א.
אין דער היינטיקער סדרה ווערן אויסגערעכנט די ד׳ מינים 1
וואָס מען דאַרף נעמען ביום הראשון פון חג הסוכות — „פרי עץ הדר כפות תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל" 2 .
געפינט מען אין דעם אַ דבר פלא:
ביי די ערשטע דריי מינים זעט מען אַז דער סימן וואָס תורה גיט אויף זיי,
איז אַ תנאי לעיכובא אין דעם מין וואָס מ׳נעמט בפועל :
„פרי עץ הדר" — דער אתרוג וואָס מ׳נעמט מוז זיין אַ „פרי עץ"* 2
און עס מוז זיין אַ „הדר" 3
(ואתרוג היבש פסול 4
(:
„כפות תמרים" — דער לולב מוז זיין „ כפות " 5
: „עלים הראויין לאגדן ולכפותן עם השדרה" 6
(און אויב ניט איז עס פסול),
[און אויך בנוגע דעם פרט פון „תמרים" — איז מסביר דער ראָגאַטשאָווער 7 ,
אַז ס׳איז ניט גענוג אַ לולב פון
אַ בוים וואָס האָט דעם שם
(פון דעם מין)
תמרים,
נאָר עס מוז קומען פון אַ „דקל שעושה תמרים".
(דערמיט איז ער מבאר וואָס חז"ל 8
זאָגן אַז „ד׳ מינין שבלולב ב׳ מהן עושין פירות" — דלכאורה: אויך אַן עץ הדס גיט אַרויס פירות
(ענבים 9 ?
נאָר ווייל ביי לולב איז דער דין,
אַז דער לולב מוז זיין פון אַ „דקל שעושה תמרים",
און אויב „נטע דקל לעצים פסול ללולב",
משא"כ ביי הדס וואָס מוז ניט קומען פון אַן עץ וואָס איז עושה פירות 10
[;
„ענף עץ עבות" — דער הדס מוז זיין „עבות": „תלתא בחד קינא" 11
(און אויב ניט איז עס פסול).
משא"כ ביים פערטן מין,
כאָטש אַז אויך ביי אים איז דער פסוק מציין „ערבי נחל",
איז אָבער דער דין 12 ,
אַז „של בעל כשרה": אויב נאָר עס איז פון דעם מין ערבה וואָס וואַקסט געוויינטלעך ביי אַ נחל,
איז כשר מלכתחילה 13 ,
אפילו אויב
די ערבה וואָס ער נעמט בפועל איז ניט געוואָקסן ביי אַ נחל.
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס זיינען ערבי נחל אַנדערש פון די אַנדערע דריי מינים,
וואָס דער סימן וואָס תורה גיט אויף די ערבות איז נאָר אויף כללות המין און ניט אויף דער ערבה מיט וועלכע מ׳איז מקיים די מצוה בפועל 14 ?
ב.
אין גמרא 15
איז פאַראַן אַ מ"ד אַז דער דין
(אַז אויך אַן ערבה וואָס איז געוואָקסן במדבר או בהרים איז כשר)
לערנט מען אָפּ פון דעם וואָס עס שטייט „ ערבי נחל" — ערבי לשון רבים 16
— וואָס איז מרבה אויך אַן ערבה וואָס וואַקסט ניט ביי אַ נחל.
אָבער נוסף אויף דעם וואָס הא גופא איז דורש ביאור: מאי טעמא וואָס ביי די דריי מינים איז תורה מקפיד אַז דער פרט הנלקח בפועל זאָל האָבן די סימנים,
און ביי ערבי נחל איז גענוג אויב עס איז פון דעם מין בכלל — איז ניט מובן:
פון לשון הרמב"ם 17
(לויטן פירוש פון רוב מפרשים 18 )
והשו"ע 19
איז משמע,
אַז מען דאַרף ניט האָבן אַ ריבוי מיוחד צו מרבה זיין אַן ערבה וואָס איז געוואָקסן במדבר או בהרים,
נאָר מען ווייס עס פון
משמעות הכתוב : די תורה רופט זיי מיטן נאָמען „ערבי נחל" ווייל „רוב מין זה גדל על הנחלים",
און אויך אַן ערבה וואָס מ׳נעמט פון דעם מיעוט וואָס וואַקסן במדבר או בהרים איז כשר.
