B"H
🏡

Ikar

יתרו ג

א.

בסיום פרשתנו אויפן פסוק „ולא תעלה במעלות על מזבחי אשר לא תגלה ערותך עליו”,

זאָגט די מכילתא 1

„והרי דברים ק"ו,

ומה אם אבנים שאין בהם דעת לא לרעה ולא לטובה 2

אמר 3

הקב"ה לא תנהג בהם מנהג בזיון 4 ,

חברך שהוא בדמותו של מי שאמר והי׳ העולם דין הוא 5

שלא תנהוג בו מנהג בזיון” 6 .

אויך אין פירוש רש"י ווערט געבראַכט דער ק"ו,

אָבער מיט שינויים והוספות: „ומה אבנים הללו שאין בהם דעת להקפיד על בזיונן אמרה תורה הואיל ויש בהם צורך לא תנהג בהם מנהג בזיון,

חבירך שהוא בדמות יוצרך ומקפיד על בזיונו על אחת כמה וכמה” 7 .

דאָס וואָס רש"י זאָגט דעם לשון „שאין בהם דעת להקפיד על בזיונן" — אַנדערש ווי דער לשון המכילתא „שאין בהם דעת לא לרעה ולא לטובה" — איז מובן בפשטות,

ווייל דורך מדגיש זיין דעם העדר הבזיון ביי אבנים

(בניגוד צום בזיון וואָס איז דאָ ביי „חברך”)

איז

בפשטות מוסבר און שטאַרקער דער ק"ו; און מהאי טעמא איז ער אויך באַ „חבירך" מוסיף די ווערטער „ומקפיד על בזיונו”

(וואָס זיינען ניטאָ אין מכילתא).

אויך דער לשון בפירש"י „חבירך שהוא בדמות יוצרך " — אַנשטאָט לשון המכילתא „בדמותו של מי שאמר והי׳ העולם" — איז ווייל יוצרך רעדט כפשוט וועגן דעם יוצר פון דעם עולה במעלות .

אָבער דאָס וואָס רש"י איז מוסיף

(אויפן לשון המכילתא)

— „אמרה תורה הואיל ויש בהם צורך”,

צריך להבין: וואָס גיט צו דער „צורך” פון די „אבנים” אין דער הסברת הק"ו בנוגע „חברך”?

ב.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם החילוק ווי דער פירוש און לימוד הכתוב

(אין וועלכן מ׳זאָגט דעם ק"ו הנ"ל)

איז מבואר אין מכילתא און ווי דאָס איז מוסבר אין פירוש רש"י 8

:

אין מכילתא שטייט פריער 9

: „אשר לא תגלה ערותך עליו,

עליו אי אתה פוסע פסיעה גסה אבל אתה פוסע פסיעה גסה בהיכל ובקדש הקדשים,

שהי׳ בדין,

ומה אם מזבח הקל אסור לפסוע בו פסיעה,

ההיכל וקדש הקדשים החמורים דין הוא שאסור לפסוע פסיעה גסה בהן לפי שהן חמורין,

ת"ל אשר לא תגלה ערותך עליו,

בו אי אתה פוסע פסיעה יתירה אבל אתה פוסע פסיעה יתירה בהיכל

ובקדש הקדשים”

(און דערנאָך זאָגט די מכילתא דעם ק"ו „ומה אם אבנים כו׳”)

;

אָבער רש"י,

בהתחלת פירושו,

וואו ער איז מסביר דעם פסוק,

איז מפרש: „שע"י המעלות אתה צריך להרחיב פסיעותיך,

ואע"פ שאינו גילוי ערוה ממש שהרי כתיב 10

ועשה להם מכנסי בד מ"מ הרחבת הפסיעות קרוב לגילוי ערוה הוא ואתה נוהג בהם מנהג בזיון”.

