א.
אויפן פסוק 1
„כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו וחדלת מעזוב לו עזוב תעזוב עמו” שטייט אין מכילתא: „פעמים שאתה חדל פעמים שאתה עוזב”,
און מ’ברענגט דאָרט צוויי דוגמאות ביי וועלכע „אתה חדל”: א)
„
(חמור של ישראל ומשאו של גוי עזוב תעזוב עמו)
חמור של גוי ומשאו של ישראל וחדלת מעזוב לו”.
ב)
„הי’ בין הקברות אל יטמא” - אויב די בהמה איז געווען „בין הקברות” טאָר אַ כהן זיך ניט מטמא זיין צוליב דעם.
אויך רש”י בפירושו על התורה ברענגט די דרשה
- נאָך דעם ווי ער איז מפרש דעם פסוק לפי פשוטו,
אַז דער „פתרון” פון פסוק איז: „שמא תראה חמורו רובץ תחת משאו,
וחדלת מעזוב לו בתמי’ עזוב תעזוב עמו” 2
(און ברענגט דערויף אַ דוגמא 3
פון פסוק 4
: „כי תאמר בלבבך רבים הגוים האלה ממני גו’ לא תירא מהם”)
- איז רש”י ממשיך
„ומדרשו כך דרשו רבותינו כי תראה וחדלת פעמים שאתה חודל ופעמים שאתה עוזר 5 ,
הא כיצד זקן ואינו לפי
כבודו וחדלת או בהמת נכרי ומשאו של ישראל וחדלת”.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין דעם שינוי אין פירוש רש”י - וואָס אַנשטאָט דער דוגמא פון „
(כהן ו)
הי’ בין הקברות” וואָס שטייט אין מכילתא,
זאָגט ער „זקן ואינו לפי כבודו”.
„זקן ואינו לפי כבודו” ווערט טאַקע געבראַכט אין ספרי
(און גמרא 6 )
אָבער אויפן פסוק 7
„לא תראה את שור אחיך גו’ נדחים והתעלמת מהם גו’” -„פעמים שאתה מתעלם ..
הי’ כהן והוא בבית הקברות או שהי’ זקן ואינו לפי כבודו כו’ פטור” - איז תמוה:
הלמאי איז רש”י משמיט בפירושו די דוגמא
(כהן והי’ בין הקברות)
וואָס ווערט געבראַכט אין מכילתא על אתר ,
און ברענגט דעם פאַל
(זקן ואינו לפי כבודו)
וואָס חז”ל זאָגן גאָר 8
אויף אַ צווייטן פסוק?
!
אויך דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
אין מכילתא קומט „חמור של גוי ומשאו של ישראל” אַלס דער ערשטער פאַל - אָבער רש”י איז משנה און ברענגט עס אַלס די צווייטע דוגמא?
ב)
פאַרוואָס זאָגט רש”י
(ע”ד ווי אין מכילתא 5 )
אויך דעם „ופעמים שאתה עוזר”?
בשלמא אין מכילתא איז דער לשון מתאים היטב מיטן המשך הענין - וויבאַלד אַז דאָרט רעדט זיך וועגן ביידע אופנים הפכיים פון „ חמור כו’ משאו ”
(„חמור של ישראל ומשאו של גוי” און „חמור של גוי ומשאו של ישראל”),
דערפאַר איז „פעמים כו’ פעמים שאתה עוזב”; אָבער רש”י ברענגט דאָך בלויז דעם אופן פון „בהמת נכרי כו’ וחדלת ” - איז וואָס פאַר אַן אָרט האָט דאָ צו זאָגן „ופעמים שאתה עוזר”,
וויבאַלד אַז ער רעדט ניט וועגן דעם בפירושו 9 ?
(און אויב ער מיינט אַז ס’איז דאָ אַ חיוב פון „עוזר” בכלל - איז דאָך דאָס מפורש אין פסוק „עזוב תעזוב”.
