B"H
🏡

Ikar

וארא א

א.

אויף די פסוקים 1

אין התחלת הסדרה - „וארא אל אברהם גו’ וגם הקימותי את בריתי אתם גו’” - ברענגט רש”י 2

צוויי פירושים:

א)

אַז דער תוכן פון די פסוקים איז אַ הקדמה 3

צו די ווייטערדיקע פסוקים 4

„וגם אני שמעתי את נאקת בנ”י גו’ לכן אמור לבנ”י גו’ והוצאתי אתכם גו’”: וויבאַלד דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען צו די אבות און געמאַכט מיט זיי אַ ברית „לתת להם את ארץ כנען” 5

און האָט עס נאָך ניט מקיים געווען,

דעריבער זאָגט דער אויבערשטער „וגם אני שמעתי גו’ ואזכור את בריתי.

לכן אמור גו’”,

אַז ער וועט איצט מקיים זיין די הבטחות.

ב)

„ורבותינו דרשוהו לענין של מעלה שאמר משה 6

למה הרעותה 7

”,

אַז די פסוקים באַציען זיך צום פריערדיקן ענין און זיינען אַן ענטפער אויף אמירת משה „למה הרעותה” 3

- זיי ברענגען אַרויס מעלת האבות: „ לא אמרו לי מה שמך ..

ולא הרהרו אחר מדותי”,

משא”כ משה - „ואתה אמרת מה שמו ..

למה הרעותה”.

און רש”י איז ממשיך

(נאָכן ברענגען דעם צווייטן פירוש)

: „ואין המדרש מתיישב אחר המקרא מפני כמה דברים כו’

(און פרעגט דערויף צוויי 8

שאלות,

און איז דערנאָך מסיים)

לכך אני אומר יתיישב המקרא על פשוטו דבר דבור על אופניו 9

והדרשה תדרש שנאמר 10

הלא כה דברי כאש נאם ה’ וכפטיש יפוצץ סלע מתחלק לכמה ניצוצות”.

בפשטות זעט אויס,

אַז רש”י איז דאָ אויסן צו זאָגן:

(א)

אַז לויט דרך הפשט קען מען ניט איינלערנען דעם פירוש המדרש,

ווייל ער איז ניט „מתיישב אחר המקרא” -און רש”י זאָגט דאָך אַ כלל בהרבה מקומות 11

אַז „אני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא”,

און ער ברענגט נאָר אַן „אגדה המיישבת דברי המקרא דבר דבור על אופניו” 12 .

(ב)

לאידך גיסא באַוואָרנט רש”י,

אַז דאָס מיינט ניט אַז דער פירוש המדרש האָט בכלל ח”ו קיין אָרט ניט אין פירושי התורה,

נאָר „והדרשה תדרש”,

ווייל דברי תורה זיינען זיך מתחלק אין פאַרשידענע אופני לימוד

(„כפטיש יפוצץ סלע”),

און לויט דרך הדרש איז אדרבא - הדרשה תדרש.

ב.

לפ”ז איז אָבער תמוה:

א)

ס’איז ניט דער דרך הרגיל פון רש”י צו אַראָפּברענגען פירושים און דערנאָך זיי אָפּפרעגן,

נאָר ער זאָגט מלכתחילה דעם פירוש המתאים לפשט המקרא - און דאָ איז רש”י מעתיק דעם פירוש פון רבותינו

(ובאריכות),

און גלייך נאָכדעם פרעגט עס אָפּ

(ווייל ער איז ניט „מתיישב אחר המקרא”)?

ב)

אויב רש”י דאַרף באַוואָרענען,

אַז אויך ווען מ’קען ניט אָננעמען

(בדרך הפשט)

אַ פירוש

(פון מדרש),

איז עס אָבער אַ פירוש אמיתי אין תורה,

ווייל דברי תורה זיינען „כפטיש יפוצץ סלע” - האָט דאָך עס רש”י געדאַרפט באַוואָרענען דאָרט וואו ער זאָגט דעם ערשטן מאָל אַז ער ברענגט ניט בפירושו אגדות וועלכע זיינען ניט מיישב דברי המקרא,

וואָס דאָס איז אין פ’ בראשית 13 ?

