B"H
🏡

Ikar

וישלח א

א.

אויפן פסוק 1

"וירץ עשו לקראתו ויחבקהו ויפול על צוארו וישקהו ויבכו",

איז רש״י מעתיק דעם ווארט "ויחבקהו" און איז מפרש: "נתגלגלו רחמיו כשראהו משתחוה כל השתחוואות הללו".

דערנאך איז ער מעתיק דעם ווארט "וישקהו" און איז מפרש: "נקוד עליו ויש חולקין בדבר הזה בברייתא דספרי 2

יש שדרשו נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו.

א״ר שמעון בן יוחאי הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב אלא שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו".

דארף מען פארשטיין: פארוואס איז רש״י מפרש דעם ווארט "ויחבקהו" לויטן צווייטן פירוש אין צווייטן דיבור המתחיל 3 ,

און שרייבט ניט וואס עס מיינט "ויחבקהו" לויטן ערשטן פירוש אז "לא נשקו בכל לבו"?

און ס׳איז א דוחק צו זאגן אז רש״י פארלאזט זיך אויף זיין פירוש אין זעלבן פסוק תיכף לאח״ז אויף "וישקהו" אז "לא נשקו בכל לבו"

(ובמילא איז אויך ״ויחבקהו״ ניט געווען בכל לבו)

- ווייל אין "וישקהו" איז אין פסוק פאראן א ספעציעלער לימוד

(ניקוד)

אויף ארויס־ צולערנען דאס,

משא״כ אויף "ויחבקהו".

האט דאך רש״י געדארפט מבאר זיין "ויחבקהו" אויך לויטן ערשטן פירוש אזוי ווי ער איז עס מבאר לויטן צווייטן פירוש.

ב.

אויך דארף מען פארשטיין אין ד״ה וישקהו - פארוואס דארף רש״י אנקומען צו צוויי פירושים?

נאך מער: פון דעם וואס רש״י איז מקדים "ויש חולקין בדבר הזה" איז משמע אז ביידע פירושים זיינען שקולים אין פשוטו של מקרא.

דאס הייסט,

ניט ווי ע״ד הרגיל ווען רש״י ברענגט צוויי

(אדער מער)

פירושים

(אדער מ״ד)

אן וועלכע ס׳איז הקדמה אז דא קומען מערערע פירושים,

וואס דאן ברענגט ער דעם ערשטן פירוש

(אדער מ״ד)

פריער,

ווייל ער איז קרוב יותר צו פשוטו של מקרא,

משא״כ ווען רש״י איז מקדים פאר ביידע פירושים

(ווי בנדו״ד)

"ויש חולקין בדבר הזה״

(וכיו״ב)

- וואס איז לכאורה מיותר - איז די הקדמה צו באווייזן אז ביידע פירושים זיינען שקולים בפשוטו של מקרא.

ולכאורה: דער פירוש פון "יש שדרשו נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו" איז מער בפשטות ווייל די נקודות זיינען ממעט דעם תוכן התיבה 4 ,

און ווי דער ענין הניקוד איז אין אנדערע ערטער בתורה וואס ווערן דארט געבראכט אין ספרי

(בלשון הספרי "כיוצא בו").

און דאס איז מסתבר אויך בפשוטו של מקרא 5 .

משא״כ לדעת רשב״י איז ניט גלאטיק: וואס גיט עס צו וואס דער ווארט "וישקהו" איז "נקוד עליו" 6

: צו זאגן אז "נשקו בכל לבו" דארף מען ניט אנקומען צום ניקוד,

דאס איז דאך דער פשוט׳ער טייטש פון ״וישקהו״ 7

!

מפרשים 8

זיינען מסביר,

אז דאס גופא קומט רשב״י זאגן: "הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב",

ובמילא,

צו זאגן אז לא נשקו בכל לבו דארף מען קיין ניקוד ניט האבן.

דאס וואלט מען אליין פאר־ שטאנען; נאר דער ניקוד באווייזט דעם היפך,

אז עס איז יע געווען "בכל לבו".

