B"H
🏡

Ikar

עקב ב

א.

אויפן פסוק 1

„כי ה׳ אלקיכם הוא אלקי האלקים גו׳ אשר לא ישא פנים ולא יקח שוחד" — זאָגט רש"י: „לא ישא פנים — אם תפרקו עולו"; „ולא יקח שוחד — לפייסו בממון".

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז רש"י מחדש מיט זאָגן אַז „לא ישא פנים" איז „אם תפרקו עולו" — ווען דען זאָל דער אויבערשטער ניט נושא פנים זיין — בשעת מ׳איז מקיים תומ"צ?

ומאי קמ"ל!

זאָגן מפרשים 2

אַז רש"י קומט באַוואָרענען דאָס וואָס דאָ שטייט „ לא ישא פנים" און פריער

(אין ברכת כהנים)

שטייט 3

„ ישא ה׳ פניו אליך" 4

; איז רש"י מפרש,

אַז דאָ איז אַנדערש,

ווייל עס רעדט זיך „אם תפרקו עולו".

עס איז אָבער אַלץ ניט מובן — מאי קמ"ל,

עס איז,

לכאורה,

מובן מעצמו,

אַז „לא ישא פנים" איז „אם תפרקו עולו"; ובפרט נאָך דער אריכות בזה פריער אין פרשת בחוקותי.

ועוד: „ישא ה׳ פניו אליך" — טייטשט רש"י „יכבוש כעסו",

קומט אויס,

אַז דאָרט רעדט זיך אין אַ פאַל אַז ס׳איז דאָ „כעסו" ובמילא די סיבה אויף „כעסו",

הנהגה היפך רצון השם,

און פונדעסט־

וועגן איז „ישא ה׳ פניו" — בלייבט דאָך ווידער די סתירה האמורה?

ב.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין אין דעם צווייטן פירוש פון רש"י: „ולא יקח שוחד" — „לפייסו בממון".

בשלמא דאָס וואָס רש"י גיט צו דעם וואָרט „לפייסו" — הגם אַז אין פסוק רעדט זיך וועגן „שוחד" — איז,

ווי דער רא"ם איז מבאר ומובן בפשטות,

אַז שוחד בכל מקום

(באַ אַ דיין בו"ד)

קען מיינען „לזכות את החייב"

( עיוות הדין)

אָדער „ לוותר לו ענשו",

„והש׳ ית׳ לא יפול בו לזכות את החייב,

רק לוותר העונש",

דעריבער איז רש"י מדגיש אַז דער פסוק רעדט וועגן אַזאַ שוחד וואָס תוכנו איז „לפייס",

ד.

ה.

וויתור העונש

(און ניט — „לזכות את החייב",

וואָרום דאָס דאַרף מען ניט שולל זיין).

עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק דער „בממון" אין פרש"י,

וכקושיית הרא"ם: „לא ידעתי מה ממון נופל אצל הקב"ה.

ולמה לא פירש ולא יקח שוחד המצוה בעבור העבירה"?

אויך: פאַרוואָס איז רש"י מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער „ולא יקח"?

זיין פירוש דאָ איז נאָר בנוגע דעם וואָרט „שוחד" —

(א)

אַז דאָס איז „פיוס",

און

(ב)

אַז דער פיוס באַשטייט דורך „ממון".

ג.

אויף דער קשיא האמורה פון רא"ם געפינט מען אין מפרשים 5

כמה תירוצים:

א)

מיט „ממון" דאָ ווערט געמיינט דאָס ברענגען אַ קרבן צום אויבערשטן,

און דער פסוק לאָזט אונז דערמיט הערן,

אַז „זבח רשעים תועבה" 6

— כל זמן ער האָט ניט תשובה געטאָן ווערט זיין קרבן ניט אָנגענומען.

