א.
תנו רבנן 1
מצות חנוכה נר איש וביתו והמהדרין נר לכל אחד ואחד והמהדרין מן המהדרין ב”ש אומרים יום ראשון מדליק שמנה מכאן ואילך פוחת והולך וב”ה אומרים יום ראשון מדליק אחת מכאן ואילך מוסיף והולך ..
פליגי בה תרי אמוראי ..
חד אמר טעמא דב”ש כנגד ימים הנכנסין וטעמא דב”ה כנגד ימים היוצאין וחד אמר טעמא דב”ש כנגד פרי החג וטעמא דבית הלל דמעלין בקדש ואין מורידין.
פשטות הלשון „ פליגי 2
בה תרי אמוראי” איז מער נוטה,
אַז די פלוגתא פון די צוויי אמוראים איז ניט נאָר אין די טעמים פון ב”ש וב”ה,
נאָר ס׳איז אויך אַ נפק”מ להלכה.
און אַזוי איז טאַקע מבואר אין כמה ספרים ופוסקים 3 ,
אַז די מחלוקת צווישן דעם רמב”ם 4
און תוספת 5
— צי
(כדעת התוס׳,
אַז)
„מהדרין מן המהדרין” איז אַ הוספה נאָר אויף דעם ענין פון „נר איש וביתו”
(איין נר פאַר אַלע בני בית),
אַז „מהדרין מן המהדרין” צינדן די צווייטע נאַכט חנוכה צוויי
ליכט
(פאַר אַלע בני בית)
; אָדער
(כדעת הרמב”ם)
אַז דאָס איז אַ הוספה אויך אויף „והמהדרין נר לכל אחד ואחד”,
אַז „מהדרין מן המהדרין” נוסף אויף דעם וואָס מ׳איז מדליק „נר לכל אחד ואחד”,
איז מען „מוסיף והולך”
(אָדער „פוחת והולך”)
אין דעם מספר הנרות
(פאַר יעדערן פון די בני בית)
—
איז תלוי׳ אין די צוויי דיעות פון די אמוראים הנ”ל:
לויט דער ערשטער דיעה אַז „טעמא דב”ש כנגד ימים הנכנסין וטעמא דב”ה כנגד ימים היוצאין”,
צינדט מען ניט אָן פאַר יעדערן פון די בני בית באַזונדער
(נאָר בלויז „נר איש וביתו”),
כדי עס זאָל זיין אַ היכר אַז דער ריבוי הנרות איז כנגד הימים — נכנסין אָדער יוצאין
(און ניט ווייל ס׳זיינען פאַראַן מער אָדער ווייניקער בני בית) 6
;
און לויט׳ן צווייטן מ”ד אַז „טעמא דב”ש כנגד פרי החג וטעמא דב”ה דמעלין בקדש ואין מורידין”,
דאַרף מען ניט האָבן קיין היכר אויף דעם מספר הימים,
ולטעם זה זיינען „מהדרין מן המהדרין” מוסיף אויך אויף „מהדרין נר לכל אחד ואחד”.
מ׳קען אָבער זאָגן,
אַז די נפק”מ צווישן די צוויי טעמים איז ניט נאָר ווי מ׳זאָל לערנען דעם דין פון „מהדרין מן המהדרין”
(כפי׳ התוס׳ אָדער הרמב”ם),
נאָר אויך לפי מנהגנו — ווי דער רמ”א פּסק׳נט 7
„וכן המנהג פשוט”,
אַז
יעדערער פון בני הבית צינדט אָן נרות חנוכה און איז מוסיף והולך — איז אַ נפק”מ אין הלכה למעשה צווישן די צוויי טעמים 8 .
ב.
ווען איינער האָט אָנגעצונדן די צווייטע נאַכט נאָר איין נר
(מאיזו סיבה שתהי׳)
— קען מען קלערן,
וויפל נרות זאָל ער צינדן די דריטע נאַכט:
לויט דעם ערשטן מ”ד,
אַז „טעמא דב”ה כנגד ימים היוצאין”,
איז פשוט,
אַז ער דאַרף אָנצינדן דריי ליכט כנגד ימים היוצאין; אָבער לויט דעם צווייטן מ”ד אַז „טעמא דב”ה דמעלין בקדש ואין מורידין",
איז גענוג אַז ער וועט אָנצינדן בלויז צוויי ליכט,
ווייל אויך דעמאָלט איז ער מקיים דעם הידור פון „ מעלין בקדש ואין מורידין".