[[און מפרשים 20
זיינען מוסיף,
אַז מען קען גאָרניט זאָגן אַז לויטן רמב"ם ווערט דער דין אָפּגעלערנט פון דעם ריבוי „ערבי" — ווייל דעם ריבוי דאַרף מען אויף צו אָפּלערנען אַז מען דאַרף נעמען צוויי ערבות 21 ,
קומט אויס לשיטת הרמב"ם,
אַז ביים זאָגן דעם לשון „ערבי נחל" רעדט די תורה
(מלכתחילה)
נאָר וועגן דעם שם המין בכלל,
און ניט וועגן די ערבות מיט וועלכע מ׳איז מקיים די מצוה בפועל.
איז ניט פאַרשטאַנדיק: מנלן
(ומאי טעמא)
לחלק בסימני התורה אויף די ד׳ מינים,
צווישן די ערשטע דריי און די ערבות?
ג.
מ׳האָט שוין גערעדט כמה פעמים 22 ,
אַז עס זיינען פאַראַן כמה ענינים אין תורה,
וואָס אין דרך הפשט וע"ד הנגלה זיינען זיי „ניט גלאַטיק",
און זיי ווערן פאַרשטענדליך לגמרי — נאָר ודוקא לויט דרך הדרש הרמז והסוד,
ובפרט ע"פ הביאור אין פנימיות התורה.
ובל׳ רש"י 23
ובהדגשה „ אין המקרא הזה אומר אלא דרשני".
ועד"ז בעניננו: דער חילוק הנ"ל צווישן די ד׳ מינים,
איז פאַרשטאַנדיק בפשטות לויטן ביאור אין די ד׳ מינים ע"ד הדרש:
עס שטייט אין מדרש 24 ,
אַז די ד׳ מינים זיינען אַ רמז אויף די פיר סוגים פון אידן: אַן אתרוג וואָס „יש בו טעם ויש בו ריח" איז מרמז אויף אידן וואָס „יש בהם תורה ויש בהם מעשים טובים"; כפות תמרים
(לולב)
וואָס
(א תמר)
„יש בו טעם ואין בו ריח",
זיינען אַ רמז אויף די אידן וואָס „יש בהם תורה ואין בהם מעשים טובים"; „הדס יש בו ריח ואין בו טעם" איז מרמז אויף אידן וואָס „יש בהם מעשים טובים ואין בהם תורה"; און ערבה וואָס „אין בה טעם ואין בה ריח" איז אַ רמז אויף „בני אדם שאין בהם לא תורה ולא מעשים טובים".
און די מצוה פון נטילת ד׳ מינים איז ענינה — „יוקשרו כולם אגודה אחת": אַלע פיר סוגים פון אידן ווערן פאַרבונדן באגודה אחת.
קומט אויס,
אַז עס איז דאָ אַ חילוק עיקרי צווישן די ערשטע דריי מינים מיט דער ערבה: די ערשטע דריי מינים — סוגים אין אידן — זיינען גלייך זה לזה
(ובמילא איז אויך זייער התאחדות)
מצד דעם וואָס זיי אַלע פאַרמאָגן מעלות גלויות ,
מען זעט זיי בפועל ; כפתגם הידוע 25
: „אַ גנב איז ניט דער וואָס קען גנב׳נען נאָר דער וואָס גנב׳עט,
און אַ למדן איז ניט דער וואָס קען לערנען,
נאָר דער וואָס לערנט
( בפועל )
"; ועאכו"כ אַז די מעלה פון מעשים טובים איז
(כתוכנן הפשוט)
שייך דוקא ווען מ׳טוט
(און מ׳האָט)
מעשים טובים בפועל.
משא"כ די ערבה — אידן וואָס „אין בהם לא תורה ולא מעשים טובים" — איז די התאחדות מיט זיי דערפאַר וואָס זיי זיינען אידן ,
וואָס דאָס איז אַ מעלה פנימית ועצמית וואָס איז פאַראַן ביי יעדן איינעם וואָס איז מזרע אברהם יצחק ויעקב — אויך ווען בפועל איז „אין בהם לא תורה ולא מעשים טובים",
און אפילו אַ תינוק שנשבה לבין העכו"ם און ווייס גאָרניט אַז ער איז אַ איד.
