B"H
🏡

Ikar

וארא ב

א.

אויף „ויאמר ה׳ אל משה בא אל פרעה ואמרת אליו גו׳ ואם מאן אתה לשלח הנה אנכי נוגף את כל גבולך בצפרדעים” 1 ,

שטייט אין מדרש 2

„הה"ד 3

ויתרון ארץ בכל היא” 4 ,

און דער מדרש ברענגט דעת ר׳ אחא ב"ר חנינא „אפילו דברים שאתה רואה אותן כאילו הן מיותרין בעולם כגון נחשים ועקרבים הן היו בכלל ברייתו של עולם,

אמר להן הקב"ה לנביאים מה אתם סבורים אם אין אתם הולכים בשליחותי וכי אין לי שליח ויתרון ארץ בכל היא,

אני עושה שליחותי אפילו ע"י נחש אפילו ע"י עקרב ואפילו ע"י צפרדע,

תדע לך שכן,

שאלולי הצרעה היאך הי׳ הקב"ה פורע מן האמוריים ואילולי הצפרדע היאך הי׳ פורע מן המצרים הה"ד הנה אנכי נוגף וגו׳”.

דאַרף מען פאַרשטיין: ווי אַזוי זאָגט מען „אלולי הצפרדע היאך הי׳ פורע מן המצרים”?

צפרדע איז דאָך געווען בלויז איינע פון די צען מכות?

בשלמא די צרעה,

איז זי דאָך געווען די ערשטע פעולה צו פאַרטרייבן די אמוריים

(כנענים),

און אַן ענין וואָס האָט פון זיי פורע געווען בתוקף גדול,

כמאמר רז"ל 5

„הצרעה לא עברה את הירדן”,

נאָר „היתה מכה אותם בעיניהם ומטילה בהם ארס והם מתים” 6 .

מכת צפרדע איז אָבער ניט געווען די ערשטע מכה וואָס איז געקומען אויף מצרים; די ערשטע מכה איז געווען דם,

און זי איז געווען אַ שווערערע און ערגערע מכה פאַר די מצריים 7 ,

וואָרום אין דעם יאור ומימיו איז געווען תלוי ניט נאָר די שתיית המים כפשוטה,

נאָר אויך די פרנסה וחיונה פון גאַנץ ארץ מצרים.

נוסף לזה זיינען דאָך געווען נאָך אַנדערע אַכט מכות וואָס מיט זיי האָט דער אויבערשטער פורע געווען פון די מצריים; ביז צו דער לעצטער מכה וואָס זי האָט געבראַכט יצי"מ — מכת בכורות,

און שפּעטער די שלימות הפרעון איז געווען ביי קריעת ים סוף ווען „לא נשאר בהם עד אחד” 8 .

היינט ווי זאָגט מען „אלולי הצפרדע היאך הי׳ פורע מן המצרים”?

אויך איז ניט מובן בעצם הענין: ווי איז בכלל שייך צו זאָגן כלפי דעם אויבערשטן „אלולי הצפרדע היאך הי׳ פורע מן המצרים" — ס׳איז דאָך „הרבה שלוחים למקום” 9 ,

און „היפלא מה׳ דבר” 10

צו דורכפירן זיין רצון?

ב.

פאַר דעם מאמר הנ"ל ברענגט זיך דאָרט אין מדרש „רבותינו אמרין מהו ויתרון ארץ בכל היא אפילו דברים שאתה רואה אותן כאילו הן מיותרין בעולם כגון זבובים ופרעושים ויתושין הן היו בכלל ברייתו של עולם כו׳”.

ווי מען לערנט בפשטות דעם חילוק צווישן רבותינו אמרין מיט דעת ר׳ אחא,

און די צוויי פרטים אין דברי ר׳ אחא 11

גופא „אפילו דברים כו’ מיותרין כו׳ אני עושה שליחותי כו’” 12

:

„בכלל ברייתו של עולם” מיינט צו זאָגן אַז ניט בלויז זיינען זיי באַשאַפן געוואָרן פון דעם אויבערשטן 13

און ניט געוואָרן פון זיך אַליין 14 ,

נאָר אַז ס׳איז דאָ בבריאתם אַ תועלת פאַר דעם אדם.

