א.
די משנה זאָגט בסיום מס׳ תענית 1
: „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב 2
וכיוה"כ שבהן כו׳ ובנות ירושלים
(ויש גורסים 3
: ובנות ישראל)
יוצאות וחולות בכרמים ומה היו אומרות בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה שקר 4
החן והבל היופי אשה יראת ה׳ היא תתהלל 5
ואומר 6
תנו לה מפרי ידי' ויהללו בשערים מעשי׳ וכן הוא אומר 7
צאינה וראינה בנות ציון במלך שלמה בעטרה שעטרה לו אמו ביום חתונתו וביום שמחת לבו ביום חתונתו זה מתן תורה
(יום הכפורים שניתנו בו לוחות האחרונות,
רש"י 8 )
וביום שמחת לבו זה בנין בית המקדש
(שנתחנך ביום הכפורים,
רש"י לרי"ף שם 9 .
רע"ב 10 )
שיבנה במהרה בימינו".
בגמרא 11
(אויף דער משנה)
ברענגט מען אַ ברייתא,
אַז אין די „בנות ירושלים
(ישראל)
" זיינען געווען כמה סוגים
(„משפחות")
: „יפיפיות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם ליופי שאין האשה אלא ליופי,
מיוחסות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם למשפחה לפי שאין האשה אלא לבנים מכוערות שבהם מה היו אומרות קחו מקחכם לשום שמים כו׳".
לויט דער גירסא אין עין יעקב 12
קומט צו אַ פערטער סוג 13
(קודם דעם פאַל פון „מכוערות")
„עשירות שבהן אומרות תנו עיניכם בבעלי ממון".
אויך אין ירושלמי 14
איז ער מפרט סוגים אין „בנות ירושלים",
אָבער מיט אַ שינוי: אַנשטאָט צו רעכענען דריי
(אָדער פיר)
סוגים,
רעכנט ער נאָר צוויי
סוגים — „הכאורות
(כמו כעורות 15 ,
קרבן העדה)
היו אומרות אל תתן עיניך בנוי והנאות היו אומרות תן עיניך במשפחה".
דאַרף מען פאַרשטיין: עס איז ידוע דער כלל 16
אַז ס׳איז ניט שייך קיין פלוגתא אין אַ מציאות.
איז דערפון פאַרשטאַנדיק,
אַז לכולי עלמא זיינען צווישן די בנות ירושלים
(היוצאות ואומרות כו׳)
געווען
(ניט נאָר יפיפיות
(נאות)
און מכוערות,
נאָר)
אויך מיוחסות
(און עשירות)
— איז פאַרוואָס ווערן זיי ניט גערעכנט אין ירושלמי?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין דעם שינוי הלשון: אין בבלי נוצט ער דעם לשון יפיפיות
(יופי) 17 ,
און אין ירושלמי — נאות ?
ב.
אין ירושלמי גופא,
זיינען ניט פאַרשטאַנדיק כמה פרטים ומהם:
א)
דאָס וואָס די כאורות האָבן געזאָגט — „אל תתן עיניך בנוי",
איז דאָך בלויז אַ דיבור של שלילה ,
וואָס מען זאָל ניט קלייבן.
כדי אָבער אַז דער „בחור" זאָל וועלן אויסקלייבן די „כאורה" האָט
זי דאָך לכאורה געדאַרפט ריידן אַ דיבור חיובי וואָס ער זאָל יע קלייבן
(ע"ד ווי די נאות זאָגן „תן עיניך במשפחה")
; און ווי מען זעט טאַקע אַז אין בבלי שטייט אַז זיי האָבן געזאָגט „קחו מקחכם לשום שמים"
(צוליב אירע מעשים טובים 18 )
און דאָ זאָגט זי נאָר „ אל תתן כו׳" — אַ שלילה?
די תמי׳ איז נאָך גרעסער: וואָס פאַר אַן אָרט האָט עס אַז די „כאורות" זאָלן מכריז זיין „אל תתן עיניך בנוי ",
דאָס איז דאָך מדגיש אַז ביי זיי איז ניטאָ קיין נוי 19
!
