א.
עס ווערט דערציילט אין מדרש 1 ,
אַז נאָך דעם ווי עס זיינען נחתם געוואָרן המנ׳ס אגרות מיט דער גזירה אויף אידן „ונתנו ביד המן”,
זיינען המן מיט „כל בני חבורתו” געגאַנגען צופרידענערהייט און האָבן באַגעגנט מרדכי׳ן.
מרדכי האָט
(דעמאָלט)
געזען „שלשה תינוקות שהיו באים מבית הספר” 2 ,
איז ער זיי נאָכגעלאָפן.
און המן מיט זיין חבורה זיינען עס נאָכגעגאַנגען בכדי צו הערן וואָס מרדכי וועט זיי פרעגן.
„כיון שהגיע מרדכי אצל התינוקות שאל לאחד מהם פסוק לי פסוקיך 3 ,
א"ל אל תירא מפחד פתאום ומשואת רשעים כי תבוא 4 .
פתח השני ואמר אני קריתי היום ובזה הפסוק עמדתי מבית הספר 5
עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א־ל 6 .
פתח השלישי ואמר ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול אני עשיתי ואני אשא ואני אסבול ואמלט” 7 .
ווען מרדכי האָט געהערט זייערע ענטפערס
(פון די פסוקים)
„שחק והי׳ שמח שמחה גדולה אמר לו המן מה היא זאת השמחה ששמחת לדברי התינוקות הללו,
אמר על בשורות טובות שבשרוני שלא אפחד מן העצה הרעה שיעצת
עלינו,
מיד כעס המן הרשע ואמר אין אני שולח ידי תחלה אלא באלו התינוקות”.
דער טעם בפשטות פאַרוואָס מרדכי האָט זיך געפרייט הערנדיק די פסוקים פון די קינדער — איז ווייל ער האָט אין דעם געזען אַ נבואה 8
אַז ער האָט ניט וואָס צו מורא האָבן פאַר גזירת המן.
און ווי מ׳געפינט בכ"מ בש"ס 9
דעם ענין פון „פסוק לי פסוקיך",
אַז — דער פסוק וואָס אַ ינוקא האָט געזאָגט איז אַ כעין נבואה 10
(וכיו"ב)
מלמעלה 11 .
דאָס איז אָבער לכאורה ניט מספיק בנדו”ד,
וואָרום עפ"ז — אויב דאָס איז דער תוכן עיקרי פון דעם סיפור — וואָס איז דערביי נוגע צו דערציילן די פרטים,
אַז ער האָט זיי געטראָפן קומענדיק פון בית הספר און אַז ס׳זיינען געווען דריי תינוקות וואָס האָבן געזאָגט דריי פסוקים 12 ?
אע"פ אַז אַנדערע פרטי הסיפור — ווי דאָס אַז ער האָט אָנגעטראָפן די תינוקות
(ניט — געגיין זיי זוכן)
און אויך דאָס אַז מער ווי איין תינוק האָבן געזאָגט פסוקים מיט אַ תוכן של בשורה טובה כו׳ — זיינען מער מדגיש די הוראה און נבואה — איז אָבער דאָס ניטאָ באַם פרט פון „היו באים מבית הספר",
און — אַז פגע
(דוקא)
בשלשה תינוקות 13 .
ב.
אַלע ענינים אין תורה זיינען דאָך בתכלית הדיוק,
ד.
ה.
אַז אויך דער סדר און די פרטי הלשונות אין דעם סיפור זיינען מדויק און נוגע צום ענין.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
דער סדר ווי די תינוקות האָבן געזאָגט די דריי פסוקים 14
(אל תירא,
עוצו עצה,
ועד זקנה)
איז ניט כפי סדרם ווי זיי שטייען אין נ"ך: די פסוקים „עוצו עצה” און „ועד זקנה” שטייען אין ספר ישעי׳ וואָס איז בסדר הספרים פאַר משלי 15 ,
וואו עס שטייט דער פסוק „אל תירא”
(בפשטות איז דער סדר הלימוד פון די תינוקות בבית הספר — כפי סדר הספרים: תורה,
נביאים,
כתובים) 16
; און ס׳איז אויך ניט אין אַ סדר מן המאוחר אל המוקדם — ווייל דעמאָלט האָבן זיי געדאַרפט זאָגן דעם שפּעטערדיקן פסוק אין ישעי׳ „ועד זקנה” פאַר „עוצו עצה”.