[בפרט אַז רש”י איז דאָרט מבאר כמה פרטים וועגן די מדרשים: „יש מדרשי אגדה רבים וכבר סדרום רבותינו על מכונם בב”ר ובשאר מדרשות,

ואני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא ולאגדה המיישבת דברי המקרא דבר דבור על אופניו”

(ענלעך צו לשון רש”י דאָ)

-האָט דאָך רש”י גלייך דאָרט געדאַרפט מבאר זיין זיינע רייד און מסיים זיין „והדרשה תדרש שנאמר הלא כה דברי כאש כו’ מתחלק לכמה ניצוצות”].

ג.

בפשטות לערנט מען,

אַז רש”י ברענגט דעם פירוש פון „רבותינו” דערפאַר,

ווייל לויט דעם פירוש ווערן פאַרענטפערט כמה שאלות וואָס מ’קען פרעגן לויטן ערשטן פירוש

(- ע”פ פשוטו)

:

אויף די ווערטער „וידבר אלקים אל משה” שבתחילת הסדרה,

איז רש”י

מפרש: „דבר אתו משפט על שהקשה לדבר ולומר למה הרעותה לעם הזה”; און היות אַז אויף דעם פירוש זאָגט ניט רש”י „ורבותינו דרשו”

(וכיו”ב),

איז מוכח,

אַז דאָס איז פשוטו של מקרא 14 .

קומט לפ”ז אויס,

אַז לויטן ערשטן פירוש הנ”ל אין רש”י

[אַז די אמירה „ויאמר אליו גו’ וארא גו’” איז ניט אַ המשך צו „למה הרעותה”,

נאָר אַ הקדמה צו „וגם אני שמעתי גו’ לכן אמור גו’”]

- זיינען די

(פיר)

ווערטער „וידבר אלקים אל משה” אַן ענין בפ”ע ,

וואָס זיינען אַ המשך צו אמירת „למה הרעותה” אין דער פרשה שלפנ”ז .

דאָס איז אָבער זייער ניט גלאַטיק,

ווייל

[נוסף לזה,

אַז לפ”ז צעטיילט מען דעם פסוק „וידבר גו’” אויף צוויי: תחילת הפסוק „וידבר אלקים אל משה” קומט בהמשך צו דער פרשה שלפנ”ז ,

און פון די ווערטער

(אין צווייטן העלפט פסוק)

„ויאמר אליו אני ה’”

(וואָס איז די התחלה פון דער ווייטערדיקער אמירה „וארא גו’”)

הויבט זיך אָן אַ נייער ענין - איז]

גלייך נאָך שאלת משה „למה הרעותה גו’” שטייט אַן ענטפער פון אויבערשטן „עתה תראה וגו’” 15

; היינט פאַרוואָס זאָל די תורה אָפּטיילן

(בלויז)

פיר ווערטער

(„וידבר אלקים אל משה”)

פון דעם פריערדיקן ענטפער,

און זיי אַריינשטעלן אין אַ באַזונדער פרשה און אין אַ באַזונדערע סדרה 16 ?

דעריבער ברענגט רש”י דעם פירוש פון „רבותינו”,

וואָס לויט דעם פירוש,

זיינען די פסוקים „וארא גו’ וגם הקימותי גו’” אַ המשך צו „וידבר אלקים אל משה” - דאָס זיינען די דברי משפט וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה’ן „על שהקשה לדבר ולומר למה הרעותה”.

ד.

אָבער כד דייקת קען מען אַזוי ניט פאַרענטפערן.

ווייל רש”י זאָגט דאָך קלאָר „ ואין המדרש מתיישב אחר המקרא מפני כמה דברים”.

דאָס הייסט,

אַז די שוועריקייטן אין דעם פירוש זיינען פילע

(און אַזוי גרויס),

אַז מ’קען אינגאַנצן ניט אָננעמען דעם פירוש לויט דרך הפשט

(אע”פ אַז עס פאַרענטפערט אַ שאלה

(אָדער שאלות)

אין פסוק).

און וויבאַלד אַזוי,

איז הדרא קושיא לדוכתא - פאַרוואָס איז רש”י איבערהויפּט מעתיק

(ובאריכות)

דעם פירוש פון „רבותינו”,

וויבאַלד ער נעמט אים ניט אָן?

וואָרום אפילו אין די ערטער וואו רש”י וויל נאָר אָנמערקן אַז אין מדרש איז פאַראַן אַ פירוש וואָס פאַרענטפערט אַ קשיא וואָס איז דאָ לפי פשוטו של מקרא

(נאָר רש”י נעמט דעם פירוש נישט אָן בדרך הפשט)

- איז דער דרך פון רש”י צו זאָגן בקיצור „יש מדרשי אגדה רבים” 12

וכיו”ב

(ווי מען געפינט

בפרש”י בכו”כ מקומות 17 )

; ער איז אָבער ניט מעתיק דעם מדרש.