דאָס וואָס דער ק"ו הנ"ל קומט אין מכילתא גלייך נאָך דעם מיעוט „עליו אי אתה פוסע פסיעה גסה אבל אתה פוסע כו׳ בהיכל ובקדש הקדשים" — איז י"ל אַז דערמיט ווערט באַוואָרנט וואָס מ׳קען פרעגן:

דער איסור פון „לא תגלה ערותך עליו”

(„לא תנהג בהם מנהג בזיון”)

איז לכאורה ניט מצד די אבני מזבח מצ"ע,

נאָר צוליב דעם וואָס זייענדיק אַ טייל פון מזבח

(ומקדש)

איז דאָס

(אַן ענין פון קדושת ויראת המזבח וואָס איז)

פאַרבונדן מיט כבוד השם,

וואָס איז שורה אויפן מזבח

(ומקדש) 11

[ע"ד ווי די מצוה פון מורא מקדש בכלל,

וואָס „לא מן המקדש אתה ירא אלא ממי ששכן שכינתו במקום הזה” 12 ,

ובלשון החינוך 13

אַז דאָס איז „לקבוע בנפשותינו יראת המקום ב"ה וחשיבותו וע"כ הוזהרנו שלא לנהוג שם קלות ראש בשום ענין”],

היינט ווי קען מען פון די „אבנים” 14

אָפּלערנען אַ ק"ו בנוגע „חבירך",

וויבאַלד אַז ביי די „אבנים” איז דאָ אַ קדושה וואָס איז ניטאָ ביי „ חברך ”?

וויבאַלד אָבער אַז מ׳האָט פריער אָפּגעלערנט „עליו אי אתה פוסע פסיעה גסה אבל אתה פוסע פסיעה גסה בהיכל ובקדש הקדשים”

[וואָס לפי קס"ד הנ"ל,

אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט כבוד המקדש וכו’,

וואָלט דער איסור פון „פסיעה גסה" געדאַרפט חל זיין אויך 15

בהיכל ובקדש הקדשים,

ואדרבה נאָך שטאַרקער — מיט אַ כל־שכן וק"ו,

היות זיי זיינען דאָך חמורין מן המזבח] 16

איז דערפון מובן אַז דער איסור „ולא תעלה גו׳” איז ניט

(בלויז)

צוליב דעם וואָס דאָס איז אַ חלק פון דעם מקדש נאָר

(בעיקר)

מצד די אבני המזבח עצמן; ובמילא קען מען פון דעם אָפּלערנען אַ ק"ו „ומה אם אבנים שאין בהם דעת לא לרעה ולא לטובה אמר הקב"ה לא תנהג

בהם

(אין די אבנים גופא)

מנהג בזיון,

חבירך כו׳ דין הוא שלא תנהוג בו מנהג בזיון”.

ג.

עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס רש"י איז מוסיף 17

בפירושו די ווערטער „אמרה תורה הואיל ויש בהם צורך לא תנהג בהם מנהג בזיון”:

וויבאַלד אַז אין פרש"י ווערט ניט דערמאָנט דער מיעוט „עליו אי אתה פוסע כו׳ אבל אתה פוסע בהיכל וקדש קדשים” 18 ,

פון וועלכן מען ווייס אַז דער

איסור פון „ולא תעלה במעלות” איז פאַרבונדן מיט אבני מזבח מצ"ע,

כנ"ל — מוז רש"י מדגיש זיין דעם ענין אין דעם ק"ו גופא:

„הואיל ויש בהם צורך”; וויבאַלד אַז אין „אבנים הללו”

(פון מזבח)

איז דאָ אַן ענין מיוחד — „יש בהם צורך" — וואָס דאָס ברענגט דעם איסור פון „לא תעלה במעלות אשר לא תגלה ערותך עליו ” 19

אויף די אבני המזבח כשלעצמם

(ניט דערפאַר וואָס זיי זיינען אַ טייל פון כללות המקדש,

נאָר)

„הואיל ויש בהם צורך”;

ועפ"ז מובן בפשטות וואָס מען געפינט ניט קיין איסור צו מאַכן „מעלות” אין

(אַנדערע טיילן פון)

מקדש

(אע"פ וואָס דורך דעם „תגלה ערותך”)

— ואדרבה: עס זיינען געווען „מעלות” אַרויפצוגיין צום

(אולם)

היכל 20

— ווייל באַ די אבנים פון די „מעלות” איז ניטאָ דער „יש בהם צורך”.