ועוד -ווי פּאַסט אויף דעם זאָגן „ פעמים שאתה עוזר”!).
ב.
דער טעם וואָס רש”י ברענגט ניט דעם פאַל פון
(מכילתא)
„הי’ בין הקברות”,
וואָלט מען לכאורה געקענט מבאר זיין:
דאָס וואָס אַ כהן טאָר זיך ניט מטמא זיין כדי צו מקיים זיין די מצות עשה פון „עזוב תעזוב עמו”,
איז ווייל 10
ביי
טומאת כהן איז דאָ אַ ל”ת און אויך אַן עשה,
און דערפאַר איז מובן מעצמו בפשטות אַז עס ווערט ניט נדחה דורך איין עשה
(פון „עזוב תעזוב עמו”) 11
; ברענגט עס ניט רש”י 12 ,
ווייל מען דאַרף ניט אָנקומען צום לימוד פון
(דעם יתור הלשון)
„וחדלת גו’”.
[ע”ד ווי די גמרא 6
זאָגט לגבי דעם לימוד פון פסוק „והתעלמת” - „פעמים שאתה מתעלם” - אַז דעם לימוד דאַרף מען האָבן נאָר אויף צו ממעט זיין „זקן ואינו לפי כבודו”,
אָבער ניט לאפוקי „כהן והוא בבית הקברות”
(ועד”ז - ניט בנוגע דעם פאַל פון „היתה מלאכה שלו מרובה משל חבירו” 13 )].
אָבער מען קען בלאו הכי ניט אָננעמען אַז רש”י האַלט אַז דער פטור
(פון ביידע פאַלן)
ווערט אָפּגעלערנט פון פסוק „וחדלת”
(און דערפאַר ברענגט ער ניט דעם פאַל פון „הי’ בין הקברות”)
- ווייל לפי זה איז שווער
[ניט נאָר פאַרוואָס ברענגט רש”י די דוגמא פון „זקן ואינו לפי כבודו”,
וואָס ווערט ניט דערמאָנט אין מכילתא,
נאָר נאָכמער]
: ווי אַזוי קען מען פון איין יתור לשון
(„וחדלת גו’”)
אָפּלערנען צוויי באַזונדערע דינים
(היתרים) 14
: א)
„זקן ואינו לפי כבודו” - אַז דער חיוב פון פריקה
(„לפרק המשא” 15 )
איז ניט דוחה כבוד האדם; ב)
„בהמת נכרי כו’ וחדלת” - אַז חיוב פריקה איז ניט פאַרבונדן מיט צער בעלי חיים
(וואָרום מצד צער בע”ח איז קיין נפק”מ ניט צו וועמען געהערט די בהמה) 16 ?
מוז מען זאָגן,
אַז כאָטש דער לימוד פון „וחדלת” איז ניט דער מקור הפטור אויף ביידע פאַלן 17 ,
פונדעסטוועגן ברענגט זיי רש”י צוזאַמען,
ווייל סו”ס זיינען זיי ביידע אינעם כלל פון „פעמים שאתה חודל” 18
-
איז הדרא קושיא לדוכתה: פאַרוואָס
ברענגט ניט רש”י דעם פאַל פון מכילתא על אתר „הי’ בין הקברות” 19 ?
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים לבאר דעם טעם וואָס רש”י איז דאָ בכלל מפרט דוגמאות
ובפרט אַז בפסוק „והתעלמת” זאָגט רש”י „ורבותינו אמרו פעמים שאתה מתעלם וכו’” - און טייטשט ניט אויס וואָס זיינען די „פעמים שאתה מתעלם”,
נאָר באַגנוגנט זיך מיט „וכו’”.
[און ס’איז אַ דוחק גדול צו זאָגן אַז בדברים פ’ תצא - איז ער ניט מפרט דערפאַר וואָס ער פאַרלאָזט זיך אויף דעם וואָס ער ברענגט זיי אויף „וחדלת” בפרשתנו אין חומש שמות!