און אין דעם זאָגן רבותינו אַז אויך אַזעלכע זאַכן ווי זבובים פרעושים ויתושין,

וואָס זעען אויס צו זיין מיותרין,

זיינען זיי באמת צוליב אַ תועלת און זיינען אין כלל פון „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה” 15 ,

און ווי די גמרא ברענגט עניני תרופה וואָס מ׳האָט פון אַ זבוב ויתוש וכו’.

און אויף דעם איז ר׳ אחא מוסיף,

אַז אויך דברים וואָס זיינען מיותרין אין

דעם זין 16 ,

אַז זיי זיינען מזיקין,

איז אויך אין זיי פאַראַן אַ תועלת פאַר דעם אדם דערמיט,

וואָס כמה פעמים ווערט דער מענטש אויסגעהיט על ידם פון אַנדערע גרעסערע מזיקים 17 .

דערנאָך איז ער מוסיף נאָך אַ גרעסערע תועלת אין דער בריאה פון די דברים המזיקים,

אַז דער אויבערשטער פירט דורך זיין שליחות על ידם

(אויף צו מעניש זיין רשעים).

לפי זה דאַרף מען אָבער פאַרשטיין:

א)

וויבאַלד אַז דער

(עיקר)

חידוש פון ר"א איז אַז אויך מזיקין זיינען „בכלל ברייתו של עולם” און אויך דורך זיי פירט אויס דער אויבערשטער זיין שליחות,

איז פאַרוואָס איז ער

(א)

מוסיף אויך צפרדע,

וואָס איז בכלל ניט קיין מזיק 18

(און געוויס ניט ווי נחשים ועקרבים),

און נאָכמער

(ב)

דאָס קומט ווי אַ חידוש אויף נחשים ועקרבים 19

— „ ואפילו ע"י צפרדע” 20 ,

און

(ג)

די ראי׳ „תדע לך” ברענגט ער דוקא בנוגע און פון

(צרעה 21 )

צפרדע,

און ברענגט ניט קיין ראי׳ בנוגע און פון נחש ועקרב

(ווי

עס ברענגט זיך אין אַנדערע מדרשים וואו עס ווערט געבראַכט דער מאמר פון ר"א 22 ).

ב)

וואָס איז דער צד השוה פון שליחות הנביאים מיט דער שליחות שע"י נחש כו׳ וצפרדע?

די שליחות דורך די מזיקים הנ"ל איז דאָך להפרע מן הרשעים; משא"כ די שליחות הנביאים איז דאָך

(ניט להעניש כו’,

נאָר)

צו איבערגעבן — גילה דברו 23

ע"י עבדיו הנביאים 24 .

איז וואָס איז דער מיין פון „אמר להן הקב"ה לנביאים כו’ אם אין אתם הולכים בשליחותי כו’ אני עושה שליחותי אפילו ע׳י נחש כו’ ואפילו ע"י צפרדע”?

ג.

וי"ל דעם ביאור בזה:

דער ענין המכות אויף פרעה ומצרים איז ניט געווען סתם אויף צו מעניש זיין זיי,

נאָר כלשון הפסוק 25

„וידעו מצרים כי אני ה׳" — עס זאָל נתגלה ווערן אלקות,

בחי׳ הוי׳,

אין מצרים; און דאָס איז געקומען דורך די מכות ,

ברעכן מצרים 26 .

און היות אַז די קליפה פון פרעה ומצרים איז אויסגעטיילט פון אַנדערע קליפות,

דעריבער איז דער

(עיקר ה)

פרעון פון די מצרים געקומען דורך צפרדע,

כדלקמן.

