B"H
🏡

Ikar

אלול

א.

בנוגע תפלה בצבור — וואָס איז פון די מעלות הכי חשובות אין תפלה 1

— געפינט מען אַ פלוגתא צווישן די חכמים און רבן גמליאל 2

: די חכמים זאָגן „כשם ששליח ציבור חייב כך כל יחיד ויחיד חייב" — עס איז דאָ אַ חיוב אויף יעדן יחיד

(פונעם ציבור)

צו מתפלל זיין פאַר זיך: „רבן גמליאל אומר שליח ציבור מוציא את הרבים ידי חובתן".

און די גמרא 3

ברענגט אויף דעם אַ ברייתא 4

: „אמרו לו לרבן גמליאל לדבריך למה צבור מתפללין,

אמר להם כדי להסדיר שליח צבור תפלתו

(דער שליח צבור זאָל האָבן צייט צוגרייטן זיין תפלה 5 ),

אמר להם רבן גמליאל לדבריכם למה שליח צבור יורד לפני התיבה אמרו לו כדי להוציא את שאינו בקי,

אמר להם כשם שמוציא את שאינו בקי כך מוציא את הבקי".

דאָס הייסט: לויט די חכמים,

איז — „צבור עיקר" 6

: דער ענין פון תפלה

בצבור איז וואָס דער צבור איז מתפלל צוזאַמען 7 ,

און דער ענין פון חזרת הש"ץ איז בלויז אַ תקנה צו מוציא זיין דעם „אינו בקי" 8

: משא"כ ר"ג האַלט,

אַז „שליח צבור עיקר" 6

: דער עיקר ענין פון תפלה בצבור איז די תפלת הש"ץ,

און דאָס וואָס איידער חזרת הש"ץ איז יעדער יחיד פון דעם צבור מתפלל תפלת לחש פאַר זיך,

איז דאָס בלויז אַ תקנה צוליב'ן ש"ץ 9

— „כדי להסדיר שליח צבור תפלתו".

ב.

אין וואָס באַשטייט דער טעם וסברת הפלוגתא,

צי „צבור עיקר" אָדער „ש"ץ עיקר"?

קען מען זאָגן,

אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דער שאלה הידועה 10

— וואָס האָט מער חשיבות,

ריבוי הכמות אָדער גודל

האיכות — וואָס מען געפינט אין דעם אַ פלוגתא צווישן רבן גמליאל וחבריו:

די גמרא 11

דערציילט,

אַז בשעת ר' גמליאל איז געווען נשיא,

איז „הי' ..

מכריז ואומר כל תלמיד שאין תוכו כברו לא יכנס לבית המדרש",

און דערנאָך,

בשעת מ'האָט אים מעביר געווען פון דער נשיאות און ר' אלעזר בן עזרי' איז געוואָרן נשיא 12 ,

„סלקוהו 11

לשומר הפתח ונתנה להם רשות לתלמידים ליכנס ..

ההוא יומא אתוספו כמה ספסלי".

דאָס הייסט: ר' גמליאל האַלט,

אַז דער עיקר חשיבות פון אַ ישיבה

(בית מדרש)

איז — איכות התלמידים,

און דעריבער,

פלעגט ער נאָר אַריינלאָזן די תלמידים וואָס תוכם כברם

(אע"פ אַז דורך דעם איז געווען מיעוט הכמות פון תלמידים)

: משא"כ חבריו

(ראב"ע,

ר' יהושע און ר' עקיבא)

האַלטן אַז ריבוי הכמות איז מכריע מעלת האיכות,

און דעריבער דאַרף מען אַריינלאָזן אין ביהמ"ד אויך תלמידים שאין תוכם כברם,

ווייל דער עיקר איז עס זאָל זיין מער תלמידים בישיבה — ריבוי בכמות,

כאָטש דאָס וועט גורם זיין אַ מיעוט באיכות הכללי דביהמ"ד — ובמילא — גם באיכות הפרטים.

