B"H
🏡

Ikar

ראה א

א.

וועגן דעם חיוב אַז מ’זאָל ברענגען און מקריב זיין קרבנות בלויז אין ביהמ”ק דוקא,

און דעם איסור ההקרבה מחוץ למקדש - וואָס רעדט זיך בפרשתנו 1

- ווערן אויסגערעכנט אין משנה 2

(ועד”ז אין ספרי 3 )

די שלבים שבזה: „משהוקם המשכן נאסרו הבמות ..

באו לגלגל הותרו הבמות ..

באו לשילה נאסרו הבמות ולא הי’ שם תקרה אלא בית אבנים ..

והיא היתה מנוחה.

באו לנוב וגבעון הותרו הבמות ..

באו לירושלים נאסרו הבמות ולא הי’ להן

[עוד]

היתר והיא היתה נחלה”.

ווי ס’איז מובן מלשון המשנה,

איז דער ענין פון „באו לשילה נאסרו הבמות” פאַרבונדן דערמיט וואָס דאָרטן איז געווען אַ „ בית אבנים ..

והיא היתה מנוחה” 4

(משא”כ בגלגל לפני זה וואָס דעמולט האָט מען אויפגעשטעלט דעם אוהל מועד 5 ),

און ווי דער לשון הרמב”ם 6

„נקרא שילה בית” 7 .

דאַרף מען פאַרשטיין: עס שטייט מפורש אין פסוק 8

„כי לא ישבתי בבית למיום העלותי את בנ”י ממצרים ועד היום הזה ואהי’ מתהלך באוהל ובמשכן”,

ד.

ה.

אַז אויך דער משכן שילה ווערט ניט גערעכנט ווי אַ „בית” נאָר בלויז אַלס „ אוהל ”

(אָדער משכן) 9 ?

בפשטות קען מען זאָגן,

אַז עס ווענדט זיך לגבי וואָס מ’רעדט: לגבי דעם אהל מועד - דעם משכן - ווערט שילה גערעכנט אַלס בית ; משא”כ לגבי דעם ביהמ”ק שבירושלים איז עס בלויז אַן אוהל 10 .

אָבער פון דעם וואָס מ’פאַרבינדט דאָס מיט אַ דין מסוים - איסור הבמות - איז משמע 11 ,

אַז אויך אין משכן שילה איז פאַראַן אַ גדר פון בית ,

וואָס דערפאַר „היא היתה מנוחה”.

ב.

וי”ל הביאור בזה:

מ’געפינט אין תורה דעמזעלבן לשון ביי שילה און דעם ביהמ”ק שבירושלים: אויף „המקום אשר יבחר ה’”

שטייט אין ספרי 12

„זו שילה ובית עולמים”.

וואָס דאָס געפינט מען ניט בנוגע דעם משכן פריער

(און אויך ניט בנוגע דעם „מקדש” 13

שבנוב וגבעון 14 ).

און ס’איז מובן בפשטות דער חילוק שביניהם: ווען דער משכן איז געשטאַנען במדבר,

כאָטש אויך דעמולט איז „נאסרו הבמות”,

מ’האָט געדאַרפט מקריב זיין די קרבנות נאָר אין משכן -איז דאָס אָבער ניט געווען דער „ מקום אשר יבחר ה’ ”,

וואָרום ער איז דאָך ניט געשטאַנען אויף איין אָרט,

נאָר געגאַנגען ממסע למסע 15 .

ופשיטא אַז מ’קען דאָס ניט זאָגן בנוגע די י”ד שנים שכבשו וחלקו

(ווען דער משכן איז געווען אין גלגל,

ווען ס’איז ניט געווען די מציאות פון מחנות 16 )

;

משא”כ בשילה,

וואָס דאָרטן איז חל

די הגדרה פון „ המקום אשר יבחר ה’”,

ס’איז געווען אַ מקום קבוע אויף שסט שנה 17 .