ב)
וועגן ערשטן תינוק ווערט דערציילט אין מדרש אַז ער האָט גלייך אָן
קיין הקדמה געזאָגט דעם פסוק,
משא"כ ביים צווייטן תינוק שטייט: „פתח השני ואמר אני קריתי היום ובזה הפסוק עמדתי מבית הספר" 17 .
— אַז ער האָט יענענם טאָג געלערנט אַנדערע פסוקים 18 ,
נאָר באַ דעם פסוק איז ער געבליבן שטיין.
איז ניט מובן: צי דען האָט דער ערשטער תינוק יענעם טאָג געלערנט אין חדר בלויז דעם פסוק „אל תירא” און ניט מער?
ג)
וויבאַלד מרדכי האָט דאָס אָנגענומען אַלס אַ נבואה 19 ,
פאַרוואָס זאָגט ער דעם לשון „על בשורות טובות שבשרוני”,
און ניט „שנבאו לי טובה” וכיו"ב 20 ?
ג.
אויך פאָדערט זיך ביאור:
ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש,
איז דער זמן המאורע הנ"ל געווען באַלד נאָכדעם ווי עס זיינען גע׳חתמ׳ט געוואָרן די אגרות הגזירה,
און שוין דעמאָלט איז באַ מרדכי געווען אַ שמחה גדולה פון דער בשורה טובה,
אַז ס׳איז ניטאָ וואָס מורא צו האָבן פאַר המנ׳ס עצה רעה — אויב אַזוי,
פאַרוואָס איז נאָכדעם געווען דער גאַנצער שטורעם פון „וילבש שק ואפר גו’ ויזעק זעקה גדולה ומרה” 21 ,
און דער ריבוי הפרטים
וואָס מרדכי האָט געטאָן און אָנגעזאָגט אסתר׳ן צו טאָן
(ווי דערציילט אין דער מגילה) 22 ?
פון דעם אַלעם איז משמע,
אַז מרדכי האָט דעם „פסוק לי פסוקיך” פון די תינוקות ניט אָנגענומען אַלס אַ נבואה ממש 23 .
איז שווער צו פאַרשטיין,
לאידך גיסא,
פאַרוואָס „שחק והי׳ שמח שמחה גדולה”?
ד.
נקודת הביאור בזה — ובהקדים,
אַז די גזירה איז געווען „להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים” 24 ,
און בנוגע דער סיבה אויף דער גזירה איז עס — א)
ווי דערציילט אין דער מגילה,
און ב)
ע"פ מדרשי חז"ל.
אין דער מגילה 25
ווערט דערציילט אַז דאָס האָט זיך אָנגעהויבן פון דעם וואָס „כל 26
עבדי המלך גו׳ כורעים ומשתחווים להמן גו׳ ומרדכי לא יכרע ולא ישתחווה ..
וימלא המן חמה.
ויבז בעיניו לשלוח יד במרדכי לבדו כי הגידו לו את עם מרדכי.
ויבקש המן להשמיד את כל היהודים גו׳ עם מרדכי”.
ד.
ה.
אַז בשעת המן האָט חוקר ודורש געווען פאַרוואָס מרדכי בוקט זיך ניט צו אים און ער האָט אויסגעפונען אַז דאָס איז ניט צוליב מרדכי׳ס אייגנשאַפטן אַלס אַ פרט — זייענדיק פון די ראשי סנהדרין און דער מנהיג באַ אידן וכו׳
— נאָר „הגידו לו את עם מרדכי”,
„אשר הוא יהודי” 27 ,
אַז דאָס איז דערפאַר וואָס זייענדיק אַ איד גלויבט ער נאָר אין דעם אויבערשטן,
און איז כופר בכל ע"ז,
יעדער זאַך וואָס האַלט זיך פאַר אַ מציאות — דאָס האָט ביי המנ׳ען אַרויסגערופן גרויס כעס,
„וימלא המן חמה”.