ועפ"ז יש לומר,

אַז אין דעם וואָס ר' גמליאל האַלט אַז „תפלת הש"ץ עיקר",

גייט ער לשיטתו אַז איכות איז מכריע כמות.

ג.

דער ביאור אין דעם:

אין דעם אויפטו פון אַ „צבור"

(גופא)

זיינען דאָ די ביידע מעלות פון „כמות"

און „איכות" 13

: א)

אַ ציבור באַשטייט דוקא פון

(ריבוי בכמות)

עשרה

(עכ"פ)

מישראל 14 .

ב)

דער צירוף פון עשרה מישראל שאַפט אַ מציאות חדשה,

אַ חטיבה אחת פון אַן עדה קדושה

(אַ חשיבות באיכות).

און דאָס איז דער חילוק צווישן תפלת הצבור

(וואָס איז כולל די תפלות פון כאו"א פונעם ציבור בפ"ע)

און תפלת הש"ץ:

תפלת הצבור האָט די מעלה פון ריבוי הכמות — דער ריבוי פון תפילות וואָס ווערט נצטרף יחד — בשעת עשרה מישראל זיינען מתפלל צוזאַמען:

דאַקעגן אין תפלת הש"ץ איז פאַראַן די מעלה פון איכות ,

וואָרום

[נוסף על זה וואָס אַ ש"ץ מוז האָבן געוויסע תנאים ומעלות 15 ,

ובמילא האָט זיין תפלה

(אויך אַלס יחיד)

אַ גרעסערע חשיבות באיכות לגבי די תפלות פון סתם מתפללים — איז נאָכמער:]

אַ שליח צבור איז ענינו,

וואָס ער איז כולל די פיפיות עמך בית ישראל 16 ,

וואָס „הוא נעשה שליח לכולם ..

שפיו כפיהם" 17 ,

אַזוי אַז יעדער וואָרט וואָס ער איז מתפלל,

איז דאָס כאילו ווי די גאַנצע עדה זאָגט עס דורך פיו.

דאָס הייסט,

אַז אין תפלת הש"ץ איז מרוכז

ומאוחד די תפלה פונעם צבור ווי ער ווערט איין מציאות פון אַן עדה קדושה — אַן אַנדער גדר אין איכות התפלה אפילו לגבי די תפלות פון ריבוי המתפללים בעבור.

און דאָס איז די פלוגתא פון די חכמים און ר"ג 18

: די חכמים האַלטן אַז ריבוי הכמות איז מכריע איכות,

און דעריבער זאָגן זיי אַז דער עיקר פון תפלה בצבור איז — תפלת הצבור; משא"כ ר"ג האַלט אַז די איכות וועגט איבער די כמות,

און דעריבער,

אע"פ אַז תפלת הש"ץ איז מעוטה בכמות — ס'איז בלויז איין תפלה — איז זי אָבער מער חשוב ווי תפלת הצבור,

וויבאַלד זי איז פיל גרעסער

(דערהויבענער)

באיכות

(האָבנדיק דעם כח פון גאַנצן צבור כאחד) 19 .

ד.

מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט 20 ,

אַז בשעת מען געפינט אַ פלוגתא צווישן חכמים מצד דער זעלבער סברא אין צוויי

(אָדער מער)

ערטער — איז פאַראַן אַ חידוש אין יעדער פלוגתא לגבי די אַנדערע פלוגתות

(וואָס דערפאַר מוזן אַראָפּגעבראַכט ווערן בפירוש אַלע פלוגתות און מען קען זיי ניט אָפּלערנען איינע פון דער צווייטער — ובלשון הש"ס „וצריכא").

