B"H
🏡

Ikar

נשא ב

א.

נאָך דעם ווי די תורה פאַרענדיקט דעם סיפור ווי די נשיאים האָבן געבראַכט זייערע קרבנות „לחנוכת המזבח” — זאָגט דער פסוק 1

: „זאת חנוכת המזבח ביום המשח אותו מאת נשיאי ישראל קערות כסף שתים עשרה

(— דער סך־הכל פון די קערות פון אַלע י”ב נשיאים)

גו׳”.

שטייט אויף דעם אין מדרש 2

: „והלא קערה אחת כו׳ הקריבו ביום המשח אותו ..

אלא העלה עליהם הכתוב כאילו כולם הקריבו ביום ראשון

(און דער מדרש באַגנוגנט זיך ניט דערמיט,

נאָר איז ממשיך:)

וכאילו כולם הקריבו ביום אחרון”.

(און מפרשים 3

זיינען מבאר,

אַז „כאילו ..

הקריבו ביום אחרון ” ווערט אָפּגעלערנט דערפון וואָס נאָכן מסיים זיין וועגן אַלע קרבנות הנשיאים זאָגט די תורה 4

: „זאת חנוכת המזבח אחרי המשח אותו”).

דאַרף מען פאַרשטיין: בשלמא די מעלה אין „כאילו ..

הקריבו ביום ראשון ” איז מובן: סיי מצד דעם „גברא” — דער וואָס איז מקריב לראשונה ווייזט אַז ער איז „חביב יותר” 5

און איז „גדול” 6

פון די אַנדערע; און סיי מצד

דער „חפצא”,

מצד „ חנוכת המזבח” 7

— עס איז אַן אָרט צו זאָגן אַז די קרבנות פון די שפּעטערדיקע טעג

(נאָך יום ראשון)

זיינען ניט אַן ענין פון „ חנוכת המזבח”,

ווייל דער מזבח איז שוין נתחנך געוואָרן דורך די קרבנות פונעם „מקריב ביום הראשון” 8

— באַוואָרנט עס דער מדרש,

אַז ס׳איז כאילו ווי יעדער נשיא איז געווען דער ערשטער מקריב 9

און ער האָט מחנך געווען דעם מזבח.

עס פאָדערט זיך אָבער ביאור: וואָס איז די מעלה און אויפטו אין דעם ענין פון „העלה עליהם ..

כאילו כולם הקריבו ביום אחרון ” 10 ?

ב.

וי”ל הביאור בזה:

הקרבת הקרבנות ע”ג המזבח,

דער כללות׳דיקער ענין פון „עבודה” 11 ,

טוט

אויף די „דערנעענטערונג” פון דעם מקריב צום אויבערשטן

(„קרבנות” מלשון „קירוב” 12 ),

ווי ערקלערט בכמה מקומות 13 .

ס׳איז ידוע 14 ,

אַז די התחלקות פון אידן אויף י”ב שבטים איז פאַרבונדן מיט דעם חילוק אין דעם אופן ווי יעדערער פון זיי איז „משמש את קונו”,

„איש אשר כברכתו ברך אותם” 15

„לשמש” דורך כל מעשיך וכו׳

(וואָס זיי זיינען פאַרשידן אין דעם

( כמפורש בהברכות)

און אויך אין עבודה הרוחניות 16 )

; עבודת ה׳ טיילט זיך אין י”ב דרכים כלליים,

און יעדער נשיא ושבט האָט זיין דרך מיוחד אין עבודת השם.

וי”ל אַז דאָס איז דער טעם פאַרוואָס „חנוכת המזבח” איז געווען דורך די י”ב נשיאים דוקא 17

— און ניט דורך משה ואהרן 18

— ווייל יעדער נשיא האָט „מחנך” געווען דעם מזבח לויט זיין עבודה,

דורך ברענגען קרבנות וואָס זייער תוכן איז מתאים צו זיין דרך בעבודת השם.

[וכמבואר במדרש 19 ,

אַז אע”פ אַז זיי

האָבן אַלע געבראַכט די זעלבע קרבנות,

האָט אָבער יעדער נשיא געהאַט דערביי אַנדערע כוונות ,

בהתאם צו זיין דעה און זיין שבט

(כברכתו — ברכה שלו)

— „כל אחד ואחד הקריבו לפי דעתו ”.