ב)

דער ענין פון „לפייסו בממון" מיינט,

כלשון הכתוב פריער „ויקחו לי תרומה" 7 ,

יעדער ממון וואָס מ׳איז מקדיש לי לשמי,

לצרכי המשכן,

המקדש וכיו"ב — און דער פסוק זאָגט אַז מיט נתינת ממון לגבוה קען מען ניט אַראָפּנעמען דעם עונש פון אַן עבירה

(סיידן דורך תשובה טאָן).

ג)

„ממון" מיינט יעדער מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט נתינת ממון,

אַזוי ווי צדקה וכיו"ב

(וכנ"ל,

אַז דאָס איז ניט מספיק).

אָבער: די תירוצים פאַרענטפערן נאָר דעם חלק הטפל פון קושיית הרא"ם,

ווי קען זיין אַ מציאות פון קבלת ממון ביים אויבערשטן,

אָבער דער עיקר שאלה בלייבט במקומה:

וויבאַלד דער טעם וואָס

(עס קען זיין אַ קס"ד אַז)

דער ממון קען האָבן אַ פעולה פון „שוחד" כביכול ביים אויבערשטן איז ניט ווי ממון ביי אַ בו"ד

(וואָס דער דיין האָט אַ תועלת פון דעם ממון גופא),

נאָר ווייל דערמיט ווערט געטאָן אַ מצוה ,

געבראַכט אַ קרבן או כיו"ב,

איז פאַרוואָס טיילט רש"י אויס

(מצוה)

„בממון" — מאי שנא אַ מצוה דורך נתינת ממון פון אַלע אַנדערע מצות?

ובפרט לויטן פירוש אַז עס רעדט זיך וועגן אַ קרבן

(וועלכער איז „ניחוח" — נחת רוח לפני 8 ,

היפך פון „כעסו"),

האָט רש"י זיכער געדאַרפט זאָגן קלאָר

„לפייסו בקרבן " און ניט מרמז זיין אויף דעם מיטן וואָרט „בממון",

ועוד — לויט דעם פירוש איז בכלל „העיקר חסר מן הספר"

(אַז כאָטש קרבן איז מכפר,

דאָך מוז זיין דערביי אויך תשובה)

;

ועוד: בפשוטו של מקרא — ווי ווערט נרמז

(עכ"פ)

אין „לא יקח שוחד" אַז קרבן איז מכפר נאָר מיט תשובה?

אויך — מען קען ניט זאָגן אַז רש"י זאָגט „בממון" — ווייל „שוחד" בשייכות צו בנ"א מיינט ע"ד הרגיל אַז מ׳איז משחד מיט „ממון" 9

— וואָרום: א)

אויך ביי מענטשן איז פאַראַן „שוחד דברים" 10

וכיו"ב.

ב)

ועיקר: עס בלייבט די שאלה אויפן פסוק — פאַרוואָס זאָגט דער פסוק „שוחד"

(וואָס מיינט „בממון")

און ניט אַן אויסדרוק וואָס מיינט „במצות" וכיו"ב?

ד.

דער ביאור בזה:

די כוונה אין פירוש רש"י דאָ איז מדויק בלשונו — „אם תפרקו עולו "

(ניט איינע פון די לשונות פון פ׳ בחוקותי וכיו"ב)

:

דאָ רעדט זיך ניט וועגן סתם ניט מקיים זיין מצות,

טאָן עבירות ר"ל

אין אַזאַ פאַל בעט מען ביים אויבערשטן און כהנים בענטשן אַז „ישא ה׳ פניו אליך",

ער וועט כובש זיין כעסו און ניט מעניש זיין —

נאָר דאָ רעדט זיך וועגן פריקת עול — וועגן אַזאַ וואָס וואַרפט אַראָפּ דעם גאַנצן יאָך פון אויבערשטן ר"ל,

ער

ווערט אויס עבד ה׳ ואדרבא 11

ער פילט זיך פריי צו טאָן וואָס ער וויל,

ער זאָגט „בשרירות לבי אלך" 12

— אויף דעם זאָגט דער פסוק „ לא ישא פנים": דער אויבערשטער פירט זיך מיט אים בדקדוק,

איז ניט מוותר.