ב)
וואָס איז דער קשר צווישן „נאות" און „תן עיניך במשפחה ": דער ענין פון „משפחה" איז דאָך אַ מעלה פון יחוס
(ווי עס שטייט טאַקע אין בבלי,
אַז דאָס פלעגן זאָגן די „מיוחסות")
— וואָס פאַר אַ שייכות האָט עס אָבער מיט די „נאות" 19 ?
מפרשים 20
זיינען דאָס מבאר,
אַז וויבאַלד „בנות ישראל
(מצד עצמן)
נאות הן אלא שהעניות מנוולתן 21 ,
הרי היפות מסתמא בנות עשירים הן".
אָבער דער פירוש איז צע"ג: פאַרוואָס דאַרף אַ נאה זאָגן „תן עיניך במשפחה" כדי ברענגען אַ ראי׳ אַז זי איז פון די נאות?
— זי דאַרף גלייך זאָגן „תן עיניך ביופי ".
ג)
אין ירושלמי איז ער מקדים דעם סוג פון „כאורות" פאַר די „נאות",
לכאורה האָט געדאַרפט שטיין כסדר חשיבותן ומעלתן
(ע"ד ווי אין בבלי,
וואָס די אמירה פון די „מכוערות" ווערט גערעכנט לבסוף)?
ג.
נאָכן אויסרעכענען די צוויי סוגים הנ"ל,
איז דער ירושלמי ממשיך
(און איז דערמיט מסיים די מסכת)
: וכן הוא אומר צאינה וראינה בנות ציון במלך שלמה בעטרה שעטרה לו אמו ביום חתונתו זו מתן תורה וביום שמחת לבו זה בנין בית המקדש שיבנה במהרה בימינו אמן.
וואָס אין דעם איז ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
די ראי׳ פון פסוק „צאינה וראינה גו'" ווערט שוין געבראַכט אין דער משנה — וואָס איז די גמרא מחדש אויף המפורש במשנה?
נאָך מער: אין דער משנה ,
קומט דער פסוק „ צאינה וראינה בנות ציון" אַלס ראי׳ אויף דעם אַז ביום הכפורים
(יום חתונתו ויום שמחת לבו)
פלעגט זיין „בנות ירושלים יוצאות וחולות" 22
; אָבער וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער פסוק צו דעם סיום אין גמרא — וואו עס רעדט זיך
(ניט וועגן דער „יציאה" אָדער זמן היציאה,
נאָר)
בלויז וועגן זייער אמירה
(„מה היו אומרות")?
ב)
לויט נוסחת הירושלמי,
ווערט אין דער משנה ניט געבראַכט דער פסוק בשלימותו — די ווערטער „בעטרה שעטרה לו אמו" ווערן ניט נעתק
(זיי ווערן נאָר נרמז מיט „וגומר") 23
; משא"כ
אין גמרא
(ירושלמי)
ווערן אויך די ווערטער נעתק.
ג)
נאָך די ווערטער „שיבנה במהרה בימינו" איז די גמרא מוסיף „אמן",
וואָס אין דער משנה
(אין נוסח הירושלמי 24 )
שטייט דאָס ניט.
ומאי טעמא?
ד.
וי"ל דעם ביאור בכל זה — ובהקדם:
מ׳וואָלט געקענט זוכן אַ סברא אויף יעדן שינוי
(ושאלה)
בפ"ע ,
ס׳איז אָבער מסתבר צו זאָגן אַז עס איז פאַראַן איין סברא כללית
(אָדער צוויי)
וואָס איז מסביר אַלע שינויים
(ושאלות).
ובנדו"ד יש לומר,
אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ חילוק כללי צווישן תלמוד בבלי און תלמוד ירושלמי,
וואָס איז
(ווי גערעדט שוין פיל מאָל 25 )
— אַז אין תלמוד ירושלמי ריידן זיך די ענינים בקיצור ובכללות,
משא"כ אין בבלי ווערן זיי נתבאר בפרטיות יותר ובאריכות.
און דער טעם אויף דעם בפשטות איז,
ווייל לימוד הגמרא שבבבל האָט זיך געצויגן אַ לענגערע צייט נאָך חתימת תלמוד ירושלמי
[וואָרום דער חיבור וחתימה פון תלמוד בבלי איז געווען „אחר שחיבר ר׳ יוחנן הגמרא ירושלמית בכמו מאה שנה" 26 ].
