B"H
🏡

Ikar

מקץ א

א.

אויפן פסוק 1

„וליוסף יולד שני בנים בטרם תבוא שנת הרעב” זאָגט רש"י בפירושו

(פון גמרא 2 )

„מכאן שאסור לאדם לשמש מטתו בשני רעבון”.

פרעגט תוס׳ 3

: יוכבד איז דאָך געבאָרן געוואָרן „בין החומות” 4

(ווען יעקב ובניו זיינען אָנגעקומען קיין מצרים),

וואָס „אותו העת עת רעב הי׳” 5 ,

ווי אַזוי קען מען זאָגן,

אַז לוי

(אבי יוכבד)

האָט עובר געווען אויף אַן איסור ח"ו?

עד"ז פרעגט מען 6

פון דעם וואָס שטייט 7

„וירא גו׳ יצחק מצחק" — „שראהו משמש מטתו" 8

— עס איז דאָך דאַן געווען אַ „רעב בארץ“ 9 ?

מפרשים זיינען מאריך אין דעם 10 ,

און פאַרענטפערן די שאלות הנ"ל בכמה אופנים,

ומהם:

א)

דאָס איז ניט קיין איסור ממש,

נאָר בלויז אַ מדת חסידות 11

און יצחק ולוי

זיינען ניט געווען נזהר אין דער מדת חסידות 12

(אָדער,

אַז פאַר מ"ת איז דאָס ניט געווען אסור 13 ,

און די ראי׳ פון יוסף איז בלויז אַן אסמכתא 14 ).

ב)

די וואָס זיינען „חשוכי 15

בנים" 16

-מ׳האָט נאָך ניט מקיים געווען מצות פרי׳ ורבי׳ 17

(ווי

(יצחק ו)

לוי 18

אין יענעם

זמן),

אָדער 19

„בליל טבילה” 20 ,

איז ביי זיי ניטאָ דער איסור 21 .

ג)

דער איסור איז נאָר ווען „ישראל שרויין בצער” 22 ,

און דערפאַר איז עס ניט געווען קיין איסור ביי

(יצחק 23

און)

לוי 24

היות אַז יעקב ובניו זיינען ניט געווען שרויין בצער ווייל זיי האָבן דאַן געהאַט תבואה 25

; און דאָס וואָס יוסף האָט זיך אָפּגעהאַלטן,

איז ווייל ער האָט ניט געוואוסט אַז זיי האָבן תבואה און האָט געמיינט אַז זיי זיינען שרויין בצער 26 .

ב.

לפ"ז שטעלט זיך אַ תמי׳ גדולה בפירוש רש"י: פאַרוואָס באַוואָרנט ער ניט די קושיות הנ"ל פון יצחק און לוי?

[וואָרום די שאלות הנ"ל שטעלן זיך

(אויך)

אין לימוד ע"ד הפשט : אויף „וישקף אבימלך גו׳” 7

איז רש"י מפרש „שראהו משמש מטתו”,

און רש"י זאָגט בפירוש אַז דעמאָלט איז געווען

(ניט נאָר אַ „רעב בארץ ”,

נאָר)

אַ „ שנת רעבון" 27

: ועד"ז ברענגט רש"י אַראָפּ בפירושו עה"ת 28

אַז יוכבד „נולדה בין החומות“ 29 ,

וואָס דאָס איז געווען אין די שנות הרעב כמפורש בתורה 30 ].

און מ׳קען ניט זאָגן אַז רש"י פאַרלאָזט זיך אויף איינעם פון די תירוצים הנ"ל — וואָרום נוסף אויף די פאַרשידענע שוועריקייטן וואָס זיינען דאָ אין יעדן פון די תירוצים

(שאין כאן המקום להאריך בהן 31 ),

איז די זעלבע שאלה אין זיי אַלע: — זיי זיינען כלל

(אפילו)

ניט נרמז אין פירוש רש"י,

[ווי גערעדט כמה פעמים,

האָט רש"י געשריבן זיין פירוש על התורה אין אַ

סגנון,

אַז אויך אַ „בן חמש למקרא“ זאָל קענען פאַרשטיין כוונת רש"י פון זיינע

(געציילטע)

ווערטער,

ניט דאַרפנדיק זוכן קיין הוספת ביאור ע"ז].

