B"H
🏡

Ikar

י"ט כסלו ב

א.

די גאולה פון אַלטן רבי׳ן בי”ט כסלו איז געווען ביום השלישי בשבוע,

ווי ער שרייבט במכתבו הידוע 1 ,

אַז אין „יום שהוכפל בו כי טוב י”ט כסלו ..

וכשקריתי 2

בספר תהלים בפסוק פדה בשלום נפשי ..

יצאתי בשלום” 3 .

וויבאַלד דער אַלטער רבי אַליין איז מדגיש אַז זיין גאולה איז ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב — איז פאַרשטאַנדיק בפשטות,

אַז דער תוכן פון דער גאולה די”ט כסלו האָט אַ שייכות צום תוכן פון יום השלישי 4

בשבוע.

ב.

וי”ל נקודת הביאור בזה:

עס איז ידוע 5 ,

אַז „יפוצו מעיינותיך חוצה” — הפצת תורת החסידות — האָט זיך בעיקר אָנגעהויבן „נאָך פּעטערבורג”,

ד.

ה.

— נאָך דער גאולה פון י”ט כסלו.

און דערפאַר,

כשם ווי מען געפינט ביי מתן תורה בכלל,

אַז עס איז פאַרבונדן מיט דעם מספר פון שלש — ובפרט בנוגע לזמן: מ”ת איז געווען „ביומא תליתאי בירחא תליתאי” 6

— עד”ז איז געווען ביים גילוי פון פנימיות התורה בי”ט כסלו 7 ,

אַז עס איז געווען:

(א)

אין חודש כסלו,

וואָס איז דער ירחא תליתאה פון תחלת השנה 8 ,

(ב)

ביומא תליתאה — ביום השלישי בשבוע.

די הסברה בזה — י”ל 9

:

דער אויפטו פון מ”ת איז,

וואָס דעמולט איז בטל געוואָרן די גזירה פון עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליונים 10 ,

עס האָט זיך אויפגעטאָן דער חיבור פון „עליון” מיט „תחתון”; און דאָס איז מרומז אין דעם ענין פון „שלישי”: „ראשון” ווייזט אַז עס איז

(מלכתחלה פאַראַן)

נאָר איין זאַך; „שני” ווייזט אויף פירוד 11

— צוויי באַזונדערע זאַכן

(ווי קודם מ”ת,

אַז „עליון” און „תחתון” זיינען געווען צוויי באַזונדערע זאַכן)

; און „שלישי” ווייזט אויף דעם חיבור פון ביידע צוזאַמען.

וואָס דערפאַר איז תורה ענינה „שלום”,

ווי דער רמב”ם שרייבט 12

אַז „כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם" — און תורה נקראת „שלום" 13

ווייל דער ענין פון „שלום” איז חיבור פון צוויי

(הפכים).

עד”ז איז עס אויך בנוגע לגילוי והפצת תורת החסידות:

קודם הגאולה פון י”ט כסלו איז ניט געווען די הפצה חוצה פון די מעיינות התורה — סיי דער „חוצה” שבאדם עצמו,

וואָס דאָס איז — אָנהויבנדיק פון זיין שכל 14 ,

און סיי „חוצה” כפשוטו,

לערנען פנימיות התורה בפרסום,

און פאַרשפּרייטן זי בכל מקום ביז אין די ווייטסטע ערטער —

און די גאולה פון י”ט כסלו האָט אויפגעטאָן דעם „יפוצו מעיינותיך חוצה” — בדוגמת חיבור „עליון” און „תחתון” פון מתן תורה.

וכנ”ל י”ל אַז דאָס איז דער טעם — עכ”פ איינער פון די טעמים וואָס דער אַלטער רבי פאַרבינדט זיין גאולה מיט אמירת הפסוק „פדה בשלום נפשי” — ווייל דאָס איז דער תוכן הענין פון „שלום”.

ג.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון י”ט כסלו צו דעם ענין פון „הוכפל בו כי טוב” — וואָס דער אַלטער רבי איז מדייק במכתבו,

אַז זיין גאולה איז געווען

(ניט סתם 15

ביום שלישי בשבוע,

נאָר)

אין דעם טאָג וואָס „הוכפל בו כי טוב”:

הכפלת כי טוב ביום השלישי ווייזט,

כידוע 16 ,

אויף דעם כפל הטוב — „טוב

לשמים וטוב לבריות”; וואָס דער טוב כפול איז אַן ענין פון חיבור „עליון" ו„תחתון” — דער טוב איז בחיבור וביחד לשמים ולבריות.

און דער טוב כפול איז מודגש במיוחד אין תורת החסידות,

וואָס מאָנט פון אַן אידן ביידע קצוות: פון איין זייט טוט אויף חסידות — פנימיות התורה — אַז די עבודה בין אדם למקום זאָל זיין בתכלית העלי׳ — „שמים”

(דורכגענומען מיט די מעיינות שבתורה)

; לאידך גיסא,

מאָנט חסידות דעם ענין פון אהבת ישראל ביז צו „ בריות בעלמא ”,

ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בארוכה אין ספר התניא פרק לב.