ה.

אין דעם סיום

(הנ”ל פון)

רש”י - „והדרשה תדרש שנאמר הלא כה דברי כאש נאם ה’ וכפטיש יפוצץ סלע מתחלק לכמה ניצוצות” - פאָדערט זיך ביאור:

אויף די ווערטער „מתחלק לכמה ניצוצות” איז פאַראַן אַ שקו”ט אין מפרשים - וואָס איז די זאַך וואָס ווערט „מתחלק”:

איין פירוש איז 18 ,

אַז דאָס באַציט זיך צום סלע : „וכפטיש יפוצץ סלע”,

דער סלע ווערט צעברעקלט דורך דעם פטיש

[און אַזוי טייטשט רש”י בפירושו לש”ס אין מס’ שבת 19

: מה פטיש -מתחלק הסלע על ידו לכמה ניצוצות].

אַ צווייטער פירוש איז 20 ,

אַז דאָס מיינט דעם פטיש

[און אַנדערע 21

זיינען אַזוי גורס דאָ אין רש”י עצמו - ווי דער לשון הגמרא 22

- „ מה פטיש זה מתחלק

כו’”]

- דאָ רעדט זיך וועגן אַ סלע קשה וואָס צעברעכט,

צעשפּאַלט דעם פטיש 23 .

און אַ דריטער פירוש איז 24 ,

אַז דאָס באַציט זיך טאַקע צום פטיש,

אָבער דאָס מיינט ניט אַז דער פטיש גופא ווערט נתחלק לחלקים 25 ,

נאָר אַז דורך הכאת הפטיש אויפן סלע 26

גייען פון פטיש 27

אַרויס ניצוצות אש .

אין יעדערן פון די פירושים איז דאָ לכאורה אַ שוועריקייט:

אין דעם ערשטן פירוש איז ניט פאַרשטאַנדיק

(כקושיית הרא”ם)

: וויבאַלד דער סלע ווערט „מתחלק”,

איז פאַרוואָס נוצט רש”י דעם לשון „ניצוצות”,

וואָס פּאַסט

(מער 28 )

אויף אַ „דבר המאיר”,

און ניט דעם לשון - „מתחלק לכמה חלקים ” 29 ?

דער צווייטער פירוש איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק ע”ד הפשט

(נוסף אויף דעם וואָס די קושיא הנ”ל פון רא”ם איז אויך דאָ לויט דעם פירוש 30 )

:

א)

ס’איז היפך הפשט צו טייטשן „כפטיש יפוצץ סלע” אַז דער פטיש ווערט נתפוצץ דורך דעם סלע 31

[ובפרט לויט אונזער גירסא 32

אין פירוש רש”י,

אַז עס שטייען ניט די ווערטער „מה פטיש זה

(מתחלק כו’)

”,

האָט דאָך גאָר קיין אָרט ניט צו זאָגן אַז רש”י,

וועלכער „פאָדערט” בכל מקום דוקא פשט

(קלאָרקייט)

- זאָל אין זיין פירוש גופא שרייבן: א)

סתם „כפטיש יפוצץ סלע

מתחלק לכמה ניצוצות” און ב)

-מיינען דעם

(היפך הפשט,

דעם סלע,

נאָר דעם)

פטיש ].

ב)

רש”י האָט געדאַרפט אויסטייטשן אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַ סלע קשה וואָס דורך אים ווערט נתפוצץ דער פטיש 33

(ניט ווי אַ געוויינלעכער סלע,

וואָס,

אדרבה,

דער פטיש איז אים מפוצץ).

אויך דער דריטער פירוש איז ניט מובן,

ווייל

[נוסף על הנ”ל,

אַז ע”ד הפשט קען מען ניט טייטשן אַז „

(כפטיש)

יפוצץ

(סלע)

” גייט אויפן סלע* 33 ,

איז]

: פשטות הלשון „מתחלק לכמה ניצוצות” איז,

אַז די זאַך ווערט נתחלק 34

(און ניט אַז פון איר גייען אַרויס ובאופן פון „מתחלק” - ניצוצות) 35 .

