א.
בקשר דערמיט וואָס די אחי יוסף האָבן יוסף׳ן פאַרקויפט „בעשרים כסף” 1 ,
שטייט אין ירושלמי 2
: „לפי שמכרו בכורה של רחל בעשרים כסף יהי׳ כל אחד ואחד פודה את בנו בכורו בעשרים כסף
(שהן חמש שקלים)..
לפי שמכרו בכורה של רחל בעשרים כסף ונפל לכל אחד ואחד מהם טבעה
(שתי כסף — מחצית השקל)
לפיכך יהי׳ כל אחד ואחד נותן שקלו טבעה”.
דאָס הייסט,
אַז צוליב דער מעשה פון מכירת יוסף זיינען אידן „נתחייב” געוואָרן 3
אין צוויי מיני „תשלומין” — פדיון בכור און מחצית השקל.
מפרשים 4
זיינען מסביר די שייכות ביניהם:
מחצית השקל איז „כופר נפשו” 5 ,
וע”פ הידוע 6 ,
אַז מחמת דעם עון פון מכירת יוסף איז נגזר געוואָרן דער עונש הגלות לדורות.
וואָס דאָס מיינט,
אַז מכירת
יוסף איז אַ „חטא נמשך" וועלכער פאָדערט אַ כפרה לדורות — דער „כופר נפשו” פון מחצית השקל וואָס אידן דאַרפן געבן.
און דער טעם פון פדיון הבן — „ויהרוג ה׳ כל בכור בארץ מצרים גו׳ על כן אני זובח לה׳ גו׳ וכל בכור בני אפדה” 7
— איז פאַרבונדן דערמיט,
וואָס מצד מכירת יוסף
(בכורה של רחל)
זיינען אויך די „בכורי ישראל” געווען בכלל סכנה,
נאָר „ה׳ עשה להם נס ולפיכך הוצרכו פדיון לדורות” 8 .
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס האָט דער עון פון מכירת יוסף גורם געווען אַז אידן זאָלן דערפאַר זיין מחוייב אין צוויי
(סוגי)
תשלומין 9
— סיי פדיון הבן און סיי מחצית השקל?
ב.
עוד קשה: אין ירושלמי 10
שטייען די ביידע עניני תשלום בהמשך צו פאַרשידענע טעמים אויף מחצית השקל : „לפי שחטאו במחצית היום יתנו מחצית השקל ..
לפי שעברו על עשרת הדברות ..
עשרה גרה
(און דערנאָך)..
לפי שמכרו בכורה של רחל ..
פודה את בנו בכורו ..
לפי שמכרו בכורה של רחל ..
יהי’ כאו”א נותן שקלו טבעה
(מחצית השקל)
”.
איז לכאורה ניט מובן: ווי פּאַסט דאָ אַריין,
אין דער סוגיא פון מחצית השקל,
דער ענין פון „לפי שמכרו בכורה של רחל ..
פודה את בנו בכורו “ 11 ?
און נאָכמער: דער ירושלמי איז מקדים דעם ענין
(וועגן פדיון בכור)
פאַרן ענין פון „כאו”א נותן שקלו טבעה”
(מחצית השקל) 12
!
דאַרף מען זאָגן,
אַז דאָס זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע ענינים,
נאָר זיי קומען בהמשך זה לזה,
ביז,
אַז כדי צו פאַרשטיין ווי אַזוי מכירת יוסף איז אַ טעם אויף מחצית השקל,
דאַרף מען פריער וויסן,
אַז מכירת יוסף איז אַ טעם אויף פדיון הבן 13 .
ג.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
בשלמא דאָס וואָס מחצית השקל איז אַן ענין פון תשלומין אויף אַ חטא חמור
(מכירת יוסף)
איז מובן,
היות אַז אין פסוק איז מודגש אַז דאָס איז „ כופר נפשו”; אָבער פדיון בכור איז,
לכאורה,
פאַרקערט — עס איז דאָ אַן ענין של טוב וקדושה : „ קדש לי כל בכור” 14
— אַ בכור האָט אין זיך אַ קדושה,
און דערפאַר דאַרף מען אים פודה זיין —
טאָ ווי איז שייך,
אַז מכירת „בכורה של רחל” זאָל בריינגען אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט „ קדש לי כל בכור” 15 ?