ובפרט אַז:
(א)
דאָ רעדט זיך וועגן חיוב פריקה,
און דאָרט - וועגן השבת אבידה;
(ב)
דער צווייטער פאַל אין רש”י דאָ - „בהמת נכרי ומשאו של ישראל” - פּאַסט ניט ביי השבת אבידה
(וואָרום פון „משאו של ישראל” טאָר מען זיך ניט מתעלם זיין)].
מוז מען זאָגן,
אַז וויבאַלד ענינו של פירוש רש”י על התורה איז נאָר בלויז צו מפרש זיין די כתובים,
אָבער ניט צו לערנען
(פרטי)
דינים,
דערפאַר ברענגט ער דאָרט נאָר דעם טייל פון דרשת חז”ל וואָס איז נוגע צום פירוש הכתוב
(„לא תראה והתעלמת - פעמים שאתה מתעלם”)
;
עפ”ז - היות אַז בפרשתנו איז רש”י יאָ מפרט די דוגמאות פון „פעמים שאתה חודל” - איז דערפון גופא געדרונגען,
אַז דאָ איז זייער פירוט נוגע ומוסיף אין הבנת פשט הכתוב פון „וחדלת גו’”.
ד.
דער ביאור בזה:
דער עיקר שוועריקייט אין דעם פירוש הפשוט פון „כי תראה גו’ וחדלת גו’” איז
(ניט נאָר מצד דעם לשון הכתוב,
וואָס לויטן פירוש „וחדלת מעזוב לו -בתמי’” קומט אויס,
אַז דער וואָרט „כי”
(וואָס איז „משמש בלשון דילמא” 15
( באַציט זיך ניט צו די ווערטער „תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו” וואָס קומען גלייך נאָכן וואָרט „כי”,
נאָר ערשט צו די ווייטערדיקע ווערטער „וחדלת גו’” -
נאָר דער עיקר שוועריקייט איז אין תוכן
(:
דער טעם,
בפשטות,
פאַרוואָס דער פסוק דאַרף שולל זיין דעם קס”ד פון „וחדלת מעזוב לו”,
איז ווייל דאָ רעדט זיך וועגן „חמור שונאך ” 20
; שטעלט זיך די שאלה: בדומה לזה שטייט אין דעם פסוק גלייך פאַר דעם : „כי תפגע שור אויבך גו’ תועה” - און דאָרט איז דער פסוק ניט מזהיר מיטן לשון „וחדלת מלהשיב לו”
(וכיו”ב)
- איז תמוה,
ממה־נפשך:
אויב ס’איז נויטיק צו באַוואָרענען בשייכות צו אַן אויב ושונא,
האָט עס דער פסוק געדאַרפט זאָגן ביים ערשטן מאָל וואו עס רעדט זיך וועגן אַזאַ פאַל; און אויב מען דאַרף עס דאָרט ניט באַוואָרענען
- ווייל מאי קמ”ל?
און ווי ביי אַלע אַנדערע ציווים פון תורה,
שטייט ניט אַז אויב איינער וויל ניט פאָלגן דעם ציווי - זאָגט מען אַז ער דאַרף יאָ פאָלגן -
איז פאַרוואָס זאָגט עס דער פסוק בנדו”ד,
ביים צווייטן מאָל?
דערפון נעמט רש”י אַרויס,
אַז דער „וחדלת גו’” קומט לערנען אַ דין וואָס איז שייך בלויז צו אונזער פסוק; און דעריבער קען זיך רש”י ניט באַנוגענען מיט זאָגן „ומדרשו ..
