א.
שוין גערעדט פיל מאָל 1
בנוגע די שמות הסדרות: כאָטש אַז בפשטות איז דער נאָמען פון יעדער סדרה ע"ש התחלתה,
וויבאַלד אָבער אַז עס איז אַ מנהג ישראל זיי אַזוי רופן,
וואָס מנהג ישראל תורה היא 2
און אין תורה זיינען אַלע ענינים בתכלית הדיוק,
איז מובן אַז דער נאָמען פון יעדער סדרה דריקט אויס דעם תוכן מיוחד פון דער סדרה 3
;
וכמובן אויך פון תורת הבעש"ט 4
בנוגע עניני העולם בכלל,
אַז „שמו אשר יקראו לו בלה"ק" איז דער חיות פון דער זאַך
(ובמילא איז מרמז אויף איר תוכן).
און דער ענין,
אַז דער שם הפרשה איז ניט סתם לסימנא בעלמא,
איז מוכח אויך פון דעם שם פון אונזער פרשה -תרומה 5
: אויב מ'זאָל אָננעמען אַז דער נאָמען פון יעדער סדרה איז בלויז ע"ש התחלתה
[נאָר היות דער נאָמען דאַרף אונטערשיידן איין סדרה פון דער צווייטער,
קען מען דערפאַר ע"פ רוב ניט נוצן אַלס שם דעם ערשטן וואָרט
(אָדער ווערטער)
ממש פון דער סדרה
(ווייל זיי זיינען די זעלבע בכמה סדרות,
לדוגמא: אלה תולדות,
ויאמר ה' וכיו"ב),
און מען מוז דעריבער אויסקלייבן אַ וואָרט וואָס שטייט בסמיכות צו התחלת הפרשה,
וואָס וועט אויסטיילן די סדרה פון
אַנדערע סדרות]
-
עפ"ז האָט מען לכאורה געדאַרפט אונזער פרשה אָנרופן
(ניט מיטן נאָמען „תרומה",
נאָר מיטן וואָרט)
„ויקחו" 6
וואָס שטייט פריער און נעענטער צו התחלת הסדרה.
פון דעם איז מובן אַז דאָס וואָס מען רופט די סדרה בשם „תרומה" איז
(ניט בלויז צו מסמן זיין דערמיט די פרשה,
אויסטיילן איר פון אַנדערע פרשיות,
נאָר)
ווייל ער גיט אַרויס דעם אינהאַלט פון דער סדרה,
איר ענין כללי וואָס טיילט איר אויס פון אַלע אַנדערע סדרות.
דאַרף מען פאַרשטיין: לבד זאת וואָס לכאורה איז אין וואָרט „תרומה" ניט אויסגעדריקט דער תוכן פון דער גאַנצער סדרה
(כדלקמן סעיף ב),
איז נאָכמער: דער ענין פון „תרומה" איז ניט קיין חידוש וואָס איז דוקא אין דער סדרה,
וואָרום עס זיינען פאַראַן כמה מיני „תרומה",
ובלשון חז"ל 7
„עשר
תרומות הן",
און בפרשתנו רעדט זיך נאָר וועגן איין מין תרומה - די תרומה פאַר מלאכת המשכן
(און אפילו לויט דרשת חז"ל 8 ,
איז
(נאָר)
„ ג' תרומות אמורות כאן")
; ובפרט אַז „תרומה" סתם,
איז די תרומה וואָס מ'גיט צום כהן 9
-היינט ווי זאָגט מען אַז דער נאָמען „תרומה" האָט אין זיך דעם תוכן מיוחד פון דער
(גאַנצער)
סדרה,
בשעת אַז דער ענין התרומה - תרומה סתם -רעדט זיך אין אַנדערע סדרות פון תורה
(און מיט מער אריכות 10
ווי וועגן תרומת המשכן דאָ)?
ב.
ועוד: דער תוכן מיוחד פון אונזער סדרה איז בפשטות - דער ציווי אויף מלאכת עשיית ובנין המשכן .
