B"H
🏡

Ikar

ויקרא א

א.

עס שטייט אין מדרש 1

: אמר רבי אסי מפני מה מתחילין לתנוקות בת”כ ואין מתחילין בבראשית אלא 2

שהתנוקות טהורין והקרבנות טהורין יבואו טהורין ויתעסקו 3

בטהורין 4 .

וואָס מיינט „והקרבנות טהורין”?

אַ טייל מפרשים 5

זאָגן אַז דאָס מיינט אַז קרבנות דאַרפן געבראַכט ווערן בטהרה,

ניט בטומאה; און לויט אַנדערע מפרשים 6

- אַז דורך קרבנות ווערט מען טהור פון חטא.

ביידע פירושים זיינען אָבער לכאורה ניט גלאַטיק: פון לשון המדרש „והקרבנות טהורין” איז משמע אַז דאָ רעדט מען וועגן די קרבנות עצמם אַז זיי זיינען טהורין

(און ניט וועגן די וואָס ברענגען זיי) 7 .

ומאידך,

לערנען פשוטו כמשמעו,

אַז

„טהורין” באַציט זיך אויף די קרבנות עצמם,

איז אויך ניט גלאַטיק: מען געפינט ניט אַז תורה זאָל ביי קרבנות נוצן די הגדרה פון טהורים; מען געפינט אַז קרבנות דאַרפן זיין תמימים ומובחרים וכו’ 8 ,

אָבער ניט דעם גדר פון „טהורין”.

ב.

לכאורה וואָלט מען געקענט לערנען,

אַז דער גדר פון „טהורין” דאָ אין מדרש איז מתאים דערמיט וואָס חז”ל 9

זאָגן וועגן די קרבנות פון לפני מתן תורה,

אַז „הכל כשרין ליקרב בהמה חי’ ועוף זכרים ונקבות תמימין ובעלי מומין טהורין אבל לא טמאין ”.

דאָס הייסט,

אַז דער גדר פון קרבנות פאַר מ”ת 10

איז - „טהורין”.

און די שייכות פון די קרבנות פאַר מ”ת לענינינו איז אין דעם,

וואָס דאָ רעדט זיך וועגן תינוקות,

קטנים,

וואָס זיינען ניט מחוייב אין קרבנות 11 ,

איז עס בדוגמא צו די קרבנות פון פאַר מ”ת

(ווען ס’איז נאָך ניט געווען קיין מצוה וחיוב אויף קרבנות).

אָבער דאָס איז קשה: דער מדרש איז דאָ מסביר דעם טעם וואָס „מתחילין לתנוקות בת”כ ”,

וואָס אַנטהאַלט די דינים פון קרבנות פון נאָך מ”ת - איז ווי פּאַסט דאָ דער פאַרגלייך פון קטנים צו קרבנות שלפני מ”ת?

ג.

אין תנחומא 12

ווערט געבראַכט דער אויבנדערמאָנטער מאמר,

ובהמשך לזה שטייט: „לפיכך אני מעלה עליהם כאלו הם עומדים ומקריבים לפני הקרבנות,

והודיעך שאף על פי שחרב בית המקדש ואין קרבן נוהג אילולי התנוקות שקורין בסדר הקרבנות לא הי’ העולם עומד”.

איז תמוה: דער מדרש תנחומא אַליין איז דערנאָך ממשיך 13

„לפיכך אמר הקב”ה לישראל בני ..

אם אתם עוסקים ..

בפרשת קרבנות מעלה אני עליכם כאילו אתם מקריבים קרבן כו’” - אַז יעדערער וואָס איז עוסק בפרשת קרבנות

(ניט נאָר תנוקות)

איז „מעלה אני עליו” כאילו ער איז מקריב אַ קרבן

(בפועל)

- איז ווי שטימט דאָס מיט דעם וואָס דער מדרש זאָגט

(פריער),

אַז „אלולי התנוקות

(דוקא)

שקורין בסדר הקרבנות לא הי’ העולם עומד”?