און וויבאַלד אַז דאָס וואָס „מרדכי לא יכרע ולא ישתחווה” איז דערפאַר ווייל „הוא יהודי”,
איז „ויבז בעיניו לשלוח יד במרדכי לבדו" — וויבאַלד אַז די סיבה וואָס מרדכי בוקט זיך ניט איז די נקודת היהדות וועלכע איז פאַראַן ביי אַלע אידן 28
„מנער ועד זקן טף ונשים”,
מיינט עס דאָך אַז ניט נאָר מרדכי,
נאָר דער גאַנצער „עם מרדכי”אַנערקענט ניט זיין מציאות און אַ פשיטא — ניט צו בוקן זיך צו אים 29 ,
— האָט ער געזוכט אַ וועג „להשמיד את כל היהודים”.
ה.
ווי קומט עס אָבער אַז המן האָט געקענט ברענגען אַזאַ גזירה אויף אידן?
זיינען חז"ל 30
מבאר אַז די סיבה
(רוחנית)
איז געווען „מפני שהשתחוו לצלם" 31
— וויבאַלד אַז באַ אידן איז געווען אַזאַ פעולה און תנועה
(אפילו ווען בלויז לפנים32,
בלא לב ולב כלל 33 )
וואָס
איז היפך פון דער נקודת היהדות 34
און רירט אָן דעם עצם פאַרבונד זייערן מיטן אויבערשטן — האָט דאָס במילא געבראַכט די גזירת כליי׳ ר"ל,
ווייל די גאַנצע מציאות און קיום פון אידן איז זייער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן 35 .
און דאָס איז געווען מרדכי׳ס דאגה,
ביז אַז „וילבש שק ואפר גו׳ ויזעק זעקה גדולה ומרה”.
וואָרום „מרדכי ידע את כל אשר נעשה" 36
— ער האָט געוואוסט די סיבה וואָס האָט געבראַכט די גזירה — איז געווען דאגתו: טאָמער איז ביי זיי דער „השתחוו לצלם” געווען אַן ענין פון עבודה זרה ח"ו 37
; און אפילו אַז דער „השתחוו” איז בלויז לפנים,
נאָר בחיצוניות,
ווייזט עס דאָך אָבער אַז די נקודת היהדות והאמונה איז באַ זיי ניט בגלוי; ווען דאָס וואָלט ביי זיי געווען בגלוי,
וואָלט עס גע׳פּועל׳ט „שלא יוכלו יגעו אפילו בלבושיו שהם מחשבה דבור ומעשה של אמונת ה׳ אחד”,
און באַ זיי
וואָלט געווען „למסור נפשו אפילו שלא לעשות רק איזה מעשה לבד נגד אמונת ה׳ אחד כגון להשתחוות לע"ז אף שאינו מאמין בה כלל בלבו ” 38 .
וואָרום מצד דעם חפץ ורצון פוןאַ אידן צו זיין דבוק מיט דעם אויבערטשן,
„היא יראה ומפחדת בטבעה מנגוע בקצה טומאת 39
ע"ז ח"ו שהוא נגד אמונת ה׳ אחד אפילו בלבושי׳ החיצונים שהם דבור או מעשה בלי אמונה בלב כלל” 38 .
דעריבער האָט מרדכי געוואוסט,
אַז דער וועג צו ביטול הגזירה איז דורך מעורר זיין ביי אידן די נקודת היהדות אַז זי זאָל אַרויסקומען בגלוי,
אַז די תכונה פון עם מרדכי אַז „לא יכרע ולא ישתחווה” זאָל דורכנעמען אַלע לבושי הנפש פון מחשבה דיבור ומעשה ביז צו מסנ"פ על קידוש השם בפועל ממש.
און בשעת מרדכי האָט געהערט פון די תינוקות „שהיו באים מבית הספר” די פסוקים וועלכע דריקן אויס די אמונה ובטחון אין דעם אויבערשטן,
האָט ער געוואוסט אַז אידן וועלן ביישטיין דעם נסיון און וועלן זיין גרייט אויף מסנ"פ — „שחק והי׳ שמח שמחה גדולה”,
ווייל ס׳איז ניטאָ וואָס צו מורא האָבן פאַר דער „עצה הרעה שיעצת עלינו" — וכדלקמן.
און בשעת ער האָט דערהערט די „בשורות טובות” איז דערנאָך „ויקרע מרדכי את בגדיו וילבש שק ואפר ויצא בתוך העיר ויזעק זעקה גדולה ומרה ..
ובכל מדינה ומדינה גו׳ אבל גדול
ליהודים וצום ובכי ומספד” כדי צו מעורר זיין און אַרויסברענגען בגילוי די נקודת היהדות און די גרייטקייט אויף מסנ"פ 40
בפועל.