אבער לפ״ז איז דער ניקוד ניט ממעט דעם פירוש פון "וישקהו",

נאר אדרבה,

ער איז אים מדגיש ומחזק 9 ,

און דאס איז לכאורה ניט ווי דער ענין הניקוד אין אנדערע ערטער בתורה וועלכע רש״י ברענגט,

וואס דער ניקוד איז ממעט דעם תוכן פון דער תיבה המנוקדת 10 .

היינט וואס ברענגט רש״י אויך דעם צווייטן פירוש,

און איז נאך מקדים "ויש חולקין בדבר הזה",

אז דער פירוש איז בפשוטו של מקרא שקול צום ערשטן פירוש?

און כאטש אז ביידע פירושים שטייען טאקע אין "ברייתא דספרי",

איז אבער ניט ענינו של רש״י צו מעתיק זיין דרשות חז״ל,

סיידן וואס ס׳איז נוגע צו הבנת פשוטו של מקרא.

ג.

אויך דארף מען פארשטיין: די צוויי פירושים אין "וישקהו" ברענגען זיך אין נאך ערטער,

פארוואס ברענגט זיי רש״י ווי זיי זיינען אין ספרי ,

און איז נאך מדייק זאגן אז די מחלוקת שטייט אין ברייתא דספרי - די מחלוקת ברענגט זיך אויך אין בראשית רבה 11

על אתר ווי אויך אין אבות דר׳ נתן 12 .

בשלמא וואס רש״י ברענגט ניט ביידע דיעות פון ב״ר - יש לומר,

ווייל די צווייטע דיעה דארט דעת ר׳ ינאי "אלא מלמד שלא בא לנשקו אלא לנשכו ונעשה צוארו של אבינו יעקב של שיש כו׳" איז ניט מתאים אין פשוטו של מקרא אין "וישקהו" 13 ,

ועוד לפ״ז איז דער ניקוד ניט מחליש דעם תוכן פון דעם ווארט,

נאר ער איז אים שולל לגמרי,

כאילו ווי ער איז אים מוחק 14 .

אבער ער האט געקענט ברענגען די ערשטע דיעה פון ב״ר,

דעת ר׳ שמעון בן אלעזר "מלמד שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו",

וואס דאס איז דאך אזוי ווי דעת רשב״י 15

אין ספרי 16

(ובפרט נאך אז דעת רשב״א אין דעם ענין הניקוד "בכל מקום שאתה מוצא הכתב רבה על הנקודה אתה דורש כו׳"

(וואס רשב״א איז מתחיל דערמיט פירושו אין ב״ר)

האט שוין רש״י אראפגעבראכט 17

בפירושו על התורה) 18 .

נוסף לזה: אין אבות דר״נ שטייען ביידע דיעות ובלשון קצר וברור "מלמד שלא נשקו באמת 19 .

רשב״א אומר נשיקה זו של אמת וכולן אינן של אמת" 20 .

היינט פארוואס איז רש״י מדייק: א)

צו מעתיק זיין לשון הםפרי ב)

צו מציין זיין דעם מקור - ״ויש חולקין ..

בברייתא דםפרי״.

ג)

צו ברענגען אויך דעם נאמען פון בעל המאמר

(ווי ער איז אין םפרי)

- רשב״י 21 .

ד)

צו ברענגען בהתחלת לשונו "הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב",

וואס לכאורה,

מאי נפק״מ לפשוטו ש״מ דא,

ובפרט אז אויך פון םיום הלשון

(וואס שטייט אויך אין ב״ר)

"אלא

(מלמד)

שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו" פארשטייט מען אז בעצם איז ער געווען םיי פריער םיי שפעטער א שונא ליעקב.

ד.

לכאורה וואלט מען געקענט פאר־ ענטפערן קושיות הנ״ל

(סעיף ב־ג)

:

לויט ביידע דיעות קומט דער ניקוד שוואכער מאכן דעם "וישקהו".

