B"H
🏡

Ikar

במדבר ב

א.

אין פסוק 1

„ואלה תולדות אהרן ומשה ביום דבר ה׳ את משה בהר סיני”,

שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ואלה תולדות אהרן ומשה” און איז מפרש: „ואינו מזכיר אלא בני אהרן 2 ,

ונקראו תולדות משה לפי שלמדן תורה מלמד שכל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”.

[און ווי מפרשים 3

זיינען מסביר דעם טעם פאַרוואָס דאָס איז שייך צו די בני אהרן דוקא

(כאָטש אַז משה האָט געלערנט תורה מיט אַלע אידן)

— ווייל משה האָט געלערנט מיט זיי באַזונדער ,

און — איידער ער האָט געלערנט מיט אַלע אידן

(ווי רש"י האָט שוין געבראַכט פריער אין ס"פ תשא 4

דעם „סדר משנה”)

;

און וויבאַלד אַז אין דעם איז משה ניט געווען מחוייב

(ואדרבה,

וויבאַלד ער האָט שוין געהאַט געלערנט פריער מיט אהרן׳ען,

איז דאָך שוין אהרן געוואָרן מחוייב 5

צו לערנען מיט זיינע קינ־

דער 6 ),

דעריבער האָט משה באַקומען דעם שכר מיוחד,

אַז „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”].

דערנאָך איז רש"י ממשיך בפירושו: „ביום דבר ה׳ את משה,

נעשו אלו התולדות שלו שלמדן מה שלמד מפי הגבורה”.

וואָס איז דאָ רש"י אויסן צו מוסיף זיין מיט׳ן הסבר

(אין צווייטן דיבור)

„נעשו אלו התולדות שלו שלמדן מה שלמד

מפי הגבורה"?

— ער האָט דעם ענין שוין געזאָגט אין דעם פריערדיקן דיבור: „שלמדן תורה ..

מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”?

לערנען מפרשים 7 ,

אַז ביי רש"י׳ן איז קשה דער המשך הכתוב: ווי פּאַסן די ווערטער „ביום דבר ה׳ את משה” אַלס המשך צו „ואלה תולדות אהרן גו׳”?

איז רש"י מפרש אַז „ביום דבר ה׳ וגו׳” קומט בהמשך

( ניט צו „ואלה תולדות אהרן “,

נאָר)

צו „ואלה תולדות ..

(ו)

משה ”: וויבאַלד בני אהרן ווערן אָנגערופן

(אויך)

„תולדות משה” דערפאַר וואָס „למדן תורה”

(ווי רש"י זאָגט אין פריערדיקן דיבור),

באַוואָרנט גלייך דער פסוק,

אַז דער ענין האָט זיך אויפגעטאָן פון „ביום דבר ה׳ את משה”,

וואָס דעמאָלט „למדן מה שלמד מפי הגבורה”.

און דאָס וואָס דער פסוק זאָגט „ ביום דבר ה׳ את משה" — דלכאורה: משה האָט דאָך געלערנט תורה מיט די בני אהרן אויך די גאַנצע צייט וואָס נאָך דעם „יום דבר ה׳ את משה”

[ ואדרבה : עיקר לימוד התורה מיט אידן

(בכלל און מיט די בני אהרן באופן מיוחד)

האָט זיך אָנגעהויבן ערשט 8

למחרת יום הכיפורים

(נאָך די דריטע „ארבעים יום” וואָס משה איז געווען בהר)

— מער ווי פיר חדשים פון זינט דעם „ יום אשר דבר ה׳ את משה בהר סיני”],

פאַרענטפערן מפרשים אויף צוויי אופנים:

(א)

„ביום דבר” דאָ מיינט „ מ יום דבר”,

ע"ד ווי אין פסוק 9

„והנותר בבשר

ובלחם”

(וואָס מיינט: פון דעם בשר און לחם) 10 .

(ב)

מיטן דיוק ב יום קומט די תורה לערנען,

אַז „אפילו לא למדו רק דבר אחד נעשו אליו תולדות” 11 .

אָבער

(נוסף אויפ׳ן דוחק אין די עצם תירוצים הנ"ל)

איז שווער צו זאָגן אַז דאָס איז כוונת רש"י,

ווייל 12

:

א)

למאי נפק"מ מדגיש זיין ההתחלה ווען די בני אהרן זיינען געוואָרן תולדות משה

(דורך דעם וואָס „למדן תורה”) 13 ?