ו.
דער חילוק אינעם תוכן פון די דריי פסוקים:
דער פסוק „אל תירא מפחד פתאום ומשואת רשעים כי תבוא ” רעדט וועגן אַ פחד און אַ צרה גלוי׳,
און מ׳זאָגט אויף דעם „אל תירא" — אָן קיין הסברה.
אינעם פסוק „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום” רעדט זיך ניט וועגן אַ בפועל׳דיקער צרה,
נאָר וועגן אַ „עצה” און „דבר" אויף בריינגען אַ צרה — און מען זאָגט ניט נאָר אַז זיי וועלן בטל ווערן,
נאָר אויך אַ הסברה וטעם — „כי עמנו א־ל”.
אינעם דריטן פסוק „ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול אני עשיתי ואני אשא ואני אסבול ואמלט” רעדט זיך איבערהויפּט ניט וועגן אַ צרה,
ניט בגילוי און ניט בהכנה,
נאָר וועגן „זקנה” און „שיבה”,
וועלכע זיינען שינויים טבעיים אין דער בריאה וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן,
און מען זאָגט ניט נאָר אַז „אני הוא” און „ואני אסבול”,
נאָר אויך אַז „אני עשיתי ואני אשא ”.
אין תוכן הענינים ברוחניות ווייזן די דריי פסוקים אויף דריי תנועות ומדריגות אין דעם אופן פון אמונה ובטחון אין דעם אויבערשטן,
וואָס ברענגט אַרויס די מסנ"פ פון אַ אידן פאַר דעם אויבערשטן:
„אל תירא מפחד פתאום ומשואת רשעים כי תבוא" — מצד אמונה און בטחון אין דעם אויבערשטן,
איז כאָטש אַז ע"פ טבע באַפאַלט אַ מענטש׳ן אַ
מורא באַ אַ פּלוצלונגדיקן אָנקום פון פחד און „שואת רשעים”,
איז אָבער ביי אַ מאמין ,
ביי אַ אידן,
ניטאָ די מורא — און ער דאַרף ניט האָבן קיין הסברה וטעם אויפדעם.
בטבעו איז זיין געפיל ע"ד מרז"ל 41
— כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
אַ שטאַרקערער אופן פון אמונה אַז „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום ” — ניט בלויז האָט ער ניט קיין מורא,
נאָר באַ אים איז בוודאות אַז „תופר” און „לא יקום”,
און די הסברה און טעם שכלי —
(באַ עם איז בודאות)
„כי עמנו א־ל”.
למעלה מזה איז דער אָפּלייג אַז „ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול" — אויך די חוקות ועניני הטבע,
וואָס דער אויבערשטער האָט קובע געווען אין דער בריאה,
האָבן אויף אַ אידן ניט קיין שליטה און ער ווערט פון זיי ניט נתפעל — און דערויף פאָדערט זיך אַ הסברה נוספת: ניט נאָר אַז „ עמנו א־ל",
נאָר אַז „אני עשיתי",
ובמילא „אני אשא ואני אסבול ואמלט".
ז.
דאָס זיינען אויך דריי מדריגות זו למעלה מזו אין דעם חינוך בבית הספר פון די תינוקות של בית רבן:
באַ דעם ערשטן קינד,
אַ תינוק בתחילת חינוכו,
איז דאָס אין אַן אופן פון „פסוק ..
פסוקיך”: מער פון דעם האָט ער נאָך ניט געלערנט; אָבער אפילו איידער ער איז שייך צו פאַרשטיין מיט זיין שכל,
דאַרף באַ אים זיין בפשטות,
אָפּגעפּסקנט,
אַז „ אל תירא מפחד פתאום ומשואת רשעים כי תבוא”.
ווען דער תינוק ווערט עלטער און האָט שוין מער געלערנט — „אני קריתי
היום ובזה הפסוק עמדתי " — ער האָט שוין אַליין געלייענט
(געלערנט),
ער איז שייך צו אייגענעם פאַרשטאַנד,
לערנט מען אים אַ טיפערן אָפּלייג,
אַ העכערע דרגא אין אמונה ובטחון,
מיט געוויסקייט: „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום " און אויך די הסברה — „ כי עמנו א־ל ”.
