א.
אין זהר בפרשתנו 1
שטייט,
אַז ווען דער ארון איז געקומען למקומו
(אויף דעם אבן שתי׳ 2 )
— „פתח ארונא ואמר 3
זאת מנוחתי עדי עד פה אשב כי אויתי׳.
רבי ייסא אמר האי קרא כנסת ישראל אמרה לי׳ בשעתא דאתבני בי מקדשא ועאל ארונא לאתרי׳.
רבי חזקי׳ אמר קודשא בריך הוא אמר לי׳ על כנסת ישראל כד ישראל עבדין רעותי׳ — ווען אידן טוען דעם רצון פון אויבערשטן — דהא כדין קב"ה יתיב על כורסי יקרי׳ וחיים על עלמא וברכה ושלום וחביבותא דכלא אשתכח וכדין אמר זאת מנוחתי עדי עד”.
ווי מען לערנט בפשטות,
טיילן זיך די דריי דיעות 4
אין זהר אין צוויי: די ערשטע צוויי דיעות זיינען בהתאם צום פשט הכתובים,
וואָס ריידן וועגן דעם זמן ווען דער ארון איז געקומען למקומו 5 ,
ס׳איז נאָר וואָס לויט דער ערשטער דיעה האָט דער ארון געזאָגט זאת מנוחתי עדי עד,
און לדעת ר׳ ייסא האָט דאָס כנסת ישראל געזאָגט,
לויט דער דריטער דיעה אָבער,
האָט דאָס ניט קיין שייכות לכאורה צו פשטות ענינם של הכתובים,
ווען דער ארון איז געקומען למקומו אין קדש הקדשים.
ס׳איז אָבער ניט גלאַטיק: וויבאַלד די דריטע דיעה האָט ניט קיין שייכות צו דעם משכן ומקדש וכניסת הארון למקומו,
תוכן הענין אין זהר דאָ,
האָט דער זהר בכלל ניט געדאַרפט ברענגען דעם פירוש דאָ ?
סתם פירושים אין פסוק זאת מנוחתי זיינען געוויס דאָ כו"כ.
אויך — בנוגע די ערשטע צוויי דיעות איז מובן אַז דער חילוק איז ניט נאָר ווער עס האָט געזאָגט „זאת מנוחתי עדי עד”,
וכדמוכח פון דעם וואָס בתחילת הענין אין זהר שטייט אַז „שפירו דעלמא וחיזו דעלמא” האָט זיך ניט געזען „בעלמא עד דאתבני ואתקם משכנא ועאל ארונא לגו קדשא”,
און פון דעמאָלט אָן „אתחזי חיזו דכלא בעלמא ואתתקן עלמא ואזלי בההוא משכנא ובההוא ארונא”,
ביז עס איז געקומען „לההיא נקודה דאיהו יפה נוף חדוה דכלא
(דער מקום פון אבן השתי׳)
כיון דמטי להתם כדין פתח ארונא ואמר".
— אויב ר׳ ייסא קומט זאָגן אַז ניט דער ארון האָט דאָס געזאָגט נאָר „כנסת ישראל”,
האָט ער בלויז געדאַרפט זאָגן „האי קרא כנסת ישראל אמרה לי׳”.
פון דעם וואָס ער איז כופל „בשעתא דאתבני בי מקדשא ועאל ארונא לאתרי׳” איז מובן אַז ער איז מוסיף נאָך אַן ענין בזה,
אַז דאָס איז פאַרבונדן
(ניט נאָר מיט דעם ארון עצמו נאָר אויך)
מיט דעם זמן דאתבני בי מקדשא .
ד.
ה.
דער חילוק פון די דריי דיעות איז סיי ווער עס האָט געזאָגט „זאת מנוחתי עדי עד" — דער „ארון”,
„כנסת ישראל” אָדער „קוב"ה”; און סיי אויף וואָס דאָס איז געזאָגט געוואָרן: אויף מקומו
(קדה"ק — אויף דעם אבן שתי׳),
זמן בית המקדש,
אָדער זמן דישראל עבדין רעותי׳.