ב)

ועיקר : משה האָט געלערנט תורה מיט אידן אויך פאַר מתן תורה

(פאַר דעם „יום דבר ה׳ את משה בהר סיני”),

ווי רש"י 14

איז מפרש,

אַז „ במרה נתן להם מקצת פרשיות של תורה שיתעסקו בהם ”; און נאָך מער: שוין אין מצרים האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט כו"כ דינים

(ווי דערציילט אין פ׳ בא 15 )

וואָס משה האָט זיי איבערגעזאָגט

(און געלערנט)

מיט אידן — היינט פאַרוואָס זיינען בני אהרן געוואָרן תולדות משה ערשט „ביום דבר ה׳ את משה בהר סיני ”,

און ניט פאַר דעם?

[ודוחק לומר,

אַז דאָס וואָס משה האָט געלערנט תורה מיט די בני אהרן באופן מיוחד

(וואָס מצד דעם זיינען זיי געוואָרן תולדות משה,

כנ"ל),

איז געוואָרן דוקא אין דעם „סדר משנה” וואָס האָט זיך אָנגעהויבן למחרת יום הכיפורים 16 ,

אָבער ניט פריער —

ווייל דער טעם

(איזה שיהי׳)

פון אָט דעם סדר

(משנה בכלל,

ובפרט)

פון לערנען באַזונדער מיט די בני אהרן — איז שייך בכל תקפו אויך פאַר מחרת יום הכיפורים; און ווי ס׳איז מוכח דאָ גופא,

אַז שוין „ ביום דבר ה׳ את משה בה"ס” — בששי

(שביעי)

בסיון 17

— האָט משה געלערנט באַזונדער מיט די בני אהרן 18

(וויבאַלד אַז דעמאָלט זיינען זיי געוואָרן „תולדות שלו”)

; איז במילא מסתבר צו זאָגן,

אַז אויך פאַר מ"ת 19

האָט משה מיט זיי געלערנט אויפן זעלבן אופן ווי נאָכדעם].

ב.

אויך זיינען דאָ כמה דיוקים אין לשון רש"י,

ומהם:

א)

פון לשון רש"י אין דעם ערשטן דבור „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו” איז מובן,

אַז דאָס מיינט ניט אַז זיי זיינען געוואָרן זיינע תולדות,

נאָר בלויז אַן ענין פון שכר,

דאָס ווערט פאַררעכנט „כאילו ילדו”: דאַקעגן אין צווייטן דיבור

זאָגט רש"י: „ נעשו אלו התולדות שלו”

(זיי זיינען געוואָרן תולדות משה)?

די תמי׳ איז נאָך גרעסער: דער מקור פון דעם פירוש רש"י איז אין גמרא 20 ,

און דאָרט איז דער לשון „כל המלמד כו׳ מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו שנאמר ואלה תולדות אהרן ומשה ..

ומשה לימד לפיכך נקראו על שמו”,

און רש"י דאָ איז מוסיף אויף לשון הש"ס,

און זאָגט

(ניט נאָר „ ונקראו 21

תולדות משה”,

נאָר)

„ נעשו אלו התולדות שלו”.

ב)

וואָס איז די אריכות הלשון „

(שלמדן)

מה שלמד מפי הגבורה " — רש"י האָט געדאַרפט זאָגן בקיצור

(און ווי ער זאָגט טאַקע אין דעם ערשטן דיבור)

„שלמדן תורה “ 22 ?

אפילו את"ל,

אַז ווייל אין פסוק שטייט דער לשון „ביום דבר ה׳ את משה”,

דערפאַר איז

(אויך)

רש"י בהתאם לזה מדגיש אַז ער האָט געלערנט מיט זיי דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט — איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: אויב אַזוי,

פאַרוואָס איז רש"י משנה פון לשון

(ותוכן)

הפסוק,

און זאָגט

(א)

„מה שלמד "

(ניט — „מה ששמע”),

(ב)

„ מפי הגבורה "

(ניט — „מפי ה׳” וכיו"ב)?

ג.