און דער הכרח אויף דעם פירוש איז פון כללות תוכן הפרשה:

די פרשה הויבט זיך אָן 13

מיט „ועתה ישראל מה ה"א שואל מעמך כי אם ליראה גו׳".

איז רש"י מפרש: „אע"פ שעשיתם כל זאת עודנו רחמיו וחיבתו עליכם,

ומכל מה שחטאתם לפניו אינו שואל מכם כי אם ליראה וגו׳".

גלייך בתחלת הפרשה איז מודגש,

אַז דער אויבערשטער איז יע נושא פנים צו אידן,

אע"פ שעשיתם כו׳,

נאָר ער מאָנט בלויז — „ליראה וגו׳".

און דעריבער,

ווען דער פסוק זאָגט בהמשך לזה „לא ישא פנים",

מוז מען זאָגן,

אַז דאָ רעדט זיך וועגן דעם היפך פון דעם ענין — אויב עס איז היפך,

עס קען ניט זיין „ליראה וגו'".

דערפאַר איז רש"י מפרש „לא ישא פנים — אם תפרקו עולו ",

כנ"ל.

ה.

עפ"ז איז מובן פאַרוואָס רש"י קען ניט לערנען,

ווי אַנדערע מפרשים 14 ,

אַז „ולא יקח שוחד" מיינט „שוחד מצות " — ווייל ווי רש"י לערנט דעם פסוק

(אַז דער מדובר איז וועגן אַזאַ וואָס ביי אים פעלט דער „ליראה" —

„תפרקו עולו")

האָט שוין קיין אָרט ניט צו מפרש זיין

(דעם „ולא יקח שוחד")

אַז דער אויבערשטער נעמט ניט אָן קיין „שוחד מצות" פון אַ „פורק עול",

ווייל אַזאַ הוה אמינא איז שוין מופרך פון „לא ישא פנים" וואָס שטייט פריער .

מוז רש"י געפינען אַן ענין ביי וועלכן עס קען זיין אַ קס"ד אַז ער קען אויפטאָן אַן ענין פון פיוס וכפרה אויך ביי אַ פורק עול — און דערפאַר זאָגט רש"י „לפייסו בממון".

פאַרוואָס וואָלט מען געמיינט אַז „ממון" קען מכפר זיין אויף דעם ענין פון „תפרקו עולו" — דאַרף רש"י ניט אויסטייטשן,

ווייל מען האָט שוין דאָס געלערנט פריער : אויף „ולא תקחו כופר" 15

(וואָס שטייט ביי אַ הורג נפש)

זאָגט רש"י „לא יפטר בממון"

(און עד"ז בנוגע שור שהרג אדם שטייט „ונתן פדיון נפשו" 16 )

— וואָס דערפון איז מובן,

אַז דער „שוחד" פון „ממון" האָט אין זיך אַ צווייענדיקע תכונה ופעולה: נוסף לזה וואָס דער מקבל הממון ווערט „משוחד"

(צוליב זיין הנאה ותועלת פון דעם ממון),

דינט דער ממון אויך אַלס „כופר",

אויסלייז און פאַרבייט פון דעם נותן ,

אַז אַנשטאָט ער זאָל אָפּגעבן זיך אַליין

(למיתה וכיו"ב),

גיט ער אַוועק זיין ממון 17

; ביז אַז רש"י 16

ברענגט אַ דיעה בנוגע צו כופר פון שור שהרג אדם — אַז דער „פדיון נפשו" מיינט גאָר „דמי מזיק ".

[און דער טעם דערויף איז מובן — מדה כנגד מדה,

כמש"נ 18

: בדבר אשר זדו עליהם.

און ווי דער אַלטער רבי איז

מבאר בפרטיות אין תניא 19

בנוגע צו מצות הצדקה,

אַז וויבאַלד דורך דעם ממון „הי׳ יכול לקנות חיי נפשו",

במילא „הרי נותן חיי נפשו לה׳".