מ׳דאַרף אָבער פאַרשטיין:
א)
דעם תוכן החילוק צווישן די ערשטע צוויי דיעות: וויבאַלד אַז לויט ביידע דיעות רעדט זיך דאָ וועגן דעם זעלבן זמן וענין — „ועאל ארונא לאתרי׳" 6
— וואָס איז דער תוכן החילוק פון דער אמירת ארונא אָדער — כנס"י?
ב)
וואָס איז נוגע אין דער ערשטער דיעה די הקדמה וועגן דעם בנין המשכן „ועאל ארונא לגו קדשא” אין משכן,
וויבאַלד אַז דער פסוק „זאת מנוחתי עדי עד” רעדט וועגן דעם אָנקומען פון ארון אין ביהמ"ק כו’.
ב.
והביאור: דער חילוק צווישן די דריי דיעות איז — וואָס איז דער עיקר הענין אין משכן ומקדש:
לדיעה הא׳ איז
(בלשון הרמב"ן 7 )
„עיקר החפץ במשכן הוא מקום מנוחת השכינה שהוא הארון ".
און דעריבער האַלט די דיעה אַז „פתח ארונא ואמר זאת מנוחתי עדי עד”,
ווען ער איז אָנגעקומען למקומו בקה"ק.
לדעת ר׳ ייסא איז דער עיקר הענין פון משכן ומקדש — אַז אידן זאָלן האָבן אַ מקום קבוע צו דינען דעם
אויבערשטן,
בלשון הרמב"ם 8
„בית ..
מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות וחוגגין אליו שלש פעמים בשנה”,
וואָס דער ענין האָט זיך אויפגעטאָן
(בעיקר)
„בשעתא דאתבני בי מקדשא ועאל ארונא לאתרי׳” און אידן האָבן דעם בית המקדש לעבודה 9
כו’,
און דערפאַר איז כנס"י אמרה.
און לדעת ר׳ חזקי׳ איז דער עיקר הענין פון משכן ומקדש — „ושכנתי בתוכם ",
די מנוחה פון דעם אויבערשטן איז פאַרבונדן דערמיט וואָס ער איז שוכן צווישן
(אין)
אידן 10 ,
און דעריבער לערנט ער אַז „קוב"ה אמר לי׳ על כנסת ישראל” 11 .
וויבאַלד אָבער אַז אלו ואלו דברי אלקים חיים 12 ,
און נאָכמער
בנדו"ד,
בנוגע דיעות וואָס ברענגען זיך אין זהר ,
וואָס „לית תמן לא קשיא כו׳ ולא מחלוקת" 13
— איז י"ל,
אַז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.
ד.
ה.
ניט נאָר אַז אַלע דריי דיעות זיינען
(אמת ווייל זיי זיינען אַלע)
דאָ אין מקדש,
נאָר זיי זיינען אַלע דאָ באופן עיקרי ובפועל — נאָר זיי ריידן וועגן דריי באַזונדערע זמנים,
כדלקמן.
ג.
אין דעם ענין פון מקדש זיינען דאָ בכללות דריי זמנים
(וענינים)
: המשכן 14 ,
ביהמ"ק בירושלים
(הא׳ והב׳),
ביהמ"ק דלעתיד — דער בית שלישי.
און ווי ס׳איז אויך מבואר ומרומז אין דברי חז"ל 15
אויף התחלת פרשתנו 16
„אלה פקודי המשכן משכן העדות" — „המשכן משכן שני פעמים רמז למקדש שנתמשכן בשני חורבנין” 17 .
