א.
ווי גערעדט שוין פיל מאָל 1
בנוגע די שמות הסדרות,
איז דער תוכן פון יעדער סדרה אָנגעדייטעט אין איר נאָמען 2 .
וואָס אַזוי איז אויך בפרשתנו,
אַז דער נאָמען „ויקהל” דריקט אויס נקודת התוכן פון דער ערשטער סדרה,
און „פקודי” 3
- נקודת התוכן פון דער צווייטער סדרה.
ולכאורה - איז דער תוכן פון די ביידע סדרות ניט בהתאם מיט זייערע נעמען,
און נאָכמער: ניט נאָר זיינען זיי ניט מתאים,
נאָר זיי זיינען גאָר בתוכן הפכי זה מזה,
כדלקמן.
דער פירוש פון „ויקהל” כפשוטו איז - די אסיפה וקיבוץ פון כמה וכמה יחידים אָדער פרטים.
און דער אונטערשייד צווישן דעם לשון „ויקהל” לגבי אַנדערע לשונות וואָס באַצייכענען דאָס איינזאַמלען כמה יחידים או פרטים -ווי אסיפה,
קיבוץ,
לקיטה וכדומה -באַשטייט אין דעם וואָס די אַנדערע לשונות ברענגען אַרויס נאָר דעם צונויפקלייבן,
צונויפזאַמלען אַ צאָל מענטשן
(פרטים)
אין איין מקום
(אָדער
ענין),
אָבער אויך לאחרי האסיפה כו’ קען זיין אַז יעדערער פון די נאספים בלייבט אַ באַזונדער מציאות פאַר זיך; דאַקעגן דער לשון „ויקהל” מיינט -געמאַכט אַ קהל,
באַצייכנט דעם כלל
(אנשים או פרטים)
ניט ווי אַ צירוף פון כמה פרטים נפרדים,
נאָר ווי זיי אַלע צוזאַמען ווערן אַ נייע מציאות - אַ קהל אחד 4 .
„פקודי”,
וואָס פירושו איז מלשון מנין 5 ,
ווייזט אויף דער אויסגעטיילטקייט פון יעדער זאַך בפ”ע,
וואָס דוקא דעמולט איז שייך דער ענין פון ציילן כו’.
עפ”ז איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער תוכן פון די צוויי סדרות איז באופן הפכי.
ביידע פרשיות ריידן וועגן עשיית המשכן והכלים,
ס’איז אָבער דאָ אַ חילוק עיקרי צווישן זיי: פ’ ויקהל רעדט 6
וועגן דער עשי’ פון כל חלקי ופרטי עניני המשכן 7
: די יריעות בפ”ע,
קרשים בפ”ע,
און יעדערער פון די כלי המשכן בפ”ע - מנורה שולחן כו’.
דער חידוש פון פ’ פקודי בנוגע מלאכת המשכן: נאָך דער הקדמה -
דער סך הכל פון זהב וכסף ונחושת
(קומט אַלס אַ מאמר המוסגר - סיום המסופר אין פ’ ויקהל,
עשית חלקי המשכן,
דער סיפור פון עשיית בגדי כהונה,
און דערנאָך)
ווערט דערציילט דער סך הכל פון אַלעם - ווי מ’האָט אַלץ צוזאַמענגעבראַכט צו משה’ן 8 ,
דער ציווי ה’ צו אויפשטעלן אַלץ צוזאַמען
(דעם משכן מיט כל כליו 9 )
צוזאַמען מיט אַלע זיינע עבודות
(דערמאָנט נאָר בכללות ),
און ווי משה האָט דאָס געטאָן בפועל אַלץ צוזאַמען
(ההקמה והעבודות) 10
ביז ס’איז געוואָרן איין גאַנצער משכן און „כבוד ה’ מלא את המשכן” 11 .