מוז מען זאָגן,

אַז אינעם אויפטו פון „כאילו מקריבין קרבן” איז דאָ אַ מעלה ויתרון אינעם לימוד התנוקות בתו”כ לגבי דעם לימוד פון כל אדם,

דוקא ביי זיי טוט זיך דאָס אויף איןאַ שלימות’דיקן אופן,

וואָס פאַרזיכערט אַז דער עולם עומד.

ד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם אויבנדער־

מאָנטן מחז”ל,

אַז פאַר מ”ת האָט מען געקענט מקריב זיין קרבנות פון אַלע מינים טהורים,

וואָס דאָס לערנט מען אָפּ פון נח’ן באַ וועמען עס שטייט 14

„מכל הבהמה הטהורה”.

פרעגט אויף דעם די גמרא 15

„ומי הוו טמאין וטהורין בההיא שעתא” 16 ,

און די גמרא איז מסביר אַז דער ענין פון „טהורין” דעמולט איז געווען „מאותן שעתידין ליטהר”

(ווי די גירסא אין גמרא 17

און ווי רש”י ברענגט בפירושו על התורה 18 ).

דאָס הייסט,

אַז אין די קרבנות פון נח

(פאַר מ”ת)

איז געווען אַ דבר והיפוכו:

די קרבנות וואָס נח האָט געבראַכט זיינען ניט געווען אַן ענין פון קיום מצוה 19

- ובפרט אַז מ’געפינט ניט אַז נח זאָל האָבן מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנה; ס’איז געווען ע”ד ווי מען געפינט אין אַלע צייטן

(אויך פאַר מ”ת)

אַז בני אדם און אדם עצמו 20

האָבן געבראַכט קרבנות לה’ מצד זייער אייגענעם הרגש צוליב פאַרשידענע סיבות;

וויבאַלד אָבער אַז נח האָט געבראַכט נאָר „מאותן שעתידין ליטהר” 19 ,

איז פון דעם גופא מוכח,

אַז דאָס וואָס ביי נח’ן

איז ניט געווען קיין חילוק צווישן בהמות טהורות וטמאות

(כקושיית הגמרא „ומי הוו טמאין וטהורין בההיא שעתא”)

איז דאָס נאָר בהנוגע לאכילה וכיו”ב אָבער די הבדלה פון „טהורין וטמאין”

(על שם העתיד)

איז שוין ביי אים געווען 21 .

קומט אויס,

אַז פון נח’ן 22

- איז שוין געווען אַ התחלה אויף גדרי התורה.

אע”פ אַז ער איז געווען קודם מ”ת,

און נאָכמער - אויך פאַר דעם זמן האבות וואָס זייער הנהגה איז געווען ע”ד ווי נאָך מ”ת

(קיימו כל התורה כולה עד שלא ניתנה 23 )

- און מהאי טעמא האָט ער געבראַכט אַ קרבן דוקא פון טהורין - „מאותן שעתידין ליטהר” 24 .

און וויבאַלד אַז די שייכות פון נח’ן צו

(גדרי ה)

תורה געפינט מען נאָר בענין הקרבנות איז י”ל אַז דאָס איז דערפאַר ווייל דוקא דער ענין פון קרבנות איז באופן מיוחד שייך אויך איידער מ’האָט באַקומען תורה - מ”ת.

ה.

איינע פון די ביאורים וואָס מען קען אין דעם זאָגן:

קרבנות,

אויך פון נאָך מ”ת,

אע”פ אַז זיי זיינען פון תרי”ג מצות התורה,

זיינען זיי אָבער בפעולתם

(ובמילא -במהותם)

העכער פון תורה ומצוות,

און - דערפאַר מכפר אויף

(און משלים 25

( החסרון שע”י העדר התומ”צ.

בסגנון אחר: ווען אַ איד ברענגט אַ קרבן לה’ דריקט ער דערמיט אויס זיין „זיין קרוב” לה’,

זיין פאַרבונד מיטן אויבערשטן,

וואָס ער האָט בעצם אַלס א ַאיד,

וועלכער איז ניט תלוי אין קיום התורה והמצוות

(וכשם ווי דער פאַרבונד ווערט ניט אויפגעטאָן דורך קיום התומ”צ,

אַזוי ווערט ער ניט געמינערט דורך העדר קיומן)

- דער עצמיות’דיקער פאַרבונד פון אַ אידן מיטן אויבערשטן איז העכער פון תומ”צ.

