B"H
🏡

Ikar

בשלח ב

א.

פון דעם פסוק 1

„ויאמר משה אכלוהו היום כי שבת היום לה׳ היום לא תמצאוהו בשדה”,

וואו עס שטייט דריי מאָל דער וואָרט „היום” בנוגע אכילת המן בשבת,

לערנען אָפּ חז"ל 2

דעם חיוב פון אכילת שלש סעודות בשבת.

און כאָטש אַז סעודה איז עיקרה אכילת פת 3 ,

געפינט מען אָבער אַז בנוגע דער סעודה שלישית ווערט געבראַכט אין שו"ע 4

אַ מחלוקת הפוסקים: עס זיינען דאָ דיעות אַז אויך בסעודה שלישית דאַרף זיין אכילת פת; און „יש מקילין ..

שיכול לקיים סעודה ג׳ בכל מאכל העשוי מחמשת המינים שמברכים עליו במ"מ שהוא נקרא מזון,

ויש מקילין עוד שיכול לקיימה גם כן בדברים שדרך ללפת בהן את הפת כגון בשר ודגים וכיוצא בהם ..

ויש מקילין עוד שאפילו בפירות יכול לקיימה” 5 .

און דער אַלטער רבי בשולחנו 6

איז מסיים: „ואין לסמוך כלל על כל זה אא"כ א"א כלל בענין אחר כגון שהוא שבע ביותר וא"א לו לאכול פת בלא שיצער את עצמו”.

אף על פי כן איז ידוע דער מנהג פון רבותינו נשיאינו 7 ,

אַז זיי פלעגן ברובא

דרובא ביותר ניט עסן פת בסעודה שלישית; זיי פלעגן יוצא זיין די סעודה מיט אַ טעימה כלשהי.

דער טעם הדבר איז 8

: היות די דריטע סעודה ווערט אָפּגעלערנט פון דעם דריטן מאָל „היום" וואָס שטייט אין פסוק,

וואו תורה זאָגט „

(היום)

לא

(תמצאוהו)

” — די שלילה פון געפינען דעם מן — איז דעריבער מתאים אַז אין דער סעודה שלישית זאָל דאָס זיין ניכר דורך ניט עסן קיין פת,

בדוגמא צו „לא תמצאוהו” פון מן

(לחם).

די הסברה

(הפנימית)

דערפון ווי מבואר אין חסידות 9

: די דריטע סעודה פון שבת איז כנגד דעם שבת דלעתיד לבוא

(ווי עס שטייט

(אויך)

אין ב"ח 10 ),

ביי וועלכן עס שטייט 11

„עולם הבא אין בו לא אכילה ולא שתי׳ כו׳”,

און די המשכה איז דעמולט פון בחי׳ „ אין ”

(ווי עס שטייט אין בחיי 12 )

— דעריבער איז אויך די סעודה ניט קיין סעודה רגילה,

און אין איר איז מודגש דער „ לא

(תמצאוהו)

” — מ׳עסט ניט קיין פת,

מ׳איז יוצא מיט אַ טעימה כלשהי.

ב.

תורתנו הקדושה איז אַ תורה אחת,

און פנימיות התורה

(ומנהגי׳)

און חלק ההלכה שבתורה זיינען „כולא חד" 13

— ד.

ה.

אַז אַלע חלקי התורה זיינען מתאים איינער מיט די אַנדערע און זיינען עולה בקנה אחד — איז פאַרשטאַנדיג אַז מנהג גדולי ישראל

(וההולכים בעקבותיהם)

לכתחילה ע"פ פנימיות התורה,

איז ניט אַ „קולא” און „דיעבד" ע"פ הלכה — מצדם,

ח"ו.

דאַרף מען פאַרשטיין: הן אמת אַז לויטן הסבר בפנימיות הענינים איז סעודה שלישית העכער פון אכילה און דאָס איז אַ נתינת טעם אויף ניט צו עסן פת — אָבער ע"פ הלכה איז דאָס פאָרט אַ „קולא”,

ביז ווי דער אַלטער רבי זאָגט „ואין לסמוך כלל על כל זה" 14

(סיידן אין פאַל פון „בדיעבד”,

ווען ער איז זייער זאַט פון פריער)

— איז ווי איז דאָס מתאים מיט דעם וואָס ע"פ חסידות איז אַ הידור ניט צו עסן פת?