דער חילוק איז נאר,

אז אויב "לא נשקו בכל לבו" מאכט די נקודה שוואכער 22

דעם ענין הנשיקה בכלל,

און לויט דעת רשב״י מאכט די נקודה שוואכער דעם תוכן הענין פון "וישקהו" אין דעם פסוק ,

נשיקת עשו ליעקב 23

: היות אז "בידוע שעשו שונא ליעקב",

וואלט מען דאך פארשטאנען אז "וישק הו " דא מיינט אזא נשיקה וואס עשו

(א שונא)

קושט יעקב׳ן

(ניט בכל לבו)

- קומט דער ניקוד און איז ממעט דעם מובן פון "וישק הו דא ,

אז דער ״וישקהו״ איז געווען ״בכל לבו".

און עפ״ז איז מובן:

א)

ווי ביידע פירושים זיינען מתאים מיטן תוכן ענין הניקוד לפי פשוטו של מקרא

(אז דער ניקוד קומט שוואכער מאכן דעם מובן פון דעם ווארט המנוקד).

ב)

דער טעם וואס ער ברענגט אויך די צווייטע דיעה

(פון רשב״י),

ווארום לויט דער ערשטער דיעה אז דער ניקוד איז מחליש דעם ענין הנשיקה בכלל,

האט דער ניקוד געדארפט זיין נאר אויף

די אותיות ״וישק״,

משא״כ לויט רשב״י איז מובן וואס דער ניקוד איז אויף דעם גאנצן ווארט "וישקהו" 24 .

ג)

וואס רש״י ברענגט דוקא די דרשה פון םפרי און ניט פון אבות דר״נ 25

ווייל דוקא אין דעם לשון ווי ער שטייט אין םפרי - " הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב אלא שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו" גיט זיך ארוים דער תוכן פון פירוש,

אז אן דעם ניקוד וואלט מען פארשטאנען "וישקהו" ווי נשיקות פון א שונא,

כנ״ל.

און דער ניקוד איז ממעט דעם תוכן פון "וישקהו".

ד)

וואס ער ברענגט אויך דעם נאמען פון בעל המאמר

(און דוקא די גירםא)

-רשב״י: ר״ש 26

איז ״דריש טעמא דקרא״ 27

- ניט די ווערטער

(און אנזאג)

פאר זיך נאר

(צוזאמען מיט - און נאכמער)

לויט זייער טעם,

וואס לפ״ז איז מובן וואס ער לערנט דעם ניקוד אז ער איז ממעט ניט דעם טייטש פון ווארט ״וישק״ פאר זיך

(ווי לויטן ערשטן מ״ד)

וואס במילא איז ניט נוגע וועגן וועמען עם רעדט זיך בפרשה,

נאר דעם תוכן פון ווארט ווי ער איז א חלק פון דעם גאנצן ענין ,

ביי "וישקהו" פון עשו צו יעקב,

איז ער ״דריש טעמא דקרא״ אז מ׳פארשטייט אז דאס זיינען נשיקות שונא,

און דער ניקוד איז ממעט דעם טעם דא און באווייזט אז ס׳איז געווען ״בכל לבו " .

ה.

אבער דער פירוש איז ניט גלאטיק.

ווארום אין אלע אנדערע ערטער קומט דער ניקוד שוואכער מאכן דעם תוכן פון דעם ווארט המנוקד 28

- איז א דוחק צו זאגן,

אז דא מאכט עם שוואכער דעם תוכן הענין פון "וישקהו" שבפרשה און דעם תוכן פון ווארט אליין מאכט עם גאר שטארקער

(" בכל לבו")

!

נוםף לזה בלייבט ניט פארשטאנדיק:

א)

וואס איז כוונת רש״י מיט׳ן זאגן אז די מחלוקת איז אין ברייתא דספרי 29 ?

ב)

וואס איז דער לשון " הלכה היא

(בידוע)

״ 30

- דא איז דאך נוגע אז דאס איז "ידוע" 31 ,

כנ״ל 32 .

ג)

אין רוב דפוםי םפרי שלפנינו איז דער לשון

(בדברי רשב״י)

״אלא נהפכו 33

רחמיו״ - פארוואס זאגט רש״י

(ווי ם׳איז אין ב״ר)

"אלא שנכמרו 34

רחמיו"?