און ווי דער מדרש 20

איז מפרט די כוונות שונות פון אַלע פרטי הקרבנות,

ביי יעדן נשיא אַנדערש].

עפ”ז מובן,

אַז די „חנוכת המזבח” איז געווען יעדן טאָג פון די צוועלף טעג 21

יעדן טאָג אין אַ נייעם אופן — וועלכער איז ניט געווען כלל אין די אַנדערע עלף טעג.

— דער חינוך המזבח איז ניט פאַרענדיקט געוואָרן —

ערשט ווען יעדער נשיא און אַלע נשיאים האָבן געבראַכט אַלע זייערע קרבנות

(„לפי דעתו” וואָס האָבן מחנך געווען דעם מזבח

(אויך)

מיט

(און אויף)

דעם אופן העבודה)

איז געווען „חנוכת המזבח”; לדוגמא: ערשט דעם צוועלפטן טאָג איז דער מזבח נתחנך געוואָרן אויף מקרב זיין אידן וועלכע זיינען פון שבט נפתלי,

וואָס זייער לעבן איז „אילה שלוחה הנותן אמרי שפר” 22 .

ג.

עפ”ז וועט מען פאַרשטיין וואָס דער מדרש זאָגט „העלה עליהם הכתוב כאילו כולם הקריבו ביום ראשון וכאילו כולם הקריבו ביום אחרון”:

אע”פ אַז יעדן טאָג

(פון די י”ב יום)

האָט זיך אויפגעטאָן א ַ בעזונדער פרט אין חינוך המזבח

(דורך די קרבנות פון

דעם נשיא שהקריב ביום זה)

— איז אָבער פאַראַן אַ מעלה מיוחדת אין דעם יום ראשון און אין דעם יום אחרון: אין דעם יום ראשון איז געווען די

(התחלה ו)

פתיחה פון חינוך המזבח,

ועוד ועיקר — דאַמאָלס איז געוואָרן דער ענין כללי

(נוסף אויף דעם פרט פון שבט יהודה),

עס איז געוואָרן די מציאות פון אַ מזבח מחונך; און אין דעם יום אחרון איז דאָ די מעלה,

אַז אין אים האָט זיך אויפגעטאָן אַז דער מזבח איז געוואָרן מחונך

(אויך פאַרן לעצטן שבט,

שבט נפתלי,

ועי”ז — מחונך)

פאַר כלל ישראל אַלס אַ כלל בפועל 23 .

און דאָס מיינט דער מדרש „העלה עליהם הכתוב כאילו כולם הקריבו ביום ראשון וכאילו כולם הקריבו ביום אחרון”: יעדער נשיא האָט אויפגעטאָן ניט נאָר דעם פרט פון חנוכת המזבח וואָס איז פאַרבונדן מיט זיינע קרבנות — נאָר ס׳איז כאילו ווי ער האָט אויך די מעלה פון כללות החינוך

(און אויך — דער „בכח” פון אַלע פרטים)

און כללות חינוך המזבח בפועל .

ד.

עס איז פאַרשטאַנדיק,

אַז וויבאַלד תורת אמת זאָגט „כאילו כולם הקריבו ביום ראשון ..

אחרון”,

איז עס דערפאַר וואָס יעדער נשיא איז באמת אַ חלק פון „ כולם ” און סיי במעלות פון „יום ראשון” און סיי במעלות פון „יום אחרון” הנ”ל.

דערמיט זיינען מפרשים 24

מבאר וואָס

דער מדרש זאָגט 25

דאָרט בסמיכות פאַר דעם — „ולא הקריב אחד מהן יותר על חבירו שאילו הקריב אחד מהן יותר על חבירו לא הי׳ קרבן אחד מהן

(דעם קרבן פון שבט אפרים וואָס איז אויסגעפאַלן ביום השבת 26 )

דוחה את השבת”.

דער טעם פאַרוואָס די קרבנות פון חנוכת המזבח זיינען דוחה שבת 26

איז ווייל היות אַז „העלה עליהם הכתוב כאילו כולם הקריבו ביום ראשון כו׳ ביום אחרון”,

דעריבער „הי׳ נחשב לקרבן ציבור שדוחה שבת”.