און דעם דריטן סוג תינוק,
וואָס איז נאָכמער 42
אויסגעוואָקסן אין שכל און דעת,
אים לערנט מען און מ׳פלאַנצט איין אויך דעם אָפּלייג אַז אַ איד ווערט ניט נתפעל אפילו פון די הגבלות וחוקי הטבע וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן,
מיט דער גאַנצער הסברה וואָס אין פסוק.
ח.
בשעת מרדכי האָט געהערט די פסוקים פון די קינדער בעת „שהיו באים מבית הספר " — זייער חינוך איז באופן אַז ניט נאָר זייענדיק אין „בית הספר” דערוועקט מען אין זיי און מען לערנט זיי אמונה און מסנ"פ
(„אל תירא גו׳”)
און אַז עס זאָל ביי זיי זיין אָפּגעלייגט אויך בשכל ורגש,
נאָר זיי נעמען דאָס אַלץ מיט זיך אויך ווען זיי זיינען „ באים מבית הספר ”,
קומענדיק צו זייערע הייזער — „שחק והי׳ שמח שמחה גדולה”.
פון די פסוקים פון די תינוקות האָט ער געזען,
אַז באַ אידן איז גאַנץ די נקודת היהדות,
באַ אַלע אידן; ובמילא איז אפילו די וואָס ביי זיי איז עס נאָך ניט בגלוי,
וועלן אָט די תינוקות דאָס ביי זיי מעורר זיין און מגלה זיין קומענדיק מבית הספר לביתם.
דאָס איז אויך דער דיוק הלשון פון מרדכי,
אַז זיין שמחה איז פון די
„ בשורות טובות שבשרוני שלא אפחד מן העצה הרעה שיעצת עלינו" — די דיבורים עצמם פון די תינוקות זיינען די „בשורות טובות שבשרוני”,
אַז באַ אידן איז גאַנץ 43
(און וועט זיין גאַנץ)
די נקודת היהדות והמסנ"פ וואָס איז מבטל גזירת המן — „שלא אפחד כו׳”.
און דאָס איז אויך וואָס „מיד כעס המן הרשע ואמר אין אני שולח ידי תחלה אלא באלו התינוקות" — אין די תינוקות האָט ער געזען דעם המשך און נאָכמער די סיבה פון דעם „לא יכרע ולא ישתחווה” פאַר אים,
און פאַר יעדער ע"ז.
ט.
ע"פ הנ"ל קומט צו אַ תוספת הסברה אין דעם מארז"ל 44
הידוע אויף „קיימו וקבלו היהודים" 45
— „קיימו מה שקבלו כבר”,
און אַז בפורים איז בטל געוואָרן די „מודעא רבה לאורייתא”,
ווייל „הדר קבלוה בימי אחשורוש”
(און ווי חסידות 46
איז מבאר דעם פסוק 47
„וקבל היהודים את אשר החלו לעשות”,
אַז במ"ת איז געווען נאָר די התחלה — „החלו לעשות" — ווייל דעמאָלט איז די מסנ"פ פון אידן אויף קבלת התורה
(דאָס וואָס הקדימו נעשה לנשמע)
געקומען מצד למעלה
(„כפה עליהם הר כגיגית” 44 )
; אָבער בימי הפורים איז געווען „וקבל היהודים”,
אַ קבלה גמורה,
דורך דער מסנ"פ פון כל ישראל
מעצמם,
דעריבער איז דאַן געווען דער גמר ושלימות קבלת התורה)
—
אַז כשם ווי אין דעם זמן פון „החלו לעשות”,
במ"ת,
איז דוקא בזכות דער ערבות פון די קינדער — „בנינו עורבים אותנו" 48
— האָט דאַן דער אויבערשטער געגעבן די תורה צו אידן,
עד"ז איז געווען אינעם זמן פון „וקבל היהודים” בימי אחשורוש,
אַז די קבלה גמורה האָט זיך אויפגעטאָן מצד דער „ערבות" פון די קינדער — דורך די תינוקות של בית רבן 49
הנ"ל ובכלל די כ"ב אלף תינוקות וועלכע מרדכי האָט צוזאַמען געקליבן,
געלערנט מיט זיי,
איינגעפלאַנצט אין זיי מסנ"פ בגלוי ובפועל ווי חז"ל דערציילן בארוכה 50 .