לפ”ז איז דער תוכן פון די סדרות פּונקט דער היפך פון זייערע שמות: פ’ ויקהל איז תוכנה
(ביחס להמשכן)
- די פרטי וחלקי המשכן,
יעדער איינער אַלס אַ פרט ומציאות לעצמו - ניט דער ענין פון „ ויקהל ”; און אין פ’ פקודי איז דער צירוף וחיבור פון די אַלע פרטים - ווי אַלע חלקי ופרטי המשכן ווערן צונויפגעזאַמלט אין איין מציאות
(קהל -משכן),
אַ גאַנצער משכן.
היפך דער הדגשה פון „פקודי”,
מנין - געציילט יעדער פרט פאַר זיך 12
!
ב.
בפשטות וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן:
דער פירוש פון „ויקהל” אין פשוטו
של מקרא מיינט די הקהלה פון אַלע אידן .
ולפ”ז קען מען אויך מסביר זיין די שייכות פון „ויקהל”
(ע”ש די הקהלה פון אידן)
צו מלאכת המשכן וועלכע ווערט דערציילט לאחרי זה:
דער ענין פון ויקהל 13
- דאָס וואָס אַלע אידן זיינען געוואָרן איין קהל,
איז אַ הקדמה והכנה צו עשיית המשכן.
כדי דער משכן זאָל זיין אַ משכן פון כלל ישראל - „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם” 14 ,
בתוך אַלע אידן - האָט תרומת ונדבת כל יחיד מישראל למלאכת המשכן געדאַרפט זיין באופן אַז עס זאָל ווערן אויס ממון יחיד
(געלט וואָס געהערט צו אַ סך יחידים),
אפילו אויס ממון שותפים
(יחידים וועלכע ווערן שותפים)
און ווערן ממון פון איין מציאות - ממון ציבור 15 .
און דערפאַר איז די הקדמה לזה - צו צונויפזאַמלען אַלע
(אידן)
יחידים און מאַכן פון זיי איין קהל.
עס בלייבט אָבער די שאלה בנוגע „פקודי” - אין וועלכער עס איז ניטאָ קיין מנין נאָר אַ סך הכל פון זהב,
כסף,
נחושת.
אויך בנוגע „ויקהל” איז עס ניט קיין ביאור מספיק.
וואָרום וויבאַלד אַז עניני התורה זיינען בתכלית הדיוק,
איז מובן,
אַז פּונקט ווי אַ שם בכל מקום דריקט אויס דעם תוכן הדבר,
אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו שמות הסדרות -ובעניננו: „ויקהל” - אַז דער נאָמען דריקט אויס ניט נאָר די הקדמה צום תוכן העיקרי פון דער סדרה,
נאָר
(אויך)
די נקודה העיקרית.
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס בנוגע דער מצוה פון בנין בית המקדש זאָגט דער רמב”ם
(אין ספר המצות) 16
: „שצונו 17
לבנות בית הבחירה לעבודה בו יהי’ ההקרבה והבערת האש תמיד כו’ והוא אמרו ית’ ועשו לי מקדש”.
און דערנאָך איז ער ממשיך: „שזה הכלל כולל מינים רבים שהם המנורה 18
והשלחן והמזבח וזולתם כלם מחלקי המקדש והכל יקרא מקדש וכבר ייחד הציווי 19
בכל חלק וחלק” 20 .
דאַרף מען פאַרשטיין: לאחרי ווי דער רמב”ם זאָגט אַז די כלים זיינען אַלע „מחלקי המקדש והכל יקרא מקדש” - זיי זיינען פרטים פון דעם כלל,
פון דער מ”ע „ועשו לי מקדש” -פאַרוואָס פירט דער רמב”ם אויס „וכבר ייחד הציווי בכל חלק וחלק”,
וואָס איז מדגיש לכאורה אַ תוכן הפכי ,
אַז יעדער חלק וחלק פון די כלי המקדש איז אַ באַזונדער זאַך און אַ באַזונדער מצוה 21 ?
ובכלל - וואָס גיט צו אַ נפק”מ אָט די הוספה בדברי הרמב”ם שם?