און די הוכחה אויף דעם,

איז דערפון וואָס „לא הי׳ קרבן אחד מהן יותר על חבירו”: וויבאַלד מ׳האָט יעדן טאָג געבראַכט די זעלבע קרבנות,

איז אַ הוכחה,

אַז יעדער פון זיי איז געווען ניט

(נאָר)

אַ קרבן מיוחד פון דעם נשיא,

נאָר

(אויך)

קרבנות הציבור,

ובמילא — די זעלבע באַ אַלע שבטים 27 .

ה.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: ווי שטימט דער ענין

(אַז ס׳איז כאילו ווי אַלע נשיאים האָבן געבראַכט די קרבנות בכל יום ויום אַלס קרבנות ציבור )

מיט דאָס וואָס שטייט אין מדרש

(כנ”ל)

אַז „כל אחד ואחד הקריבו לפי דעתו ” 28 ?

ולאידך: אויב די קרבנות הנשיאים זיינען

(אויך)

קרבנות הציבור האָבן זיי אַלע געקאָנט מקריב זיין אין איין און דעם זעלבן טאָג?

ובפרט אַז די נשיאים האָבן טאַקע מלכתחילה געהאַט בדיעה אַזוי צו טאָן 29 ,

ווי עס שטייט 30

„ויקריבו

הנשיאים את חנוכת המזבח ביום המשח אותו ויקריבו הנשיאים את קרבנם לפני המזבח” — ואעפ”כ האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אַז דוקא „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום יקריבו את קרבנם” 31 ?

מוז מען זאָגן,

אַז דאָ זיינען געווען ביידע ענינים וגדרים 32

: די קרבנות הנשיאים זיינען קרבנות הציבור „כולם” וביחד עם זה איז דוקא „משלו הביא” 33

און מ׳געפינט ניט אַז עס דאַרף זיין „מוסרו יפה יפה” 34

ואדרבא לדעתו הקריב און דער פסוק איז מדגיש זה קרבן נחשון בן עמינדב 35

וכיו”ב,

די הקרבה בפועל פון יעדן נשיא איז אָפּגעטיילט לויט דעתו דוקא ובמילא אויך אין אַ באַזונדער טאָג,

וכדלקמן.

ו.

נאָך אַן ענין

(בשייכות צו נדבת הנשיאים)

וואָס דאַרף האָבן ביאור:

איידער די נשיאים האָבן געבראַכט „קרבנם לחנוכת המזבח” אָבער צוזאַמען מיט זיי,

האָבן זיי פריער געבראַכט „שש עגלות צב ושני עשר בקר” 36 .

און דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה׳ן 37

אַז די עגלות ובקר זאָל מען געבן די בני לוי לשאת המשכן .

איז ניט פאַרשטאַנדיק: אָט די נדבה האָט לכאורה קיין שייכות ניט מיט דער

( עבודה אין משכן)

חנוכת המזבח —

היינט פאַרוואָס האָבן די נשיאים געבראַכט די נדבה אין דעם זעלבן זמן 38 ?

אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק: ווי קומט עס,

וואָס די נשיאים,

וואָס יעדער פון זיי האָט געגעבן באופן ובהדגשת נדבת הלב 39 ,

האָט געבראַכט ניט אַ דבר שלם לעצמו,

נאָר:

(א)

„עגלה

( אחת )

על שני הנשיאים” 36

(און ניט יעדער נשיא אַן עגלה לעצמו)

;

(ב)

אויך בנוגע דעם „שור”

(וואָס יעדער נשיא האָט געבראַכט בפ”ע 36 )

איז די נדבה געווען באופן אַז דער שור איז „אַ האַלבע זאַך" ער מוז „אָנקומען” צו נאָך אַ שור,

(צוויי בקר אויף יעדער עגלה) 40 ?

ז.

וי”ל ביאור בכל זה

(בפנימיות ורמז הענין)

:

יעדער איד האָט צוויי מעלות כלליות:

א)

די מעלות אין וועלכע ער איז גלייך מיט אַלע אידן,

דערפאַר וואָס אב אחד לכולנה,

ויתרה מזה — מצד

(שורש)

הנשמות זיינען אַלע אידן איין זאַך 41 .