וע”ד מש”נ: בנים אתם לה”א - אע”פ שחטאו בני הם 26 .

און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס קרבנות זיינען מכפר אויף אַ חטא ועון: בשעת אַ איד איז ח”ו עובר אויף רצונו ית’ און ער איז פוגם ר”ל,

אין זיין התאחדות מיטן אויבערשטן וועלכע קומט דורך תומ”צ 27 ,

קען ער דאָס מתקן זיין דורך קרבנות - דורך מעורר ומגלה זיין

(דורך הקרבת הקרבן)

דעם עצמיות’דיקן פאַרבונד פון אַ איד מיטן אויבערשטן אין וועלכן ס’איז ניט שייך קיין פגם - און דאָס איז מכפר 28 ,

ווישט אָפּ דעם פגם פון דעם חטא ועון 29 .

ו.

ע”פ הנ”ל קומט אויך צואַ תוספת הבנה אין דעם גאַנצן ענין הקרבנות -וואָס לכאורה קען מען אין דעם פרעגן:

ווי קומט עס,

אַז דער קו ה„עבודה” וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט פאַר אידן,

זאָל זיין דורך עבודת הקרבנות - דורך שעכטן אַ בהמה וכו’ און זי מקריב זיין אויפן מזבח; לכאורה וואָלט מער מתאים געווען אַן עבודה רוחנית

(עבודה שבלב 30 ,

תפלה וכיו”ב)

וואָס ברענגט אַרויס די פאַרבינדונג פון אידן מיט אלקות אין אַן אופן גלוי יותר.

ובפרט אַז קרבנות זיינען ניט אַן ענין וואָס איז אויסגעטיילט נאָר פאַר אידן; אויך אומות העולם האָבן די אפשריות צו מקריב זיין קרבנות 31

און אפילו בביהמ”ק* 31 ,

כידוע.

ועל פי הנ”ל איז דאָס מובן,

והיא הנותנת: דוקא דערפאַר וואָס די התקשרות עצמית פון אידן מיטן אויבערשטן איז העכער פון דער התקשרות דורך זייער עבודה בתומ”צ און זי קומט מצד בחירתו ית’ -אַז כאָטש „אח עשו ליעקב”,

אעפ”כ „ואוהב את יעקב” 32 ,

מצד בחירתו של הקב”ה 33

-מהאי טעמא גופא דריקט זיך דאָס אויס דוקא אין עבודת הקרבנות ,

וואָס בחיצוניותה איז אין איר ניט ניכר די רוחניות פון אַ אידן

(ובפרט - דער חילוק לגבי דער עבודת הקרבנות פון או”ה)

-אָבער נאָר די עבודת הקרבנות פון אידן איז מעורר די התקשרות עצמית וואָס איז בבחירתו ית’

(וע”ד ווי דער אויבערשטער איז בוחר

(דוקא)

דעם גוף פון אַ אידן,

וועלכער איז נדמה בחומריותו לגופות אומות העולם 34 ).

ז.

דערמיט וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס די קרבנות פון נח פאַר מ”ת האָבן געהאַט אַ שייכות צו די קרבנות שלאחרי מ”ת

(ס’איז אין זיי געווען דער גדר פון „טהורין” על שם העתיד )

:

דאָס וואָס נח האָט מקריב געווען קרבנות איז געווען אַלס הודאה להשם פאַר דעם וואָס ער איז געראַטעוועט געוואָרן פון מבול - „ויזכור אלקים את נח גו’” 35 .

- ידוע 36

דער הסבר פאַרוואָס דער פסוק „ויזכור אלקים את נח” איז איינער פון די פסוקי זכרונות וואָס ווערן געזאָגט אין מוסף דראש השנה

(ד.

ה.