אָט די נפק”מ איז בלויז אין אַ פאַל פון „בדיעבד”,
ווען מ׳האָט פריער ניט מקיים געווען די מצוה בהידור; ס׳איז אָבער אַ נפק”מ אויך אין אַ פאַל ווען אין די פריערדיקע נעכט האָט ער יע מקיים געווען מצות נר חנוכה „מהדרין מן המהדרין”:
ווען איינער האָט גענוג שמן וכיו”ב נאָר אויף צוויי נרות בליל שלישי דחנוכה — וויפל נרות זאָל ער צינדן 9
: לויט׳ן ערשטן מ”ד דאַרף לכאורה אויסקומען,
וויבאַלד אַז ער קען סיי ווי ניט מקיים זיין די מצוה „כנגד ימים היוצאין",
איז גענוג 10
ער זאָל צינדן איין ליכט צו מקיים זיין עיקר המצוה „נר איש וביתו” ווייל דורך מוסיף זיין נאָך אַ
ליכט וועט ניט צוקומען אין הידור המצוה
(וויבאַלד אַז ער האָט ניט נרות „כנגד ימים היוצאין”) 11
;
משא”כ לויט׳ן צווייטן מ”ד אַז „טעמא דב”ה דמעלין בקדש ואין מורידין”,
דאַרף ער אָנצינדן צוויי ליכט,
אע”פ אַז ער וועט דערמיט ניט מקיים זיין דעם הידור בשלימות — דעם „ מעלין בקדש” — איז ער עכ”פ מקיים דעם „ואין מורידין — ער צינדט ניט ווייניקער ווי דעם מספר
(צוויי ליכט)
וואָס ער האָט געצונדן בליל שני 12 .
ג.
בעומק יותר יש לומר,
אַז עס איז דאָ אַ חילוק צווישן די צוויי מ”ד אין דעם גדר השייכות פון „מהדרין מן המהדרין” צו מצות נר חנוכה:
דער חילוק בפשטות צווישן זיי איז: לויטן ערשטן מ”ד זיינען די טעמים פון ב”ש וב”ה פאַרבונדן מיט ימי החנוכה — כנגד ימים הנכנסין אָדער כנגד ימים היוצאין; משא”כ לויט דער צווייטער דיעה,
זיינען די טעמים פאַרבונדן מיט אַ „זייטיקן” ענין
(פרי החג,
הנהגת האדם בקודש).
בסגנון אחר: א)
דאָס איז אַ דין אין דעם „גברא”: דערמיט וואָס ער איז מוסיף והולך בכל לילה אין מספר הנרות
(אָדער פוחת והולך כדעת ב”ש),
קומט צו אַ הידור אין זיין
(דעם גברא׳ס)
קיום המצוה,
די נרות
(וועלכע ער איז מוסיף)
זיינען אָבער בגדר של „רשות" 13 .
ב)
דאָס איז אַ דין אין דער מצוה גופא 14 ,
די נרות ווערן אַ חפצא דמצוה 15
(דמצות נר חנוכה) 16 .
[ומפרשים זאָגן די נפק”מ להלכה צווישן די צוויי: ווען מ׳האָט עם געבראַכט די נרות הנוספים נאָכן בענטשן אויפ׳ן נר הא׳ — צי מ׳איז מברך אויף די נרות דההידור
(כידוע די מחלוקת האחרונים בזה 17 )].
און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי מ”ד:
לויטן ערשטן מ”ד אַז „טעמא דב”ש כנגד ימים הנכנסין וטעמא דב”ה כנגד ימים היוצאין" — אַ טעם פאַרבונדן מיט
די ימי החנוכה און מיטן נס חנוכה
(אויף וועלכן מ׳האָט מתקן געווען מצות נר חנוכה)
— זיינען די נרות שמוסיפים בכל יום אַ טייל פון חנוכה ומצות נר חנוכה,
די נרות זיינען נרות מצוה פון חנוכה
(און ווי דאָס איז אויך בפשטות,
אַז דורך דער הוספה בנרות ווערט אויך נתפרסם ווי יעדן טאָג איז צוגעקומען אין דעם נס הנרות) 18
;
משא”כ לויטן צווייטן מ”ד,
אַז „טעמא דב”ש כנגד פרי החג וטעמא דב”ה דמעלין בקדש ואין מורידין” — טעמים וואָס האָבן ניט קיין שייכות בתוכן צו ימי ונס חנוכה 19
— איז דער „מהדרין מן המהדרין” בלויז אַ הוספה והידור אין דער הנהגה בכלל פון דעם גברא
( ער זאָל זיין אַ מעלה בקודש כו׳) 20 ,
אָבער ניט אין דער חפצא פון דער מצוה.