קומט אויס,
אַז דער פסוק רעדט דאָ:
(א)
אין מקרא יוצא מידי פשוטו — וועגן דעם משכן,
און
(ב)
ברמז וועגן דעם „משכן שנתמשכן ",
ובמילא
(ג)
אויך וועגן דעם ביהמ"ק דלעתיד —
וואָרום וויבאַלד דער פסוק איז מרמז דעם חורבן המקדש מיטן לשון „משכן — שנתמשכן " איז מובן,
אַז „חורבנין" איז ניט אַז ער
(ביהמ"ק ראשון ושני,
וואָס דער פסוק איז זיי דאָ כולל ומרמז כאחד — „רמז למקדש שנתמשכן בשני חורבנין” 18 )
וועט ח"ו בטל ווערן,
נאָר עס איז אין אַן אופן פון משכון : אַ משכון גייט אַרויס פון רשות לווה און געפינט זיך ביים מלוה צייטווייליק און סוף־סוף ווערט ער אומגעקערט צום לווה — אַזוי איז אויך בנדו"ד,
אַז דער מקדש
(ראשון ושני)
ווערט נאָר „ נתמשכן
(בשני חורבנין)
” און נאָכדעם ווערט ער אומגעקערט צו אידן — דער ביהמ"ק הג׳ דלעתיד.
ד.
דער חילוק פון די דריי ענינים — משכן,
מקדש,
און מקדש דלעתיד:
אין משכן האָט זיך אויפגעטאָן בעיקר ולכל לראש — די מנוחת השכינה שהוא הארון ,
וואָס עס איז פריער ניט געווען.
נאָכמער: דער ענין המנוחה
(„מנוחתי”)
פון דעם ארון אין אַן אופן קבוע איז געווען בעיקר אין משכן,
וואו דער ארון איז געווען במקומו דעם גאַנצן משך זמן פון קיום 19
המשכן; משא"כ אין די בתי מקדש — אין מקדש שני איז דער ארון מלכתחילה ניט געווען 20 ,
און אין מקדש ראשון איז דער ארון ניט געווען כל זמן
שהי׳ קיים,
ווייל
(בסוף זמנו)
„ גנזו יאשיהו" 21 .
דאָס איז בנוגע דעם ארון .
משא"כ דער ענין המנוחה בכללות המשכן והמקדש,
איז אדרבא: דעם משכן האָט מען מטלטל געווען ממקום למקום,
ער ווערט אָנגערופן אהל,
ביי אים איז ניט געווען דער ענין הקביעות 22
והמנוחה,
משא"כ אין די בתי מקדש,
זייער בנין איז געווען קבוע במקום אחד 23 .
די ב׳ בתי מקדש אָבער זיינען ניט געווען — בנינים נצחיים,
זיי זיינען צוגענומען געוואָרן באַ אידן
(כאָטש דער מקום איז געבליבן בקדושתו,
„שכינה אינה בטילה” 24 ).
דער בית השלישי אָבער וועט זיין אַ בנין נצחי .
ה.
ועפ"ז יש לבאר די דריי דיעות אין זהר: די ערשטע דיעה „פתח ארונא ואמר זאת מנוחתי עדי עד” קומט בהמשך צו דעם וואָס „אתבני ואתקם משכנא ועאל ארונא לגו קדשא”,
ווייל דער ענין המנוחה וואָס איז זיך מתייחס
(בעיקר)
צום ארון ,
איז התחלתו ועיקרו האָט זיך אויפגעטאָן בהמשכן 25 .
אָבער דאָס איז ניט קיין מנוחה בשייכות צום בית
(משכן)
גופא,
און דעריבער איז בנוגע אידן
(צו וואָס פאַר אַן אָרט ובית
זיי זיינען געקומען)
זאָגט מען 26
„כי לא באתם גו׳ אל המנוחה ואל הנחלה ".
אין דער צווייטער דיעה אין זהר איז דער מדובר וועגן דעם זמן המקדש — „בשעתא דאתבני בי מקדשא ועאל ארונא לאתרי׳”,
וואָס דעמאָלט איז געוואָרן דער מקום ובנין קבוע פאַר השראת השכינה,
ובמילא זיינען אידן אָנגעקומען „אל המנוחה ואל הנחלה”,
אַ מקום קבוע מוכן פאַר עבודה.