ולכאורה ווערט אָט דער ענין בכלל ניט אַרויסגעבראַכט אין וואָרט „תרומה",
וואָס ווייזט נאָר אויף דער הפרשה ונדבה פון אידן לצורך המשכן,
אָבער ניט אויף דער עשיית המשכן - „ועשו לי מקדש"; היינט ווי קען מען זאָגן אַז דער תוכן הסדרה - עשיית המשכן -ווערט אַרויסגעבראַכט אין
(דעם וואָרט)
„תרומה"?
די שאלה אין דעם איז נאָך שטאַרקער: לכאורה וואָלט מער מתאים געווען,
אַז די סדרה זאָל זיך אָנהויבן מיטן פסוק 11
„ועשו לי מקדש גו'",
וואָס דאָס איז די נקודה יסוד והקדמה פון אַלע ציווים אין דער סדרה,
כולל אויך דעם ציווי „ויקחו לי תרומה"
(וואָס איז צוליב
קענען מקיים זיין דעם ציווי „ועשו לי מקדש")
; האָט דאָך פריער געדאַרפט שטיין „וידבר גו' ועשו לי מקדש גו'",
און ערשט נאָך דעם די ציווים ווי דאָס זאָל דורכגעפירט ווערן בפועל: „ויקחו לי תרומה גו'" - נדבת המשכן,
און
(לאח"ז)
ווי צו בויען דעם משכן 12 .
פון דעם וואָס דער פסוק איז מקדים דעם ציווי „ויקחו לי תרומה" פאַרן פסוק „ועשו לי מקדש",
איז משמע להיפך,
אַז
(דער וואָרט)
„תרומה" ברענגט אַרויס דעם תוכן ענין המשכן מער ווי דער פסוק „ועשו לי מקדש"!
ויתירה מזו: דער ענין המשכן איז לכאורה דער היפך פון ענין ה„תרומה": ענינו של משכן איז כשמו -
(ע"ש)
„ ושכנתי 11
בתוכם" 13 ,
ד.
ה.
(ניט די עשיית המשכן,
„ועשו לי מקדש",
נאָר)
די השראת השכינה אין משכן,
און כל זמן ס'איז נאָך דאָרט ניטאָ קיין שכנתי פון דער שכינה
(כאָטש מ'האָט שוין פאַרענדיקט דעם גאַנצן בנין)
הייסט עס נאָך ניט משכן
(לאמיתתו) 14 .
און השראת השכינה שבמשכן קען זיך אויפטאָן נאָר דורך רצונו וכחו ית' הכל יכול,
וכמאמר שלמה 15
: „הנה השמים ושמי השמים לא יכלכלוך אף כי הבית
הזה" 16
(וואָס דאָס איז אַ תמי' קיימת,
אַז שכינתו ית' הבלתי מוגבלת,
וואָס „השמים ושמי השמים - כולל עולמות עליונים - לא יכלכלוך",
ווערט נמשך און איז שורה ושוכן „בבית הזה"),
וואָס אין דעם איז מודגש,
אַז דאָס קען אויפגעטאָן ווערן בלויז מצד כחו ית' הבלתי מוגבל 17 ,
און ניט מצד כחו ופעולתו פון דעם אדם למטה -
משא"כ דער פירוש ותוכן פון וואָרט „תרומה",
וואָס איז,
אדרבה,
מדגיש
(ניט די השראת והמשכת אלקות במקדש וואָס קומט מצד למעלה,
נאָר)
דאָס וואָס דער מענטש טוט אין דעם; און נאָך מער: אין וואָרט „תרומה"
(ניט „מקדש")
איז אפילו ניט מרומז ווי די נדבת המשכן „קומט אָן" און ווערט דעם אויבערשטנ'ס,
נאָר בלויז די הפרשת האדם 18
?
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ שאלה כללית אין דעם ענין: צוליב וואָס דערציילט די תורה באריכות הכי גדולה וועגן תרומת המשכן עשיית קרשי המשכן היריעות וכו'?
- וע"ד שאלת חז"ל 19
„מאי דהוה הוה"! תורה אַליין זאָגט אַז דער משכן איז אַן ארעי
כמש"נ 20
„ואהי' מתהלך באהל ובמשכן",
ס'איז נאָר אַ ציווי „לפי שעה 21
כמו שנאמר 22
כי לא באתם עד עתה וגו'",
דער ציווי לדורות איז דער בנין המקדש בירושלים 23 ,
דער בית עולמים - היינט וואָס זיינען די פרטים פון משכן נוגע צו אידן לדורות בכל הזמנים ובכל המקומות 24 ,
אויך נאָכדעם ווי דער משכן איז נגנז 25
געוואָרן און במקומו איז געבויט געוואָרן דער בית המקדש?