ו.

דער ביאור בכל זה:

רש״י קומט דא ניט פארענטפערן דעם ניקוד אויפן ווארט ״וישקהו״ - ווארום,

ווי גערעדט כמה פעמים 35 ,

איז רש״י ניט מפרש 36

(אלע)

ניקוד אין תורה 37 .

דערפון איז מוכח,

אז דער ענין הניקוד

(אזוי ווי אויך 38

חםר ויתיר)

איז ניט קיין קשיא אין פשוטו של מקרא,

ובמילא איז ניט מוכרח לפרשו ווען מ׳לערנט פשוטו של מקרא.

םיידן בשעת ם׳איז פאראן בלאו הכי א שאלה אדער שוועריקייט אין הבנת פשוטו של מקרא,

דאן ברענגט רש״י און איז מפרש

(בכמה מקומות)

דעם ניקוד

(אדער דעם חםר כו׳),

וואס דערמיט ווערט פארשטאנדיק פשוטו של מקרא.

דא קומט רש״י פארענטפערן א שאלה וואס שטעלט זיך ע״פ פשט: ווי איז עם עשו מיט אמאל איבערגעקערט געווארן מן הקצה אל הקצה - צו אזא חיבה ואהבה ליעקב,

ווען מ׳וויים אז "וישטום אותו" ביז ער וויל אים הרג׳נען 39 ,

און "עודנו בשנאתו " און ער גייט איצט מלחמה האלטן מיט יעקב׳ן - "הולך לקראתך וארבע מאות איש עמו" 40 ?

איז רש״י מבאר,

אז דער "ויחבקהו" איז טאקע געווען א םפעציעלע געשעעניש - ״ נתגלגלו 41

רחמיו

(והסיבה -)

כשראהו משתחוה כל השתח־ וואות הללו".

און אין דעם איז ניטא קיין מחלוקת - דאס איז פשוטו של מקרא לכל הדיעות.

בשעת אבער עס קומט צו ״וישקהו״ 42

- וואס דאס איז ניט נאר א צייכן פון חיבה גדולה ביז אז "ויחבקהו",

נאר דאס באווייזט אויף א התרגשות והתעוררות אהבה יתירה אין הארצן עד כדי כך ביז אז עס איז ניט גענוג דיבור און אויך אפילו ניט חיבוק - עס קומט אויך וישקהו

(ווי דער בן חמש זעט עס - דעם יתרון חיבת הנשיקה אויך חיבת החיבוק - בא זיך,

וביחס פון די עלטערן צו עם).

לייגט זיך ניט צו זאגן,

אז מצד דעם וואס "ראהו משתחוה כל השתחוואות הללו"

(- נתגלגלו רחמיו),

זאל ער אינגאנצן נתהפך ווערן מן הקצה אל הקצה פון ״שנאתו״ - צו וועלן אים הרג׳נען,

צו אזא אהבה גדולה אז אפילו נאך ויחבקהו - מוז קומען וישקהו.

אויף דעם זאגט רש״י - "נקוד עליו": דא איז דער ניקוד שייך צו פשוטו של מקרא,

און קומט לערנען

(ווי ניקוד בכל מקום)

אז דער "וישקהו" איז געווען א שוואכער ,

ס׳איז טאקע ניט געווען קיין אמת׳ע נשיקה

(אן אויסדרוק פון אהבה אמיתית).

און אין דעם איז רש״י מבאר - "ויש חולקין בדבר הזה".

דאס אז "וישקהו" איז ניט קיין ענין אמיתי קען מען עס מבאר זיין אין צוויי אופנים: "יש שדרשו נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו"

(אע״פ אז "ויחבקהו" און " נתגלגלו רחמיו"

(וואס האט דערפירט צו "וישקהו")

איז יע געווען באמיתיות) 43

; און א צווייטע דיעה איז,

אז " נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו",

אז נאך דעם "ויחבקהו"

(וואס איז געקומען מצד "נתגלגלו רחמיו"),

איז " באותה שעה - ווען ער האט אים ארומגענומען - נכמרו רחמיו": ס׳איז געווארן א הייסע און שטארקע התרגשות 44 ,

ביז אז "נשקו בכל לבו".