ועד"ז בעניננו: אין יעדערער פון די צוויי פלוגתות הנ"ל איז פאַראַן אַ חידוש:

אין דעם ענין פון „בית המדרש",

וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן אַ תלמיד „שאין תוכו כברו",

פעלט אים די כללות ה„איכות" פון אַ „תלמיד",

כמאמר חז"ל 21

„כל תלמיד חכם שאין תוכו כברו אינו תלמיד חכם "; משא"כ ביים ענין פון תפלה,

איז ביי תפלת הצבור פאַראַן

(ניט נאָר די מעלה פון כמות,

נאָר)

אויך די מעלה פון איכות,

וואָרום בשעת צען אידן דאַוונען צוזאַמען האָט די תפלה

(פון יעדערן בפ"ע אָבער אַלס אַ טייל פון צבור)

אַ מעלה 22

לגבי תפלת היחיד ; עס איז נאָר,

אַז די איכות פון תפלת הש"ץ

(אין וועלכער דער גאַנצער צבור ווערט נתאחד אַלס איין מציאות פון אַן עדה קדושה)

איז נאָך ביתר שאת ועילוי.

און דעריבער,

ווען עס וואָלט געשטאַנען די שיטה פון ר"ג בלויז ביים ענין פון „בית המדרש" וואָלט מען געמיינט,

אַז דוקא דאָרט גייט ער בתר איכות; משא"כ ביים ענין התפלה איז ער מודה אַז „תפלת צבור עיקר"

(וויבאַלד עס פאַרמאָגט ביידע מעלות: אַ גרעסערע איכות

(לגבי תפלת היחיד)

און אויך ריבוי כמות) 23 .

שטייט דעריבער שיטת ר"ג אויך ביי תפלה,

בכדי צו לאָזן הערן,

אַז אויך אין דעם פאַל איז כדאָי דער מיעוט בכמות צוליב אַ נאָך גרעסערער איכות.

ולאידך גיסא,

ווען שיטת ר"ג וואָלט געשטאַנען בלויז ביי תפלה

(איז נוסף לזה וואָס מ'וואָלט געקענט זאָגן אַז ביי בית המדרש זיינען די חכמים מודה צו ר"ג מטעם הנ"ל — איז אויך בנוגע צו שיטת ר"ג)

וואָלט מען פון דאָרט ניט געקענט אָפּלערנען אַז ער האַלט אַזוי אויך בנוגע צו „בית המדרש".

ווייל ביהמ"ד איז ענינו תורה וואָס נקנית בדבוק חברים ובפלפול התלמידים 24 ,

ואדרבא מתלמידי יותר מכולם 25

איז וואָס מער תלמידים

(כולל אויך שאין תוכם כברם)

אַלץ מער פלפול 26

און אַלץ טיפער דער „נקנית".

[וע"ד המוסר יש להוסיף: היות תורה איז מלשון הוראה 27

: ווייזן אַ מענטשן ווי

ער דאַרף זיך פירן — במילא וואָלט געווען אַ מקום לומר אַז אַ ישיבה איז אויך צוליב תלמידים שאין תוכם כברם בכדי אַז זיי זאָלן וויסן ווי צו פירן זיך און נאָך מערער,

אויפטאָן אַז ביי זיי זאָל ווערן „תוכם כברם" 28 ].

און דעריבער דאַרף שטיין שיטת ר"ג ביי „בית המדרש",

להשמיענו,

אַז אויך בנידון זה האַלט ר"ג אַז מען רעכנט זיך מיט איכות.

ה.

תוכן השאלה הנ"ל — צו ריבוי הכמות איז מכריע אָדער האיכות — איז עולה בקנה אחד אָדער עכ"פ מעין פון דער שאלה בכמה ענינים

(ווי דער ראָגאַטשאָווער איז מאריך בכמה מקומות 29 )

: וואָס איז דער עיקר הדבר — חומר

(וגשם)

הדבר,

אָדער זיין „צורה"

(ותוכן).

אויב מען רעכנט זיך בעיקר מיט חומר — דעמאָלט האָט ריבוי הכמות מער חשיבות ווי איכות; אויב אָבער דער עיקר איז צורת

(ותוכן)

הדבר — איז איכות מכריע כמות.

עפ"ז קען מען געפינען נאָך אַ „לשיטתי'" צווישן ר"ג מיט די חכמים — אין דעם דין פון „טענו חטים והודה לו בשעורים פטור,

ורבן גמליאל מחייב" 30 .