ב)
בנוגע דעם טעם פון מחצית השקל — „שנפל לכל א׳ וא׳ מהם טבעה”
(מחצית השקל)
— שטעלן זיך מפרשים: לכאורה האָבן בלויז ניין פון די אחי יוסף זיך משתתף געווען אין דער מכירה — „בנימין לא הי׳ עמהן” 16 ,
און אויך ראובן איז ניט געווען בעת המכירה
(ווי דערציילט אין פסוק 17 )
— שטימט דאָך ניט דער חשבון פון מחצית השקל
(וואָס איז אַ צענט ־חלק פון „עשרים כסף”)?
און מען פאַרענטפערט בשני אופנים:
(א)
אויך ראובן ווערט אַריינגערעכנט,
ווייל „אע”ג דראובן לא הי׳ אז עמהם מ”מ הניחו חלקו,
כי חשבו שלא יחלוק על מעשיהם” 18
[ובפרט לויט ווי עס שטייט אין פרקי דר׳ אליעזר 19 ,
אַז נאָך דעם ווי מ׳האָט דערציילט ראובן׳ן וועגן מכירת יוסף,
איז „שמע ראובן ..
ושתק” 20 ]
;
(ב)
יוסף אַליין ווערט גע־
רעכנט ווי ער וואָלט האָבן אַ חלק במכירתו,
ווייל ער איז געווען דער „גורם
(צו דער מכירה)
ע”י הקנאה שבתחלה” 21 .
עס איז אָבער ניט גלאַטיק: יעדער ענין אין תורה איז מדויק בתכלית.
וויבאַלד אַז די מכירה בפועל איז דורכגעפירט געוואָרן בלויז דורך ניין פון די אחי יוסף — היפך רצונם של ראובן ו
(מכ”ש של)
יוסף — פאַרוואָס זאָל מען די שייכות רחוקה הנ”ל פון ראובן אָדער יוסף צו דער מכירה פאַררעכענען ווי אַ גלייכע השתתפות מיט די אַנדערע ט׳ אחים,
ביז אַז מעז צעטיילט די עשרים כסף אויף צען גלייכע חלקים 22 ?
ד.
דער חילוק בפשטות צווישן די צוויי אופני „תשלום” אויף מכירת יוסף — פדיון הבן און מחצית השקל — איז:
ביי פדיון הבן איז דער סכום התשלום לויט „ערכו” של יוסף
(פאַר וויפל ער איז פאַרקויפט געוואָרן)
— חמש שקלים; משא”כ ביי מחצית השקל איז דער תשלום לויטן סכום וואָס יעדער פון די אחי יוסף האָט „באַקומען” פון דער מכירה — מחצית השקל.
דערפון איז מובן,
אַז די צוויי תשלומין זיינען פאַרבונדן מיט צוויי באַזונדערע פרטים אין מכירת יוסף: מחצית השקל איז „כופר נפש” אויפן פגם וואָס די מכירה האָט געווירקט אין די שבטים
(מצד זייער הנאה פון מכירת
יוסף)
; און כנגד דעם וואָס די מכירה האָט „אויפגעטאָן” אין יוסף׳ן
(שנמכר לעבד)
— דאַרף מען פודה זיין בן הבכור.
ועפ”ז יש לתרץ קושיא הנ”ל — ווי אַזוי האָט מכירת יוסף
(בכורה של רחל)
גורם געווען ביי אידן דעם ענין
(למעליותא)
פון פדיון בכור — ווייל אע”פ אַז בנוגע די שבטים איז מכירת יוסף געווען אַ חטא וירידה,
האָט עס אָבער אין יוסף׳ן אַליין אויפגעטאָן אַן עילוי וואָס דריקט זיך אויס אין דעם ענין פון בכור,
כדלקמן.
ה.
