B"H
🏡

Ikar

תרומה ב

א.

אין אָנהויב פרק ד פון הלכות בית הבחירה,

נאָך דעם ווי דער רמב"ם שרייבט וואָס האָט זיך געפונען אין „קדש הקדשים" — אַז „אבן היתה בקדש הקדשים במערבו שעלי׳ הי׳ הארון מונח כו׳" — איז ער ממשיך:

„ובעת שבנה שלמה את הבית וידע שסופו ליחרב בנה בו מקום לגנוז בו הארון למטה במטמוניות עמוקות ועקלקלות,

ויאשיהו 1

המלך צוה וגנזו במקום שבנה שלמה שנאמר* 1

ויאמר ללוים המבינים לכל ישראל הקדושים לה׳ תנו את ארון הקודש בבית אשר בנה שלמה בן דויד מלך ישראל אין לכם משא בכתף עתה עבדו את ה׳ אלקיכם וגו׳ ונגנז עמו מטה אהרן וכו׳ וכל אלו לא חזרו בבית שני.

ואף אורים ותומים שהיו בבית שני לא היו משיבין ברוח הקודש כו׳”.

דאַרף מען פאַרשטיין

(ווי מפרשים 2

פרעגן)

: למאי נפק"מ להלכה די גאַנצע אריכות וסיפור הדברים,

וואו און ווי אַזוי און דורך וועמען דער ארון איז נגנז געוואָרן?

דברי הרמב"ם בספרו יד החזקה זיינען דאָך „ להלכה אמורים ..

ודברים שאין יוצא מהן דין מהדינים ולא מוסר והנהגה וידיעה הצריכה אין מדרכו ז"ל להטפל בהם בחיבור זה”?

נאָך מער: אָט־דער ענין

(ווי אַזוי און וואו איז דער ארון נגנז געוואָרן)

איז

„במחלוקת שנוי" 3

— היינט צוליב וואָס איז דער רמב"ם מכריע כדברי האחד 4

וויבאַלד אַז דער ענין איז לכאורה ניט נוגע לדינא?

ב.

מפרשים 2

פאַרענטפערן,

אַז „צורך גדול יש לרבינו בדבר זה לפי שיטתו שתפס לו לקמן בפ"ו מהל׳ הללו 5 ..

שקדושת הבית לא בטלה ..

דסבר רבינו דהך מילתא דקדושת הבית לא בטלה אזלא כמאן דס"ל ארון במקומו נגנז ..

ועכ"פ לענין ביאת מקדש מסתברא דבהכי תליא דהא כתיב 6

(ל)

מבית לפרוכת

(ו)

אל פני הכפורת וכו’”.

אָבער צ"ע אין דעם תירוץ,

ווייל

[נוסף לזה וואָס דער רמב"ם אַליין איז מבאר טעמו 7

פאַרוואָס „קדשה לשעתה וקדשה לעתיד לבא" — „לפי שקדושת המקדש וירושלים מפני השכינה ושכינה אינה בטלה" 8

— וואָס אין דעם איז לכאורה ניט נוגע דוקא דער

(מקום ה)

ארון — איז ניט מובן]

:

לפי זה האָט דער רמב"ם געדאַרפט זאָגן בקיצור ובפירוש,

אַז „ארון במקומו נגנז"; אָבער דער רמב"ם איז —

א)

סותם „בנה בו מקום לגנוז בו הארון" — וואָס מ׳קען לערנען אַז דער וואָרט „בו" באַציט זיך צום „בית”

(וואָס

שטייט גלייך פאַר דעם),

און ניט צו „קודש הקדשים”

(לפני פניו).

קומט אויס אַז העיקר חסר מן הספר — דער ענין פון „ארון במקומו נגנז” איז ניט מודגש אין דברי הרמב"ם.

