B"H
🏡

Ikar

תשא ב

א.

שולן גערעדט פיל מאל וועגן גודל הדיוק אין פירוש רש״י עה״ת,

ובכלל זה,

אז ע״ד הרוב חזר׳ט רש״י ניט איבער זיין פירוש צוויי מאל 1

נע״ד ווי רש״י זאגט בנוגע דעם משכן אין פ׳ ויקהל 2

: "כבר פירשתי נדבת המשכן ומלאכתו במקום צוואתם"],

סיידן אז דעם צווייטן מאל קומט צו א תוספת ענין או ביאור וכיו״ב,

אדער ווען צווישן די צוויי פסוקים איז דא א הפסק פון כו״כ פרשיות ועאכו״כ -אין אן אנדער חומש,

וואס דאן חזר׳ט ער איבער דעם פירוש

(בקיצור עכ״פ)

אויך ווען ס׳קומט ניט צו קיין ביאור,

ווייל עס קען זיין אז דער

(תלמיד ה)

לומד גע־ דענקט ניט זיין פירוש פון ערשטן מאל.

על אחת כו״כ אין איין פרשה גופא,

איז ניט מסתבר אז מען זאל פארגעסן וואס רש״י האט מפרש געווען מיט עטלעכע פסוקים פריער,

און במילא איז פשוט אז רש״י דארף ניט איבער׳חזר׳ן דעם פירוש

(אן א תוספת חידוש וביאור).

עפ״ז דארף מען פארשטיין בפרשתנו,

וואו מ׳געפינט אז רש״י חזר׳ט איבער דעם זעלבן פירוש צוויי מאל: אויפן פסוק 3

"ושלחתי לפניך מלאך וגרשתי את הכנעני האמורי והחתי והפריזי החוי והיבוסי",

איז רש״י מעתיק פון פסוק "וגרשתי את הכנעני וגו׳",

און איז מפרש: ששה אומות הן והגרגשי עמד ופנה מפניהם מאליו 4

;

און אויך באם ווייטערדיקן פסוק 5

"הנני גורש מפניך את האמורי והכנעני גו׳",

איז רש״י מעתיק "את האמורי וגו׳" און איז מפרש: ו׳ אומות יש כאן כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם.

איז ניט פארשטאנדיק: פארוואס דארף רש״י איבער׳חזר׳ן דעם זעלבן פירוש א צווייטן מאל?

ב.

ס׳דא מפרשים 6

וואס זאגן,

אז רש״י חזר׳ט איבער דעם פירוש דערפאר ווייל ביים צווייטן מאל רעדט דער פסוק אז דער אויבערשטער בעצמו "ילך לפניהם לגרשם",

ניט דורך א מלאך,

ווי ביים פריערדיקן פסוק - און דעריבער איז רש״י מפרש,

אז אעפ״כ וועט אין דעם פרט ניט זיין קיין חילוק,

און אויך

ווען ״ הנני גורש מפניך" וועלן די אנדע־ רע ו׳ אומות ניט אוועקגעטריבן ווערן פון לאנד,

ניט צו מלחמה האבן מיט די אידן,

נאר בלויז גרגשי - ווי ביי ושלחתי לפניך מלאך.

דאס איז אבער ניט גלאטיק,

ווארום: א)

דער חידוש,

אז די ו׳ אומות וועלן ניט אוועקגיין מעצמם אפילו ווען "פני ילכו" 7 ,

שטייט ניט אין רש״י; ער בא־ ווארנט בלויז פארוואס דער פסוק רעכנט ניט גרגשי - און דאס פארשטייט מען

(ובמכש״כ)

פון דעם וואס רש״י האט פריער מפרש געווען אז "גדגשי עמד ופנה מפניהם".

ב)

בשלמא ווען עס וואלט אין פסוק געשטאנען אז אידן וועלן מלחמה האבן און מנצח זיין ווייל דער אויבערשטער גייט מיט זיי,

איז מובן די באווארעניש פון דעם פירוש: אע״פ אז ״ילך נא אדנ־י בקרבנו" * 7 ,

וועט מען פארט דארפן אנקו־ מען צו מלחמה מיט שש אומות און נאר גרגשי וועט מעצמו פונה זיין מפניהם; אבער אין פסוק "הנני גורש מפניך את האמורי גו׳" רעדט זיך גארניט וועגן מלחמה און

(נאכמער)

- פשטות לשון הפסוק איז משמע אז דא רעדט מען וועגן א בעסערן אופן הכיבוש: " הנני גורש מפניך ״ - ולפי הנ״ל קומט אויס אז דער פירוש איז אין סתירה לעילוי פון "הנני גורש מפניך",

ווייל אויך דא איז נאר "גרגשי עמד ופנה מפניהם"?