ד.
וי”ל די הסברה בזה:
אין דער שייכות צווישן די כלי המשכן מיטן משכן קען מען לערנען
כמה אופנים - מעין די אופנים וואָס מען קען זאָגן בנוגע יעדן כלל וואָס ווערט צונויפגעשטעלט פון פרטים 22
:
א)
יעדער פון די פרטים איז ניט קיין מציאות בפני עצמו,
זיין גאַנצע מציאות איז נאָר וואָס דורך דער התאחדות כולם יחד ווערט איין מציאות - דער כלל.
בנוסח אחר: די מציאות הפרטים איז נאָר אַ הכשר צו דער מציאות הכלל.
]
מעין דוגמא לזה 23
: דער גדר פון חצי שיעור לדעת ריש לקיש אַז חצי שיעור מותר מן התורה 24 .
בשעת אָבער עס ווערן נצטרף צוויי חצאי שיעור -ווערט אַ נייע מציאות,
און דעמאָלט ווערט נתחדש דער איסור מן התורה 25 ].
ב)
אויך די פרטים זיינען אַ מציאות בפני עצמם,
נאָר דורך זייער הצטרפות יחד ,
שאַפן זיי אויך אַ נייעם ענין,
וואָס פריער,
ווי יעדער פרט איז פאַר זיך,
איז דאָס ניט געווען.
[ע”ד ווי דער ענין פון עשרה לדבר שבקדושה,
וואָס יעדער איד בפ”ע האָט אין זיך אַ קדושה,
אָבער בשעת צען אידן קומען זיך צוזאַמען,
ווערט געשאַפן
(אויך)
אַ העכערע קדושה,
וואָס דעמאָלט קען מען זאָגן אַ דבר שבקדושה].
ג)
די פרטים זיינען ניט קיין מציאות חשובה יעדערער פאַר זיך; בשעת אָבער זיי ווערן נתאחד און עס ווערט פון זיי א ַכלל,
באַקומט דערנאָך יעדער פרט אויך אַ חשיבות לעצמו .
[עד”ז י”ל אין משכן וביהמ”ק גופא,
אַז דער חצר,
אהל מועד וקדה”ק 26
יעדערער ווי ער איז בפני עצמו
( איידער עס איז דאָ די מציאות פון כל המשכן וקדושתו)
איז ניטאָ מציאות קדושת משכן בעולם - ובמילא איז ניטאָ קיין חלות קדושה אויפן חצר וכו’; אָבער לאחרי ווי דער גאַנצער משכן
(מקדש)
ווערט אויפגעשטעלט,
איז חל אַ קדושה אויף יעדן פרטיות’דיקן חלק,
חצר אהל מועד וקדה”ק,
נוסף אויף דער קדושה כללית דהמשכן,
המקדש 27 .
וי”ל אַז די קדושת החלקים בלייבט אפילו בנסוע ונפרק המשכן 28 ,
אָדער משחרב
(הכלל) 29
הביהמ”ק 30
מן התורה.
וי”ל אַז ער בלייבט נאָר מדרבנן 31 ].
ה.
מעין כל זה יש לומר בנוגע לכלי המשכן 32
:
א)
בתחילה האָבן זיי ניט קיין חשיבות
(קדושה).
אָבער נאָכן גמר עשיית כל הכלים,
אָדער נאָך דעם אויפשטעלן דעם משכן,
און אַריינברענגען אין אים די כלים צום ערשטן מאָל - ווערט דעמאָלט 33
געשאַפן אַ משכן - „נקרא מקדש”.
זיי באַקומען אָבער ניט קיין גדר וחשיבות פרטית,
נאָר ע”ד ווי חלקים פון גוף הבנין,
קרשי המשכן ויריעות,
דאָס זיינען נאָר חלקים וואָס שטעלן צוזאַמען אַ משכן.
ועד”ז בנוגע להכלים.