פון דעם אַלעם קומט מען צו דער גרעסטער תמי’ בכל זה: וויבאַלד אַז רש”י האָט געשריבן זיין פירוש אין אַ סגנון ברור,

וואָס זאָל זיין פאַרשטאַנדיק

(אפילו)

פאַר אַ בן חמש למקרא -פאַרוואָס שרייבט ער בנדו”ד דעם ענין אין אַזאַ אופן סתום וואָס גיט אַן אָרט פאַר אַ שקו”ט וכמה פירושים בכוונת רש”י?

די תמי’ ווערט נאָך שטאַרקער: מהדאָך אַז בפירושו על הש”ס 36

טייטשט רש”י אָפּ קלאָר זיין פירוש במאמר חז”ל זה

(אַז דאָס מיינט „מתחלק הסלע ” 37 ,

כנ”ל)

- איז דאָך עאכו”כ אַז ער האָט אַזוי געדאַרפט טאָן בפירושו על התורה!

ו.

נאָך אַ דיוק אין דעם לשון רש”י הנ”ל:

בשעת רש”י ברענגט דעם פסוק „וכפטיש יפוצץ סלע” איז ער דערביי מעתיק אויך תחילת הכתוב - „הלא כה דברי כאש נאם ה’”.

איז ניט מובן: וואָס זיינען נוגע די

(התחלה)

ווערטער צו דעם ענין וואָס רש”י וויל אַרויסברענגען

(אַז אין איין פסוק קענען זיין מערערע פירושים)?

לכאורה איז צו דעם ענין נוגע בלויז דער

(משל שב)

סיום הכתוב „וכפטיש יפוצץ סלע” 38 .

די תמי’ בזה איז נאָך גרעסער: אָט דער ענין

[אַז פון דעם פסוק לערנט מען אַרויס - „מה פטיש זה מתחלק לכמה ניצוצות”,

אַזוי ווערט איין ענין אין תורה נתחלק לכמה חלקים]

ברענגט זיך אין מס’ שבת 36

און אין מס’ סנהדרין 39

- אין מס’ שבת לערנט מען דערפון אָפּ אַז „כל דיבור ודיבור שיצא מפי הקב”ה נחלק לשבעים לשונות”,

און אין מס’ סנהדרין,

אַז „מקרא אחד יוצא לכמה טעמים” -

און אין ביידע ערטער ברענגט זיך טאַקע ניט התחלת הכתוב

(„הלא כה דברי כאש נאם ה’”),

נאָר בלויז די ווערטער „כפטיש יפוצץ סלע” 40 .

[אין מס’ סוכה 41

ומס’ קידושין 42

ברענגט זיך דער מאמר „אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש ..

אם ברזל הוא מתפוצץ דכתיב הלא כה דברי כאש נאם ה’ וכפטיש יפוצץ סלע”.

אָבער דאָרט איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס די גמרא ברענגט אויך התחלת הכתוב 43 ,

ווייל דער טעם פאַרוואָס „משכהו לבית המדרש” פּועלט אַז „אם ברזל הוא מתפוצץ” איז

( כפירוש רש”י

דאָרט)

„ שהתורה 44

כאש נמשלה המפעפע את הברזל”,

ובמילא איז דאָרט נוגע ומוכרח צו וויסען אַז דברי תורה זיינען געגליכן צו אש - „הלא כה דברי כאש”.

אָבער בנדו”ד איז לכאורה אינגאַנצן ניט נוגע התחלת הכתוב].

ז.

די תמיהות האמורות

(סעיף ה־ו)

ווערן נאָך גרעסער,

בשעת מען פאַרגלייכט דעם פירוש רש”י מיט זיינעם אַ פריערדיקן פירוש,

אין פ’ וישלח 45

:

אויפן פסוק „ויקרא לו א־ל אלקי ישראל” זאָגט רש”י צוויי פירושים -איינעם ע”ד הפשט און נאָך אַ פירוש וואָס „רבותינו דרשו” - און איז מסיים: ודברי תורה כפטיש יפוצץ סלע מתחלקים לכמה טעמים ואני ליישב פשוטו של מקרא באתי.

איז דאָ רש”י מדייק צו זאָגן דעם ענין באופן ברור ופשוט:

(א)

ער איז מסיים „ מתחלקים לכמה טעמים ” 46 ,

וואָס באַציט זיך אויף „ דברי תורה ” - ומזה,

אַז דער טייטש אין דעם משל „כפטיש יפוצץ סלע” איז כפשטות הלשון

(ובמילא דאַרף עס רש”י ניט אויסטייטשן),

אַז דער פטיש צעברעקלט דעם סלע אויף כמה חלקים.