ד.
ה.
אַז תלמוד בבלי איז „בתראי" לגבי תלמוד ירושלמי 27 ,
און „בתראי" זיינען זיך עוסק
(אויך)
אין דברי הקדמאי ובמילא —
מער מפרט ומפרש ווי די פריערדיקע 28 .
וע"ד ווי דער אונטערשייד פון לשון המשנה
(וואָס איז אַ „דיבור קצר וכולל ענינים רבים” 29 ),
לגבי לשון הגמרא — אין אַ שפּעטערדיקן זמן 30 .
און דאָס איז אויך די נקודת החילוק — צווישן דעם תלמוד בבלי וירושלמי — בנדו"ד:
אין דער משנה
(וואָס איז אַ „דיבור קצר",
כנ"ל)
שטייט נאָר דער כלל אַז „בנות ירושלים ..
היו אומרות ..
אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה" — אָן פרטים; די פרטים בזה — קומען ערשט אין דער גמרא,
וואו ס׳זיינען מפורט די סוגים פון „בנות ירושלים".
און אין דעם איז אויך דער חילוק צווישן בבלי און ירושלמי: אין ירושלמי,
ריידן זיך די ענינים מער בכללות,
טיילט מען די בנות אין צוויי סוגים
(כלליים)
; אָבער אין בבלי איז מען מפרט די צוויי סוגים מער בפרטיות,
קומט אַרויס
(דריי)
פיר סוגים.
דערמיט איז אויך מבואר דער שינוי הלשון צווישן בבלי און ירושלמי: אין בבלי שטייט דער לשון „יפיפיות ..
ליופי",
משא"כ אין ירושלמי איז דער לשון „נאות" — וואָס דער חילוק ביניהם איז: ווען מען זאָגט דעם תואר „יופי",
מיינט עס בפשטות 31
— יופי הגוף אָדער הפנים; משא"כ „נוי" — איז אַ תואר כללי וואָס קען זיך באַציען אויף אַלערליי מעלות,
און סיי גשמיות׳דיקע און סיי רוחניות׳דיקע.
און דאָס איז דער חילוק צווישן ירושלמי און בבלי: דער ירושלמי טיילט די בנות ירושלים אין צוויי סוגים כלליים — די וועלכע זיינען בעלות מעלה — „נאות",
און „כאורות"; משא"כ אין בבלי,
איז ער מחלק דעם סוג פון „נאות" גופא אין דריי פרטים: „נאות" מצד יופי הגוף והפנים — „יפיפיות"; „נאות" מצד יחוס — „מיוחסות"; און
(לויט גירסת הע"י)
— „נאות" מצד דעם וואָס זיי זיינען „עשירות",
וי"ל אַז אין דעם איז די מעלה ניט אַזוי די „עשירות" מצ"ע,
נאָר אַז ביי זיי איז ניטאָ דער „עניותן מנוולתן ",
ואדרבה — ס׳איז ביי זיי דאָ די „דירה נאה וכלים נאים" וואָס „ מרחיבין דעתו של אדם" 32 .
ה.
ע"פ הנ"ל,
ווערט אָבער נאָך שטאַרקער די שאלה
(הנ"ל ס"ב)
אויפן ירושלמי: אין הכי נמי אַז „נאות" איז כולל אויך יחוס — עס איז דאָך אָבער כולל
(ובעיקר)
„יפיפיות" און אויך „עשירות",
איז ווי פּאַסט זאָגן באַ זיי „תן עיניך במשפחה "?
והביאור בזה: די אַלע סוגי מעלה הנ"ל,
זיינען ניט ענינים וואָס די בנות ירושלים האָבן אַליין „אויסגעהאָרעוועט" און דערגרייכט,
נאָר וואָס זיי באַקומען פון זייערע עלטערן און משפחה:
„מיוחסות" איז דאָך בפשטות אַן ענין הבא בירושה; „עשירות" — אַ בת ואשה כשרה
(בנות ישראל ועאכו"כ בנות ירושלים — יראה שלם 33 ),
פירט זיך דאָך אין אַן אופן פון „כל כבודה בת מלך פנימה" 34
(און ניט אַז זי גייט אַרויס אַליין פאַרדינען געלט — ובפרט פאַר דער חתונה 35 ),
און איר עשירות איז וואָס זי האָט פון משפחתה; און אַזוי אויך יופי — איז דאָך ניט תלוי אין איר,
נאָר אין אירע עלטערן 36
[נוסף לזה,
וואָס כדי צו שולל זיין דעם „עניותן מנוולתן"
(כנ"ל ס"ד)
איז דאָס דורך דער עשירות פון די עלטערן].