פעמים שאתה חודל”,
נאָר מוז ברענגען אויך די פאַלן 21
ווען „אתה חודל” - וואָס דער
(צווייטער)
פאַל „בהמת נכרי ומשאו של ישראל” איז שייך נאָר אין אונזער פסוק,
און ניט
(אין פריערדיקן פסוק)
ביי השבת אבידה כנ”ל - און דערפאַר שטייט „וחדלת גו’”
(„פעמים שאתה חודל”)
אין דעם פסוק דוקא.
עס בלייבט אָבער שווער
(כנ”ל סעיף א)
: פאַרוואָס ברענגט רש”י
(אויך)
„זקן ואינו לפי כבודו”?
ה.
דער ביאור אין דעם:
מיט ברענגען דעם „מדרשו” איז רש”י ניט אויסן צו זאָגן אַ צווייטן פירוש אין פסוק,
נאָר אַז דאָס איז בהמשך צום ערשטן פירוש,
דער דרש איז משלים
(פאַרענטפערט אַ זייטיקע שוועריקייט אין)
דעם פשט .
[און עפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש”י איז מאריך בלשונו: „ומדרשו כך דרשו רבותינו ” - און זאָגט ניט בקיצור
(ווי אין רוב ערטער)
„ומדרשו”:
דערמיט איז רש”י מדגיש,
אַז דער פירוש פון „מדרש” פאַר זיך איז רחוק פון פשוטו של מקרא
(איז ניט קיין דרש הקרוב לפשט)
; ס’איז אַ באַזונדער ענין פון דרש „ ומדרשו כך דרשו ”,
עס בלייבט אַ דרש.
מען איז נאָר מצרף דעם „מדרשו” צום פשט הכתוב,
ד.
ה.
אַז מיט „וחדלת” מיינט דער פסוק אויך צו מרמז זיין „פעמים שאתה חודל”].
בסגנון אחר: דורך ברענגען דעם מדרש אַז „פעמים שאתה חודל” -ווערט רעכט די שאלה הנ”ל
(ניט אין פשט הפסוק,
נאָר)
פאַרוואָס דוקא דאָ מוז די תורה שולל זיין דעם קס”ד „שמא תראה ..
וחדלת מעזוב לו” -
וויבאַלד אַז „פעמים שאתה חודל”,
קען אַ מענטש אַ טעות האָבן
(אָדער זיך מורה היתר זיין),
אַז אויך אין זיין פאַל איז ניט אַזוי האַרב אויב ער וועט חודל זיין מעזוב לו 22
(כדלקמן).
דעריבער איז דאָ דער פסוק שולל דאָס מיט זאָגן „וחדלת גו’
(בתמי’)
-נאָר עזוב תעזוב עמו”.
ו.
כדי צו פאַרשטיין פאַרוואָס זאָל מען חושש זיין אַז די „פעמים” פון „אתה חודל” זיינען עלול צו גורם זיין דעם קס”ד הנ”ל - טייטשט רש”י אויס וואָס די פאַלן זיינען:
א)
„זקן ואינו לפי כבודו” - דער חיוב פון פריקה ווערט נדחה אפילו צוליב כבוד האדם
(ועאכו”כ צוליב חלישות אין כח האדם)
;
ב)
„בהמת נכרי ומשאו של ישראל” -דערפון זעט מען,
אַז מ’איז דאָ ניט אויסן צו פאַרמיידן דעם צער פון דער בהמה.
און דאָס איז וואָס רש”י איז מקדים „ פעמים שאתה חודל ופעמים שאתה עוזר ”: ס’איז ניט דער פשט אַז בכלל,
אין רוב פאַלן,
איז דאָ דער ציווי „עזוב תעזוב” און דער היתר פון „וחדלת”
(„פעמים שאתה חודל”)
איז בלויז אין
אויסנאַם ־פאַלן - נאָר דער חיוב פריקה איז מלכתחילה מצומצם ומוגבל,
„פעמים שאתה חודל ופעמים שאתה עוזר” - דער „חודל” און דער „עוזר” זיינען געטיילט כאילו אויף גלייכע „פעמים”.