וויבאלד אבער אז די התרגשות און דער נשקו בכל לבו זיינען געווען בלויז " באותה שעה ",

איז דאס ניט 45

קיין ענין אמיתי 46 .

ז.

כדי צו מדגיש זיין אז אויך לדעת רשב״י וואס נשקו בכל לבו איז עס ניט געווען באמיתיות,

און אז דער ניקוד איז מחליש דעם ״וישקהו״ - איז רש״י מדייק צו ברענגען בהתחלת דברי רשב״י " הלכה היא בידוע כו׳":

"הלכה" מיינט א דין,

א זאך וואס קען זיך ניט בייטן.

און דאס פארשטייט אפילו א בן חמש למקרא

(וואס לערנט נאך ניט משנה וגמרא).

ער זעט אין זיין טאג טעגלעכן לעבן,

אז א הלכה

(פון תורה)

קען מען ניט בייטן.

ועד״ז זאגט רשב״י בנדו״ד,

די שנאה פון עשו ליעקב קען זיך ניט בייטן,

ווארום " הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב״ - דאס איז בדוגמא ווי א הלכה כפשוטה וואס קען ניט געענדערט ווערן,

און דער "וישקהו" דא איז נאר וואס "נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו״ -

וואס בדוגמא לזה געפינט מען בהלכה,

אז עם קען געמאלט זיין א הוראת שעה ניט כפי ההלכה,

ווי אליהו בהר הכרמל 47

; וואס אויך דעמאלט איז ניט דער פשט אז די הלכה האט זיך געביטן - די הלכה פון איםור הקרבה בבמה איז בתקפה אויך דעמאלט 48 ,

נאר באותה שעה איז געווען די הוראה צו מקריב זיין דעם קרבן בבמה.

און ווי מ׳האט שוין געלערנט פריער ,

אז יעקב איז געווען איש תם 49 ,

בשעת אבער עשו׳ם ״ לרמות את אביו״ 50

האט געבראכט אז יצחק האט עם עשו׳ן

געוואלט אפגעבן די ברכות ווייל ״כםבור

(דורך דעם לרמות)

שהוא מדקדק במצות״ 50 ,

איז ״בא אחיך במרמה ״ 51

דאס איז אבער אזא מרמה ,

אז גם ברוך יהי׳ 52

ווייל דער במרמה 53

איז "בחכמה" 54 .

ח.

עפ״ז איז אויך מובן:

א)

וואס רש״י ברענגט ניט די מחלוקת פון אבות דר״נ - ״לא נשקו באמת ..

נשיקה זו של אמת״ - ווייל לויט ביידע דיעות,

אויך לדעת רשב״י,

איז דא ניט געווען קיין "נשיקה של אמת",

ווארום אין "אמת" איז ניט שייך קיין שינויים.

די שאלה איז דא נאר אויף וויפל איז דא ניט געווען דער "אמת" פון נשיקה: לויטן ערשטן מ״ד איז אפילו לשעה "לא נשקו בכל לבו",

און לדעת רשב״י איז "באותה שעה נשקו בכל לבו",

נאר וויבאלד אז " הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב",

איז אפילו "באותה שעה" איז דאס ניט באמיתית 55 .

ב)

וואס רש״י ברענגט ניט דעם לשון הםפרי

(שלפנינו)

" נהפכו רחמיו באותה שעה״ - ווייל דאס וואלט געמיינט אז באותה שעה איז ער נתהפך געווארן פון שנאה אויף א רגש של אהבה אמיתית; אבער דא איז בלויז " נכמרו רחמיו באותה שעה״ - ער איז אין יענעם מאמענט אנגעווארעמט געווארן מיט א שטאר־ קערן רגש של רחמים.