ב)

די מעלות פרטיות,

לויט די חילוקי מדריגות וואָס זיינען דאָ ביי אידן:

ראשיכם גו׳ ועד שואב מימיך 42 ,

„שיש בכל אחד ואחד בחי׳ ומדרגות מה שאין בחבירו” 43 ,

וואָס אויך דער סוג מעלות פירט צו אחדות צווישן אַלע אידן,

ווייל בשעת מען ווייס און מ׳פילט אַז „כולם צריכין זה לזה” און קיינער האָט ניט קיין „שלימות בלי חבירו” 43 ,

ברענגט עס צו דעם אַז מען זאָל זיך מתאחד זיין מיט אַ צווייטן אידן,

מיט נאָך אידן,

וואָס דורך דעם איז איינער משלים דעם צווייטן.

וכידוע אַז אַלע אידן שטעלן צוזאַמען „קומה אחת שלימה” 43 .

און אין יעדן פון די צוויי סוגים איז פאַראַן אַ מעלה לגבי דעם צווייטן 44

:

מצד דעם ערשטן סוג איז די אחדות א ַגרעסערע,

ווייל דאָס קומט פון דעם וואָס אַלע אידן זיינען מלכתחילה איין זאַך; אָבער אין צווייטן סוג איז די אחדות אַ תוצאה פון דער התבוננות אַז מען דאַרף אָנקומען צום צווייטן

(ובמילא — בלייבט יעדערער אַ זאַך פאַר זיך,

אָפּגעטיילט פון צווייטן)

;

לאידך איז אָבער פאַראַן אַ מעלה אין צווייטן אופן האחדות — ווייל איר פעולת ההתאחדות איז אויך אין די ענינים פרטיים פון אַ אידן

(אין וועלכע ער איז אָפּגעטיילט פון אַ צווייטן)

— אַז אפילו אין דעם פרט שלו וואו ער פילט זיין מעלה,

דערהערט ער אויך דאָרט ווי ער איז ניט קיין שלם אָן דעם צוויייטן אידן.

ח.

דער תכלית הכוונה איז,

אַז עס זאָל זיין די פאַראייניקונג פון ביידע מעלות — אַז אויך ווי מען איז מכיר זיין

מעלה פרטית,

זאָל ער גלייכצייטיק פילן

[ניט נאָר אַז ער דאַרף אָנקומען צו אַ צווייטן אידן

(ווייל ער האָט ניט די מעלה שיש בחבירו),

נאָר]

אַז ער איז איין זאַך מיט אַ צווייטן אידן,

באחדות גמורה.

די הסברה בזה: בשעת דער אַלטער רבי איז מבאר 43

ווי ביי אידן איז עס באופן אַז „כולם צריכין זה לזה”,

ווייל קיינער האָט ניט קיין „שלימות בלי חבירו” — זאָגט ער דעם לשון,

אַז דורך דעם ווערט אויפגעטאָן אַן אחדות „מבלי ימצא האדם ראש וסוף”

(און ווי ער איז דאָרט מבאר,

אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט „בחי׳ עיגולים”,

וואָס אין אַן עיגול „אין לו בחינת ראש וסוף”).

איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק: דאָס וואָס יעדער איד איז משלים דעם צווייטן,

ביז אַז אפילו דער וואָס איז אין דער דרגא פון „רגלים” האָט אַ מעלה וואָס איז ניטאָ אין ראש

(„שצריך להלך בהם וגם הם מעמידי הגוף והראש”)

— איז נאָר מסביר,

אַז חברו איז אַ ראש צו עם;

ווי אַזוי אָבער ווערט מצד דעם אַן אחדות אין אַן אופן „מבלי ימצא האדם ראש וסוף” 45 ?

ט.