ובלשון הרמב"ם 27
: כיון שנבנה המקדש בירושלים נאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן בית 28
לה׳ כו׳ ואין שם בית לדורי הדורות אלא בירושלים בלבד ובהר המורי׳ שבה נאמר ויאמר דויד כו׳ וזה מזבח לעולה לישראל ואומר 29
זאת מנוחתי עדי עד” 30
אין דער דריטער דיעה רעדט זיך — עכ"פ מרומז
(און — שלימות דביהמ"ק)
— וועגן ביהמ"ק הג׳ דלעתיד 31 .
אין דעם זמן ווען די אידן וועלן אויספירן בשלימות דעם רצון און כוונה פון דעם אויבערשטן — „כד ישראל עבדין רעותי׳",
בשלימות — וועט דער בית זיין אַ בית נצחי,
ער וועט קיינמאָל ניט
צוגענומען ווערן פון אידן,
און דעמאָלט זאָגט „קוב"ה על כנסת ישראל " — „זאת מנוחתי עדי עד ",
וואָרום די השראה פון דעם אויבערשטן צווישן אידן איז אין אַן אופן פון „מנוחתי עדי עד”,
אַ מנוחה ונחלה נצחית בגילוי 32 .
ו.
כשם ווי דאָס איז בנוגע דעם משכן,
בית המקדש
(הא׳ והב׳)
און בית שלישי אַז דאָס זיינען ניט קיין באַזונדערע ענינים,
נאָר איין ענין והמשך: די מצוה
(ל׳ יחיד )
פון ועשו לי מקדש האָט זיך אָנגעהויבן און מען האָט איר מקיים געווען בבנין המשכן,
ממשיך 33
געווען בביהמ"ק הא׳ והב׳ און בשלימותה 34
כמצות רצונך וועט עס זיין בבנין בית השלישי בב"א,
עד"ז איז דאָס אויך בנוגע די פרטים וואָס ער איז מדגיש אין זהר — די מנוחה בשייכות צום ארון ,
ביהמ"ק ,
כנס"י ,
קוב"ה — זיינען דאָס ניט קיין באַזונדערע זאַכן,
נאָר — איין המשך.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם דיוק הלשון אין דער דריטער דיעה,
וואָס ער איז א)
מאריך „דהא כדין יתיב על כורסי יקרי׳ וחיים על עלמא וברכה ושלום וחביבותא דכלא אשתכח" — ועוד ב)
לכאורה וואָס איז דער ענין נוגע דאָ?
— דאָ רעדט זיך דאָך אַז קוב"ה זאָגט „זאת מנוחתי עדי עד”
(נאָר)
„על כנסת ישראל " און ניט בשייכות צו דער וועלט בכללות.
ז.
דער ביאור בזה: „פתח ארונא ואמר זאת מנוחתי עדי עד כו׳” איז די עבודה פון תורה 35
כמובן,
דאָס איז דאָך כל הענין של הארון — „אין בארון רק שני לוחות האבנים” 36
; און די שלימות פון תורה איז בשעת דער עסק התורה איז אין אַן אופן פון מנוחה און עס זיינען ניטאָ קיין ענינים המבלבלים — כמרז"ל 37
„לא ניתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן”.
און ווי גערעדט פיל מאָל הפי’,
אַז בכדי צו פאַרשטיין און „נעמען" תורה כדבעי,
דאַרף מען זיין פריי פון אַלע טרדות המבלבלות,
בדוגמת אוכלי המן.
בשעת דער לימוד התורה איז כדבעי,
איז גדול לימוד שמביא לידי מעשה 38 ,
תורה קומט אַראָפּ אין מעשה המצות און פּועל׳ט אַז דאָס זאָל זיין כשלימות,
וואָס דערמיט טוט זיך אויף דער בירור פון וועלט — און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס „ אתבני בי מקדשא וכו׳”: עס ווערט אויפגעבויט אין וועלט אַ בנין
קבוע פאַר דעם אויבערשטן 39 ,
און אין דעם איז דאָ
(כח ופעולת ומציאות ה)
תורה
(„ועאל ארונא לאתרי׳”).