עפ"ז קומט אויס,
אַז עס איז דאָ אַ חילוק עקרי אין דעם תוכן האמירה של ה„נאות" — צווישן בבלי און ירושלמי:
לויטן בבלי קומט אויס,
אַז יעדער סוג האָט אַרויסגעבראַכט זיין מעלה — „תנו עיניכם ליופי ..
תנו עיניכם למשפחה ..
(און לגירסת הע"י)
תנו עיניכם בבעלי ממון": מען זאָל קוקן אויף די מעלות וואָס זי פאַרמאָגט
[וואָרום אויך די וואָס זאָגט „תנו עיניכם למשפחה",
איז זי דאָך ניט אויסן די מעלה פון דער משפחה אין אַלגעמיין ,
נאָר דאָס וואָס זי ,
אַלס אַ טייל פון דער משפחה — פאַרמאָגט די מעלה פון יחוס]
;
משא"כ אין ירושלמי,
איז דער תוכן האמירה פון די „נאות",
אַז מען זאָל קוקן אויף די סיבת המעלות — אַז זיי זיינען ניט ענינים וואָס זי האָט אויפגעטאָן
(בכח עצמה),
נאָר זיי אַלע שטאַמען פון איר משפחה .
און אויך דער חילוק צווישן בבלי און ירושלמי,
איז פאַרבונדן מיט דעם חילוק הנ"ל
(ס"ד)
צווישן אופן לימוד הבבלי ואופן לימוד הירושלמי 37 ,
כדלקמן.
ו.
דער חילוק אין אונזער סוגיא צווישן בבלי און ירושלמי,
איז ניט נאָר וואָס דער בבלי איז מער מפרט ווי דער ירושלמי,
נאָר עס איז אַ חילוק עיקרי אין דעם אופן פירוט דברי המשנה:
לויטן ירושלמי,
איז אין גמרא ניטאָ קיין נייע אמירה לגבי דער אמירה וואָס שטייט אין משנה.
דער ירושלמי איז בלויז מפרט ,
אַז דאָס וואָס שטייט אין דער משנה,
אַז די בנות ירושלים פלעגן זאָגן „אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה",
זיינען דאָס צוויי באַזונדערע אמירות פון צוויי סוגי משפחות — „הכאורות היו אומרות אל תתן עיניך בנוי והנאות היו אומרות תן עיניך במשפחה";
[און דערמיט איז פאַרענטפערט בפשטות וואָס דער ירושלמי איז מקדים
די „כאורות" צו די „נאות" — ווייל דאָס איז בהתאם צו סדרם במשנה: פריער די אמירה „אל תתן עיניך בנוי" און דערנאָך „תן עיניך במשפחה"].
משא"כ דער בבלי,
איז מוסיף נייע
(פרטי)
אמירות וואָס ווערן ניט דערמאָנט
(בפירוש 38 )
אין משנה.
אין אַנדערע ווערטער: די משנה דערגיילט וועגן דער אמירה כללית ,
וואָס אַלע בנות ירושלים פלעגן זאָגן 38
— „בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך כו׳";
דערנאָך קומט די גמרא אין ירושלמי און איז מפרט,
אַז אע"פ אַז די ווערטער „בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך" האָבן געזאָגט אַלע בנות ירושלים 39 ,
אָבער די ווייטערדיקע ווערטער
(שבמשנה)
— „אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה",
זיינען צוויי באַזונדערע אמירות: די „כאורות היו אומרות אל תתן עיניך בנוי",
און די „נאות — אַלע סוגי בעלות מעלה — היו אומרות תן עיניך במשפחה".
און אויף דעם איז די גמרא אין בבלי מוסיף,
אַז אויסער די אמירה כללית
(וואָס שטייט אין משנה ) 40
— האָט
יעדער סוג פרטי פון בנות ירושלים דערנאָך מוסיף געווען נאָך אַן אמירה
(פרטית),
בהתאם צו די מעלה פרטית שבסוג זה 41 .