וע"ד ווי רש"י ברענגט מיט עטלעכע פסוקים ווייטער 20 ,

אויף „היקום אשר ברגליהם" — „זה ממונו של אדם שמעמידו על רגליו"].

און דאָס איז דער פסוק שולל: ביי דעם אויבערשטן איז ניט שייך „לפייסו בממון": אַוודאי מיינט עס ניט צו באַוואָרענען אַז מען קען דעם אויבערשטן ניט „אונטערקויפן" ח"ו מיט ממון; דאָ רעדט זיך נאָר וועגן דעם אויפטו פון דעם ממון פאַר דעם נותן : ער קען מיינען,

אַז כאָטש ער איז אַ פורק עול און איז ניט איבערגעגעבן צום אויבערשטן,

קען ער

(אַנשטאָט זיך אַליין)

געבן זיין ממון,

און דער אויבערשטער וועט עס אָננעמען אַלס „כופר נפשו".

אויף דעם זאָגט דער פסוק: „ולא יקח שוחד".

דער אויבערשטער וועט ניט נעמען כופר,

עפּעס אַנדערש,

נאָר סיידן ער גיט זיך אַליין איבער צום אויבערשטן,

און ערשט דעמולט האָט אַ פעולה ווען ער גיט ממונו צו הקב"ה; בשעת אָבער ער איז אַ „פורק עול" — איז „לא יקח שוחד".

לויט דעם איז אויך מובן דער טעם וואָס דער פסוק איז מדגיש

(און רש"י איז מעתיק)

„לא יקח": וויבאַלד די נתינת ממון איז אַ זאַך וואָס האָט אין זיך פון דעם תוכן פון נתינת עצמו

(חיי נפשו),

קבלת עול; נאָר דער חסרון איז וואָס זייענדיק אַ פורק עול קען די נתינת הממון אים ניט פאַרבייטן — דערפאַר איז דאָ די הדגשה פון פסוק

ניט אינעם שולל זיין די

( נתינת ה)

ממון,

נאָר אין דעם ניט אָנגענומען ווערן אַלס „פיוס" ו„שוחד".

דער פסוק איז מדגיש „ולא יקח שוחד".

ו.

יעדער ענין — ובפרט ענינים פון תומ"צ — איז בהשגחה פרטית.

זעט מען,

אַז אָט דער ענין

(אַז דער אויבערשטער „לא ישא פנים ולא יקח שוחד")

שטייט אויך אין סוף פון דעם פערטן פרק פון מס׳ אבות: „שאין לפניו כו׳ ולא משוא פנים ולא מקח שוחד",

וואָס לויטן סדר פון די „יש נוהגין" 21

צו לערנען פרקי אבות „כל שבתות הקיץ"; קומט אויס

(בכמה שנים)

אַז דער פרק רביעי ווערט געלערנט בשבת פרשת עקב.

און דאָ זעט מען,

אַז דוקא לויט פירוש רש"י בפשוטו של מקרא,

ווערט מוסבר ומתורץ די שאלה: וואָס טוט אויף די משנה אויפן פסוק המפורש בתורה ?

דער חילוק איז מובן ע"פ הנ"ל:

אין תורה שטייט דער פסוק אין דעם ענין

(ומצב)

„ועתה ישראל מה ה"א שואל מעמך גו׳",

וואָס דאָס איז מכריח צו לערנען

(כנ"ל),

אַז דער „ולא יקח שוחד" דאָ קומט אַלס המשך צו כללות הענין פון קבלת עול מלכות שמים; און דערפאַר איז רש"י — וואָס פירושו איז לויט פשוטו של מקרא — מפרש „לא ישא פנים — אם תפרקו עולו,

ולא יקח שוחד — לפייסו בממון".