ובמילא איז פאַרשטאַנדיק אַז אַ מענטש קען זיך דערביי לייכט מורה היתר זיין ניט צו מקיים זיין דעם ציווי,
דעריבער איז תורה בפירוש שולל אַזאַ הנחה - „וחדלת מעזוב לו
(בתמי’)
עזוב תעזוב עמו”.
עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י איז מקדים דעם פאַל פון „זקן ואינו לפי כבודו” צום פאַל פון „בהמת נכרי כו’” - ווייל דער עיקר גורם צו איינריידן זיך אַז דער היתר איז גילטיק אויך אין זיין פאַל קומט פון דעם פטור ביי זקן ואינו לפי כבודו; משא”כ דער פטור פון „בהמת נכרי כו’” איז אַ טפל טעם וסיוע אַז דער חיוב
(בכלל)
זאָל ניט זיין חמור בעיניו.
און ס’איז אויך פאַרענטפערט בפשטות פאַרוואָס רש”י ברענגט ניט דעם פאַל פון „הי’ בין הקברות”: פון דעם פאַל קען מען ניט אַרויסדרינגען קיין קולא אין דעם כללות החיוב פריקה,
ווייל:
(א)
דאָס איז אַ זעלטענע מציאות
(אַז אַ בהמה מיט אַ משא זאָל זיך געפינען אין אַ בית הקברות; און דער געפינער איז אַ כהן).
(ב)
ועיקר: דער טעם הפטור איז פאַרבונדן מיטן חומר פון טומאת כהן און ניט צוליב דער קולא אין פריקה .
ז.
דערמיט קומט אויך צו אַ תוספת ביאור פאַרוואָס עס שטייט „וחדלת גו’” אין אונזער פסוק דוקא,
און ניט אין פריערדיקן פסוק ביי השבת אבידה
(אע”פ וואָס אויך ביי השבת אבידה איז
דער זעלבער דין - „פעמים שאתה מתעלם”,
כנ”ל)
:
ביי השבת אבידה פּאַסט ניט צו זאָגן אַז מצד די פאַלן ווען „אתה מתעלם” וועט מען אָפּלערנען אַ הוראת היתר אויף מקיל זיין אין כללות מצוה זו -ווייל השבת אבידה,
ע”ד הרוב,
איז ניט פאַרבונדן מיט קיין גרויסער טירחא כו’.
- דער פסוק דאָ רעדט וועגן „כי תפגע שור ..
חמורו תועה”,
וואָס חי נושא את עצמו,
ואפילו בספר דברים 23
רעדט זיך וועגן „שמלתו ..
(ל)
כל אבידת אחיך”,
וואָס ביי זיי אַלע איז די השבה מערסטנס ניט קיין גרויסע טירחא 24 .
משא”כ בנדו”ד,
ביי פריקה,
איז דאָס אַן אַרבעט וואָס איז תמיד פאַרבונדן מיט טירחא כו’; און וויבאַלד אַז אַ „זקן ואינו לפי כבודו” איז פטור,
קען מען דערפון אַרויסנעמען אַ קולא אין כללות המצוה,
כנ”ל.
ח.
אין פירוש רש”י זיינען דאָך מרומז „נפלאות” 25
שבתורה:
ע”פ דעם פירוש הבעש”ט 26
אויף דעם פסוק,
אַז „חמור” איז מרמז אויפן גוף
(„חומר שלך”),
און „עזוב תעזוב עמו” מיינט,
אַז מען טאָר ניט
(פאַרלאָזן און)
ברעכן דעם גוף דורך תעניות וסיגופים,
נאָר מען דאַרף אים מברר ומזכך זיין,
קען מען זאָגן,
אַז דערפאַר ברענגט רש”י די צוויי אופנים דוקא „שאתה חודל”
[(א)
זקן ואינו לפי כבודו,
(ב)
בהמת נכרי ומשאו של ישראל]
- ווייל זיי זיינען מרמז אויף די צוויי אופנים
(וואָס ווערן געבראַכט אין אַלטן רבי’נס שו”ע 27 )
ווען מען מעג יע פאַסטן -
(א)
תעניות של תשובה,
(ב)
תעניות כדי למרק נפשו לה’;
וי”ל אַז זיי זיינען מתאים צו די צוויי אופנים אין אגרת התשובה: 1)
ספ”א,
2)
ר”פ שני.