בנוגע למכירת יוסף שטייט אין זהר 23
: „גרים קב”ה כל דא בגין לקיימא גזרה דגזר בין הבתרים” — דער אויבערשטער האָט געפירט דערצו אַז די אחי יוסף זאָלן אים פאַרקויפן,
כדי עס זאָל נתקיים ווערן גזירת ברית בין הבתרים אַז אידן זאָלן גיין אין גלות מצרים;
און דער זהר איז מבאר 24 ,
אַז דער טעם פאַרוואָס יוסף האָט געדאַרפט קומען קיין מצרים דורך דעם וואָס זיינע ברידער זאָלן אים פאַרקויפן,
— דלכאורה: כדי עס זאָל זיך אויספירן דער ברית בין הבתרים וואָלט יוסף געקענט אָנקומען קיין מצרים אין אַן אופן אַז „יד אחיו אל תהי בו” 25
—
איז ווייל דורך דעם וואָס די בני יעקב האָבן שולט געווען אויף יוסף׳ן
(דערמיט וואָס זיי האָבן אים אַריינגעוואָרפן
אין בור און אים פאַרקויפט „כאדון המוכר את עבדו” 25 )
איידער ער איז אַראָפּ קיין מצרים,
איז ער געוואָרן „עבד של אחיו” 26 ,
און דאָס האָט באַוואָרנט,
אַז ווען די בני ישראל זיינען דערנאָך אַראָפּ קיין מצרים,
האָבן די מצרים ניט געהאַט קיין פולשטענדיקע שליטה אויף אידן
(אַזוי ווי זיי האָבן געהאַט אויף אַלע אַנדערע זייערע עבדים,
ש„לא הי׳ עבד יכול לברוח ממצרים” 27 )
; ואדרבה: וויבאַלד אַז די מצרים זיינען געוואָרן עבדי יוסף,
און יוסף איז געווען „עבד בני ישראל” 25 ,
קומט אויס,
אַז „ישראל דשלטו על כלהו”.
ו.
פון דעם ביאור הזהר קומט צו אַ טיפערער פאַרשטאַנד אין דעם ענין פון מכירת יוסף וואָס איז מודגש אין פסוק,
אַז ניט קוקנדיק אויף דער ניט־גוטער כוונה וואָס די אחי יוסף האָבן דערביי געהאַט,
איז אָבער לפועל אַרויסגעקומען דערפון אַ טובה — „למחי׳ שלחני גו׳ לשום לכם שארית בארץ ולהחיות לכם לפליטה גדולה” 28 ,
ניט נאָר איז די מכירה געווען אַ גרם וסיבה צו דער תוצאה טובה פאַר אידן
(דורך דעם וואָס יוסף איז דערנאָך געוואָרן אַ משנה למלך),
נאָר די מכירה גופא האָט געגעבן דעם כח אויף „לשום לכם שארית גו׳ לפליטה גדולה” — די גאולה פון מצרים.
קומט אויס אַז מכירת יוסף האָט אויפגעטאָן אַ דבר והיפוכו: מצד אחי יוסף,
וואָס זייער כוונה
(אין דער מכירה)
איז
געווען אַז ער זאָל ווערן אַן עבד ,
האָט די מכירה געפירט צו גלות מצרים; און מצד דעם וואָס „גרים קב"ה כל דא” — מצד דעם אויבערשטנ׳ס כוונה ורצון אין דעם — האָט די מכירה
(ע”י אחי יוסף)
געגעבן דעם כח אויף גאולה .
און דאָס איז דער קשר צווישן מכירת „בכורה של רחל” מיט דעם ענין פון פדיון בכור:
וויבאַלד מכירת יוסף האָט אויפגעטאָן אַז יוסף איז געוואָרן „קנוי” צו
(די שבטים — )
מחויבים במצות
(מילה וכו׳ 29 )
און אין ארץ הקודש קען מצרים ניט האָבן קיין שליטה אויף אים 30 ,
און דורך דעם זיינען דערנאָך אַלע אידן געבליבן העכער פון שליטת מצרים,
איז דערפון אויך געקומען דער ענין פון „בכור”,
וואָס אַ בכור איז קנוי לה׳ — „לי הוא” 31
; און דאָס אָפּגעבן „ראשית פריו ..
לרשות בוראו” דערמאָנט אַ אידן
(בלשון החינוך 32 )
„כי הכל שלו” — אַלץ וואָס אַ איד פאַרמאָגט,
באַלאַנגט צום אויבערשטן.
ז.
עפ”ז וועט מען פאַרשטיין וואָס חז”ל זיינען מדייק בנוגע דער כפרה אויף מכירת יוסף,
אַז אין דער מכירה האָבן זיך משתתף געווען עשרה פון די אחי יוסף
[אע”פ אַז ראובן
(און אַוודאי יוסף)
האָט ניט מסכים געווען מיט דער מכירה]
—
ווייל כדי אַז מכירת יוסף זאָל קענען אין יוסף׳ן אויפטאָן דעם ענין טוב — דעם עילוי פון גאולה
(אַז די מצרים זאָלן ניט קענען שולט זיין אויף אים)
— האָט מען געדאַרפט אָנקומען צום כח פון אַ ציבור
(דוקא).