ג.

די קשיא ווערט נאך שטארקער:

אויב לפי דעת רש״י דארף מען באווא־ רענען בפשוטו של מקרא,

פארוואס דער פסוק רעכנט נאר ו׳ אומות בעת ס׳איז

ידוע 8

אז ס׳זיינען דא ז׳ אומות - האט דאס רש״י געדארפט מפרש זיין ווען דער פסוק רעכנט אויס נאר ו׳ אומות צום ערשטן מאל

(עכ״פ מפרש זיין פריער )

: מען געפינט דאס כמה פעמים פריער אין חומש שמות: צוויי מאל אין פ׳ שמות 9

און איין מאל אין פ׳ משפטים 10

- און דארט איז רש״י גארניט מפרש?

!

אין פ׳ משפטים קען מען נאך פארענט־ פערן פארוואס רש״י איז דארט ניט מפרש,

ווייל גלייך בהתחלת הענין שטייט דארט 11

"הנה אנכי שולח מלאך לפניך" און רש״י איז מפרש: "כאן נתבשרו שעתידין לחטוא ושכינה אומרת להם כי לא אעלה בקרבך" 12 ,

וואס די אמירה איז דאס בפרשתנו וואו דער אויבערשטער האט אים געזאגט לאחרי חטא העגל "ושלחתי לפניך מלאך גו׳ כי לא אעלה בקרבך גו׳"; און וויבאלד אז מ׳זאגט אז מען וועט לערנען ווייטער בפרשתנו וועגן דעם,

פארלאזט זיך רש״י אויך אין דעם פרט

(וואס דער פסוק רעכנט בלויז ו׳ אומות)

אויף דעם וואס ער טייטשט שפעטער בפרשתנו 13 .

עס איז אבער ניט פארשטאנדיק ביי די צוויי מאל אין פ׳ שמות,

וואו דער פסוק רעכנט אויס ששה אומות און לאזט אויס גרגשי,

פארוואס רש״י שטעלט זיך דארט ניט אפ 14

אויף דעם 15 .

ד.

אויך דארף מען פארשטיין די שינויי לשונות אין די פירושי רש״י שבפרשתנו:

א)

דעם ערשטן מאל זאגט רש״י "ששה אומות הן " 16 ,

און אין צווייטן פירוש - "ו׳ אומות יש כאן " 17 .

ב)

בפירושו בפעם הא׳ - " ו הגרגשי",

ובפי׳ הב׳ - " כי הגרגשי".

ג)

בפי׳ הא׳ איז ער מסיים "

(מפניהם)

מאליו ",

משא״ב דעם צווייטן מאל איז ער משמיט דעם ווארט 18 .

ד)

ביי דעם ערשטן מאל איז רש״י מעתיק פון פסוק " וגרשתי את הכנעני וגו׳",

ביי דעם צווייטן מאל איז ער מעתיק בלויז "את האמורי וגו׳"

(און ניט - "הנני גורש מפניך").

ה.

דער חילוק צווישן די פסוקים

שבפרשתנו און די פסוקים שבפ׳ שמות

(און פ׳ בא),

וואס אויך אין זיי ווערן אויסגערעכנט נאר ו׳ אומות,

איז בפשטות:

אין פ׳ שמות רעדט זיך ניט וועגן די ז׳ אומות כשלעצמן,

נאר וועגן זייער לאנד - דער אויבערשטער זאגט צו אז ער וועט די אידן ארויסנעמען פון מצרים און ברענגען זיי "אל ארץ טובה ורחבה,

אל ארץ זבת חלב ודבש אל מקום הכנעני והחתי והאמורי והפריזי והחוי והיבוסי",

"ואמר אעלה אתכם מעוני מצרים אל ארץ הכנעני וגו׳ אל ארץ זבת חלב ודבש".