ד.

אין דער כפירה פון אומות העולם אין אלקותו ית׳ זיינען פאַראַן,

בכללות,

דריי מדריגות,

זו למטה מזו 27

:

א)

די וואָס זיינען כופר

(בלויז)

אין אחדותו ית׳ 28 ,

אָבער „קרו לי׳ אלהא דאלהייא" 29

— ווייל „יודעים ומשיגים” אַז דער אויבערשטער איז „חיותם וקיומם”.

ובמילא זיינען זיי ניט מורד אין דעם אויבערשטן,

ווי בלעם האָט געזאָגט 30

„לא אוכל לעבור את פי ה׳” 31 .

ב)

די וואָס זיינען מודה במציאות ה׳,

וואָס ער איז „אלהא דאלהייא" — זיי זיינען אָבער כופר אין דעם אַז דער קיום והתהוות פון אַלע זאַכן איז אָפּהענגיק אין אויבערשטן,

ווי פרעה האָט געזאָגט 32

„ לי יאורי ואני עשיתני " — ער האָט געטענה׳ט אַז ער האָט זיך אַליין געמאַכט .

[און די הודאה אַז דער אויבערשטער איז „אלהא דאלהייא” 33

איז נאָר אַז ס׳איז

פאַראַן אַ כח וואָס איז העכער און שטאַרקער פון אים; אָבער זיין מציאות איז ניט תלוי׳ אין „אלהא דאלהייא” 34 ].

ג)

די וואָס זיינען מכחיש לגמרי ר"ל די מציאות פון אלקות,

ע"ד ווי סנחריב וואָס „חירף וגידף ביותר”,

ער האָט מכחיש געווען אלקים חיים אַז „אינו אלהא דאלהייא” 35 .

ה.

פון די דריי אופנים,

איז אע"פ אַז בחיצוניות ובגלוי איז דער דריטער אופן דער ערגסטער פון אַלע,

ווייל כיחשו לגמרי באלקות — איז אָבער דאָ אויך אַ גרעון אין דעם אופן פון „לי יאורי ואני עשיתיני” אפילו לגבי דעם דריטן אופן.

והביאור בזה:

אין דעם ערשטן אופן וואָס „קרו לי׳ אלהא דאלהייא" — זיינען זיי דאָך משיג ווי דער אויבערשטער איז „חיותם וקיומם” און דערפאַר זיינען זיי ניט עובר על רצונו ית׳; זיינען זיי דאָך מודה אַז ס׳איז דאָ די מציאות האלקות 36 .

אפילו אין דעם דריטן אופן — איז מיט דעם גופא וואָס זיי זיינען מנגד ומכחיש מציאות ה׳,

ווייזט עס,

אַז ענין האלקות האָט זיי „אָנגערירט”,

וואָס דעריבער זוכן זיי צו מנגד זיין אויף אלקות 37 ,

און מכחיש זיין מציאות הא־ל.

קומט אויס,

אַז דורך זייער הכחשה והתנגדות גופא ווייס מען 38

אַז ס׳איז דאָ אַן ענין פון מציאות האלקות,

וואָס דערלאַנגט ביז אין זייער אָרט,

למטה מטה.

משא"כ פרעה וואָס זאָגט „לי יאורי ואני עשיתני”,

ער טענה׳ט אַז „מציאותו מעצמותו" — דורך אים ווערט כלל ניט

דערמאָנט מציאות ה׳.

וואָרום דאָס וואָס „קרו לי׳ אלהא דאלהייא” האָט ניט צו טאָן מיט אים

(כנ"ל)

; זיין מציאות איז אַ זאַך פאַר זיך — „ אני עשיתני ”,

ער פילט זיך ווי אַ יש ודבר בפ"ע לגמרי ,

ובמילא,

ווערט אין זיין מציאות גופא ניט אויסגעדריקט קיין שייכות

(כולל אויך — ניט אַ שייכות בדרך שלילה)

צו אלקות.