ג)

ער איז מקדים אז דאס שטייט " בברייתא דספרי ": אזוי וואלט מען גע־ קענט לערנען אז דער לשון " הלכה היא בידוע" איז א הלכה אין דעם חלק הדרש שבתורה

(ארויםברענגען די מסקנא פון דעם דרש 56 ),

דעריבער זאגט רש״י אז דאס איז "בברייתא דםפרי",

דאס איז אין דעם חלק ההלכה שבתורה - ם׳איז ניט א דרש פון מדרש,

נאר דאס איז א הלכה אין דיני התורה אז עשו שונא ליעקב,

כנ״ל.

ט.

מען דארף אבער פארשטיין: וואס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא אז "נשקו בכל לבו"; ואדרבה: וויבאלד אז רשב״י אליין זאגט "הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב",

האט ער דאך גע־ קענט

(ואדרבה - געדארפט)

לערנען אז "לא נשקו בכל לבו" ד5 ?

איז דער ביאור בזה: פון דעם גאנצן המשך הפרשה איז משמע,

אז עשו איז דאן ועד״ז זעט מען אין די שפעטערדיקע רייד פון עשו׳ן,

"אחי יהי לך אשר

געשטאנען אין א גרויםער התרגשות,

ווי דער פםוק איז גלייך ממשיך,

אז נאך ״וישקהו״ איז - " ויבכו " 58 ,

וואס דאס איז א בולט׳ער אויםדרוק פון גודל רגש הלב 59

;

לך״ 60

ביז "אציגה נא עמך מן העם אשר אתי" 61 ,

איז אין פשוטו של מקרא שווער צו זאגן אז דאס אלץ איז געווען נאר לפנים וועגן,

און אז עשו האט עם ניט געמיינט בכל לבו 62 .

און דערפאר נעמט אן רשב״י,

אז ״באותה שעה״ איז ״נכמרו רחמיו ..

ונשקו בכל לבו".

ועפ״ז יובן וואס די צוויי פירושים זיינען שקולים אין פשוטו של מקרא

(און רש״י איז דערפאר מקדים "ויש חולקין בדבר הזה״)

- ווייל לויט ביידע פירושים איז דא די זעלבע שוועריקייט: לויט׳ן ערשטן מ״ד אז "לא נשקו בכל לבו" איז שווער דער המשך הפרשה שלאח״ז,

וואו ם׳איז קענטיק אז דער "וישקהו" איז געווען "בכל לבו"; און לויטן רשב״י איז ניט גלאטיק דער "וישקהו בכל לבו " לויט דעם פריערדיקן מצב פון תכלית השנאה 63 .

יוד.

א תלמיד ממולח קען נאך אבער פרעגן: סוף םוף,

וויבאלד אז רשב״י אליין איז דער וואס איז מדגיש שנאת עשו ליעקב - "הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב״ - ווי קומט עם אז דוקא ער זאל לערנען אז "נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו"?

איז רש״י מרמז 64

דעם ביאור דורך ברענגען דעם שם בעל המאמר - רשב״י:

רשב״י איז געווען בזמן פון גלות רומי - אדום

(וואס ״עשו הוא אדום״ 65 )

-אין א זמן פון גזירות קשות 66

אויף אידן,

און אויף אים אליין בפרט,

ביז ער האט געדארפט אנטלויפן פון די רומיים און זיך באהאלטן אין א מערה י״ג שנה 67

:

אעפ״ב געפינט מען 68 ,

אז בשעת מ׳האט געדארפט גיין קיין רומי צו מבטל זיין א גזירה אויף אידן,

האט מען גע־ שיקט רשב״י "שהוא מלומד בניסים",

און ניט קוקנדיק אויף דער גרויסער שנאה פון מלכות רומי צו אידן

(ואליו בפרט),

האט ער גע׳פועל׳ט

(ע״י נס)

אז "אמר להון שאילו כל מה דאית לכון למישאל ועיילינהו לגנזי׳" און דורך דעם האט מען מבטל געווען די גזירה.

ובמילא לערנט ער אז אזוי איז אויך געווען בנוגע יעקב ועשו,

אז יעקב,

וואס איז געווען א מלומד בנסים 69 ,

האט גע׳פועל׳ט אויף עשו׳ן

(כאטש הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב)

אז נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו.

יא.