ג.

ויש לומר הביאור בזה:

וועגן דער מצות אכילת שלש סעודות בשבת,

זאָגט דער אַלטער רבי 15

: „שמצות סעודות שבת אינה אלא בשביל עונג”,

ד.

ה.

אַז ביי אַלע דריי סעודות שבת איז דער חיוב ניט עצם האכילה

(פון פת)

כשלעצמה 16 ,

נאָר דער ענין

העונג וואָס אין דעם.

לפי זה — אַז ביי אַלע סעודות שבת איז זייער ציווי פאַרבונדן מיט עונג און ניט מיט דער אכילה כשלעצמה — איז אין אַ פאַל וואו אַ מענטש האָט צער פון דער אכילה,

איז ניט נאָר אַז אויף אים ליגט ניט קיין חיוב אכילה,

נאָר נאָכמער — עס איז דאָ אַ צד חיוב ניט צו עסן

(און דער לשון פון אַלטן רבי׳ן 17

„אין צריך לצער את עצמו לאכול” מיינט אפשר — אַז ער דאַרף ניט און כמעט טאָר ניט),

ווייל אַזאַ אכילה איז דער היפך ענינם פון סעודות שבת,

היפך העונג ,

ע"ד ווי דער אַלטער רבי שרייבט בפירוש 18

בשייכות מיט דעם ענין פון תענית און העדר האכילה בשבת,

אַז „אדם שהאכילה מזקת לו שאז עונג הוא לו שלא לאכול,

א"צ לאכול כלל וכמעט שאסור לו לאכול שלא יצטער בשבת”.

און כשם ווי דאָס איז בנוגע מניעת האכילה בכלל,

עד"ז איז אויך בנוגע פרטי האכילה 19

: אויב ער האָט צער פון עסן פת בסעודת שבת — איז ביי אים מלכתחילה דער חיוב ניט צו עסן קיין פת; ואדרבה,

אויב ער וועט יע עסן פת,

וועט ער טאָן אַ זאַך וואָס איז היפך הכוונה פון סעודת שבת.

ד.

לפי זה יש לומר:

דאָס וואָס ס׳איז לכתחילה פאַראַן אַ חיוב פון אכילת פת בסעודה שלישית,

איז עס דוקא ווען ביים אדם איז עס אַן ענין פון עונג;

משא"כ ווען ער האָט ניט קיין עונג פון אכילת פת: וויסנדיק באמונה שלימה

אַז אין דער צייט פון סעודה שלישית,

רעוא דרעוין,

איז מאיר די בחי׳ פון „היום לא ”,

בחי׳ „ אין ”; און אַז דאָס איז א ַזמן מעין יוהכ"פ

(וואָס רופט זיך „שבת שבתון”)

און מעין עוה"ב

(וואָס „אין בו לא אכילה ולא שתי׳")

— און דערפאַר איז פאַר אים אַ צער צו עסן פת — דעמולט איז מלכתחילה ניט חל דער חיוב צו עסן פת בסעודה שלישית,

ואדרבה: באַ עם איז אַ הידור ע"פ הלכה ער זאָל זיך ניט מצער זיין מיט אכילת פת,

נאָר יוצא זיין די סעודה מיט טועם זיין כלשהי 20 .

וי"ל אַז דערפאַר איז געווען מנהג רבותינו נשיאינו צו יוצא זיין די סעודה מיט אַ טעימה כלשהי,

ווייל זיי האָבן געפילט דעם אור וואָס איז מאיר בסעודה שלישית 21 ,

והחסידים — זיינען דאָך מקושר צו זיי,

לערנען תורתם

(ע"מ לעשות)

און גייען בדרכיהם.

ה.

מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:

וויבאַלד אַז אין דעם זמן פון מנחת שבת איז מאיר די בחי׳ פון „היום לא" — האָט לגמרי ניט געדאַרפט זיין קיין

סעודה אין דעם זמן,

ווי יוהכ"פ וואָס איז אסור באכילה

[ע"ד ווי מען געפינט 22

אַז רשב"י האָט פאַרביטן די סעודה שלישית פון ערב פסח שחל להיות בשבת מיט דברי תורה

(אויף מעשה מרכבה)]

; פאַרוואָס פאַרבינדט מען דאָס מיט דער הנהגה אַז עס מוז זיין אַ טעימה

(עכ"פ — פון פירות)?

בכמה מקומות אין חסידות 23

איז משמע,

אַז דאָס וואָס ביי סעודה שלישית דאַרף זיין אַ טעימה כלשהי — ניט ווי יוהכ"פ וואָס איז אסור באכילה — איז דאָס ניט מצד מעלת הסעודה שלישית,

נאָר פאַרקערט,

ווייל דאָס איז ניט מער ווי מעין עוה"ב

(ויוהכ"פ).

אָבער אין אַ רשימה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר 24 ,

בשם אביו כ"ק אדמו"ר

(מהורש"ב)

נ"ע איז געשריבן: „הא דסעודה שלישית היום לא גו׳ היינו שא"צ פת,

אבל צריך לטעום איזה דבר,

וא"ר יוסי 25

יהא חלקי מאוכלי ג׳ סעודות” —

וואָס פון דעם לשון והמשך הענין „ צריך לטעום איזה דבר” און בריינגט ע"ז מאמר ר׳ יוסי „ יהא חלקי כו׳" — איז משמע אַז דער „צריך לטעום כו׳” איז אַ מעלה ועילוי

(פון סעודה שלישית).

אויך איז לכאורה ניט גלאַטיק,

וואָס דער רבי נ"ע ברענגט דעם מאמר פון ר׳ יוסי אַלס הוכחה לדבריו: אויב ער רעדט דאָ וועגן דעם חיוב פון אכילת סעודה שלישית ע"פ הלכה — דאַרף געבראַכט ווערן לכל לראש דער עצם חיוב 26

; און

אויב דאָ רעדט זיך בנוגע דעם טעם הפנימי פון „צריך לטעום כו׳" — וואו איז אין דעם די הוכחה פון ר׳ יוסי?

ו.

וי"ל די הסברה בזה — בהקדים לבאר מאמר ר׳ יוסי:

לכאורה איז ניט מובן: דער חיוב צו עסן שלש סעודות בשבת איז דאָך אַ דין מפורש בסוגיא שם — איז וואָס מיינט ער דאָ מיט ווינטשן זיך „ יהא חלקי כו' ” 27 ?

דער מהרש"א 28

איז מפרש,

אַז דער טעם וואָס ר׳ יוסי האָט געזאָגט „יהא חלקי מאוכלי שלש סעודות כו׳” — און אַזוי אויך זיין זאָגן „יהא חלקי” ביי כמה אַנדערע ענינים וואָס ווערן דאָרט געבראַכט אין גמרא — איז „כדי לזרז את הבריות”.

לכאורה איז עס אָבער ניט גלאַטיק: בשלמא ביי די ענינים,

וואָס זיינען אַ הידור,

מדת חסידות וכיו"ב,

איז מתאים צו זאָגן דעם לשון „יהא חלקי” כדי לזרז את הבריות — אָבער ווי איז מתאים זאָגן אָט דעם לשון בנוגע צו שלש סעודות,

וואָס איז אַ חיוב גמור?

מ׳קען ניט ענטפערן 29 ,

אַז ר׳ יוסי האָט דערמיט געמיינט די באַוואָרעניש פון „החכם עיניו בראשו”,

אַז ער זאָל ניט ממלא זיין כרסו בסעודת הבוקר,

כדי

ער זאָל קענען עסן סעודה שלישית 17

— ווייל עס איז שווער צו זאָגן אַז אויף אַזאַ דבר הפשוט זאָל זיך ר׳ יוסי ווינטשן „יהא חלקי”.

ז.