אַז דער „ויזכור אלקים את נח” האָט אַ קשר,

איז אַ טייל פון „יעלה זכרוניכם לפני לטובה”)

- ווייל די זכירה פון נח’ן איז געווען „מצד עצם מעלת נשמות ישראל”,

וואָס דערפאַר זאָגט מען „וגם את נח באהבה זכרת”,

וואָס מיינט די „אהבה פנימית ועצמית”

(צו נשמות ישראל).

קומט אויס,

אַז כאָטש נח איז געווען פאַר מ”ת

(וואָס דאַמאָלס איז געווען ובנו בחרת 37

מכל עם ולשון)

- און אפילו ניט אין אַן אופן ווי די אבות 38

(וואָס מיט זיי איז געווען די התחלה פון עם ישראל - כשמם אבות )

- אעפ”כ,

האָט ער געהאַט אַ שייכות צו נשמות ישראל,

וואָס דערפאַר איז באַ נח’ן געווען אַ זכירה

(„באהבה”)

„מצד עצם מעלת נשמות ישראל”.

און דערמיט איז אויך מובן,

פאַרוואָס די קרבנות וואָס נח האָט געבראַכט בהמשך צו דער זכירה

(והודי’ פאַר זיין ניצול ווערן פון מבול),

האָבן געהאַט אַ שייכות צו די קרבנות פון אידן

(לאחרי מ”ת) 39 .

און דאָס איז אויך דער ביאור אין דעם וואָס דער מדרש זאָגט וועגן די קרבנות פון תורת כהנים - „והקרבנות טהורין ”

(וואָס טהורין איז די הגדרה אין קרבנות פון פאַר מ”ת,

כנ”ל)

:

וויבאַלד דער תוכן פנימי פון קרבנות איז,

כנ”ל - צו מגלה זיין די אהבה עצמית של הקב”ה וואָס איז העכער פון

(דער אהבה שע”י)

תורה,

דריקט דאָס זיך אויס

(מער)

אין די קרבנות של נח פון לפני מ”ת

(נאָך איידער ס’איז געווען דער ציווי אויף קרבנות)

; משא”כ נאָך מ”ת,

זיינען די קרבנות אַן ענין של מצוה ,

איז אין זיי דערפאַר ניט ניכר בגלוי ווי זיי זיינען למעלה פון דער פעולה פון תורה.

ח.

ע”פ כל הנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער מדרש זאָגט „מתחילין לתנוקות בתורת כהנים” ווייל „יבואו טהורין ויתעסקו בטהורין”:

די דריי זמנים ותקופות הנ”ל בנוגע צו אידן בכללות -

(א)

זינט מתן תורה,

ווען אידן האָבן מקבל געווען און מקיים געווען תומ”צ ע”פ ציווי ה’;

(ב)

אָנהויבנדיק פון די אבות,

וואָס קיימו כל

התורה כולה עד שלא ניתנה;

(ג)

און נאָך פריער,

פון נח,

ביי וועמען ס’איז געווען נאָר אַ שייכות צו תורה

(עכ”פ אַ גדר פון טומאה וטהרה,

כנ”ל)

-

י”ל אַז דוגמתן

(פון די דריי תקופות)

איז דאָ ביי יעדן אידן:

(א)

נאָכדעם ווי ער ווערט בר

(בת)

מצוה און אַ מחוייב במצוות;

(ב)

פון זינט ער איז הגיע לחינוך און זיין קיום התומ”צ איז אַלס הכנה צו זמן חיובם;

(ג)

נאָך קודם שהגיע לחינוך ווען עס איז נאָך ניט שייך די הנהגה פון קיום התומ”צ,

אָבער אעפ”כ,

וויבאַלד ער איז אַ אידיש קינד האָט ער אויך דעמולט אַ שייכות צו תורה 40

- ויתרה מזה: אים איז געגעבן געוואָרן די תורה

(בתורת ירושה -מורשה קהלת יעקב - וואָס

(אויך)

אַ תינוק בן יומו איז יורש הכל)

- און ער האָט אַ שייכות צו גדרי התורה.