ובמילא איז

(אין פשוטו של מקרא)

קיין קשיא ניט פארוואס ער רעכנט ניט אויס אלע ז׳ אומות - ווארום דאס איז מובן פון פשט הפסוק: ער איז

(מקדים און)

מדגיש "אל ארץ טובה ורחבה אל ארץ זבת חלב ודבש",

וי״ל אז דערפאר רעכנט ער נאר די אומות

(און ניט גרגשי),

ווייל 19

אט די מעלה פון א״י איז בעיקר אין דעם מקום הכנעני וגו׳ 20

-נאר פון די ו׳ 21

אומות 22 .

בפרשתנו אבער רעדט זיך ניט וועגן ארץ פון די אומות,

נאר וועגן

(דעם גירוש ומפלה פון)

די אומות 23

גופא 24

: ״ושלחתי לפניך מלאך וגרשתי את הכנעני גו׳״ - במילא דארף רש״י דא באווארענען פארוואס מען דערמאנט ניט דער גירוש פון גרגשי.

ו.

אין דעם גופא איז אבער דא אן אונטערשייד פון דעם ערשטן פסוק לגבי דעם צווייטן פסוק - און דער חילוק ווערט אנגעדייט אין די ווערטער וואס רש״י איז מעתיק פון פסוק:

ביים ערשטן פסוק איז רש״י מעתיק די ווערטער ״ וגרשתי את הכנעני גו׳״ -דארט רעדט זיך ווי דער אויבערשטער וועט איבערגעבן די אומות אין די הענט פון בנ״י - ער וועט פארטרייבן דעם כנעני אא״וו - פאדערט זיך גלייך ביאור: דער פסוק רעכנט דא נאר זעקס - ווי אזוי זיינען אידן פטור געווארן פון דער זיבעטער אומה,

גרגשי?

באווארנט רש״י: ״ששה אומות הן״ - אז דער

״וגרשתי״ באציט זיך טאקע נאר צו זעקס אומות,

און די זיבעטע - ״והגרגשי -עמד ופנה מפניהם מאליו" 25 .

משא״כ אין דעם צווייטן פסוק קומט דער ענין הגירוש

(פון די אומות)

בהמשך צו דעם וואס שטייט פריער "שמר לך את אשר הנני מצוך היום וגו׳" 26

און אלס הקדמה צו די ווייטערדיקע ציווים

("השמר לך וגו׳"),

ד.

ה.

די תורה איז דא ניט אזוי אויסן צו מתאר זיין דעם אופן ההנהגה פון דעם אויבערשטן ביים פאר־ טרייבן די אומות,

נאר דאס ווערט דער־ מאנט אלס הקדמה צו די ווייטערדיקע ציווים צו אידן - און דערפאר איז מובן,

אז דא שטעלט זיך די שאלה

(ניט,

כנ״ל,

ווי איז מען פטור געווארן פון גרגשי,

נאר)

: פארוואס דערמאנט דא ניט דער פסוק גרגשי,

וויבאלד אז די ווייטערדיקע ציווים זיינען בנוגע צו אלע זיבן אומות,

כולל גרגשי?

[מ׳קען ניט פארענטפערן,

אז וויבאלד אז דא שטייט "הנני גורש מפניך",

און מ׳האט ערשט געלערנט אז "גרגשי עמד ופנה מפניהם",

קען דעריבער דער פסוק ניט צורעכענען גרגשי - ווייל:

א)

הא גופא קשה: פארוואם שטײט טאקע אזא לשון "הנני גורש" וואם קען ניט כולל זיין גרגשי?

וויבאלד דער פםוק איז דא אויםן

(בעיקר)

די אזהרות וציווים בשייכות צו די אלע אומות - האט דער פםוק געדארפט נוצן א לשון וואם איז מתאים אויך פאר גרגשי?

ב)

ועיקר : בנדו״ד איז מתאים דער ל׳ "גורש

(מפניך)

" אויך בנוגע גרגשי.

