת ערי מקלט — „להכין לך הדרך וערי מקלט רבים 42

— איז: „פן ירדוף גואל הדם אחרי הרוצח כי יחם לבבו והשיגו כי ירבה הדרך והכהו נפש" 43

— כדי קענען אַנטלויפן פון דעם גואל הדם 44 ,

און דערפאַר „אם ירחיב ה"א את גבולך גו׳ ויספת לך עוד שלש ערים",

אַז אויך דעמאָלט זיינען די ערי מקלט אַ מקום הצלה פון גואל הדם —

ולכאורה איז יחם לבבו גו׳ ניט שייך לעת"ל,

זאָגט מען דאָך אָבער בספרי בפרשתנו — „ מצוה ביד גואל הדם לרדוף" 45

; און וויבאַלד ס׳איז אַ מצוה 46

איז מובן,

אַז דאָס איז שייך אויך לעת"ל.

ובמילא דאַרפן זיין די ערי מקלט כדי צו אַנטלויפן פון דעם גואל הדם 47 .

[במשנה 48

איתא אַז מצוה ביד גואל הדם צו הרג׳נען דעם רוצח,

נאָר אין פאַל פוןאַ רוצח שיצא חוץ לתחום

(ערי מקלט)

ומצאו גואל הדם,

אָבער ניט ווען ער האַלט ערשט ביים אַנטלויפן אין עיר מקלט,

אָבער כדי שלא לאפושי במחלוקת יש לומר 49 ,

אַז אויך לויט דער דיעה,

מיינט עס ניט אַז דוקא דעמאָלט

(לאחר ווי ער איז אַריין אין עיר מקלטו און פון דאָרט אַרויס חוץ לתחום)

ווערט דאַן נתחדש די מצוה פון גואל הדם 50 ,

אָבער איידער דער רוצח קומט לעיר מקלטו איז אַן איסור אויפן גואל הדם צו הרג׳נען דעם

רוצח

(פּונקט ווי אַן אַנדער מענטש) 51

נאָר אַז אויך לדעה זו איז מלכתחילה,

נאָך פאַר דער ניסה לערי מקלט איז שוין דאָ אַ מצוה

(ע"ד ווי שיטת הספרי 52 )

אויפן גואל הדם צו נוקם זיין מיתת קרובו; נאָר היות אַז תורה גיט דעם הורג נפש בשגגה די הגנה פון עיר מקלט,

ווערט מיט דעם באַוואָרנט,

אַז כל זמן דער רוצח איז נאָך ניט אָנגעקומען לעיר מקלטו 53

איז ארי׳ הוא דרביע עלי׳ אויף דעם גואל הדם און ער קען ניט מקיים זיין מצותו 54 ].

ו.

מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין

(בשיטת הרמב"ם)

:

דער רמב"ם פּסק׳נט דאָך 55

אַז ס׳איז נאָר אַ רשות ביד גואל הדם להרגו

(ווען יצא חוץ לתחומה בזדון).

ולכאורה,

אפילו לדעתו אַז לעת"ל איז עולם כמנהגו נוהג,

איז אין הכי נמי אַז עס קען זיין אַ הורג נפש בשגגה,

ווי קומט אָבער דעמאָלט — יחם לבבו

(ובמילא)

אַ

מציאות פון גואל הדם.

וויבאַלד

(דער רמב"ם אַליין פּסק׳נט) 56

אַז „באותו הזמן לא יהי׳ שם רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות כו׳ ולא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד"; אין אַ מצב,

פון „לא קנאה ותחרות" און זיין עסוק „לדעת את ה׳ בלבד ",

איז ווי קען זיין אַז איינער זאָל הרג׳נען אַ צווייטן וואָס „לו אין משפט מות",

נאָר מצד דעם וואָס „יחם לבבו".

און מען קען ניט ענטפערן אַז דאָס וואָס מ׳וועט לעת"ל דאַרפן האָבן ערי מקלט וועט זיין — ניט אויף צו מציל זיין דעם הורג נפש בשגגה פון דעם גואל הדם,

נאָר — אַלס אַ כפרה פאַר דעם חטא

(ווייל ענינן פון ערי מקלט איז ניט בלויז הגנה והצלה,

נאָר אויך כפרה 57

על החטא)

— וואָרום דער פסוק זאָגט בפירוש „ולא ישפך דם גו'",

אַז זיי וועלן זיין

(אויך לעת"ל)

צוליב הגנה והצלה.