פון דעם וואָס רש"י זאָגט דאָ סתם — אָן קיינע חילוקים ותנאים: „אסור לאדם לשמש מטתו בשני רעבון”,

איז מוכח,

אַז

(א)

דאָס איז אַן איסור,

כפשוטו 32

;

(ב)

דער איסור איז פאַר אַלעמען אָן אונטערשייד — אויך פאַר יוסף׳ן

(פאַר מ"ת)

און פאַר „חשוכי בנים” 33

(ובליל טבילה)

;

(ג)

ס׳איז ניט פאַרבונדן דוקא מיט דעם צער פון אידן,

נאָר אויב ס׳איז נאָר אַ מצב פון „שני רעבון“ בעולם איז עס אסור.

ג.

נאָך אַ תמי׳ אין פירוש רש"י זה:

רש"י זאָגט „ מכאן שאסור לאדם כו׳” — אַז דעם איסור לערנט מען אָפּ פון דעם פסוק.

פון הדגשת רש"י „מכאן” איז מובן,

אַז רש"י וויל שולל זיין אַ צווייטן אָרט פון וואַנעט מ׳וואָלט לכאורה געקענט אָפּלערנען דעם איסור — באַוואָרנט רש"י אַז דער לימוד איז מכאן דוקא.

געפינט מען טאַקע אין ירושלמי 34

ומדרש 35 ,

אַז צוזאַמען מיטן לימוד הנ"ל פון יוסף,

ווערט אַראָפּגעבראַכט דער פסוק וואָס שטייט ביי נח׳ן 36

„ובאת אל

התיבה אתה ובניך ואשתך ונשי בניך אתך",

פון וועלכן מ׳לערנט אָפּ אַז „בכניסתו לתיבה נאסרה לו תשמיש המטה“; וואָס דאָס איז לכאורה דער זעלבער איסור ווי „בשני רעבון" 37

— אַז אין אַ זמן וואָס די וועלט איז שרוי בצער 38

איז מען אסור בתשמיש המטה.

איז תמוה ביותר: רש"י עצמו אין זיין פירוש על התורה 39

זאָגט אַז נח איז געווען אסור לשמש מטתו „בכניסתו לתיבה”,

„מפני שהעולם שרוי בצער” 40

;

היינט ווי זאָגט רש"י „ מכאן שאסור כו׳”,

אַז דאָס לערנט מען אַרויס דוקא „מכאן",

בשעת אַז מען קען דאָס אָפּלערנען פונעם פסוק פריער ביי נח׳ן?

ד.

דער ביאור בזה,

והיא הנותנת: מיטן צולייגן

(ללשון הגמרא)

דעם וואָרט „מכאן” מאַכט רש"י קלאָר אַז דאָ איז

(ע"ד הפשט)

ניט דער זעלבער איסור ווי ביי נח׳ן,

ווייל דאָ איז כלל ניטאָ יענער טעם,

„העולם שרוי בצער” 41

:

„העולם שרוי בצער”

(ביים מבול)

מיינט די וועלט בכלל .

ואדרבא — ניט מענטשן.

חיות וכו׳ — אויף וועלכע מען קען ניט זאָגן אַז זיי זיינען דאַמאָלס געווען „שרוי בצער" — זיי זיינען אַלע ניט במציאות,

כמש"נ וימח את כל היקום* 41 .

אויב מען זאָל מפרש זיין אַז דאָס מיינט מען די פון „עולם” וועלכע זיינען ניצול געוואָרן בתיבה

(וואָס דער זיין דאָרטן איז אַן אופן פון „שרוי בצער")

— זיינען דאָך נח ובניו ונשיהם בכללם ,

אויך „שרוי בצער”

און ניט ווי דער איסור הנלמד — אַז אַ צאָל

(רוב)

מענטשן זיינען בצער איז אַנדערע דאַרפן זיך אויך משתתף זיין אין זייער צער 42

;

ובמילא קען מען פון דעם ניט אָפּלערנען אַז ביי „שני רעבון“ איז דאָ אַן איסור אויף די וואָס ליידן ניט פון קיין רעב 43

— ווי בנדו"ד ביי יוסף׳ן,

וואָס אים 44

האָט ניט אויסגעפעלט קיין תבואה 45 .

ה.