דער ביאור אין דעם:

רש"י קען זיך ניט באַנוגענען מיטן פירוש „כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”,

ווייל אין פסוק שטייט „ואלה תולדות אהרן ומשה ”:

ווען אין פסוק וואָלט געשטאַנען בלויז „תולדות משה”,

וואָלט מען געקענט זאָגן,

אַז דער פסוק נוצט דעם וואָרט „תולדות” אַלס שם המושאל 23 ,

אַז דורך דעם וואָס „למדן תורה” איז „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”; ע"ד ווי רש"י האָט שוין מפרש געווען אויפן פסוק 24

(ביי אברהם׳ען)

„הנפש אשר עשו בחרן — שהכניסן תחת כנפי השכינה כו׳ ומעלה עליהם הכתוב כאילו עשאו

(ם)

": און עד"ז טייטשט רש"י ווייטער 25

— בשייכות צו לימוד התורה

(ווי אין אונזער פסוק)

: „ושננתם לבניך,

אלו התלמידים,

מצינו בכל מקום שהתלמידים קרוים בנים ”.

דאָ שטייט דאָך אָבער „ואלה תולדות אהרן ומשה ”: דער פסוק דערמאָנט זיי בחדא מחתא,

אַז „ואלה” זיינען תולדות משה פּונקט ווי זיי זיינען תולדות אהרן — איז דאָס תמוה: ווי קען מען צוגלייכן דאָס וואָס זיי זיינען תולדות אהרן — וואָס זייער מציאות איז אַ תולדה פון אהרן — צו דעם וואָס זיי זיינען תולדות משה צוליב זיין לערנען תורה מיט זיי,

וואָס מיטן גאַנצן עילוי שבזה,

איז עס אָבער לכאורה ניט קיין

חידוש אין זייער עצם מציאות

(און מען קען אויף דעם זאָגן בלויז „ מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”)?

לערנט רש"י,

אַז דאָס באַוואָרנט דער פסוק מיט מוסיף זיין די ווערטער „ביום דבר ה׳ את משה”: דאָס איז מדגיש אַז די תורה וואָס משה האָט געלערנט מיט די בני אהרן איז געווען „מה שלמד מפי הגבורה ”,

און דערפאַר האָט דער לימוד אויפגעטאָן אַ גבורה ,

אַז „ נעשו אלו התולדות שלו" 26

— עס איז געווען אַזאַ לימוד וואָס האָט איבערגעמאַכט זייער עצם מציאות

(ברוחניות),

ביז זיי זיינען דערמיט געוואָרן „תולדות משה”,

כדלקמן.

ד.

אַלס הקדמה צו מתן תורה,

האָט דער אויבערשטער געזאָגט משה׳ן ער זאָל איבערגעבן אידן: „ועתה אם שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי והייתם לי סגולה מכל העמים גו׳ ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש” 27 .

דאָס הייסט,

אַז מתן תורה

(וקבלת התורה)

האָט אויפגעטאָן אַ שינוי עיקרי אין דעם עצם מציאות פון אידן: פריער זיינען זיי געווען ווי „כל העמים”,

און דורך מתן תורה זיינען אידן געוואָרן אַנדערש,

אויסגעטיילט,

„סגולה מכל העמים" — אַ „ממלכת כהנים וגוי קדוש”.

דערפאַר איז מתן תורה געווען אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער האָט זיך באַ־

וויזן צו אידן און מיט גבורה — „קולות ..

לפידים ..

קול השופר" 28

— וואָס דאָס האָט גע׳פּועל׳ט אַ שינוי אין דער מציאות פון אידן 29 .

און שמיעת הדברות איז געווען „מפי הגבורה” 30 .

און וויבאַלד אַז דער „והייתם לי סגולה גו׳” איז פאַרבונדן מיט מ"ת און אָפּהענגיק פון „ושמרתם את בריתי”

(„שמירת התורה" 31 )

— איז פאַרשטאַנדיק,

אַז אָט דעם כח

(פון מ"ת)

צו קענען אויפטאָן אַ שינוי המציאות אין אידן,

איז אַריינגעגעבן געוואָרן אין תורה .

און דאָס איז אויך וואָס רש"י איז מדייק — „שלמדן מה שלמד מפי הגבורה ”: היות אַז די „תורה שלמדן”

(מיט די בני אהרן במיוחד)

איז געווען „מה שלמד מפי הגבורה " — משה האָט דאָס אַליין געהערט און געלערנט פון אויבערשטן — האָט זי אין זיך געהאַט בגלוי 32

דעם כח ה„גבורה” פון מתן תורה 33

(וואָס בכחו צו משנה זיין די מציאות פון אַ אידן)

; און דערפאַר 34

„נעשו אלו התולדות שלו”,

ווייל זיין לימוד האָט אויפגעטאָן אַ „הולדה”

(רוחנית).

ה.

ע"פ הנ"ל — אַז „ואלה תולדות” ..