ז.
ע"פ הנ"ל — אַז אין ירושלמי איז די אמירה פון די „נאות"
(„תן עיניך במשפחה")
די זעלבע אמירה וואָס שטייט אין משנה — איז פאַרענטפערט וואָס דער ירושלמי זאָגט,
אַז די נאות פלעגן זאָגן
(ניט „תן עיניך" אין זייערע
(פרטיות׳דיקע)
מעלות,
נאָר)
„תן עיניך במשפחה".
וההסברה בזה:
דער מכוון פון דער אמירה — ווי עס שטייט אין דער משנה — איז צו מדגיש זיין,
אַז די בנות ירושלים דערהערן ווי אַלע מעלות וואָס זיי פאַרמאָגן,
איז דאָס ניט זייערע מעלות — ניט אַז „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה" 42
— נאָר דאָס איז זיי געגעבן געוואָרן .
— וע"ד המוסר והחסידות: „בנות ירושלים" ווייסן,
אַז כדי אַ שידוך זאָל מצליח זיין,
מוז דער בחור טראַכטן ניט
(אַזוי)
וועגן די „מעלות — רוחניות׳דיקע אָדער גשמיות׳דיקע — וואָס ער זעט און וואָס געפעלן אים ,
נאָר מהוי׳ אשה משכלת 43 ,
מתפלל און מכוון זיין אויף אויסקלייבן דעם ריכטיקן שידוך — וואָס איז אויסגערופן געוואָרן במרום ,
„בת פלוני לפלוני" 44 .
וואָס דערפאַר זיינען אַלע בנות ירושלים מקדים „בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך",
וואָס דער דיוק בזה איז 45
: מען דאַרף קוקן אויף
מעלות האשה
(הן רוחניות׳דיקע והן גשמיות׳דיקע)
— ניט ווי מען זעט זיי מיט די אויגן ווי זיי זיינען דאָ למטה ,
נאָר פריער דאַרף זיין „ שא 46
נא עיניך
(און דערנאָך)
וראה כו' "
(עדמש"נ 47
„ שאו מרום עיניכם — וועט זיין — וראו מי ברא אלה ")
— קוקן אויף דעם מקור 48
פון וואַנעט עס שטאַמען און קומען אַראָפּ די מעלות;
ובמילא וועט זיין — „אל תתן עיניך בנוי תן עיניך במשפחה ",
וואָרום די מעלות קומען דאָך פון „משפחה"
(כנ"ל סעיף ה).
און דעמאָלט וועט ער זוכה זיין צו מכוון זיין צו דעם שידוך וועלכן מ׳האָט מכריז געווען במרום,
וואָס מ׳איז מכריז „ בת פלוני לפלוני"
(און ניט „ פלונית לפלוני"),
דער עיקר הדגשה איז
(ניט אין דער כלה,
נאָר)
אין משפחת — אב 49
הכלה.
ח.
ע"פ הנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק מאמר הירושלמי,
אַז די „כאורות" פלעגן זאָגן „אל תתן עיניך בנוי" — וואָס איז אַן ענין שלילי
(כנ"ל סעיף ב)
— ווייל אַלע בנות ירושלים,
כולל די „כאורות",
האָבן פריער געזאָגט „שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך",
אויך די „ כאורות " זאָגן דאָס,
וואָרום אע"פ אַז קיין מעלות גלויות האָבן זיי
ניט — דאַרף מען דאָך אָבער קוקן פון וואַנען זיי שטאַמען,
אַז יעדערע פון זיי איז אַ בת שרה רבקה רחל ולאה.
ויתירה מזו יש לומר — אַז אדרבה: אין דעם ענין,
וואָס די בנות ירושלים זיינען מדגיש אַז עס דאַרף זיין „ שא נא עיניך ",
צו זען העכער,
איז פאַראַן אַ מעלה אין די „כאורות" לגבי די נאות 50 .