די חכמים

(ת"ק)

האַלטן אַז אַ מודה במקצת איז חייב נאָר ווען די הודאה

במקצת איז „ממין הטענה",

אָבער ר"ג האַלט,

אַז אויך ווען די הודאה איז שלא ממין הטענה איז מען חייב שבועה משום מודה במקצת.

וואָס אויך בנוגע דער פלוגתא קען מען זאָגן אַז דאָס איז תלוי אין דער שאלה הנ"ל — וואָס איז דער עיקר פון אַ זאַך: איר חומר

(וכמות)

אָדער איר צורה

(ואיכות),

ובהקדים:

דער טעם פאַרוואָס די הודאה פון אַ מודה במקצת זאָל דאַרפן זיין ממין הטענה איז 31 ,

ווייל אויב די הודאה איז ניט ממין הטענה קומט אויס,

אַז ער איז ניט קיין מודה במקצת הטענה 32

: אויף דער טענה פון חטין איז ער ניט קיין „מודה במקצת" נאָר אַ „ כופר הכל "; און אויף זיין הודאה בשעורין — איז איבערהויפּט ניטאָ קיין טענה פון תובע

(און במילא איז ניט שייך

(מודה ב)

מקצת הטענה).

אָבער די סברא ווענדט זיך,

וואָס מ'נעמט אָן אַלס עיקר אין אַ „טענה" — ווייל אין אַ טענה ותביעת ממון זיינען פאַראַן צוויי ענינים: די תביעה בפועל דריקט זיך אויס אין אַ דבר מסוים — חטים,

שעורים וכיו"ב — וואָס דאָס איז דער „חומר"

(כמות)

פון דער תביעה; און דער תוכן

(„צורה")

פון דער תביעה איז — ממון וואָס ער מאָנט ביים חבר

(וואָס דאָס איז גלייך ביי אַלע תביעות: חטים שעורים וכו').

און דאָס איז די פלוגתא צווישן די חכמים מיט ר"ג ולשיטתייהו אזלי: די

חכמים,

לשיטתם,

האַלטן אַז דער עיקר אין יעדער זאַך איז דער חומר וכמות הדבר.

ועד"ז בנדו"ד,

איז דער עיקר דער „חומר" הטענה; ובמילא קומט אויס,

אַז אין אַ פאַל פון „טענו חטין והודה לו בשעורים" איז ניטאָ קיין מודה במקצת הטענה; משא"כ ר"ג האַלט אַז מען רעכנט זיך מיט איכות הטענה,

וואָס זי איז די זעלבע סיי ביי חטים און סיי ביי שעורים — און דעריבער איז עס אַ הודאה במקצת,

אפילו ווען דאָס איז ניט „ממין הטענה"

(מצד דעם „חומר" הטענה).

ו.

און דער חידוש אין דער פלוגתא לגבי די פריערדיקע צוויי פלוגתות איז:

בית המדרש

(תורה)

און תפלה זיינען אַ חפצא של מצוה,

וואָלט מען געקענט זאָגן,

אַז דאָס וואָס ר"ג רעכנט זיך ביי זיי מיט איכות הדבר איז מהאי טעמא גופא: היות דאָס איז אַ חפצא של מצוה ודבר שבקדושה,

איז חשוב ומכריע דער תוכן ואיכות פון דער זאַך;

משא"כ דברי הרשות האָבן ניט קיין

(תורה)

חשיבות

[ ע"ד ווי רש"י 33

זאָגט בנוגע צו סעודת חול — „סעודת חול לא חשיבא ולא שייכא בה הזמנה",

וואָרום זייענדיק אַ סעודת רשות — ניט קיין תורה מציאות,

האָט עס ניט קיין חשיבות אַז מען זאָל אויף דעם דאַרפן אַ הכנה],

און דעריבער,

ווען עס וואָלט ניט געשטאַנען בפירוש שיטת ר"ג בנוגע צו טענו חטים והודה לו בשעורים,

וואָלט מען ניט געקענט אָפּלערנען שיטתו פון תורה ותפלה,

[ועד"ז לאידך גיסא: ווען עס וואָלט געשטאַנען די פלוגתא פון די חכמים

מיט ר"ג בלויז בנוגע צו הודאה ממין הטענה — וואָלט מען ניט געוואוסט שיטת חכמים בנוגע צו תורה ותפלה].