און דעמאָלט,
„בשעתא דאתבני׳”,
זאָגט כנסת ישראל „זאת מנוחתי עדי עד" — עס ווערט די
(שלימות ה)
מנוחה פון אידן,
דורכפירנדיק זייער כוונה,
וואָס אני נבראתי לשמש את קוני 40 ,
דורך קיום רצונו — תורה ומצות
און בשעת „ישראל עבדין רעותי׳” איז „קוב"ה אמר לי׳ על כנסת ישראל ..
זאת מנוחתי עדי עד”,
עס ווערט כביכול די שלימות פון קוב"ה,
וואָרום „ישראל וקוב"ה כולא חד” 41 .
די ראי׳ אויף דעם,
און וואו דריקט זיך דאָס אויס,
זאָגט דער זהר „דהא כדין קוב"ה יתיב על כורסי יקרי׳ וחייס על עלמא וברכה ושלום וחביבותא דכלא אשתכח" — בשעת די מציאות פון וועלט שטערט ניט צו דער עבודה פון אידן — ואדרבה,
די הנהגה פון וועלט גופא,
אפילו די גשמיות,
איז באופן של ברכה ושלום,
אַ מקום מוכשר,
מתאים ומסייע צו דער הנהגה פון אידן 42
— „כדין אמר זאת מנוחתי כו׳”,
דעמאָלט ווערט נתגלה אַז כנסת ישראל זיינען אַ „מכון לשבתו ית׳”,
עס פירט זיך אויס די פנימיות הכוונה והענין פון דירה לו ית׳ „לדור ולשכון בנש"י” 43
למטה.
ח.
עפ"ז איז אויך מובן בנוגע צו דעם משכן און די בתי מקדשות,
זיי זיינען איין ענין והמשך,
וואָס האָט זיך אָנגעהייבן מיט דעם בנין המשכן,
און ס׳איז באופן,
אַז די בתי מקדשות בריינגען און זיינען גורם דעם ענין און דעם גילוי אין בנין בית השלישי 44 .
וכמודגש אין מאמר רז"ל הנ"ל „רמז למקדש שנתמשכן בשני חורבנין על עונותיהם של ישראל",
אַז דער אומקער פונעם מקדש איז ניט אַ באַזונדער זאַך פאַר זיך,
נאָר ווי באַ אַ משכון ,
וואָס דער מכוון פון נעמען און האַלטן אַ משכון איז אויף צו פאַרזיכערן אַז דער לווה וועט אָפּגעבן דעם חוב פון פריער 45 ,
ד.
ה.
דער שנתמשכן פון דעם בית המקדש
(הא׳ והב׳)
גופא איז גורם און פאַרזיכערט אַז אידן זאָלן זיך פירן כדבעי 46 ,
און דעריבער וועט ער צוריקקומען.
ט.
וויבאַלד אַז דער ציווי ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם,
וואָס דאָס איז די מצוה לדורות אויף בויען דעם משכן והבית המקדש איז
(בפשוטו ש"מ)
געזאָגט געוואָרן בנוגע דעם משכן 33 ,
איז מובן אַז אין דעם משכן גופא זיינען דאָ בדוגמא
(וכעין)
די דריי ענינים הנ"ל: משכן,
מקדש,
בית הג׳.