והביאור בהקדים דיוק לשון רש"י „

(אסור לאדם לשמש מטתו)

בשני רעבון " — דלכאורה: אמת טאַקע אַז דאָס איז דער לשון הגמרא,

אָבער רש"י איז דאָך דאָ אויסן צו אָפּטייטשן דעם

פסוק

(ער איז אפילו ניט מציין אַז דער פירוש איז פון גמרא)

; האָט ער ניט געדאַרפט משנה זיין,

נאָר זאָגן „אסור כו׳ בשנת הרעב ”,

ווי דער לשון הפסוק וועלכן ער איז מפרש „בטרם תבוא שנת הרעב ”?

ובפרט אַז עס איז דאָ אַ חילוק בפשטות: „שנת הרעב” מיינט אַז דעם יאָר איז דאָ אַ רעב; משא"כ „שני רעבון” — לשון רבים — ווייזט,

אַז דאָס איז אַ מצב וואָס ציט זיך אַ משך זמן.

עס איז ניט נאָר אַ חילוק אין אורך הזמן

(צי דער רעב דויערט בלויז איין יאָר,

אָדער מערער),

נאָר מקום לומר אַז ס׳איז אַ חילוק אין איכות: ווען אַ זאַך פּאַסירט איין מאָל

(יאָר)

קען זיין אַז דאָס איז נאָר אַ פאַרבייגייענדיקע פּאַסירונג; משא"כ ווען דאָס חזר׳ט זיך איבער מערערע מאָל

(און מען זאָגט אַז דאָס איז שני רעבון)

— איז עס אַ תקופה פון רעב,

ניט קיין צופעליקער ענין,

נאָר אַ דבר של „חזקה“.

[ע"ד ווי רש"י האָט שוין מפרש געווען 46 ,

אַז יהודה האָט מורא געהאַט „פן ימות גם הוא

(שלה)

כאחיו”,

ווייל „מוחזקת היא זו שימותו אנשי׳”].

ועד"ז בנדו"ד: אויב ס׳איז נאָר אַ „ שנת הרעב" — איין יאָר איז אַ חידוש ,

עס האָט ניט געוואָקסן קיין תבואה — איז אין לך אלא חידושו,

דאָס איז אַ דבר ארעי ומחודש לשעתו 47 ,

דורך צו־

פעליגע סיבות פון דעם יאָר וואָס האָבן גורם געווען אַז די תבואה זאָל ניט וואַקסן; אָבער בשעת דאָס איז „ שני רעבון”,

איז דאָס אַ באַווייז אויף אַ המשך,

אַ גאַנצע תקופה,

אַ הנהגה מיוחדת,

דער אויבערשטער ברענגט אַ תקופה פון „רעב“ בעולם 48 .

און דאָס איז דער טעם בפשוטו של מקרא — פון דעם איסור לשמש מטתו בשני רעבון פאַר דעם וועלכער איז ניט ברעב

(ובמילא — ניט שרוי בצער)

— ווייל אין אַ זמן פון „שני רעבון”,

ווען די הנהגה מלמעלה איז ניט אין אַן אופן פון „כל ימי הארץ זרע וקציר גו׳ לא ישבותו” 49 ,

נאָר היפך ישובו של עולם,

האָט ניט קיין אָרט צו זיך עוסק זיין אין פרו ורבו ומלאו את הארץ 50

— ישובו של עולם 51 .

ו.

וויבאַלד אַז דער איסור איז מצד דעם וואָס עס איז אַ מצב פון „ שני רעבון” - אַ „חזקה”,

וואָס באַווייזט אויף אַ הנהגה מיוחדת — איז פאַרשטאַנדיק,

אַז כל זמן ס׳איז ניטאָ קיין חזקה,

איז ניטאָ דער איסור;

ואדרבה : וויבאַלד אַז ס׳איז דאָ דער ציווי פון „פרו ורבו” 52 ,

איז כל זמן עס איז ניט ברור אַז עס איז אַ מצב פון „שני רעבון”,

איז על דרך הפשט מובן אַז מען טאָר זיך ניט מונע זיין פון פו"ר,

אסור מבטל זיין אַ מ"ע צוליב אַ ספק אַז אפשר זיינען דאָס „שני רעבון”.

ועפ"ז ווערט ממילא פאַרענטפערט די שאלה הנ"ל פון יצחק און לוי — ביי יצחק׳ן איז געווען

(כדיוק לשון רש"י 27 )

נאָר אַ „ שנת רעבון”

(ניט „ שני רעבון”)

; ועד"ז ביי לוי,

איז דאָס געווען ביים אָנהויב

(ג׳ חדשים)

פון צווייטן יאָר פון רעב

(וואָרום יוכבד איז געבאָרן געוואָרן ביים סוף פון צווייטן יאָר פון רעב)

— נאָך איידער ס׳איז געווען די חזקה 53

פון „ שני רעבון”.