דורך דעם וואָס עשרה מישראל געפינען זיך צוזאַמען איז „שכינתא שריא” 33
— עס איז שורה אַן אור אלקי וואָס איז העכער פון וועלט
(און אפילו פון מלאכים) 34 ,
און דעריבער ווערט פון דעם נמשך דער כח צו בלייבן העכער פון מצרים,
די מיצרים וגבולים פון גלות 35 .
וי”ל אַז דערפאַר איז
(ווען „גרים קב”ה כל דא”)
ניט מספיק אַז ניין זאָלן אים פאַרקויפן,
נאָר עס האָט געמוזט זיין צען — אַ צירוף פון אַ צענטן
(ראובן אָדער יוסף,
כנ”ל).
ומהאי טעמא גופא איז בגלוי האָבן זיך אין דעם משתתף געווען נאָר ניין — ווייל ווען אַלע צען אחים וואָלטן זיך צוזאַמענגעקומען באופן גלוי ,
וואָלט געווען „שכינתא שריא” גלייך בגלוי —
עס וואָלט מלכתחילה ניט געקומען אַז לעבד נמכר 36 .
כדי אַז יוסף זאָל פאַרקויפט ווערן אַלס עבד,
(לפחות)
בגילוי ובחיצוניות 37 ,
איז די השתתפות בגלוי געווען נאָר פון ניין אחים; אָבער מאידך גיסא,
וויבאַלד אַז בהעלם איז געווען די השתתפות פון צען,
האָט דאָס אויפגעטאָן אַז בפנימיות ובאמיתית איז יוסף
(און דורך אים — אַלע אידן)
געבליבן העכער פון שליטת מצרים.
ח.
עפ”ז יומתק וואָס דער „כופר נפש” אויף מכירת יוסף איז מחצית השקל,
פון וועלכע מען קויפט ניט קרבנות יחיד ,
נאָר קרבנות ציבור :
די כפרה אויף מכירת יוסף ווערט גע׳פּועל׳ט דורך אַרויסברענגען בגלוי דעם ענין פנימי פון מכירת יוסף — דעם כח הציבור וואָס איז נמשך געוואָרן אין דער מכירה און וואָס האָט אין דעם אַריינגעגעבן דעם עילוי פון גאולה
(כנ”ל)
— היפך ענין העבדות וגלות.
דאָס איז אויך איינער פון די ענינים וואָס ווערן נרמז אין דעם נאָמען מחצית השקל
(ניט עשר גרה וכיו”ב)
— אַ איד דערהערט אַז ער אַלס יחיד,
איז בלויז אַ מחצית ,
אַ האַלבע זאַך,
און כדי צו ווערן אַ דבר
(שקל)
שלם מוז ער נתאחד ווערן מיט נאָך אַ אידן 38 .
און דער געפיל פון „ מחצית השקל”,
וואָס ברענגט צו צירוף וחיבור ואחדות ישראל ואהבת ישראל 39 ,
איז מתקן דעם עון פון מכירת יוסף וואָס איר סיבה איז געווען היפך האהבה — „וישנאו אותו גו׳” 40 .
דערמיט איז פאַרשטאַנדיק וואָס איידער דער ירושלמי ברענגט דעם ענין אַז מכירת יוסף איז די סיבה צום תשלום פון מחצית השקל,
איז ער מקדים ווי מכירת יוסף האָט גורם געווען דעם ענין פון פדיון הבן — די הקדמה אַז מכירת „בכורה של רחל” האָט אויפגעטאָן דעם ענין פון „בכור” ביי אידן,
גיט אַ הבנה אינעם צווייטן ענין,
ווי מחצית השקל
(פון וואָס מ׳קויפט קרבנות ציבור)
איז מתקן דעם ענין פון מכירת יוסף.
ט.
ווי דערמאָנט פריער
(סעיף ג),
זיינען פאַראַן צוויי אופנים אין דעם חשבון פון עשרה אחים
(וועלכע האָבן אַ חלק אין מכירת יוסף)
— בצירוף פון ראובן
(מצד דעם וואָס „שמע ..
ושתק”),
אָדער בצירופו של יוסף
(ווייל ער האָט גורם געווען צו דער מכירה).
וע”פ הנ”ל
(סעיף ז),
אַז זייער השתתפות איז געווען כדי צו אויפטאָן אַן ענין פון „ציבור"
(ובמילא — גורם זיין צו „שכינתא שריא” אין דעם ענין)
-
האָט מען פון די צוויי דיעות הנ”ל אַ הוראה נפלאה אין דעם גודל הענין פון אהבת ישראל:
פון דעם ערשטן ביאור — ראובנ׳ס השתתפות אין דער מכירה — לערנט מען אָפּ,
ווי מען דאַרף זיך ניט פורש זיין,
און דערנאָך אויך זיך מתאחד זיין,
אפילו מיט אַזעלכע וואָס זייער הנהגה איז ניט כדבעי.