ב)

ער ברענגט ניט דערויף דעם פסוק

(וואָס ווערט געבראַכט אין גמרא 9 )

„ויהי שם עד היום הזה” 10 ,

וועלכער איז מדגיש אַז דער ארון געפינט זיך

(אויך איצט 11 )

במקומו.

ג)

ועיקר : דאָס פאַרענטפערט אינגאַנצן ניט פאַרוואָס דער רמב"ם ברענגט יע

(די דיעה)

אַז יאשיהו האָט גונז געווען דעם ארון,

וואָס דאָס איז כלל ניט נוגע להענין,

צי דער ארון איז במקומו נגנז 12

(אָדער אין לשכת העצים) 13 .

ד)

נאָך מער: אין די ביידע ענינים

(בנוגע דעם מקום גניזת הארון,

און ווער עס האָט אים גונז געווען)

איז דער רמב"ם מאריך מיט כמה וכמה פרטים:

(א)

אַז שלמה המלך האָט געבויט דעם אָרט וואו צו גונז זיין דעם ארון;

(ב)

אַז דער מקום איז געווען „למטה במטמוניות עמוקות ועקלקלות”;

(ג)

אַז יאשיהו המלך צוה וגנזו — ניט סתם גנזו 14

;

(ד)

אַז „וגנזו במקום שבנה שלמה" — ניט „וגנזו שם”;

(ה)

ער ברענגט דערויף אַ ראי׳ פון פסוק,

(וא"ו)

איז דערצו מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער

(„ללוים המבינים לכל ישראל הקדושים לה׳ ..

בן דויד מלך ישראל אין לכם משא בכתף עתה עבדו את ה"א וגו׳”),

וועלכע זיינען,

לכאורה,

ניט נוגע צו דער הוכחה אַז „יאשיהו המלך צוה וגנזו במקום שבנה שלמה" —

וואָס איז די נפקותא לדינא פון די אַלע פרטים הנ"ל?

ג.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

פון פשטות לשון הרמב"ם

(„וידע שסופו ליחרב בנה בו מקום”)

איז משמע,

אַז שלמה האָט דעם „מקום” אין ביהמ"ק געבויט מדעת עצמו

(ווייל „ ידע שסופו ליחרב”).

איז תמוה: אַלע חלקי ופרטי הבית זיינען דאָך געבויט געוואָרן ע"פ ציווי ה׳ — „ הכל בכתב מיד ה׳ עלי השכיל" 15

— איז ווי קומט עס אַז

שלמה זאָל צובויען אַ „מקום” אין ביהמ"ק מדעת עצמו?

ב)

וואָס איז דער רמב"ם מסיים הנ"ל

(ובאריכות)

בנוגע אורים ותומים בבית שני - לכאורה: אמת טאַקע די אורים ותומים האָבן אַ צד השווה מיט דעם וואָס „לא חזרו בבית שני" 16

- אָבער דער גאַנצער ענין פון אורים ותומים געהערט ניט צו הלכות בית הבחירה,

נאָר צו בגדי כהונה,

וואָס מקומם איז אין „הלכות כלי המקדש והעובדים בו”

(און דער רמב"ם ברענגט עס טאַקע דאָרטן 17 )

- צוליב וואָס ברענגט דער רמב"ם דעם ענין דאָ אין הלכות בית הבחירה?

מוז מען זאָגן,

אַז די שייכות פון אורים ותומים צום ארון איז ניט נאָר אין דעם וואָס „לא חזרו בבית שני”,

נאָר זיי האָבן אַ שייכות צום עצם ענין הארון,

און מהאי טעמא ווערט עס געבראַכט אין הלכות בית הבחירה צוזאַמען מיט דיני הארון.

ד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ דיוק בנוגע דעם אָרט ,

וואו די דאָזיגע הלכה שטייט אין רמב"ם:

אין אָנהויב הלכות בית הבחירה זאָגט דער רמב"ם 18

„אלו הן הדברים שהן עיקר בבנין הבית,

עושין בו קדש וקדש הקדשים ..