משא"כ יוסף האָט דאָך געוואוסט וברור אַז דער רעב איז אַ הנהגה מיוחדת,

אַז עס קומען אָן „שבע שני רעב“ — ווי דערציילט פריער ובארוכה אין דער פרשה אַז יוסף האָט פותר געווען,

„את אשר אלקים עושה ..

יהיו שבע שני רעב " 54

— דערפאַר איז ביי אים געווען דער איסור באַלד פון ערשטן טאָג אָן 55 .

און „מכאן” לערנט מען אָפּ,

אַז אין יעדן פאַל וואָס מ׳ווייס בוודאות אַז דאָס זיינען „ שני רעבון”

(עס איז שוין געוואָרן אַ חזקה),

איז „אסור לאדם לשמש מטתו”.

ז.

לכאורה קען מען פרעגן: זיכער איז שוין דאַן נתפרסם געוואָרן יוסף׳ס פתרון פון חלום פרעה,

אַז עס וועלן זיין „ שבע שני רעב”,

ובפרט אַז מ׳האָט דאָך אויך געזען ווי דאָס ווערט נתקיים בפועל — היינט ווי האָט לוי ניט חושש געווען פאַרן איסור?

איז דער תירוץ בפשטות: לוי האָט דאַן ניט געוואוסט אַז דער פותר החלום איז יוסף 56 ,

ואדרבא — מען האָט געוואוסט אַז עס איז אַ נער,

אַן עבד 57 ,

מען האָט געוואוסט אַז די חרטומי פרעה,

די שטענדיקע פותרי חלומות פון מלך מצרים האָבן דאָס ניט געזאָגט וכו׳ — טאָר ער זיך ניט פאַרלאָזן אויף חלום פרעה און אויפן פתרון פון אַ נער עבד און מבטל זיין דעם ציווי השם פון „פרו ורבו”.

ובפרט אַז אפילו בנוגע אַ חלום פון אַ אידן איז דאָ דער כלל

(ווי רש"י האָט שוין געבראַכט בפירושו עה"ת 58 )

: „ אין חלום בלא דברים בטלים" — קען דאָך זיין,

אַז אפילו אויב כללות החלום איז אמת,

איז אָבער דער פרט אַז עס גייען זיין „ שבע שני רעב”

(„ שני רעבון”)

פון די „דברים בטלים” שבו.

ח.

עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם דיוק הלשון אין טור 59

ושו"ע 60

-וואָס זיי זיינען משנה פון לשון הש"ס

(„ בשני רעבון”)

און זאָגן „ בשנת רעבון”:

אין גמרא 2 ,

גלייך פאַר דעם מאמר „אסור לאדם כו׳”,

ברענגט זיך וועגן דעם שכר פון „המרעיב עצמו בשני רעבון”,

וואָס דאָס איז

(ווי רש"י טייטשט דאָרט)

„בשכר שמצער עצמו,

כשישראל בצער”; ועד"ז גלייך נאָך דעם מאמר „אסור לאדם כו׳”,

ברענגט זיך דער מאמר „בזמן שישראל שרויין בצער ופירש אחד מהן כו׳”.

וואָס פון דעם איז מוכח,

אַז ע"ד ההלכה איז דער טעם האיסור

(ניט ווי ע"ד הפשט,

כנ"ל,

נאָר)

צוליב דעם וואָס „ישראל שרויין בצער” 61 .

ובמילא קען מען ניט זאָגן אַז דער איסור איז שייך נאָר „ בשני רעבון" — ווייל אויך אין אַ „ שנת רעבון” זיינען דאָך „ישראל שרויין בצער”.

ט.

לויט דעם ביאור הנ"ל אין פרש"י,

וועט אויך מוסבר ווערן נאָך אַ דיוק אין דעם ענין:

אין פסוק שטייט „וליוסף יולד שני בנים בטרם תבוא שנת הרעב”,

וואָס פון דעם וואָס דער פסוק רעדט וועגן לידה איז מובן,

אַז ניט נאָר אין די שני רעבון גופא איז דער איסור לשמש כו’,

נאָר אויך מיט ט׳ חדשים פריער,

באופן אַז די הולדה זאָל ניט זיין אין די שני רעבון — ולכאורה,

לשון חז"ל איז דאָך „לשמש מטתו בשני רעבון” 62 ?