בשלמא דער סיפור
(און דינים)
וועגן דעם בנין פון די בתי מקדשות,
כאָטש אַז אויך זיי זיינען חרוב געוואָרן,
איז אַן ענין וואָס אידן דאַרפן וויסן בשייכות צום מקדש דלעתיד,
ווייל דאָס רוב ועיקר הבנין דלעתיד איז מיוסד אויפן סדר הבנין פון בית ראשון ושני 26
; וואָס איז אָבער איצט נוגע צו וויסן די אַלע פרטים פון תרומת ועשיית המשכן 27 ?
נאָך מער: בנוגע דעם בית המקדש איז די קריאה ולימוד פון די פרטי בנין הבית ניט נאָר אַ הכנה והכשרה צום בנין דלעתיד,
ווייל „כשיבנה ב"ב יש לשמור
ולעשות התבנית ההוא כו'" 28 ,
נאָר נאָכמער: דורך קריאה ולימוד פון צורת הבית איז - ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט - „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקים בבנין הבית" 29
(און כביאור חז"ל 29
דורך דעם באַוואָרנט מען אַז עס זאָל ניט זיין „בנין ביתי בטל") 30
-
במה דברים אמורים ווען די קריאה ולימוד איז אין די ענינים פון בנין בית המקדש ,
וואָס זיין בנין איז אַ מצוה לדורות
(ס'איז נאָר וואָס בפועל קען מען איצט אים ניט בויען) 31
; משא"כ דער משכן איז דאָך געווען אַ ציווי נאָר לדורו.
ד.
לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן,
ווי מ'האָט שוין גערעדט אַמאָל בארוכה 32 ,
אַז דער ציווי „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם",
כאָטש עס שטייט בנוגע בנין המשכן,
איז דאָס אָבער אַ ציווי לדורות אויף בויען אַ „בית לה'" 33
- אַ ציווי אויף אַלע בתי מקדשות כולל דעם מקדש דלעתיד
(ד.
ה.
אַז דער ציווי אויף אַלע בתי מקדשות לערנט מען אָפּ פון דעם ציווי אויף בנין המשכן ).
זאת ועוד: הגם אַז דער ציור און פרטים פון מדת ארכו ורחבו פון ביהמ"ק זיינען געווען אַנדערש ווי אין משכן,
זיינען אָבער די ענינים העיקריים שבו געווען בדוגמת המשכן
(כמבואר
ברמב"ם 34 )
; אַזוי אויך פון דעם ציווי אויף תרומת ונדבת המשכן,
לערנט מען אַרויס לגבי ביהמ"ק,
אַז „הכל חייבין לבנות ולסעד בעצמן ובממונם אנשים ונשים" 35 .
וואָס לפ"ז איז מובן,
אַז אויך די קריאה ולימוד פון מלאכת המשכן איז נוגע און העלפט אַז דער בנין ביהמ"ק זאָל זיין כדבעי.
ויתירה מזו יש לומר
(עכ"פ בפנימיות הענינים)
: דאָס וואָס בפועל איז געווען באופן זה,
אַז פריער האָט מען געבויט אַ משכן „לפי שעה"
(אין זמן פון „עדיין לא באתם עד עתה וגו'")
און ערשט דערנאָך 36
אַ „בית לדורי הדורות" 37 ,
איז עס דערפאַר וואָס אַזוי איז דער סדר און אופן קיום המצוה
(מן הקל אל הכבד)
: פריער משכן
(אוהל,
ארעי)
ולא באופן דנחלה במקום,
און ערשט דערנאָך האָט געקענט זיין
(בית,
קביעות,
נצחיות)
דער בית עולמים בירושלים 38 .
און דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע דעם לימוד וקריאה אין „צורת הבית"; כדי עס זאָל זיך אויפטאָן בשלימות דער „כאלו הם עוסקין בבנין הבית"
(פון בית המקדש),
איז ניט גענוג די קריאה ולימוד אין תורת הבית,
נאָר פריער זאָל זיין די קריאה ולימוד פון צורת המשכן - אויך פון די פרטים
וואָס זיינען ניטאָ אין מקדש; און ערשט דערנאָך קען זיך אויפטאָן
(דורך קריאה בצורת הבית )
דער „אני מעלה עליהם כאלו הם עוסקין בבנין הבית" 39 .
דאָס איז אָבער ניט מספיק,
וואָרום וויבאַלד אַז התורה היא נצחית 40 ,
איז כשם ווי בפועל איז געווען אַזאַ זמן ומצב וואָס דער משכן איז געשטאַנען בפ"ע,
און מיטן בנין המשכן האָט מען מקיים געווען די מצוה פון „ועשו לי מקדש",
דאַרף מען זאָגן,
אַז אויך דער ענין איז אַ נצחי 41
- אַז ס'איז דאָ די הוראה ומעמד ומצב ברוחניות פון דעם ענין וקיום בנין המשכן 42 ,
ווי דאָס איז בפ"ע 43 .
ה.
והביאור בזה:
בנוגע דעם זמן פון השראת השכינה למטה געפינט מען אין מדרשים צוויי דעות.
לויט איין מאמר חז"ל האָט זיך דאָס אויפגעטאָן במ"ת,
וואָס דעמאָלט „בטל 44
גזירה ראשונה ואמר התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים ואני המתחיל שנאמר 45
וירד ה' על ה"ס 46 ,
וכתיב 47
ואל משה אמר עלה אל ה'"; און אין אַן אַנדער אָרט זאָגן חז"ל 48
: „אימתי שרתה השכינה בארץ ביום שהוקם המשכן" 49 .
ומובן אַז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי: די השראת השכינה במ"ת איז געווען ווייל „אני המתחיל וירד ה' על ה"ס",
און וויבאַלד דאָס איז געווען מצד למעלה,
איז דעריבער,
כאָטש אַז בשעת מעשה ווען ירד ה' על ההר,
איז „כל הנוגע בהר מות יומת" 50 ,
ס'איז דאָ
קדושה אין דעם גשמי פון הר סיני,
איז אָבער „במשוך היובל" - דער „סימן סילוק שכינה" - איז „המה יעלו בהר" 51 ,
דער הר סיני איז געבליבן ווי פריער,
חול 52 .
משא"כ די השראת השכינה במשכן איז געקומען דורך „ ועשו לי מקדש",
ע"י עשיית בנ"י
(און ווי דער פסוק איז דאָס מדגיש אויך באַ פרטי המשכן והכלים: ועשו 53 ,
ואת המשכן תעשה 54 ,
וכו'),
און וויבאַלד די השראת השכינה איז געקומען דורך עשיית האדם 55 ,
איז די קדושה נקבע געוואָרן 56
אין דער
חפצא
(גשם)
פון משכן 57 ,
ס'איז געוואָרן אַ קדושה אין דעם משכן וחלקיו.
בסגנון תורת החסידות ובלשון המדרש הנ"ל: די השראת השכינה בשעת מ"ת איז געווען מצד למעלה 58
-„ ואני המתחיל שנאמר וירד ה' על ה"ס"; און וויבאַלד אַז דער מכוון פון „עליונים ירדו לתחתונים" איז,
אַז „תחתונים יעלו לעליונים"
(וועלט זאָל ווערן אַ דירה לו ית'),
און למעלה איז דאָך „אין כח חסר פועל" 59
- זיינען די „תחתונים" געוואָרן אַ דירה לו ית' 60
(וואָס דערפאַר געפינט מען אַז דער קול פון די עשה"ד איז געקומען פון אַלע ד' רוחות העולם און שמים וארץ 61 ,
דהיינו,
אַז וועלט האָט „אַרויסגעשריען" דעם ענין פון „אנכי ה' אלקיך").
די שלימות הכוונה איז אָבער,
אַז די „תחתונים" זאָלן ווערן אַ דירה צום אויבערשטן ניט נאָר דורך דעם „פועל" וואָס ווערט מצד כחו ית'
(וואָס איז ניט חסר פועל),
און עס איז נאָך אָבער ניטאָ דער „קב שלו" 62
עשיית התחתון,
נאָר
עס זאָל זיין אַ „פועל" וואָס ווערט געטאָן דורך דעם תחתון,
אַז דער אדם בעבודתו זאָל פון עוה"ז מאַכן אַ דירה לו ית'.