ד.

דער ביאור בזה:

דאָס וואָס מען לערנט אָפּ פון „אבני

מזבח” אַז מען טאָר ניט מבזה זיין אַ צווייטן אידן

— דלכאורה תמוה: צי דען דאַרף מען דערביי אָנקומען צו אַ ק"ו פון אבני מזבח?

! —

איז ווייל דאָ,

ביי אבני מזבח,

רעדט זיך ניט וועגן אַ בזיון כפשוטו,

נאָר בלויז

(בלשון המכילתא ורש"י)

— „ מנהג בזיון" 21 .

סיי מצד די אבנים — וואָס זיי פילן ניט קיין בזיון

(וואָרום דער הרגש הבזיון איז אַן ענין עקרי אין בזיון,

ביז אַז לויט איין סברא אין גמרא 22 ,

איז דער גאַנצער חיוב פון בושת דוקא ווען עס איז פאַראַן „כיסופא": אויב אָבער „ביישו ישן ומת”,

וואָס דער צווייטער האָט קיינמאָל ניט געפילט די בושה,

איז מען פטור)

;

און סיי מצד דעם מעשה הבזיון: דאָ רעדט זיך ניט וועגן אַ הנהגה פון קלות ראש 23 ,

וואָרום קלות ראש ובזיון ממש איז אסור בכל שטח המשכן והמקדש 24

; נאָר דאָ רעדט זיך בלויז וועגן „ מנהג בזיון" — אַ מעשה וואָס קען אויסגעטייטשט ווערן ווי אַן ענין של בזיון.

און ווי רש"י זאָגט,

אַז ביי „עולה במעלות” דאָ איז ניטאָ קיין „גלוי ערוה ממש”,

נאָר „ קרוב לגלוי ערוה” 25 .

און דערפון לערנט מען אָפּ לגבי חבירו,

אַז עס טאָר ניט זיין אַ מעשה וואָס איז בלויז אַ „ מנהג בזיון”,

און

אפילו ווען דער צווייטער פילט דערביי ניט קיין בושה ובזיון.

ה.

און אין דעם איז דער חילוק צווישן דער מכילתא און רש"י: אין וואָס באַשטייט דער איסור:

לדעת המכילתא באַשטייט דער איסור אין פעולת האדם — מען טאָר אפילו ניט טאָן אַ מעשה וואָס איז

(ניט קיין מעשה בזיון,

נאָר)

בלויז אַ „מנהג בזיון”.

רש"י — פשט — קען אַזוי ניט לערנען,

וואָרום לפי זה איז ניטאָ קיין טעם צו מחלק זיין צווישן אבני מזבח און אבני ההיכל.

דערפון וואָס דער איסור איז דוקא ביי אבני מזבח איז פאַרשטאַנדיק,

אַז מצד פעולת האדם אַליין וואָלט קיין איסור ניט געווען

(וואָרום דאָ איז ניט געווען קיין אמת׳ער מעשה בזיון) 26

;

נאָר ביי די אבני מזבח איז דאָ אַן ענין מיוחד — „ הואיל ויש בהם צורך " — וואָס מצד דעם איז דער „מנהג בזיון” גורם אַ מעין „כיסופא" 27

ביי די וואָס דאַרפן אָנקומען צו די אבנים

(כדלקמן),

ובמילא איז עס אסור.

ו.