ראובן האָט דאָך בפירוש ניט מסכים געווען צו דער הנהגה פון זיינע ברידער און האָט געוואָלט מציל זיין יוסף׳ן און אים אומקערן לאביו; אעפ”כ האָט ער זיך לאחר המעשה ניט פורש געווען פון זיי,
נאָר „שמע ..
ושתק”,
און דערנאָך „ויקחו גו׳ וישלחו גו׳” אַלע צוזאַמען.
איז עס אַ הוראה פאַר אַ אידן,
אַז אפילו ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ „רעך" וואָס איז אין דער דרגא פון „בריות בעלמא”,
און ער איז
(לפי ראות עיני
(בשר ד)
הרואה)
אין סוג פון „רחוקים מתורת ה׳ ועבודתו” 41
— דאַרף צום אַלעם ערשטן זיין די הנהגה פון „ואהבת לרעך כמוך”,
ניט זיך מתיאש זיין און פאַרלאָזן עם; און זוכן דעם פּאַסיקן וועג ווי צו פועל זיין אויף אים דעם „ומקרבן לתורה” 42 .
יו”ד.
דערנאָך קומט צו אין דעם נאָך אַ גרעסערער חידוש — פון דעם צווייטן ביאור: אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן איינעם וואָס האָט אים מצער געווען,
ביז צו אַזאַ גרויסן צער ווי יוסף האָט געליטן פון זיין מכירה ע”י אחיו — דאַרף מען אויך צו אים האָבן דעם הרגש פון אהבת ישראל 43 .
און ניט נאָר אַז לאחר המעשה האָט ער ניט קיין פאַראיבל אויף אים 44 ,
נאָר אַז אויך בשעת מעשה גופא — זאָגט די משנה 45
„והוי דן את כל האדם לכף זכות”,
ויתרה מזו „והוי שפל רוח בפני כל האדם”,
ופשיטא אַז ער אַנטלויפט ניט און פאַרלאָזט עם וכו׳
[ע”ד ווי יוסף ווערט גערעכנט ווי איינער פון די משתתפים אין דער מכירה ],
ובפרט אַז ער טראַכט זיך אַריין אין דעם ביאור פון אַלטן רבי׳ן אין תניא 46 ,
אַז יעדער זאַך איז בהשגחה פרטית,
און כאָטש דער צווייטער איז אַ בעל בחירה
(און אים קומט אַן עונש אויף דעם וואָס ער האָט זיך געפירט באופן כזה),
איז אָבער „על הניזק כבר נגזר מן השמים";
קומט אויס,
אַז באמת איז גאָר דער ניזק שולדיק אין דעם היזק וואָס יענער האָט אים אָנגעטאָן
[ע”ד ווי ביי יוסף להמפרשים הנ”ל,
אַז ער איז געווען אַ גורם למכירתו],
און נאָך מער: וויבאַלד אַז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד 47 ,
איז אין דעם
היזק פאַראַן אַ טובה פאַר אים 48
[ווי דער זהר איז מבאר בנוגע צו יוסף
(כנ”ל),
אַז די פעולת המכירה גופא האָט אויפגעטאָן די גאולה].
דעריבער איז ער ניט אין כעס אויפן צווייטן,
ואדרבה; און דורך דעם וואָס ער פירט זיך מיט אים אין אַן אופן פון „ואהבת לרעד כמוך” איז דאָס מחליש ביז — מבטל דעם היזק.
[ע”ד הנתבאר לעיל,
אַז דורך דעם וואָס יוסף איז זיך משתתף מיט די שבטים איז צו אים נמשך געוואָרן דער כח אויף חירות,
כנ”ל].
און דורך דעם וואָס מ׳וועט מרבה זיין אין אהבת ישראל,
ביז אין אַן אופן פון אהבת חנם,
וועט דאָס מבטל זיין די סיבת הגלות — שנאת חנם 49
— וועט במילא ותיכף בטל ווערן דער מסובב,
דער גלות עצמו,
ובלשון הרמב”ם 50
„ ומיד הן נגאלין”,
בביאת משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות י"ג ניסן תשל"ח,
ש"פ וישב תשמ"ב)