ד.

נאָך אַן ענין אין דעם:

די עבודה פון חסידות איז אַזאַ וואָס איז שייך,

ויתרה מזה וואָס נעמט אַרום אַלע אידן — סיי די וועלכע זיינען בבחי׳ „שמים” און סיי די וועלכע זיינען בבחי׳ „בריות”:

דער אַלטער רבי איז מדגיש,

גלייך אין דעם „שער־בלאַט” פון ספר התניא,

אַז „קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו” — אַז יעדער איד דאַרף וויסן,

אַז עס איז „ אליך ” פאַר אים „ קרוב מאד ” דער ענין פון עבודת השם,

און ווי דער אַלטער רבי איז ממשיך גלייך בהשער און מאריך בהביאור בספרו — ספר התניא — ווי מען קען דאָס דורכפירן „בדרך ארוכה וקצרה”;

ולאידך גיסא,

איז דער אַלטער רבי מדגיש 17

— אַז אפילו איינער וואָס האַלט שוין ביי די בחי׳ פון „שמים”,

ווען די עבודה איז ביי אים שוין אַן ענין פון „רגילות" און „טבע" און ער טוט ניט אויף שטייגן נאָך העכער ווערט ער

17)

תניא פט"ו.

אָנגערופן „ לא עבדו”,

און אַ איד מוז שטענדיק זיין אַן „ עובד אלקים” — מער פון זיין רגילות;

און דערביי באַוואָרנט מען,

אַז אויך דער ענין איז „קרוב אליך הדבר מאד”: אַ איד קען דאָך טראַכטן,

וויבאַלד ער געפינט זיך שוין אין דער בחי׳ פון „שמים” — איז ווי מאָנט מען ביי אים אַז ער זאָל דערגרייכן נאָך העכער?

זאָגט דער אַלטער רבי,

אַז אויך אויף דער עבודה זיינען געגעבן געוואָרן כוחות,

ביז אַז עס איז „קרוב מאד” פאַר יעדן אידן.

ה.

לויטן ביאור האמור אין דעם אויפטו

(עכ”פ — איינער פון די עיקר׳דיגע אויפטוען)

פון י”ט כסלו,

וועט מען אויך פאַרשטיין דעם קשר צווישן דער גאולה פון י”ט כסלו מיט ספר התניא,

— וכידוע,

אַז די נ”ג יום וואָס דער אַלטער רבי איז געווען במאסר זיינען כנגד די נ”ג פרקים פון תניא 18 ,

און די גאולה פון י”ט כסלו איז געווען אין זכות פון די „צוויי יאָר חיות בתורה ועבודה וואָס דער תניא האָט מוסיף געווען צווישן חסידים”

(וואָס דערפאַר האָט דער אַלטער רבי געוואָלט אַז דער תניא זאָל זיין אָפּגעדרוקט פאַר י”ט כסלו) 19

וואָרום אע”פ אַז די הדפסה פון דעם ספר איז געווען מיט צוויי יאָר קודם 20

דער גאולה פון י”ט כסלו

(דער תניא האָט זיך אָפּגעדרוקט בשנת תקנ”ז און

די גאולה איז געווען בשנת תקנ”ט)

— איז אָבער דער חידוש פון דעם ספר התניא

(לגבי אַנדערע דרושי חסידות שלו)

פאַרבונדן מיטן אויפטו פון י”ט כסלו 21 .

וועט מען דאָס פאַרשטיין לויטן פתגם פון רבותינו נשיאינו,

אַז דער תניא איז „תורה שבכתב של תורת החסידות” 22 .

ווי פאַרשטאַנדיק בפשטות,

איז דער תואר „תורה שבכתב של תורת החסידות” אויפן ספר התניא ניט נאָר דערפאַר וואָס דער אַלטער רבי האָט אים אַליין געשריבן

[ניט ווי די דרושי חסידות שלו וואָס ער האָט געזאָגט בעל פה — און זיי זיינען פאַרשריבן געוואָרן דורך זיינע תלמידים

(ועד”ז די תורות פון מגיד און בעש”ט וועלכע זיינען געשריבן געוואָרן בלויז דורך תלמידים און ניט דורך זיי אַליין)]

נאָר ווייל דער יחס פון ספר התניא צו שאר תורת החסידות איז בדוגמת היחס פון תורה שבכתב צו תורה שבעל פה,

כדלקמן.

ו.

דער חילוק פון תורה שבע”פ און תורה שבכתב 23

און

אַ חילוק וועלכער בריינגט אַ חילוק להלכה בפועל באופן לימודם — אף דלא ידע מאי דקאמר בתושב”כ,

דוקא כשמבין בתושבע”פ 24

: אין תושבע”פ איז בעיקר נוגע די הבנה והשגה פון דעם

ענין הנלמד,

ס׳איז אָבער ניט אַזוי נוגע דער דיוק אין די אותיות ותיבות; משא”כ אין תושב”כ: יעדער אות מוז געשריבן ווערן בדיוק,

און דער עיקר דערביי איז די קריאת האותיות;

וי”ל אַז דערפאַר האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין ערשט ביי מ”ת.