ויש לומר,

אַז דערמיט איז דער אַלטער רבי מרמז צו אַ העכערן ענין,

וואָס בינדט צוזאַמען ביידע סוגי אחדות הנ”ל: די מעלות וכחות הפרטיים פון אַ אידן זיינען ניט קיין באַזונדער זאַך פון זיין עצם הנשמה,

נאָר זיי זיינען פאַרבונדן און קומען פון עצם הנשמה

(וואָס

זי איז נושא אין זיך אַלע פרטים) 46 .

דערפון קומט אויך התכללות הכחות,

יעדער כח

(פרטי)

איז כולל אַלע כוחות —

וויבאַלד אַז דער שורש ומקור פון יעדן כח,

איז דער עצם הנפש וואָס איז נושא אַלע כוחות — דעריבער זיינען אין יעדן כח

(מצד דעם „עצם” שבו)

כלול אַלע אַנדערע כוחות 47 .

ועד”ז איז עס בנוגע דער „קומה אחת שלימה” פון כלל ישראל 48

: דאָס וואָס די אַלע מעלות פרטיות פון אַלע אידן שטעלן צוזאַמען „קומה אחת שלימה”,

איז עס דערפאַר וואָס אַלע אידן זיינען בעצם איין זאַך מצד שורש נפשם,

היות אַז פון דאָרטן נעמען זיך די מעלות פרטיות

(כנ”ל)

; און מהאי טעמא איז אויך די מעלה פרטית פון אַ אידן אין זיך כולל אַלע אַנדערע מעלות פון אַלע אידן.

און מצד דעם ווערט אַן אחדות

(אויך מצד די מעלות פרטיות פון אידן)

אין אַן אופן פון „מבלי ימצא האדם ראש וסוף” — ווייל אין דעם אופן איז ניטאָ קיין העכערקייט פון איין אידן אויף אַ צווייטן; ביי יעדן אידן זיינען פאַראַן אַלע מעלות,

און דער חילוק איז נאָר בנוגע צו גילוי והעלם: ביי איין אידן שטייט דער ענין ה„ראש” בגילוי און אַלע אַנדערע מעלות זיינען כלול אין דעם

(בהעלם)

; און ביי אַ צווייטן שטייט אַ צווייטע מעלה בגילוי און אַלע איבע־

ריקע מעלות זיינען בהתכללות

(בהעלם)

אין איר.

[ע”ד המבואר 49

אין דעם ענין פון „עוסק במצוה פטור מן המצוה” 50 ,

אַז דאָס איז דערפאַר וואָס אַלע מצות זיינען כלול מכל המצות,

און דעריבער,

אע”פ אַז בגלוי איז ער מקיים בלויז די מצוה פרטית,

איז עס כאילו ווי ער וואָלט אויך מקיים געווען אַלע אַנדערע מצות

(וועלכע זיינען כלול אין דער מצוה בהעלם)].

יו”ד.

און דאָס איז אויך דער ביאור אינעם אופן וסדר פון נדבת הנשיאים לחנוכת המזבח:

כדי די חנוכת המזבח זאָל זיין בתכלית השלימות האָט געדאַרפט זיין דער איחוד פון ביידע קצוות:

די עבודה פון יעדן נשיא

(שבט)

מצד זיין ענין פרטי — „כל אחד ואחד הקריבו לפי דעתו ” — און דערפאַר איז עס געווען אָפּגעטיילט אויך אין זמן: יעדער הקרבה אין אַ באַזונדער טאָג;

לאידר אָבער,

האָט אין דעם גופא געדאַרפט דערהערט ווערן,

ווי אויך מצד דער עבודה פרטית פון דעם נשיא ושבט איז ער איין זאַך מיט אַלע איבעריקע נשיאים ושבטים,

און דאָס זאָגט דער מדרש „כאילו כולם הקריבו ביום ראשון ..

ביום אחרון”

(וכנ”ל סעיף ד — אַז דאָס איז דערפאַר וואָס די קרבנות פון יעדן טאָג זיינען געווען קרבנות הציבור)

— ווייל די קרבנות פון יעדן טאָג האָבן אין זיך

אַנטהאַלטן אויך די עבודות

(„הקרבות”)

הציבור פון „כולם”;

ומהאי טעמא גופא האָבן אַלע נשיאים מקריב געווען די זעלבע קרבנות — עס איז אין יעדע פון די קרבנות פאַראַן

(מרומז)

די עבודה פון דעם ציבור ,

פון כולם

(און דער חילוק איז נאָר,

וועלכע עבודה שטייט בגילוי ,

כנ”ל) 51 .