און וויבאַלד אַז ביי אַ קטן

(קודם שהגיע לחינוך)

איז נאָך ניטאָ דער ענין העבודה בתומ”צ,

איז ביי אים דערפאַר ניכר בגילוי זיין מעלה עצמית אַלס אַ אידיש קינד - די אהבה פנימית ועצמית פון אויבערשטן צו אידן איז מער בגילוי ביי אַ אידיש קינד קודם שהגיע לחינוך 41 .

און דאָס איז וואָס דער מדרש זאָגט „יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים”: וויבאַלד דער ענין הקרבנות איז צו אַרויסרופן ומגלה זיין די אהבה עצמית פון אויבערשטן צו אידן וועלכע איז העכער פון דער אהבה שע”י לימוד תורה

(וואָס מצד דער אהבה ווערט אויפגעטאָן די

כפרה)

- זיי זיינען „טהורין” בעצם ווייל זיי „דערלאַנגען” אין אַן „אָרט” וואו דער ענין הטומאה קומט ניט צו,

רירט ניט אָן - דערפאַר איז „יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים”,

אַז אָט־די התעסקות אין „טהורים” זאָל זיין דורך אידישע קינדער וועלכע זיינען „טהורים” - ווי ער טייטשט עס אָפּ אין תנחומא „אינם יודעים מהו טעם חטא ועון”

(ביי זיי איז ניט שייך דער גאַנצער ענין החטא ועון)

- דערפאַר וואָס ביי זיי איז מאיר בגילוי די אהבה עצמית פון אויבערשטן צו אידן 42 .

ט.

ע”פ כל הנ”ל איז אויך מובן פאַרוואָס דוקא דער ענין פון „יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים” - די קריאה אין תורת כהנים דורך תינוקות - באַוואָרנט אַז עס זאָל זיין „העולם עומד”:

דאָס וואָס די גדולים זיינען עוסק אין „ פרשת הקרבנות” איז דאָך ניט אַ „ מעשה ”,

נאָר בלויז אַ התעסקות במחשבה ודיבור

(ווי דער אַלטער רבי איז מסביר 43 ,

אַז „מחשבה זו תפלה עבודה שבלב שכנגד קרבנות,

ודבור הוא ת”ת דקרבנות כו’”),

וואָס די צוויי לבושים פון מחשבה ודיבור איז עיקר ענינם צו מגלה זיין דעם שכל האדם אָדער זיין רגש ומדות; אין זיי איז דער עיקר ניט די אותיות

(וועלכע זיינען מלביש דעם שכל אָדער די מדה),

נאָר

דעם שכל או מדה וועלכע זיינען אָנגעטאָן אין די אותיות;

און וויבאַלד אַז בגילוי איז דאָ דער שכל

(ורגש)

האדם ,

דערפאַר דערהערט זיך דאָ ניט אויף אַזוי פיל די מעלה עצמית פון אידן

(וואָס איז מצד בחירת הקב”ה אין אידן).

דוקא די קריאה ולימוד של תנוקות,

און אין דעם גופא - „ מתחילין לתנוקות בת”כ” - דאָ רעדט זיך וועגן דער התחלת הלימוד פון תנוקות ווען זיי זיינען נאָך קודם שהגיעו לחינוך און ביי זיי איז נאָך ניטאָ דער ענין של הבנה והשגה

[[ווי מען זעט אין מנהג ישראל,

אַז בלויז די התחלת הלימוד פון תנוקות איז פון ספר ויקרא,

אָבער דערנאָך לערנט מען מיט זיי בסדר אחר,

כמנהגי המקום 44

און ס’איז ביי זיי בלויז אַן ענין של קריאה לחוד; דער עיקר דערביי איז ניט דער תוכן הדיבור,

נאָר די עקימת שפתים של הקטנים -

דוקא דאָס רופט אַרויס ומגלה די אהבה עצמית פון אויבערשטן

(ע”ד הנ”ל סעיף ו אַז בחירת הקב”ה איז אין גוף דוקא),

ובמילא איז דער אויפטו דורך דעם בתכלית השלימות און עס באַוואָרנט עס זאָל זיין „העולם עומד”.

(משיחת ש”פ ויקרא תש”מ)

Reader controls and commentary are loading.