(ב)

רש”י ברענגט ניט תחילת הכתוב „הלא כה דברי כאש נאם ה’”,

נאָר בלויז די ווערטער „כפטיש יפוצץ סלע”.

ווערט דאָך נאָך מער תמוה בפרש”י בפרשתנו - הלמאי איז רש”י משנה פון פירושו בפ’ וישלח,

און:

(א)

זאָגט

„ מתחלק לכמה ניצוצות ”

(ד.

ה.

רש”י איז נאָך ממשיך צו ריידן אין משל 47 ),

און ס’ווערט דעריבער ניט קלאָר,

וואָס איז דער דבר המתחלק.

(ב)

איז מוסיף התחלת הכתוב „הלא כה דברי כאש נאם ה’”.

ח.

דער ביאור אין דעם איז,

אַז איין שינוי פאַרענטפערט דעם צווייטן:

דורך די צוויי שינויים בפירושו דאָ לגבי פירושו בפ’ וישלח -

(א)

מוסיף זיין תחילת הכתוב „הלא כה דברי כאש ”,

און

(ב)

מדייק זיין „מתחלק לכמה ניצוצות ” - מאַכט רש”י קלאָר זיין כוונה,

אַז דער „מתחלק”

(בפירוש רש”י זה )

באַציט זיך אויפן וואָרט „ אש ” 48

שבתחילת הכתוב,

וואָס

(- ובדרך הפשט במיוחד,

איז פשוט אַז)

נאָר אש

(און ניט פטיש וסלע)

ווערט נתחלק ל

(כמה)

ניצוצות.

און דער פירוש איז,

ווי פשטות משמעות לשון רש”י: „הלא כה דברי כאש

[דברי תורה זיינען געגליכן צו אש]

נאם ה’ וכפטיש

(- און געגליכן צו אַ פטיש וועלכער)

יפוצץ סלע

[און אַזוי ווי אַ פטיש צעקלאַפּט אַ סלע אויף כמה ברעקלעך - אַזוי איז דער „ אש ”

(וואָס מען רעדט וועגן עם דאָ - דברי תורה)]

מתחלק לכמה ניצוצות " 49 .

און דער טעם פאַרוואָס רש”י איז דאָ משנה פון פירושו בפ’ וישלח

(וואו ער נוצט דעם משל פון „כפטיש יפוצץ סלע” כשלעצמו,

כנ”ל)

- איז ווייל דאָ איז דאָ אַ חידוש אין דעם אופן הקשר והיחס צווישן „מדרשו” און „פשוטו”,

וואָס די פּאַסיקע דוגמא דערויף איז דוקא פון התחלקות האש לכמה ניצוצות,

כדלקמן.

ט.

דער פשט פון דעם וואָס רש”י זאָגט „

(לכך אני אומר יתיישב המקרא על פשוטו כו’)

והדרשה תדרש ”,

איז ניט ווי מען לערנט בשטחיות,

אַז רש”י קומט לאָזן הערן אַז דער דרש איז אַן ענין אמיתי אין תורה

(- לויט דרך הדרש)

- דמאי קמ”ל?

! - נאָר דער פשט דערפון איז: „ פשוטו ” פון דעם מקרא דאָ מאָנט עס זאָל זיין „והדרשה תדרש”.

היינו - ע”ד ווי רש”י זאָגט בכמה מקומות 50

אַז „אין המקרא הזה אומר אלא דרשני” - נאָר מיט אַ חילוק עיקרי: אין יענע ערטער,

קען מען לויטן דרך הפשט אינגאַנצן ניט מיישב זיין

(דברי)

המקרא,

ובמילא - „ אין המקרא הזה אומר אלא דרשני ”: דער

(עיקר 51 )

פירוש המקרא איז לויטן דרש.

אין אונזער פסוק זאָגט אָבער רש”י אַ נייעם אופן בפירוש המקרא

(וואָס מ’האָט ביז אַהער ניט געהאַט),

אַז אע”פ אַז דער מקרא האָט אַ פירוש בדרך הפשט,

און נאָכמער - דער פירוש איז דער עיקר

(ערשטער)

פירוש,

היות אַז דווקא ער איז מיישב „המקרא דבר דבור על אופניו”,

פונדעסטוועגן „זאָגט”,

מאָנט דער פשט גופא,

אַז „והדרשה תדרש” - מען מוז אָנקומען צו דעם דרש.