אין הקמת המשכן בפרשתנו 47
(נאָך „ותכל כל עבודת משכן אהל מועד”)
זיינען געווען דריי זמנים
(וענינים)
:
דער זמן פון הקמת המשכן בז׳ ימי המילואים,
וואָס כאָטש אַז דעמאָלט האָט מען שוין אויפגעשטעלט דעם משכן,
אַריינגעטראָגן דעם ארון וכו׳ — ניט ווי פריער ווען ס׳איז נאָך קיין משכן ניט געווען,
נאָר בלויז די מלאכות און עשיות לצורך המשכן,
הכנה להקמתו — איז דאָס נאָך אָבער ניט געוואָרן קיין קבוע,
וואָרום כל שבעת ימי המילואים הי׳ משה מעמיד את המשכן ומפרקו 48
; און כאָטש זיי האָבן דעמאָלט געטאָן אַלע עבודות פון ימי המילואים „אין קרוי׳ עבודה אצל עבודת כהנים" 49 .
ביום השמיני למילואים „בחודש הראשון גו׳ באחד לחודש הוקם המשכן” 50
— דעמאָלט איז געווען „הקמתו לעמדה” 51 ,
און ס׳האָט געקענט דערנאָך זיין די עבודה במשכן.
וואָס דער חילוק צווישן די צוויי אופני הקמה דמשכן עצמו,
י"ל אַז עס איז בדוגמת ההפרש 52
צווישן דעם משכן וואָס איז געווען
(בעיקר אַ מנוחה פרטית פאַר דעם ארון,
אָבער דער משכן עצמו איז געווען)
אַ דירת ארעי — אהל; און בית המקדש,
וואָס איז געווען אַ דירת קבע,
מקום מנוחה פאַר כנסת ישראל.
נאָך הקמת המשכן בשמיני למילואים
(וכמה עבודות),
איז ערשט שפּעטער געווען די השראת השכינה צווישן אידן,
און ווי ער איז מסיים בפרשתנו 53
„וכבוד
ה׳ מלא את המשכן”,
וואָס דעמאָלט איז געווען „וירא כבוד ה׳ אל כל העם” 54 .
וואָס דאָס איז מעין המנוחה בביהמ"ק השלישי,
וואָס „קוב"ה אמר לי׳ על כנס"י כו׳ זאת מנוחתי עדי עד”
[און ווי עס שטייט אין ספורנו בסוף פרשתנו 55
אויפן פסוק „ובהעלות הענן מעל משכן”: וכ"כ הייתה שריית השכינה קבע במשכן שלא הי׳ מסתלק כלל משם עד שהיו ישראל צריכים לנסוע וזה לא הי׳ בשילה ולא בבית ראשון ולא בבית שני],
און אויך במשכן איז דאָס געווען בזמן
(און פאַרבונדן מיט)
„כד ישראל עבדין רעותי׳" — בשלימות וואָרום דער „תשרה שכינה בכם",
האָט זיך אויפגעטאָן דורך „קרבנותיו ועבודתו” 56
בשלימותם
(וגם)
של אהרן.
און דעמאָלט ווערט די שלימות המנוחה פון משכן,
„משכן העדות — עדות לישראל שויתר להם הקב"ה על מעשה העגל שהרי השרה שכינתו ביניהם " 57 .
יו"ד.
און דורך דעם עסק בתורת הבית שבכל הזמנים" — משכן,
מקדש ראשון ושני —
(תורה),
וואָס עי"ז „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקין בבנין הבית” און מען באַוואָרנט אַז עס זאָל ניט זיין „בנין ביתי בטל"
(כביאור חז"ל 58 )
—
(מצות),
איז דאָס ממהר ומזרז דעם גילוי פון בית הג׳ בפועל,
יגלה ויבוא משמים 59 ,
וואָס דעמאָלט וועט זיין כהנ"ל בשלימות: שלימות התורה
(מנוחת הארון )
שלימות עם ישראל
(„מנוחתי” פון כנסת ישראל 60 ),
השם
(קוב"ה)
שלם 61 ,
עס ווערט גלוי לעיני כל העמים דאָס וואָס „קוב"ה אמר לי׳ על כנסת ישראל כו׳ זאת מנוחתי עדי עד”.
(משיחות ש"פ ויק"פ תשל"ז,
מוצש"ק ויק"פ תשל"ט)