און דערפון ווערט נשתלשל בהלכה בפועל,
אַז די סימני התורה פון די ערשטע דריי מינים דאַרפן זיין בגלוי ביי די מיט וועלכע מ׳איז מקיים די מצוה בפועל; משא"כ ביי ערבה,
איז אפילו אויב די פרטיות׳דיקע ערבה איז ניט געוואָקסן ביים נחל
(ער איז אַ תינוק שנשבה לבין העכו"ם),
אויב נאָר ער איז פון דעם מין „ערבי נחל" — ער שטאַמט פון אברהם יצחק ויעקב — איז עס אַן ערבה כשרה לקיים המצוה,
און דורך דעם „יוקשרו" מיט איר פון די אַנדערע ג׳ מינים — ווערן זיי אַ טייל פון
(און מען איז מקיים)
מצות ד׳ מינים.
ולהעיר אַז דוקא זייער נאָמען,
וועלכער „ונקראים בהם בלשון הקודש" 26
„ערבה" — איז די זעלבע אותיות פון „ וערבה לה׳ מנחת יודא גו׳" 27 .
ד.
דערפון האָט מען אויך די הוראה ברורה:
צום אַלעם ערשטן דאַרף מען וויסן,
אַז מען מוז זיך פאַרבינדן מיט יעדן אידן,
אפילו מיט אנשים פשוטים,
ווייל כדי צו מקיים זיין מצות נטילת ד׳ מינים מוז מען האָבן אַלע פיר מינים.
כשם ווי
מען קען ניט יוצא זיין די מצוה אָן אַן אתרוג,
אָדער אַ לולב אָדער אַ הדס,
אַזוי קען מען ניט מקיים זיין די מצוה אָן ערבות,
אנשים פשוטים.
ואדרבה : וויבאַלד אַז די פשיטות פון אנשים פשוטים
(דוקא)
איז פאַרבונדן מיט פשיטות העצמות 28 ,
קומט אויס,
אַז דוקא דורך דעם וואָס מען פאַרבינדט זיך מיט אנשים פשוטים,
פאַרבינדט מען זיך מיט פשיטות העצמות.
דערצו קומט די הוראה,
אַז עס איז אַ חילוק עיקרי אין דעם אופן ווי מען פאַרבינדט זיך מיט די ערשטע דריי סוגים פון אידן,
אָדער — מיט אַן איש פשוט:
די וואָס זיינען שייך צו מעלות גלויות — תורה ומעשים טובים — דאַרפן זיי האָבן תורה ומעשים טובים בפועל ממש ; ס׳איז ניט גענוג וואָס מען שטאַמט פון א ַמשפחה פון לומדים,
אָדער וואָס מ'האָט זיך פאַרשריבן אין אַ ישיבה,
אָדער אפילו וואָס ער האָט מיט אַ וויילע פריער געלערנט תורה; ער מוז האָבן איצט דעם „טעם",
דעם לימוד התורה בפועל
(ועד"ז במעשים טובים).
אָבער באַ מקרב זיין אַן איש פשוט,
דאַרף מען ניט שטעלן „תנאים" — פריער לערן תורה זיי מקיים מעשים טובים,
אפילו ניט דעם תנאי אַז פריער זאָל ער „פילן" זיר ווי אַ איד 29
;
וויבאַלד ער איז מזרע ישראל דאַרף
מען צום אַלעם ערשטן זיך פאַרבינדן מיט אים — מצד אהבת ישראל,
דערפאַר וואָס ער איז אַ איד,
ואדרבא אויב ער פילט דאָס ניט איז דער רחמנות אויף עם גאָר גאָר אַ גרויסער,
און רחמים רבים בריינגט אהבה רבה 30 ,
און דאָס „אוהב את הבריות" וועט ברענגען,
„ומקרבן לתורה" 31
: סוף סוף וועט ער מקרב זיין און אויפהויבן די בריות צו תורה,
ביז זיי וועלן זיין אין דער דרגא פון יש בו טעם ויש בו ריח.
ה.
דער ביאור איז לויט דער דיעה
(הנ"ל סעיף א)
אַז „כפות תמרים" איז אַ תנאי לעיכובא אין לולב,
אַז עס מוז קומען פון אַ „דקל שעושה תמרים".