ז.

כשם ווי מען געפינט שיטות ר"ג וחכמים בנוגע די צוויי „עמודים" 34

פון תורה און תפלה — עד"ז געפינט מען אויך ביי דעם דריטן „עמוד" 34

פון צדקה

(גמילות חסדים).

אין גמרא 35

איז פאַראַן אַ פלוגתא בפירוש הפסוק 36

„וחסד לאומים חטאת": ר' אליעזר זאָגט „וחסד לאומים חטאת,

כל צדקה וחסד שאומות

(עכו"ם)

עושין חטא הוא להן שאינם עושין אלא להתגדל בו"; ר' יהושע זאָגט „כל צדקה כו' חטא הוא להן שאין עושין אלא כדי שתמשך מלכותן"; און ר"ג זאָגט „כל צדקה וחסד כו' חטא הוא להן שאין עושין אלא להתייהר בו".

איז מסביר דער מהרש"א 37

דעם חילוק דאָ צווישן „להתגדל בו" און „להתייהר בו": „להתגדל בו" מיינט

(ניט אַ „לשון גדולה וחשיבות" — ווייל דאָס איז

(אויך)

„להתייהר" — נאָר דאָס מיינט)

„גדולה בשנים שיאריכו ימים".

ד.

ה.

אַז דער חילוק צווישן די ערשטע צוויי דרשות

(פון ר"א און ר"י)

און דרשת ר"ג איז: לויט זיי באַשטייט די „חטאת" פון די אומות אין דעם וואָס זייער טאָן צדקה וחסד איז נאָר צוליב שכר ; משא"כ לויט ר"ג איז זייער חטא דערין וואָס זייער חסד וצדקה

(איז צוליב,

ובמילא — )

ברענגט זיי צו דער מדה וחטא פון גאוה — „להתייהר".

וואָס איז די סברת הפלוגתא?

קען מען זאָגן,

אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דער שאלה — וואָס איז קובע: חומר אָדער צורה.

ח.

די הסברה בזה:

זאָגן,

אַז די צדקה וחסד וואָס אומות העולם טוען איז

(ניט בלויז קיין מצוה ניט,

נאָר ס'איז פאַרקערט)

אַן ענין פון חטאת — איז עס ווייל עס איז געטאָן באופן אַז עס איז דאָ אַ חסרון אין זייער חסד וצדקה,

וואָס דערפאַר איז דאָס אַן ענין פון „חטאת".

אין דער מצוה פון צדקה זיינען דאָ צוויי חלקים: א)

די מעשה הנתינה לעני — צושטעלן דעם עני זיינע צרכים.

ב)

די „איכות" פון דער נתינה — בסבר פנים יפות,

אַרויסווייזן בשעת הנתינה צום עני זיין מיטגעפיל,

דער

(בלשון חז"ל 38 )

„והמפייסו בדברים".

און דאָס איז אַן עיקר בצדקה,

און ווי דער רמב"ם 39

פסק'נט: „כל הנותן צדקה לעני בסבר פנים רעות כו' אפילו נתן לו אלף זהובים אבד זכותו והפסידה ".

און אין דעם באַשטייט די פלוגתא צווישן ר"ג מיט די פריערדיקע צוויי מ"ד:

ר"א און ר"י האַלטן אַז דער עיקר פון צדקה איז — דער „חומר" וכמות,

די פעולת הנתינה לעני.