און דאָס איז דער אויפטו פון משכן לגבי מ"ת - אַז דער „ושכנתי בתוכם" האָבן אידן ממשיך געווען דורך זייער עבודה - דורך „ ועשו לי מקדש".
און דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק דער טעם וואָס דער פסוק איז מקדים דעם ענין פון „ויקחו לי תרומה" -ווייל אָט דער ענין,
אַז השראת השכינה
(במשכן)
קומט דורך דער עבודה פון אידן,
דריקט זיך אויס אין דעם ענין פון „תרומה",
כדלקמן.
ו.
„תרומה" האָט צוויי טייטשן: א)
פירוש רש" י 63
- הפרשה .
ב)
הרמה 64 .
די צוויי פירושים,
וואָס זיינען פאַרבונדן זב"ז,
זיינען ניט נאָר מסביר אַז די „הרמה"
(פון וועלט
(ועניני': זהב וכסף גו'))
צו אלקות טוט זיך אויף דורך „הפרשת" האדם ,
נאָר זיינען אויך מתאר דעם אופן העבודה והעלי':
דער וואָרט „תרומה" - הפרשה -איז מדגיש,
אַז ניט אַלץ וואָס ער האָט גיט דער אדם אַוועק,
ער שיידט אָפּ
(אַ טייל)
פון זיינע נכסים און איז דאָס מרים ,
גיט אַוועק אויבן,
צום אויבערשטן „לי - לשמי" 65 .
און עס איז דאָ אַ חילוק צווישן די צוויי אופני השראת השכינה הנ"ל: בשעת דאָס ווערט נמשך מצד למעלה - ווי באַ מתן תורה - איז די השראת השכינה באופן שוה בכל חלקי העולם.
משא"כ ווען די השראת השכינה ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה ופעולת התחתון,
המטה,
איז דאָ דער חילוק לפי דרגת נדיב לבו און דאָס איז בסדר והדרגה,
מן הקל אל הכבד: „תחתונים" וואָס זיינען ניט
(בטל צו)
אלקות,
און דער איד בעבודתו איז מפריש פון זיי
(תפסת מרובה לא תפסת 66 )
אַ חלק
(פון וועלט)
און איז דאָס מרים,
הויבט עס אויף צום אויבערשטן.
און דערנאָך גייט ער מדרגא לדרגא,
און ער איז מפריש און מרים נאָך
(און אַ שווערערן)
חלק פון וועלט 67 ,
ביז די גאַנצע וועלט זאָל ווערן אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן דורך עבודתו 68 .
און דער חילוק הנ"ל איז ניט נאָר אין דעם סדר ואופן הבירור והעלי' פון וועלט,
נאָר דאָס דריקט זיך אויך אויס אין אופן הביטול וואָס די השראת השכינה איז פועל:
ווען דאָס קומט מצד למעלה,
פּועל'ט דאָס אַ ביטול אין מציאות העולם
(וואָרום דער גילוי שכינה גיט ניט קיין
אָרט פאַר אַ מציאות וואָס איז ניט אלקות),
וכמחז"ל 69
(ביי מ"ת)
: צפור לא צווח כו' שור לא געה; משא"כ דער ביטול מצד השראת השכינה וואָס ווערט אויפגעטאָן מצד עבודת ופעולת האדם
(ובפרט בתחלת העבודה,
ווען מ'הויבט אָן „בויען דעם משכן"),
איז עס בלויז אַן ענין פון „הפרשה" - ער נעמט פון זיין מציאות און גיט עס אָפּ,
איז דאָס „מרים"
(העכער פון זיך)
צום אויבערשטן,
אָבער ניט באופן אַז ער איז מבטל בתכלית,
שולל זיין עצם מציאות,
אַ מענטש מצד עצמו קען ניט לגמרי שולל זיין און מבטל זיין דעם עצם המציאות שלו.
אין מער כללות'דיקע אותיות: במתן תורה - ביטול התחתון,
בעשיית המשכן - הזדככות התחתון.