ו.

ע"ד ומעין פון די דריי אופנים האמורים בנוגע אומות העולם בענין מציאות האלקות — געפינט מען אויך אין די נבראים שבעולם הזה:

ס׳איז דאָך „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה” 15 ,

און ווי ס׳איז פאַרשטאַנדיק אויך אין שכל הפשוט,

אַז יעדע פעולה פון דעם אויבערשטן איז צוליב אַ תכלית ומטרה,

און דער תכלית זעט זיך אָן אין יעדער זאַך וואָס ער האָט באַשאַפן; ובמכל שכן פון אַן אדם למטה,

ביז אַז אַן אומן וואָס מאַכט אַ כלי,

איז דער תכלית הכלי ומטרתו ניכר אין דער צורת הכלי 39 .

דער תכלית פון כל הבריאה איז — „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו “ 40 ,

עס זאָל מגלה זיין אלקות.

און דאָס ווערט דורכדעם וואָס מ׳זעט אין די עניני הבריאה די תועלת וואָס יעדערער גיט צו אין דער בריאה — וואָס דאָס איז זייער תכלית ומטרה — דאָס איז מגלה אַז ס׳איז דאָ אַן אומן שעשאן,

וואָס כחו ורצונו הערן זיך אָן אין דעם דבר הנפעל.

לפועל אָבער איז די בריאה באופן כזה

(כדי עס זאָל זיין בחירה חפשית און

עבודת האדם)

אַז ניט אין יעדער זאַך איז ניכר מטרת בריאתו בגלוי 39 .

בזה זיינען דאָ כמה סוגים אין דער בריאה:

רבותינו אמרין אַז „אפילו דברים שאתה רואה אותן כאילו 41

הם מיותרין בעולם כגון זבובים ופרעושים ויתושין”,

וואָס לכאורה האָט מען פון זיי קיין תועלת ניט — איז „הן היו בכלל ברייתו של עולם שנאמר 42

וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד" 43

— דאָס איז ניט לבטלה

(ווי די גמרא ברענגט די פעולות פון די נבראים: ברא זבוב לצרעה כו׳),

ובמילא זיינען אויך זיי נכלל אין „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו " — על ידם ווערט נתגלה דער בורא.

אויף דעם איז ר"א מחדש,

אַז אויך די ברואים וואָס ניט נאָר וואָס זיי ברענגען ניט קיין תועלת

(לכאורה),

נאָר בגלוי זיינען זיי דער היפך פון תועלת — דברים המזיקים — „כגון נחשים ועקרבים" — איז אויך זיי זיינען „בכלל ברייתו של עולם”,

ובמילא אין דעם כלל פון „כל מה שברא כו׳ לא בראו אלא לכבודו”.

וואָרום דאָס גופא וואָס אין זיי איז דאָ אַ תוכן וואָס זאָגט עפּעס בענין זה,

כאָטש אַ תוכן הפכי,

ווייזט דאָס אַז זייער מציאות איז ניט אַ מציאות וואָס ווייס ניט פון מציאות המהווה,

ווייס נאָר פון זיך אַליין,

„כאן נמצא כאן הי׳”,

נאָר ס׳איז דאָ אַ ידיעה וועגן אַ מהווה ופועל,

וואָס קען אין זיי אַריינגעבן אָט־דעם תוכן — ושולל זה.

עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס ר׳ אחא זאָגט „אמר להם הקב"ה לנביאים מה אתם סבורים אם אין אתם הולכים בשליחותי וכי אין לי שליח,

ויתרון ארץ בכל היא,

אני עושה שליחותי אפילו ע"י נחש אפילו ע"י עקרב”: דערמיט קומט ער מדגיש זיין ווי אויך די נבראים המזיקים זיינען זיי נברא געוואָרן

(ניט נאָר ניט לבטלה,

נאָר)

„לכבודו" — אפילו דורך זיי ווערט נתגלה אלקות בעולם,

ע"ד ומעין ווי עס ווערט נתגלה ע"י נביאים.