בסגנון אחר: דער גדר משכן איז אַז עס זיינען דאָ יריעות קרשים אדנים ושלחן מנורה ומזבחות.
די כלים האָבן אָבער ניט קיין חשיבות פאַר זיך ,
פּונקט ווי די יריעות וקרשים ואדנים זיינען ניט מער ווי אַ טייל פון דעם כללות הבנין.
און דער ציווי ולא יבואו לראות כבלע גו’
(וכיו”ב)
- איז אַ ציווי חדש לגמרי,
ניט אַ תולדה פון דעם ציווי אויף קדושת
קדה”ק - וויבאַלד מ’נעמט עם פאַנאַנדער 34 .
ב)
די כלים האָבן אַ חשיבות מצ”ע אויך איידער מ’האָט דעם גאַנצן משכן.
די מנורה - בפ”ע,
ועד”ז דער שולחן און די מזבחות; נאָר דורכן אַריינשטעלן זיי אין משכן זיינען זיי אויך משלים דעם משכן,
און דעמאָלט ווערט דער משכן בשלימות.
ג)
מצד עצמם,
בעת עשייתם,
האָבן זיי ניט 35
קיין חשיבות מצד עצמם ,
אָבער לאחרי הקמת המשכן והכנסת הכלים בתוכו,
איז חל אויף יעדער כלי באַזונדער אַ חשיבות בפ”ע - עס לייגט זיך אַ באַזונדער קדושה אויף יעדער כלי לעצמו - ס’איז דאָ קדושת מנורה ,
שולחן וכו’ 36
(נוסף צו דער קדושה כללית אַלס אַ טייל פון קדושת המשכן בכלל).
ו.
איינע פון די נפק”מ לדינא צווישן די אופנים הנ”ל י”ל:
די עשיית כלי המשכן
(ומקדש)
דאַרף דאָך זיין לשמה 37
- „אין עושין כל
הכלים מתחלתן אלא לשם הקדש” 38 .
והנפק”מ וואָס איז דער תוכן פון דער כוונה לשמה:
לויטן ערשטן אופן - אַז דער גדר הכלים איז נאָר דאָס וואָס זיי זיינען אַ טייל פון משכן - איז 39
תחלת עשייתן לשמה לשם קדושת המשכן .
לויטן צווייטן אופן הנ”ל - אַז די פרטי הכלים האָבן אַ חשיבות בפ”ע 40
אויך איידער זיי ווערן אַ טייל פון משכן - איז דער לשמה
(בשעת עשיית הכלי)
לשם די קדושה פרטית 41
פון דער כלי: מנורה,
שולחן כו’ 42 .
און לויטן דריטן אופן הנ”ל,
וויבאַלד אַז מיט דער עשיית הכלים והכנסתם למשכן איז חל ניט נאָר דער שם הכללי וקדושה כללית פון משכן,
נאָר אויך אַ קדושה בפ”ע - איז תחילת עשייתם לשמה פון ביידע ענינים: דער „לשמה” - לשם
(מצות)
קדושת המשכן,
און דער „לשמה” פרטי,
לשם דער כלי פרטית 43 .
ועפ”ז יש לומר,
אַז דאָס וואָס דער רמב”ם איז מוסיף נאָכדעם ווי ער זאָגט „כולם מחלקי המשכן והכל יקרא מקדש” - „וכבר ייחד הציווי בכל חלק וחלק”,
מלמדנו,
אַז כאָטש „זה הכלל
(מצות ועשו לי מקדש)
כולל מינים רבים”,
אַז דער ציווי „ועשו לי מקדש” מיינט מלכתחילה צו מאַכן אַ משכן וואָס איז כולל כלים - איז אָבער לאחרי גמר עשייתו,
איז חל אויף יעדערן פון די כלים אַ ציווי 44
ובמילא - קדושה בפ”ע
(כאופן הג’),
ובמילא דאַרף אַזוי זיין די כוונת לשמה בעשיית הכלים,
וכנ”ל.
ז.