דאָס הייסט,

אַז דער פשט גופא איז מכריח אַז דער פסוק אַנטהאַלט אין זיך סיי דעם פירוש הפשוט און סיי דעם פירוש פון „והדרשה

(תדרש)

”.

ומהאי טעמא איז רש”י מעתיק דעם מדרש - אע”פ אַז „אין המדרש מתיישב אחר המקרא” - ווייל אין דעם פאַל,

„בלייבט” רש”י למסקנא

(אויך)

מיטן מדרש,

וכנ”ל - „והדרשה תדרש”.

יו”ד.

דער ביאור אין דעם:

אין די אַנדערע ערטער וואו רש”י זאָגט „יש מדרשי אגדה רבים” וכיו”ב -וואָס דערמיט מיינט רש”י צו אָנדייטן

(כנ”ל סעיף ג)

אַז לויט פשוטו של מקרא בלייבט אַ שוועריקייט וואָס ווערט פאַרענטפערט לויטן מדרש ודרש - איז אויסער דער שוועריקייט

(אין לשון המקרא)

ניטאָ קיין הוכחה והכרח פון פסוק אויף דעם דרש;

און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ מדרש וואָס איז כלל ניט מיישב „דברי המקרא דבר דבור על אופניו”

[און עס פאַרענטפערט ניט מער ווי די איינציקע שוועריקייט אין לשון המקרא],

נעמט רש”י ניט אָן דעם מדרש אַלס פשוטו של מקרא.

אָבער בנדו”ד,

איז

[נוסף דערצו וואָס דער פירוש פון רבותינו פאַרענטפערט די שאלות אין לשון המקרא וואָס ווערן ניט פאַרענטפערט לויטן ערשטן פירוש

(כנ”ל שם),

איז]

דער תוכן הפירוש פון מדרש אַן ענין וואָס איז מוכרח בלאו הכי

(מצד עצמו)

לויט תוכן הכתובים:

בשעת אַ בן חמש למקרא לערנט אמירת משה „למה הרעותה”,

און אַז דער אויבערשטער האָט אים דערפאַר

געזאָגט דברי משפט - און ער געדענקט אויך וואָס ער האָט געלערנט וועגן די אבות,

אַז כאָטש זיי האָבן געהאַט פיל צרות האָבן זיי פונדעסטוועגן ניט געהאַט קיין טענות צום אויבערשטן כו’ - לייגט זיך באַ אים בפשטות,

אַז דער אויבערשטער האָט זיכער געזאָגט משה’ן

(דעם תוכן פון)

„חבל על דאבדין ולא משתכחין כו’”.

ואדרבה: אויב דער אויבערשטער וואָלט דאָס משה’ן ניט געזאָגט - וואָלט דאָס מעורר געווען ביים בן חמש למקרא אַ תמי’ גדולה: ווי קומט עס אַז דער אויבערשטער זאָל עס ניט זאָגן?

און דעריבער,

נאָך דעם ווי רש”י איז מבאר ווי אַזוי דער פירוש פון רבותינו איז ניט „מתיישב אחר המקרא”

(און פשט המקרא דאַרף געטייטשט ווערן ווי דער ערשטער פירוש)

- בלייבט נאָך שווער: וויבאַלד אַז דער ענין איז מכריח

(אויך לויט פשוטי המקראות)

- אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט אָט די דברי משפט

(חבל על דאבדין כו’),

פאַרוואָס שטייען זיי ניט אין פסוק?

אמת טאַקע אַז ניט אַלע דיבורי ה’ אל משה זיינען מפורש ומפורט אין דער תורה

(שבכתב)

- אָבער דאָ זאָגט דאָך דער פסוק „וידבר אלקים אל משה,

דבר אתו משפט”,

און דערצו נאָך גיט איבער דער פסוק כמה ענינים ופרטים וואָס דער אויבערשטער האָט דעמאָלט געזאָגט צו משה’ן; ועוד זאת: אין פ’ שמות 52

ווערט דערציילט אַז אויף אמירת משה „למה הרעותה” האָט דער אויבערשטער געענטפערט „עתה תראה גו’”,

וואָס דאָס איז אַן ענין פון דברי משפט,

ווי רש”י איז דאָרט מפרש - איז פאַרוואָס זאָל דער פסוק ניט איבער־

געבן אויך די דברי משפט 53

(חבל על דאבדין כו’)?