די הסברה בזה:

מיט „הואיל ויש בהם צורך” מיינט רש"י צו זאָגן,

אַז די כהנים קענען ניט טאָן זייער עבודה אויפן מזבח נאָר סיידן דורך זייער עולה זיין אַרויפשטייגן אויף די אבנים; און דאָס איז דער טעם פון „לא תנהג בהם מנהג בזיון”,

ווייל דורך נוהג זיין אַ מנהג בזיון בשייכות צו די

אבני המזבח,

איז מען בדרך ממילא אויך מבזה די כהנים וואָס דאַרפן אָנקומען צו די אבנים 28 .

בדוגמת

(ולא ממש)

ווי עס שטייט אין ראשונים 29

(לגבי חיוב תשלומין פון בושת),

אַז דער דין רקק בבגדו פטור 30

איז דוקא ווען דער מתבייש האָט בשעת מעשה דעם בגד ניט געטראָגן; אויב אָבער ער איז דאַן

(בעת הרקיקה)

געווען אָנגעטאָן אין דעם בגד,

איז דער רוקק חייב — ווייל דורכן שפּייען אויפן בגד האָט ער מבזה געווען דעם מענטשן וואָס איז געווען אָנגעטאָן אין בגד 31 .

[משא"כ די מעלות פאַרן היכל — איז „אין בהם צורך”,

ווייל: א)

מען קען אָנקומען אין היכל ניט דורך די מעלות 32 .

ב)

די מעלות זיינען געווען ניט לפני ההיכל וואו די עבודה איז געטאָן געוואָרן,

נאָר לפני האולם 33 ,

קומט במילא אויס,

אַז די הליכת הכהנים צום היכל דורך די מעלות שלפני האולם איז ניט קיין חלק און „צורך” פון זייער עבודה בהיכל

(משא"כ ביים מזבח,

איז דאָך דער כבש המזבח אַ טייל פון מזבח גופא 34 ,

ביז אַז דער פסוק זאָגט „ולא תעלה במעלות על מזבחי 35

אשר לא

תגלה ערותך עליו " — אַז אַרויפגאַנג אויף די מעלות

(אָדער כבש)

צום מזבח ווערט גערעכנט ווי ער איז אויפן מזבח גופא 36 ].

און דערפון לערנט מען אַרויס אויך לגבי בזיון חבירו: אפילו ווען דאָס איז נאָר אַן ענין פון „מנהג בזיון”,

וואָס האָט ביי „חבירך" ניט געשאַפן קיין בזיון ובושה בפועל — אעפ"כ,

וויבאַלד אַז „הוא בדמות יוצרך”,

קומט אויס,

אַז מיטן מנהג בזיון לגבי חבירו איז עס אַן ענין פון בזיון כלפי יוצרך

(ע"ד ווי ביים איסור „לא תעלה במעלות על מזבחי”,

וואָס דער „מנהג בזיון” בשייכות צו די אבנים ברענגט אַ בזיון פאַר די כהנים).

ז.

עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין לשון רש"י ביים זאָגן דעם ק"ו — „ומה אבנים הללו שאין בהם דעת להקפיד על בזיונן אמרה תורה הואיל ויש בהם צורך לא תנהג בהם מנהג בזיון,

חברך שהוא בדמות יוצרך ומקפיד על בזיונו על אחת כמה וכמה”

(ניט ווי אין מכילתא,

וואו עס שטייט ניט דער לשון „להקפיד על בזיונן" און „מקפיד על בזיונו")

— דערמיט איז רש"י מסביר:

מה־דאָך ביי „אבנים הללו שאין בהם דעת להקפיד על בזיונן" — ובמילא איז ביי זיי איבערהויפּט ניטאָ דער

(עיקר)

גדר פון בזיון 37

(וואָרום אויב ס׳איז ניט קיין הקפדה אויפן בזיון,

איז מען דאָך ניט נתבזה געוואָרן),

אעפ"כ,

מצד דערויף וואָס „יש בהם צורך” צו די כהנים,

ווערט עס פאַררעכנט ווי אַ מנהג בזיון,

איז על אחת כמה וכמה אַז מען טאָר ניט נוהג זיין מנהג בזיון לגבי „חברך” —

(א)