ז.
און דאָס איז דער טעם וואָס די תורה רעכנט אויס די אַלע י"ג 70
(ט"ו 71 )
פרטי דברים וואָס זיינען דאָ אין דער תרומה פאַר מלאכת המשכן,
ווייל אין עבודת האדם צו מאַכן פון די עניני העולם אַ דירה לו ית' 72 ,
איז די עבודה ועלי' פון יעדן חלק פון וועלט אין אַן אַנדער אופן 73
- ס'איז אַ באַזונדער סאָרט תרומה
(סיי בהפרשה סיי בהרמה).
ועפ"ז איז מובן וואָס די תורה איז מקדים דעם ציווי „ויקחו לי תרומה" פאַר „ועשו לי מקדש",
און וואָס דער שם הסדרה איז „תרומה" - ווייל דער עיקר ענין וחידוש פון דער סדרה איז דער תכלית פון דירה בתחתונים
(בבנין המשכן)
וואָס ווערט אויפגעטאָן ע"י עבודת ופעולת האדם,
וואָס סדרה -מן הקל אל הכבד
(הפרשה ותרומה און ערשט דערנאָך - מקדש)
- דוקא דורכדעם פירט זיך אויס די שלימות הכוונה פון בריאת העולם.
און דאָס איז דער ענין התרומה,
די השראת השכינה ע"י הפרשת האדם באופן הנ"ל,
לאחרי ווי עס איז געווען במ"ת מצד הבורא
(ואני המתחיל)
-מצד עבודה ,
און דוקא דעמאָלט ווערט נמשך עיקר שכינה בתחתונים 74 .
און דערמיט איז אויך מובן וואָס די סדרה הייסט „תרומה",
ווייל די שלימות און מעלה פון אַלע
(עשר)
תרומות 75 ,
איז
ווי עס ווערט אויסגעדריקט בפרשתנו,
אין דער תרומה - הפרשה והרמה,
עס ווערט אַ משכן - השראת השכינה ע"י פעולת ועבודת האדם.
ח.
עפ"ז יש לבאר ווי אויך דער בנין ומצב המשכן בפ"ע
(ניט נאָר אַלס הכנה והקדמה צום בית המקדש)
איז אויך אַן ענין נצחי 76 ,
התורה היא נצחית:
דאָס וואָס דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן דער ענין ה„תרומה",
די עבודת המטה ,
איז געווען ניט נאָר דערפאַר וואָס ס'איז נאָך מ"ת,
נאָך דעם „במשוך היובל" 77
(דער סימן לסילוק שכינה 78 )
ובמילא האָט זיך שוין ניט אָנגעהערט בגלוי דער „וירד ה' על ה"ס",
נאָר אויך ווייל ס'איז געווען אין מדבר :
מדבר ברוחניות 79
איז אַן אָרט
(ומצב)
וואָס „לא 80
ישב אדם
(העליון 81
שעל הכסא)
שם" - ס'איז דאָרטן ניטאָ קיין ישב - גילוי אלקות; משא"כ אַן עיר מושב איז אַן אָרט וואו ס'איז דאָ גילוי אלקות - ישב אדם העליון שם.
און דאָס איז בכללות דער חילוק צווישן משכן און ביהמ"ק
(בירושלים)
: דעם ביהמ"ק האָט מען אויפגעבויט נאָכדעם ווי אידן זיינען געקומען „אל המנוחה ואל הנחלה",
ווען מ'איז אַרויס פון מדבר און געקומען אין אַ מקום מושב בנ"א; און געבויט האָט מען אים אין אַזאַ ארץ
(ישראל)
וואָס אויף איר שטייט 82
„תמיד עיני ה"א בה מרשית
השנה ועד אחרית שנה",
און בארץ ישראל גופא - אין ירושלים,
אַן אָרט פון יראת שלם 83
(שלימות היראה 84 ),
ובירושלים עצמה - במקום וואָס איז „שער השמים" 85
-
איז דער ענין המקדש,
די דירה לעצמותו,
וואָס מ'מאַכט פון דברים תחתונים,
אַן אויפטו וואָס קומט ניט אינגאַנצן מצד עבודת האדם,
נאָר אויך מצד אשר אבחר ,
דער ג־טלעכער בחירה
(וקדושה)
וואָס איז דאָרט שורה און מאַכט זי
(מער)
מוכשר צו ווערן אַ כלי לאלקות.