ובמילא איז בזמן שילה געווען דער איסור צו מקריב זיין אין אַן אַנדער אָרט

(מחוץ למשכן שילה).

און דעריבער האָט מען דאָרט אויפגעשטעלט אַ בית של אבנים* 17

(און ער ווערט אָנגערופן בית) 18 ,

וואָרום דאָס דריקט אויס אַן ענין פון קביעות מקום 19 .

ג.

על פי זה יש לבאר דעם חילוק אין די לימודים בנוגע צו היתר הבמות „כשנכנסו לארץ” ווען „באו לגלגל”,

און היתר הבמות נאָכדעם וואָס חרב שילה,

און „באו לנוב וגבעון”;

ובלשון הרמב”ם 20

: „לפי שמיום שפסקו המחנות ונכנסו לארץ כו’ והוא הזמן שבאו לגלגל נסתלקה מצות ל”ת זו ונשאר מותר שכל מי שרוצה להקריב בבמה מקריב כמו שהי’ קודם המשכן ”: דער היתר ההקרבה איז בדרך ממילא,

וויבאַלד ס’איז ניטאָ קיין מחנות און ס’איז פּונקט ווי פריער,

פאַר הקמת המשכן 21 .

משא”כ דער היתר ההקרבה בבמה נאָך דעם זמן פון משכן שילה,

דאַרף מען דערויף האָבן אַ לימוד מיוחד,

ווי מ’לערנט עס אָפּ 22

פון דעם פסוק 23

„כי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה - אל המנוחה זו שילה נחלה זו ירושלים,

למה חלקן

[הכתוב]

כדי ליתן היתר בין זה לזה”; מ’דאַרף האָבן אַ היתר מיוחד אויף דעם.

און ווי ס’איז משמע פון דעם לשון „ליתן היתר בין זה לזה”,

איז די קס”ד צו אסר’ן במות

(וואָס דער לימוד איז שולל)

איז

[ ניט ווייל דער משכן איז געווען בנוב וגבעון און עס זיינען געווען מחנות,

נאָר]

ווייל מ’וואָלט געמיינט אַז „משבאו לשילה” איז בטל געוואָרן כללות ענין הבמות

(און דערויף איז דער פסוק מחדש און גיט אַ „היתר בין זה לזה” 24 ).

און אַזוי איז אויך מובן פון לשון רש”י בפירושו על הש”ס 25

: „מנה”מ שהי’ היתר לבמות אחר קדושת שילה משחרבה”.

ולכאורה: פאַרוואָס זאָל מען זאָגן אַז „משבאו לשילה” איז אינגאַנצן בטל געוואָרן ענין הבמות?

נאָר דערפון איז מוכח,

אַז אין שילה האָט זיך אויפגעטאָן אַן ענין פון קביעות מקום

(וואָס איז פריער ניט געווען)

-„המקום אשר יבחר ה’” 26 ,

האָט דאָס

מבטל געווען דעם ענין הבמות 27 .

נאָר דערנאָך איז געקומען אַ לימוד מיוחד „ליתן היתר בין זה לזה”.

ד.

עפ”ז דאַרף מען אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז אויך בנוגע לשילה שטייט דער לשון „ המקום אשר יבחר ה’”,

פאַרוואָס ווערט דוקא דער ביהמ”ק שבירושלים אָנגערופן „בית הבחירה”,

און ניט דער משכן שבשילה?

מוז מען זאָגן,

אַז כאָטש אויך שילה ווערט אָנגערופן „מקום אשר יבחר ה’”,

איז אָבער פאַראַן אַ חילוק אין דער בחירה צווישן שילה און ירושלים.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים די חילוקי הלשונות בפרשתנו בנוגע דעם חיוב ההקרבה בבית.

פריער שטייט אין פסוק 28

„לא תעשון כן לה”א

(וואָס דאָס מיינט - כפירוש רש”י: להקטיר לשמים בכל מקום),

כי אם אל המקום אשר יבחר ה”א גו’ לשכנו תדרשו ובאת שמה והבאתם שמה עולותיכם גו’”; דערנאָך שטייט 29

„ועברתם את הירדן גו’ והניח לכם גו’ והי’ המקום אשר יבחר ה”א בו לשכן שמו שם שמה תביאו את כל אשר אנכי מצוה גו’”.