און דערפאַר איז

(לויט זיי)

וויבאַלד די אומות העולם טוען צדקה וחסד לשם שכר איז עס אַ „חטאת": וויבאַלד אַז כל מטרתם דערביי איז צוליב שכר פאַר זיך

(ועד כדי כך — אַז אויב זיי וועלן ניט באַקומען דעם

שכר זיינען זיי זיך מתחרט 40

על הצדקה)

— קומט אויס אַז ס'איז דאָ אַ חסרון אין דער מעשה הנתינה,

עס איז אָפּגעמאָסטן לויט זייער רצון בהשכר וגודל השכר — ניט לויט צרכי העני : זיי זיינען ניט פאַרנומען מיט געבן דעם עני זיינע צרכים,

נאָר מיט באַזאָרגן זיך מיט אריכות

(שימשכו ה)

ימים אָדער „שתימשך מלכותן".

משא"כ ר"ג האַלט,

אַז דער עיקר פון יעדער זאַך איז זיין צורה ואיכות; ועד"ז ביי צדקה,

אַז דער עיקר פון צדקה איז דער „והמפייסו".

ובהתאם לזה באַשטייט דער „חטאת" אין זייער צדקה וחסד

(ניט אין זייער טאָן לשם שכר

[ווייל דאָס רירט ניט אָן לשיטתו דעם עיקר אין צדקה],

נאָר)

אין דעם וואָס זיי טוען עס „להתייהר" — חשיבות וגדלות הנותן,

וואָס דאָס איז אַ חסרון אין דער איכות הצדקה: דער עיקר פון צדקה איז דער סבר פנים יפות,

מיטפילן און מפייס זיין דעם עני,

וואָס דאָס איז שייך נאָר ווען דער נותן האַלט זיך ניט העכער פון דעם עני — און דאָ איז די נתינת הצדקה והחסד אין אַן אופן הפכי פון „והמפייסו": „להתייהר",

גאוה וגסות הרוח!

ט.

און אויך בנוגע צדקה איז דאָ אַ „צריכותא" צו לאָזן הערן דעת ר"ג — אַז איכות וצורה איז מכריע — ווייל עס איז דאָ אַ חידוש אין זיין שיטה בנוגע צו צדקה לגבי דער זעלבער שיטה ביי אַנדערע דברי קדושה: תפלה און „בית המדרש"

(תורה)

:

ענינן ועיקרן פון תורה ותפלה איז

(ניט אַזוי דער „חומר" 41 ,

נאָר)

די „איכות" וצורה שלהן: דער עיקר ענין פון תורה 42

איז 43

— די הבנת הענין הנלמד 44

(און אַזוי אויך — אַז דאָס איז אַ לימוד עמוק המביא לידי מעשה,

וואָס דאָס איז אַן ענין עיקרי אין תורה 45 )

; ועד"ז ביי תפלה,

איז עיקרה — „עבודה שבלב " 46 ,

כוונת דע לפני מי אתה עומד 47

וכו'.

משא"כ ביי צדקה איז עס להיפך: עיקר ענין הצדקה איז למלאות צרכי העני ,

אַז ער זאָל באַקומען זיינע צרכים — און דערפאַר קען מען אָננעמען אַז ס'איז ניט נוגע די כוונה פונעם נותן,

נאָר די קבלת העני.

און ווי עס שטייט אין ספרי 48 ,

אַז ווען איינער איז „מאבד סלע מתוך ידו ומצאה עני והלך ונתפרנס בה מעלה עליו הכתוב כאילו זכה".

איז אויב עס וואָלט געשטאַנען שיטת ר"ג נאָר ביי תפלה ותורה,

וואָלט מען געקענט זאָגן,

אַז ביי צדקה איז ער מודה אַז דער עיקר איז כמות; דאַרף דערי־

בער שטיין בפירוש זיין שיטה ביי צדקה,

להשמיענו,

אַז אויך דאָ האַלט ר"ג אַז מען גייט בתר איכות.

ולאידך גיסא,

ועוד ענין: פון שיטת ר"ג בנוגע צו צדקה וואָלט מען ניט געקענט אַרויסלערנען ווי זיין שיטה איז בנוגע תפלה ובית המדרש.