אינעם פריערדיקן פםוק ״וגרשתי את הכנעני וגו׳" איז מובן פארוואם ״וגרשתי״ שליםט אוים גרגשי - היות אז דארט איז דער עיקר מקום וואו דער פםוק רעדט וועגן חידוש וענין הגירוש פון די אומות,

דעריבער איז ניט פאםיק כולל צו זיין גרגשי אין גירוש פון די ו׳ אומות

(ווייל מען וועט מיינען,

אז ביי גרגשי איז געווען דער גירוש אין זעלבן אופן,

דורך מלחמה וכו׳)

; משא״כ אין צווייטן פסוק,

וואו דער גירוש פון די אומות ווערט דערמאנט נאר דרך אגב,

בתור הקדמה כנ״ל.

און נאך דעם ווי מ׳ווייםט פון פריער אז גרגשי איז "פנה מפניהם",

איז דער לשון גירוש

("הנני גורש גו׳")

מתאים אויך לגבי גרגשי.

ווארום דאם וואם דער אויבערשטער פארטרייבט די אומות קען זיין אויף כמה אופנים,

כולל אויך דעם אופן אז ער גיט אין זיי אריין

(לדוגמא)

אזא אימה ופחד,

אז זיי אנטלויפן מעצמם 27 ].

ז.

דעריבער זאגט רש״י אז דער טעם וואם דא ווערן אויםגערעכנט נאר ו׳ אומות און ניט גרגשי איז ווייל -"ו׳ אומות יש כאן ": נאר די ו ,

אומות זיינען

( בשעת הכניםה לארץ)

געווען יושבי הארץ - און דערמיט איז מובן

פארוואם די ציווים בהמשך הפרשה

("פן תכרות ברית ליושב הארץ אשר אתה בא עלי׳ ..

כי את מזבחותם תתוצון גו׳")

זיינען אנגעזאגט געווארן נאר בשייכות די ו׳ אומות 28 ,

היות אז בנוגע גרגשי איז ניט נויטיק זיי אנצוזאגן - "כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם"

(און ם׳איז מדוייק דער לשון רש״י " כי הגרגשי כו׳"

(ניט " ו הגרגשי" ווי אין ערשטן פםוק),

ווייל בנדו״ד איז דאם א נתינת טעם פארוואם די ציווים זיינען דא ניט נוגע צו גרגשי).

עפ״ז איז אויך מובן וואם רש״י זאגט ניט אין צווייטן פירוש "עמד ופנה מפניהם מאליו ": דא איז ניט נוגע צי דאם איז געווען מאליו אדער ניט,

נאר בלויז דער עצם ענין אז "עמד ופנה מפניהם",

און דערפאר איז ער ניט געווען אין כלל פון "יושב הארץ" בעת אז "אתה בא עלי׳".

ח.

פון די ענינים בנוגע להלכה וואם מ׳קען ארויםנעמען פון דעם פרש״י:

וויבאלד אז "גרגשי עמד ופנה מפניהם״ און איז בעת הכניםה ניט געווען קיין יושב הארץ,

יש לחקור צי די ווייטערדיקע אזהרות וציווים 29

זיינען חל

(להלכה)

אויך בנוגע גרגשי 30 ,

ובפרט אין פאל ווען די בני גרגשי קומען צוריק אין א״י: צי דער זמן הכניסה לארץ איז מכריע און היות אז דעמאלט איז ער ניט געווען קיין יושב הארץ,

איז בנוגע אים מלכתחילה ניט חל 31

די אזהרה;

אדער וויבאלד אז בשעת אמירת הציווי איז ער יע געווען א יושב הארץ איז אויך בנוגע אים חל דער ציווי

(ובפרט - ווען ער קומט צוריק לארץ),

אידן דארפן אויך לגבי אים אפהיטן אלע אזהרות הנ״ל.

פון דיוק לשון רש״י דא "ו׳ אומות יש כאן כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם" איז משמע 32 ,

אז דאס וואס דער ציווי איז געזאגט געווארן נאר בנוגע די ו׳ אומות,

איז דערפאר ווייל בפועל זיינען בלויז זיי דארט געווען - "יש כאן כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם".

אבער בעצם הענין איז אויך בנוגע גרגשי חל דער חיוב,

(ובפרט - און ווייל בשעת הציווי איז אויך ער געווען א יושב הארץ 33 ,

ובמילא ווערט דאס ניט בטל אויך נאך דעם) 34 .