אולם כו’”,

און דערנאָך 19

זאָגט ער „ועושין במקדש כלים וכו’”,

און רעכנט אויס די כלי המקדש ומקומן.

אין די ווייטערדיקע פרקים — פרק ב׳ וג׳ — איז דער רמב"ם מבאר צורת הכלים כו’,

און אין פרק רביעי — צורת

הבית

(כותלי הבית,

היכל,

שערים וכו' ).

שטעלט זיך די שאלה: דער ארון באַלאַנגט לכאורה צו כלי המקדש — היינט ווי פּאַסט אַריין די

( אריכות אין דער)

הלכה הנ"ל וועגן גניזת הארון,

אין פרק רביעי

(צורת הבית)?

איז דערפון גופא געדרונגען,

אַז דאָס וואָס דער ארון געפינט זיך אין קדה"ק,

איז

(לדעת הרמב"ם)

אַ פרט פון צורת הבית ; דער ארון איז ניט נאָר אַ כלי ,

וואָס געפינט זיך אין קדש קדשים

(ע"ד ווי די אַנדערע כלי המקדש וועלכע געפינען זיך אין היכל וכו’),

נאָר ער איז אַ טייל פון דעם קדש הקדשים

(בנין)

עצמו" 20

— וויבאַלד אַז דער ארון מאַכט דעם ביהמ"ק פאַר אַ „בית לה׳ ” 21 ,

כמ"ש 22

ונועדתי לך שם.

[און דערמיט איז מוסבר וואָס דער רמב"ם רעכנט ניט דעם ארון צווישן די כלי המקדש וואָס ער איז מפרט אין דער הלכה הנ"ל

(אין אָנהויב הלכות בית הבחירה) 23

: „ועושין במקדש כלים וכו’ -ווייל דער ארון איז ניט קיין כלי

(בפ"ע)

; ס׳איז אַ טייל פון קדש הקדשים 24 ].

עפ"ז ווערט אָבער אַ תמיהה גדולה: לויט דעם וועט אויסקומען,

אַז אין בית שני,

וואָס דאָרט האָט זיך דער ארון ניט געפונען

(במקומו),

איז דער קדש הקדשים

(פון וועלכן דער ארון איז אַ חלק)

ניט געווען בשלימותו; דאָס הייסט,

אַז בבית שני האָט געפעלט

(ניט נאָר אַ פרט,

נאָר)

איינער פון די דברים וואָס זיינען אַן „ עיקר בבנין הבית ”?

!

און אויף צו אַראָפּנעמען אָט די תמיהה,

ברענגט דער רמב"ם די גאַנצע אריכות וועגן גניזת הארון,

וואָס דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק אַז אויך בבית שני האָט ניט געפעלט „בבנין הבית” 25 .

ה.

דער ביאור בזה:

דאָס וואָס דער רמב"ם זאָגט „ובעת שבנה שלמה את הבית כו׳ בנה בו מקום לגנוז בו הארון כו׳” איז הכוונה בזה ניט צו מכריע זיין וואו דער ארון איז נגנז געוואָרן

(וואָרום מאי דהוה הוה),

נאָר ער מיינט מיט דעם מחדש זיין אַ דין אין בנין הבית .

די גניזת הארון איז ניט נאָר אַן ענין פון „בדיעבד” ולית ברירה 26 ,

נאָר ביים בנין הבית איז מלכתחילה אויסגעשטעלט געוואָרן,

אַז דער ארון זאָל

(כאילו)

האָבן צוויי מקומות אין ביהמ"ק: א)

אַ מקום גלוי,

אויף דער אבן שתי׳ בקדש הקדשים; ב)

אַ מקום צו גונז זיין אים,

„למטה” מקדש הקדשים

(„במטמוניות עמוקות ועקלקלות")

— אויך דער

אָרט איז מלכתחילה אַ חלק פון דעם ביתי 27 .