דער ביאור בזה:
מפרשים 51
זיינען מבאר,
אַז דאָס וואָס די „מכוערות" זאָגן
(ווי עס שטייט אין בבלי)
„קחו מקחכם לשום שמים" איז ווייל זיי האָבן יראת ה׳
(ווי דער פסוק וואָס ברענגט זיך אין משנה לנוסחת הבבלי — „אשה יראת ה׳ היא תתהלל").
אָבער אעפ"כ רופט זיי אָן די גמרא „מכוערות" וואָס עס איז היפך מעלה?
!
ויש לומר הפירוש בזה:
ביי „מכוערות",
וואָס האָבן ניט קיינע מעלות
(יופי,
יחוס,
אָדער עשירות,
וועלכע קומען)
פון זייער משפחה כנ"ל — איז זייער יראת ה׳ מצד עצמן,
זייענדיק אַן אידיש קינד איז „רוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות" 52
— זיי דערהערן אַז זייער יראת ה׳
(היא תתהלל )
איז מצד זייער חלק אלקה ממעל ממש 53 ,
הוא הנותן לך כח לעשות חיל,
אָבער לולא זאת זיינען זיי „מכוערות" 54
— ע"ד ווי די לבנה
(וואָס
אידן זיינען מונין ללבנה און דומין ללבנה 55 )
איז „לית לה מגרמה כלום" 56
— דעם אור וואָס זי איז מאיר איז ניט איר אור,
נאָר
(דאָס וואָס זי האָט)
פון דעם אור השמש
(און דורכדעם ווערט זי אַ מאור — הקטן
(בערך השמש)
און אויך הגדול
(בערך הכוכבים)).
און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי סוגים „כאורות" און „נאות":
די „נאות" זיינען די וואָס פילן זייערע מעלות,
נאָר אַזוי ווי זיי זיינען בנות ירושלים און צנועות — אַנערקענען זיי אַז די מעלות האָבן זיי באַקומען פון זייערע משפחות — „תן עיניך במשפחה".
אָבער אעפ"כ,
איז דאָס וואָס „תן עיניך במשפחה" ניט שולל ביי איר דעם הרגש אַז זי איז אַ בעלת מעלה — זי איז דאָך אַ טייל פון דער משפחה.
משא"כ די „כאורות" פילן ווי „לית לה מגרמה כלום " — אַלץ קומט פון אויבערשטן 57 .
און דעריבער,
אויר ווען זיי האָבן מעלות
(און אפילו ווען זיי האָבן מעלות פון יופי,
יחוס און עשירות)
זיינען דאָס ניט זייערע מעלות.
און דערפאַר זיינען זיי ניט מייחס זייערע מעלות צו „משפחה"
(וואָס גיט אַן אָרט אויף דעם הרגש אַז זי איז אַ בעלת מעלות,
כנ"ל)
— זיי זאָגן נאָר „שא נא עיניך" אַז מען זאָל זען דעם שורש ומקור הכל
(— דעם אויבערשטן),
און „אל תתן עיניך בנוי" — שע"פ הנ"ל איז דער פירוש בזה 58
— אפילו עס איז דאָ
„נוי" 59
איז „אל תתן עיניך" בטפל ומטה נאָר שא עיניך וראה.
ט.
ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס דער ירושלמי איז דערנאָך ממשיך ומסיים מיט בריינגען נאָכאַמאָל דעם פסוק „וכן הוא אומר צאינה וראינה גו׳" — ווייל די כוונה אין גמרא
(בירושלמי 60 )
איז צו ברענגען אַ ראי׳ אויף די צוויי סוגים
(שבגמרא)
— „כאורות" און „נאות" 61 .
און דערפאַר איז דער ירושלמי דאָ מוסיף על המשנה און מעתיק די ווערטער „בעטרה שעטרה לו אמו"
(וועלכע שטייען ניט אין משנה)
—
דער ביאור בזה:
דער פסוק „צאינה וראינה גו׳" זאָגט צוויי מעלות בקשר צו שלמה:
(א)
„בעטרה שעטרה לו אמו",
(ב)
„ביום חתונתו וביום שמחת לבו" „זה בנין ביהמ"ק",
וואָס שלמה האָט געבויט.
דער חילוק צווישן די צוויי מעלות איז:
„עטרה" — כתר מלכות — איז אַ מעלה אין דעם מלך 62 .