עס זיינען אָבער פאַראַן דיעות 32 ,
אַז אויך „כפות תמרים" איז בלויז דער שם המין בכלל
(פּונקט ווי „ערבי נחל")
און אויך אַ דקל שאינו עושה תמרים איז כשר ללולב —
וי"ל ביאור החילוק
(צווישן די סימני התורה אויף אתרוג והדס און לולב וערבות)
לויט די דיעות:
נטילת ד׳ מינים איז דאָך פון די מצות מעשיות ,
און אין זיי גופא אַ כי נעלית ביותר,
וואָרום זי דאַרף אויפטאָן אחדות בשלימות פון אַלע סוגי אידן,
ווי די אחדות פון די פיר אותיות פון שם המיוחד ,
שם הוי׳ 33
און דאָ זאָגט מען אַז ס׳איז מעכב ,
ווי אַזוי קען ווערן די מציאות פון דער מצוה מעשית
ווען עס טוען אין דעם אַזוינע וואָס „אין בהם מעשים טובים" 34 ,
ניט נאָר אַז אין זיי ווערט אויפגעטאָן
(אחדות ואיחוד וכו׳)
דורך דעם קיום המצוה,
ובל׳ המדרש דאָ גופא בנדו"ד : מכפרין אלו על אלו.
ויתרה מזה: זייער צירוף אין אויפטאָן מציאות המצוה מעשית ,
דאַרף גאָר שטערן,
ע"ד ווי מ׳זאָגט 35
באַ פרה אדומה אַז עס דאַרף זיין ניט ע"י אהרן,
ווייל „אין קטגור נעשה סניגור" —
מוז מען זאָגן אַז ביידע
(לולב וערבה) 36
טוען אויף מציאות המצוה דורך זייער עצם 37 ,
וואָס זיי זיינען בני אברהם כו׳,
וועלכער איז שטאַרקער
(ווען ער ווערט נתגלה 38
— דורך דעם צירוף ולקיחה צוזאַמען מיט אתרוג והדסים)
ווי מעשים.
וי"ל דוגמתו,
עכ"פ מעין זה,
בנוגע ללולב וואָס אעפ"כ דאַרף ער האָבן תורה: תרומה ווערט געגעבן נאָר לכהן,
ווייל ער איז בנו של אהרן,
ואעפ"כ זאָגט מען אַז ער דאַרף האָבן מעלת התורה והנותן 39
תרומה לכהן ע"ה כאילו נותנה כו׳.
ו.
לויט דעם ביאור קומט אַרויס נאָך אַן ענין — אַז עס איז דאָ אַ גרעסערער חידוש אין דעם צירוף הלולב לגבי דעם צירוף פון די ערבות:
„מי שיש בו תורה",
וועלכער האָט ניט קיין מעשים טובים איז דאָס
(דער ניט האָבן מע"ט)
פיל ערגער ווי באַ אַן עם הארץ.
אַן עם הארץ ווייס ניט בעסער,
משא"כ דער תלמיד חכם האָט דעם „תלמוד" און אעפ"כ איז עס ניט „מביא לידי מעשה".
וע"ד מאמר חז"ל 40 ,
אַז תלמידי חכמים — „שגגות נעשות להם כזדונות".
וואָס פון דעם האָט מען נאָך אַ הוראה,
אַז דער חיוב פון פאַרבינדן זיך מיט יעדן איד — „יוקשרו כולם אגודה אחת" — איז ניט נאָר מיט די וואָס בנוגע זיי איז עס פקוח נפש
(ברוחניות)
ממש,
עמי הארץ ותינוק שנשבה בין העכו"ם וכו׳ אַזעלכע וואָס האָבן קיינמאָל ניט „פאַרזוכט" דעם „טעם" פון אידישקייט,
נאָר אפילו איינער וואָס ווייס יאָ און פונדעסטוועגן איז ער ניט מקיים — דאַרף מען זיך אָפּגעבן און זיך פאַרבינדן מיט אים
(„יוקשרו כולם אגודה אחת").
און נאָך מער: מען מוז אים האָבן לעשות מציאות המצוה ולקיימה.
און דורך דעם וואָס אַלע סוגים פון אידן ווערן נתאחד צוזאַמען,
ווערט אויפגעטאָן — ווי דער מדרש פירט אויס — „הן מכפרין אלו על אלו",
כולל
דעם טייטש אין „כפרה" — „לכפר לפני ה׳ להיות נחת רוח לקונו" 41
;
ביז אַז דאָס פּועל'ט אויף אַן עילוי אויך למעלה כביכול — „אמר הקב"ה ..
אני מתעלה" 42 ,
און דאָס ברענגט אַראָפּ די גאולה האמיתית והשלימה — דאין ישראל נגאלין עד שיהיו כולן אגודה אחת 43 .
(משיחת שמחת בית השואבה,
תשי"ב)