ד.
עפ”ז תומתק די הדגשה ואריכות פון רש”י בפירושו אין דער סוגיא,
וז”ל: „פרי החג,
מתמעטין והולכים בקרבנות דפ׳ פנחס.
מעלין בקדש ואין מורידין,
מקרא ילפינן לה במנחות בפרק שתי הלחם” 21 .
לכאורה איז ניט גלאַטיק די אריכות „בקרבנות דפ׳ פנחס” 22 ,
און למאי נפק”מ אַז „מעלין בקדש כו׳”
(א)
לערנט מען אָפּ „מקרא” 23 ,
און
(ב)
דער לימוד איז „במנחות בפרק שתי הלחם”?
וי”ל — רש”י איז מדגיש אַז לויט דעם מ”ד זיינען די טעמים פון ב”ש וב”ה ניט פאַרבונדן מיטן פרט פון חנוכה ונס חנוכה;
„פרי החג מתמעטין והולכים בקרבנות דפ׳ פנחס " — דאָס האָט ניט קיין שייכות מיט חנוכה; „מעלין בקדש ואין מורידין,
מקרא ילפינן לה במנחות בפרק שתי הלחם” — דאָס איז
(א)
אַ לימוד והוראה בתורה שבכתב
(וחנוכה כולה היא מדברי סופרים),
(ב)
וועלכן מ׳לערנט אַרויס „במנחות בפרק שתי הלחם” — אַ הוראה כללית בנוגע ענינים וועלכע רעדן זיך במנחות כו׳
(ניט אַ שייכות צו חנוכה).
ה.
לויט דער הסברה אין דער פלוגתא איז מובן,
אַז די צווייטע נפק”מ
(שבסעיף ב)
הנ”ל — ווען איינער האָט בלויז צוויי נרות בליל שלישי דחנוכה,
צי ער זאָל צינדן איין ליכט אָדער צוויי — איז ניט מוכרח.
אויך לויטן מ”ד אַז „טעמא דב”ה כנגד ימים היוצאין”,
זאָל ער צינדן בליל שלישי צוויי ליכט
(אויב ער האָט ניט גענוג שמן אויף דריי)
— ווייל כאָטש ער האָט ניט די שלימות ההידור וויפל מ׳דאַרף האָבן בליל שלישי,
זאָל ער פונדעסטוועגן צינדן עכ”פ כנגד אַ טייל פון די ימים היוצאין,
וויבאַלד אַז דערמיט איז ער מוסיף אין דער עצם המצוה ,
די נרות חנוכה זיינען ביי אים מער בשלימות,
און זיינען מפרסם
(ניט נאָר דעם עיקר נס הנרות,
נאָר)
אויך די הוספה אין דעם נס לגבי דעם ערשטן טאָג 24
נאָר ס׳וועט זיין אַ נפק”מ אין אַ פאַל ווען ער האָט ניט גענוג שמן אפילו צו טאָן דעם הידור פון פריערדיקן טאָג — לדוגמא,
ווען בליל שמיני האָט ער ווייניקער ווי זיבן נרות —
אַ נפק”מ באופן הפוך מהנ”ל:
לויטן ערשטן מ”ד „כנגד ימים היוצאין”,
וויבאַלד דאָס איז אַ חלק פון גוף המצוה דנרות חנוכה,
דאַרף ער אָנצינדן וויפל ער האָט,
כדי צו מוסיף זיין וויפל ער קען אין דער מצוה דנר חנוכה,
כנ”ל;
לויטן צווייטן מ”ד,
אַז „טעמא דב”ה דמעלין בקדש ואין מורידין” — וואָס די נרות שמוסיפים האָבן ניט קיין שייכות צום עצם המצוה דנרות חנוכה — איז
מסתבר,
אַז ער זאָל אָנצינדן בלויז „נר איש וביתו”,
דעם עיקר המצוה.
אויב ער איז מוסיף על עיקר המצוה,
וועט אויסקומען,
אַז ער איז עובר אויף
„ואין מורידין”; משא”כ אויב ביום זה איז ער מקיים דעם עיקר המצוה כתיקונה — „נר איש וביתו”.
(משיחת מוצאי ש"ק פ' מקץ תשל"ט)