וואָרום אע”פ אַז דער ענין פון לימוד התורה איז געווען אויך פאַר מ”ת „מימיהן של אבותינו לא פרשה ישיבה מהם” 25 ,

ביז אַז ביי זיי איז געווען תורה אויך פאַרשריבן ,

ווי דער רמב”ם 26

שרייבט „וחבר בו ספרים והודיעו ליצחק בנו”,

אָבער דאָס אַלץ האָט ניט געהאַט דעם גדר פון תורה שבכתב — דאָס האָט זיך אויפגעטאָן ערשט דורך און נאָך מ”ת.

וויבאַלד אַז פאַר מ”ת איז געווען די גזירה פון עליונים לא ירדו למטה ותחתונים לא יעלו למעלה,

איז אַזוי געווען בנוגע צו תורה גופא — עס איז געווען דער עליון — די רוחניות פון תורה

(הבנה והשגה) 27

אָבער דער עליון האָט ניט יורד געווען אין דעם תחתון — הכתיבה והספר שכתבו — עס זאָל ווערן אַ חפץ דקדושה;

דוקא נאָכדעם ווען ס׳איז בטל געוואָרן די גזירה,

האָט זיך אויפגעטאָן אַז „העליונים ירדו לתחתונים" — תורה איז אַראָפּגעקומען אין מעשה,

תורה

שבכתב; „והמכתב מכתב אלקים הוא” 28 ,

ווען ער האַלט בידו אַ ספר תורה וכיו”ב איז ער נוקט חפץ ,

און עס איז ניט אַן ענין פון ירידה אין תורה ח”ו,

נאָר ווי תורה איז אין מעשה,

אין „כתב” — איז דאָס „מכתב אלקים” — חיבור „עליון” און „תחתון”.

ועד”ז איז אין ספר התניא וואָס דער אַלטער רבי האָט עס געשריבן אין אַן אופן אַז יעדער אות זאָל זיין מדוייק בתכלית,

ווי כ”ק מו”ח אדמו”ר האָט דערציילט 22

אַז דער אַלטער רבי האָט געשריבן דעם תניא במשך צוואַנציק יאָר,

„וגרע ודייק בכל תיבה ותיבה עד אשר צרפו וזקקו בחסר ויתיר”

(און בשעת ער האָט געגעבן דעם תניא אין דפוס האָט ער זיך שטאַרק געבעטן ביים מדפיס ער זאָל זייער מדייק זיין אין דער „הגהה בחסר ויתיר”)

וואָס אָט־די התלבשות פון פנימיות התורה אין אותיות שבכתב איז איין זאַך מיטן ענין הגאולה פון י”ט כסלו,

וועלכער האָט אויפגעטאָן דעם „יפוצו מעיינותיך חוצה”,

אַז די „ מעיינות ” שבתורה זאָלן אַראָפּקומען ביז אין „ חוצה ”.

און פּונקט ווי דאָס איז בנוגע צו תושב”כ,

אַז ניט נאָר וואָס אין איר איז כלול גאַנץ תורה שבע”פ — ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא 29

— וואָס איז שפּעטער נתגלה געוואָרן,

נאָר אויך די ענינים אין תורה וועלכע מ׳האָט געלערנט קודם מ”ת,

עד”ז איז בנוגע צום ספר התניא,

אַז אין אים זיינען אויך נכלל ענינים פון תורת החסידות,

אויך די ענינים וואָס

דער אַלטער רבי האָט מגלה געווען קודם כתיבת התניא,

וי”ל נאָך מער: וויבאַלד אַז דער בעש”ט און דער מגיד האָבן זייער תורה ניט פאַרשריבן — ס׳איז געווען נאָר בבחי׳ תושבע”פ וועלכע איז פאַרשריבן געוואָרן דורך די תלמידים — און מיט תורת חסידות חב”ד האָט דער אַלטער רבי געבראַכט די ענינים פון חסידות הכללית אין הבנה והשגה,

אָנהייבנדיק בספר התניא,

קומט אויס,

אַז אין ספר התניא זיינען געבראַכט בכתב אויך די ענינים פון תורת החסידות הכללית 30 .

פון כל הנ”ל איז פאַרשטאַנדיק דער גודל הענין והעילוי וכו׳ פון לימוד ספר התניא — תורה שבכתב פון תורת החסידות — וואָס דורך דעם לימוד,

בתוככי לימוד החסידות בכלל,

וועט מען זוכה זיין בקרוב ללמוד תורתו של משיח — וואָס ענינה איז פנימיות התורה,

ובלשון רש”י 31

: סוד טעמי׳ ומסתר צפונותי׳ — מפיו של משיח,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ וישלח תשמ"ב)

Reader controls and commentary are loading.