דאָס הייסט: די גניזת הארון איז ניט קיין ענין נוסף אויפן בית המקדש

(וואָס איז געטאָן געוואָרן כדי צו

(און בשעת מ׳האָט געדאַרפט)

באַהאַלטן און פאַרהיטן דעם ארון ),

נאָר דאָס איז אַ דין אין בנין הבית : כשם ווי צוליב שלימות המקדש מוז געבויט ווערן אַ מקום

(קדש קדשים)

וואו דער ארון זאָל שטיין באופן גלוי,

אַזוי דאַרף דער ביהמ"ק אויך האָבן אַ מקום גניזה

(אין קדה"ק 28 )

פאַר דעם ארון

(און דערמיט ווערט באַוואָרנט די נצחיות פון קדש הקדשים,

היות אַז דער ארון איז אַ חלק

(עיקרי)

פון קדה"ק,

כנ"ל).

און דאָס איז דער פירוש פון דברי הרמב"ם „ובעת שבנה שלמה כו׳ וידע שסופו ליחרב בנה בו מקום כו׳”: ניט אַז שלמה האָט געבויט דעם מקום מדעת עצמו,

ח"ו,

נאָר ער האָט ביים בויען געמוזט וויסן אַז יחרב און מ׳האָט אים געהייסן און בנה דעם מקום גניזה:

דער ארון דאַרף זיך דאָך געפינען אין קדש הקדשים; איז ווען שלמה וואָלט סתם אויסגעגראָבן אַ מקום למטה

(ע"פ ציווי),

ניט וויסנדיק דעם תכלית דערפון,

וואָלט אויסגעקומען,

אַז בעת הבנין 29

איז דער מקום ניט נתקדש גע־

וואָרן אַלס אַ מקום ל

(קדושת)

ארון 30

(אין קדש קדשים).

איז דער רמב"ם מדגיש,

אַז „שלמה ..

ידע שסופו ליחרב

(און דערפאַר)

בנה בו מקום לגנוז בו הארון" — ער האָט מלכתחילה געבויט אַ מקום גניזה פאַרן ארון

[ווי דער רמב"ם איז מדגיש,

אַז עס איז געווען אַ מקום

(מתאים לגניזה —)

„למטה במטמוניות עמוקות ועקלקלות”],

איז במילא מובן אַז ער האָט עס מקדש געווען 31

אַלס

(מקום הארון,

ובמילא)

אַ טייל פון קדש קדשים 32 .

ו.

על פי זה וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק דער טעם וואָס דער רמב"ם איז ממשיך ומוסיף,

אַז „יאשיהו המלך צוה וגנזו במקום שבנה שלמה”:

כדי נאָך מער צו מוכיח זיין אַז גניזת הארון במקום זה איז

(ניט אַן ענין פון „בדיעבד”,

נאָר איז)

געווען מלכתחילה אויסגעשטעלט

( — אַז דאָס זאָל זיין מקומו

(הגנוז)

של הארון,

אַלס אַ טייל פון קדש הקדשים)

איז דער רמב"ם מבאר,

אַז אויך גניזת הארון איז פאָרגעקומען

(ניט בעת החורבן 26

— דער זמן פון בדיעבד,

נאָר)

בעת דער ביהמ"ק איז ניט געווען בסכנה כלל — כידוע תוקף יד ישראל

בזמן יאשיהו — און וואָס נאָך מער,

אַז די הכנסה למקום גניזתו איז געווען ע"ד ומעין הכנסת הארון לקדש הקדשים ע"י שלמה :

(א)

יאשיהו המלך איז געווען דער וואָס „צוה" לגנזו

(ע"ד ווי הכנסתו לקדש הקדשים ע"י שלמה המלך ) 33 ,

(ב)

די הכנסה איז דורכגעפירט געוואָרן דורך „הלוים המבינים לכל ישראל הקדושים לה׳" — ע"ד ווי ביי שלמה וואָס „ויביאו 34

הכהנים את ארון ברית ה׳ אל מקומו” 35 .