תעניות של תשובה זיינען ווען עס רעדט זיך וועגן תשובה
(אָדער -שלימותה)
על חטאים .
דעם אופן איז רש”י מרמז אין דעם פאַל פון „בהמת נכרי ומשאו של ישראל”: ווען אַ איד זינדיקט,
ח”ו - ווערט זיין גוף ונפש הבהמית אָפּגעריסן פון קדושה און לפי שעה גייען זיי אַריבער תחת ממשלת הקליפה
(ס’ווערט „בהמתו של נכרי”)
-
ס’איז דאָך אָבער אפילו פושעי 28
ישראל מלאים מצות 29
כרמון - אַ משא
פון
(מצות -)
ישראל.
ובפרט אַז די נשמה פון אַ אידן,
איז „גם בשעת החטא היתה באמנה אתו ית’” 30 ,
זי בלייבט גאַנץ ביים אידן.
דאַקעגן די תעניות „למרק נפשו לה’” זיינען נאָכדעם,
כשעשה תשובה שלימה
(כלשונו רפ”ב שם),
[אָדער ער האָט מלכתחילה ניט געדאַרפט אָנקומען דערצו ווייל לא חטא ולא פגם כו’],
נאָר ער וויל דערגרייכן „מירוק הנפש לה’” 31
ער זאָל זיין לרצון לפני ה’ וכו’,
און עס קען זיין דורך דעם צווייטן קצה: ווען איינער איז אַריינגעטאָן אין איידעלע און רוחניות’דיקע ענינים,
און דערפאַר פאַרנעמט ער זיך ניט
(אַזויפיל)
מיט דער עבודה פון בירור וזיכוך הגוף,
קען זיין גוף פאַרבלייבן אין אַ געוויסן מצב פון חומריות וגסות וואָס פּועלט אויך אַ גסות עכ”פ אַ ניט שלימות במירוק הנפש 32
- דערפאַר דאַרף ער האָבן תעניות וואָס זיי טוען אויף אַ מירוק וזיכוך הגוף והנפש.
און דאָס איז רש”י מרמז מיטן פאַל פון „זקן ואינו לפי כבודו”: דאָס זיינען די תעניות פון דעם וואָס איז אַ „זקן” -זה שקנה חכמה 33
- דערפאַר איז ביי אים די התעסקות אין בירור וזיכוך גופו
(„חמור”)
אַן ענין פון „אינו לפי כבודו”,
ס’איז אַ ירידה לגבי זיין כבוד
(ומעלתו 34
(הרוחנית))
; און די תעניות למרק נפשו
זיינען פאַר אים משלים דעם זיכוך הגוף וואָס ער האָט פאַרפעלט.
ועפ”ז איז מובן
(בפנימיות הענינים)
פאַרוואָס רש”י ברענגט ניט אַראָפּ דעם פאַל פון „
(כהן ו)
הי’ בין הקברות” -ווייל דער ענין פון דער דוגמא אין עבודה רוחנית איז
(ע”ד ווי דער ענין פון „בהמת נכרי ומשאו של ישראל”)
: די בהמה איז „בין הקברות” - דורך חטאים איז דער גוף ונפש הבהמית יורד אין „מקום המיתה והטומאה” 35 ,
אָבער די נשמה פון אַ אידן איז אין דער בחינה פון „
(בת)
כהן” 36
- מחוץ ולמעלה פון מקום המיתה והטומאה,
ווייל „גם בשעת החטא היתה באמנה אתו ית’”,
כנ”ל.