יא.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון נדבת העגלות צו חנוכת המזבח:

כדי עס זאָל זיך קענען אויפטאָן די אחדות

(ועד לאופן פון — „מבלי ימצא האדם ראש וסוף”)

אויך זייענדיק פאַרנומען מיט אַן עבודה פרטית,

האָבן די נשיאים פריער געבראַכט אַ נדבה וועלכע קומט און דריקט אויס אַן אחדות וואָס איז העכער פון התחלקות 52 ,

וואָס דאָס האָט געגעבן דעם כח צו פועל זיין

די התאחדות

(גמורה)

אויך אין די עבודות פרטיות.

און דאָס איז די הקדמה פון נדבת העגלות: ער גיט בלויז אַ האַלבע עגלה,

און אויך זיין שור קען באַנוצט ווערן נאָר צוזאַמען מיט אַ צווייטנס,

כנ”ל ס”ו — דאָס ברענגט אַרויס 53

ווי יעדער נשיא בפ”ע קען אויפטאָן נאָר ווען חברו משלימו* 53 .

און דערפאַר האָבן די נשיאים געבראַכט די עגלות כו׳ אַלע צוזאַמען ,

אַלס איין נדבה

(כללית),

און אויך ווען משה האָט עס ביי זיי גענומען,

איז ניט געווען חילוקים צווישן נדבת איין נשיא מיטן צווייטן 54 .

און ערשט דערנאָך 55

קומט די חנוכת המזבח וואָס יעדער נשיא בפ”ע האָט געבראַכט די קרבנות באַזונדער — און אין דעם גופא 56

האָט מען ממשיך געווען אַן אחדות גמורה.

יב.

כשם ווי עס זיינען דאָ די דריי ענינים הנ”ל ביי אַ אידן —

(א)

ווי ער איז מלכתחילה איין זאַך מיט אַלע אידן,

אָן התחלקות,

(ב)

זיין מעלה פרטית,

(ג)

דער איחוד פון זיין עצם

(כנ”ל)

מיטן פרט —

עד”ז געפינט מען די דריי ענינים אויך ביי דעם משכן 57

:

(א)

די קדושה כללית פון דעם משכן,

וואָס נעמט ארום דעם גאַנצן משכן — כל חלקיו ופרטיו — בשווה .

(ב)

די קדושות פרטיות פון די חלקי המשכן — קדושת חצר,

קדושת אהל מועד וקדושת קדה”ק.

(ג)

דער יחוד פון ביידע קדושות ביחד

(וואָס מצד דעם ווערט נתוסף אַ קדושה יתירה אין דער קדושה פרטית).

ועפ”ז קען מען מסביר זיין וואָס דער מדרש זאָגט בנוגע די קרבנות פון נשיא שמעון 58

— וואָס ער האָט מקריב געווען „על סדר מעשה המשכן ” — וז”ל 59

: קערת כנגד חצר המשכן שהי׳ מקיף את המשכן ..

שלשים ומאה משקלה כמה דתימא 60

אורך החצר מאה באמה והמשכן שהי׳ בתוכו שלשים אמה ארכו הרי מאה ושלשים.

מזרק אחד כסף כנגד החצר בלא המשכן שהיתה ע׳ אמה

[וכן משקל המזרק שבעים שקל,

מת”כ]..

ד”א החצר הי׳ ארכו ק׳ אמה ורחבו נ׳

אמה ..

טול חמשים ..

ועשה ממנו רצועות 61 ..

בריבוע יהי׳ ארכו כרחבו ע׳ אמה כו’ ועל זה אמר שבעים שקל וגו׳.

איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק:

א)

די שלשים אמה פון אורך המשכן זיינען דאָך נכלל אין די מאה אמה פון אורך החצר — ווי רעכנט מען נאָכאַמאָל די שלשים אמה אין צוגאָב צו די מאה אמה — און מען מאַכט אַסך ־הכל: ק”ל אמה?