און דערפאַר איז דער פסוק מדייק צו זאָגן דעם לשון „ תנו את ארון הקדש בבית אשר בנה שלמה גו׳" — ס׳איז ניט אַ פעולה פון סילוק ונטילת הארון ממקומו,

נאָר פאַרקערט,

עס איז נתינה בבית 36 .

און דערפאַר ברענגט דער רמב"ם אויך דעם סיום הכתוב „אין לכם משא בכתף עתה עבדו את ה׳ אלקיכם גו׳”,

כאָטש דער ארון וועט פון יעצט אָן זיין אין אַ מצב פון גניזה,

ובמילא „אין לכם

(די אפשריות פון)

משא בכתף”,

איז עס אָבער ניט אַז ס׳איז דאָ איצט אַ חסרון אין דער עבודה פון ביהמ"ק,

נאָר „עבדו את ה׳ אלקיכם גו׳” אין ביהמ"ק

(ווייל דורך דעם פעלט ניט אין בנין הבית).

ז.

ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער רמב"ם איז מסיים די הלכה מיט דער אריכות וועגן אורים ותומים בזמן בית שני:

דער רמב"ם ברענגט אַ דוגמא צו דעם וואָס ער זאָגט אין תחלת ההלכה וועגן ארון — אַז אויך אין בית שני איז געווען דער ארון בשלימות

(היינו במקומו),

חאָטש ס׳איז געווען אַ שינוי גדול בגלוי,

מ׳האָט עס ניט געזען אין ביהמ"ק —

אַז אַזוי געפינט מען אויך בנוגע האורים ותומים בבית שני: די אורים ותומים — לדעת הרמב"ם — זיינען געווען בשלימותם אויך בבית שני 37

; חאָטש ס׳איז געווען אַ שינוי גדול,

„לא היו משיבין כו׳” מ׳האָט זיי ניט געהערט ,

עס האָט געפעלט זייער גילוי

(אַלס אורים ותומים)

ווי דאָס איז געווען בבית ראשון; אָבער זיי זיינען געווען בשלימותם און דערפאַר

(ווי דער רמב"ם איז מסיים)

האָבן זיי משלים געווען דעם מנין הבגדים פון כהן גדול.

ח.

ע"פ כל הנ"ל קומט אויס אַ חידוש והפלאה ניט נאָר בשייכות צו שלימות המעלה והקדושה פון בית שני — אַז אויך דעמולט האָט מען געהאַט דעם קדש הקדשים בשלימותו און דעם ארון במקומו — נאָר דערמיט ווערט אַרויסגעבראַכט אַ מעלה אויך אין קדושת בית ראשון :

אע"פ אַז בחיצוניות איז דער בית ראשון ניט געווען קיין בנין נצחי,

עס האָט געקענט זיין און געווען חורבן

הבית — אָבער בפנימיות איז אויך אין אים אַריינגעגעבן געוואָרן אַן ענין פון „נצחיות" — ס׳איז דאָ אין בית ראשון אַ מקום גניזה וואָס אין עם איז ניט געווען חורבן,

און דער ארון איז במקומו „עד היום הזה”.

דאָס וואָס „קדושה ראשונה קדשה לשעתה וקדשה לעתיד לבא" — דאָס איז מצד קדושת המקום ,

„מפני השכינה”,

אָבער דאָ איז דער רמב"ם מחדש אַ טיפערן ענין,

אַז אויך דער בנין גופא האָט אין זיך אַן ענין,

אַ חלק וועלכער איז „לשעתו ולעתיד לבא" — דער קדש קדשים איז מלכתחילה געבויט געוואָרן לשעתו ולעת"ל,

ער האָט אויך אַ מקום גניזה.

ט.