און מען איז מבאר אין ספרי,

און רש”י ברענגט עס בפירושו על התורה 30 ,

אַז דער ערשטער פסוק איז „אמור לענין שילה” און דער צווייטער - „אמור לענין ירושלים” 31 .

זעט מען נאָך אַ חילוק אין די פסוקים: אין דעם ערשטן פסוק איז די

(התחלה)

הדגשה אויפן מענטשן,

דעם גברא,

„ והבאתם שמה עולותיכם גו’”,

משא”כ אין צווייטן פסוק איז די

(התחלה)

הדגשה אויף דעם מקום „ שמה תביאו את כל אשר אנכי מצוה אתכם גו’”.

וי”ל אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ חילוק כללי צווישן די פסוקים:

אין די ערשטע פסוקים הויבט אָן די תורה מיטן איסור „לא תעשון כן לה’ אלקיכם” - „להקטיר לשמים בכל מקום”,

און ווי אַ המשך

(און תוצאה)

פון דעם איסור קומט דער חיוב: „כי אם אל המקום גו’” 32 ,

דאָס מיינט,

אַז אין דעם ענין הבחירה במקום מיוחד זה איז מודגש אַז דערמיט ווערט באַוואָרנט דער איסור פון מקריב זיין קרבנות „בכל מקום” - נאָר בלויז אין איין אָרט וואָס וועט זיין אויסגעטיילט ע”י בחירתו ית’;

משא”כ אין דעם צווייטן פסוק איז די התחלה מיטן חיוב - „והי’ המקום אשר יבחר ה”א בו לשכן שמו שם שמה תביאו גו’”,

וואָס דאָס הייסט,

אדרבה,

אַז דער „שמה תביאו” איז אַ תוצאה דערפון וואָס דאָס איז דער „מקום אשר יבחר ה”א בו”.

ה.

דערפון איז מובן,

אַז אין הכי נמי,

אויך ביי שילה איז געווען דער ענין הבחירה; אָבער אין דעם תוכן הבחירה איז אַ חילוק עיקרי צווישן שילה און ירושלים:

ביי שילה איז געווען די בחירה אין דעם מקום,

נאָר בלויז ווי אַ תוצאה פון

דעם איסור „להקטיר לשמים בכל מקום”,

וואָס דערפאַר האָט געמוזט זיין אַ מקום מיוחד להקרבה,

ד.

ה.

אַ בחירה

(במקום)

מצד אַ טעם וסיבה;

משא”כ אין ירושלים איז דאָס דער אָרט וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען

(ניט מצד אַ טעם 33 ,

נאָר)

אַז דאָס זאָל זיין מקום השראת שכינתו ית’ - ובמילא איז דאָס אויך דער מקום וואו עס דאַרף זיין הקרבת הקרבנות

(„שמה תביאו”) 34 .

בסגנון אחר: די בחירה אין שילה איז געווען צוליב אידן 35 ,

אַז זיי זאָלן האָבן אַ

מקום מיוחד להקרבה

(און ניט - בכל מקום,

ווי עס איז געווען פריער,

היתר הבמות)

; משא”כ די בחירה אין ירושלים איז געווען מצד דעם אויבערשטן כביכול,

אַז הוא ית’ האָט כביכול בוחר געווען אַן אָרט לשכינתו - „זאת מנוחתי עדי עד” 36 .

ו.