און דאָס איז דער רמז פון „ויקהל” אַלס נאָמען פון דער סדרה וואו עס רעדט זיך וועגן עשיית כל חלקי המשכן: „ויקהל” איז אַ רמז אויף אופן עשיית הכלים,
אַז די פעולה פון מלאכת המשכן וכל כליו איז געווען באופן פון „ויקהל”.
דאָס הייסט: כאָטש עס שטייט אַ באַזונדער „ויעש” 45
אויף יעדער כלי בפ”ע און יעדער חלק פון משכן,
איז די כוונה בעשיית כל כלי וכלי ניט געווען
(נאָר)
אַלס עשי’ ופעולה פרטית,
פון דער כלי פרטי,
נאָר ס’איז געווען „ויקהל” - צונויפגעקליבן צוזאַמען אַלע חלקי המשכן אויף מאַכן איין משכן.
ווייל איידער מ’האָט דעם גאַנצן משכן,
האָט יעדער כלי פאַר זיך ניט קיין חשיבות
(לעצמו)
; זיין גאַנצער ענין איז דאָס וואָס ער איז אַ פרט פון דעם
(כלל -)
משכן.
אין פרשת פקודי,
וואו עס שטייט „ותכל כל עבודת משכן אהל מועד” 46
און אַז מ’האָט אויפגעשטעלט דעם משכן מיט אַלע כלי המשכן - דעמאָלט האָט זיך אָנגעהערט דער ענין פון „ פקודי ”: ס’איז דאָ
(אויך)
אַ מציאות פון פרטים בפני עצמם,
ניט נאָר דער ענין כללי פון משכן כנ”ל.
ווייל לאחרי ווי מ’שטעלט אויף דעם גאַנצן משכן,
ווערט אויפגעטאָן אַ חשיבות אין יעדער כלי פאַר זיך,
כנ”ל באורך.
ח.
יעדער ענין פון תורה איז אַן ענין נצחי והוראה נצחית,
ועאכו”כ דער משכן וואָס ענינו איז - „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם ,
בתוך כל אחד ואחד מישראל” 47 ,
איז מובן,
אַז דער ענין הנ”ל פון „ויקהל” און „פקודי” שבבנין המשכן,
איז אויך פאַראַן אין דעם „ושכנתי בתוכם”,
בנוגע ישראל.
מען זאָגט אַז אַלע אידן זיינען איין ציבור,
אַלע אידן צוזאַמען שטעלן צונויף איין קומה שלימה 48 .
און ווען עס איז פאַראַן ח”ו אַ חסרון פון איין אידן,
פעלט אין דער גאַנצער קומה שלימה 49 .
לאידך גיסא זאָגט מען,
אַז יעדער איד פאַר זיך איז אַן „עולם מלא” 50 ,
ביז אַז „כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם” - די גאַנצע וועלט,
כל סדר ההשתלשלות כולל אויך כאו”א מבני ישראל,
איז „בשבילי נברא”.
און דאָס איז יעדער איינער מחוייב צו זאָגן,
אפילו אַ „חוטב עציך” און „שואב מימיך” 51 ,
פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם קטן שבקטנים.
און אויף דעם קומט די הוראה פון די שמות הסדרות „ויקהל” און „פקודי”:
אַ איד קען דאָך טראַכטן,
אַז לכל לראש איז ער אַ מציאות בפני עצמו -ניט ח”ו אַ מציאות יש,
נאָר אַ מציאות דקדושה,
אַלס אַ איד - עבד מלך מלך 52 ,
לשמש את קונו 53
: ער האָט זיין תפקיד ועבודה מיוחדת .
נאָר בהוספה לזה איז ער אויך זיך כולל צוזאַמען מיט כלל ישראל.