(ו)

משה” איז

(ניט נאָר אַן ענין פון „ כאילו ילדו”,

נאָר ס׳איז)

בדומה צו „תולדות אהרן”,

באופן אַז „ נעשו אלו התולדות שלו" — וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער פסוק איז דאָ מדייק „ ביום דבר ה׳ את משה"

(ניט — „ מ יום גו׳”)

:

פּונקט ווי ביי הולדה גשמית,

איז דאָך ניט שייך צו זאָגן אַז די הולדה איז אַ זאַך וואָס חזר׳ט זיר איבער

(מערערע מאָל)

— די הולדה טוט זיך אויף אין דער ערשטער רגע,

און דערנאָך קומט פאַר בלויז דער וואַקסען פונעם ולד מקטנות לגדלות.

אַזוי איז אויך ביי „הולדה” רוחנית: דאָס וואָס „נעשו אלו התולדות שלו” האָט זיך אויפגעטאָן „ ביום דבר ה׳ את משה" — מיט׳ן ערשטן לימוד וואָס משה האָט געלערנט

(באַזונדער)

מיט די בני אהרן די תורה „שלמד מפי הגבורה”; דער שפּעטערדיקער לימוד התורה

(פון משה מיט די בני אהרן)

איז געווען ניט באופן אַז דורך דעם „ נעשו אלו התולדות שלו”

(עס האָט נאָר די

מעלה פון „ כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”,

כדלקמן סעיף ז).

עפ"ז ווערט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: ביי מתן תורה האָבן דאָך אידן

(ובני אהרן בכללם)

געהערט פון אויבערשטן אַליין,

מפי הגבורה,

די עשרת הדברות

(ווי זיי זיינען געזאָגט געוואָרן בדיבור אחד,

און דערנאָך — די צוויי דברות פון אנכי ולא יהי׳ לך) 35 ,

האָט זיך דאָך שוין ביי אַלע אידן

(ובני אהרן בכללם)

אויפגעטאָן די „הולדה”

(רוחנית)

ביים הערן די דברות „מפי הגבורה" — היינט ווי קען מען זאָגן,

אַז די בני אהרן זיינען געוואָרן תולדות משה דורכדעם וואָס משה האָט דערנאָך זיי איבערגעזאָגט

(באַזונדער)

וואָס ער האָט געהערט „מפי הגבורה”?

דערפאַר איז רש"י מדייק „ שלמדן מה שלמד מפי הגבורה”: כדי עס זאָל זיך אויפטאָן די הולדה

(רוחנית)

שע"י תורה איז ניט גענוג דער ענין פון „שמיעה”

(בעלמא) 36

— דאָס וואָס די אידן האָבן בלויז געהערט 37

די דברות פון אויבערשטן אַליין — נאָר די תורה מוז נלמד ווערן,

נקלט 38

ווערן ביים שומע; און דאָס האָט משה אויפגעטאָן דורך דעם וואָס „ למדן מה שלמד 39

מפי הגבו־

רה”.

משה האָט ניט נאָר גערעדט די אַנדערע ח׳ דברות צו אידן 40 ,

נאָר ער האָט מיט זיי געלערנט 41

די אַלע עשרת הדברות

(מיט זייערע הלכות ופרטי דינים) 42

; און וויבאַלד ער האָט געלערנט באַזונדער מיט די בני אהרן,

דעריבער „נעשו אלו התולדות שלו”.

ו.

אויף דעם ביאור הנ"ל קען מען לכאורה פרעגן:

ווען מ׳וואָלט געזאָגט אַז דערפאַר וואָס משה האָט געלערנט תורה מיט די בני אהרן,

איז „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”,

נאָר בתור שכר,

וואָלט מען געקענט פאַרשטיין פאַרוואָס דוקא די בני אהרן ווערן אָנגערופן תולדות משה — כאָטש משה האָט געלערנט תורה מיט אַלע אידן —

ווייל

(ווי געבראַכט פריער),

דוקא דער לימוד מיט די בני אהרן איז געווען אַן ענין פון לפנים משורת הדין,

אויף וועלכן מען באַקומט אַ שכר מיוחד;

אָבער לויט׳ן ביאור הנ"ל,

אַז דאָס איז

(ניט נאָר אַ שכר,

נאָר)

— „ נעשו אלו

התולדות שלו”,

ווייל דורך דעם וואָס „ למדן מה שלמד מפי הגבורה ” איז געוואָרן אַ „הולדה"

(רוחנית)

— איז ניט מובן: אין דעם איז דאָך לכאורה קיין נפק"מ ניט,

צי מ׳איז מחוייב צו לערנען מיט׳ן צווייטן,

אָדער מען טוט לפנים משורת הדין: און וויבאַלד אַז בפועל האָט משה געלערנט „מה שלמד מפי הגבורה" מיט אַלע אידן,

האָבן דאָך אַלע אידן געדאַרפט ווערן „נעשו תולדות משה”.