וכמאמר חז"ל 63
אַז אַן עדות אויף אַ ראוי למלכות בית דוד איז ווען עטרת דוד „הולמתו"; דערביי איז דער פסוק אָבער מדגיש אַז דאָס איז „עטרה שעטרה לו אמו " — עס קומט פון „אמו" 64 .
— בדוגמת די „נאות" וואָס זאָגן „תן עיניך במשפחה": זיי זיינען בעלות מעלות,
אָבער די סיבה פון די מעלות איז משפחה
( אמו )
— „תן עיניך במשפחה".
—
משא"כ בנין בית המקדש,
האָט דאָס שלמה 65
געבויט* 65 ,
אָבער לאידך — איז דאָס „הכל בכתב מיד ה׳" 66 ,
דאָס איז „בית ה׳ " 67 ,
וכתפלת שלמה* 67
: שמך נקרא על הבית הזה אשר בניתי.
— בדוגמת די „כאורות",
זיי זיינען „אשה יראת ה' היא תתהלל ",
אָבער דאָס גופא פילט זי אַז „לית לה מגרמה כלום",
אַלץ איז דעם אויבערשטנס 68 .
יו"ד.
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס דער ירושלמי איז מוסיף בסיום הענין דעם וואָרט „אמן" — „שיבנה
במהרה בימינו אמן" — ווייל די שייכות פון „זה בנין בית המקדש" צו די „כאורות" דריקט זיך אויס מיט מער הדגשה אין דעם ענין פון „אמן":
„אמן" איז מלשון אמת 69 ,
וואָס דערפאַר אַז מען ענטפערט אמן אויף אַ תפלה און בקשה דאַרף מען מכווין זיין „שכך יתאמת לעינינו" 70 .
וואָס אמת איז שולל שינוי,
באַווייזט אויף נצחיות 71 .
די הוספה „
(שיבנה במהרה בימינו)
אמן " איז מוסיף און זאָגט אַז דער „שיבנה במהרה בימינו",
ביהמ"ק השלישי,
וועט זיין אַ בנין נצחי .
דער טעם וואָס דער ביהמ"ק השלישי וועט זיין אַ בית נצחי,
איז עס דערפאַר וואָס „מקדש אד־ני כוננו ידיך" 72
— דאָס איז „בנינא דקוב"ה " 73 .
און דאָס זאָגט דער ירושלמי,
אַז די מעלה פון „בנין בית המקדש" וואָס איז בית ה׳
(בדוגמת די מעלה פון די „כאורות" וואָס דערהערן אַז אַלץ קומט פון דעם וואָס „ברא אלה")
— וועט זיין בגילוי אין דעם ביהמ"ק השלישי,
וואָס וועט זיין אַ בנין נצחי — „שיבנה במהרה בימינו אמן ".
יא.
ויש לומר,
אַז אויך דער סיום הגמרא אין בבלי — וואָס איז דער מאמר „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים כו׳" — איז פאַרבונדן
[ניט נאָר מיטן פרט שבהמשנה,
„בנות ירושלים יוצאות וחולות ",
אַזוי אויך „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים",
נאָר אויך]
מיטן ענין פון „שיבנה במהרה בימינו"
(וואָס שטייט בסיום המשנה).
אַז אין דעם זמן פון לעתיד
(„שיבנה במהרה בימינו")
וועט זיין ניט נאָר דער ענין פון שמחה בכלל,
„יום שמחת לבו זה בנין בית המקדש",
נאָר אויך דער אופן השמחה וועט זיין,
אַז „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים כו'".
וואָס אויך אין דעם זעט מען דעם חילוק צווישן אופן לימוד הבבלי והירושלמי 74
:
די גמרא אין ירושלמי איז בלויז מפרש די משנה 75 ,
אַז דער „שיבנה במהרה בימינו" וועט זיין אין אַן אופן פון „אמן";
משא"כ די גמרא אין בבלי איז מוסיף נייע 75
פרטים וועגן דעם זמן דלעתיד — „עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים
והוא יושב ביניהם בג"ע 76
וכל אחד ואחד מראה באצבעו שנאמר 77
ואמר ביום ההוא הנה אלקינו זה קוינו לו ויושיענו זה ה׳ קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו".
(משיחת ט"ו באב תשמ"ג)