ע"פ הנ"ל איז עס מובן: וויבאַלד אַז דער טעם איז

(ניט ווייל „ישראל שרויין בצער”,

וואָס דעמאָלט האָט אַן אָרט צו זיין אָפּגעהיט נאָר אין די שני רעבון גופא

(ווען ס׳איז דאָ דער צער)

פון צו טאָן אַ פעולה הפכית 63

— נאָר)

מצד דעם זמן ,

וואָס דעמאָלט הערשט די הנהגה פון היפך ישובו של עולם,

דערפאַר איז ניט מתאים אַז אין דעם זמן זאָלן געבוירן ווערן קינדער

(ישובו של עולם בפועל ).

[אָבער דאָס איז נאָר שייך ביי יוסף׳ן,

וואָס ער האָט געוואוסט פאָראויס ברור אַז עס קומען אָן „שני רעבון"; משא"כ דער לימוד „מכאן” פאַר אַלעמען צו מבטל זיין די מצות פון עונתה לא תגרע,

פון פו"ר

(וואָס זיי זיינען ניט שייך צו וויסן ברור אַז דאָס זיינען „שני רעבון”),

איז ביי זיי דער איסור נאָר „

(לשמש מטתו)

בשני רעבון”].

יו"ד.

דאָ זעט מען ווי פירוש רש"י על התורה,

וואָס „לא באתי אלא

לפשוטו ” 64 ,

איז פאַרבונדן מיט „ יינה של תורה” 65 ,

חלק הסוד שבתורה

— ווי מ׳האָט שוין גערעדט אַמאָל בארוכה 66

אַז כשם ווי אין די ד׳ עולמות איז עולם האצילות שייך צו עולם העשי׳ דוקא 67 ,

אַזוי איז אויך דער חלק הסוד שבתורה

(וואָס איז כנגד עולם האצילות)

פאַרבונדן דוקא מיטן חלק הפשט 68

(עולם העשי׳)

אין זהר פון היינטיקער סדרה 69

איז מבואר,

אַז ימי הרעב זיינען „ימי הרעה” און דערפאַר איז יוסף „סתים מבועי׳ בשנת הרעב”

(ווייל די קינדער וואָס ווערן געבאָרן פון דעם וואָס „אפתח מבועי׳ בההוא זמנא”,

ווערן אָנגערופן „בנים זרים” 70 )

; און דערנאָך פירט אויס דער זהר,

אַז יוסף האָט באוואָרנט נאָך מער — „דלא מיהב בנין לסטרא מסאבא",

וואָס דאָס מיינט — ווי דער טאַטע איז מבאר אין זיינע הערות אויף זהר 71

— אַז ער האָט אויך באַוואָרנט „ שההולדה לא תהי׳ בשנת הרעב

(אפילו ווען „הילדים הם מהטיפות שקודם שנת הרעב לגמרי")

שאם ..

הולדתם תהי׳ בשנת הרעב הרי נולדו בדוכתא מסאבא עכ"פ”.

וואָס דאָס איז מתאים מיטן ביאור הנ"ל אין פירוש רש"י,

אַז דער טעם איז

(ניט ווייל „ישראל שרויין בצער”,

נאָר)

מצד דעם זמן ,

וואָס עס איז אַ מצב

(והנהגה)

פון „שני רעבון“,

וכנ"ל בארוכה.

און דאָ זעט מען,

ווידער,

די „נפלאות” אין פירוש רש"י על התורה — אַז בשעת מען לערנט פירוש רש"י מיט דער הנחה אַז עס איז געשריבן געוואָרן

(אויך)

פאַר אַ בן חמש למקרא,

ובמילא טייטשט מען רש"י׳ס ווערטער כפשוטם

— ביז,

אַז אפילו ווען רש"י איז

מעתיק לשון הגמרא,

איז אָבער זיין כוונה דערביי ווי דער פירוש הפשוט פון די ווערטער,

ווי זיי ווערן געטייטשט פון אַ בן חמש למקרא —

ווערן בדרך ממילא כו"כ פעמים — פאַרענטפערט שאלות ושקו"ט פון מפרשים,

און מ׳נעמט דערפון אַרויס ענינים נפלאים אויך אין „יינה של תורה”.

(משיחת מוצש“ק פ' מקץ תשל“ט)

17

Reader controls and commentary are loading.