אין מדבר אָבער,
וואָס איז ניט קיין מושב אדם,
און איז כלל ניט ראוי צו זיין אַ כלי לאלקות; ואדרבה - ס'איז מדבר העמים 86 ,
נחש שרף ועקרב וצמאון אשר אין מים 87
- דאָרט איז די עשיית המשכן
(אויפמאַכן דאָרט אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן)
דורכאויס מצד עבודת האדם,
באופן של תרומה,
כנ"ל.
און דערפאַר,
דוקא פון „מקדש המדבר" 88
נעמט מען די הוראה און נתינת כח,
אַז אויך אין זמן הגלות ווען „אותותינו לא ראינו" 89 ,
אין אונזער „מדבר העמים",
עס זעט זיך ניט קיין גילוי אלקות,
ס'איז אַ חושך כפול ומכופל,
איז אויך אין אַזאַ מעמד ומצב האָט מען דעם כח צו בויען אַ משכן - ושכנתי בתוכם - פאַר דעם אויבערשטן.
ט.
ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס דער ציווי אויף בנין המקדש לערנט מען אָפּ פון משכן דוקא
(כנ"ל סעיף ד')
:
וויבאַלד אַז דער אויפטו פון השראת השכינה במקדש
(לגבי מ"ת)
איז דאָס וואָס עס ווערט אויפגעטאָן מצד עבודת האדם,
און דער ענין איז געווען בעיקר און מער בגלוי אין משכן שבמדבר דוקא,
און דערפון „לערנט מען אָפּ" אַז דאָס איז דער עיקר הדגשה אויך אין מקדש.
ועפ"ז יש לבאר בפנימיות הענינים וואָס דער רמב"ם איז מדייק צו אָנרופן דעם משכן - „מקדש המדבר ",
אין דער הלכה „והכל חייבין לבנות ולסעד בעצמן ובממונם אנשים ונשים כמקדש המדבר " - כאָטש אַז דערמאָנענדיק דעם משכן אין אַ פריערדיקער הלכה 90
זאָגט ער ניט דעם לשון „מקדש המדבר" 91
:
אָט דער ענין וואָס איז דאָ ביי בנין ביהמ"ק „לבנות ולסעד בעצמן ובממונם " - עבודת האדם באופן של תרומה - נעמט זיך פון
(און איז בדוגמת)
„מקדש המדבר ",
„אשר לא ישב אדם שם",
וואָס דאָרט איז ניט קיין אָרט וואָס האָט אַ שייכות צו גילוי
אלקות און דער משכן איז געמאַכט געוואָרן דורכאויס ע"י עבודת ופעולת האדם,
כנ"ל.
יו"ד.
דאָס איז אויך די הוראה פון ענין המשכן ותרומתו פאַר יעדן איינעם בפרט און אין יעדן זמן וואָס ער געפינט זיך:
עס טרעפט זיך לעת מן העתים,
אַז אַ איד פילט באַ זיך אַז ער איז אין אַ מעמד ומצב פון „מדבר",
„אשר לא ישב אדם שם" - עס איז ניטאָ באַ עם ר"ל „ישב" פון קיין ענין שבקדושה און ג־טלעכקייט,
קען ער דעמאָלט ח"ו אַריינפאַלן אין יאוש - זאָגט מען אים,
אַז ס'איז דאָ דער מקדש המדבר ,
ואדרבה: דער ציווי „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" האָט זיך אָנגעהויבן און איז געווען בפועל אויף דעם משכן ווי די אידן זיינען
(אין אַ מעמד ומצב פון)
במדבר.
און דורך דעם וואָס אַ איד מאַכט אַ משכן זייענדיק אין אַ מצב פון מדבר,
ווערט דער יתרון האור מן החושך 92 ,
ביז ער קומט צו „מדבר דקדושה" - צו די בחי' פון „כי לא אדם הוא",
וואָס איז העכער פון בחי' אדם העליון 93 .
(משיחת ש”פ תרומה תש”מ)