איז די הסברה בזה: דאָס וואָס לימוד התורה פּועל׳ט אַ שינוי ו„הולדה” אין דעם אדם הלומד,

איז עס

(ניט מצד דעם „מלמד”,

נאָר)

מצד דער תורה ,

וואָס זי פאַרמאָגט דעם כח „הגבורה”.

און דעריבער: ווען איינער לערנט תורה מיט אַ צווייטן

(באופן הנ"ל,

„מה שלמד מפי הגבורה”)

מצד החיוב ,

איז הן אמת,

אַז עס טוט זיך אויף אַ הולדה

(ברוחניות)

ביים תלמיד,

אָבער די „הולדה” איז זיך ניט מתייחס צום „מלמד”,

נאָר צו דער תורה און „פי הגבורה”

(דער מצַווה)

; ע"ד ווי די מכות מצרים ווערן אָנגערופן 43

„אותותי"

(פון דעם אויבערשטן ),

ווייל משה האָט זיי געטאָן ע"פ ציווי ה׳ ובשליחותו

[און דער מלמד באַקומט שכר פאַר מקיים זיין מצות הגבורה,

אָבער ניט פעולת „הולדה” 44 ]

;

דוקא ווען זיין לערנען תורה מיטן צווייטן איז

(ניט במדת ושורת הדין דציווי ה׳ ושליחותו,

נאָר ס׳איז)

אין אַן אופן פון לפנים משורת הדין,

וואָס ער טוט מדעת עצמו ,

דעמאָלט איז די „הולדה” זיך מתייחס צו אים.

ז.

מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:

ע"פ הנ"ל קומט אויס,

אַז דער ענין פון „נעשו אלו התולדות שלו” איז שייך

(א)

נאָר ביי משה׳ן,

וואָס ער האָט אַליין געלערנט „מפי הגבורה”,

ובמילא האָט זיין לערנען מיט בני אהרן געהאַט דעם כח אויפצוטאָן אין זיי אַ הולדה

(רוחנית),

און

(ב)

נאָר „ ביום דבר ה׳ את משה”,

ווען ס׳איז געווען די התחלת הלימוד

(„מה שלמד מפי הגבורה”)

מיט בני אהרן — איז ניט מובן: ווי קען מען פון דעם אָפּלערנען,

אַז „ כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”?

איז דער ביאור בזה: אויב מ׳זאָל זאָגן אַז דער ענין פון „נעשו אלו התולדות שלו” איז שייך בלויז ביי משה׳ן,

וועט אויסקומען,

אַז מיט צולייגן דעם וואָרט „משה” אין דעם פסוק איז די תורה מרמז נאָר אַ סיפור — אַן איינמאָליקער אויפטו און וואָס איז געווען שייך בלויז ביי משה׳ן;

אין פשוטו של מקרא אָבער לייגט זיך צו זאָגן — און וואו מען קען נאָר דאַרף מען אַזוי מפרש זיין — אַז תורה איז אויסן אַ הוראה ולימוד

[ווי רש"י ברענגט בכמה מקומות 45

אַז אַ פסוק קומט „ ללמד ”

(וכיו"ב)].

דערפאַר לערנט אַזוי רש"י אויך בנדו"ד,

אַז כאָטש דער ענין פון „נעשו אלו התולדות שלו” ממש,

איז שייך נאָר ביי משה׳ן וואָס „למד מפי הגבורה” און „ביום דבר ה׳ את משה" — לערנט מען אָבער דערפון אָפּ* 45 ,

אַז אויך „ כל

המלמד את בן חבירו תורה

(איז עכ"פ)

מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”:

וויבאַלד אַז יעדער ענין פון תורה,

וואָס יעדער איד לערנט מיט „בן חבירו" צו יעדער צייט,

איז געזאָגט געוואָרן „מפי הגבורה" — כאָטש אַז

(א)

דער „מלמד” האָט דאָס ניט געלערנט מפי הגבורה,

און

(ב)

דער „בן חבירו" איז שוין אַ למדן — באַקומט דער „מלמד” דעם שכר וואָס עס ווערט פאַררעכנט „ כאילו ילדו”.