דאס איז אויך מתאים מיטן ענין ותוכן פון עבודת רשב״י בפנימיות הענינים:

מ׳געפינט 67 ,

אז ארויסגייענדיק פון דער מערה "כל היכא דהוה מחי ר׳ אלעזר הוה מסי ר׳ שמעון",

ד.

ה.

דער סדר פון "מסי ר׳ שמעון" איז די הנהגה וואס איז מתאים אין וועלט ,

ניט ווי עס דארף זיין לכאורה ע״פ ההנהגה פון תורתו אומנתו .

מצד דער הנהגה פון רשב״י וחבריו 70

(ובצד השווה שבהם),

הנהגת תורתו אומנתו איז "ר״א מחי".

אבער רשב״י האט אויפגעטאן די רפואה אין וועלט ווי זי פירט זיך אין איר סדר.

עד״ז ויתרה מזו זאגט רשב״י 71

"יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין",

וואס לפטור - איז שייך ווען דאס איז ניט דורך צוברענגען אז כל העולם כולו טוט תשובה,

נאר - ווי די וועלט שטייט אין א מעמד ומצב של דין מצד ענינים בלתי רצויים איז ער "סובל כל עוונותיהם ופוטרן מן הדין" 72 .

וואס אין א פרט איז דאס א פיל גרעסערער אויפטו ווי דאס פועל׳ן א שינוי אין וועלט ,

וואס דעמאלט ווערט דאך דער מטה נתעלה,

ער ווערט אויס מטה,

דער רע ווערט בטל ונתהפך.

משא״כ דא זאגט רשב״י אז אלקות קען דערגרייכן און פועל׳ט אויך אין דעם מטה ווי ער איז מטה און אין דעם רע ווי ער איז במקומו 73 .

ועד״ז בנדו״ד: די פעולה פון יעקב אויף עשו איז ניט אין דעם אז עשה עשו תשובה 74

; נאר אז עשו זייענדיק אין דעם מעמד ומצב וואס "הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב",

ווערט אויך בא אים "נכמרו רחמיו כו׳ ונשקו בכל לבו".

יב.

דערפון האט מען די הוראה אויף דעם כללות וכל הזמן פון גלות אדום און אין ביידע קצוות:

פון איין זייט קען מען זיך ניט פאר־ לאזן אויף גוים,

מלכות אדום,

ווארום "הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב".

לאידך,

האט א איד בכח צו פועל׳ן אויף עשו׳ן אויך ווי עשו שטייט אין אט דעם מעמד ומצב,

אז ם׳זאל ווערן "נכמרו רחמיו ונשקו בכל לבו",

ער זאל העלפן אידן און משפיע זיין צו אידן אין אלעם וואס זיי נויטיקן זיך,

ביז צו העלפן אידן גיין אין דעם דרך וואס זיי דארפן גיין.

וואס דאס קומט ווען א איד שטייט בתוקף אין זיין הנהגה ע״פ תורה ומצות אפילו אין דעם מצב הגלות און ווערט ניט נתפעל פאר גוים און גוי׳שקייט,

און איז דאס מודיע אויך עשו׳ן - "עם לבן הרשע גרתי ותרי״ג מצות שמרתי" 75 ,

און עי״ז ווערט נתקיים בפועל וואס עם שטייט אין דער הפטורה 76

פון דער פרשה 77

"חזון עובדי׳ כה אמר ה׳ אלקים לאדום גו׳"

(וואס "עובדי׳ גר אדומי הי׳ והיינו דאמרי אינשי מיני׳ ובי׳ אבא ניזיל בי׳ נרגא״ 78 ),

ביז לםיום הענין 79

: "ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה׳ המלוכה",

וועלכער איז שוין אנגעזאגט געווארן בפרשתנו אלם א תוצאה פון וישקהו גו׳ ויאמר נםעה גו׳ - וואס יעקב האט עם אנגענומען: אבוא אל אדוני שעירה -בימי המשיח שנאמר ועלו מושיעים גו׳ 80 ,

ועלו מושיעים בקרוב ממש בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו.

(משיחת ש״פ וישלח תש״מ)

Reader controls and commentary are loading.