ועפ״ז איז מובן וואס מען געפינט מפורש במשנה תורה 35

"ונתנם ה״א לפניך והכיתם החרם תחרים אותם לא

תכרות להם ברית ולא תחנם ולא תתחתן בם..

מזבחותיהם תתוצו גו׳" אויך בנוגע גרגשי 36

; און מען מוז ניט דוחק זיין אז די ציווים ריידן

(נאר)

בנוגע גרגשי איידער "עמד ופנה" 37 ,

אדער וועגן די גרגשים וואס זיינען געבליבן מפוזרים אין א״י 38

צווישן די אנדערע ו׳ אומות.

ט.

מיינה של תורה אין פירוש רש״י ובהקדם:

די צוויי לשונות אין פרש״י "והגרגשי עמד ופנה מפניהם מאליו",

און "כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם" ריידן לכאורה וועגן צוויי באזונדערע זמנים: לויט דעם ערשטן פירוש "ששה אומות הן ו

(וא״ו המוסיף )

הגרגשי עמד ופנה מפניהם" איז משמע אז דער "וגרשתי" האט פועל געווען אויף די ששה אומות ומוסיף

(אויך אויף - ולאחר זה,

ווען ס׳איז נאכדעם געקומען צו גרגשי איז)

"הגרגשי עמד כו׳".

אין לשון " כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם" איז מודגש אז דאס איז געווען פאר דעם "הנני גורש מפניך",

וכפשטות הלשון: "ששה אומות יש כאן כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם",

ער איז ניט נכלל געווארן אין דעם "הנני גורש מפניך".

וואס בפשטות איז אזוי געווען דער סדר המאורעות בפועל,

אז נאך איידער די אידן זיינען אריין אין א״י

און מלחמה געהאלטן מיט די ו׳ אומות,

איז "הגרגשי עמד ופנה כו׳".

וי״ל אז עס איז ניט קיין מחלוקת במציאות: רובו דהגרגשי איז אוועקגע־ גיין בתחלה און מיעוטו

(געמישט אין די ו׳ אומות)

פנה נאכדעם.

ואכ״מ.

יו״ד.

דער ביאור אין דעם בפנימיות הענינים:

ס׳איז ידוע 39 ,

אז די ז׳ אומות "הכנעני האמורי גו׳" זיינען די ז׳ מדות רעות וועלכע זיינען זה לעומת זה פון די ז׳ מדות דקדושה: כנעני איז חסד דקליפה,

חתי - גבורה,

וכו׳.

און דער ענין פון כיבוש ז׳ אומות איז די עבודה צו כובש זיין און מברר זיין די ז׳ מדות רעות,

וואס יעדער אומה פרטית איז די מדה וואס איז א מנגד צו דער מדה לעומתה אין קדושה.

איז מבואר אין ספרים 40

דער ענין פון "גרגשי

(פנה מאליו)

",

אז גרגשי איז די בחי׳ פון מלכות דקליפה,

וואס בשעת מ׳איז מברר ומתקן די ו׳ אומות

(הכנעני וגו׳)

ווערט מדת המלכות נתברר ומתוקן בדרך ממילא .

ווארום מלכות איז בחי׳ נוקבא

(דקליפה),

וואס לית לה מגרמה כלום

(ס׳איז בלויז א מקבל פון די העכע־ רע מדות),

און אז עס ווערט בטל דער רע פון די ו׳ מדות דקליפה,

ווערט בדרך ממילא בטל בחי׳ מלכות דקליפה 41 .

דער ענין פון מלכות דקליפה אין עבודה איז די בחי׳ פון מחשבה דבור און מעשה אין ענינים פון לעו״ז.

און בשעת מ׳איז מתקן די ששה מדות

(די מדת החסד - עם זאל ביי אים ניט זיין קיין אהבה זרה ותאוות; מדת הגבורה - מבטל זיין די מדה פון כעם וכיו״ב,

ועד״ז אין די אנדערע מדות רעות),

איז מלכתחילה ניטא קיין ארט פאר מחשבה דבור ומעשה פון לעו״ז.

ווארום ענינם פון מחשבה דבור ומעשה איז דאם וואם זיי זיינען לבושים און א פועל יוצא פון די מדות - ער טראכט,

רעדט בדיבור און טוט במעשה דאם וואם די מדות ווילן און זיינען מחייב.