ב)

וויבאַלד ס׳איז דאָ דער מספר פון ק”ל

(וואָס האָט אין זיך די מדה פונעם חצר מיטן משכן)

— צו וואָס האָט מען געדאַרפט מקריב זיין נאָך אַ קרבן „כנגד החצר בלא המשכן”?

ג)

וואָס איז די סברא פון דעם מ”ד אַז די „שבעים שקל” זיינען ניט „כנגד החצר בלא המשכן”,

נאָר כנגד דעם גאַנצן חצר

(ובפרט אַז מצד דעם דאַרף מען מחדש זיין — ניט רעכנען 62

די „שיריים”)?

יג.

ע”פ הנ”ל יש לומר,

אַז די דריי אופנים הנ”ל ווי צו רעכענען דעם אורך החצר

[(א)

שלשים ומאה — אַ מספר וואָס איז כולל די מדה פון חצר ומשכן ביחד און צוזאַמען דערמיט — די מדת המשכן בפ”ע,

(ב)

דעם „חצר בלא המשכן ..

שבעים אמה”,

(ג)

מאה אמה פון דעם חצר

(וואָס אין אים ווערט נכלל דער אורך המשכן)]

זיינען בהתאם צו די דריי ענינים הנ”ל בקדושת המשכן:

ווען מען רעדט וועגן דער קדושה כללית פון משכן — רעכנט מען דעם אורך החצר אַלס מאה אמה,

דאָס איז כולל כל המשכן כאחד ;

ווען מ׳וויל מדגיש זיין די קדושות פרטיות פון משכן — רעכנט מען „חצר בלא המשכן”

(שבעים אמה),

ווי דער חצר איז אַ קדושה בפ”ע;

און דער איחוד פון ביידע קדושות קומט אַרויס אין מספר ק”ל: מ׳האָט סיי דעם כלל — „מאה”

(וואו די שלשים פון משכן זיינען ניט קיין קדושה בפ”ע,

נאָר אַ טייל פון כלל)

; און סיי די שלשים פון משכן ווי דאָס איז

(אַ קדושה)

בפ”ע .

און דעריבער,

בשעת נשיא שמעון האָט מקריב געווען קרבנות לחנוכת המזבח — וואָס איז פאַרבונדן מיט די דריי ענינים ווי דאָס איז בנוגע צו

(און אין)

אידן,

כנ”ל בארוכה — האָט ער אין זיינע קרבנות „כנגד מעשה המשכן” אויך „מכוון” געווען די זעלבע ענינים ווי זיי דריקן זיך אויס בנוגע צו משכן.

יד.

און דאָס איז אויך די הסברה אין די צוויי דיעות — צי מען רעכנט די „שבעים שקלים” „כנגד החצר בלא

המשכן”,

אָדער אַז דאָס איז די מאה אמה ארכו ונ׳ אמה רחבו ווי מען מאַכט זיי „ארכו כרחבו”:

לויט דער ערשטער דיעה,

איז דער עיקר הדגשה אין חנוכת המזבח — מעלת הפרט

(אַז אויך אין דעם איז מען ממשיך דעם ענין האחדות)

— און דעריבער איז דאָ ניט אַזוי נוגע די קדושה כללית

(ווי זי איז בפ”ע )

[דאָס האָט אַ שייכות און איז מרומז — אין נדבת העגלות כו’,

כנ”ל סעיף יא]

;

משא”כ לויט דער צווייטער דיעה,

איז דער עיקר אויפטו — מעלת הכלל ,

און דער אויפטו פון חנוכת המזבח איז וואָס דאָס באַווייזט ווי אויך אין פרטים הערט זיך מעלת הכלל;

און לויט דער דיעה איז מען ניט מרמז אויף דער קדושה פרטית

(ווי זי איז בפ”ע),

און דעריבער לערנט ער אַז די „שבעים” זיינען דער חשבון פון דעם כללות שטח החצר

(משא”כ שטח המשכן וואָס האָט באקומען אַ קדושה נוספת — פרטית )

— מעלת הכלל.

(משיחות ש”פ צו תש”מ.

יום שמח”ת תשמ”ב.

ש”פ ויקרא,

ה׳ ניסן,

תשמ”ג)

Reader controls and commentary are loading.