און כשם ווי דער אויפטו פון פורים לגבי מ"ת איז
(כנ"ל)
באַשטאַנען אין דעם,
וואָס ביי מ"ת איז די מסנ"פ פון אידן געווען בעיקר בכח ,
מצד זייער נשמה ומצד למעלה,
און בפורים זיינען זיי געשטאַנען אין אַ תנועה פון מסנ"פ בפועל ,
אויך מצד גופם ומצד המטה —
אַזוי איז עס אויך בנוגע דעם „בנינו עורבים אותנו”,
אַז בפורים איז דאָס געווען ניט בלויז בכח און מצד אמירת האבות,
נאָר דאָס האָט זיך אויסגעדריקט בפועל באַ די בנים גופא כנ"ל,
און נאָכמער: זיי האָבן דאָס גע׳פּועל׳ט אויך באַ די אבות.
ומצד דעם איז דוקא דעמאָלט געווען דער „וקבל היהודים”,
די קבלה גמורה.
יו"ד.
פון דעם האָט מען די הוראה לכל הדורות,
ובפרט אין דעם דרא דעקבתא דמשיחא,
ווען מ׳איז נאָך „עבדי אחשורוש” 51
:
בשעת מ׳וויל וויסן דעם מצב
(און דעם עתיד)
פון דעם אידישן פאָלק,
דאַרף מען זען וואָס עס טוט זיך מיט די תינוקות,
אויך
(ובעיקר)
ווען באים
(זיי קומען )
מבית הספר .
אין קלאָרע ווערטער מיינט עס: דער חינוך דאַרף זיין
(כנ"ל)
אַז פון זייערע פריעסטע קינדערשע יאָרן,
נאָך איידער זיי זיינען שייך צו פאַרשטיין אַן ענין שכלי,
דאַרף מען זיי מחנך זיין און איינקאַרבן אין זיי דעם אָפּלייג אַז זיי זאָלן פאַר קיינעם ניט מורא האָבן,
נאָר בלויז פאַר דעם אויבערשטן אַליין.
און ווי דער פאָטער פון בעש"ט,
ר׳ אליעזר,
האָט אָנגעזאָגט דעם בעש"ט ווען ער איז אַלט געווען פינף יאָר 52
: זאָלסט פאַר קיינעם און פאַר קיין זאַך אויף דער וועלט ניט מורא האָבן,
מער ניט פאַר ג־ט אַליין.
און ווען זיי ווערן עלטער און זיינען שייך צו פאַרשטיין,
לערנט מען זיי אויך דעם צווייטן ענין,
צו פאַרשטיין אַז „עוצו עצה ותופר גו׳ כי עמנו א־ל”,
און דערנאָך דעם דריטן ענין,
כנ"ל בפרטיות.
וואָס כדי אַז דאָס זאָל זיך באַ זיי אָפּלייגן כדבעי,
עס זאָל ווערן „ פסוקיך ”,
איז ניט מספיק לערנען בלויז די פסוקים אין תורה שבכתב,
נאָר מ׳דאַרף זיי לערנען און מסביר זיין נקודות עכ"פ פון די
ביאורים אין תורה שבעל פה בכלל און אין תורת החסידות בפרט 53
;
און בשעת די אידישע קינדער נעמעןמיט און לעבן מיט דעם תוכן פון די פסוקים אויך אַרויסגייענדיק אין דרויסן פון בית הספר און ברענגען עס מיט זיך אין זייערע הייזער,
איז כשם ווי דאָס איז געווען בימים ההם,
אַזוי וועט דאָס זיין בזמן הזה 54 ,
אַז דאָס וועט פאַרזיכערן דעם קיום און המשך פון תורה בישראל און עס וועט ניט זיין וואָס צו מורא האָבן פאַר קיין שום דבר בעולם,
וואָרום „מפי 55
עוללים ויונקים יסדת עוז גו׳ להשבית אויב ומתנקם”,
און עס ווערט מקוים דער „והשיב לב אבות על בנים — על ידי בנים”,
ווען „הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא” 56 ,
„יאמר לבנים דרך אהבה ורצון לכו ודברו אל אבותיכם לאחוז בדרכי המקום” 57 ,
און עס קומט דער יום ה׳ הגדול והנורא 56 ,
מסמר גאולה לגאולה 58
— יום הגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משיחת פורים תשכ"ו)