ע"פ הנ"ל וועט אויך צוקומען אַ נייער עומק אין דעם פאַרבונד פון די דריי בתי־מקדש:

ס׳איז ניט אַז עס זיינען דריי

(באַזונדערע)

בתי־מקדש וועלכע האָבן אַ שייכות זל"ז,

נאָר בעיקר 38

זיינען זיי איין בית 39

: דער ביהמ"ק השני וכן השלישי איז

(בחלק עיקרי)

ניט קיין נייער בית,

נאָר — דער

(ערשטער)

בית ווערט געבויט איבעראַנייס.

שוין אין דעם בנין פון ערשטן בית איז נקבע געוואָרן אַן ענין לשעתו ולעת"ל

(כנ"ל),

נצחי,

השני והשלישי.

[וי"ל שעד"ז הוא בתחיית המתים 40

: דאָס מיינט ניט אַז דעמולט וועלן באַשאַפן ווערן אינגאַנצן נייע גופים,

נאָר

די גופים וועלן אויפגעבויט ווערן פון דעם „עצם לוז" 41

— וואָס דאָס איז דער עצם הגוף שלפנ"ז,

אין וועלכן ס׳איז ניט שייך קיין

(„חורבן”)

הפסד.

און דאָס איז דער ענין פון „בנה בו מקום לגנוז בו הארון" — דער מקום הארון איז דער „עצם”

(עיקר,

כנ"ל)

פון דעם בית המקדש,

אין וועלכן ס׳איז ניט שייך קיין חורבן והפסד 42 ,

און פון אים בויט זיך אויף דער מקדש השני והשלישי].

יו"ד.

די הלכה אין רמב"ם ברענגט אויך אַרויס דברים נפלאים אין כללות ענין החורבן והגלות:

אין דעם ביהמ"ק מצ"ע וואָלט ניט געקענט זיין קיין ענין של חורבן — גוים בכח עצמם קענען ניט האָבן ח"ו קיין שליטה אין דעם ביהמ"ק,

דעם בית לה׳;

דאָס וואָס בפועל האָט געקענט זיין דער חורבן הבית,

איז דערפאַר וואָס אין דעם ביהמ"ק גופא,

בעת בנינו ,

איז געווען אַ נתינת מקום און אַן אפשריות אויף דעם חורבן.

וע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו אַ אידן בכלל,

אַז אַ גוי מצ"ע האָט ניט קיין שליטה אויף אַ אידן,

סיידן ווען דער איד

(דורך מעשיו ופעולותיו)

גיט אויף דעם אַן אָרט

[און נאכמער: ניט בלויז אַ גוי קען ניט האָבן קיין שליטה אויף אַ אידן,

נאָר אויך להבדיל וכו׳ ב"ד ופמליא של מעלה האָבן כביכול קיין שליטה ניט אויף אַ אידן,

און דער „דין" וואָס זיי פסק׳נען אויף אַ אידן מוז זיין מיט דער „הסכמה” פון דעם אידן 43 ].

און דאָס זאָגט דער רמב"ם,

אַז דאָס וואָס עס האָט געקענט זיין דער חורבן הבית,

איז ווייל בעת שלמה האָט געבויט דעם מקדש,

האָט ער ניט בלויז געוואוסט אַז סופו ליחרב,

נאָר ער האָט אין דעם בנין גופא אַריינגעטאָן דעם

(נתינת)

מקום אויף חורבנו — „בנה בו מקום לגנוז בו הארון”.

יא.

אָבער פון דעם גופא וואָס אין דעם זמן פון בנין ביהמ"ק מיט דער גאַנצער שמחה און שטורעם וואָס ס׳איז דעמולט געווען,

האָט שלמה המלך גאָר געטראַכט וועגן דעם חורבן הבית און האָט נאָך געטאָן אַ פעולה בקשר לזה,

איז מובן,

אַז

(אויך)

דער חורבן איז באמת נוגע און ברענגט צום תכלית פון בנין הבית.