מצד דעם אונטערשייד אין דעם אופן הבחירה צווישן שילה וירושלים -איז אויך פאַראַן אַ חילוק בשייכות דעם ענין הנבחר :

וויבאַלד אַז די בחירה בשילה איז כדי עס זאָל זיין אַן אָרט מיוחד להקרבה,

ווערט עס באַוואָרנט,

עס איז גענוג ווען די בחירה איז אין דעם מקום

(הבית אָבער ניט אין דעם בית שנבנה עליו)

;

משא”כ בירושלים,

איז דאָס אַ בחירה מצ”ע

(אָן אַ טעם המגביל)

אין דעם ענין,

איז דאָס כולל סיי דעם מקום

(הבית),

סיי דעם בית.

ואדרבא וויבאַלד אַז דאָס איז אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער,

די שכינה האָט בוחר געווען למנוחתו „עדי עד”,

איז מובן,

אַז די מנוחה בפועל ווערט דורך דעם בית,

דער בית גופא איז אַ „ בית הבחירה” 37 .

וואָס דאָס איז אויך מודגש אין די שינויי הלשונות אין די פסוקים הנ”ל:

בנוגע צו שילה זאָגט דער פסוק „המקום אשר יבחר ה”א גו’ לשום את שמו שם ”,

אָבער בשייכות צו ירושלים איז דער לשון הכתוב „אשר יבחר ה”א בו לשכן שמו שם” 38

: ביי שילה איז די בחירה ניט „ בו ”

(אין דעם מקום* 38 )

נאָר אין „ לשום את שמו” 39 ,

משא”כ ביי ירושלים,

איז דער „יבחר ה”א” -„ בו ” 39 ,

אין דעם מקום 39 .

ז.

עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב”ם רופט די הלכות - „הלכות בית הבחירה ” -

[כאָטש אַז אין דער התחלה - כותרת פון הלכות בית הבחירה,

וואו עס ווערן אויסגערעכנט די מצוות וועלכע זיינען אין די הלכות 40 ,

זאָגט דער רמב”ם אַז די ערשטע מצוה איז „לבנות בית המקדש ”

(און ניט „בית הבחירה ”).

ועד”ז אין די הלכות גופא,

גלייך אין דער ערשטער הלכה,

ברענגט ער דעם פסוק 41

„ועשו לי מקדש ”

(און ניט דעם פסוק 42

וואו עס

שטייט דער לשון פון „בחירה” 43 )

; נאָך מער: די ווייטערדיקע הלכות בשייכות צום ביהמ”ק רופט ער טאַקע אָן מיטן נאָמען „מקדש” - „כלי המקדש”,

„ביאת מקדש”]

דערמיט איז מודגש אַז דער עיקר חידוש אין דעם ביהמ”ק בירושלים „בית עולמים”,

איז בחירת הקב”ה 44 .

וואָס דאָס דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואָס

(אויך)

דער בית איז אַ „ בית הבחירה ” 45 .

ח.

ע”פ כל הנ”ל קען מען אויך מבאר זיין דעם לשון הרמב”ם 46

„כיון שנבנה המקדש בירושלים נאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן בית 47

לה’ כו’” - דלכאורה:

וויבאַלד אַז דער עיקר אויפטו אינעם בית עולמים איז דער ענין הבחירה,

האָט דער רמב”ם געדאַרפט זאָגן „כיון שנבחר בית עולמים”?

נאָכמער: אין מכילתא 48

שטייט טאַקע אַזוי דער לשון „עד שלא נבחרה ירושלים כו’ עד שלא נבחר בית עולמים כו’” - און דער רמב”ם איז משנה פון לשון המכילתא און זאָגט „כיון שנבנה המקדש”?

וע”פ הנ”ל י”ל,

אַז ס’זיינען דאָ צוויי פרטים אין דער בחירה במקדש שבירושלים,

יעדערער אין זיין זמן:

די בחירה במקום המקדש,

שבהר המורי’,

וואָס דאָס איז געווען 49

מימי האבות 50

[וואָס דערפאַר איז דאָס געווען דער „מקום שבנה בו אברהם המזבח ועקד

עליו יצחק והוא המקום שבנה בו נח כו’”,

ווי דער רמב”ם איז מבאר אין פ”ב 51 ]

;

און די בחירה אין דעם בית גופא,

וואָס דאָס האָט זיך אויפגעטאָן ווען „ נבנה המקדש בירושלים”

(און דעמולט איז אויך נתוסף געוואָרן די שלימות הבחירה אויך פון דעם מקום),

וואָס דערפאַר איז דוקא דאַן „נאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן בית לה’”.