נוסף לזה: אויב די ערי מקלט לעת"ל וועלן זיין נאָר צוליב דעם אַז אַ הורג נפש בשגגה זאָל האָבן אַ כפרה,

איז דאָך ניטאָ דער חשש אַז „כי ירבה הדרך והכהו נפש",

איז ניטאָ קיין הכרח אויף ערי מקלט אין ארץ קני קניזי וקדמוני דוקא — עס זיינען דאָך שוין דאָ ערי מקלט אין א"י ועבר הירדן 58

;

משא"כ ווען דער טעם איז

(אויך ובעיקר)

בכדי צו מציל זיין דעם הורג נפש בשגגה פון דעם גואל הדם,

איז

מובן פאַרוואָס מ׳דאַרף האָבן די הוספת הערים אין ארץ קני קניזי וקדמוני,

היות אַז ביי „לנוס שמה" איז נוגע עס זאָל ניט זיין „ירבה הדרך".

ז.

וי"ל הביאור בזה:

די הלכה פון גואל הדם מיט אַלע פרטים איז ניט אַן ענין פון „דברה תורה ..

כנגד יצה"ר " 59

וועלכער וועט מסית זיין און מאַכן אַז „יחם לבבו" דערפאַר האָט תורה בלית ברירה געגעבן רשות

(אָדער אַ ציווי)

צו הרג׳נען דעם רוצח

— וואָרום אויב אַ הורג נפש בשגגה איז ניט חייב מיתה,

איז ווי איז שייך צו זאָגן אַז דער גואל הדם האָט רשות אים צו הרג׳נען,

וכש"כ — אַז עס איז אַ מצוה אויפן גואל הדם?

נאָר דאָס איז אַ הנהגה מעיקרא ע"פ תורה או מצוה 60

: עס זיינען דאָ אופנים ווען די תורה הייסט ב"ד זאָל אויספירן דעם חיוב מיתה — ווען עס זיינען דאָ עדים והתראה; פאַראַן אופנים ווען עס קומט מיתה בידי שמים ; און ביי אַ הורג נפש בשגגה,

וויבאַלד אַז דורך אים איז געהרג׳עט געוואָרן אַ נפש מישראל 61 ,

האָט תורה דאָס איבערגעגעבן 62

צו דעם

וואָס „ראוי ליורשו" 63

(אַ שייכות צו עם — ובמילא איז

(ע"פ תורה)

„יחם לבבו" 64 )

צו הרג׳נען דעם רוצח 65 ,

אויף אַראָפּנעמען דעם „ורצח גואל הדם את הרוצח גו׳ ולא תקחו כופר לנוס גו׳ ולא תחניפו את הארץ גו׳ ולארץ לא יכופר לדם גו׳ כ"א בדם שופכו" 66

[ובפרשתנו „והי׳ עליך דמים" 67 ]

— די מעשה החטא.

און דעריבער איז אויך לדעת הרמב"ם וואָס פּסק׳נט אַז „ רשות לגואל הדם להרגו",

דאַרף מען האָבן ערי מקלט לעת"ל אויף אַנטלויפן פון דעם גואל הדם,

וויבאַלד אַז דער גואל הדם איז אַן ענין ע"פ תורה 68

(ניט

(נאָר)

מצד אַ טבע

(יצה"ר)

געפיל פון נקמה)

— יחם לבבו,

ובמילא איז דאָס אויך בהזמן

(לעת"ל) 69

ווען עס איז „לא קנאה ותחרות" נאָר „עסק כל העולם לדעת את ה׳ בלבד".

ח.

ויהי רצון אַז דורך דער עבודה פון ערי מקלט בזמן הזה ברוחניות — לימוד התורה,

וואָס „דברי תורה ..

קולטין" 70 ,

ובפרט אין דעם זמן וואָס איז געגעבן געוואָרן אַלס אַ „מקלט" — דער חודש אלול וואָס ר"ת שלו איז 71

„אנה לידו ושמתי לך",

„לרמוז כי הקב"ה בחסדו אנה וזמן חדש אלול לכל מי שחטא בתוך השנה שישוב אז בתשובה ויקבלוהו" 72 ,

זאָל מען זוכה זיין בקרוב צו דעם „ירחיב ה"א את גבולך" וכפשוטו,

און עס וועט זיין דער „ויספת לך עוד שלש ערים" — די הוספת ג׳ ערי מקלט,

און אויך ברוחניות,

די התגלות טעמי תורה לע"ל 73

דורך משיח צדקנו 74

במהרה בימינו ממש.

(משיחות מוצש"ק פ' בלק ופנחס תשל"ח)

Reader controls and commentary are loading.