„שהוא בדמות יוצרך”,

די שייכות צווישן אים מיט „יוצרך” איז ישיר וניכר

(ניט ווי אבני מזבח און כהנים וואָס האָבן צווישן זיך ניט קיין שייכות בדמותם וכו׳)

; און

(ב)

„ומקפיד על בזיונו" — ובמילא איז אויך מצד אים גופא קען זיין אַ מציאות פון בזיון

(משא"כ ביי אבני מזבח ביי וועלכע ס׳איז איבערהויפּט ניטאָ קיין בזיון מצד האבנים עצמן) 38 .

ח.

פירוש רש"י על התורה איז דאָך יינה של תורה.

איז יש לומר,

אַז אין דעם פירוש רש"י בסיום הפרשה — וואָס „הכל הולך אחר החיתום" 39

— איז מרומז דער עיקר ותוכן פון כללות הסדרה — דער ענין פון מתן תורה — עשרת הדברות:

כשם ווי די עשרת הדברות זיינען כולל ניט נאָר די דברות פון אנכי ה"א און לא יהי׳ לך

(די העכסטע ענינים אין אחדות השם),

נאָר אויך די דברות האחרונים וואָס זיינען דברים פשוטים,

ביז צו ענינים הכי פשוטים בין אדם לחבירו

(„לא 40

תרצח לא תנאף גו׳ כל אשר לרעך”),

איז אַזוי אויך אין פירוש רש"י — תורה שבע"פ — איז דער סוף פון פ׳ יתרו,

ווי עס דאַרף זיין די זהירות בתכלית אין ענינים פשוטים פון הנהגות

בין אדם לחבירו,

ביז צו זיין אויסגעהיט אפילו פון „ מנהג בזיון”.

און כשם ווי די דברים פשוטים אין די עשרת הדברות זיינען ניט קיין באַזונדער זאַך פון די ערשטע דברות,

נאָר ווי ערקלערט בכמה מקומות 41 ,

אַז דאָס וואָס מען האָט די זאַכן אַריינגעשטעלט אין די עשרת הדברות איז אויך צו לערנען אַז זיי זיינען איין ענין מיט „אנכי ה׳ אלקיך”: אויך די דברים שבין אדם לחבירו זיינען באמת „בין אדם למקום”,

מען דאַרף זיין נזהר אין זיי ווייל דאָס איז דער רצון ה׳,

איז אויך רש"י מוסיף,

אַז די זהירות כלפי חבירך איז דערפאַר וואָס ער איז „בדמות יוצרך”: די שייכות האיסור צו „בין אדם למקום” איז ניט נאָר מצד דעם ציווי

(אַז מען דאַרף זיין נזהר אין די ענינים מצד ציווי ה׳),

נאָר אויך ווייל „חבירך" און „מקום” זיינען איין דמות,

כביכול; און דעריבער,

איז דער ניט זיין נזהר בכבוד חבירך ,

הייסט אַ ניט־זהירות אין כבוד הקב"ה .

ומרובה מדה טובה כו׳ — אַז אהבת ישראל,

ביז צו אַן אהבה בלתי מוגבלת וואָס ברענגט צו אַ הנהגה פון מכבד זיין חבירך בתכלית הזהירות,

איז דאָס

(בפנימיות)

אַן ענין פון אהבת הקב"ה און כבוד שמים ,

וכמים הפנים לפנים: דאָס איז מגלה אהבת הקב"ה צו אידן,

וואָס ברענגט סוף סוף צו הרמת כבוד ישראל אפילו בעיני כל עמי הארץ,

ביז צו דעם כבוד אמיתי וואָס וועט זיין בגלוי בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקינו,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ יתרו תשכ"ה)

Reader controls and commentary are loading.