און רש”י קלייבט אויס דעם פאַל פון זקן ואינו לפי כבודו דוקא - ווייל אין רוחניות איז ניטאָ די מציאות פון אמת’ן „הי’ בין הקברות”: אויך אַ אידישער גוף איז אַ מציאות נצחית ביי וועלכער ס’איז ניט שייך קיין מיתה והפסד לגמרי; עס איז „מעשה ידי להתפאר” 37
און אין אים איז דאָ בחירת הקב”ה 38
וואָס קען ניט „פאַרפאַלן” ווערן ח”ו.
ער קען זיך בלויז געפינען ברשותו של נכרי,
אָבער דאָס איז נאָר אַ שינוי
(אין)
רשות ,
אַז לפי שעה איז ער תחת רשותו,
אָבער ניט קיין שינוי אין מהות הגוף - וואָרום אויך דעמאָלט איז דאָס
אַ אידישער גוף.
אַז דער עצם הגוף פון אַ אידן זאָל זיך ברוחניות געפינען ממש אין אַ „בית הקברות”
(מיתה רוחנית)
-דאָס קען מען ניט זאָגן!
וע”ד ההלכה 39
- אַז אַ איד וואָס
(אויך)
תורה זאָגט אַז „נמכר לנכרי” איז דעמאָלט גופא איז ער איינער פון „לי בנ”י עבדים,
עבדי הם,
שטרי קודם”.
ט.
און דאָס איז אויך דער ביאור ע”פ פנימיות הענינים אין די צוויי פירושים וואָס רש”י זאָגט דאָ אין פסוק:
לויט פשוטו איז „וחדלת מעזוב לו” אַ תמי’: אַ איד וואָס איז ישר הולך,
ווי האלקים עשה את האדם ישר 40 ,
און דינט דעם אויבערשטן ע”פ סדר התורה -זאָגט דער פסוק „וחדלת מעזוב לו -בתמי’”: עס טאָר ניט זיין קיין ענין פון סיגופים ותעניות וואָס ברעכט דעם גוף,
נאָר מען דאַרף זיך פאַרנעמען מיטן גוף אויף אים מברר זיין און מזכך זיין,
כתורת הבעש”ט הנ”ל.
דערנאָך קומט „ומדרשו” - וואָס באַוואָרנט אויך אַזעלכע וואָס חטאו ופגמו,
אָדער עכ”פ ניט געגאַנגען אין דעם דרך הישר - ובמילא ווערט די מציאות פון „פעמים שאתה חודל”,
כנ”ל.
אעפ”כ,
ניט געקוקט אויף הנ”ל אַז צוליב ענין התשובה מעג מען פאַסטן,
און „ אפילו מי שאינו יכול להתענות ” 41
- זאָגט דער אַלטער רבי אין אגרת התשובה 42
אַ הוראה ברורה,
אַז „בדורו־
תינו אלה” טאָר מען ניט מרבה זיין בתעניות אפילו תעניות של תשובה,
נאָר מען זאָל פודה זיין די תעניות מיט צדקה;
און וויבאַלד אַז די חלישות הדור איז ניט מצד דער אייגענער בחירה,
נאָר ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער באַשאַפן דעם דור,
איז זיכער,
אַז אויך דורך דעם אופן העבודה ווי אָנגעוויזן דורכ’ן בעש”ט און אַלטן רבי’ן פעלט ח”ו גאָרניט אין דעם תיקון החסרון וואָס מ’וואָלט געהאַט דורך תעניות וסיגופים 43 ,
בדורנו זה איז געגעבן געוואָרן דער כח צו קענען מתקן זיין ענינים בלתי רצויים אין אַן אופן וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט צער ודאגה,
נאָר דוקא מתוך שמחה וטוב לבב.
(משיחת ש”פ משפטים תשכ”ו)