דערמיט איז אויך מבואר פאַרוואָס דער רמב”ם ברענגט אויף דעם ראיות פון די פסוקים 52

- „ויאמר 53

דוד זה הוא בית ה’ האלקים וזה מזבח לעולה לישראל”,

וואָס דאָס ברענגט אַרויס ווי די בחירה איז

(ניט נאָר אין מקום המקדש נאָר אויך)

אין דעם בית גופא; „ואומר זאת מנוחתי עדי עד”,

וואָס אין דעם צווייטן פסוק איז מוסבר דער טעם אויף דעם וואָס די בחירה איז

(אויך)

אין בית - היות אַז דער אויבערשטער האָט בוחר געווען דעם אָרט

(ניט צוליב אַ טעם ותפקיד מיוחד מקום להקרבה,

נאָר)

אַלס „ זאת מנוחתי עדי עד” - איז במילא די בחירה אין דעם בית גופא 54 .

ט.

עפ”ז איז אויך מובן דער חילוק הנ”ל

(ס”ד)

וואָס בנוגע צו שילה שטייט „ והבאתם

(שמה)

”,

די תורה הויבט אָן

מיטן חיוב ההבאה של האדם

(און דאָס בריינגט אַז עס איז דאָ אַ „שמה”),

און באַ ירושלים איז די התחלה „ שמה

(תביאו)

(ובמילא דאַרף אַהין זיין דער „תביאו”)

:

דער חיוב צו מקריב זיין קרבנות בשילה דוקא

(בזמן משכן שילה)

איז „חיוב גברא”: אַזוי ווי אידן זיינען מצווה להקריב קרבנות און דערנאָך איז צוגעקומען אין דעם חיוב אַז עס זאָל זיין אין אַ מקום מיוחד - האָט דער אויבערשטער פאַר זיי אויסגעקליבן

(משכן)

שילה אַלס דעם מקום ההקרבה 55 .

(און בדוקא - עס ווערט חל אויף זיי אַ איסור צו מקריב זיין מחוץ לשילה 56 )

;

משא”כ בירושלים,

וואָס דער ענין הבחירה איז מצ”ע און אין אַ חפצא אינעם בית - „בית הבחירה”,

איז י”ל אַז די מצות ההקרבה דאָרטן -„להקריב כל הקרבנות בבית הבחירה” 57

- איז אויך מצד דעם „חפצא” פון קרבן.

ועפ”ז יומתק דער לשון הרמב”ם אין ספר היד 58 ,

ביי דער מצות ההקרבה בבית הבחירה,

וואו ער הויבט אָן די הלכות ניט מיט דעם חיוב האדם „מצות עשה להקריב כל הקרבנות בבית הבחירה”,

נאָר מיט די קרבנות: „כל הקרבנות כולם כו’ מצות עשה להקריבן בבית הבחירה”,

וואָס דערפון איז

משמע,

אַז דער חיוב צו מקריב זיין די קרבנות דוקא דאָרט איז

(ניט נאָר אַ תנאי אין אופן ההקרבה מצד דעם מקריב - גברא,

נאָר)

אויך 59

מצד די קרבנות,

חפצא.

ויש לומר אַז דאָס איז מצד דעם טעם הנ”ל: וויבאַלד אַז עס איז דאָ אַ בית הבחירה,

אַ מקום השכינה,

ברענגט עס אויך אַ חיוב אויף דער חפצא פון די קרבנות,

אַז מ’דאַרף זיי מקריב זיין אין דעם בית.

(משיחות ש”פ מטו”מ וש”פ ראה תש”מ;

ש”פ דברים תשמ”ב)

Reader controls and commentary are loading.