וי"ל הביאור בזה 30

:

דאָס וואָס עוה"ב איז „אין בו לא אכילה ולא שתי׳”,

מיינט ניט צו זאָגן אַז דעמולט וועט זיך פאַרלירן די מעלה פון דעם אידישן גוף,

ווייל עס וועט בטל ווערן זיין מציאות אָדער עכ"פ — חשיבות; עס מיינט נאָר אַז בעוה"ב וועט דער חיבור פון גוף מיט נשמה ניט זיין דורך אכילה ושתי׳ גשמית.

וכידוע אַז חסידות 31

פסק׳נט כדעת הרמב"ן 32 ,

אַז

(די שלימות פון)

עולם הבא איז דער זמן פון לאחר תחיית המתים — ווען עס וועלן זיין נשמות בגופים; ווייל אין דעם אידישן גוף מצד עצמו איז דאָ אַ מעלה מיוחדת.

לפי זה יש לומר,

אַז דעריבער איז פאַראַן אַ מעלה אין דעם וואָס ס׳איז דאָ אכילה כלשהי בסעודה שלישית: היות אַז די סעודה איז מעין פון לעתיד לבוא,

וואָס אויך דעמולט וועט זיין אַ גוף וואָס וועט מקבל זיין שכר — ומהאי טעמא דאַרף דער גוף פילן אויך בסעודה זו אַן עונג — דורך דער טעימה כלשהי,

צוזאַמען מיט דעם ענין פון „ אין ”,

פון „ לא

(תמצאוהו)

" — און דעריבער עסט ער ניט קיין פת.

ויתירה מזו: עס איז מפורש בכ"מ 33 ,

אַז די סעודת לויתן ושור הבר דלעתיד לבוא — וועט זיין אַ סעודה גשמיית.

וי"ל אַז לרמז ע"ז איז די טעימה כלשהי.

(עס איז אָבער אַ חידוש גדול.

וצ"ע וחיפוש אַ יסוד ע"ז 34 ).

ח.

ובעומק יותר יש לומר:

דאָס וואָס דער שלימות השכר לעתיד לבוא איז דוקא ביי נשמות בגופים,

איז ווייל דעמולט וועט נתגלה ווערן די מעלת הגוף על הנשמה,

ביז אַז הנשמה תהא ניזונית מן הגוף 35

— די נשמה דאַרף אָנקומען צום גוף כדי ס׳זאָל זיך אין איר דערהערן די דרגא פון עצמותו ומהותו ית׳ וואָס מציאותו מעצמותו.

ועפ"ז יש לומר בנוגע סעודה שלישית: אין דעם וואָס עס מוז זיין עכ"פ די טעימה כלשהי — דריקט זיך אויס אַן עילוי — מען איז מדגיש מעלת

הגוף,

ובמילא זאָגט זיך אַרויס נאָכמער דער שבת דלעתיד לבוא.

ט.

און דאָס איז די כוונה

(פנימית)

אין דברי ר׳ יוסי:

„יהא חלקי מאוכלי ג׳ סעודות בשבת” — ער זאָל קענען עסן

(אַן אכילה כלשהי 36 )

בסעודה שלישית — דאָס זאָל ביי אים זיין אַן עונג,

אין דעם וועט זיך דערהערן די מעלה וואָס וועט נתגלה ווערן ערשט לעתיד לבוא — מעלת הגוף.

און דאָס איז די ראי׳ וואָס דער רבי נ"ע ברענגט פון מאמר ר׳ יוסי: וויבאַלד אַז ר׳ יוסי האָט געזאָגט „יהא חלקי כו׳”,

אע"פ וואָס עס שטייט „היום לא ”,

האָט ער דערמיט געגעבן אַ נתינת כח צו עסן אַן אכילה כלשהי ביי סעודה שלישית באופן אַז דאָס איז אַ מעלה

(מען ווינשט זיר „יהא חלקי")

— ניט בלויז איז עס ניט אַ גרעון אין דעם „היום לא ",

נאָר אדרבה — עס איז גודל המעלה פון דעם שבת דלעתיד — הנשמה ניזונית מן הגוף.

(משיחות ש"פ בלק תשט"ז,

אחש"פ תשל"ט)

Reader controls and commentary are loading.