אבער די פעולה און בירור אין מלכות דקליפה קען זיין אויף אן אופן,

אז נאך איידער ער האט מברר ומזכך געווען זיינע מדות רעות,

איז ער כובש יצרו,

אז די מדות רעות זאלן ביי אים ניט ארוים־ קומען אין מחשבה,

דיבור און מעשה.

נע״ד די עבודה פון א בינוני 42 ,

וואם דער "רע שבחלל השמאלי" איז "בתקפו כתולדתו להתאוות תאוה לכל תענוגי עוה״ז ..

ולא נדחה ממקומו כלל",

ער איז זיך אבער מתגבר און שולט אויף דעם רע אז ער זאל זיך ניט מתלבש זיין אין מחשבה דיבור ומעשה].

יא.

און דאם איז דער חילוק צווישן די צוויי פירושי רש״י:

אין דעם ערשטן פירוש רעדט זיך וועגן סדר מסודר בהכניםה לא״י - דער כיבוש און בירור פון די ז׳

(אומות)

מדות רעות,

וואם אין דעם איז דער םדר "וגרשתי את הכנעני גו׳",

מ׳דארף פארטרייבן,

מברר זיין די ששה אומות - מדות,

און דעמאלט איז "והגרגשי

עמד ופנה מפניהם מאליו " 43 ,

ווערט בדרך ממילא ״מאליו״ בטל בחי׳ המלכות -דער מחשבה,

דבור ומעשה אין וועלכע עם זיינען זיך מתלבש די ו׳ מדות רעות.

אין דעם צווייטן פםוק אבער רעדט זיך ניט וועגן דעם סדר הכניםה לא״י,

ד.

ה.

דער כיבוש ובירור פון די ז׳

(אומות)

מדות,

נאר בשייכות צו די ציווים ואזהרות צו אידן,

און די עבודה פון תורה און מצות איז לכל לראש אין "המעשה אשר יעשון״ און ״אלה אשר לא תעשינה״ -ווי עם דארפן זיין די מחשבה דבור און מעשה שלו.

און דעריבער קען מען דא ניט זאגן אז "גרגשי עמד ופנה מפניהם מאליו ",

ווארום ״ו׳ אומות יש כאן ״ - דער רע פון די זעקם מדות דקליפה איז דאך "בתקפו ובגבורתו בחלל השמאלי כתולדתו" 44 ,

ם׳איז נאר וואם "הגרגשי עמד ופנה מפניהם",

ד.

ה.

אז זיין עבודה איז באופן אז די לבושים פון מחשבה,

דיבור ומעשה זיינען אפגעקערט און אפגעריםן פון די מדות רעות,

נוואם אויך דאם איז מצד דעם "יתרון ושליטה" פון בחי׳ חכמה פון "נפש האלקית שבמוח",

וואם דאם גיט דעם כח עם זאל נדחה ווערן די ״םכלות״ פון דער ״קליפה וםט״א שבחלל השמאלי"

(כמבואר בארוכה אין תניא 42

לגבי א בינוני)

- און דערפאר זאגט מען אויף דעם ״עמד ופנה מפניהם ״ - ם׳ווערט נדחה פאר "אור קדושת נפש האלקית"].

און וויבאלד אז "ו׳ אומות יש כאן",

דארף זיין ״ שמר לך ״ - א שמירה מיוחדת אז זיי זאלן ביי אים ניט פועל׳ן

אין דער מדה הז׳ - אין די לבושי הנפש ואיברי הגוף כנ״ל.

און די עבודה אין דעם בירור פון די אלע ז׳ מדות איז די הכנה והכשרה צו דעם כיבוש פון אלע עשר אומות -אויך כתר חכמה בינה 45 ,

וואס דאס וועט זיין בפועל אין דער גאולה האמיתית והשלימה,

וואס מ׳וועט דעמאלט האבן

די ארץ שבעה עממין און אויך קני קניזי וקדמוני 46

- ארץ ישראל השלימה

("ירחיב ה״א את גבולך" 47 ),

בקרוב ממש ע״י משיח צדקנו.

(משיחת ש״פ ויק״פ תש״מ)

Reader controls and commentary are loading.