וואָרום בשעת מ׳זעט אַז דורך אַ נחש או עקרב ווערט מען געראַטעוועט פון סכנה,

ובפרט ווען דער נחש ועקרב קומט לענוש את הרשעים — ווערט נתגלה,

אַז אויך אַ מציאות מיט אַ תוכן הפכי פון „תועלת”,

פון ברייתו של הקב"ה וואָס איז „טוב מאד” 44 ,

אויך די מציאות איז באַשאַפן פון דעם אויבערשטן ביז אַז אין איר 45

איז דאָ טוב,

ווייל זי איז נפעל געוואָרן דורך מקור הטוב — דאָס איז מגלה דעם כח הפועל.

ז.

אויסגעטיילט פון ברואים הנ"ל איז צפרדע,

וואָס מצד בריאתה זעט זיך ניט אין איר קיין שום תועלת.

ס׳איז ניט קענטיק וואָס פאַר אַ תועלת קען דער מענטש האָבן פון איר; זי האָט אויך ניט קיין תכונה פון אַ דבר המזיק.

דאָס איז אַ ברי׳ וואָס האָט ניט קיין תוכן וואָס זאָל אַרויסברענגען אַז ס׳איז דאָ אַן אומן שעשאה,

אָדער עכ"פ אַ ידיעה פון אַזאַ אפשריות.

און דאָס איז דער חידוש „ואפילו ע"י צפרדע” און דער פירוש פון „אילולי הצפרדע היאך הי׳ פורע מן המצרים”:

ווי אַזוי איז נתגלה געוואָרן אַז אויך פרעה ומצרים — אַ מציאות וואָס איז ניט בלויז ניט מגלה די מציאות פון אלקות,

נאָר זאָגט „לי יאורי ואני עשיתני”,

מציאותו מעצמותו — זאָלן וויסן „כי אני ה׳”,

און נאָך מער,

אַז זייער קענען זאָגן אַז מציאותם מעצמותם קומט דאָס ווייל בשעת מעשה 46

האָבן זיי חיות וועלכע קומט

(בהשתלשלות רבות)

ממקור החיים,

מעצמות וואָס „מציאותו הוא מעצמותו ואינו עלול מאיזו עילה שקדמה לו ח"ו” 47

(בדוגמת המבואר בנוגע כללות התהוות היש) 48

איז דאָס נתגלה ע"י מכת צפרדע 49 ,

וואָס צווישן בע"ח שבעוה"ז איז דאָס אַ מציאות וואָס אין איר איז ניט ניכר קיין תכלית

(אפילו ניט ווי באַ יתושים כו׳)

און בכלל ניט קיין תוכן אפילו של היזק 50

(ווי נחש ועקרב)

וכנ"ל,

„אין לו

עילה וסיבה” צוליב וואָס עס זאָל זיין מציאותו,

וע"י הצפרדעים וואָס זיינען געגאַנגען אין שליחות פון אויבערשטן

[און נאָך מיט מער איבערגעגעבנקייט ווי די אַנדערע בע"ח אין די אַנדערע מכות,

ווי

דער מדרש 51

ברענגט אַראָפּ „מן הצפרדעים נשאו חנני׳ מישאל ועזרי׳ ק"ו בעצמן וירדו לתוך כבשן האש”],

איז געוואָרן דער „פורע מן המצרים”.

די מכת צפרדע האָט געבראַכן אויך די ספּעציעלע קליפה פון מצרים,

„לי יאורי ואני עשיתני”,

און עס איז נתגלה געוואָרן „וידעו מצרים כי אני ה’”,

ס׳האָט באַוויזן אַז דאָס קומט פון

(שם)

הוי׳.

(משיחות ש"פ וארא וש"פ בשלח תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.