ובפרט אַז דאָס איז אַ טענה הכי חזקה

(אויך לויט’ן פשט).

דערפאַר איז רש”י ממשיך „

(לכך אני אומר יתיישב המקרא כו’)

והדרשה תדרש ”: וויבאַלד מען געפינט אַ הכרח אין תוכן הכתובים און אַן אָנדייט אין לשון הכתובים

(עכ”פ ע”ד הדרש)

אויף די דברי משפט

(חבל על דאבדין כו’)

-איז דאָס גופא מכריח אַז „והדרשה תדרש”: דער פשט

(פון דעם סיפור)

זאָגט אַז מען זאָל

( אויך )

דרש’נען די פסוקים.

דאָס הייסט: לויט פשוטו של מקרא דערציילט דאָ דער פסוק וועגן צוויי דיבורים פון אויבערשטן צו משה’ן 54

: א)

די דיבורים וואָס שטייען בפירוש אין פסוק,

לויט פשטות לשון המקרא.

ב)

די דברי משפט וועלכע זיינען מרומז אין די זעלבע ווערטער

(לויטן דרך הדרש).

יא.

וויבאַלד אַז רש”י זאָגט דאָ אַ נייעם אופן אין פירוש המקרא

- אומעטום איז קלאָר צו וועלכן חלק בתורה דער פירוש איז שייך: די

פירושים ע”ד הפשט

(כולל די אגדות המיישבות דברי המקרא דבר דבור על אופניו,

וואָס זיי זיינען אַ טייל פון פשוטו של מקרא)

שטייען אין חלק הפשט שבתורה,

און די פירושים ע”ד הדרש -אין

(מדרשי אגדה)

חלק הדרש שבתורה;

דאָ אָבער איז אַ פירוש וואָס „ארכבי אתרי רכשי” 55

: אַ פירוש וואָס איז מוכרח מצד פשט המקרא; אָבער וואו איז מקומו -

(ניט אין פשט המקרא,

נאָר)

אין דעם חלק הדרש שבו

(וועלכער איז ניט „מתיישב אחר המקרא”)

!

מוז דעריבער רש”י ברענגען אַ ראי’ אויף אַזאַ אופן בפירוש המקרא -„שנאמר הלא כה דברי כאש נאם ה’ וכפטיש יפוצץ סלע מתחלק לכמה ניצוצות”,

וואָס מיינט

(כנ”ל סעיף ח),

אַז דער אש איז זיך „מתחלק לכמה ניצוצות”:

דער חילוק בפשטות צווישן דעם אופן ווי אַ סלע ווערט צעברעקלט אויף כמה חלקים און ווי אש איז זיך מתחלק לכמה ניצוצות:

בשעת אַ סלע ווערט צעשפּאָלטן אויף פיל חלקים,

איז יעדער חלק אַנדערש פון צווייטן - אין זיין גרויס,

אין זיין ציור

(פאָרם)

וכו’;

משא”כ די פונקען וואָס גייען אַרויס פון אַ פייער,

זעט מען זיי

(די ניצוצות)

אַלע גלייכע ,

סיי אין כמות און סיי אין איכות.

מען זעט ניט קיין אונטערשייד פון איין פונק און דעם צווייטן; דאָס איינציקע וואָס טיילט זיי איז,

וואָס יעדער ניצוץ פליט אין אַן אַנדער ריכטונג און מקום: דער גייט לצד מערב,

און דער - לצד דרום וכו’.

ועד”ז איז דער חילוק בנוגע צו דברי תורה:

עס איז פאַראַן דער אופן ווי רש”י זאָגט אין פ’ וישלח - „ודברי תורה כפטיש יפוצץ סלע מתחלקים לכמה טעמים ” 56

- וואָס דאָס איז ווי דברי תורה ווערן נתחלק אין פאַרשידענע אופני לימוד; און דאָס איז בדוגמא ווי „כפטיש יפוצץ סלע” וואָס איז ניט נאָר אַ שינוי אין מקום,

נאָר אויך אַ שינוי אין תוכן ו„טעם”: איין פירוש האָט אַ „טעם” פון פשט,

דער צווייטער - אַ „טעם” פון דרש וכו’,

[ווי די צוויי פירושים אין רש”י דאָרט אויף „ויקרא לו א־ל אלקי ישראל”: דער ערשטער פירוש,

אַז מיט „לו” ווערט געמיינט דער מזבח

(„קרא שם המזבח על שם הנס”),

איז אַן ענין פון פשט; און דער צווייטער פירוש,

„שהקב”ה קראו ליעקב א־ל”,

האָט אַ „טעם” פון דרש].