[אבל יש לומר,

אַז בדיוק לשונו „כל המלמד את בן חבירו"

(ניט — „חבירו” 46 )

איז רש"י מרמז,

אַז דער ענין פון „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו” טוט זיך אויף

(בעיקר)

ווען עס רעדט זיך וועגן אַ לימוד מיט

(ניט אַן אומאָפּהענגיקען מענטש נאָר מיט)

„ בן חבירו" — אַ קינד וואָס האַלט ביי התחלת הלימוד 47

; און וויבאַלד דער מלמד מאַכט די התחלה

(של לימוד התורה)

מיט „בן חבירו”,

איז עס דעריבער אַן אויפטו,

אַ חידוש,

וואָס איז בגדר פון „הולדה”

(רוחנית)

* 47 ].

ח.

דערפון קען מען אַרויסלערנען,

בדרך אגב,

אַ ביאור אין דעם גודל הענין פון „אומר דבר בשם אומרו”

(ביז ווי

מחז"ל 48

אַז דאָס איז „מביא גאולה לעולם”)

:

בשעת איינער זאָגט איבער אַן ענין אין תורה „בשם אומרו”,

איז ער דערמיט מדגיש דעם ענין המסורה שבתורה,

ווי ער האָט די תורה מקבל געווען מרבו — ומזה מסתבר — דור אחר דור ביז משה רבינו 49 ,

וואָס משה „למד מפי הגבורה”;

און דערמיט וואָס ער פאַרבינדט דעם ענין אין תורה וואָס ער זאָגט מיט משה ווי ער האָט עס געלערנט מפי הגבורה,

איז ער מגלה דעם כח פון „פי הגבורה” אין דער תורה וואָס ער זאָגט,

און בכח זה פּועל׳ט עם דעם ענין „ההולדה”

(כנ"ל)

-

וי"ל יתרה מזה — אַז דערפאַר איז דאָס „מביא גאולה לעולם" — ווייל גאולה איז אַן ענין פון גבורה ו„לידה”,

כמבואר בכ"מ 50 .

ט.

אע"פ אַז ע"ד הפשט קען מען ניט זאָגן אויף „ כל המלמד את בן חבירו תורה" אַז עס ווערט דורך דעם אויפגעטאָן אַן ענין של „הולדה” ממש

(כנ"ל)

-

וויבאַלד אָבער אַז תורת אמת זאָגט דערויף אַז „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו” איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס איז ניט בלויז אַ חיצונית׳דיקער פאַרגלייך צו אַ צווייטן ענין,

נאָר אַז

(בפנימיות הענינים)

האָט ער אויפגעטאָן אַ „מעין” 51

פון

(כאילו)

— „ילדו” 52 .

דער ביאור בזה: דער עונש אויף ביטול תורה איז — „דבר ה׳ בזה הכרת תכרת” 53 ,

אַן ענין פון היפך החיות ר"ל.

וואָרום דער חיות פון אַ אידן איז פאַרבונדן מיט תורה — „כי הם חיינו" — און דערפאַר,

ווען אַ איד איז פורש פון תורה,

איז דאָס ווי דגים הפורשים מן הים 54 .

וע"פ תורת הבעש"ט 55 ,

אַז בכל רגע איז דער אויבערשטער מחדש דעם קיום וחיות פון יעדן נברא,

קומט אויס,

אַז ווען איינער לערנט תורה און באַוואָרנט זיך פון „הכרת תכרת”,

איז דאָס ניט נאָר אַן ענין שלילי — אַז ער האָט פאַרהיט אַז ביי אים זאָל ניט נפסק ווערן זיין

(המשך ה)

חיות,

נאָר ס׳איז אַן ענין חיובי : דורך זיין לימוד איז ער גורם אַז דער אויבערשטער זאָל מחדש זיין זיין קיום חיות.

און דערפאַר איז „ כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”: באַ יעדן מאָל לערנען,

מיט וועמען עס זאָל נאָר זיין — וואָס דערמיט פאַרבינדט מען „בן חבירו" מיט מקור חיותו — איז דאָס „כאילו ילדו”: ער האָט אויפגעטאָן אַ הולדה,

ווייל ער האָט גורם געווען אַז דער אויבערשטער זאָל ברגע זה מחדש זיין דעם קיום פון „בן חבירו”.

(משיחות ש"פ במדבר תשכ"ח,

ותשל"ח)

Reader controls and commentary are loading.