והביאור בזה:

דער חורבן הבית איז ניט געווען צוליבן חורבן עצמו ח"ו וח"ו — נאָר כדי אַז עס זאָל דורכדעם צוקומען אַן עלי׳ נעלית יותר — ירידה צורך עלי׳ — ביז צום בנין הבית השלישי וואָס וועט זיין אַ בית נצחי,

און דעמולט וועט זיין די שלימות אין בנין ביהמ"ק,

וואָרום ער וועט זיין „בנינא דקוב"ה” 44

(„מקדש אדנ־י כוננו ידיך” 45 ).

און דאָס איז וואָס דער רמב"ם זאָגט „בעת שבנה שלמה את הבית ו

( בדרך ממילא )

ידע שסופו ליחרב" — וויבאַלד ס׳איז „בנינא דבר נש " 46

— און דערפאַר „בנה בו מקום לגנוז בו כו׳”,

ער האָט מלכתחילה אַריינגעגעבן אין דעם בנין די

(נתינת)

מקום לחורבן,

כדי

מ׳זאָל דערנאָך צוקומען צו דער עלי׳

(דורך דער ירידה של החורבן)

פון בית שלישי.

און דער ענין,

אַז דער „סופו ליחרב" איז צוליב דער עלי׳ שלאח"ז,

איז מודגש אין דעם ענין גופא וואָס שלמה האָט געטאָן — „בנה בו מקום לגנוז בו את הארון”,

וואָס דאָס האָט אין זיך ביידע קצוות:

דאָס ווייזט אַז דער בית איז אַזאַ וואָס „סופו ליחרב”,

אָבער לאידך איז די מטרה פון בונה זיין דעם מקום גניזה — צו באַוואָרענען די נצחיות פון דעם ארון וביהמ"ק: דורך דעם האָט מען באַוואָרנט אַז אויך אין בית שני זאָל ניט פעלן אין „בנין הבית”,

און וואָס נאָכמער — דאָס האָט באַוואָרנט אַז דער ארון גופא זאָל בלייבן גאַנץ און פון אים וועט צוריק אויפגעבויט ווערן דער בית השלישי

(כנ"ל ס"ט).

יב.

עפ"ז יש לפרש ג"כ

(בפנימיות הענינים)

די דריי לשונות וואָס דער רמב"ם זאָגט וועגן דעם מקום שנגנז בו הארון — „במטמוניות עמוקות ועקלקלות”:

דערמיט איז דער רמב"ם מרמז דעם עילוי וואָס איז אַריינגעגעבן געוואָרן אין דעם מקדש דורך דעם וואָס „בנה בו מקום לגנוז בו הארון”: אע"פ אַז בחיצוניות איז דאָס פאַרבונדן מיט ענין

החורבן,

„סופו ליחרב”,

איז אָבער דוקא דורך דער ירידה ווערט

(דורך דעם תיקון ותשובה אויף דער ירידה — )

די עלי׳: עס ווערט נתגלה די בחי׳ פון „מטמוניות עמוקות" — די העכסטע מדריגות אין אלקות וואָס מצ"ע זיינען זיי „מטמוניות עמוקות”

(ל׳ רבים),

„ עמוק עמוק מי ימצאנו” 47 ,

וואָס דורך אַן עבודה רגילה,

באופן ישר ,

קענען זיי ניט נמשך ווערן;

דוקא דורך עבודת התשובה ,

וואָס קומט ווען דער אדם פירט זיך

(ניט ווי האלקים עשה את האדם ישר 48 ,

נאָר)

בדרך של „עקלקלות" — ווערן דערפון „עקלקלות” למעליותא,

אַז מ׳איז ממשיך די „מטמוניות עמוקות”

(וואָס ווערן ניט נמשך בדרך אור ישר,

נאָר בדרך אור חוזר,

„עקלקלות”),

וואָס דאָס וועט זיין בגלוי אין דעם ביהמ"ק השלישי,

דער בנין נצחי,

שיבנה ויתגלה במהרה בימינו ממש,

בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

(משיחת ש"פ דברים תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.