אָבער דאָ בפרשתנו זאָגט רש”י אַ נייעם אויפטו בנוגע צו „

(כה)

דברי”,

אַז דאָס איז ווי די התחלקות פון אש לכמה ניצוצות: ביידע פירושים האָבן דעם זעלבן „טעם” - אַ תוכן

(והכרח)

פון דרך הפשט

[ע”ד ווי אַלע ניצוצות האָבן די זעלבע כמות ואיכות],

דער חילוק איז נאָר אין מקום : איין פירוש

(„ניצוץ” פון פשט)

געפינט זיך אין איין אָרט - אין

פשטות לשון הכתובים,

און דער צווייטער פירוש

(„ניצוץ” פון „הדרשה”)

געפינט זיך אין אַ צווייטן אָרט - אין מדרשו של מקרא.

יב.

פון כל הנ”ל זעט מען ביתר שאת ויתר עז ווי גאַנץ תורה איז אַ תורה אחת :

דער תוכן פון „תורה אחת” איז ניט נאָר אַז די פאַרשידענע אופני הלימוד ווערן געזאָגט אין זעלבן פסוק ומאמר

(און נאָכמער - זיי ווערן נשתלשל איינער פון צווייטן - כידוע 57

אַז די פיר אופני לימוד - פרד”ס - זיינען כנגד די פיר עולמות אבי”ע,

וואָס ווערן נשתלשל זה מזה),

וואָס דערפאַר מוזן אַלע חלקי התורה מתאים זיין איינער צום צווייטן,

און ניט נאָר אַז אַלע חלקים פון תורה שטעלן צוזאַמען איין „קומה שלימה”

(ע”ד ווי אַלע אברי האדם,

סיי אברי גופו און סיי אברי נפשו,

שטעלן צוזאַמען איין

(גאַנצעם)

„אדם” 58 ),

נאָר נאָך מער: אויך ווי יעדער חלק פון תורה איז אין זיין באַשטימטן „אָרט”

[און דער לימוד פון דעם חלק אין תורה איז דוקא לויט די כללי הלימוד המתאימים לחלק זה 59

- וואָרום יעדער

חלק אין תורה האָט זיינע כללי הלימוד]

- איז מצד דעם וואָס עס איז אַ טייל פון תורת ה’ וואָס איז „

(דברי)

כאש ” -למעלה מהתחלקות

(ווי די פשיטות פון אש)

- בלייבט עס

(במהותו ובאמתתו)

איין זאַך מיט כל שאר חלקי התורה,

ביז אַז אַן ענין וואָס איז מוכרח אין פשוטו של מקרא קען אַריינגעשטעלט ווערן אין חלק הדרש.

יג.

דערפון האָט מען אויך אַ הוראה בנוגע צו פנימיות התורה

(נשמתא דאורייתא 60 ),

אַז מען דאַרף וויסן אַז זי איז איין זאַך מיט נגלה דתורה

(גופא דאורייתא 60 ),

ביז ווי מען זעט בכמה מקומות,

אַז „אין הענין בנגלה אומר אלא דרשני בפנימיות התורה” - נגלה דתורה גופא איז מכריח 61

אַ פירוש פון נשמתא דאורייתא 62 ,

ובמיוחד - כללות הענין אין נגלה דתורה פון די תוארי השם „רגליו,

אצבע” וכו’ 63

ועד”ז לאידך גיסא - ובפשטות ווי מ’געפינט בכו”כ מכתבי האריז”ל פי’ און ענינים ע”ד הפשט.

און דורך דעם וואָס מען וועט לערנען אַלע חלקי התורה אין אַן אופן פון תורה אחת,

וועט מען גאָר אינגיכן זוכה זיין צו לימוד 64

תורתו של משיח 65 ,

שילמד תורה את כל העם כולו 66 ,

ובמהרה בימינו ממש.

(משיחות ש”פ וארא,

ש”פ בא וחמשה עשר בשבט תשמ”א)

Reader controls and commentary are loading.