משא"כ אין

(די משניות פון)

פרקי אבות,

וואָס אַנטהאַלטן „מילי דחסידותא" 22 ,

מוז מען לערנען אַז דאָס וואָס דאָרט ווערט געזאָגט וועגן דעם אויבערשטן „שאין לפניו כו׳ ולא משוא פנים ולא מקח שוחד",

קומט אַרויסברענגען אַן ענין שונה,

בנוגע צו אַ שומר תומ"צ,

נאָר מ׳פאַרלאַנגט פון עם אויך „מילי דחסידותא" —

און ווי דער רמב"ם זאָגט אין פירוש המשניות שלו 23

: „לא יקח שוחד הטובות כמו שיעשה אדם אלף טובות ורעה אחת שלא ימחול הש"י מעבירה ההיא לרוב טובותיו ויחסר לו מאלף טובותיו טובה אחת או יותר אבל יענש על זאת הרעה האחת ויגמלהו על הטובות ההם כולם 24 .

וזהו ענין לא יקח שוחד.

והוא כמו לא ישא פנים שיענש הגדול במעלות על דבר מועט כמו שנענש משה רבינו ע"ה ..

וגמול עשו הרשע על כבוד אב ואם ונבוכדנאצר על כבוד הש"י..

וזהו ענין ולא משוא פנים".

ד.

ה.

אַז דער חשבון פון מצות און עבירות איז ניט אין אַן אופן פון מסחר וחליפין פון מצות און עבירות און עס ווערט אַראָפּגערעכנט דער שכר פון איין מצוה און דערמיט ווערט פאַרגעבן דער עונש פאַר אַן עבירה — נאָר יעדער מצוה און יעדער עבירה האָבן אַ באַזונדערן שכר ועונש פאַר זיך.

וי"ל מהטעמים אויף דעם: דער גדר פון מצות און עבירות באַשטייט ניט

(בלויז)

אין זייער ווירקונג און אויפטו בנוגע דעם אדם המקיים — נאָר דער גדר המצוה איז — קיום רצון העליון,

און דער גדר פון אַן עבירה איז — עובר אויף רצון העליון; ובמילא איז יעדער מצוה אַן ענין לעצמו

(וכן בהפכה).

נאָר אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי ענינים: „ולא משוא פנים ולא מקח שוחד": דער חילוק בפשטות צווישן „משוא פנים" און „מקח שוחד" איז — „משוא פנים" מיינט דער וויתור וואָס קומט מצד מעלת האדם ,

און „מקח שוחד" קומט מצד דער חשיבות פון דעם דבר הניתן ;

וי"ל,

אַז עד"ז איז אויך אין זייער פעולה אויפן דיין: „משוא פנים" טוט אויף,

אַז דעם מענטשנ׳ס מעלה ווערט ניט געמינערט דורך דער עוולה; ער איז ניט קיין חוטא

(מל׳ חסרון)

; און „שוחד" טוט אויף,

אַז זיין מעשה בלתי רצוי ווערט „אויסגעקויפט" און אָפּגעמעקט.

און דאָס איז די משנה מחדש: דעם מענטשנ׳ס פאַרבונד 25

מיט דעם אויבערשטן ווערט ניט „אויסגעגליכן" דורך אַ מצוה כנגד עבירה,

און די עבירה ווערט ניט אָפּגעמעקט דורך אַ מצוה.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין* 25

וואָס דער מדרש 26

זאָגט אַז תשובה איז אַן ענין פון „שוחד"

(„אתה נוטל שוחד מן הרשעים בעוה"ז,

תשובה ומע"ט ותפלה

(ומסיים)

עשו תפלה 27

ותשובה")

— ווייל דער אויפטו פון תשובה,

איז באין ערוך העכער פון מצות,

ובנדו"ד

(ניט נאָר אין דעם וואָס מ׳איז מוותר — דער אדם איז געוואָרן אַ בעל תשובה,

נאָר)

וואָס זי מאַכט אויך איבער דעם מעשה בלתי טוב:

זי מאַכט פון זדונות — שגגות 28

; נאָך

מער — זדונות כזכיות 29

; נאָך מער — זדונות כזכיות ממש 30 .

(משיחת ש"פ עקב תש"מ)

Reader controls and commentary are loading.