זאָגט מען אים,
אַז בשעת מען גייט מאַכן די כלי המשכן,
וואָס די עשי’ פון יעדער כלי איז אַ באַזונדער עשי’ פון עשיית כל שאר הכלים,
ס’איז אַ באַזונדער „ויעש” וואָס איז פאַרבונדן מיט די תכונות מיוחדות פון דער כלי -זאָגט תורת אמת,
אַז דאָס איז אַן ענין פון „ויקהל”: מציאותם איז באַשטאַנען אין דעם וואָס זיי ווערן אַ טייל פון דעם גאַנצן משכן.
ועד”ז דאַרף אַ איד וויסן,
אַז די התחלה,
און נקודת התוכן פון אַלעם,
לכל לראש - דאַרף ער זיך כולל זיין צוזאַמען מיט אַלע אידן - „ויקהל”,
ביז אין אַן אופן אַז זיין מציאות באַשטייט אין דעם וואָס ער איז אַ חלק פון אַ קהל.
דערפאַר - נאָך איידער אַ איד גייט מתפלל זיין אויף זיינע אייגענע צרכים
(וואָס דאָס איז אַ מ”ע מן התורה - די מ”ע פון תפלה) 54 ,
דאַרף ער זיך כולל זיין מיט אַלע אידן,
דורך אָננעמען אויף זיך די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך” 55 .
ביז אַז אל תפרוש מן הציבור 56 ,
די בקשות גופא ווערן ניט געזאָגט בלשון יחיד - ער בעט
(נאָר)
פאַר זיך - נאָר בלשון רבים : „וחנ נו מאתך כו’”,
„השיב נו אבינו כו’”,
ועד”ז בכל הברכות,
פאַר אַלע אידן כאחד.
לאידך גיסא: בשעת איינער טוט פאַרן כלל,
קען ער מאַכן אַ חשבון,
אַז די געוויסע עבודה האָט ניט קיין שייכות צו זיין אייגענער שלימות,
זיין שלימות איז פאַרבונדן מיט זיין עבודה אַלס יחיד,
נאָר לצורך הכלל איז ער מוותר אויף זיין שלימות און טוט פאַרן כלל.
זאָגט מען אים,
אַז אדרבה: דער אויפשטעלן דעם משכן פאַר כלל ישראל,
איז אין אַן אופן פון „ פקודי ” - יעדער כלי פאַר זיך איז זיין הבאה צו משה’ן,
דערנאָך - ציווי השם צו משה’ן וועגן דער כלי און דערנאָך דער קיום פון משה’ן אין דער כלי - ווערט באַזונדער דערציילט
(באַקומט חשיבות).
בשעת מען טוט פאַרן כלל ישראל,
ברענגט עס
(אויך)
שלימות צו דעם אידן אַלס יחיד .
ט.
דער טעם הדבר,
וואָס עס מוז זיין אָט די „התכללות” - בשעת ער טוט אין זיינע פרטית’דיקע ענינים דאַרף זיין דער „ויקהל”: זיך כולל זיין מיטן צבור; ולאידך,
דאָס אויפשטעלן אַ משכן פאַרן כלל ישראל איז באופן פון און ברענגט צו „פקודי”: די שלימות פון יעדער אידן אַלס יחיד -
איז ווייל בעצם,
זיינען די ביידע ענינים ביי אַ אידן - זיין „ויקהל” און זיין „פקודי” - איין זאַך
[וואָס דערפאַר
איז בריבוי
(ברוב)
השנים 57
זיינען ויקהל פקודי מחוברות,
וואָס דאָס ווייזט אַז זיי ווערן איין סדרה 58 ]
:
בגלוי ובחיצוניות
(אין דער דרגא פון „גילויים”)
זיינען כלל און פרט אַ סתירה זה לזה,
אָדער עכ”פ צוויי באַזונדערע עניני שלימות.
און דעריבער,
בשעת מ’איז מדגיש די מעלת הכלל,
איז דאָס מחליש די חשיבות הפרט,
און וואָס מער מען לייגט די הדגשה אויפן פרט,
איז דאָס גורע פון חשיבות הכלל.