ווייל ביי צדקה איז בלויז נוגע וועלכער פון די צוויי איז קובע — חומר

(וכמות)

אָדער צורה

(ואיכות)

— באופן אַז הכרעת האיכות מינערט ניט די כמות;

משא"כ ביי תפלה ובית המדרש זיינען זיי בניגוד: דורך הכרעת האיכות ווערט נתמעט די כמות: ביי בית המדרש — אַ כמות מועטה פון תלמידים

(נאָר — שתוכם כברם),

אַנשטאָט אַ בית המדרש מיט ריבוי ספסלים;

און נאָך מער ביי תפלה — וואָס דער גאַנצער תוכן ה„איכות" פון אַ ש"ץ באַשטייט אין מיעוט הכמות ,

אַז ס'איז ניטאָ קיין ריבוי

(כמות)

תפלות,

נאָר בלויז איין תפלה פאַר דעם גאַנצן ציבור.

און דעריבער וואָלט מען פון זיין שיטה ביי צדקה ניט אָפּגעלערנט אַז אויך ביי זיי גייט ער בתר איכות.

ומהנ"ל איז פאַרשטאַנדיק אויך דער „וצריכא" בנוגע צו די חכמים.

יו"ד.

ויש לומר,

אַז דער חידוש אין שיטת ר"ג

(וואָס מען לערנט אָפּ פון תפלת הש"ץ)

— אַז אויך אַן איכות וואָס איז ממעט הכמות איז מכריע — איז פאַרבונדן מיט ענינו של ר' גמליאל — אַלס נשיא :

די נקודה עיקרית פון אַ נשיא איז,

וואָס אַ נשיא איז דוקא איינער 49 .

ע"ד ווי

אַ מלך,

וואָס עס קען זיין אַ משנה למלך,

פלג קיסר 50 ,

אָבער אַ מלך קען זיין נאָר איינער

[די מציאות פון צוויי מלכים קען זיין נאָר ווען זייער מלוכה איז בשני מקומות 51 ,

ע"ד מלכי יהודה ומלכי ישראל].

דער טעם הדבר איז — ווייל אַ נשיא

(ומלך)

איז אַן ענין של איכות ,

וכידוע 52

אַז אַ נשיא ומלך איז די נקודת המציאות פון דעם גאַנצן עם,

וואָס דערפאַר איז דער ענין פון אַ נשיא ומלך ניט פאַרבונדן מיט ריבוי הכמות — נאָר להיפך: ער איז איינער,

דער מועט ביותר אין כמות 53

— נאָר זיין מעלה איז דוקא אין גודל האיכות

(און דערפאַר איז ער דער וואָס איז מאחד את כל העם ומנהיגו).

און דערפאַר איז זיין שיטה בנוגע לתפלה,

אַז איכות איז

(ניט נאָר דער עיקר,

נאָר עס איז)

נוגע עד כ"כ — אַז עס איז מכריע אפילו ווען דאָס איז ממעט בתכלית די כמות.

און דאָס איז אויך דער חילוק השיטות צווישן ר"ג מיט די חכמים,

וואָס זיי

זיינען געווען בלויז חברי סנהדרין,

וואָס דער ענין פון

(חברי)

סנהדרין איז — ריבוי הכמות.

וואָרום סנהדרין מוז האָבן דעם ריבוי פון ע"א ,

און אַז עס פעלט אפילו איינער פון זיי והקטן שבהם איז דאָס ניט קיין סנהדרין 54 .

און דערפאַר איז זייער פלוגתא כללית,

כנ"ל — צי ריבוי הכמות איז מכריע איכות,

אָדער להיפך,

און ווי דאָס איז מודגש בפלוגתתם בנוגע לענין התפלה: די חכמים האַלטן אַז „

(תפלת)

הצבור עיקר" —

(בדוגמת חברי הסנהדרין וואָס האָט געמוזט זיין ע"א סנהדרין)

;

משא"כ ר"ג האַלט אַז „

(תפלת)

הש"ץ עיקר",

וויבאַלד אַז דער ש"ץ איז די נקודת האיכות פון דעם גאַנצן צבור — בדוגמת הנשיא 55 ,

וואָס ער איז די נקודת האיכות פון דעם גאַנצן עם.

(משיחות ו' תשרי ויום שמח"ת תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.