משא”כ מצד דעם עצם ופנימיות פון אַ אידן,
שכולם מתאימות ואב אחד לכולנה 59
ועד”ז
(והסיבה לזה -)
מצד עצמותו ית’,
איז דער ריבוי פרטים ניט קיין סתירה צו אחדות ופשיטות.
וכידוע 60 ,
אַז דוקא מצד דער פשיטות דלמעלה ווערט ריבוי התחלקות דוקא,
ד.
ה.
ס’איז דאָ אַ ריבוי והתחלקות,
אָבער ניט נאָר איז דער ריבוי ניט בסתירה צו דער פשיטות,
נאָר אדרבה: דער ריבוי גדול דריקט אויס די פשיטות דלמעלה.
און דערפאַר שפּיגלט זיך דאָס אָפּ אַזוי,
כנ”ל,
ביי אידן - וואָס ישראל וקב”ה כולא חד 61
- אַז דאָס וואָס אידן
שטעלן צוזאַמען אַן „עם אחד”,
איז ניט קיין סתירה צו דער מציאות פון יעדער אידן אַלס יחיד,
נאָר אדרבה: וויבאַלד די אחדות איז מצד דעם עצם מהות פון אידן
(וואָס איז איין זאַך מיט עצמותו ית’ כביכול),
דריקט זיך אויס די אחדות אויך אין דער מציאות ו„ציור” פרטי פון יעדער אידן.
וואָרום דער עצם געפינט זיך דאָך אין יעדער פרט 62 .
יו”ד.
ע”ד ווי ס’איז דאָ דער חיבור פון „ויקהל” און „פקודי” בנוגע צו אידן,
עד”ז געפינט מען בגלוי דעם איחוד פון כלל ופרט
(ויקהל פקודי)
באַ אַ ספר תורה:
אַ ספר תורה ווערט צונויפגעשטעלט פון הונדערטער טויזנטער באַזונדערע אותיות,
און די אַלע פרטי אותיות שאַפן אַ תורה אחת
(„ויקהל”)
; ולאידך,
ווען עס ווערט איין און איינציקע ספר תורה בשלימות תוקפה וקדושתה,
איז יעדער אות בקדושתה מוקפת גויל 63 ,
אָפּגעטיילט פון אַלע אַנדערע אותיות 64 .
וויבאַלד אַז ישראל אורייתא וקוב”ה כולא חד,
דריקט זיך אויס אויך בגלוי אין אַ ספר תורה ווי דער כלל און דער פרט זיינען פאַרבונדן און פאַראיינציקט צווישן זיך.
און דאָס איז די הוראה און די נתינת כח וואָס מען נעמט פון די פרשיות ויקהל־פקודי - אויף צו מוסיף זיין אין דעם זירוז צו מאחד זיין אַלע אידן.
כולל
אויך בענין שהזמן גרמא - דורך דעם וואָס יעדער איד וועט האָבן אַן אות אין איינע פון די ספרי תורה הכלליים ,
וועלכע ווערן געשריבן צוליב מאחד זיין אַלע אידן צוזאַמען און וואָס עי”ז ווערט די שלימות פון יעדער אידן אַלס פרט ויחיד,
מ’איז מגלה זיין שייכות מיט תורה און זיין אין
(דער ספר)
תורה דורך דעם אות וואָס ער האָט אין דער ספר תורה 65 ,
און די שלימות פון עם ישראל אַלס כלל - איין קהל,
אַלע ווערן נתאחד אין אַ יחוד אמיתי דורך תורת אמת ונצחיית,
יחוד נצחי.
און דורך דעם איז מען נאָך מער ממהר ומזרז די גאולה האמיתית והשלימה וואָס וועט זיין אַ גאולה פרטית - דער אויבערשטער איז „אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו כענין שנאמר ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל” 66 ,
און צוזאַמען דערמיט אַ גאולה כללית בשלימותה - „ קהל גדול ישובו 67
הנה” 68 ,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש”פ ויק”פ תש”מ,
תשמ”ב)